אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "יום שבת קודש הוא"
צייכן: אַנולירונג |
צייכן: אַנולירונג |
||
| שורה 10: | שורה 10: | ||
==אינהאלט== | ==אינהאלט== | ||
דער פיוט איז באזירט אויף פילע דרשות פון דער [[גמרא]] און מדרש וואס פארציילן איבער די שיינקייט פונעם שבת, און דאס גרויסקייט פון איר מכבד זיין. יעדער סטראַף רעדט פון א צווייטער מימרא: | דער פיוט איז באזירט אויף פילע דרשות פון דער [[גמרא]] און מדרש וואס פארציילן איבער די שיינקייט פונעם שבת, און דאס גרויסקייט פון איר מכבד זיין. יעדער סטראַף רעדט פון א צווייטער מימרא: | ||
{| | {| | ||
! !! טעקסט !! אין אידיש{{ביאור|דורך [[מענדעלע מוכר ספרים]], אין זיין זמירות ישראל (זשיטאמיר 1875){{הערה|געדרוקט אין [https://www.nli.org.il/he/books/NNL_ALEPH990022447250205171/NLI?volumeItem=6 אלע ווערק פון מענדעלע מוכר ספרים] 14, ווארשע תרע"ג, זז' 29–33. | ! !! טעקסט !! אין אידיש{{ביאור|דורך [[מענדעלע מוכר ספרים]], אין זיין זמירות ישראל (זשיטאמיר 1875){{הערה|געדרוקט אין [https://www.nli.org.il/he/books/NNL_ALEPH990022447250205171/NLI?volumeItem=6 אלע ווערק פון מענדעלע מוכר ספרים] 14, ווארשע תרע"ג, זז' 29–33.}} !! style="width:30%;" | מאמר חז"ל | ||
|- | |- | ||
| 1 | | 1 | ||
| | | {{ציטוט|{{#tag:poem|'''י'''וֹם שַׁבָּת קוֹדֶשׁ הוּא | ||
אַשְׁרֵי הָאִישׁ שׁוֹמְרֵהוּ | אַשְׁרֵי הָאִישׁ שׁוֹמְרֵהוּ | ||
וְעַל הַיַּיִן זָכְרֵהוּ | וְעַל הַיַּיִן זָכְרֵהוּ | ||
וְאַל יָשִׂים אֶל לִבּוֹ | וְאַל יָשִׂים אֶל לִבּוֹ | ||
הַכִּיס רֵק וְאֵין בּוֹ | הַכִּיס רֵק וְאֵין בּוֹ | ||
:יִשְׂמַח וְיִרְוֶה, וְאִם לֹוֶה, הַצּוּר יִפְרַע אֶת חוֹבוֹ}} | :יִשְׂמַח וְיִרְוֶה, וְאִם לֹוֶה, הַצּוּר יִפְרַע אֶת חוֹבוֹ}}}} | ||
| | | {{#tag:poem|דער טאג פון שבת הײליג איז ער, | ||
װאױל דעם װאס היט איהם װי עס געהער. | װאױל דעם װאס היט איהם װי עס געהער. | ||
און דערמאהנט איהם אין קידוש אױף װײן, | און דערמאהנט איהם אין קידוש אױף װײן, | ||
| שורה 27: | שורה 27: | ||
נישטא אין איהם אי א שילינגער. | נישטא אין איהם אי א שילינגער. | ||
לאז ער זיך פרײען, עסען לרוב, | לאז ער זיך פרײען, עסען לרוב, | ||
אױב ער בארגט, װעט גאט צאהלען זײן חוב.}} | אױב ער בארגט, װעט גאט צאהלען זײן חוב.}} | ||
| גמרא אין [[מסכת ביצה]] "לוו עלי ואני פורע" ({{בבלי|ביצה|טו|ב}}). | | גמרא אין [[מסכת ביצה]] "לוו עלי ואני פורע" ({{בבלי|ביצה|טו|ב}}). | ||
|- | |- | ||
| 2 | | 2 | ||
| | | {{ציטוט|{{#tag:poem|'''הַ'''בָּשָׂר יַיִן וְדָגִים | ||
