אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי לייב מוכיח-בערלין"

קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
קיין רעדאגירונג באמערקונג
(בס"ד)
צייכן: רויע רעדאגירונג
 
אין תקציר עריכה
צייכן: רויע רעדאגירונג
שורה 1: שורה 1:
'''רבי אריה יהודה ליב בערלין''' (געבוירן תנ"ח, אייזנשטאט – נפטר י' כסלו תק"ג, פרעשבורג) איז געווען א גרויסער גאון און צדיק מפורסם אין דער שטאט פרעשבורג, וועלכער איז געווען באַקאַנט מיטן נאמען "רבי ליבוש אייזנשטאט" אדער "רבי ליב מוכיח". ער איז געווען איינער פון די גדולי התורה און חסידי קמאי, און איז נפטר געוואָרן ווען ער איז געווען בלויז 45 יאָר אַלט.
'''רבי אריה יהודה ליב בערלין''' (געבוירן תנ"ח, אייזנשטאט – נפטר י' כסלו תק"ג, פרעשבורג), וועלכער איז געווען באַקאַנט מיטן נאמען "רבי ליבוש אייזנשטאט" אדער "רבי ליב מוכיח", איז געווען א גרויסער גאון און צדיק מפורסם אין דער שטאט [[פרעשבורג]], און איז נפטר געוואָרן ווען ער איז געווען בלויז 45 יאָר אַלט.


==ביאגראפיע==
==ביאגראפיע==
===פריערדיגע יארן און אָפּשטאם===
===פריערדיגע יארן און אָפּשטאם===
רבי יהודה ליב בערלין איז געבוירן געוואָרן אין יאָר תנ"ח (1698), אין דער שטאָט אייזנשטאט, וואָס איז געווען איינע פון די "שבע קהלות" אין בורגנלאנד.
רבי יהודה ליב בערלין איז געבוירן געוואָרן אין יאָר תנ"ח אין דער שטאָט [[אייזנשטאט]], וואָס איז געווען איינע פון די "שבע קהלות" אין [[בורגנלאנד]].


זיין פאָטער איז געווען הגאון רבי מרדכי מוכיח-אשכנזי זצ"ל, וועמענס נאמען (מוכיח) האט געוויזן אויף זיינע פעולות, ווייל ער האט אַ סך מענטשן צוריקגעקערט פון זינד. רבי מרדכי מוכיח איז געווען א זון פון רבי ישעיה אשכנזי פון [[עלזאס|עלזאַס]] (אלזאץ), א געגנט אין מזרח פראַנקרייך. רבי מרדכי מוכיח איז געווען פון א יחוסדיקן אפשטאם, מצד זיין פאָטער איז ער געווען אן אייניקל פון הגה"ק רבי אברהם חיים שור, דער בעל 'תורת חיים' און 'צאן קדשים'. מצד זיין מוטער איז ער געווען פון דער משפחה פון בעל ה'תוספות יום טוב', וועלכער איז געווען זיין דוד-זקנו.
זיין פאָטער איז געווען הגאון רבי מרדכי מוכיח-אשכנזי זצ"ל, וועמענס נאמען (מוכיח) האט געוויזן אויף זיינע פעולות, ווייל ער האט אַ סך מענטשן צוריקגעקערט פון זינד{{הערה|1='אבני בית היוצר', פאקש תר"ס, דף ל}}. רבי מרדכי מוכיח איז געווען א זון פון רבי ישעיה אשכנזי פון [[עלזאס|עלזאַס]], א געגנט אין מזרח פראַנקרייך. רבי מרדכי מוכיח איז געווען פון א יחוסדיגן אפשטאם, מצד זיין פאָטער איז ער געווען אן אייניקל פון [[רבי אברהם חיים שור]], דער בעל 'תורת חיים' און 'צאן קדשים'. מצד זיין מוטער איז ער געווען פון דער משפחה פון בעל ה'[[תוספות יום טוב]]', וועמען זיין זון רבי ישעיה ברלין רופט עלטער-פעטער{{הערה|עלים לתרופה}}.


