אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי מאיר שמחה הכהן"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
(א לינק פון די מעשה וועגן די שטורעם)
(אנולירט רעוויזיע 338854 פון או אינו, לינק ארבעט נישט.)
צייכן: אַנולירונג
שורה 19: שורה 19:
רבי '''מאיר שמחה הכהן פון [[דווינסק]]''' ([[ה'תר"ג]], [[1843]] – [[ד' אלול]] [[ה'תרפ"ו]], [[14טן אויגוסט]] [[1926]]) איז געווען איינער פון די פירנדע רבנים פון [[מזרח אייראפע]] אין דעם דור פארן [[חורבן אייראפע|חורבן]], א "גדול הדור"{{הערה|{{היברובוקס|רבי יחיאל יעקב וויינבערג|כתבי הגאון רבי יחיאל יעקב וויינברג|3=46175|page=243|באנד=ב|עמ=רלה}}: "שהוא גדול-הדור באמת".}}. זיינע עיקר ספרים זענען "'''אור שמח'''" אויף [[רמב"ם]] און "'''משך חכמה'''", חידושים אויף תורה וואס מען האט פארעפנטליכט נאך זיין פטירה.
רבי '''מאיר שמחה הכהן פון [[דווינסק]]''' ([[ה'תר"ג]], [[1843]] – [[ד' אלול]] [[ה'תרפ"ו]], [[14טן אויגוסט]] [[1926]]) איז געווען איינער פון די פירנדע רבנים פון [[מזרח אייראפע]] אין דעם דור פארן [[חורבן אייראפע|חורבן]], א "גדול הדור"{{הערה|{{היברובוקס|רבי יחיאל יעקב וויינבערג|כתבי הגאון רבי יחיאל יעקב וויינברג|3=46175|page=243|באנד=ב|עמ=רלה}}: "שהוא גדול-הדור באמת".}}. זיינע עיקר ספרים זענען "'''אור שמח'''" אויף [[רמב"ם]] און "'''משך חכמה'''", חידושים אויף תורה וואס מען האט פארעפנטליכט נאך זיין פטירה.


==ביאגראפיע==
== ביאגראפיע ==
ער איז געבוירן געווארן אין דעם יאר תר"ג אין דער שטעטל בוטרימאנץ, ווילנער גובערניע, [[ליטא]], צו הרב שמשון קלונימוס קלמן הכהן און זיין ווייב אסנת. ר' קלונימוס איז געווען אַן אנגעזעענער סוחר און א תלמיד חכם. זיין הויז איז געווען א "בית ועד לחכמים", א הויז וואו תלמידי חכמים פלעגען פארקערן. ווען דער גאון [[רבי מאיר טיקטין]] איז איינגעשטאנען ביי אים אין הויז א לענגערע צייט, האט ער אים געבענטשט אז אים זאל געבוירן ווערן א זון וועלכער זאל באלייכטן די אויגן פון דעם פאלק ישראל אין זיין תורה. ר' מאיר'ס ברכה איז מקוים געווארן. דער זון איז געבוירן געווארן. זיי האבן אים געגעבן דעם נאמען מאיר שמחה.
ער איז געבוירן געווארן אין דעם יאר תר"ג אין דער שטעטל בוטרימאנץ, ווילנער גובערניע, [[ליטא]], צו הרב שמשון קלונימוס קלמן הכהן און זיין ווייב אסנת. ר' קלונימוס איז געווען אַן אנגעזעענער סוחר און א תלמיד חכם. זיין הויז איז געווען א "בית ועד לחכמים", א הויז וואו תלמידי חכמים פלעגען פארקערן. ווען דער גאון [[רבי מאיר טיקטין]] איז איינגעשטאנען ביי אים אין הויז א לענגערע צייט, האט ער אים געבענטשט אז אים זאל געבוירן ווערן א זון וועלכער זאל באלייכטן די אויגן פון דעם פאלק ישראל אין זיין תורה. ר' מאיר'ס ברכה איז מקוים געווארן. דער זון איז געבוירן געווארן. זיי האבן אים געגעבן דעם נאמען מאיר שמחה.


