אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רבי אברהם שמואל בכרך"
צייכן: רויע רעדאגירונג |
אין תקציר עריכה צייכן: רויע רעדאגירונג |
||
| שורה 10: | שורה 10: | ||
| תאריך פטירה עברי = [[כ"ז אייר]] [[ה'שע"ה]] | | תאריך פטירה עברי = [[כ"ז אייר]] [[ה'שע"ה]] | ||
}} | }} | ||
'''רבי אברהם שמואל בכרך''' (ה'של"ה – כ"ז אייר ה'שע"ה) איז געווען אַן אנגעזעענער רב און | '''רבי אברהם שמואל בכרך''' (ה'של"ה – כ"ז אייר ה'שע"ה) איז געווען אַן אנגעזעענער פוסק און רב אין עטליכע קהילות אין [[בעהמען]] און [[מעהרן]] און אין [[ווירמייזא]]. זיין רעבעצין איז געווען [[חוה בכרך]], אן אייניקל פונעם [[רבי יהודה ליוואי|מהר"ל מפראג]]. א טייל פון זיין שאלות ותשובות זענען ארויסגעגעבן געוואָרן דורך זיין אייניקל, [[רבי יאיר חיים בכרך]], אין דעם ספר שו"ת "'''חוט השני'''". ר' שמואל איז נפטר געווארן ביים עלטער פון בערך 40 יאר. | ||
== | ==ביאגראפיע== | ||
{{מציבה|אוי | {{מציבה|אוי | ||
כי אבד כלי חמדה גנוז וטמון | כי אבד כלי חמדה גנוז וטמון | ||
| שורה 23: | שורה 23: | ||
ביום ג בחודש זיו זיו' פ̇נ̇ה̇ | ביום ג בחודש זיו זיו' פ̇נ̇ה̇ | ||
א̇ו̇ר̇ו̇ כ̇ב̇ה̇ לפק ת̇נ̇צ̇ב̇ה̇}} | א̇ו̇ר̇ו̇ כ̇ב̇ה̇ לפק ת̇נ̇צ̇ב̇ה̇}} | ||
ר' שמואל בכרך איז געבוירן יאר של"ה | ר' שמואל בכרך איז געבוירן בערך יאר של"ה אין שטאט בומסלא (Jungbunzlau, היינט Mladá Boleslav אין טשעכיי) צו זיין פאטער ר' יצחק{{הערה|לרר, חוט השני, ז' 3–4.}}, וועלכער איז כנראה נישט געווען אַן אויסגערופענער תלמיד חכם, ווייל רבי שמואל האט אים קיינמאל נישט גערופן מיט א כבוד טיטל. דער נאמען אברהם איז צוגעגעבן געווארן שפּעטער ווען ער איז געווען קראנק. די משפחה'ס מקור איז ווארשיינליך פון דער שטאט באַכאַראַך (Bacharach) אויפן טייך [[רהיין|ריין]] אין [[ריינלאנד-פאלץ|ריינלאנד-פּפאלץ]], פון וואו זיי זענען פארטריבן געווארן קיין בעהמען{{הערה|{{אוצר החכמה|יונה עמנואל|ספר זכרון לבב שלם|14959|page=22|קעפל=בעיות סוציאליות וסכסוכי עבודה בשו"ת חות יאיר לרב יאיר חיים בכרך|מקום הוצאה=ירושלים|שנת הוצאה=תשל"א|עמ=23}}}}. | ||
די משפחה'ס מקור איז ווארשיינליך פון דער שטאט באַכאַראַך (Bacharach) אויפן טייך [[רהיין|ריין]] אין ריינלאנד-פּפאלץ{{הערה|{{אוצר החכמה|יונה עמנואל|ספר זכרון לבב שלם|14959|page=22|קעפל=בעיות סוציאליות וסכסוכי עבודה בשו"ת חות יאיר | |||
