רוי:ארבעטסלאזיגקייט
ארבעטסלאזיקייט (unemployment) איז דער צושטאנד פון איינעם וואס איז בכוח צו ארבעטן, זוכט אקטיוו ארבעט, אבער קען נישט טרעפן קיין ארבעט. עס איז וויכטיג צו באמערקן אז צו ווערן באטראכט ארבעטסלאז מוז א מענטש זיין אן אקטיווער מיטגליד אין די ארבעטס קראפט און זוכן פאר געהאלט ארבעט.
אונטער-ארבעט (underemployment) איז דער טערמין גענוצט צו באצייכענען די מצב פון די וואס קענען טרעפן ארבעט נאר פאר קורצער ווי נארמאלע תקופות - טייל־צייט ארבעטער, צייטווייליגע ארבעטער, אדער טאג אדער געלעגענהייט ארבעטער. דער טערמין קען אויך באשרייבן די מצב פון ארבעטער וועמענס בילדונג אדער טרענירונג מאכן זיי איבער-קוואליפיצירט פאר זייערע דזשאבס.
סטאטיסטיקס אויף ארבעטסלאזיקייט ווערן געזאמלט און אנאליזירט דורך רעגירונג ארבעט ביוראס אין רוב לענדער און זענען געקומען צו ווערן באטראכט א הויפט אנווייזער פון עקאנאמישע געזונט. טרענדס אין ארבעטסלאזיגקייט און סטאטיסטישע חילוקים צווישן גרופעס אין די באפעלקערונג ווערן שטודירט פאר וואס זיי קענען אנטפלעקן פון אלגעמיינע עקאנאמישע טרענדס און אלס באזעס פאר מעגליכע רעגירונג אקציע. "פולע ארבעט" איז א דערקלערטער ציל פון אסאך רעגירונגען זינט דער צווייטער וועלט קריג, און א פילצאליגע פראגראמען זענען ערפינדעט געווארן עס צו דערגרייכן. עס דארף אנגעוויזן ווערן אז "פולע ארבעט" מוז נישט זיין סינאנים מיט א נול ארבעטסלאזיגקייט ראטע, ווייל צו יעדע צייט וועט די ארבעטסלאזיגקייט ראטע ארייננעמען א געוויסע צאל מענטשן וואס זענען צווישן דזשאבס און נישט ארבעטסלאז אין לאנג-טערמיניגן זין.