שורה 65: שורה 65:


==רעפערענצן==
==רעפערענצן==
http://www.tsofar.com/zofar/mashtap/show_story.asp?id=7018<nowiki/>{{רעפערענצן}}
{{רעפערענצן}}


[[קאַטעגאָריע:ליטווישע רבנים]]
[[קאַטעגאָריע:ליטווישע רבנים]]

רעוויזיע פון 22:26, 3 סעפטעמבער 2025

רבי מאיר שמחה הכהן פון דווינסק
רבי מאיר שמחה הכהן, פאטאגראפירט אין 1924
רבי מאיר שמחה הכהן, פאטאגראפירט אין 1924
געבורט ה'תר"ג
פטירה ד' אלול ה'תרפ"ו (אלט: 83 בערך)
רב קהילת הליטאים בדווינסק
ה'תרמ"חה'תרפ"ו
מקביל ל רבי יוסף רוזין (הרוגוצ'ובר) רב קהילת החסידים

רבי מאיר שמחה הכהן פון דווינסק (ה'תר"ג, 1843ד' אלול ה'תרפ"ו, 14טן אויגוסט 1926) איז געווען איינער פון די פירנדע רבנים פון מזרח אייראפע אין דעם דור פארן חורבן, א "גדול הדור"[1]. זיינע עיקר ספרים זענען "אור שמח" אויף רמב"ם און "משך חכמה", חידושים אויף תורה וואס מען האט פארעפנטליכט נאך זיין פטירה.

ביאגראפיע

ער איז געבוירן געווארן אין דעם יאר תר"ג אין דער שטעטל בוטרימאנץ, ווילנער גובערניע, ליטא, צו הרב שמשון קלונימוס קלמן הכהן און זיין ווייב אסנת. ר' קלונימוס איז געווען אַן אנגעזעענער סוחר און א תלמיד חכם. זיין הויז איז געווען א "בית ועד לחכמים", א הויז וואו תלמידי חכמים פלעגען פארקערן. ווען דער גאון רבי מאיר טיקטין איז איינגעשטאנען ביי אים אין הויז א לענגערע צייט, האט ער אים געבענטשט אז אים זאל געבוירן ווערן א זון וועלכער זאל באלייכטן די אויגן פון דעם פאלק ישראל אין זיין תורה. ר' מאיר'ס ברכה איז מקוים געווארן. דער זון איז געבוירן געווארן. זיי האבן אים געגעבן דעם נאמען מאיר שמחה.

שוין יונגערהייט איז ער געווארן באוואוסט אלס עילוי. ווען ער איז אלט געווען דרייצן יאר איז א באוואוסטער רב געווען זייער גאסט. און ער האט געהאט דעם כתב יד פון זיינ'ס א ספר מיט זיך. איין טאָג האט ער דערזען ווי דער מאנוסקריפּט איז אנגעפּיקעוועט מיט הערות. ווען דאס בחור'ל האט אים געזאגט אז די נאָטן זענען זיינע, האט ער אים שארף פירגעהאלטן. אבער, ווי גרויס איז געווען זיין ערשטוינונג ווען ער האט דערזען די ווערטפולע חידושים. ער האט אים געגעבן א קוש, און ער האט פאראויס געזאגט אז ער וועט זיין גרויס אין לערנען[2]. ביי די 17 יאר איז ער געפארן קיין איישישאָק וואו ער האט געלערנט אונטער רבי משה דאַנישעווסקי.

ווען ער איז געווען 17 יאר אלט, האט ער געהייראט חיה, די טאכטער ​​פון ר' צבי (הירש) פלטיאל מאקאבעסקי, א רייכער מאן פון ביאליסטאק, וועלכער האט אים געשטיצט בשעת ער האט ווייטער געלערנט, וואוינענדיג ביי זיין שווער. זיין ווייב האט פארדינט פרנסה פון האנדל און ער איז געזעסן און געלערנט תורה יארן לאנג מיט זיין ידיד רבי יוסף זונדל הוטנער. אין ביאליסטאק איז ער געווארן נאנט מיטן שטאט'ס רב, רבי יום טוב ליפמאן האלפרין (תקע"ו–תרל"ט), דער מחבר פון עונג יום טוב, וואס האט אים מקרב געווען און געלערט מיט אים בחברותא. אויך האט ער געלערנט מיט הרב יצחק לייב גראסבערג, מחבר פון "שי למורא" אויף מסכת בכורות[3].

ווען דער דווינסקער רב ר' ראובן הלוי לוין, וואס איז געווען אין דעם פאזיציע די לעצטע אכט יאר, איז נפטר געווארן, און ר' יאנקעלע חריף האט אים מספּיד געווען, האט ער באלד נאכ'ן הספּד אויפגעפאדערט די דווינסקער קהילה אז זיי זאלן אויפנעמען ר' מאיר שמחה'ן אלס דעם נפטר'ס נאכפאלגער. אויך ר' יאָשע בער בריסקער האט זיי גערוטן דאס זעלבע. און אין דעם יאר ה'תרמ"ח (1888) איז ער אויפגענומען געווארן אלס דער ליטווישער רב פון דווינסק. (שפעטער איז דער ראגאַטשאווער געווארן דארט רב פאר די חסידישע קרייזן אין שטאט). רבי מאיר שמחה האט אנגעהאלטן די שטעלע ארום פערציג יאָר, און ער איז געווען געשעצט און באליבט ביי אלע קרייזן פון דער שטאט.