וְאַל יֶחֱסַר בְּתַעֲנוּגִים | וְאַל יֶחֱסַר בְּתַעֲנוּגִים | ||
וְאִם שְׁלָשׁ אֵלֶּה לְפָנָיו צָגִים | וְאִם שְׁלָשׁ אֵלֶּה לְפָנָיו צָגִים | ||
זֶה יִהְיֶה שְׂכָרוֹ | זֶה יִהְיֶה שְׂכָרוֹ | ||
אֲשֶׁר חָפֵץ בִּיקָרוֹ | אֲשֶׁר חָפֵץ בִּיקָרוֹ | ||
:יוֹסֵף חָצָה, דָג וּמָצָא, מַרְגָּלִית בִּבְשָׂרוֹ}} | :יוֹסֵף חָצָה, דָג וּמָצָא, מַרְגָּלִית בִּבְשָׂרוֹ}}}} | ||
| {{#tag:poem|פלײש, װײן און פיש װעט איהם ניט פעהלען, | | {{#tag:poem|פלײש, װײן און פיש װעט איהם ניט פעהלען, | ||
װעט ער די דרײ געריכט צום טיש שטעלען, | װעט ער די דרײ געריכט צום טיש שטעלען, | ||
| שורה 53: | שורה 53: | ||
:בְּעַל כָּרְחוֹ, יְסַפֵּר שְׁבָחוֹ, שְׁמוֹ יַעֲלֶה כְּטוֹב שָׁמֶן }}}} | :בְּעַל כָּרְחוֹ, יְסַפֵּר שְׁבָחוֹ, שְׁמוֹ יַעֲלֶה כְּטוֹב שָׁמֶן }}}} | ||
| {{#tag:poem|איז דער טיש געגרײט אָרענטליך־פײן, | | {{#tag:poem|איז דער טיש געגרײט אָרענטליך־פײן, | ||
און גאט’ס | און גאט’ס מלאָך זאגט : „זאלסט געבענשט זײן“, | ||
װעט עס טאקי תמיד זײן װי הײנט, | װעט עס טאקי תמיד זײן װי הײנט, | ||
װי מיסט װעלען װערען זײנע פײנט. | װי מיסט װעלען װערען זײנע פײנט. | ||
| שורה 73: | שורה 73: | ||
װאס זײ באקען און נעהמען חלה, | װאס זײ באקען און נעהמען חלה, | ||
דער זכות פון די דרײ מצװת אַלע, | דער זכות פון די דרײ מצװת אַלע, | ||
װעט זײ אם | װעט זײ אם יִרצה השם בײשטעהן, | ||
אין דער רעכטער צײט בײם צוקינד געהן, | אין דער רעכטער צײט בײם צוקינד געהן, | ||
דערפאר וואס זײ היטען דאס אלסדינג, | דערפאר וואס זײ היטען דאס אלסדינג, | ||
| שורה 104: | שורה 104: | ||
קוּמט דער שבת, קומט מנוּחה אי רוה, | קוּמט דער שבת, קומט מנוּחה אי רוה, | ||
לוּסטיגקײט קוּמט, א שמחה, א פרײד, | לוּסטיגקײט קוּמט, א שמחה, א פרײד, | ||
מען פארגעסט אלע צרות | מען פארגעסט אלע צרות אוּן לײד. | ||
גאט האט מיט דעם מן אין יענער צײט, | גאט האט מיט דעם מן אין יענער צײט, | ||
געבענשט, געהײליגט דעם טאג בײ לײט: | געבענשט, געהײליגט דעם טאג בײ לײט: | ||
געהײליגט, דארױף איז דאס | געהײליגט, דארױף איז דאס אַ בעװײז: | ||
אין איהם איז ניט געגאנגען מן, קײן שפּײז, | אין איהם איז ניט געגאנגען מן, קײן שפּײז, | ||
געבענשט, וואס פרײטיג | געבענשט, וואס פרײטיג קוּמט פאר איהם אָן | ||
מיט | מיט אַ מאל גאנצע צװײ מעסטליך מן.}} | ||
