אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:גרויסע דעפרעסיע"
אין תקציר עריכה צייכן: רויע רעדאגירונג |
אין תקציר עריכה צייכן: רויע רעדאגירונג |
||
| שורה 1: | שורה 1: | ||
{{דרעפט}} | |||
{{דעסקריפציע|אלוועלטליכע עקאנאמישע קריזיס (1929–1939)}} | {{דעסקריפציע|אלוועלטליכע עקאנאמישע קריזיס (1929–1939)}} | ||
די '''גרויסע דעפּרעסיע''' איז געווען דער | די '''גרויסע דעפּרעסיע''' (ענגליש: Great Depression) איז געווען דער ערגסטער און לענגסטער עקאָנאָמישער קריזיס אין דער היסטאָריע, וואָס האָט זיך אָנגעהויבן אין אַמעריקע אין סוף יאָר 1929 און געצויגן זיך איבער צען יאָר. דער קריזיס האָט אַרומגעכאַפּט די גאַנצע וועלט, ברענגענדיג מאַסן־אַרבעטסלאָזיקייט און הונגער. | ||
ביי אידן אין אַמעריקע האָט די דעפּרעסיע אַרויפגעוואָרפן אַ שווערע לאַסט אויף דער פילאַנטראָפּישער אַרבעט. אין קאַנאַדע האָט דער קריזיס, אינאיינעם מיט דעם היטלער אויפקום אין די דרייסיגער יאָרן, געטוישט די אימיגראַציע־אַרבעט צו אַ פראַגע פון ממש פיזישער רעטונג. די אידישע ענטפער איז געווען דורך אַ סך אָרגאַניזירטע סאָציאַלע הילף און אַ נייעם באַשלוס צו אונטערנעמען אַ קאָנסטרוקטיווע לאַנג־יעריקע עקאָנאָמישע פּראָגראַם. | ביי אידן אין אַמעריקע האָט די דעפּרעסיע אַרויפגעוואָרפן אַ שווערע לאַסט אויף דער פילאַנטראָפּישער אַרבעט. אין קאַנאַדע האָט דער קריזיס, אינאיינעם מיט דעם היטלער אויפקום אין די דרייסיגער יאָרן, געטוישט די אימיגראַציע־אַרבעט צו אַ פראַגע פון ממש פיזישער רעטונג. די אידישע ענטפער איז געווען דורך אַ סך אָרגאַניזירטע סאָציאַלע הילף און אַ נייעם באַשלוס צו אונטערנעמען אַ קאָנסטרוקטיווע לאַנג־יעריקע עקאָנאָמישע פּראָגראַם. | ||
==היסטאָרישע איבערבליק== | ==היסטאָרישע איבערבליק== | ||
די גרויסע דעפּרעסיע האָט זיך אָפיציעל אָנגעהויבן מיטן קראַך פון דער ניו יאָרקער [[בערזע]] ביים "שוואַרצער דאָנערשטאג", דעם 24סטן אָקטאָבער 1929. דער קלימאַקס איז געקומען דעם 29סטן אָקטאָבער 1929, "דער שוואַרצער דינסטאָג", ווען 16 מיליאָן שעירס זענען פאַרקויפט געוואָרן אין איין טאָג. | ===רקע=== | ||
אין די 1920ער יאָרן איז געווען אַן אויסטערלישע שפע און גוטער עקאָנאָמישער צושטאַנד. די ראַטע פון פּראָדוקציע האָט זיך גאָר שטאַרק געהויבן נאָך דער ערשטער וועלט־קריג, וואָס האָט געפירט צו אַ גרויסער שפע פון פּראָדוקטן וואָס האָבן פאַרפלייצט דעם מאַרקעט. אַ דאַנק טעכנאָלאָגישע פארשריט און דער נאָך־מלחמה־פּראָדוקציע, איז די נאַציאָנאַלע פּראָדוקציע ראַטע געהעכערט געוואָרן מיט גאַנצע 40 פּראָצענט במשך די יאָרן. | |||