רבי מרדכי מוכיח איז נפטר געוואָרן י"ט אייר תפ"ט (1729), און ער ליגט אין חלקת הרבנים אין דעם אלטן בית החיים אין פרעשבורג.
רבי מרדכי מוכיח איז נפטר געוואָרן י"ט אייר תפ"ט (1729), און ער ליגט אין חלקת הרבנים אין דעם אלטן בית החיים אין פרעשבורג.


===חינוך און רביים===
===חינוך און רביים===
רבי ליב האט געלערנט אין דער ישיבה אין אייזנשטאט ביי זיין רבי'ן הגה"ק [[רבי מאיר אייזנשטאט]] זצ"ל, דער בעל 'פנים מאירות', און איז געווען איינער פון זיינע מובהק'סטע תלמידים.
רבי ליב האט געלערנט אין דער ישיבה אין אייזנשטאט ביי זיין רבי'ן הגה"ק [[רבי מאיר אייזנשטאט]], דער בעל 'פנים מאירות', און איז געווען איינער פון זיינע תלמידים מובהקים.


אין ווינטער פון יאָר תע"ב (1712), ווען ער איז געווען אַלט פערצן יאָר, האט ער געלערנט תורה ביי הגה"ק רבי גבריאל עשקעלעש זצ"ל, אב"ד פון ניקלשבורג. רבי פנחס קאצינלנבויגן זצ"ל, אב"ד פון באַסקוויץ, האט עדות געזאָגט אַז רבי ליבוש איז דעמאָלט שוין געווען "בר חכים טובי" (אַ חכם).
אין ווינטער פון יאָר תע"ב, ווען ער איז געווען אַלט פערצן יאָר, האט ער געלערנט תורה ביי רבי גבריאל עשקעלעש, אב"ד ניקלשבורג. אין יענער צייט, האָט זיין פאָטער רבי מרדכי מוכיח געבעטן זיין חבר, הג"ר פנחס קאצינלנבויגן, אב"ד באסקוויץ, "להשגיח על בנו ליבוש הנ"ל". רבי פנחס קאצינלנבויגן האט עדות געזאָגט אַז רבי ליבוש איז דעמאָלט שוין געווען "בר חכים טובי"{{הערה|1=הג"ר פנחס קאצינלנבויגן בספר זכרונותיו 'יש מנחילין' (מהדו' מכון חת"ס, ירושלים תשמ"ו, סי' קסח)}}.


===משפחה און וואוינאָרט===
===משפחה און וואוינאָרט===
אין דער צייט ווען ער איז געווען אין ניקלשבורג, האט מען גערעדט א שידוך צווישן אים און דער טאָכטער פון הגאון רבי יעקב מרדכי כ"ץ זצ"ל, אב"ד פון פּוזנאַ. הגאון [[רבי נפתלי כ"ץ]] (דער בעל 'סמיכת חכמים') זצ"ל, רבי יעקב מרדכי'ס פאָטער, האט געפסקנט דער שידוך איז מעגליך, אָבער דער שידוך איז דאָך נישט צושטאַנד געקומען.
אין דער צייט ווען ער איז געווען אין ניקלשבורג, האט מען גערעדט א שידוך צווישן אים און דער טאָכטער פון הגאון רבי יעקב מרדכי כ"ץ זצ"ל, אב"ד פון פּוזנאַ. הגאון [[רבי נפתלי כ"ץ]] (דער בעל 'סמיכת חכמים') זצ"ל, רבי יעקב מרדכי'ס פאָטער, האט געפסקנט דער שידוך איז מעגליך, אָבער דער שידוך איז דאָך נישט צושטאַנד געקומען.


