אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "יום שבת קודש הוא"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
(←‏אינהאלט: פארברייטערט)
שורה 96: שורה 96:
#דער צווייטער סטראף באשרייבט די אידעאלע שבת סעודה מיט די "דאזיגע דריי": פלייש, וויין און פיש, און אז מען זאל נישט פעלן אין תענוגים. עס דערמאנט די געשיכטע פון [[יוסף מוקיר שבת]]{{הערה|{{בבלי|שבת|קיט|א}}}} אלס א ביישפיל פון דעם שכר פון מכבד זיין שבת.
#דער צווייטער סטראף באשרייבט די אידעאלע שבת סעודה מיט די "דאזיגע דריי": פלייש, וויין און פיש, און אז מען זאל נישט פעלן אין תענוגים. עס דערמאנט די געשיכטע פון [[יוסף מוקיר שבת]]{{הערה|{{בבלי|שבת|קיט|א}}}} אלס א ביישפיל פון דעם שכר פון מכבד זיין שבת.
#דער דריטער סטראף איז געבויט אויף א [[ברייתא]] אין [[מסכת שבת]], "רבי יוסי בר יהודה זאגט, צוויי מלאכים באגלייטן א מענטש ערב שבת פון בית הכנסת צו זיין שטוב, איינער א גוטער און איינס א שלעכטער, און ווען מען קומט אין שטוב, און מען געפינט די ליכט ברענט, דער טיש אנגעגרייט, און די בעט אויסגעשפרייט, זאגט דער גוטע מלאך 'יהי רצון אז אויף דעם קומענדיגן שבת זאל זיין אזוי' און דער שלעכטער מלאך ענטפערט אמן געצווינגענערהייט"{{הערה|{{בבלי|שבת|קיט|ב}}.}}.
#דער דריטער סטראף איז געבויט אויף א [[ברייתא]] אין [[מסכת שבת]], "רבי יוסי בר יהודה זאגט, צוויי מלאכים באגלייטן א מענטש ערב שבת פון בית הכנסת צו זיין שטוב, איינער א גוטער און איינס א שלעכטער, און ווען מען קומט אין שטוב, און מען געפינט די ליכט ברענט, דער טיש אנגעגרייט, און די בעט אויסגעשפרייט, זאגט דער גוטע מלאך 'יהי רצון אז אויף דעם קומענדיגן שבת זאל זיין אזוי' און דער שלעכטער מלאך ענטפערט אמן געצווינגענערהייט"{{הערה|{{בבלי|שבת|קיט|ב}}.}}.
#דער פערטער סטראף איז געבויט אויף די משנה{{הערה|{{בבלי|שבת|לא|ב}}.}} אז "אויף דריי זאכן שטארבן פרויען בשעת א געבורט, ווייל זיי זענען נישט געווארנט אין נדה, חלה און אין צינדן ליכט".
#דער פערטער סטראף איז געבויט אויף די משנה{{הערה|{{בבלי|שבת|לא|ב}}.}} אז "אויף דריי זאכן שטארבן פרויען בשעת א געבורט, ווייל זיי זענען נישט געווארנט אין נדה, חלה און אין צינדן ליכט". דער אריגינעלער נוסח איז געווען "ואם עברו ולא נזהרו אזי קרובה מיתתן"{{הערה|תיקוני שבת}}, מען האט עס געטוישט אויף "ואם לא עברו ונזהרו, אזי קרובה לידתן" כדי עס זאל גיין פאזעטיוו, הגם די ווערטער זענען נישט אזוי פינקטליך, און דער גראם פון "לידתן" שטייט שוין נאכאמאל.
#דער פינפטער סטראף באזירט זיך אויף די גמרא{{הערה|{{בבלי|ביצה|טז|א}}}}, אז דער אויבערשטער האט געזאגט פאר משה: "איך האב א גוטע מתנה אין מיין קאמער, און איר נאמען איז שבת, און איך וויל דאס געבן פאר די אידן". עס דערמאנט אויך אז די תורה איז געגעבן געווארן אין שבת, ווי עס שטייט אין מסכת שבת{{הערה|{{בבלי|שבת|פו|ב|אן=מסכת}}}}.
#דער פינפטער סטראף באזירט זיך אויף די גמרא{{הערה|{{בבלי|ביצה|טז|א}}}}, אז דער אויבערשטער האט געזאגט פאר משה: "איך האב א גוטע מתנה אין מיין קאמער, און איר נאמען איז שבת, און איך וויל דאס געבן פאר די אידן". עס דערמאנט אויך אז די תורה איז געגעבן געווארן אין שבת, ווי עס שטייט אין מסכת שבת{{הערה|{{בבלי|שבת|פו|ב|אן=מסכת}}}}.
#דער זעקסטער סטראף איז באזירט אויפן פסוק{{הערה|{{תנ"ך|בראשית|ב|ג}}}} "וַיְבָרֶךְ אֱלֹקִים אֶת יוֹם הַשְּׁבִיעִי וַיְקַדֵּשׁ אֹתוֹ" אויף וואס דער מדרש{{הערה|{{מדרש רבה|בראשית|יא}}; אויך געברענגט אין {{תנ"ך|שמות|כ|י|מפרש=רש"י}}.}} זאגט "ברכו במן, וקדשו במן" – אז די מן איז נישט אראפגעקומען שבת, און פרייטאג איז געקומען דאפלט.
#דער זעקסטער סטראף איז באזירט אויפן פסוק{{הערה|{{תנ"ך|בראשית|ב|ג}}}} "וַיְבָרֶךְ אֱלֹקִים אֶת יוֹם הַשְּׁבִיעִי וַיְקַדֵּשׁ אֹתוֹ" אויף וואס דער מדרש{{הערה|{{מדרש רבה|בראשית|יא}}; אויך געברענגט אין {{תנ"ך|שמות|כ|י|מפרש=רש"י}}.}} זאגט "ברכו במן, וקדשו במן" – אז די מן איז נישט אראפגעקומען שבת, און פרייטאג איז געקומען דאפלט.