אַ הויפּט־פאַקטאָר אין דער שפע איז געווען די הפקרות און לויזע אויפפירונג פון די בענק, וואָס האָבן אַרויסגעגעבן גרויסע הלוואות אָן קיין ערנסטע פאַרזיכערונג. דער [[סטאק מארקעט|סטאק מאַרקעט]] ([[בערזע]]) איז דראַסטיש אויסגעברייטערט געוואָרן, ווען פון רייכע עשירים ביז פּשוטע אַרבעטער האָבן אַלע אַריינגעלייגט געלט אין סטאקס. | |||
===דער קראך=== | |||
ביי אַ געוויסן פּונקט האָבן אינוועסטירער אָנגעהויבן צו זען אַז די ציפערן, וואו דער סטאק מאַרקעט האָט דערגרייכט, זענען ווייט איבערגעטרייבן פונעם ריכטיגן ווערט. אויס מורא פאַר אַ קראַך, האָבן פילע אָנגעהויבן צו פאַרקויפן זייערע שעירס אין די מאַסן. | |||
די גרויסע דעפּרעסיע האָט זיך אָפיציעל אָנגעהויבן מיטן קראַך פון דער ניו יאָרקער [[בערזע]] ביים "שוואַרצער דאָנערשטאג", דעם 24סטן אָקטאָבער 1929. דער קלימאַקס איז געקומען דעם 29סטן אָקטאָבער 1929, "דער שוואַרצער דינסטאָג", ווען אַזויפיל ווי 16 מיליאָן שעירס זענען פאַרקויפט געוואָרן אין איין טאָג{{הערה|1=https://grokipedia.com/page/Wall_Street_Crash_of_1929}}. | |||
מיליאָנען מענטשן, וואָס האָבן אינוועסטירט, האָבן פאַרלוירן זייערע אָפּגעשפּאָרטע געלטער, און טייל זענען געוואָרן גרויסע בעלי־חובות. ווייל ס'איז נישט געווען ווער ס'זאָל קויפן סחורה, האָבן פאַבריקן דראַסטיש רעדוצירט פּראָדוקציע, און טויזנטער אַרבעטער זענען אפּגעזאָגט געוואָרן. די [[ארבעטסלאזיגקייט|אַרבעטסלאָזיגקייט]] ראַטע איז געשטיגן ביז נאָנט צו 25 פּראָצענט. | |||
===פאָלגן פון קראַך=== | ===פאָלגן פון קראַך=== | ||
צוליב די שווערע עקאָנאָמישע סיטואַציע, און ווייל ס'איז נישט געווען קיין רעגירונגס־פאַרזיכערונג אויף דעפּאזיטן, האָבן מענטשן אין פּאַניק געשטורעמט די בענק כּדי אַרויסצונעמען זייערע געלטער. דאס האָט געפירט צו דעם אַז טויזנטער בענק זענען צוזאַמענגעפאַלן. ביזן סוף 1933 זענען אַרום 9,000 בענק אין די פאַראייניגטע שטאַטן געווען געצוואונגען זיך צו פאַרמאכן. | |||
דערצו האָט אַ שווערע טרוקעניש באַטראָפן דאָס לאַנד, וואָס האָט נאָך ערגער געמאַכט די לאַגע פאַר פאַרמער און די אויסגעהונגערטע מאַסן. | |||
===די רעאַקציע פון דער רעגירונג=== | |||
====הערבערט הואווער'ס צוגאַנג==== | |||
פּרעזידענט [[הערבערט קלארק האווער|הערבערט הואווער]], וואָס איז ערוועלט געוואָרן קורץ פאַרן קריזיס, האָט זיך אנטזאגט צו נעמען ערנסטע שריט מצד דער רעגירונג. ער האָט זיך געהאַלטן צום קאַפּיטאַליסטישן מהלך, אַז מען זאָל לאָזן די עקאָנאָמיע זיך אַליין אויסשפּילן אויף איר נאַטירליכן אופן. ער האָט אויסגעדריקט שטאַרקן אָפּטימיזם, אַז דאָס איז בלויז אַ צייטווייליגער דורכגאַנג. נאָך צוויי יאָר אין קריזיס האָט ער יאָ אָנגעהויבן צו טון שריט, אַריינגיסנדיג געלט אין דער עקאָנאָמיע און ראַטעווענדיג די בענק, אָבער דאָס איז שוין געווען צו שפּעט. | |||