| באזירט אויפן פסוק{{הערה|{{תנ"ך|בראשית|ב|ג}}}} "וַיְבָרֶךְ אֱלֹקִים אֶת יוֹם הַשְּׁבִיעִי וַיְקַדֵּשׁ אֹתוֹ" אויף וואס דער מדרש{{הערה|{{מדרש רבה|בראשית|יא}}; אויך געברענגט אין {{תנ"ך|שמות|כ|י|מפרש=רש"י}}.}} זאגט "ברכו במן, וקדשו במן" – אז די מן איז נישט אראפגעקומען שבת, און פרייטאג איז געקומען דאפלט. | | באזירט אויפן פסוק{{הערה|{{תנ"ך|בראשית|ב|ג}}}} "וַיְבָרֶךְ אֱלֹקִים אֶת יוֹם הַשְּׁבִיעִי וַיְקַדֵּשׁ אֹתוֹ" אויף וואס דער מדרש{{הערה|{{מדרש רבה|בראשית|יא}}; אויך געברענגט אין {{תנ"ך|שמות|כ|י|מפרש=רש"י}}.}} זאגט "ברכו במן, וקדשו במן" – אז די מן איז נישט אראפגעקומען שבת, און פרייטאג איז געקומען דאפלט. | ||
|- | |- | ||
| שורה 138: | שורה 138: | ||
און שבת גאר פּלוצלים שטעלט ער זיך, | און שבת גאר פּלוצלים שטעלט ער זיך, | ||
בעװײזט, אז פון רוה איז ער א טאג, | בעװײזט, אז פון רוה איז ער א טאג, | ||
דאס גיב דעם | דאס גיב דעם אַפּיקורוס א זאג.}} | ||
| די חז"ל ({{בבלי|סנהדרין|סה|ב}}; {{מדרש רבה|בראשית|יא}}) אז טורנוסרופוס הרשע האט געפרעגט פון [[רבי עקיבא]]: ווער זאגט אז היינט איז שבת, האט ער אים געזאגט דער טייך סמבטיון וועט אויפווייזן. | | די חז"ל ({{בבלי|סנהדרין|סה|ב}}; {{מדרש רבה|בראשית|יא}}) אז טורנוסרופוס הרשע האט געפרעגט פון [[רבי עקיבא]]: ווער זאגט אז היינט איז שבת, האט ער אים געזאגט דער טייך סמבטיון וועט אויפווייזן. | ||
|- | |- | ||
| שורה 153: | שורה 153: | ||
די שטארקע קולות פוּן יענעם טײך | די שטארקע קולות פוּן יענעם טײך | ||
שווײגען, זענען ניט משיג גבול מיר, | שווײגען, זענען ניט משיג גבול מיר, | ||
אין דעם שטײגער | אין דעם שטײגער פוּן זינען מײן שיר. | ||
האלט זיך אײן, קײן רעש, קײן פּיפּס מעהר, | האלט זיך אײן, קײן רעש, קײן פּיפּס מעהר, | ||
נעהמט נישט די קרױן | נעהמט נישט די קרױן פוּן שיר, װאס מיר געהר.}} | ||
| | | | ||
|} | |} | ||
רעוויזיע פון 20:21, 20 יולי 2025
יוֹם שַׁבָּת קֹדֶשׁ הוּא איז א פיוט וואס ווערט געזינגען אין אשכנזישע קהילות צווישן די זמירות פון פרייטאג צונאכטס סעודה, דער נאמען פונעם מחבר איז "יהונתן".
מחבר און צייט
דער אידענטיטעט פונעם מחבר און זיין צייט איז נישט באקאנט, אויסער דעם פאקט אז זיין נאמען איז געווען יהונתן, ווי ער האט דאס פארצייכנט אינעם אקראסטיך. דאס ערשטע מאל דער פיוט איז געדרוקט געווארן איז געווען אין א סדר זמירות און ברכת המזון געדרוקט אין פראג אין יאר ער"ה.
אויסשטעל
דער פיוט באשטייט פון ניין סטראָפן, וואס יעדער פון זיי אנטהאלט זעקס פערזן. די גראמען זענען אויסגעשטעלט אויף א קונסטליכן אופן[1], די ערשטע דריי פערזן גראמען אינאיינעם, און אויך די לעצטע דריי פערזן. דער זעקסטער פערז איז צעטיילט אין דריי חלקים, און די ערשטע צוויי דערפון זענען אין א גראם (א,א,א; ב,ב, ג,ג,ב). די סטראפן הייבן זיך אן מיטן אקראסטיך פון דעם נאמען פונעם מחבר "יהונתן חזק".