רעוויזיע פון 20:10, 6 יולי 2025

יום שבת קודש הוא

יוֹם שַׁבָּת קוֹדֶשׁ הוּא
אַשְׁרֵי הָאִישׁ שׁוֹמְרֵהוּ
וְעַל הַיַּיִן זָכְרֵהוּ

וְאַל יָשִׂים אֶל לִבּוֹ
הַכִּיס רֵק וְאֵין בּוֹ
יִשְׂמַח וְיִרְוֶה, וְאִם לֹוֶה, הַצּוּר יִפְרַע אֶת חוֹבוֹ

הַבָּשָׂר יַיִן וְדָגִים
וְאַל יֶחֱסַר בְּתַעֲנוּגִים
וְאִם שְׁלָשׁ אֵלֶּה לְפָנָיו צָגִים

זֶה יִהְיֶה שְׂכָרוֹ
אֲשֶׁר חָפֵץ בִּיקָרוֹ
יוֹסֵף חָצָה, דָג וּמָצָא, מַרְגָּלִית בִּבְשָׂרוֹ


וְאִם שֻׁלְחָן כַּדָת עָרוּךְ
וּמַלְאָךְ אֵ-ל יַעֲנֶה בָּרוּךְ
זֶה יִהְיֶה זְמַן אָרוּךְ

וְאוֹיְבָיו יִהְיוּ כְדוֹמֶן
וּמַלְאָךְ רַע יַעֲנֶה אָמֵן
בְּעַל כָּרְחוֹ, יְסַפֵּר שְׁבָחוֹ, שְׁמוֹ יַעֲלֶה כְּטוֹב שָׁמֶן


נָשִׁים נֵרוֹת תַּדְלִיקֶנָּה
וְחֹק נִדּוֹת תַּחֲזִיקֶנָּה
וְהַחַלּוֹת תַּסִּיקֶנָּה

יָגֵן בַּעֲדָן זְכוּתָן
יוֹם בֹּא עֵת לֵדָתָן
וְאִם לֹא עָבְרוּ, וְנִזְהָרוּ, אֲזַי קְרוֹבָה לֵדָתָן:


תְנוּ שֶׁבַח וְשִׁירָה
לָאֵל אֲשֶׁר שַׁבָּת בָּרָא
וְלָנוּ בוֹ נָתַן תּוֹרָה

קָרָא לְמשֶׁה מַתָּנָה
בְּבֵית גְּנָזַי הִיא טְמוּנָה
לְךָ יָאֲתָה, וְקַח אוֹתָהּ, תְּנָהּ לַעֲדַת מִי מָנָה


נֶפֶשׁ כִּי נֶאֱנָחָה
בָּא שַׁבָּת בָּא מְנוּחָה
גִּיל וְשָׂשׂוֹן וְשִׂמְחָה

בֵּרְכוֹ וְקִדְּשׁוֹ בְּמָן
מִלְּרֶדֶת לְעַם לֹא אַלְמָן
וְהַשַּׁבָּת, נֶפֶשׁ מְשִׁיבַת, בְּפִיסַת בָּר אֲשֶׁר טָמָן


חֻקּוֹתֶיהָ בְּמָרָה
נִצְטַוּוּ בְּאַזְהָרָה
כַּהֲרָרִים בִּשְׂעָרָה

תְּלוּיִם הִלְכוֹתֶיהָ
שׁוֹמְרֵי מִצְוֹתֶיהָ
יִנְחָלוּ, לְיוֹם שֶׁכֻּלּוֹ, שַׁבָּת בְּצִבְאוֹתֶיהָ


זֶּה הָאוֹת אֲשֶׁר שָׂם אֵל
בֵּינוֹ וּבֵין בְּנֵי יִשְׂרָאֵל
וּבַשְּׁבִיעִי אֲשֶׁר הוֹאֵל

סַמְבַּטְיוֹן הַנָּהָר
שֶׁבְּכָל יוֹם רָץ וְנִמְהָר
יוֹכִיחַ, בּוֹ מָנוֹחַ, תָּשִׁיב לְמִין אֲשֶׁר שׁוֹאֵל[1]


קוֹלֵי קוֹלוֹת יֶחְדָּלוּן
בְּעֵת שִׁירַי יִגְדָּלוּן
כִּי כַטַּל הֵם יִזָּלוּן

וְאַל יַסִּיגוּ גְבוּלִי
בְּאוֹרַח שִׁיר נָפַל חֶבְלִי
הִתְקוֹשְׁשׁוּ, וְאַל תְּשַׁמְּשׁוּ, בְּנֵזֶר שִׁיר שָׁפְרָה לִי

יוֹם שַׁבָּת קֹדֶשׁ הוּא איז א פיוט וואס ווערט געזינגען אין אשכנזישע קהילות צווישן די זמירות פון פרייטאג צונאכטס סעודה, דער נאמען פונעם מחבר איז "יהונתן".  

מחבר און צייט

דער אידענטיטעט פונעם מחבר און זיין צייט איז נישט באקאנט, אויסער דעם פאקט אז זיין נאמען איז געווען יהונתן, ווי ער האט דאס פארצייכנט אינעם אקראסטיך. דאס ערשטע מאל דער פיוט איז געדרוקט געווארן איז געווען אין א סדר זמירות און ברכת המזון געדרוקט אין פראג אין יאר ער"ה.

אויסשטעל

דער פיוט באשטייט פון ניין סטראָפן, וואס יעדער פון זיי אנטהאלט זעקס פערזן. די גראמען זענען אויסגעשטעלט אויף א קונסטליכן אופן[2], די ערשטע דריי פערזן גראמען אינאיינעם, און אויך די לעצטע דריי פערזן. דער זעקסטער פערז איז צעטיילט אין דריי חלקים, און די ערשטע צוויי דערפון זענען אין א גראם (א,א,א; ב,ב, ג,ג,ב). די סטראפן הייבן זיך אן מיטן אקראסטיך פון דעם נאמען פונעם מחבר "יהונתן חזק".