====דער "ניו דיעל" און דער סוף פונעם קריזיס==== | |||
אין יאָר 1932 איז הואווער באַזיגט געוואָרן דורך דעם דעמאָקראַט [[פרענקלין דעלאנא רוזוועלט|פרענקלין דעלאַנאָ רוזוועלט]] (FDR), וואָס האָט קאַמפּיינט מיט דעם צוזאָג פונעם "ניו דיעל" (New Deal). | |||
רוזוועלט האָט גלייך אנגעפאַנגען צו אַרבעטן, ספּעציעל אין די ערשטע הונדערט טעג. דער "ניו דיעל" איז געווען צעטיילט אין דריי שטאפלען: באַלדיגע דערלייכטערונג; עקאָנאָמישע ערהוילונג; און ענדערונגען אינעם עקאָנאָמישן וועג פאַר דער צוקונפט. | |||
רוזוועלט האָט דורכגעפירט אַ "באַנק האלידעי" פאַר עטליכע טעג, בעת וועלכער קאָנגרעס האָט אַריינגעגאָסן פריש געלט אין די בענק און אויפגעשטעלט שטרענגע רעגולאַציעס אויף דער באַנק אינדוסטריע. ער האָט געגרינדעט די FDIC (פאַרזיכערונג פאַר דעפּאזיטן) און די SEC (סטאק עקסטשעינדזש קאָמיסיע) צו רעגולירן דעם מאַרקעט. | |||
ער האָט אימפּלימענטירט סאָציאַלע הילף פּראָגראַמען, אַזוי ווי וועלפעיר, אַרבעטסלאָזיגקייט-בענעפיטן, און פּענסיע בענעפיטן פאַר עלטערע מענטשן. די פעדעראַלע רעגירונג האָט אויפגעבויט גרויסע אינפראַסטרוקטור פּראָיעקטן איבערן לאַנד צו שאַפן אַרבעט פאַר טויזנטער. רוזוועלט האָט גענצליך איבערגעמאַכט דעם קאַפּיטאַליסטישן צוגאַנג פון דער רעגירונג, דורך אַגרעסיוו רעגולירן דעם פּריוואַטן סעקטאָר. | |||
טראָץ די שווערע באַמיונגען פון רוזוועלט, זענען די פאַרבעסערונגען געווען היפּש שוואַך און זייער צוביסלעך. די ענדע פון דער דעפּרעסיע איז געקומען מיטן אויסברוך פון דער צווייטער וועלט־מלחמה, ווען די מאַסיווע פּראָדוקציע פאַר דער מלחמה האָט אַרויסגעצויגן דאָס לאַנד פונעם קריזיס. | |||
==אידישע עקאָנאָמיע אין אַמעריקע== | ==אידישע עקאָנאָמיע אין אַמעריקע== | ||
יעצטיגע רעוויזיע זינט 13:51, 28 אקטאבער 2025
|
|
דאס איז א דרעפט ארטיקל. עס איז אַן אַרבעט אין פּראָגרעס וואָס איז אָפן פאַר רעדאַגירונג דורך סיי וועם. ווען דער דרעפט איז פארטיג, ביטע גייט איבער דעם אריבערפירן טשעקליסט, זיכער צו מאכן אז עס איז גרייט. דערנאך קענט איר בעטן פון די דרעפט אריבערפירער אז זיי זאלן עס איבערגיין און אריבערפירן צום הויפט געביט. (אייער בקשה וועט פובליצירט ווערן אין המכלול:אריבערפירן דרעפטס, און דארט וועט אויך ערשיינען דער ענטפער - אויב פעלט אויס). |
די גרויסע דעפּרעסיע (ענגליש: Great Depression) איז געווען דער ערגסטער און לענגסטער עקאָנאָמישער קריזיס אין דער היסטאָריע, וואָס האָט זיך אָנגעהויבן אין אַמעריקע אין סוף יאָר 1929 און געצויגן זיך איבער צען יאָר. דער קריזיס האָט אַרומגעכאַפּט די גאַנצע וועלט, ברענגענדיג מאַסן־אַרבעטסלאָזיקייט און הונגער.
