אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "דרעפט:שלמה קארליבאך"
אין תקציר עריכה |
אין תקציר עריכה |
||
| שורה 1: | שורה 1: | ||
{{דרעפט}} | {{דרעפט}} | ||
'''שלמה קאַרליבאך''', באַקאַנט אלס ר' שלמה'לע קאַרלבאך | '''שלמה קאַרליבאך''', באַקאַנט אלס ר' שלמה'לע קאַרלבאך (י"ח טבת ה'תרפ"ה – ט"ז חשון ה'תשנ"ה, 14טן יאנואר 1925 – 21סטן אקטאבער 1994), איז געווען א אידישער מוזיקער, דערציילער, משפיע, און רוחניות'דיגער פירער, וועמענס לעבן און שאפונג האָבן געפירט צו פילע מחלוקת און דיסקוסיעס ביים אידישן עולם. | ||
==ביאָגראַפיע== | ==ביאָגראַפיע== | ||
ר' שלמה איז געבוירן איז געבוירן געוואָרן | ר' שלמה איז געבוירן איז געבוירן געוואָרן אין בערלין, דייטשלאנד, אין אַן אַלטער יעקישער רבנישער דינאַסטיע. זיין פאמיליע האט געדארפט אנטלויפן פון די נאציס אין 1931 קיין עסטרייך, וואו זיין פאָטער, הרב נפתלי קאַרליבאַך, האָט געדינט אַלס הויפּט-רב אין באַדן לעבן ווין פון 1931 ביז 1938. שלמה האט דאן געלערנט אין ישיבה אין ליטע. מיטן אויפקום פון די נאציס האט די משפחה געפליכטעט קיין שווייץ, איידער זיי האבן עמיגרירט קיין אמעריקע אין תרצ"ט (1939). זיין פאטער האט געגרינדעט דעם ביהמ"ד קהילת יעקב, וואס איז היינט באוואוסט אלס די "קארליבאך שול", אין אפּער וועסט סייד מאנהעטן. | ||
שלמה מיט זיין צווילינג ברודער, הרב אלי' חיים קאַרליבאַך, האָבן געלערנט אין דער חרדישער ישיבה [[תורה ודעת]] ביי הגאון רבי שלמה היימאן, און שפּעטער אין בית מדרש גבוה אין לעיקוואָד אונטער הגאון רבי אהרן קאטלער. קאַרליבאַך איז דאָרט באַטראַכט געוואָרן אַלס איינער פון די שפּיץ תלמידים. ער איז געווען באַקאַנט פאַר זיין ברייטער תורה קענטעניש. ער האָט פלייסיג געלערנט אין די יונגע יאָרן, געהאַט היתר הוראה, און געהאַט א גוטן קאָפּ. זיינע חידושים אַלס בחור זענען געווען באַדייטיג, און עטליכע האַלטן אַז ער איז געווען "מלא וגדוש בחסידות". | |||
ער איז געווען באַקאַנט פאַר זיין ברייטער תורה קענטעניש. ער האָט פלייסיג געלערנט אין די יונגע יאָרן, געהאַט היתר הוראה, און געהאַט א גוטן קאָפּ. זיינע חידושים אַלס בחור זענען געווען באַדייטיג, און עטליכע האַלטן אַז ער איז געווען "מלא וגדוש בחסידות". | |||
אין 1949 האָט ער פאַרלאָזט לעיקוואָד און זיך צוגעטשעפּעט צו חב"ד-ליובאַוויטש. פון 1951 ביז 1954 האָט ער געדינט אַלס איינער פון די ערשטע שלוחים פונעם זיבעטן ליובאַוויטשער רבין, רבי מנחם מענדל שניאורסאָן, מיט'ן ציל צו פאַרשפּרייטן דעם חסידישן מעסעדזש אין אַמעריקע. ער האָט באַקומען רבנישע סמיכה אין 1954 פון [[רבי יצחק הוטנער|הרב יצחק הוטנער]], דער ראש ישיבה פון ישיבה חיים בערלין. זיינע ראשי ישיבה האָבן אים אָפּגערעדט פון זיין באַגער צו פאַרפאָלגן מוזיק, האַלטנדיג עס פאַר אַ צייטפאַרברענג{{הערה|1=Eric Offenbacher, "Interview with a Jewish Minstrel," Jewish Life, Aug. 1959, pp. 53^57}}. | |||