אין | אין זיין יוגנט איז ער אוועק לערנען תורה אין דער שטאט פראג, וואו איז געווען א תלמיד פונעם מהר"ל מפראג, וועמען ער האט גערופן "מורי ורבי" און "רבינו הגדול". ער האָט אויך מקבל געווען תורה פון מהר"ל'ס איידעם, [[רבי יצחק כ"ץ]]{{הערה|לרר, זז' 4–5.}}. רבי אברהם שמואל האט געלערנט צוזאמען מיט רבי חיים אולמא פון פיורדא אין פראג ארום שנת שנ"ב{{הערה|הגהות רבי חיים אולמא מפיורדא על ספר 'יוסף אומץ', מהדו' מכון שלמה אומן, שעלבים תשע"ו, עמ' קפד; זעט {{אוצר החכמה|יצחק זימר|סיני|614195|page=139|קעפל=תגובות יהודי אשכנז להשפעות המרכז בפולין בראשית המאה הי"ז|באנד=קב (ג-ו)|שנת הוצאה=תשמ"ח|מו"ל=מוסד הרב קוק|עמ=רלג|הערה 43}}}}. | ||
די אידענטיטעט פון זיין ערשטער ווייב איז נישט באקאנט. נאָך דעם וואס זי איז נפטר געווארן אדער זיי האבן זיך צעשיידט, האט ער חתונה געהאט בזיווג שני אין שנת ש"ס אין פראג מיט [[חוה בכרך|חוה]], די טאכטער פון זיין רבי רבי יצחק כ"ץ און פון פיגלא, טאכטער פון מהר"ל{{הערה|לרר, ז' 5.}}. רביצין חוה איז געווען באקאנט אלס א קלוגע, משכלת און געלערנטע פרוי, מיט גרויס חכמה און קדושה{{הערה|לרר, זז' 15–16.}}. | |||
ער איז | ער האָט געדינט אלס רב אין עטלעכע קהילות איידער ער איז געקומען קיין וואָרמס: ערשט איז ער געווען א דרשן אין פראג, דערנאך איז ער געווען רב אין זיין געבוירן-שטאָט בומסלא. פון דארטן איז ער אריבער קיין טורבין (Třeboň) אין בעהמען{{הערה|דאס איז נישט Turobin אין פּוילן. לרר, ז' 6.}}, דערנאך קיין קעלין (Kolín) אין בעהמען, וואו ער איז געווען אין שנת שס"ו{{הערה|1=ער האט דארטן מחבר געווען א חנוכה ליד, ווי זיין אייניקל שרייבט אין [https://www.sefaria.org/Havot_Yair.238.61 סוף שו"ת 'חות יאיר', דף רכז:].}}. דערנאך איז ער געווען אין פּאָהרליץ (Pohrlitz, היינט Pohořelice) אין מעהרין ארום שנת שס"ז. ער איז פארבעטן געווארן צו זיין רב אין וויכטיגע קהילות וואס האבן אים געזוכט "פון ווייטע לענדער"{{הערה|ווי ער שרייבט אליינס, שו"ת חוט השני, סי' כז. זעט אויך סי' מה.}}. | ||
אין שנת שס"ט{{הערה|{{אוצר החכמה|יצחק זימר|סיני|614195|page=139|קעפל=תגובות יהודי אשכנז להשפעות המרכז בפולין בראשית המאה הי"ז|באנד=קב (ג-ו)|שנת הוצאה=תשמ"ח|מו"ל=מוסד הרב קוק|עמ=רלג|הערה 43}}}} איז ער אויפגענומען געווארן אלס אב"ד אין דער אלטער שטאט ווארמס, וואס ער רופט "עיר גדולה לאלקים"{{הערה|כרם שלמה, שנה י חו' ד, עמ' ח.}}. ער איז געווען אב"ד און ר"מ (ריש מתיבתא) דאָרטן <!-- און איז גערופן געוואָרן "רב המדינה" (רב פון דער פּראָווינץ){{מקור}} -->. ר' שמואל האט געהאלטן הויך דעם פאן פונעם ווארמסער רבנות און האט זיך פעסטן קעגגעשטעלט די רבנים פון פראנקפורט, וועלכע האבן געפאדערט אויטאריטעט איבער אלע אנדערע רבנים אין דייטשלאנד{{הערה|שם=רוסיש|אברהם דראבקין, «[[S:ru:ЕЭБЕ/Бахарах, Авраам Самуил|Бахарах, Авраам Самуил]]» // Еврейская энциклопедия Брокгауза и Ефрона. Россия, Санкт-Петербург, 1906—1913.|כיוון=שמאל}}. | |||