ביי אידן אין אַמעריקע האָט די דעפּרעסיע אַרויפגעוואָרפן אַ שווערע לאַסט אויף דער פילאַנטראָפּישער אַרבעט. אין קאַנאַדע האָט דער קריזיס, אינאיינעם מיט דעם היטלער אויפקום אין די דרייסיגער יאָרן, געטוישט די אימיגראַציע־אַרבעט צו אַ פראַגע פון ממש פיזישער רעטונג. די אידישע ענטפער איז געווען דורך אַ סך אָרגאַניזירטע סאָציאַלע הילף און אַ נייעם באַשלוס צו אונטערנעמען אַ קאָנסטרוקטיווע לאַנג־יעריקע עקאָנאָמישע פּראָגראַם.
היסטאָרישע איבערבליק
רקע
אין די 1920ער יאָרן איז געווען אַן אויסטערלישע שפע און גוטער עקאָנאָמישער צושטאַנד. די ראַטע פון פּראָדוקציע האָט זיך גאָר שטאַרק געהויבן נאָך דער ערשטער וועלט־קריג, וואָס האָט געפירט צו אַ גרויסער שפע פון פּראָדוקטן וואָס האָבן פאַרפלייצט דעם מאַרקעט. אַ דאַנק טעכנאָלאָגישע פארשריט און דער נאָך־מלחמה־פּראָדוקציע, איז די נאַציאָנאַלע פּראָדוקציע ראַטע געהעכערט געוואָרן מיט גאַנצע 40 פּראָצענט במשך די יאָרן.
אַ הויפּט־פאַקטאָר אין דער שפע איז געווען די הפקרות און לויזע אויפפירונג פון די בענק, וואָס האָבן אַרויסגעגעבן גרויסע הלוואות אָן קיין ערנסטע פאַרזיכערונג. דער סטאק מאַרקעט (בערזע) איז דראַסטיש אויסגעברייטערט געוואָרן, ווען פון רייכע עשירים ביז פּשוטע אַרבעטער האָבן אַלע אַריינגעלייגט געלט אין סטאקס.
דער קראך
ביי אַ געוויסן פּונקט האָבן אינוועסטירער אָנגעהויבן צו זען אַז די ציפערן, וואו דער סטאק מאַרקעט האָט דערגרייכט, זענען ווייט איבערגעטרייבן פונעם ריכטיגן ווערט. אויס מורא פאַר אַ קראַך, האָבן פילע אָנגעהויבן צו פאַרקויפן זייערע שעירס אין די מאַסן.
די גרויסע דעפּרעסיע האָט זיך אָפיציעל אָנגעהויבן מיטן קראַך פון דער ניו יאָרקער בערזע ביים "שוואַרצער דאָנערשטאג", דעם 24סטן אָקטאָבער 1929. דער קלימאַקס איז געקומען דעם 29סטן אָקטאָבער 1929, "דער שוואַרצער דינסטאָג", ווען אַזויפיל ווי 16 מיליאָן שעירס זענען פאַרקויפט געוואָרן אין איין טאָג[1].
מיליאָנען מענטשן, וואָס האָבן אינוועסטירט, האָבן פאַרלוירן זייערע אָפּגעשפּאָרטע געלטער, און טייל זענען געוואָרן גרויסע בעלי־חובות. ווייל ס'איז נישט געווען ווער ס'זאָל קויפן סחורה, האָבן פאַבריקן דראַסטיש רעדוצירט פּראָדוקציע, און טויזנטער אַרבעטער זענען אפּגעזאָגט געוואָרן. די אַרבעטסלאָזיגקייט ראַטע איז געשטיגן ביז נאָנט צו 25 פּראָצענט.
פאָלגן פון קראַך
צוליב די שווערע עקאָנאָמישע סיטואַציע, און ווייל ס'איז נישט געווען קיין רעגירונגס־פאַרזיכערונג אויף דעפּאזיטן, האָבן מענטשן אין פּאַניק געשטורעמט די בענק כּדי אַרויסצונעמען זייערע געלטער. דאס האָט געפירט צו דעם אַז טויזנטער בענק זענען צוזאַמענגעפאַלן. ביזן סוף 1933 זענען אַרום 9,000 בענק אין די פאַראייניגטע שטאַטן געווען געצוואונגען זיך צו פאַרמאכן.
