אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אריוך"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (מכלוליזאציע)
 
(20 מיטלסטע ווערסיעס פון 2 באַניצער נישט געוויזן.)
שורה 1: שורה 1:
{{דרעפט
{{דעסקריפציע|קעניג פון אֶלָּסָר דערמאנט אין בראשית פרק יד}}
| געענדיגט = יא
[[טעקע:Tempesta Abraham Makes the Enemies Flee Who Hold His Nephew.jpg|220px|קליין|שמאל|[[אברהם]] באזיגט די פיר קעניגן, אילוסטראציע פון אנטאניא טעמפעסטא, יאר 1613]]
}}{{דעסקריפציע|קעניג פון אֶלָּסָר, פון די פיר קעניגן קעגן אברהם}}[[טעקע:Tempesta Abraham Makes the Enemies Flee Who Hold His Nephew.jpg|220px|ממוזער|שמאל|[[אברהם]] באזיגט די פיר קעניגן, אילוסטראציע פון [[אנטאניא טעמפעסטא]], יאר 1613]]
{{מנוקד|'''אַרְיוֹךְ מלך אֶלָּסָר'''}} ווערט דערמאנט אין {{תנ"ך|בראשית|יד}} אלס איינער פון די פיר קעניגן וואס האבן זיך פאראייניגט צו אונטערדריקן אן [[אויפשטאנד]] קעגן [[כדרלעמר]] אין די צייטן פון [[אברהם אבינו]].
'''אַרְיוֹךְ''',  איז א [[קעניג]] פון אֶלָּסָר דערמאנט אין {{תנ"ך|בראשית|יד}} אלס [[מלחמת המלכים|אליאירט מיט דריי אנדערע קעניגן]], אונטעררדריקנדיג אן [[אויפשטאנד]] פון פינף קעניגן פון [[כיכר הירדן]] וואס האבן געמאכט א בונד צו ווידערשפעניגן אין די קעניגן פון [[מעסאפאטאמיע]], אין די צייטן פון [[אברהם אבינו]].
==זיין נאמען און אפשטאם==
די מקור פון נאמען אריוך איז א [[חורים|חורי]]שער, און ער ענדלט צו די נעמען וואס ערשיינען אין די פאפירן פון [[מארי]]. דאס נאמען איז נישט טרעפליך אין ערשיינט אפאר מאל אין [[כתב יתדות]]{{הערה|שם=hebrewRTL-a|[[פנחס ארצי]], '''עולם התנ"ך: בראשית''', תל אביב, דוידזון עתי, [[1993]], עמ' 103.}}. די נאמען [[אריוך (דניאל)|אריוך]] ערשיינט אויך אין [[דניאל]] און זיין שטעלע איז דער הויפט קעכער פון [[נבוכדנאצר (2)|נבוכדנאצר]]. פארהאן פארשער וואס אידענטיפיצירן אריוך מיט [[וארד-סין]], ברודער פון [[רים-סין דער ערשטער]], וואס איז אויך באקאנט אלס '''ארי-אקו''' (Eri-aku){{הערה|[http://www.sacred-texts.com/ane/mba/mba17.htm {{כ}}''Myths of Babylonia and Assyria - The Golden Age of Babylonia''].}}.  


לויט רן צדוק איז די מקור פונעם נאמען אן [[איראן|איראנישער]]{{הערה|שם=hebrewRTL-b|רן צדוק, '''עולם התנ"ך: דניאל''', תל אביב, דוידזון עתי, [[1997]], עמ' 33.}}.
== אין ספרי קודש ==
אין {{תנ"ך|בראשית|יד}} ווערט דערציילט אז אריוך מלך אלסר צוזאמען מיט [[אמרפל]] מלך שנער און [[תדעל]] מלך גוים האבן באגלייט [[כדרלעומר]] מלך עילם, וועלכער איז געפארן צו אונטערדריקן די פינף קעניגן פון כיכר הירדן וועלכע האבן ווידערגעשפעניגט אין אים נאך צוועלף יאר זיין אונטערטעניג. אונטערוועגנס האט די קאאליצע איינגענומען און באזיגט א צאל פעלקער, די רפאים, זוזים, אימים, און חורים, ווי אויך די [[עמלק]]ים און אמוריים.
די קאאליציע פון פיר קעניגן האט זיך אנגעטראפן אין די ווידערשפעניגע אין עמק השידים, און זיי באזיגט אין קריג. כדרלעומר מיט זיינע לייט האבן בארויבט די שטעט, אריינגערעכנט [[לוט]] און זיין פארמעגן.
ווען [[אברהם|אברם]] האט זיך דערוואוסט דערפון איז געקומען מיט זיינע קנעכט ראטעווען זיין פלימעניק, ער האט זיי באזיגט ביי חובה וואס איז צולינקס פון [[דמשק]], און ער האט באפרייט לוט און צוגענומען די רויב.