קארליבאך האט חתונה געהאט שפעט, ביי די 48 יאר, מיט נעילה (גליק) פון טאראנטא, און זיי האבן געהאט צוויי טעכטער: נשמה און נדרה. | קארליבאך האט חתונה געהאט שפעט, ביי די 48 יאר, מיט נעילה (גליק) פון טאראנטא, און זיי האבן געהאט צוויי טעכטער: נשמה און נדרה. | ||
| שורה 35: | שורה 34: | ||
רעב שלמה'ס שליחות איז געווען צו דערגרייכן פרייע אידן און זיי מקרב זיין צו יודישקייט. ער איז אריין אין דער [[היפי]] באוועגונג, און די גרופע ארום אים ביי די גרויסע מוזיק פעסטיוואלן איז גערופן געווארן "די הייליגע היפּיס". ער האט געזען אין יעדן מענטשן א גוטס, באזירט אויפן צלם אלקים, און האט געלייגט דעם עיקר דגש אויף אהבת ישראל, אהבה, ערליכקייט, און תמימות. ער האט ארומגעפארן איבער דער גארער וועלט, ספעציעל אין די קאמוניסטישע לענדער, צו מחזק זיין די יודן דארטן. | רעב שלמה'ס שליחות איז געווען צו דערגרייכן פרייע אידן און זיי מקרב זיין צו יודישקייט. ער איז אריין אין דער [[היפי]] באוועגונג, און די גרופע ארום אים ביי די גרויסע מוזיק פעסטיוואלן איז גערופן געווארן "די הייליגע היפּיס". ער האט געזען אין יעדן מענטשן א גוטס, באזירט אויפן צלם אלקים, און האט געלייגט דעם עיקר דגש אויף אהבת ישראל, אהבה, ערליכקייט, און תמימות. ער האט ארומגעפארן איבער דער גארער וועלט, ספעציעל אין די קאמוניסטישע לענדער, צו מחזק זיין די יודן דארטן. | ||
קארליבאך'ס מוזיקאלישער סטיל איז געווען א מישונג פון פאלק-[[ראק מוזיק|ראק]]-[[פאפ מוזיק | קארליבאך'ס מוזיקאלישער סטיל איז געווען א מישונג פון פאלק-[[ראק מוזיק|ראק]]-[[פאפ מוזיק]] מיט טעקסטן פון די תורה. ער האט גענוצט מוזיק אלס א כלי צו לערנען און האט גע'חידוש'ט ניגונים וואס האבן געשפילט א גרויסע ראלע אין דער יודישער קולטור, אריינגערעכנט אין דער "נעא-חסידישער" תנועה. טראץ דעם וואס ער איז נישט געווען א מוזיקאלישער ווירטואז, און זיין גיטאר האט אָפטמאל געפעלט א שטריקל, זענען זיינע ניגונים דויערהאפטיג. ער האט געהאלטן, אז יעדער קען זינגען זיינע לידער, און זיי געבן כח ווי "א יודישער וויטאמין פיל". | ||
פון זיינע מערסט באקאנטע ניגונים זענען: "עוד ישמע" (וואס איז א יסוד ביי חתונות), "והאר עינינו" (וואס האט געוואונען דריט פלאץ אינעם ערשטן חסידישן געזאנג פעסטיוואל אין ישראל 1969), און "עם ישראל חי" (וואס איז געווארן דער הימנע פון דער | פון זיינע מערסט באקאנטע ניגונים זענען: "עוד ישמע" (וואס איז א יסוד ביי חתונות), "והאר עינינו" (וואס האט געוואונען דריט פלאץ אינעם ערשטן חסידישן געזאנג פעסטיוואל אין ישראל 1969), און "עם ישראל חי" (וואס איז געווארן דער הימנע פון דער סאוויעטישער אידנטום באוועגונג). עס איז אינטערעסאנט צו באמערקן אז דער ניגון באוואוסט אלס "הבדלה קרליבך" איז נישט קאמפאזירט געווארן דורך אים, און איז מעגליך פארבונדן מיט מאדזשיץ. קארליבאך האט אליין עדות געזאגט אז זיין גאנצע מוזיק שטאמט פון מאדזשיץ. | ||
א "קארליבאך מנין", אדער א "נעא-חסידישער מנין", איז א אידישע תפילה סערוויס וואס נוצט די ניגונים וואס ער האט קאמפאזירט, ספעציעל פארן קבלת שבת. די סערוויסעס זענען אויסגעצייכנט מיט זייער דגוש אויפן זינגען די תפילה, אָפט מיט א געשמאקן און לעבעדיגן סטיל{{הערה|{{לינק|קעפל=Carlebach minyan|אדרעס=https://en.wikipedia.org/wiki/Carlebach_minyan|זייטל=Wikipedia}}}}. | א "קארליבאך מנין", אדער א "נעא-חסידישער מנין", איז א אידישע תפילה סערוויס וואס נוצט די ניגונים וואס ער האט קאמפאזירט, ספעציעל פארן קבלת שבת. די סערוויסעס זענען אויסגעצייכנט מיט זייער דגוש אויפן זינגען די תפילה, אָפט מיט א געשמאקן און לעבעדיגן סטיל{{הערה|{{לינק|קעפל=Carlebach minyan|אדרעס=https://en.wikipedia.org/wiki/Carlebach_minyan|זייטל=Wikipedia}}}}. | ||
רעוויזיע פון 01:49, 7 נאוועמבער 2025
|
|
דאס איז א דרעפט ארטיקל. עס איז אַן אַרבעט אין פּראָגרעס וואָס איז אָפן פאַר רעדאַגירונג דורך סיי וועם. ווען דער דרעפט איז פארטיג, ביטע גייט איבער דעם אריבערפירן טשעקליסט, זיכער צו מאכן אז עס איז גרייט. דערנאך קענט איר בעטן פון די דרעפט אריבערפירער אז זיי זאלן עס איבערגיין און אריבערפירן צום הויפט געביט. (אייער בקשה וועט פובליצירט ווערן אין המכלול:אריבערפירן דרעפטס, און דארט וועט אויך ערשיינען דער ענטפער - אויב פעלט אויס). |
שלמה קאַרליבאך, באַקאַנט אלס ר' שלמה'לע קאַרלבאך (י"ח טבת ה'תרפ"ה – ט"ז חשון ה'תשנ"ה, 14טן יאנואר 1925 – 21סטן אקטאבער 1994), איז געווען א אידישער מוזיקער, דערציילער, משפיע, און רוחניות'דיגער פירער, וועמענס לעבן און שאפונג האָבן געפירט צו פילע מחלוקת און דיסקוסיעס ביים אידישן עולם.
ביאָגראַפיע
ר' שלמה איז געבוירן איז געבוירן געוואָרן אין בערלין, דייטשלאנד, אין אַן אַלטער יעקישער רבנישער דינאַסטיע. זיין פאמיליע האט געדארפט אנטלויפן פון די נאציס אין 1931 קיין עסטרייך, וואו זיין פאָטער, הרב נפתלי קאַרליבאַך, האָט געדינט אַלס הויפּט-רב אין באַדן לעבן ווין פון 1931 ביז 1938. שלמה האט דאן געלערנט אין ישיבה אין ליטע. מיטן אויפקום פון די נאציס האט די משפחה געפליכטעט קיין שווייץ, איידער זיי האבן עמיגרירט קיין אמעריקע אין תרצ"ט (1939). זיין פאטער האט געגרינדעט דעם ביהמ"ד קהילת יעקב, וואס איז היינט באוואוסט אלס די "קארליבאך שול", אין אפּער וועסט סייד מאנהעטן.
שלמה מיט זיין צווילינג ברודער, הרב אלי' חיים קאַרליבאַך, האָבן געלערנט אין דער חרדישער ישיבה תורה ודעת ביי הגאון רבי שלמה היימאן, און שפּעטער אין בית מדרש גבוה אין לעיקוואָד אונטער הגאון רבי אהרן קאטלער. קאַרליבאַך איז דאָרט באַטראַכט געוואָרן אַלס איינער פון די שפּיץ תלמידים. ער איז געווען באַקאַנט פאַר זיין ברייטער תורה קענטעניש. ער האָט פלייסיג געלערנט אין די יונגע יאָרן, געהאַט היתר הוראה, און געהאַט א גוטן קאָפּ. זיינע חידושים אַלס בחור זענען געווען באַדייטיג, און עטליכע האַלטן אַז ער איז געווען "מלא וגדוש בחסידות".
אין 1949 האָט ער פאַרלאָזט לעיקוואָד און זיך צוגעטשעפּעט צו חב"ד-ליובאַוויטש. פון 1951 ביז 1954 האָט ער געדינט אַלס איינער פון די ערשטע שלוחים פונעם זיבעטן ליובאַוויטשער רבין, רבי מנחם מענדל שניאורסאָן, מיט'ן ציל צו פאַרשפּרייטן דעם חסידישן מעסעדזש אין אַמעריקע. ער האָט באַקומען רבנישע סמיכה אין 1954 פון הרב יצחק הוטנער, דער ראש ישיבה פון ישיבה חיים בערלין. זיינע ראשי ישיבה האָבן אים אָפּגערעדט פון זיין באַגער צו פאַרפאָלגן מוזיק, האַלטנדיג עס פאַר אַ צייטפאַרברענג[1].
קארליבאך האט חתונה געהאט שפעט, ביי די 48 יאר, מיט נעילה (גליק) פון טאראנטא, און זיי האבן געהאט צוויי טעכטער: נשמה און נדרה.
ער איז נפטר געווארן אין 1994 (ט"ז חשוון תשנ"ה) פון א הארץ-אטאקע, בשעת ער איז געווען אויפן וועג מיט א פליגער קיין קאנאדע. די לעצטע ניגון וואס ער האט געשפילט מינוטן פאר זיין פטירה איז געווען "חַסְדֵי ה' כִּי לֹא תָמְנוּ כִּי לֹא כָלוּ רַחֲמָיו" (איכה ג', כ"ב). צוליב דעם וואס ער האט צעטיילט זיין גאנצע פארמעגן פאר צדקה, איז ער אוועק "חסר פרוטה", און תלמידים האבן געמוזט קלויבן נדבות צו ארגאניזירן די לוויה. ער איז באערדיגט אויפן הר המנוחות.
מוזיק און השפּעה
ר' שלמה קאַרלבאך איז באַקאַנט אַלס אַ מחבר פון ניגונים און סיפורי צדיקים. זיין ערשטער ניגון איז געשאַפן געוואָרן אין וויען. זיין מוזיק איז אַ סך געזונגען, פאַרשאַפנדיג "אן התעוררות". עס איז געשילדערט אַלס "טיפע הייליגע ניגונים", געזונגען מיט אַ "געגועים צום באשעפער".
זיינע ניגונים און רעקאָרדירונגען, וואָס ווערן ברייט געפונען אין אַרכיוון, שליסן איין:
- "גם כי אלך".
- "הנשמה לך".
- "אשר ברא".
- "ומחה דמעה".
- "שפכי כמים ליבך".
- "מנוחה ושמחה".
- "יחד".
- "חסדי השם".
- "לכבוד שבת".
זיינע לידער האָבן אַ השפּעה אויף אידן פון אַלע קרייזן, אַריינגערעכנט חסידישע, ליטווישע, ספרדישע, און בעלי תשובה. זיין מוזיק איז נאָך אַלץ שטאַרק פּאָפּולער.
פילאָזאָפיע און קירוב
ר' שלמה איז ברייט אַנערקענט ווי איינער פון די "גרעסטע מחזירי בתשובות בימיו", וואָס האָט צוריקגעבראַכט "טויזנטע יודישע נשמות". זיין גאַנצע לעבן איז געווען געווידמעט "אהבת ה', אהבת ישראל, אהבת תורה". מען זאָגט אַז זיין אהבת ישראל איז געווען "ממש אין סוף".
רעב שלמה'ס שליחות איז געווען צו דערגרייכן פרייע אידן און זיי מקרב זיין צו יודישקייט. ער איז אריין אין דער היפי באוועגונג, און די גרופע ארום אים ביי די גרויסע מוזיק פעסטיוואלן איז גערופן געווארן "די הייליגע היפּיס". ער האט געזען אין יעדן מענטשן א גוטס, באזירט אויפן צלם אלקים, און האט געלייגט דעם עיקר דגש אויף אהבת ישראל, אהבה, ערליכקייט, און תמימות. ער האט ארומגעפארן איבער דער גארער וועלט, ספעציעל אין די קאמוניסטישע לענדער, צו מחזק זיין די יודן דארטן.