דערצו האָט אַ שווערע טרוקעניש באַטראָפן דאָס לאַנד, וואָס האָט נאָך ערגער געמאַכט די לאַגע פאַר פאַרמער און די אויסגעהונגערטע מאַסן.
די רעאַקציע פון דער רעגירונג
הערבערט הואווער'ס צוגאַנג
פּרעזידענט הערבערט הואווער, וואָס איז ערוועלט געוואָרן קורץ פאַרן קריזיס, האָט זיך אנטזאגט צו נעמען ערנסטע שריט מצד דער רעגירונג. ער האָט זיך געהאַלטן צום קאַפּיטאַליסטישן מהלך, אַז מען זאָל לאָזן די עקאָנאָמיע זיך אַליין אויסשפּילן אויף איר נאַטירליכן אופן. ער האָט אויסגעדריקט שטאַרקן אָפּטימיזם, אַז דאָס איז בלויז אַ צייטווייליגער דורכגאַנג. נאָך צוויי יאָר אין קריזיס האָט ער יאָ אָנגעהויבן צו טון שריט, אַריינגיסנדיג געלט אין דער עקאָנאָמיע און ראַטעווענדיג די בענק, אָבער דאָס איז שוין געווען צו שפּעט.
דער "ניו דיעל" און דער סוף פונעם קריזיס
אין יאָר 1932 איז הואווער באַזיגט געוואָרן דורך דעם דעמאָקראַט פרענקלין דעלאַנאָ רוזוועלט (FDR), וואָס האָט קאַמפּיינט מיט דעם צוזאָג פונעם "ניו דיעל" (New Deal).
רוזוועלט האָט גלייך אנגעפאַנגען צו אַרבעטן, ספּעציעל אין די ערשטע הונדערט טעג. דער "ניו דיעל" איז געווען צעטיילט אין דריי שטאפלען: באַלדיגע דערלייכטערונג; עקאָנאָמישע ערהוילונג; און ענדערונגען אינעם עקאָנאָמישן וועג פאַר דער צוקונפט.
רוזוועלט האָט דורכגעפירט אַ "באַנק האלידעי" פאַר עטליכע טעג, בעת וועלכער קאָנגרעס האָט אַריינגעגאָסן פריש געלט אין די בענק און אויפגעשטעלט שטרענגע רעגולאַציעס אויף דער באַנק אינדוסטריע. ער האָט געגרינדעט די FDIC (פאַרזיכערונג פאַר דעפּאזיטן) און די SEC (סטאק עקסטשעינדזש קאָמיסיע) צו רעגולירן דעם מאַרקעט.
ער האָט אימפּלימענטירט סאָציאַלע הילף פּראָגראַמען, אַזוי ווי וועלפעיר, אַרבעטסלאָזיגקייט-בענעפיטן, און פּענסיע בענעפיטן פאַר עלטערע מענטשן. די פעדעראַלע רעגירונג האָט אויפגעבויט גרויסע אינפראַסטרוקטור פּראָיעקטן איבערן לאַנד צו שאַפן אַרבעט פאַר טויזנטער. רוזוועלט האָט גענצליך איבערגעמאַכט דעם קאַפּיטאַליסטישן צוגאַנג פון דער רעגירונג, דורך אַגרעסיוו רעגולירן דעם פּריוואַטן סעקטאָר.
טראָץ די שווערע באַמיונגען פון רוזוועלט, זענען די פאַרבעסערונגען געווען היפּש שוואַך און זייער צוביסלעך. די ענדע פון דער דעפּרעסיע איז געקומען מיטן אויסברוך פון דער צווייטער וועלט־מלחמה, ווען די מאַסיווע פּראָדוקציע פאַר דער מלחמה האָט אַרויסגעצויגן דאָס לאַנד פונעם קריזיס.