מאנכע אידענטיפיצירן אֶלָּסָר מיט [[לרסה]], א קעניגרייך וואס האט עקזיסטירט אין די שטאט אנפאנג די [[2'טע יארטויזנט בעפ"צ]] און געפינט זיך אין די דרום טייל פון מעסאפאטאמיא, אנדערע אידענטיפיצירן אלסר מיט [[אל-נצורה]] וואס איז נאנט צו [[חרן]]{{הערה|שם=hebrewRTL-c|[[פנחס ארצי]], '''עולם התנ: בראשית''', תל אביב, דוידזון עתי, 1993, עמ' 104.}}.
אין מדרש שטייט אז אין בבל האט מען געלערנט אז אן "איסר" ווערט גערופן נאך אלסר{{הערה|{{רבה|בראשית|מב|ד}}.}}, ווייל אריוך האט איינגעשטעלט די מטבע{{הערה|נזר הקודש אויף בראשית רבה.}}. דער תרגום יונתן שרייבט אז ער האט געהייסן אריוך "ווייל ער איז געווען הויך (אריך) צווישן די גיבורים"{{הערה|שם=תיונתן|תרגום יונתן אויף {{תנ|בראשית|יד|א}}.}} אדער מיינט יונתן צו רעדן בגנותו אז "היה אריך בית זכרותו ואבר התשמיש"{{הערה|{{תא שמע|19043|אגרא דכלה|ביאורי תרגום יונתן|פרק יד|פסוק א}}.}}. דער אלשיך זאגט אז אריוך איז געווען גרעסער ווי כדרלעומר{{הערה|{{תא שמע|1059|אלשיך|בראשית|יד|א}}}}.


דער [[רמב"ן]] אין זיין פירוש אויף בראשית י"ד ערקלערט אז {{ציטוטון|אריוך מלך אלסר, זו מדי}}, ווידעראום [[יוסף בן מתתיהו]] שרייבט אין זיין ספר "[[קדמוניות היהודים]]", אז אריוך איז געווען אן [[אשור]]'ישער קריגס-מיניסטער וועלכער איז געשיקט געווארן מיט דריי אנדערע קריגס-מיניסטארן פאר א שטראף קאמפיין אין כנען; צוזאמען האבן זיי בארויבט [[סיריע]] און אונטערטעניגט די קעניגן פון [[סדום]] און אומגעגנט וועלכע האבן ווידערשפעניגט אין אשור{{הערה|{{יוספוס|קדמוניות היהודים|א|ט}}}}.
דער מדרש שטעלט די פיר קעניגן קעגן די פיר מלכיות, און זאגט אז אריוך איז מרמז אויף אנטיוכוס (מלכות יון){{הערה|{{רבה|בראשית|מב|ב}} און ד'; {{ילקוט שמעוני|תורה|עב}}. זעט פירוש מהרז"ו אויף בראשית רבה.}}. לויט אן אנדער גירסא איז אריוך קעגן מלכות מדי{{הערה|רמב"ן און אברבנאל, בראשית יד, א.}}. דער ישמח משה זאגט אז אלסר איז געווען א שטאט אין מדי{{הערה|{{תא שמע|19002|ישמח משה|לך לך|טו}}.}}.


==זעט אויך==
דער אמורא [[שמואל]] ווערט אנגערופן אין תלמוד בבלי מיטן כינוי "אריוך", ווייל הילכתא כוותיה בדינא{{הערה|{{בבלי|חולין|עו|ב|מפרש=רש"י}}.}}. תוספות ערקלערט אז וויבאלד שמואל איז גערעכנט געווארן ווי א מלך, האבן זיי אים גערופן "אריוך" וואס איז דער נאמען פון א מלך וואס ווערט דערמאנט אין די תורה און דערמאנט אויך א לייב{{הערה|{{בבלי|שבת|נג|א}}}}, און מלך אלסר איז מרמז אז די הלכה איז ווי אים אויסער ביי איסורי{{הערה|{{תא שמע|1003|דעת זקנים|בראשית|יד|א}}.}}. פארהאן וואס זעען דערין אויך א רמז אויף רב{{הערה|רבי יחיאל מיכל שטערן, {{תא שמע|21010|תולדות האמוראים|אמוראי בבל|רב}}.}}. דער רמ"ע מפאנו שרייבט אז אריוך מלך אלסר איז נתגלגל געווארן אין רב און שמואל, אריוך אין שמואל און מלך אלסר אין רב וואס איז הילכתא כוותיה ב'''א'''י'''ס'''ו'''ר'''א{{הערה|רמ"ע מפאנו, {{תא שמע|14015|גלגולי נשמות|א|ג}}. זעט אויך {{תא שמע|14015|גלגולי נשמות|ליקוטים|ב}}.}}. רבי חיים וויטאל שרייבט אז אריוך איז קעגן בינה{{הערה|{{תא שמע|14115|שער הפסוקים|בראשית|יד|א}}; {{תא שמע|14155|לקוטי תורה|בראשית|פרשת לך לך}}.}}.
* [[אמרפל]]
* [[כדרלעומר]]
* [[תדעל]]


==צו ליינען מער ==
דער אברבנאל שרייבט אז די פיר קעניגן, אריינגערעכנט אריוך, "האבן געקעניגט אין געגנטער פון [[אשור]]"{{הערה|אברבנאל, בראשית יד, א.}}. ענליך שרייבט שוין [[יוסף בן מתתיהו]] אז די פיר קעניגן זענען געווען אשורישער גענערעלער{{הערה|{{יוספוס|קדמוניות היהודים|א|ט}}.}}.
* צבי אדר, '''ספר בראשית: מבוא לעולם המקראי''', תל אביב, ב. צ'יריקובר-מוציא לאור, 1971, עמ' 47 - 44.
 
דאס לאנד אֶלָּסָר ווערט געטייטשט אין תרגום יונתן אלס 'תַלְסַר', די זעלבע ווי "רֶסֶן" ({{תנ"ך|בראשית|י|יב}}) און "תְּלַאשָּׂר" ({{תנ"ך|מלכים ב|יט}}). תלאשר ווערט אידענטיפיצירט מיט טיל-אַשורי וואס איז געווען צו מזרח דעם חדקל, און טייל פארשער האלטן אז דאס איז אלסר{{הערה|שם=מייזלסר|[[#מייזלר|מייזלר]], אלסר}}.
 
==אין פארשונג==
עס פלעגט זיין אנגענומען צו אידענטיפיצירן אריוך מיט וואראד-סין אדער מיט רים-סין די קעניגן פון לאַרסאַ, א מאכטפולע שטאט איז די 18'טע יארהונדערט פצ"ר. לאַרסאַ האט געוועלטיגט איבער פילע ארומיגע שטעט, ביז כאַמוראַבי, וועלכע ווערט אידענטיפיצירט מיט [[אמרפל]], האט עס איינגענומען אין יאר 1764 פצ"ר. איינער פון די קעניגן פון לאַרסאַ ווערט דערמאנט מיט'ן צונאמען 'עריאַקו' (Eri-aku) אין געוויסע קיילשריפט דאקומענטן, און "לאַרסאַ" קלינגט ענליך צו "אלסר"{{הערה|כיוון=שמאל|Pinches, Theophilus (1908). [https://archive.org/details/cu31924005788256/page/218/mode/1up?view=theater The Old Testament In the Light of The Historical Records and Legends of Assyria and Babylonia] (third ed.). London: Society for Promoting Christian Knowledge. pp. 218–220.}}{{הערה|{{אוצר החכמה|לייבל רוזניק|התנ"ך מן השטח|613422|באנד=א|מקום הוצאה=ירושלים|שנת הוצאה=תשע"א|עמ=77–81}}}}. היינטיגער פארשער ווארפן אבער אפ דעם פארשלאג{{הערה|[[#מייזלר|מייזלר]], אריוך}}.
 
טייל האלטן אז אריוך אין אַריאוק (Arriuk) פון אילאַנסוראַ וואס ווערט דערמאנט אין די בריוו פון מארי אן אלס אונטערטאַנער פון זימרי-לים דער קעניג פון מאַרי, מיט וועלכער כאַמוראַבי איז געווען אליאירט{{הערה|כיוון=שמאל|Walton, John H., and Craig S. Keener. ''NRSV Cultural Backgrounds Study Bible: Bringing to Life the Ancient World of Scripture''. Zondervan, 2019. p. 39; K.A. Kitchen, ''On the Reliability of the Old Testament'' [OROT], William B. Eerdmans Publishing, 2003. p. 320; {{cite book |title=Memoriae Igor M. Diakonoff |last=Durand |first=Jean-Marie |publisher=Eisenbrauns |year=2005 |isbn=978-1-57506-123-8 |pages=59–69 |language=fr |editor-last=Kogan |editor-first=Leonid Efimovich |series=Babel und Bibel |volume=2 |chapter=De l’époque amorrite à la Bible: le cas d’Arriyuk |chapter-url=https://books.google.com/books?id=GQKCcOTftfwC&pg=PA59}}; {{cite book |title=The City of Babylon: A History, c. 2000 BC – AD 116 |last=Dalley |first=Stephanie |publisher=Cambridge University Press |year=2021 |isbn=9781107136274 |pages=319–320 |url=https://books.google.com/books?id=TMsvEAAAQBAJ&pg=PA319}} (פון ענגלישער וויקיפעדיע)}}{{הערה|שם=מייזלסר}}. אויך ווערט פארגעשלאגן אז ער איז אריוואוק (Arriwuk) דער זון פון זימרי-לים{{הערה|[[#מייזלר|מייזלר]], זייט 804}}.
 
אלנפאלס ווערט דער נאמען 'אַרְיוֹךְ' געזען אלס א [[חורים|חורי]]שער, לינגוויסטיש פאראלעל צו די אויבנדערמאנטע 'אַריוואוק' און 'אַריאוק'. די נעמען זענען זעלטן אין קיילשריפט אויפשריפטן, און ערשיינען נישט נאכאמאל נאך דער צווייטער יאר-טויזנט פצ"ר{{הערה|[[#ארצי|ארצי]], 1993}}. אנדערע האלטן עס אלס אן אינדיאנער-איראנער נאמען 'אַריאַאוקאַ', האבנדיג די 'אַריאַ' שטאם דערין{{הערה|[[#מייזלר|מייזלר]], אריוך; רן צדוק, '''עולם התנ"ך: דניאל''', תל אביב, דוידזון עתי, [[1997]], עמ' 33.}}.
 
==ביבליאגראפיע==
* צבי אדר, '''ספר בראשית: מבוא לעולם המקראי''', תל אביב, 1971, עמ' 44–47.
*{{אנקער|ארצי|פנחס ארצי, '''עולם התנ"ך: בראשית''', תל אביב, תשמ"ג, עמ' 103–104.}}
*{{אנקער|מייזלר|בנימין מייזלר, '''אנציקלופדיה מקראית''' א, תש"י, עמ' 367 ("אלסר"), 564 ("אריוך"), און 804.}}


==רעפערענצן==
==רעפערענצן==
{{רעפערענצן}}
{{רעפערענצן}}
[[קאַטעגאָריע:גוי'אישע קעניגן אין תנ"ך]]
[[קאַטעגאָריע:גוי'אישע קעניגן אין תנ"ך]]
[[קאַטעגאָריע:פרשת לך לך]]
[[קאַטעגאָריע:פרשת לך לך]]
[[קאַטעגאָריע:מלחמת המלכים]]
[[קאַטעגאָריע:מלחמת המלכים]]
[[קאַטעגאָריע:המכלול ארטיקלען]]
[[he:אריוך]]
[[he:אריוך]]

יעצטיגע רעוויזיע זינט 17:58, 25 אויגוסט 2025

אברהם באזיגט די פיר קעניגן, אילוסטראציע פון אנטאניא טעמפעסטא, יאר 1613

אַרְיוֹךְ מלך אֶלָּסָר ווערט דערמאנט אין בראשית יד אלס איינער פון די פיר קעניגן וואס האבן זיך פאראייניגט צו אונטערדריקן אן אויפשטאנד קעגן כדרלעמר אין די צייטן פון אברהם אבינו.

אין ספרי קודש

אין בראשית יד ווערט דערציילט אז אריוך מלך אלסר צוזאמען מיט אמרפל מלך שנער און תדעל מלך גוים האבן באגלייט כדרלעומר מלך עילם, וועלכער איז געפארן צו אונטערדריקן די פינף קעניגן פון כיכר הירדן וועלכע האבן ווידערגעשפעניגט אין אים נאך צוועלף יאר זיין אונטערטעניג. אונטערוועגנס האט די קאאליצע איינגענומען און באזיגט א צאל פעלקער, די רפאים, זוזים, אימים, און חורים, ווי אויך די עמלקים און אמוריים. די קאאליציע פון פיר קעניגן האט זיך אנגעטראפן אין די ווידערשפעניגע אין עמק השידים, און זיי באזיגט אין קריג. כדרלעומר מיט זיינע לייט האבן בארויבט די שטעט, אריינגערעכנט לוט און זיין פארמעגן. ווען אברם האט זיך דערוואוסט דערפון איז געקומען מיט זיינע קנעכט ראטעווען זיין פלימעניק, ער האט זיי באזיגט ביי חובה וואס איז צולינקס פון דמשק, און ער האט באפרייט לוט און צוגענומען די רויב.

אין מדרש שטייט אז אין בבל האט מען געלערנט אז אן "איסר" ווערט גערופן נאך אלסר[1], ווייל אריוך האט איינגעשטעלט די מטבע[2]. דער תרגום יונתן שרייבט אז ער האט געהייסן אריוך "ווייל ער איז געווען הויך (אריך) צווישן די גיבורים"[3] אדער מיינט יונתן צו רעדן בגנותו אז "היה אריך בית זכרותו ואבר התשמיש"[4]. דער אלשיך זאגט אז אריוך איז געווען גרעסער ווי כדרלעומר[5].

דער מדרש שטעלט די פיר קעניגן קעגן די פיר מלכיות, און זאגט אז אריוך איז מרמז אויף אנטיוכוס (מלכות יון)[6]. לויט אן אנדער גירסא איז אריוך קעגן מלכות מדי[7]. דער ישמח משה זאגט אז אלסר איז געווען א שטאט אין מדי[8].

דער אמורא שמואל ווערט אנגערופן אין תלמוד בבלי מיטן כינוי "אריוך", ווייל הילכתא כוותיה בדינא[9]. תוספות ערקלערט אז וויבאלד שמואל איז גערעכנט געווארן ווי א מלך, האבן זיי אים גערופן "אריוך" וואס איז דער נאמען פון א מלך וואס ווערט דערמאנט אין די תורה און דערמאנט אויך א לייב[10], און מלך אלסר איז מרמז אז די הלכה איז ווי אים אויסער ביי איסורי[11]. פארהאן וואס זעען דערין אויך א רמז אויף רב[12]. דער רמ"ע מפאנו שרייבט אז אריוך מלך אלסר איז נתגלגל געווארן אין רב און שמואל, אריוך אין שמואל און מלך אלסר אין רב וואס איז הילכתא כוותיה באיסורא[13]. רבי חיים וויטאל שרייבט אז אריוך איז קעגן בינה[14].

דער אברבנאל שרייבט אז די פיר קעניגן, אריינגערעכנט אריוך, "האבן געקעניגט אין געגנטער פון אשור"[15]. ענליך שרייבט שוין יוסף בן מתתיהו אז די פיר קעניגן זענען געווען אשורישער גענערעלער[16].

דאס לאנד אֶלָּסָר ווערט געטייטשט אין תרגום יונתן אלס 'תַלְסַר', די זעלבע ווי "רֶסֶן" (בראשית י, יב) און "תְּלַאשָּׂר" (מלכים ב' יט). תלאשר ווערט אידענטיפיצירט מיט טיל-אַשורי וואס איז געווען צו מזרח דעם חדקל, און טייל פארשער האלטן אז דאס איז אלסר[17].

אין פארשונג

עס פלעגט זיין אנגענומען צו אידענטיפיצירן אריוך מיט וואראד-סין אדער מיט רים-סין די קעניגן פון לאַרסאַ, א מאכטפולע שטאט איז די 18'טע יארהונדערט פצ"ר. לאַרסאַ האט געוועלטיגט איבער פילע ארומיגע שטעט, ביז כאַמוראַבי, וועלכע ווערט אידענטיפיצירט מיט אמרפל, האט עס איינגענומען אין יאר 1764 פצ"ר. איינער פון די קעניגן פון לאַרסאַ ווערט דערמאנט מיט'ן צונאמען 'עריאַקו' (Eri-aku) אין געוויסע קיילשריפט דאקומענטן, און "לאַרסאַ" קלינגט ענליך צו "אלסר"[18][19]. היינטיגער פארשער ווארפן אבער אפ דעם פארשלאג[20].