אינהאלט
דער פיוט איז באזירט אויף פילע דרשות פון דער גמרא און מדרש וואס פארציילן איבער די שיינקייט פונעם שבת, און דאס גרויסקייט פון איר מכבד זיין. יעדער סטראַף רעדט פון א צווייטער מימרא:
| טעקסט | דורך מענדעלע מוכר ספרים, אין זיין זמירות ישראל (זשיטאמיר 1875)[2] | מאמר חז"ל | |
|---|---|---|---|
| 1 |
|
דער טאג פון שבת הײליג איז ער, |
גמרא אין מסכת ביצה "לוו עלי ואני פורע" (ביצה טו, ב). |
| 2 |
|
פלײש, װײן און פיש װעט איהם ניט פעהלען, |
די געשיכטע פון יוסף מוקיר שבת (שבת קיט, א). |
| 3 |
|
איז דער טיש געגרײט אָרענטליך־פײן, |
ברייתא (שבת קיט, ב), "רבי יוסי בר יהודה זאגט, צוויי מלאכים באגלייטן א מענטש ערב שבת פון בית הכנסת צו זיין שטוב, איינער א גוטער און איינס א שלעכטער, און ווען מען קומט אין שטוב, און מען געפינט די ליכט ברענט, דער טיש אנגעגרייט, און די בעט אויסגעשפרייט, זאגט דער גוטע מלאך 'יהי רצון אז אויף דעם קומענדיגן שבת זאל זיין אזוי' און דער שלעכטער מלאך ענטפערט אמן געצווינגענערהייט". |
| 4 |
|
װײבער אזעלכע װאס ליכט בענשען, |
משנה (שבת לא, ב) אז "אויף דריי זאכן שטארבן פרויען בשעת א געבורט, ווייל זיי זענען נישט געווארנט אין נדה, חלה און אין צינדן ליכט". |
| 5 |
|
גיט צו גאט אַ שבח א פײנעם, |
גמרא (ביצה טז, א), אז דער אויבערשטער האט געזאגט פאר משה: "איך האב א גוטע מתנה אין מיין קאמער, און איר נאמען איז שבת, און איך וויל דאס געבן פאר די אידן". עס דערמאנט אויך אז די תורה איז געגעבן געווארן אין שבת, ווי עס שטייט אין שבת פו, ב. |
| 6 |
|
אז דאס הארץ װײנט, צרות טרעטען צו, |
באזירט אויפן פסוק[4] "וַיְבָרֶךְ אֱלֹקִים אֶת יוֹם הַשְּׁבִיעִי וַיְקַדֵּשׁ אֹתוֹ" אויף וואס דער מדרש[5] זאגט "ברכו במן, וקדשו במן" – אז די מן איז נישט אראפגעקומען שבת, און פרייטאג איז געקומען דאפלט. |
| 7 |
|
היט מען פוּן שבת די פיל געבאט, |
די געזעצן פון שבת זענען געגעבן געווארן אין מרה[6]. דערנאך זאגט עס אז די הלכות פון שבת זענען ווי בערג וואס הענגען אויף א האר, ווי עס שטייט אין מסכת חגיגה[7], ווייל ס'איז דא ווייניג פסוקים און אסאך הלכות. |
| 8 |
|
דאס איז דער צײכען פוּן גאט דעם הער, |
די חז"ל (סנהדרין סה, ב; בראשית רבה, פרשה י"א) אז טורנוסרופוס הרשע האט געפרעגט פון רבי עקיבא: ווער זאגט אז היינט איז שבת, האט ער אים געזאגט דער טייך סמבטיון וועט אויפווייזן. |
| 9 |
|
עס הערען אױף די קולות זײנע, |
- נאטיצן
- ↑ דער אריגינעלער נוסח איז געווען "ואם עברו ולא נזהרו אזי קרובה מיתתן"[3], עס איז געטוישט געווארן אויף "ואם לא עברו ונזהרו אזי קרובה לידתן" כדי עס זאל גיין פּאזיטיוו, הגם די ווערטער זענען נישט אזוי פינקטליך און דער גראם פון "לידתן" שטייט שוין נאכאמאל.
- ↑ פארהאן וואס זענען גורס אנדערש, כדי עס זאל שטימען מיט די גראם פון די אנדערע בתים.