אידישע עקאָנאָמיע אין אַמעריקע
אין אָנפאַנג האָט די מאַסן־אַרבעטסלאָזיקייט זיך ניט אַזוי שטאַרק געלאָזט שפּירן צווישן די אידן, ווייל זיי זענען געווען ווינציקער באַשעפטיקט אין די איינפאַכסטע, ניט־פאַכאָווע אַרבעט־צווייגן, וואָס זענען געווען די ערשטע אָנגערירט צו ווערן.
מיט דער צייט אָבער האָבן די געדריקטע עקאָנאָמישע אומשטאַנדן טיף אַריינגעשניטן אין די פינאַנציעלע רעזערוון פון די אידישע מאַסן, און אַ סך אידישע משפּחות זענען באַדראָט געוואָרן מיט אַן עקאָנאָמישן אונטערגאַנג. די אידישע טראַדיציאָנעלע קעגנזייטיקע אונטערשטיצונג פון נאָענטע קרובים איז געווען דער איינציקער רעטונג־מיטל פאַר אַ שטיק צייט. דערנאָך האָט זיך דער מקור אויסגעשעפּט.
עקאָנאָמישע ענדערונגען
• אינדוסטריע: די פראַגע פון מער אַרבעטער ווי שטעלעס אין די ניו יאָרקער קלאָוק־שעפּער איז נאָך שאַרפער געוואָרן. איבער 12,000 קלאָוקמאַכער, וואָס האָבן פאַרלאָזט די אַרבעט, האָבן זיך נאָך דעם 1929 קראַך צוריק אַ וואָרף געטון צו זייער אַלטער פּרנסה. אין דער דרעס־אינדוסטריע איז די לאַגע געווען נאָך ערגער.
• קליינע געשעפטסלייט: די דעפּרעסיע האָט חרוב געמאַכט די מערסטע כלומרשט־קאָאָפּעראַטיווע ליי־אינסטיטוציעס, די אַזוי גערופענע "אַקציעס". הונדערטער אַזעלכע אינסטיטוציעס האָבן געווירקט אין די אידישע שטעט ביז 1929.
• נייע פּרנסות און ריטייל: די עפּאָכע פון "מוירדזשערס" און "טשעין סטאָר" קאָרפּאָריישאָנס (קייט־קראָמען) האָט אונטערגעגראָבן דעם באָדן פאַרן זעלבסטשטענדיקן אידישן קרעמער. קליינע אידישע גראָסערי־לייט אין דער סאַוט האָבן געשאַפן קאָאָפּעראַטיווע האַנדל־אַסאָסיאַציעס און קרעדיט יוניאָנס כדי צו קאָנקורירן.
• פאַרשפּרייטונג: דורך דעם 20סטן יאָרהונדערט, האָבן זיך הונדערטער טויזנטער אידן אַריבערגעצויגן אין קלענערע ישובים איבערן לאַנד צו געפינען עקאָנאָמישע געלעגנהייטן. אַזעלכע צווייגן ווי די פילם אינדוסטריע (מוּאוויס) און די גאַראַזשן און גאַזאָלין סטיישאָנס האָבן מיטגעווירקט צו דער צעשפּרייטונג פון אידן איבערן לאַנד. אַרום 90% פון דער אויבערשטער שיכט וואָס קאָנטראָלירט די פילם אינדוסטריע אין אַמעריקע זענען אידן.
אַנטיסעמיטיזם און דיסקרימינאַציע
די גרויסע דעפּרעסיע האָט פאַרשטאַרקט דעם שטילן באָיקאָט קעגן אידישע אַרבעטער און אָנגעשטעלטע.
• אַרבעט־מאַרק: שוין נאָך פאַר 1930 פלעגן אידן ניט צוגעלאָזן ווערן צו אַ סך שטעלעס אין די גרויסע קאָרפּאָראַציעס, סיידן עס האָבן פּשוט אויסגעפעלט אַרבעטער. אין אַ קאָנקורענץ־פּעריאָד, בעת אַ כראָנישער אַרבעטלאָזיקייט, האָט דער ייד געליטן שטאַרק פון דיסקרימינאַציע.
