אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי צבי אלימלך שפירא (בלאזשאוו)"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
אין תקציר עריכה
 
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)
(קיין אונטערשייד)

רעוויזיע פון 12:36, 22 נאוועמבער 2022

רבי צבי אלימלך שפירא זצ"ל (ה'תר"א - ה' ניסן ה'תרפ"ד), רב אין בלאזשאוו.

אפשטאם

רבי הערש מילך איז געבוירן אין יאר ה'תר"א, (נאך אין יאר וואס זיין זיידע דער בני יששכר איז נפטר געווארן), צו זיין פאטער הרב דויד שפירא, רב אין דינאוו, א זון פון הרב צבי אלימלך שפירא, דער בני יששכר. און צו זיין מוטער מרת רחל מינא.

רבנות

רבי הערש מילך איז געווען רב אין ריבאטוטש, נאכהער אין יאר ה'תרכ"ג איז ער געוארן רב אין בלאזשאוו, נאהנט צו זעכציג יאר, נאך זיין פאטער'ס פטירה י"ט אדר ה'תרל"ד האט ער אנגעהויבן פראווען רעביסטעווע. אין זיין יוגנט איז ער געפארן מיט זיין פאטער צום הייליגן רוזינער און צום שר שלום פון בעלזא, ביי זיבעצען יאר האט ער שוין געדענקט דעם ספר "ברית כהונת עולם" אויף אויסנווענדיג. אין א געלעגענהייט ווען ער האט זיך געשפארט אין לערנען מיט דעם ווייטצענער רב הרב יצחק זילבערשטיין וועגען א היתר עגונה האט ער זיך אויסגעדריקט, אז אין עלטער פון פיר און צוואנציג יאר האט ער שוין געקענט ארבעה חלקי שולחן ערוך אויף אויסנווענדיג. נאך זיין חתונה האט ער געגעסן קעסט ביים צאנזער רב, און ער איז געווען פון די חבריא יונגעלייט וואס דער צאנזער רב האט מיט זיי געלערנט, און ער האט באקומען היתר הוראה פון צאנזער רב.

הסתלקות

אין יאר ה'תרפ"ג האט רבי הערש מילך זיך באזעצט אין ריישא, דארט האט ער זיך געקויפט א הויז אין געעפנט דאס בלאזשאווער קלייזעל. אין טאג פון זיין זיידן רבי דויד'ל דינאווער'ס יארצייט י"ט אדר האט ער באקומען א לונגען אנצינדונג, און צוויי וואכן שפעטער איז ער נפטר געווארן ה' ניסן ה'תרפ"ד.

פאמיליע

רבי הערש מילך האט געהייראט מרת שרה, א טאכטער הרב משה הורוויץ רב אין ראזוואדאוו, זייערע קינדער:

זיינע ספרים

  • צבי לצדיק - שו"ת
  • צבי לצדיק - על התורה
  • צבי לצדיק - מועדים

זעט אויך

רעפערענצן

  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר