אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "כדרלעומר"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
אין תקציר עריכה
ק ((diffedit))
שורה 18: שורה 18:
דער נאמען "כדרלעומר" ווערט באטראכט צו זיין "קוטיר-לאַגאַמאַר" (Kutir-Lagamar), א טיפישער [[עילמיש]]ער נאמען. "קודור" ערשיינט אלס דער ערשטע עלעמענט אין פילע עילמישע נעמען, און באדייט "דינער" אדער "בכור", און "לאַגאַמאַר" אדער "לאַגאַמאַל" איז אן עילמישער אפגאט. אבער שפורן פון אן עילמישער קעניג מיט'ן נאמען "קוטיר-לאגאמאר" זענען נאכנישט געפונען געווארן, און עס ווערט ערקלערט מיט דעם וואס פארצייטנס פלעגן קעניגן טראגן עטליכע צונעמען, און כדרלעומר איז ווארשיינליך אן אומבאקאנטער צונאמען פון איינער פון די באקאנטער קעניגן{{הערה|1={{אוצר החכמה|לייבל רוזניק|התנ"ך מן השטח|613422|באנד=א|מקום הוצאה=ירושלים|שנת הוצאה=תשע"א|עמ=77–81}}|שם=רוזניק}}.
דער נאמען "כדרלעומר" ווערט באטראכט צו זיין "קוטיר-לאַגאַמאַר" (Kutir-Lagamar), א טיפישער [[עילמיש]]ער נאמען. "קודור" ערשיינט אלס דער ערשטע עלעמענט אין פילע עילמישע נעמען, און באדייט "דינער" אדער "בכור", און "לאַגאַמאַר" אדער "לאַגאַמאַל" איז אן עילמישער אפגאט. אבער שפורן פון אן עילמישער קעניג מיט'ן נאמען "קוטיר-לאגאמאר" זענען נאכנישט געפונען געווארן, און עס ווערט ערקלערט מיט דעם וואס פארצייטנס פלעגן קעניגן טראגן עטליכע צונעמען, און כדרלעומר איז ווארשיינליך אן אומבאקאנטער צונאמען פון איינער פון די באקאנטער קעניגן{{הערה|1={{אוצר החכמה|לייבל רוזניק|התנ"ך מן השטח|613422|באנד=א|מקום הוצאה=ירושלים|שנת הוצאה=תשע"א|עמ=77–81}}|שם=רוזניק}}.


קיילשריפט אויפשריפטן וועלכע מ'פלעגט מיינען אז זיי אנטהאלטן דעם נאמען ווערן היינט דערשיפרירט אנדערש{{הערה|כיוון=שמאל|{{אנצ יהודית|4283|Chedorlaomer|Morris Jastrow, Jr., Robert W. Rogers}}.}}. איין אזא ביישפיל זענען די אזוי-גערופענע "כדרלעומר טאבלעטן" אין וועלכע ט. פינטשעס האט אין יאר 1897 געפונען די נעמען "קודור-לאגאמאר", "טודכאַליאַ" (א נאמען פאראלעל צו [[תדעל]]), און "ערי-אַקו" (פאראלעל צו [[אריוך]]){{הערה|שם=רוזניק}}. סימבאלן אין קיילשריפט קענען געליינט ווערן אין עטליכע וועגן, און היינט איז אנגענומען אז וואס פינטשעס האט געליינט אלס "קודור-לאגאמאר" איז באמת קוטיר-נאַכונטע{{I|II}} {{משמאל לימין|(Kutir‑Naḫḫunte)}}, וואס ווערט דערמאנט אינעם טאבלעט אלס איינער פון דריי קעניגן וואס האבן פארשוועכט די בבלישע אפגעטער און געשטראפט געווארן דערויף{{הערה|חיים תדמור, '''אנציקלופדיה מקראית''' ח, תשמ"ב, עמ' 434-435, "תדעל".}}.
קיילשריפט אויפשריפטן וועלכע מ'פלעגט מיינען אז זיי אנטהאלטן דעם נאמען ווערן היינט דערשיפרירט אנדערש{{הערה|כיוון=שמאל|{{אנצ יהודית|4283|Chedorlaomer|Morris Jastrow, Jr., Robert W. Rogers}}.}}. איין אזא ביישפיל זענען די אזוי-גערופענע "כדרלעומר טאבלעטן" אין וועלכע ט. פינטשעס האט אין יאר 1897 געפונען די נעמען "קודור-לאגאמאר", "טודכאַליאַ" (א נאמען פאראלעל צו [[תדעל]]), און "ערי-אַקו" (פאראלעל צו [[אריוך]]){{הערה|שם=רוזניק}}. סימבאלן אין קיילשריפט קענען געליינט ווערן אין עטליכע וועגן, און היינט איז אנגענומען אז וואס פינטשעס האט געליינט אלס "קודור-לאגאמאר" איז באמת קוטיר-נאַכונטע {{רוימישע נומערן|2}} {{משמאל לימין|(Kutir‑Naḫḫunte)}}, וואס ווערט דערמאנט אינעם טאבלעט אלס איינער פון דריי קעניגן וואס האבן פארשוועכט די בבלישע אפגעטער און געשטראפט געווארן דערויף{{הערה|חיים תדמור, '''אנציקלופדיה מקראית''' ח, תשמ"ב, עמ' 434-435, "תדעל".}}.


פארהאן פארשער וואס אידענטיפיצירן כדרלעומר מיט קוטיר-נאַכונטע{{I|I}}{{הערה|[[#ארצי|ארצי]] 1993; [[#פייפר|פייפר]] כדרלעמר.}}{{הערה|שם=רוזניק}}, אן עילמשער קעניג וואס האט אנגעגריפן און באזיגט כאַמוראַבי'ס זון און נאכפאלגער שאַמשו-אילונאַ. אנדערע אידעטיפיצירן כדרלעומר מיט כדור-מאבוק (Kudur-Mabuk) אן עילמישער מיליטער-מאן וואס האט איינגענומען לאַרסאַ און געקרוינט אלס קעניג זיין זון [[וארד-סין]] (וועלכער ווערט אידענטיפיצירט מיט [[אריוך]]). פארהאן ראיות אז די הערשאפט פון לאַרסאַ האט זיך געצויגן ביז סיריע און ארץ ישראל{{הערה|{{אוצר החכמה|רבי דוד צבי הופמאן|פירושי הרב דוד צבי הופמן|14523|באנד=א (בראשית א)|מקום הוצאה=בני ברק|שנת הוצאה=תשכ"ט}}.}}{{הערה|שם=רוזניק}}{{הערה|כיוון=שמאל|[http://www.sacred-texts.com/ane/mba/mba17.htm {{כ}}''Myths of Babylonia and Assyria - The Golden Age of Babylonia''].}}.
פארהאן פארשער וואס אידענטיפיצירן כדרלעומר מיט קוטיר-נאַכונטע {{רוימישע נומערן|1}}{{הערה|[[#ארצי|ארצי]] 1993; [[#פייפר|פייפר]] כדרלעמר.}}{{הערה|שם=רוזניק}}, אן עילמשער קעניג וואס האט אנגעגריפן און באזיגט כאַמוראַבי'ס זון און נאכפאלגער שאַמשו-אילונאַ. אנדערע אידעטיפיצירן כדרלעומר מיט כדור-מאבוק (Kudur-Mabuk) אן עילמישער מיליטער-מאן וואס האט איינגענומען לאַרסאַ און געקרוינט אלס קעניג זיין זון [[וארד-סין]] (וועלכער ווערט אידענטיפיצירט מיט [[אריוך]]). פארהאן ראיות אז די הערשאפט פון לאַרסאַ האט זיך געצויגן ביז סיריע און ארץ ישראל{{הערה|{{אוצר החכמה|רבי דוד צבי הופמאן|פירושי הרב דוד צבי הופמן|14523|באנד=א (בראשית א)|מקום הוצאה=בני ברק|שנת הוצאה=תשכ"ט}}.}}{{הערה|שם=רוזניק}}{{הערה|כיוון=שמאל|[http://www.sacred-texts.com/ane/mba/mba17.htm {{כ}}''Myths of Babylonia and Assyria - The Golden Age of Babylonia''].}}.


[[יוסף בן מתתיהו]] שרייבט אז די פיר קעניגן, אריינגערעכנט תדעל, זענען געווען [[אשור]]ישער גענערעלער{{הערה|{{יוספוס|קדמוניות היהודים|א|ט}}.}}. ענליך שרייבט דער אברבנאל אז "די אלע האבן געקעניגט אין געגנטער פון אשור"{{הערה|אברבנאל, בראשית יד, א.}}. רב סעדיה גאון שרייבט אז כדרלעומר איז געווען דער קעניג פון כוזיסטאן {{העב|ח'וזסתאן}}, א געגנט דרום-מזרח פון דער היינטיגער איראן{{הערה|{{על התורה|רב סעדיה גאון|תפסיר לבראשית פרק יד פסוק א|R._Saadia_Gaon_Tafsir_Arabic/Bereshit/14.1#m7e0n6}}}}
[[יוסף בן מתתיהו]] שרייבט אז די פיר קעניגן, אריינגערעכנט תדעל, זענען געווען [[אשור]]ישער גענערעלער{{הערה|{{יוספוס|קדמוניות היהודים|א|ט}}.}}. ענליך שרייבט דער אברבנאל אז "די אלע האבן געקעניגט אין געגנטער פון אשור"{{הערה|אברבנאל, בראשית יד, א.}}. רב סעדיה גאון שרייבט אז כדרלעומר איז געווען דער קעניג פון כוזיסטאן {{העב|ח'וזסתאן}}, א געגנט דרום-מזרח פון דער היינטיגער איראן{{הערה|{{על התורה|רב סעדיה גאון|תפסיר לבראשית פרק יד פסוק א|R._Saadia_Gaon_Tafsir_Arabic/Bereshit/14.1#m7e0n6}}}}

רעוויזיע פון 18:57, 24 יולי 2025

אברהם באזיגט די פיר קעניגן, אילוסטראציע פון אנטאניא טעמפעסטא, יאר 1613

כְּדָרְלָעֹמֶר מלך עילם[1] ווערט דערמאנט אין בראשית יד אלס איינער וואס האט אנטיילגענומען ביי דער מלחמה אין עמק השידים. די פיר קעניגן, אמרפל, אריוך, כדרלעמר, און תדעל האבן זיך פאראייניגט צו אונטערדריקן אן אויפשטאנד פון פינף קעניגן פון כיכר הירדן וואס האבן ווידערגעשפעניגט אין כדרלעמר אין די צייטן פון אברהם אבינו.

געשיכטע אין דער תורה

אין בראשית יד ווערט דערציילט אז כדרלעומר מלך עילם איז געפארן צו אונטערדריקן די פינף קעניגן פון כיכר הירדן וועלכע האבן ווידערגעשפעניגט אין אים נאך צוועלף יאר זיין אונטערטעניג. אריוך מלך אלסר, אמרפל מלך שנער, און תדעל מלך גוים זענען מיטגעקומען מיט אים. אונטערוועגנס האט די קאאליצע איינגענומען און באזיגט א צאל פעלקער, די רפאים, זוזים, אימים, און חורים, ווי אויך די עמלקים און אמוריים. די קאאליציע פון פיר קעניגן האט זיך אנגעטראפן אין די ווידערשפעניגע אין עמק השידים, און זיי באזיגט אין קריג. כדרלעומר מיט זיינע לייט האבן בארויבט די שטעט, אריינגערעכנט לוט און זיין פארמעגן. ווען אברם האט זיך דערוואוסט דערפון איז געקומען מיט זיינע קנעכט ראטעווען זיין פלימעניק, ער האט זיי באזיגט ביי חובה וואס איז צולינקס פון דמשק, און ער האט באפרייט לוט און צוגענומען די רויב.

פון די פסוקים שיינט אז כדרלעומר האט געפירט די מלחמה[2], און אין פסוק ט' ווערט כדרלעומר אויסגערעכנט דער ערשטער פון אלע פיר קעניגן[3]. דעריבער האלטן טייל אז כדרלעומר איז געווען דער חשוב'סטער פון צווישן די פיר[4][5].

פון דער אנדערע זייט ווערט אמרפל אויסגערעכנט דער ערשטער אנהייבן קאפיטל, און עס איז משמע אז ער איז געווען חשוב'סטער, און ווי רש"י און אנדערע זאגן טאקע[6][7]. טייל ערקלערן אז וויבאלד די קעניגן האבן ווידערגעשפעניגט אין כדרלעומר, האט ער זיך אריינגעלייגט מער אינעם קאמפיין ווי די אנדערע[8]. טייל זאגן אז כדרלעומר איז טאקע געווען דער פירער, אבער אמרפל איז געווען דער עלטסטער[9]. טייל זאגן אז אין גרויסקייט און אין פירן די קעניגרייך אינעווייניג אין לאנד איז אמרפל געווען אין שפיץ, און מיט העלדישקייט אין קריג איז כדרלעומר געווען אין שפיץ[10].

"כדרלעומר" אין הלכה

לויט דער גמרא[11] ווערט דער נאמען געשריבן "כדר לעומר" מיט צוויי ווערטער אבער אויף דער זעלבע שורה, אבער לויט אונזער מסורה ווערט עס געשריבן אין איין ווארט[12]. אזוי אויך אויב עס איז נוגע צו שרייבן דעם נאמען אין א גט, שרייבט מען "כדרלעומר"[13].

אידענטיטעט

דער נאמען "כדרלעומר" ווערט באטראכט צו זיין "קוטיר-לאַגאַמאַר" (Kutir-Lagamar), א טיפישער עילמישער נאמען. "קודור" ערשיינט אלס דער ערשטע עלעמענט אין פילע עילמישע נעמען, און באדייט "דינער" אדער "בכור", און "לאַגאַמאַר" אדער "לאַגאַמאַל" איז אן עילמישער אפגאט. אבער שפורן פון אן עילמישער קעניג מיט'ן נאמען "קוטיר-לאגאמאר" זענען נאכנישט געפונען געווארן, און עס ווערט ערקלערט מיט דעם וואס פארצייטנס פלעגן קעניגן טראגן עטליכע צונעמען, און כדרלעומר איז ווארשיינליך אן אומבאקאנטער צונאמען פון איינער פון די באקאנטער קעניגן[14].

קיילשריפט אויפשריפטן וועלכע מ'פלעגט מיינען אז זיי אנטהאלטן דעם נאמען ווערן היינט דערשיפרירט אנדערש[15]. איין אזא ביישפיל זענען די אזוי-גערופענע "כדרלעומר טאבלעטן" אין וועלכע ט. פינטשעס האט אין יאר 1897 געפונען די נעמען "קודור-לאגאמאר", "טודכאַליאַ" (א נאמען פאראלעל צו תדעל), און "ערי-אַקו" (פאראלעל צו אריוך)[14]. סימבאלן אין קיילשריפט קענען געליינט ווערן אין עטליכע וועגן, און היינט איז אנגענומען אז וואס פינטשעס האט געליינט אלס "קודור-לאגאמאר" איז באמת קוטיר-נאַכונטע II (Kutir‑Naḫḫunte), וואס ווערט דערמאנט אינעם טאבלעט אלס איינער פון דריי קעניגן וואס האבן פארשוועכט די בבלישע אפגעטער און געשטראפט געווארן דערויף[16].

פארהאן פארשער וואס אידענטיפיצירן כדרלעומר מיט קוטיר-נאַכונטע I[17][14], אן עילמשער קעניג וואס האט אנגעגריפן און באזיגט כאַמוראַבי'ס זון און נאכפאלגער שאַמשו-אילונאַ. אנדערע אידעטיפיצירן כדרלעומר מיט כדור-מאבוק (Kudur-Mabuk) אן עילמישער מיליטער-מאן וואס האט איינגענומען לאַרסאַ און געקרוינט אלס קעניג זיין זון וארד-סין (וועלכער ווערט אידענטיפיצירט מיט אריוך). פארהאן ראיות אז די הערשאפט פון לאַרסאַ האט זיך געצויגן ביז סיריע און ארץ ישראל[18][14][19].

יוסף בן מתתיהו שרייבט אז די פיר קעניגן, אריינגערעכנט תדעל, זענען געווען אשורישער גענערעלער[20]. ענליך שרייבט דער אברבנאל אז "די אלע האבן געקעניגט אין געגנטער פון אשור"[21]. רב סעדיה גאון שרייבט אז כדרלעומר איז געווען דער קעניג פון כוזיסטאן (העב'), א געגנט דרום-מזרח פון דער היינטיגער איראן[22]

אין מדרש

אין מדרש רבה שטייט אז די פיר מלכים זענען מרמז קעגן די פיר גרויסע אימפעריעס וואס וועלן אויפשטיין אויף דער וועלט, און "כדרלעומר מלך עילם, זה מָדַי"[23]. דער רמב"ן ברענגט דעם מדרש אנדערש, און לויט אים איז כדרלעומר מרמז אויף יָוָן[24].

ביבליאגראפיע

  • פנחס ארצי, עולם התנ"ך: בראשית, תל אביב, 1993, זייטן 103-104.
  • חיים ה. פייפר, "כדרלעמר", אנציקלופדיה מקראית ד, עמוד 13.

רעפערענצן

  1. אין תרגום השבעים: Χοδολλογομόρ "כוֹדוֹלוֹגוֹמוֹר"
  2. בראשית א, ד: שְׁתֵּים עֶשְׂרֵה שָׁנָה עָבְדוּ אֶת כְּדָרְלָעֹמֶר וגו', ד: וּבְאַרְבַּע עֶשְׂרֵה שָׁנָה בָּא כְדָרְלָעֹמֶר וְהַמְּלָכִים אֲשֶׁר אִתּוֹ וגו'
  3. בראשית א, ט: אֵת כְּדָרְלָעֹמֶר מֶלֶךְ עֵילָם וְתִדְעָל מֶלֶךְ גּוֹיִם וְאַמְרָפֶל מֶלֶךְ שִׁנְעָר וְאַרְיוֹךְ מֶלֶךְ אֶלָּסָר וגו'.
  4. רד"ק, בראשית יד, ד.
  5. פייפר, כדרלעומר.
  6. גור אריה, בראשית יד, ה.
  7. ספורנו, בראשית יד, א.
  8. רש"י אין דפוס אלקבץ, געברענגט אין רש"י השלם – אריאל א, מכון אריאל: ירושלים, תשמ"ו, 143982.
  9. פענח רזא און טור על התורה, בראשית יד, א.
  10. העמק דבר, בראשית יד, א.
  11. חולין סה, א.
  12. זעט מנחת שי, בראשית יד א.
  13. בית שמואל, שמות אנשים, אות כ'.
  14. 14.0 14.1 14.2 14.3 לייבל רוזניק, התנ"ך מן השטח א, ירושלים, תשע"א, עמ' 77–81.
  15. Morris Jastrow, Jr., Robert W. Rogers, ‏"Chedorlaomer", JewishEncyclopedia.com (ענגליש).
  16. חיים תדמור, אנציקלופדיה מקראית ח, תשמ"ב, עמ' 434-435, "תדעל".
  17. ארצי 1993; פייפר כדרלעמר.
  18. רבי דוד צבי הופמאן, פירושי הרב דוד צבי הופמן א (בראשית א), בני ברק, תשכ"ט.
  19. Myths of Babylonia and Assyria - The Golden Age of Babylonia.
  20. יוסף בן מתתיהו, קדמוניות היהודים, בוך א, קאפּיטל ט.
  21. אברבנאל, בראשית יד, א.
  22. רב סעדיה גאון, תפסיר לבראשית פרק יד פסוק א.
  23. בראשית רבה, פרשה מ"ב, פסקה ד'.
  24. רמב"ן, בראשית יד, א.