אינהאלט

דער פיוט איז באזירט אויף פילע דרשות פון דער גמרא און מדרש וואס פארציילן איבער די שיינקייט פונעם שבת, און דאס גרויסקייט פון איר מכבד זיין. יעדער סטראַף רעדט פון א צווייטער מימרא:

  1. דער ערשטער סטראף הייבט אן מיט א לויב פאר דעם וואס היט שבת. עס זאגט אן אז מען זאל זיך נישט זארגן אויב דער קעשענע איז ליידיג און מען האט נישט פאר הוצאות השבת, נאר מען זאל בארגן און זיך פרייען און טרינקען ווייל דער באשעפער וועט שוין באצאלן דעם חוב. דאס איז באזירט אויפ'ן גמרא אין מסכת ביצה "לוו עלי ואני פורע"[3].
  2. דער צווייטער סטראף באשרייבט די אידעאלע שבת סעודה מיט די "דאזיגע דריי": פלייש, וויין און פיש, און אז מען זאל נישט פעלן אין תענוגים. עס דערמאנט די געשיכטע פון יוסף מוקיר שבת[4] אלס א ביישפיל פון דעם שכר פון מכבד זיין שבת.
  3. דער דריטער סטראף איז געבויט אויף א ברייתא אין מסכת שבת, "רבי יוסי בר יהודה זאגט, צוויי מלאכים באגלייטן א מענטש ערב שבת פון בית הכנסת צו זיין שטוב, איינער א גוטער און איינס א שלעכטער, און ווען מען קומט אין שטוב, און מען געפינט די ליכט ברענט, דער טיש אנגעגרייט, און די בעט אויסגעשפרייט, זאגט דער גוטע מלאך 'יהי רצון אז אויף דעם קומענדיגן שבת זאל זיין אזוי' און דער שלעכטער מלאך ענטפערט אמן געצווינגענערהייט"[5].
  4. דער פערטער סטראף איז געבויט אויף די משנה[6] אז "אויף דריי זאכן שטארבן פרויען בשעת א געבורט, ווייל זיי זענען נישט געווארנט אין נדה, חלה און אין צינדן ליכט". דער אריגינעלער נוסח איז געווען "ואם עברו ולא נזהרו אזי קרובה מיתתן"[7], מען האט עס געטוישט אויף "ואם לא עברו ונזהרו, אזי קרובה לידתן" כדי עס זאל גיין פאזעטיוו, הגם די ווערטער זענען נישט אזוי פינקטליך, און דער גראם פון "לידתן" שטייט שוין נאכאמאל.
  5. דער פינפטער סטראף באזירט זיך אויף די גמרא[8], אז דער אויבערשטער האט געזאגט פאר משה: "איך האב א גוטע מתנה אין מיין קאמער, און איר נאמען איז שבת, און איך וויל דאס געבן פאר די אידן". עס דערמאנט אויך אז די תורה איז געגעבן געווארן אין שבת, ווי עס שטייט אין מסכת שבת[9].
  6. דער זעקסטער סטראף איז באזירט אויפן פסוק[10] "וַיְבָרֶךְ אֱלֹקִים אֶת יוֹם הַשְּׁבִיעִי וַיְקַדֵּשׁ אֹתוֹ" אויף וואס דער מדרש[11] זאגט "ברכו במן, וקדשו במן" – אז די מן איז נישט אראפגעקומען שבת, און פרייטאג איז געקומען דאפלט.
  7. דער זיבעטער סטראף זאגט אז אז די געזעצן פון שבת זענען געגעבן געווארן אין מרה[12]. דערנאך זאגט עס אז די הלכות פון שבת זענען ווי בערג וואס הענגען אויף א האר, ווי עס שטייט אין מסכת חגיגה[13], ווייל ס'איז דא ווייניג פסוקים און אסאך הלכות.
  8. דער אכטער סטראף רעדט וועגן שבת אלס א סימן וואס ג-ט האט געשטעלט צווישן אים און די בני ישראל. עס דערמאנט דעם טייך סמבטיון וואס רוט אום שבת, אלס א באווייז פאר א כופר וואס פארלאנגט א ראי' אויף שמירת שבת. אזוי ווי די גמרא פארציילט אין סנהדרין[14] אויף טורנוסרופוס הרשע און רבי עקיבא.