קארליבאך'ס מוזיקאלישער סטיל איז געווען א מישונג פון פאלק-ראק-פאפ מוזיק מיט טעקסטן פון די תורה. ער האט גענוצט מוזיק אלס א כלי צו לערנען און האט גע'חידוש'ט ניגונים וואס האבן געשפילט א גרויסע ראלע אין דער יודישער קולטור, אריינגערעכנט אין דער "נעא-חסידישער" תנועה. טראץ דעם וואס ער איז נישט געווען א מוזיקאלישער ווירטואז, און זיין גיטאר האט אָפטמאל געפעלט א שטריקל, זענען זיינע ניגונים דויערהאפטיג. ער האט געהאלטן, אז יעדער קען זינגען זיינע לידער, און זיי געבן כח ווי "א יודישער וויטאמין פיל".
פון זיינע מערסט באקאנטע ניגונים זענען: "עוד ישמע" (וואס איז א יסוד ביי חתונות), "והאר עינינו" (וואס האט געוואונען דריט פלאץ אינעם ערשטן חסידישן געזאנג פעסטיוואל אין ישראל 1969), און "עם ישראל חי" (וואס איז געווארן דער הימנע פון דער סאוויעטישער אידנטום באוועגונג). עס איז אינטערעסאנט צו באמערקן אז דער ניגון באוואוסט אלס "הבדלה קרליבך" איז נישט קאמפאזירט געווארן דורך אים, און איז מעגליך פארבונדן מיט מאדזשיץ. קארליבאך האט אליין עדות געזאגט אז זיין גאנצע מוזיק שטאמט פון מאדזשיץ.
א "קארליבאך מנין", אדער א "נעא-חסידישער מנין", איז א אידישע תפילה סערוויס וואס נוצט די ניגונים וואס ער האט קאמפאזירט, ספעציעל פארן קבלת שבת. די סערוויסעס זענען אויסגעצייכנט מיט זייער דגוש אויפן זינגען די תפילה, אָפט מיט א געשמאקן און לעבעדיגן סטיל[2].
אַ סך זענען געווען איבערצייגט אַז ער איז געווען אַ "נסתר שבנסתר", וואָס האָט מקריב געווען זיין עוה"ז ועוה"ב צו מקרב זיין אידן. זיין וועג ווערט פאַרגלייכט מיטן אמת'ן דרך פון בעל שם טוב.
תורות און מעשיות
רעב שלמה האט פארציילט איבער טויזנט ניגונים און טויזנטער רוחניות'דיגע שיעורים. ער האט בעיקר געשריבן זייער ווייניג, און זיין תורה ווערט צוזאמגעשטעלט פון פראגמענטן און רעקארדירונגען. ער איז געווען א גרויסער בעל מעשה (סיפורי חסידים), וואס האט אריינגערעכנט מעשיות פון רבי קלונימוס קלמן פון פיאסעצנא און יוסל'ה קמצן קדוש.
זיינע סיפורים זענען נישט אַלע געווען "פארלעסליך", און אַמאָל זענען זיי געווען "פרי דמיונו"[3]. פילע מעשׂיות זענען געווען "אויפגעבלאזן" פון אַ קליינער שורה[4]. ער איז אָפט אָנגערופן געוואָרן אַ "סטאָרי טעלער".
זיין עיקר שיטה איז געווען אז מען דארף עפענען דאס הארץ צו יעדען, און אז די טענה'רייען און קנאה זאלן אויפהערן.
קאָנטראָווערסיעס און קריטיק
ר' שלמה'ס קירוב מעטאָדן און פּערזענליכע אויפפירונג זענען געווען די הויפּט מקורות פון מחלוקת.
- הלכה און אויפפירונג: קריטיק איז געווען אויף זיין זיך "מחבק זיין און מנשק זיין מיט נשים", וואָס זיין פירערשאַפט האָט אָפט געטון "בפרהסיא". די דאָזיגע אַקציעס זענען אַנערקענט אַלס איסורים/עבירות. ער האָט דאָס געפירט אפילו ביי קאָנצערטן מיט תערובות ביים כותל המערבי. אפילו די רבנים פון ציוניסטישן רבנות האָבן געהאַט אַ פּראָבלעם מיט זיינע קאָנצערטן מיט פרויען ביים כותל[5].