טייל האלטן אז אריוך אין אַריאוק (Arriuk) פון אילאַנסוראַ וואס ווערט דערמאנט אין די בריוו פון מארי אן אלס אונטערטאַנער פון זימרי-לים דער קעניג פון מאַרי, מיט וועלכער כאַמוראַבי איז געווען אליאירט[21][17]. אויך ווערט פארגעשלאגן אז ער איז אריוואוק (Arriwuk) דער זון פון זימרי-לים[22].

אלנפאלס ווערט דער נאמען 'אַרְיוֹךְ' געזען אלס א חורישער, לינגוויסטיש פאראלעל צו די אויבנדערמאנטע 'אַריוואוק' און 'אַריאוק'. די נעמען זענען זעלטן אין קיילשריפט אויפשריפטן, און ערשיינען נישט נאכאמאל נאך דער צווייטער יאר-טויזנט פצ"ר[23]. אנדערע האלטן עס אלס אן אינדיאנער-איראנער נאמען 'אַריאַאוקאַ', האבנדיג די 'אַריאַ' שטאם דערין[24].

ביבליאגראפיע

  • צבי אדר, ספר בראשית: מבוא לעולם המקראי, תל אביב, 1971, עמ' 44–47.
  • פנחס ארצי, עולם התנ"ך: בראשית, תל אביב, תשמ"ג, עמ' 103–104.
  • בנימין מייזלר, אנציקלופדיה מקראית א, תש"י, עמ' 367 ("אלסר"), 564 ("אריוך"), און 804.

רעפערענצן

  1. בראשית רבה, פרשה מ"ב, פסקה ד'.
  2. נזר הקודש אויף בראשית רבה.
  3. תרגום יונתן אויף בראשית יד, א.
  4. אגרא דכלה, ביאורי תרגום יונתן, פרק יד, פסוק א.
  5. אלשיך, בראשית, יד, א.
  6. בראשית רבה, פרשה מ"ב, פסקה ב' און ד'; ילקוט שמעוני תורה, רמז ע"ב. זעט פירוש מהרז"ו אויף בראשית רבה.
  7. רמב"ן און אברבנאל, בראשית יד, א.
  8. ישמח משה, לך לך, טו.
  9. רש"י, חולין עו, ב.
  10. שבת נג, א.
  11. דעת זקנים, בראשית, יד, א.
  12. רבי יחיאל מיכל שטערן, תולדות האמוראים, אמוראי בבל, רב.
  13. רמ"ע מפאנו, גלגולי נשמות, א, ג. זעט אויך גלגולי נשמות, ליקוטים, ב.
  14. שער הפסוקים, בראשית, יד, א; לקוטי תורה, בראשית, פרשת לך לך.
  15. אברבנאל, בראשית יד, א.
  16. יוסף בן מתתיהו, קדמוניות היהודים, בוך א, קאפּיטל ט.
  17. 17.0 17.1 מייזלר, אלסר.
  18. Pinches, Theophilus (1908). The Old Testament In the Light of The Historical Records and Legends of Assyria and Babylonia (third ed.). London: Society for Promoting Christian Knowledge. pp. 218–220.
  19. לייבל רוזניק, התנ"ך מן השטח א, ירושלים, תשע"א, עמ' 77–81.
  20. מייזלר, אריוך.
  21. Walton, John H., and Craig S. Keener. NRSV Cultural Backgrounds Study Bible: Bringing to Life the Ancient World of Scripture. Zondervan, 2019. p. 39; K.A. Kitchen, On the Reliability of the Old Testament [OROT], William B. Eerdmans Publishing, 2003. p. 320; Durand, Jean-Marie (2005). "De l'époque amorrite à la Bible: le cas d'Arriyuk". In Kogan, Leonid Efimovich (ed.). Memoriae Igor M. Diakonoff. Babel und Bibel (in פֿראַנצויזיש). Vol. 2. Eisenbrauns. pp. 59–69. ISBN 978-1-57506-123-8; Dalley, Stephanie (2021). The City of Babylon: A History, c. 2000 BC – AD 116. Cambridge University Press. pp. 319–320. ISBN 9781107136274 (פון ענגלישער וויקיפעדיע)
  22. מייזלר, זייט 804.
  23. ארצי, 1993.
  24. מייזלר, אריוך; רן צדוק, עולם התנ"ך: דניאל, תל אביב, דוידזון עתי, 1997, עמ' 33.