דער ניינטער סטראף

דער לעצטער סטראָף איז א פערזענליכער אויסדרוק פונעם דיכטער, וואס רימט אויס זיין פאעזיע איבער אנדערע, און שילדערט מיט פאעטישע אידיאמען, אז די קולות וועלן פארשטומט ווערן ווען זיין ליד וועט זיך גרויסן [אדער לויט טייל מפרשים 'פלעכטן'], ווייל זיינע געזאנגען פליסן ווי טוי,און מען זאל נישט אריינטרעטן אין זיין גרעניץ, אין דעם ליד-שטראז וואס זיין טייל איז געפאלן. און ער פירט אויס מיט א ווארנונג - וואס מען חזר'ט איבער צוויי מאל[15] - "טוט זיך באצירן, אבער טוט זיך נישט באנוצן מיטן קרוין פון פאעזיע וואס פּאסיג בלויז פאר מיר".

איבער דעם פשט פון דעם אויסערארנטליכן געדיכט, ווערט דערציילט אין נאמען פון רבי שלום רוקח פון בעלזא, אז דער מחבר פון דעם שיר האט דאס אפגעשריבן אויף א צעטל, און נאך איידער ער האט באוויזן צו ערגענצן דעם לעצטן בית איז דאס פארלוירן געווארן. א צווייטער איד האט דאס געפינען און איז ארומגעגאנגען אין שטעט דאס אפזינגען, און ער האט זיך בארימט מיט דעם שיינעם פיוט וואס ער האט אנגעבליך פארפאסט, ביז ער איז אנגעקומען צום שטאט פון רבי יהונתן, דער אמת'ער מחבר, וואס איז ערשטוינט געווארן צו הערן זיין פארלוירענעם ליד. ער האט באלד גענומען שרייען אז דאס איז זיינס און יענער איז א שווינדלער, און עס האט אויסגעבראכן א קריגעריי ווער עס איז גערעכט, ביז רבי יהונתן האט אים געפרעגט אויף וואס איז די אקראסטיך באזירט, און יענער האט נישט געוואוסט צו ענטפערן ווייל ס'איז נאכנישט געווען ערגענצט, האט רבי יהונתן ערקלערט אז דאס איז זיין נאמען "יהונתן חזק" און יעדער האט אים גערעכט געגעבן דערויף[2].

אנדערע פארציילן די מעשה אז די פארזאמלטע האבן געזאגט, אז מען וועט אויספרובירן און זען ווער עס וועט קענען ערגענצן דעם פעלנדן סטראף, אז עס זאל פאסן לויטן געבוי פון פיוט, דאס איז א ראי' אז ער האט דאס געמאכט, און רבי יהונתן האט דאס שיין און פאסיג צוגעענדיגט, אריינגעבנדיג פאר יענעם. דאס שטימט מיט א גירסא פון כתב יד "בבית שירי יגדלון" - ווען איך וועל פארגרעסערן דעם לעצטן בית פאר מיין שיר[15]. געוויסע מפרשים טייטשן "יגדלון" א לשון פון פלעכטן די גראמען פאר'ן שיר[16].

געוויסע מפרשים לערנען אנדערע פשטים אז ס'זאל אריינפאסן מיטן גאנצן פיוט. אז עס גייט ארויף אויף ביאת המשיח, ווען די קולות פון די גוים וועלן פארשטומט ווערן, און די אידן וועלן זינגען שירה. אדער אז עס גייט ארויף אויפ'ן סמבטיון וואס לאזט נאך פון זיינע קולות אום שבת אין די צייט וואס מען זינגט שירה[17].

איין פארשער לערנט אפ די מדרשים וואס דער פּייטן קלויבט אַרײנצונעמען אין זײן זמר, אז דער פּייטן האט געוואלט ארויסברענגען דערמיט די העכער טבע'דיגע כוחות וואס דער שבת פארמאגט, און דינט אלס קעגן כוח צו די אפיקורסים וואס גלייבן בלויז אין די גשמיות'דיגע טבע. לויט דעם פירט דער סטראף אויס מיט א תפילה צום אייבערשטן, אז די אידישע גלויבן, וועלכע איז איידל ווי טוי, זאל איבערקומען די קולות פון אלע קעגנער וועלכע זוכן דאס צו פארניכטן[18].