דערנאָך האט רבי ליב געהייראט זיין זוגה מרת יהודית ע"ה, טאָכטער פון דעם קצין רבי יצחק איצק בערלין ז"ל, א פּרנס און מנהיג פון די דריי קהילות אה"ו. זיין שווער איז געווען דער זון פון רבי יהודה בערלין ז"ל ("יאסט ליבמאן"). נאָך זיין חתונה האט ער אַ צייט געוואוינט אין דער שטאָט בערלין, אויף וועלכער ער האט גענומען זיין פאַמיליע־נאָמען.
דערנאָך האט רבי ליב געהייראט מרת יהודית, טאָכטער פון דעם קצין רבי יצחק איצק בערלין, א פּרנס און מנהיג פון די דריי קהילות אה"ו. רבי יצחק איז געווען דער זון פון הקצין ה[[שתדלן]] רבי יהודה בערלין ("יאסט ליבמאן"). נאָך זיין חתונה האט ער אַ צייט געוואוינט אין דער שטאָט בערלין, אויף וועלכער ער האט גענומען זיין פאַמיליע־נאָמען.


אין יאָר תע"ט (1719) האט ער געוווינט אין וויען, וואו ער האט געהאט אַן עפּיזאָד מיט א הלכה'דיגן פּסק.
אין יאָר תע"ט האט ער זיך באזעצט אין וויען, וואו זיין קינד יצחק איז נפטר געוואָרן יום ד' כסלו ת"פ.
ער האט שפעטער זיך אומגעקערט צו זיין געבורטס־שטאָט אייזנשטאט, וואו מען געפינט זיין חתימה אויף א פסק דין פון יאָר תפ"ה, וואָס ווייזט אז ער האט אמאל געדינט אלס דיין. ער ווערט אויך דערמאנט אין [[מאטערסדארף|מאַטערסדאָרף]], וואו ער האט געפסקנט אין סכסוכים צווישן די קהילה מיטגלידער אין יאָר תפ"ד.


ער האט שפעטער זיך אומגעקערט קיין אייזנשטאט, וואו ער איז אמאל געווען אַ דיין. זיין חכמה איז אויך דערמאנט געוואָרן אין [[מאטערסדארף|מאַטערסדאָרף]], וואו ער האט געפסקנט אין קהילה סכסוכים אין יאָר תפ"ד.
===זיין קעגנערשאפט צו רבנות===
רבי ליב מוכיח איז געווען באַקאַנט אלס א גאון מובהק, קדוש, און אַ גרויסער מוכיח{{הערה|1=מליצי אש, י' כסלו}}. טראָץ זיין גרויסקייט, האט ער קלאָר אפגעזאָגט צו אָננעמען אויף זיך דעם יאָך פון רבנות.


===דער 'חסיד' און זיין קעגנערשאפט צו רבנות===
זיין זון, רבי ישעיה בערלין, האט עדות געזאָגט אַז דער טיטל "חסיד" איז אים געווען גערעכטפארטיגט לויט חז"ל. רבי ישעיה בערלין האט דערציילט א מעשה ווי רבי ליב מוכיח איז אדורכגעגאנגען דעם נסיון וואס איז געווען גלייך צו דעם "וואס בני בתירא האָבן געטון צו הלל" (אפגעזאָגט די גדולה):
רבי ליב מוכיח איז געווען באַקאַנט אלס א גאון מובהק, קדוש, און אַ גרויסער מוכיח. טראָץ זיין גרויסקייט, האט ער קלאָר אפגעזאָגט צו אָננעמען אויף זיך דעם יאָך פון רבנות.
:נאָכדעם וואָס זיין רבי, דער בעל 'פנים מאירות' (רבי מאיר אייזנשטאט), איז געווען געצווינגען צו פארלאָזן אייזנשטאט מחמת סכנה, האָט די קהילה געהייסן דעם תלמיד מובהק, רבי ליב מוכיח, צו ווערן זייער רב. ער האט דורש געווען שבּת ראשונה, און די רבּנית (די ווייב פון זיין רבי'ן) האט אים געשיקט מתנות און אַ קליין שטיקל בריוו. רבי ליב מוכיח האָט ביי די שלוש סעודות געזאָגט פארן גאנצן קהל, אַז ער וועט נישט זיין זייער רב. ער האָט דערקלערט, אַז אין דעם בריוו האָט די רבנית געשריבן אַז דער בעל 'פנים מאירות' האָט געהאַט אַ חזון-ליל (נאַכט וויזיע) וואָס האָט אים געוויזן דעם פּסוק "אוכל לחמי הגדיל עלי עקב" (תהלים מא, י), וועלכער ראשי-תיבות איז: "ליב". רבי ליב מוכיח האָט פאַרשטאַנען דעם פּסוק (וואָס מיינט אַז איינער וואָס האָט געגעסן פון זיין ברויט האָט אים אויסגעמיטן) אַז דאָס איז קעגן זיין רבי'נס רצון, און דעריבער האָט ער בשום אופן נישט געוואָלט אננעמען די רבנות{{הערה|1=ספר 'תאומי צביה' - דרשות הג"ר זלמן זאב זצ"ל המגיד מווילנא (ב"ב תשס"ו, עמ' סט-עא)}}.
 