• פּראָפעסיעס: אין געוויסע פּראָפעסיעס, ווי מעדיצין, איז דער ייד אַלץ מער ניט־ווילקאָמען, אַפילו אין די פּראָפעסיאָנעלע שולן. אַדווערטייזמענטס פון באַשעפטיקונגען ווערן אָנגעבאָטן "בלויז צו קריסטן".
• פּובליק יוטיליטיס: אַן ערנסטע סקאַנדאַל איז געווען די אַנטי־אידישע דיסקרימינאַציע אין די "עמפּלאָימענט אָפיסעס" פון די "פּובליק יוטיליטיס" (גאַז, עלעקטריע, טעלעפאָן), וואָס אַרבעטן אונטער דעם שוץ פון שטאַט.
• אַרבעט־פאַרמיטלונג אַגענטורן: טייל אַרבעט־פאַרמיטלונג אַגענטורן (איידזשענסיס) אין ניו יאָרק האָבן אַרויסגעשטעלט פּלאַקאַטן מיט אַן אויפשריפט: "פון אידן ווערן קיין אַפּליקאַציעס ניט אָנגענומען". אידישע אַרבעט־זוכער האָבן זיך אָפט אָנגעשטויסן אויף אַ פּראָצענט־נאָרמע קעגן אידן. עס זענען פאַראַן פאַלן וואוּ אידן זענען געצוואוּנגען געוואָרן זיך צו פאַרוואַנדלען אין מאָדערנע "מאַראַנען" (אנוסים) כדי צו פאַרדינען אַ פּרנסה.
• קאַמף: דער אַמעריקאַניש־אידישער קאָנגרעס (American Jewish Congress) האָט געפירט אַ סיסטעמאַטישע אויספאָרשונג און טאַקטפולע אַריינמישונג וואָס האָט אָפט געהאָלפן בטל צו מאַכן גזירות קעגן אידישע אָנגעשטעלטע. עס איז אַרויסגעזאָגט געוואָרן, אַז עס דאַרף באַשאַפן ווערן אַ קהלשע אַנטי־דיסקרימינאַציע ביוראָ.
אידישע סאָציאַלע הילף און פילאַנטראָפּיע
די פינאַנציעלע לאַסט אויף דער אידישער פילאַנטראָפּישער אַרבעט איז געווען זייער שווער.
• הילף פאַר משפּחות: אין יאָר 1929, האָט די "דזשואיש סאָשעל סוירוויס אַסאָסיאיישאָן" אין ניו יאָרק אויסגעגעבן אַ האַלבן מיליאָן דאָלאַר פאַר אָרימע משפּחות; אין 1932 האָט זי שוין אויסגעגעבן אַרום 1.5 מיליאָן דאָלאַר. אין גאַנצן לאַנד האָבן 39 גרעסטע "פאַמיליען־אונטערשטיצונג" אַגענטורן געהאָלפן אַרום 25 טויזנט משפּחות אין 1930, און דאָס איז געשטיגן ביז אַרום 31 טויזנט משפּחות אין 1932–1933. די צאָל האָט זיך פאַרקלענערט ביז 23,000 משפּחות אין 1935 נאָך וואָס די רעגירונג האָט אויף זיך גענומען צו שטיצן אַ גרויסן טייל פון דער אָרימער באַפעלקערונג.
• פינאַנצן: די אידישע צדקה־אַגענטורן האָבן שטאַרק געהאָלפן דורך די "קאָמיוניטי טשעסטס", וואָס האָבן געשאַפן סטאַבילקייט. אין 1935, האָבן אידישע אַגענטורן אין 63 שטעט באַקומען אַרום 4.07 מיליאָן דאָלאַר פון די טשעסטס (קרוב 43% פון זייער יערלעכער הוצאה פון 7 מיליאָן דאָלאַר).
• צדקה אויסגאבן (1935): פון דעם גאַנצן סאָציאַל־פילאַנטראָפּישן הוצאה־ביודזשעט פון אַמעריקאַנער אידנטום, איז כמעט 40% אַוועק אויף מעדיצינישער הילף. אַלע קולטור־אַרבעטן צוזאַמען (קינדער־שולן, "אידישע צענטערס") האָבן פאַרברויכט אַרום 20% פונעם בודזשעט. די גאַנצע צדקה־אַרבעט פאַר ברידער מעבר לים (אַריינשליסנדיג ארץ־ישראל־אויפבוי) איז געווען קאַרגע 7% פונעם יערלעכן הוצאה־ביודזשעט.