אין דער ערשטער וועלט מלחמה, ווען די מערסטע איינוואוינער האבן פארלאזט די שטאָט, און עס זענען געבליבן בלויז די ארימערע, איז ר' מאיר שמחה געבליבן מיט זיי. און ווען זיי האבן אים געבעטן ער זאל פארלאזן די שטאט, האט ער זיי געענטפערט: "אזוי לאנג ווי עס וועלן זיין ניין אידן אין שטאט, וועל איך זיין דער צענטער צום מנין". און ער האט נאך צוגעגעבן: יעדע קויל האט א ספּעציעלע שליחות. יעדע פּולי[אויסקלארונג פארלאנגט] האט א באשטימטן אדרעס.

אין דעם יאר תרס"ו האט מען אים אנגעבאטן דאס רבנות אין ירושלים. אבער ווען זיין קהילה האט אים געבעטן זיי נישט צו פארלאזן, האט ער צוריקגעוויזן דעם אנבאט. כאראקטעריסטיש איז דער פאלגנדיגער בריוו וועלכן די דווינסקער אידן האָבן געשיקט קיין ירושלים "מיר, די גלות קינדער אין רוסלאנד, אין דער שטאט דווינסק, "קמנו ונתעודד[4], הויבן זיך אויף און שטעלן זיך ווידער דער ידיעה, וועלכע האט אונז דערגרייכט אז די ירושלים'ער אידן ווילן אוועקנעמען אונזער רבי'ן… וואס דערמיט וועלן זיי צעשטערן נישט בלויז אונז, נאר אלע גלות אידן… עס איז נישט פאר אייך, קינדער פון ירושלים, צו טון אזא זאך"…

ר' מאיר שמחה האט זיך געהאלטן ווייט פון מחלוקת, פון פּארטייאישקייט. געלד וואס מען פלעגט אים שיקן דורך פּאסט פלעגט ער צוריקשיקן. ווען ער האט נישט געוויסט דעם שיקער'ס אדרעס, האט ער אוועקגעגעבן דאס געלד אויף צדקה.

זיין ספר "אור שמח" (פון מאיר שמחה) אויפ'ן רמב"ם ווערט באטראכט ווי א קלאסיש ווערק אין דער לומד'ישער ליטעראטור. ער האט אויך געמאכט אַן "אור שמח" אויף ש"ס, אבער עס איז נישטא. נאך זיין פטירה זענען ארויסגעקומען זיינע חידושים אויף די תורה אינעם ספר "משך חכמה" (משך איז ראשי תיבות פון זיין נאמען מאיר שמחה כהן).

זיין פירוש אויף די תורה איז פול מיט חידושים און געדאנקען וואס שטעקן ארויס מיט א גרויסער טיפקייט און מקוריות. צווישן אלע פירושים אויף תנ"ך וואס זענען געשריבן געווארן אין די לעצטע דורות, איז ער מסתמא דער מערסט־מצוטט'סטער[מקור פארלאנגט]. אידן פון אלע סארטן קרייזן – פון די חרדים ביז ישעיהו ליבוביץ – האבן הנאה געהאט פון זיינע ווערטער און געפונען אין זיינע שיטות א חיזוק פאר זייערע אייגענע השקפות[מקור פארלאנגט].

זיינע חידושים אויף תלמוד בבלי און ירושלמי זענען געדרוקט געווארן מיט'ן נאמען "חידושי רבינו מאיר שמחה על הש"ס". אין די לעצטע יארן[אויסקלארונג פארלאנגט] זענען אויך ארויסגעקומען זיינע תשובה ספרים.

ער איז נפטר געווארן פיר טעג אין אלול, אינעם יאר תרפּ"ו, אין עלטער פון דריי און אכציג יאר.

אין תרע"ט איז געווען א פאלשע באריכט אז ר' מאיר שמחה איז ערמארדעט געווארן אין א פּאָגראָם. די געשעעניש איז געווען באריכטעט דורך צייטונגען ארום די וועלט[5]. אין רעאקציע אויף דעם פאלשן באריכט, זענען געגעבן געווארן א צאל הספדים. רבי ישראל אבא ציטראן, רב פון פתח תקווה, האט איבערגעגעבן א הספד וואס איז שפעטער פארעפנטליכט געווארן[6].