זיין זון, רבי ישעיה בערלין, האט עדות געזאָגט אַז דער טיטל "חסיד" איז אים געווען גערעכטפארטיקט לויט חז"ל. רבי ישעיה בערלין האט דערציילט א מעשה ווי רבי ליב מוכיח איז אדורכגעגאנגען דעם נסיון וואס איז געווען גלייך צו דעם "וואס בני בתירא האָבן געטאָן להלל" (אפגעזאָגט די גדולה):
:נאָכדעם וואָס זיין רבי, דער בעל 'פנים מאירות' (רבי מאיר אייזנשטאט), איז געווען געצווינגען צו פארלאָזן אייזנשטאט מחמת סכנה, האָט די קהילה געהייסן דעם תלמיד מובהק, רבי ליב מוכיח, צו ווערן זייער רב. ער האט דורש געווען שבּת ראשונה, און די רבּנית (די ווייב פון זיין רבי'ן) האט אים געשיקט מתנות און אַ קליין שטיקל בריוו. רבי ליב מוכיח האָט ביי די שלוש סעודות געזאָגט פארן גאנצן קהל, אַז ער וועט נישט זיין זייער רב. ער האָט דערקלערט, אַז אין דעם בריוו האָט די רבנית געשריבן אַז דער בעל 'פנים מאירות' האָט געהאַט אַ חזון-ליל (נאַכט וויזיע) וואָס האָט אים געוויזן דעם פּסוק "אוכל לחמי הגדיל עלי עקב" (תהלים מא, י), וועלכער ראשי-תיבות איז: "ליב". רבי ליב מוכיח האָט פאַרשטאַנען דעם פּסוק (וואָס מיינט אַז איינער וואָס האָט געגעסן פון זיין ברויט האָט אים אויסגעמיטן) אַז דאָס איז קעגן זיין רבי'נס רצון, און דעריבער האָט ער בשום אופן נישט געוואָלט אננעמען די רבנות.


===ספריו און ירושה===
===ספריו און ירושה===
כאטש רבי ליב מוכיח האָט מחבר געווען דרייצן (י"ג) חיבורים, איז מען נישט זוכה געווען צו הנאה האָבן פון זיי ביז היינט, אַחוץ פון קליינע חידושים וואָס זענען דערמאנט געוואָרן דורך זיין זון און חתנים.
כאטש רבי ליב מוכיח האָט מחבר געווען דרייצן (י"ג) חיבורים, איז מען נישט זוכה געווען צו הנאה האָבן פון זיי ביז היינט, אַחוץ פון קליינע חידושים וואָס זענען דערמאנט געוואָרן דורך זיין זון און חתנים.


איין כתב יד פונעם מחבר איז באַקאַנט: "פירוש א-מלות". דער כתב יד איז אָנגעשריבן געוואָרן אין העברעאיש און געפינט זיך אין דער אוניווערסיטעט ביבליאָטעק פון פראַנקפורט אַם מיין.
איין כתב יד פונעם מחבר איז באַקאַנט: "פירוש א-מלות" אדער "ספר המספרים": דאָס ספר ווערט באַשריבן ווי אַן ענציקלאפּעדיע ענליך צו 'פחד יצחק' (פון אות א' ביז ערך אגד), מיט "בקיאות וחריפות עצום בדקדוק וקבלה". דער כתב יד איז אָנגעשריבן געוואָרן אין העברעאיש און געפינט זיך אין דער אוניווערזיטעט ביבליאָטעק פון פראַנקפורט אַם מיין. אין די משניות דפוס דיהרנפורט תקס"ו, האָט מען געדרוקט נאָר איין ענין פון דעם ספר{{הערה|1=https://sammlungen.ub.uni-frankfurt.de/mshebr/content/titleinfo/1932818}}.