אידישע אימיגראַציע אין קאַנאַדע
די גרויסע דעפּרעסיע האָט געבראַכט שטרענגע אימיגראַציע־באַשרענקונגען אין קאַנאַדע. די טויערן זענען כמעט ווי פאַרמאַכט געוואָרן, מיט דער אויסנאַם פון בריטישע בירגער און בירגער פון די פאַראייניקטע שטאַטן.
• באַגרענעצונגען: פאַר אידן, וואָס זענען געקומען הויפּטזעכליך פון די ניט־פּריווילעגירטע לענדער, איז דער הויפּט־קלאַפּ געגעבן געוואָרן. עס איז אַריין אין קראַפט די פאַראָרדענונג פּי. סי. נומער 1957 (1930), וואָס האָט אָפּגעשטעלט אימיגראַציע פונעם אייראָפּעאישן קאָנטינענט (מיט אויסנאַמען פון ווייבער, מינדעריעריקע קינדער, אָדער פאַרמערס מיט גענוג קאַפּיטאַל).
• פאַרמערס: אַפילו אידן, וואָס האָבן געהערט צו דער קאַטעגאָריע פון פאַרמערס, האָבן געמוזט באַקומען אַ "ספּעציעלן פּערמיט", ווייל זייער "פאַרמערישקייט" איז געשטאַנען אונטער אַ פאַרדאַכט.
• משפּחה: די נייע געזעצן האָבן פאַרבָּאָטן אַריינצולאָזן נאָענטע קרובים פון דער ערשטער מדרגה (ווי עלטערן, ברידער, שוועסטער), וואָס דער אימיגראַנטן־פאַראיין האָט געהאַלטן פאַר אַן אַנטי־סאָציאַלער און עקאָנאָמיש ניט קלוגער פּאָליטיק.
• צאָלן: אין דער דעקאַדע 1930–1940 זענען אַריינגעקומען 231,909 אימיגראַנטן, אין פאַרגלייך מיט 1,267,774 אין דער פריערדיקער דעקאַדע. אידישע אימיגראַציע איז געווען אַרום 5 פּראָצענט פון דער אַלגעמיינער אימיגראַציע אין יענעם פּעריאָד. דער אימיגראַנטן־פאַראיין האָט געאַרבעט אומאונטערבּראָכן, ניט קוקנדיג אויף דער פאַרקלענערטער צאָל.
פאָלגפונדן פון דער צייט
• יידישע פאַרמער: אין נאָוועמבער 1937 האָט אַ קאָנפערענץ פון 350 פאָרשטייערס פון יידישע פאַרמערס אין מזרח באַשלאָסן צו פאָרמירן אַ נאַציאָנאַלן פראַטערנאַלן אָרדן פון יידישע פאַרמערס, ציטירנדיג "נצחון איבער דער דעפּרעסיע".
• פאַרגעניגן: אין אַ קאָמישער דערשיינונג, איז דורכאויס די שווערע צייטן געוואָרן גאָר פּאָפּולער די באַקאַנטע מאָנאָפּאָלי שפּיל, וואָס האָט מעגלעך געמאַכט "אַבּיסל צו אַנטלויפן פונעם מציאות" דורך שפּילן גביר מיט שפּילצייג געלט, אַנטקעגן דער רעאַליטעט פון הונגער און אָרעמקייט.
• לעקציעס: היסטאָריקער האָבן גענומען לעקציעס וועגן דער ראָלע פון דער רעגירונג צו קאָנטראָלירן דעם פּריוואַטן מאַרקעט. אַ לעקציע פאַרן אַלגעמיינעם בירגער איז געווען די וויכטיקייט צו האַלטן "עמערדזשענסי פאנד" (אַ סומע געלט פאַר אַ צייט פון נויט), און צו צעטיילן דאָס פאַרמעגן אויף מערערע ערטער, נישט צו אינוועסטירן אַלץ אויף איין פּלאַץ.