דער ניינטער סטראף
דער לעצטער סטראָף איז א פערזענליכער אויסדרוק פונעם דיכטער, וואס רימט אויס זיין פאעזיע איבער אנדערע, און שילדערט מיט פאעטישע אידיאמען, אז די קולות וועלן פארשטומט ווערן ווען זיין ליד וועט זיך גרויסן [אדער לויט טייל מפרשים 'פלעכטן'], ווייל זיינע געזאנגען פליסן ווי טוי,און מען זאל נישט אריינטרעטן אין זיין גרעניץ, אין דעם ליד-שטראז וואס זיין טייל איז געפאלן. און ער פירט אויס מיט א ווארנונג - וואס מען חזר'ט איבער צוויי מאל[8] - "טוט זיך באצירן, אבער טוט זיך נישט באנוצן מיטן קרוין פון פאעזיע וואס פּאסיג בלויז פאר מיר".
איבער דעם פשט פון דעם אויסערארנטליכן געדיכט, ווערט דערציילט אין נאמען פון רבי שלום רוקח פון בעלזא, אז דער מחבר פון דעם שיר האט דאס אפגעשריבן אויף א צעטל, און נאך איידער ער האט באוויזן צו ערגענצן דעם לעצטן בית איז דאס פארלוירן געווארן. א צווייטער איד האט דאס געפינען און איז ארומגעגאנגען אין שטעט דאס אפזינגען, און ער האט זיך בארימט מיט דעם שיינעם פיוט וואס ער האט אנגעבליך פארפאסט, ביז ער איז אנגעקומען צום שטאט פון רבי יהונתן, דער אמת'ער מחבר, וואס איז ערשטוינט געווארן צו הערן זיין פארלוירענעם ליד. ער האט באלד גענומען שרייען אז דאס איז זיינס און יענער איז א שווינדלער, און עס האט אויסגעבראכן א קריגעריי ווער עס איז גערעכט, ביז רבי יהונתן האט אים געפרעגט אויף וואס איז די אקראסטיך באזירט, און יענער האט נישט געוואוסט צו ענטפערן ווייל ס'איז נאכנישט געווען ערגענצט, האט רבי יהונתן ערקלערט אז דאס איז זיין נאמען "יהונתן חזק" און יעדער האט אים גערעכט געגעבן דערויף[1].
אנדערע פארציילן די מעשה אז די פארזאמלטע האבן געזאגט, אז מען וועט אויספרובירן און זען ווער עס וועט קענען ערגענצן דעם פעלנדן סטראף, אז עס זאל פאסן לויטן געבוי פון פיוט, דאס איז א ראי' אז ער האט דאס געמאכט, און רבי יהונתן האט דאס שיין און פאסיג צוגעענדיגט, אריינגעבנדיג פאר יענעם. דאס שטימט מיט א גירסא פון כתב יד "בבית שירי יגדלון" - ווען איך וועל פארגרעסערן דעם לעצטן בית פאר מיין שיר[8]. געוויסע מפרשים טייטשן "יגדלון" א לשון פון פלעכטן די גראמען פאר'ן שיר[9].
געוויסע מפרשים לערנען אנדערע פשטים אז ס'זאל אריינפאסן מיטן גאנצן פיוט. אז עס גייט ארויף אויף ביאת המשיח, ווען די קולות פון די גוים וועלן פארשטומט ווערן, און די אידן וועלן זינגען שירה. אדער אז עס גייט ארויף אויפ'ן סמבטיון וואס לאזט נאך פון זיינע קולות אום שבת אין די צייט וואס מען זינגט שירה[10].
איין פארשער לערנט אפ די מדרשים וואס דער פּייטן קלויבט אַרײנצונעמען אין זײן זמר, אז דער פּייטן האט געוואלט ארויסברענגען דערמיט די העכער טבע'דיגע כוחות וואס דער שבת פארמאגט, און דינט אלס קעגן כוח צו די אפיקורסים וואס גלייבן בלויז אין די גשמיות'דיגע טבע. לויט דעם פירט דער סטראף אויס מיט א תפילה צום אייבערשטן, אז די אידישע גלויבן, וועלכע איז איידל ווי טוי, זאל איבערקומען די קולות פון אלע קעגנער וועלכע זוכן דאס צו פארניכטן[11].
מעלאדיעס און פירונגען
דער פיוט איז געווארן פּאפּולער אלס א שבת טיש געזאנג בײ דײטשע אידן. עס איז פארפאסט געווארן א צאל ניגונים צוגעפאסט צו דעם ליד, און אויך איז פארהאן אין געוויסע קהילות א נוסח מיט וואס מען זינגט דעם פיוט.