השקפות

אין איינע פון זיינע באוואוסטע אויסדרוקן האט ער געווארנט די מענטשן וואס האבן געלעבט מיט דעם געדאנק אז "בערלין איז ירושלים", און געזאגט אז א "רוח סערה וסופה" וועט זיי אויסרייסן פון זייער מקום — א נבואה וואס איז געווארן מקוים בערך צען יאר נאך זיין פטירה ביי די צווייטע וועלט מלחמה.

ער האט געהאט א ליבשאפט צום ענין פון ישוב ארץ ישראל, אבער איז געווען קעגן דעם צו מאכן פון ציונות א גאולה־באגריף אתחלתא דגאולה. אין א בריוו וואס ער האט געשריבן צום קק"ל און איז ארויסגעקומען אין צייטונג "התור" אין יאר תרפ"ב, שרייבט ער אזוי: "כעת הסבה ההשגחה אשר באספת הממלכות הנאורות בסאן רעמא, ניתן צו אשר ארץ ישראל תהיה לעם ישראל, וכיון ש'סר פחד השבועות' וברישיון המלכים, קמה מצוות ישוב ארץ ישראל ששקולה כנגד כל מצוות שבתורה למקומה. ומצוה על כל איש לסייע בכל יכלתו לקיים מצוה זו…"

אין צייט פון דער ערשטן וועלט-קריג האט ער געגעבן הוראה פאר די תושבים פון דווינסק נישט צו אנטלויפן פון דער שטאט, און געזאגט: "לכל כדור יש כתובת" — יעדער קויל האט זיין אייגענע אדרעס.

אנעקדאטן

איסר הראל, וואס איז געבוירן אין דווינסק, דערציילט אין זיין בוך "ביטחון ודמוקרטיה" א געשיכטע וואס האט אויסגעפעלט די גאנצע שטאט און איז פארבונדן געווען מיט ר' מאיר שמחה: "…אין מיטן די תפילה וואס איז געווען זייער איבערגעגעבן און באגלייט מיט גרויס געשרייען, זענען איינגעקומען איבערגעשויגענע אידן אין שול און געשריגן אז די וואסער גייען באַלד איבעררינען און פארשווינדן די שטאט. ר' מאיר שמחה איז אויפגעשטאנען מיט זיין טלית און געגאנגען צום דאך, און נאכגעגאנגען דורך גאנץ קהל מיט טליתים. דער רב איז ארויפגעגאנגען אויפן דאך, שטייט דארט און מתפלל צום אייבערשטן אז די וואסער זאלן זיך איינשטילן. און טאקע אינמיטן תפילה האט זיך דער אייז אנגעהויבן צוברעכן, דער וואסער האט זיך צוריקגעצויגן אין טייך. איך בין אויך געווען אויפן דאך, נישט ווייט פון ר' מאיר שמחה…"

זיינע קינדער

ר' מאיר שמחה האט נאר געהאט איין טאכטער, און זי איז געווען נפשיות'דיג קראנק. לויט א מקור האט זי ​​געפרואווט אומצוברענגען איר פאטער, אים געשטאכן אין האלז, און בדרך נס האט ער איבערגעלעבט[7].

הנצחה

די ישיבת אור שמח איז גערופן געווארן אויף זיין נאמען[8].

ביבליאגראפיע

רעפערענצן

  1. רבי יחיאל יעקב וויינבערג, כתבי הגאון רבי יחיאל יעקב וויינברג ב, עמ' רלה: "שהוא גדול-הדור באמת".
  2. רבינר, זאב אריה בן בנימין בינוש, רבינו מאיר שמחה הכהן
  3. דוד הלחמי, "רבי מאיר שמחה הכהן", חכמי ישראל, תל אביב תשי"ח, חלק ב', עמ' שעט, אויף אוצר החכמה (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע).
  4. תהלים כ, ט.
  5. זעט דערוועגן דא אויף אוצר החכמה פארום.
  6. זאב אריה רבינר, מרן רבנו מאיר שמחה הכהן, תל אביב, תשכ"ז, עמ' רלב–רלג. פאר נאך א פארעפנטליכטער הספד, דורך רבי בנציון קואינקה, זעט מקבציאל לט, ירושלים: חברת אהבת שלום, תשע"ג, עמ' תשלט והלאה.
  7. רבי ישראל דושאוויץ, "אבל יחיד ומספד תמרורים", המסלה א:ה-ו, סיון-תמוז תרצ"ו, עמ' 6.
  8. יונתן ראזענבלום, Rav Noach Weinberg: Torah Revolutionary (Jerusalem, 2020), p. 72 n. 1.