- פאַרענטפערן איסורים: ווען מען האָט אים געפרעגט איבער זיינע מעשׂים, האָט ער פאַרענטפערט אַז ער טוט "איסורים צו ראטעווען יענעמס נשמה". ער האָט דאָס פאַרגלייכט מיט פּיקוח נפש, וואו מען מעג עובר זיין אויף איסורים צו ראַטעווען אַ גוף. קריטיקער לייקענען שטאַרק דעם מהלך, טענהנדיג אַז "עס איז נישטא קיין היתר אין די תורה עובר צו זיין אויף די תורה", און אַז דאָס איז "מגלה פנים שלא כהלכה".
- הייליגקייט פון אַנדערע רעליגיעס: עס איז דאָ אַ רעקאָרדירונג וואו ער רעדט אַלס קירוב טאַקטיק צו פאַרבלאנדזשעטע בחורים, אַז אַלע רעליגיעס זענען הייליג. זיינע פאַרטיידיגער האַלטן אַז דאָס איז געווען ארויסגענומען פון קאָנטעקסט, גערעדט צו בודהיסטן, אָדער א פליטת פה. קעגנער טענה'ן אַז אַזאַ סטעיטמענט איז אַן אפיקורסות[6].
- שנאה און הוצאות שם רע: ספּאָרטיקעס פאָדערן אַז די אַלע "הוצאות שם רע" קעגן אים זענען אַן אַגענדע פון חב"ד[7]. אָבער געוויסע טענה'ן אַז די שלעכטע מעשׂיות זענען רעקאָרדירט לחרפה. עס ווערט אויך דערמאנט אַז דער טאָשער רב זצוק"ל האָט זיך אויסגעדריקט אויף אים אַלס "א קליפה נוראה". אָבער אַנדערע גדולי ישראל האָבן יאָ אַנערקענט זיין נגינה, ווי ר' אהרן קאָטלער וואָס האָט געוויינט ביי זיין ניגון "לולי תורתך".
- פּאָליטישע אַפיליאַציע: ער איז געווען זייער פּראָ-איזרעיל, אָבער קעגן דער ציוניסטישער אידעאָלאָגיע.
דער סקולענער רבי, הנועם אליעזר זצ"ל, האָט אים אַמאָל פאָרגעהאַלטן, אָבער נאָכן הערן זיין געזאַנג מיט אַ ברען, האָט דער רבי באַקומען טרערן און אים אָנגעווינטשן ונפרדו לשלום[8].
מערביינדיגע השפּעה
זיין השפּעה האָט געשאַפן די "קאַרלבאך מנינים", וואו מען דאַווענט מיט מוזיק און מיט געגועים. עטליכע האַלטן אַז ער איז געווען אַ "רב א גרויסע תלמיד חכם און א וועלטס משפיע".
זיין ברודער, רבי אלי חיים קאַרלבאך, האָט אַרויסגעגעבן איבער פערציג ספרים פון סיפורי צדיקים.
געדרוקטע ווערק
עס זענען אַרויסגעקומען צענדליגע ספרים נאָך זיין פּטירה, קאָמפּילירט דורך זיינע תלמידים, באַזירט אויף זיינע שיעורים און דערציילונגען. צווישן זיינע ווערק זענען:
- העברעאישע ספרים: פתחו שערי הלב (2 בענדער), למען אחי ורעי, אורות שלמה, הנה ימים באים: על שמחה, ריפוי ותיקון, קומו לרקוד, דיבורי הלב, דברי שיר, און שלום. עס זענען אויך אַרויסגעקומען ווערק מיט זיינע תורות אויף פרשת השבוע, אבן שלמה (בראשית און ויקרא-במדבר)[9].
- ענגלישע ספרים: Lamed Vav, Shlomo's Stories, און The Holy Beggars' Banquet.
זיינע תורות זענען באַשריבן געוואָרן אַלס "ניגונים קדושים, שמדברים אל הלב".
דרויסנדיגע לינקס
רעפערענצן
- ↑ Eric Offenbacher, "Interview with a Jewish Minstrel," Jewish Life, Aug. 1959, pp. 53^57.
- ↑ Carlebach minyan, Wikipedia
- ↑ https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=4684817#p4684817.
- ↑ https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?t=46534&start=125.
- ↑ https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=2646221#p2646221.
- ↑ https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?t=46534&start=25.
- ↑ https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=623113#p623113.
- ↑ https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=2643203#p2643203.
- ↑ https://www.machonso.org/hamaayan/?gilayon=65&id=2158.