אין טייל חסידישע הויפן פירט מען זיך צו אויסלאזן דעם ערשטן העלפט פונעם זמר און אנהייבן "תנו שבח ושירה". די טעם ווערט אנגעגעבן ווייל מען וויל נישט דערמאנען דעם שלעכטן מלאך וואס ווערט געברענגט אינעם דריטן סטראף[12]. אנדערע געבן אן, אז דער טעם איז ווייל אינעם אריגינעלן ווערסיע איז דער פערטער סטראף געווען "ואם עברו ולא נזהרו אזי קרובה מיתתן", און מען האט דאס נישט געוואלט ארויסזאגן[מקור פארלאנגט].
אין וויזשניץ פירט מען זיך צו זינגען דעם פיוט פון תנו שבח בלויז אויף שבת פרשת משפטים, און מען האט איבערגעזינגען די ווערטער "נפש כי נאנחה בא שבת בא מנוחה" מערערע מאל אין א צי. דער אהבת ישראל האט דאס נישט געלאזט זינגען אין אן אנדערע וואך[13].
עס איז פארהאן א צאל ניגונים אויף ווערטער וואס ערשיינען אין דעם פיוט, צווישן זיי א באקאנטער ניגון אויף די ווערטער "שׁוֹמְרֵי מִצְוֹתֶיהָ ינְחָלוּ, לְיוֹם שֶׁכֻּלּוֹ, שַׁבָּת בְּצִבְאוֹתֶיהָ; זֶּה הָאוֹת אֲשֶׁר שָׂם אֵ-ל בֵּינוֹ וּבֵין בְּנֵי ישְׂרָאֵל", פארפאסט דורך א בעלזער חסיד יודל איינהארן[14], און עטליכע ניגונים אויף די ווערטער "תְנוּ שֶׁבַח וְשִׁירָה, לָאֵ-ל אֲשֶׁר שַׁבָּת בָּרָא", אריינגערעכנט עטליכע ניגונים וואס מען זינגט אין באבוב[15].
דרויסנדיגע לינקס
- יום שַׁבָּת קודֶשׁ הוּא, אויף "דעת"
דער פיוט יום שבת קודש הוא, אויף הפיוט והתפילה וועבזייטל
יום שבת קדש הוא - מודז'יץ, ניגון אויף הרב יצחק גינזבורג - Topic קאנאל אויף יוטיוב (לענג: 06:00)
תנו שבח-באבוב, ניגון אויף יוסף משה כהנא - Topic קאנאל אויף יוטיוב (לענג: 3:59)
שומרי מצוותיה-בעלזא, ניגון אויף יוסף משה כהנא - Topic קאנאל אויף יוטיוב (לענג: 6:22)
תנו שבח, ניגון אויף Avraham Fried - Topic קאנאל אויף יוטיוב (לענג: 04:16)
חוקותיה, ניגון אויף Mordechai Ben David - Topic קאנאל אויף יוטיוב (לענג: 06:05)
רעפערענצן
- ↑ 1.0 1.1 אברהם הכהן פון אנאניא, מטיב נגן, ווארשע, תרל"ט, עמ' 4–5.
- ↑ געדרוקט אין אלע ווערק פון מענדעלע מוכר ספרים 14, ווארשע תרע"ג, זז' 29–33.
- ↑ תיקוני שבת.
- ↑ בראשית ב, ג.
- ↑ בראשית רבה, פרשה י"א; אויך געברענגט אין רש"י, שמות כ, י.
- ↑ רש"י, שמות טו, כה.
- ↑ חגיגה י, א.
- ↑ 8.0 8.1 נתן פערלמאן, קובץ בית אהרן וישראל גליון קי, כסלו טבת תשס"ד, עמ' קלח-קמ; און גליון קיג, סיון תמוז תשס"ד, עמ' קנב זייט קנב.
- ↑ סידור בית יעקב; עץ יוסף.
- ↑ סידור בית יעקב; לחם רב.
- ↑ עידו חברוני, יום שבת קודש הוא - עיון בפיוט אויף הפיוט והתפילה וועבזייטל.
- ↑ ליקוטי מהרי"ח, סדר סעודת ליל שבת, ד"ה יום שבת.
- ↑ בעריש ויינברגר, עדות ביהוסף, תשס"ב, עמ' ס"ה.
- ↑ שומרי מצוותיה, אויף jyrics.
- ↑ דער קדושת ציון פון באבוב, ברוקלין, תשע"ג (באגרעניצט צו באַצאָלטע אַבאָנענטן).