איבערזעצונג אין אידיש

דער טאג פוּן שבּת הײליג איז ער,
װאױל דעם װאס היט איהם װי עס געהער.
אוּן דערמאהנט איהם אין קידוּש אױף װײן,
עס פאלט איהם גאר קײן געדאנק ניט אײן,
אַז דער בּײטעל איז גאר לײדיג, לער,
נישטא אין איהם אי אַ שילינגער.
לאז ער זיך פרײען, עסען לרוב,
אױבּ ער בּארגט, װעט גאט צאהלען זײן חוב.

פלײש, װײן אוּן פיש װעט איהם ניט פעהלען,
װעט ער די דרײ געריכט צוּם טיש שטעלען,
דאס װעט זײן דער לױן זײנער דערפאר,
פאר טײער האלטען שבּת דער שכר.
יוסף צוּשפּאלט אַ פיש, ס’איז גאנץ קלאר,
אוּן געפינט אין איהם אַ פּערעל גאר.

איז דער טיש געגרײט אָרענטליך־פײן,
אוּן גאט’ס מלאָך זאגט : „זאלסט געבּענקט זײן“,
װעט עס טאקי תּמיד זײן װי הײנט,
װי מיסט װעלען װערען זײנע פײנט.
דער שלעכטער מלאָך ענטפערט אָמן,
אוּן װעט מוּזען לױבּען זײן נאמען,
דער שם זײנער װעט געהן צװישען לײט,
אַזױ אי ער אײל װאס שמעקט װײט.

װײבּער אַזעלכע װאס ליכט בּענשען,
אוּן האלטען זײער צײט װי מענשען,
װאס זײ בּאקען אוּן נעהמען חלה,
דער זכוּת פוּן די דרײ מצװת אַלע,
װעט זײ אם יִרצה השם בּײשטעהן,
אין דער רעכטער צײט בּײם צוּקינד געהן,
דערפאר ואס זײ היטען דאס אַלסדינג,
װעלען זײ געװינען גיך אוּן גרינג.

גיט צוּ גאט אַ שבח אַ פײנעם,
פאר דעם הײליגען שבּת זײנעם,
ער רוּפט אוּן זאגט צוּ משה אַ װארט:
„אַ מתּנה ליגט אין מײן אוצר דארט,
שבּת איז עס, פּאסט דיר שײן װינדער,
נעהם גיבּ זי די יוּדישע קינדער“.

אַז דאס הארץ װײנט, צרות טרעטען צוּ,
קוּמט דער שבּת, קוּמט מנוּחה אי רוּה,
לוּסטיגקײט קוּמט, אַ שמחה, אַ פרײד,
מען פארגעסט אַלע צרות אוּן לײד.
גאט האט מיט דעם מן אין יענער צײט,
געבענשט, געהײליגט דעם טאג בּײ לײט:
געהײליגט, דארױף איז דאס אַ בּעװײז:
אין איהם איז ניט געגאנגען מן, קײן שפּײז,
געבּענשט, וואס פרײטיג קוּמט פאר איהם אָן
מיט אַ מאל גאנצע צװײ מעסטליך מן.

היט מען פוּן שבּת די פיל געבּאט,
בּעקוּמט מען עולם הבּא פוּן גאט.

דאס איז דער צײכען פוּן גאט דעם הער,
צװישען איהם אוּן יִשראל שטעהט ער
אוּן דעם זיבּטען טאג װאס ער װיל,
װאס ער איז שטארק הײליג, רוּהיג שטיל.
סמבּטיון דער טײך װאס לױפט זעהר גיך,
אוּן שבּת גאר פּלוּצלים שטעלט ער זיך,
בּעװײזט, אַז פוּן רוּה איז ער אַ טאג,
דאס גיבּ דעם אַפּיקורום אַ זאג.

עס הערען אױף די קולות זײנע,
װען איך זינג הױך די זמירות מײנע,
װאס גיסען זיך מחיה װי טױ גלײך,
די שטארקע קולות פוּן יענעם טײך
שווײגען, זענען ניט משיג גבוּל מיר,
אין דעם שטײגער פוּן זינען מײן שיר.
האלט זיך אײן, קײן רעש, קײן פּיפּס מעהר,
נעהמט נישט די קרױן פוּן שיר, װאס מיר געהר.