חידושים און דברי תורה אין זיין נאמען זענען געבראַכט געוואָרן:
חידושים און דברי תורה אין זיין נאמען זענען געבראַכט געוואָרן אין זיין זון רבי ישעיה בערלין'ס ספרים, ווי 'מיני תרגומא', און אין שו"ת 'זכרון יוסף' פון זיין איידעם הגאון [[רבי יוסף שטיינהארט]]. רבי יוסף שטיינהארט האט געבראכט דארט אן אינטערעסאנטע רעטעניש וועגן יעקב אבינו'ס מַצֵּבָה.
# אין זיין זון רבי ישעיה בערלין'ס ספרים, ווי 'מיני תרגומא'.
# אין שו"ת 'זכרון יוסף' פון זיין איידעם הגאון [[רבי יוסף שטיינהארט]]. רבי יוסף שטיינהארט האט געבראכט דארט אן אינטערעסאנטע רעטעניש וועגן יעקב אבינו'ס מַצֵּבָה.


===קינדער און אייניקלעך===
===קינדער און אייניקלעך===
שורה 55: שורה 52:
רבי ליב מוכיח איז געפאָרן צו באַזוכן דעם ציון הקדוש פון זיין פאָטער אין פרעשבורג. דאָרט איז ער נפטר געוואָרן אין יאָר תק"ג (1742), יום שבת קודש, י' כסלו, ערב פרשת ויצא.
רבי ליב מוכיח איז געפאָרן צו באַזוכן דעם ציון הקדוש פון זיין פאָטער אין פרעשבורג. דאָרט איז ער נפטר געוואָרן אין יאָר תק"ג (1742), יום שבת קודש, י' כסלו, ערב פרשת ויצא.


ער איז באגראָבן אין דער חלקת הרבנים אין דעם אַלטן בית החיים אין פרעשבורג, לעבן זיין פאָטער'ס קבר און נאָענט צום ציון פון מרן החת"ס. אויף זיין מצבה איז איינגעקריצט געוואָרן אַ נוסח פון זיין זון רבי ישעיה, וואָס הייבט זיך אָן מיט דער קלאָגע: "הוי אריאל אריאל לאב כי האי ארי מתיל...". זיין מצבה ווייזט א צורה פון צוויי אריות וואס האַלטן אַן אָפן ספר.
ער איז באגראָבן אין דער חלקת הרבנים אין דעם אַלטן בית החיים אין פרעשבורג, לעבן זיין פאָטער'ס קבר און נאָענט צום ציון פון מרן החת"ס. אויף זיין מצבה איז איינגעקריצט געוואָרן אַ נוסח פון זיין זון רבי ישעיה, וואָס הייבט זיך אָן מיט דער קלאָגע: "הוי אריאל אריאל לאב כי האי ארי מתיל…". די מצבה ענטהאַלט אויך א רמז צו זיין י"ג חיבורים: "נמשך ממנו תלת עשרי נהרא דאפרסמון". זיין מצבה ווייזט א צורה פון צוויי אריות וואס האַלטן אַן אָפן ספר.
 
==ביבליאגראפיע==
*{{היברובוקס|רבי יצחק ווייס|אבני בית היוצר|46704|page=79|מקום הוצאה=פאקש|שנת הוצאה=תר"ס|עמ=דף ל.–לג.|סי' א וב'}}
*https://ladaat.info/showgil.aspx?par=20241207&gil=2199
*https://ladaat.info/showgil.aspx?par=20241214&gil=2199

נאוויגאציע מעניו