מענדעלע מוכר ספרים, זמירות ישראל (זשיטאמיר 1875)[19]:

מעלאדיעס און פירונגען

דער פיוט איז געווארן פּאפּולער אלס א שבת טיש געזאנג בײ דײטשע אידן. עס איז פארפאסט געווארן א צאל ניגונים צוגעפאסט צו דעם ליד, און אויך איז פארהאן אין געוויסע קהילות א נוסח מיט וואס מען זינגט דעם פיוט.

אין טייל חסידישע הויפן פירט מען זיך צו אויסלאזן דעם ערשטן העלפט פונעם זמר און אנהייבן "תנו שבח ושירה". די טעם ווערט אנגעגעבן ווייל מען וויל נישט דערמאנען דעם שלעכטן מלאך וואס ווערט געברענגט אינעם דריטן סטראף[20]. אנדערע געבן אן, אז דער טעם איז ווייל אינעם אריגינעלן ווערסיע איז דער פערטער סטראף געווען "ואם עברו ולא נזהרו אזי קרובה מיתתן", און מען האט דאס נישט געוואלט ארויסזאגן[מקור פארלאנגט].

אין וויזשניץ פירט מען זיך צו זינגען דעם פיוט פון תנו שבח בלויז אויף שבת פרשת משפטים, און מען האט איבערגעזינגען די ווערטער "נפש כי נאנחה בא שבת בא מנוחה" מערערע מאל אין א צי. דער אהבת ישראל האט דאס נישט געלאזט זינגען אין אן אנדערע וואך[21].

עס איז פארהאן א צאל ניגונים אויף ווערטער וואס ערשיינען אין דעם פיוט, צווישן זיי א באקאנטער ניגון אויף די ווערטער "שׁוֹמְרֵי מִצְוֹתֶיהָ ינְחָלוּ, לְיוֹם שֶׁכֻּלּוֹ, שַׁבָּת בְּצִבְאוֹתֶיהָ; זֶּה הָאוֹת אֲשֶׁר שָׂם אֵ-ל בֵּינוֹ וּבֵין בְּנֵי ישְׂרָאֵל", פארפאסט דורך א בעלזער חסיד יודל איינהארן[22], און עטליכע ניגונים אויף די ווערטער "תְנוּ שֶׁבַח וְשִׁירָה, לָאֵ-ל אֲשֶׁר שַׁבָּת בָּרָא", אריינגערעכנט עטליכע ניגונים וואס מען זינגט אין באבוב[23].

דרויסנדיגע לינקס

רעפערענצן

  1. פארהאן וואס זענען גורס אנדערש, כדי עס זאל שטימען מיט די גראם פון די אנדערע בתים.
  2. 2.0 2.1 אברהם הכהן פון אנאניא, מטיב נגן, ווארשע, תרל"ט, עמ' 4–5.
  3. ביצה טו, ב.
  4. שבת קיט, א.
  5. שבת קיט, ב.
  6. שבת לא, ב.
  7. תיקוני שבת.
  8. ביצה טז, א.
  9. פו, ב.
  10. בראשית ב, ג.
  11. בראשית רבה, פרשה י"א; אויך געברענגט אין רש"י, שמות כ, י.
  12. רש"י, שמות טו, כה.
  13. חגיגה י, א.
  14. סנהדרין סה, ב; בראשית רבה, פרשה י"א.
  15. 15.0 15.1 נתן פערלמאן, קובץ בית אהרן וישראל גליון קי, כסלו טבת תשס"ד, עמ' קלח-קמ; און גליון קיג, סיון תמוז תשס"ד, עמ' קנב זייט קנב.
  16. סידור בית יעקב; עץ יוסף.
  17. סידור בית יעקב; לחם רב.
  18. חברוני, הפיוט והתפילה.
  19. אלע ווערק, אכטער באנד, זז' 29–33.
  20. ליקוטי מהרי"ח, סדר סעודת ליל שבת, ד"ה יום שבת.
  21. בעריש ויינברגר, עדות ביהוסף, תשס"ב, עמ' ס"ה.
  22. שומרי מצוותיה, אויף jyrics.
  23. דער קדושת ציון פון באבוב, ברוקלין, תשע"ג (באגרעניצט צו באַצאָלטע אַבאָנענטן).