==די געשעענישן אין ווארמס און פטירה== | ==די געשעענישן אין ווארמס און פטירה== | ||
אין 1613 און 1614, האבן אויסגעבראכן טומלען קעגן די אידן אין ווארמס, אנגעשפארט פון די צעכן (גיילדס), וואס האט צוגעפירט צו א פּאגראָם. אין אנהייב 1614, זענען די אידן געצוואונגען געווארן אריבערצוגיין צו דער אנדערער זייט פונעם [[רהיין|ריין]] טייך, אבער זענען ערלויבט געווארן צוריקצוקומען דורך דער השתדלות פונעם ארכיבישאף פון מיינץ. אין שע"ה, נאך ווידעראמאליגע פאדערונגען פאר פארטרייבונג, האט דער פרינץ עלעקטאר פרעדריק דער פינפט גענומען די קהילה אונטער זיין שוץ. דאס האט דערצערנט די צעכן, וועלכע האבן אויסגעדריקט זייער האס דורך צעברעכן מציבות אויפן בית-עלמין, צעשטערן די שול, שלאגן און הרגענען אידן און גנבענען זייערע זאכן. די געשעענישן זענען פארגעקומען אום שביעי של פסח שע"ה{{הערה|שם=פערשל}}. | אין 1613 און 1614, האבן אויסגעבראכן טומלען קעגן די אידן אין ווארמס, אנגעשפארט פון די צעכן (גיילדס), וואס האט צוגעפירט צו א פּאגראָם. אין אנהייב 1614, זענען די אידן געצוואונגען געווארן אריבערצוגיין צו דער אנדערער זייט פונעם [[רהיין|ריין]] טייך, אבער זענען ערלויבט געווארן צוריקצוקומען דורך דער השתדלות פונעם ארכיבישאף פון מיינץ. אין שע"ה, נאך ווידעראמאליגע פאדערונגען פאר פארטרייבונג, האט דער פרינץ עלעקטאר פרעדריק דער פינפט גענומען די קהילה אונטער זיין שוץ. דאס האט דערצערנט די צעכן, וועלכע האבן אויסגעדריקט זייער האס דורך צעברעכן מציבות אויפן בית-עלמין, צעשטערן די שול, שלאגן און הרגענען אידן און גנבענען זייערע זאכן. די געשעענישן זענען פארגעקומען אום שביעי של פסח שע"ה{{הערה|Pearl (Preschel) Herzog, "[https://www.toviapreschel.com/ode-to-a-grandmother-rebbetzin-chavah-bacharach/ Ode to a Grandmother, Rebbetzin Chavah Bacharach]".|שם=פערשל|כיוון=שמאל}}. | ||
ר' שמואל בכרך און זיין איינציקער זון משה שמעון, האבן ווי א נס ניצול געווארן פון ווערן דערהרגעט. זיי זענען אנטלאפן מיט דער איבעריקער משפחה קיין גערנסהיים (Gernsheim). עס איז נישט קלאר פארוואס ר' שמואל איז געשטארבן עטליכע וואכן שפעטער, צי פון גשמיותדיקע וואונדן אדער פון דער צער און עגמת-נפש פונעם פאגראם{{הערה|שם=פערשל}}. | ר' שמואל בכרך און זיין איינציקער זון משה שמעון, האבן ווי א נס ניצול געווארן פון ווערן דערהרגעט. זיי זענען אנטלאפן מיט דער איבעריקער משפחה קיין גערנסהיים (Gernsheim). עס איז נישט קלאר פארוואס ר' שמואל איז געשטארבן עטליכע וואכן שפעטער, צי פון גשמיותדיקע וואונדן אדער פון דער צער און עגמת-נפש פונעם פאגראם{{הערה|שם=פערשל}}. | ||
| שורה 61: | שורה 61: | ||
==ביבליאגראפיע== | ==ביבליאגראפיע== | ||
*{{אוצר החכמה|צבי לרר|שו"ת חוט השני|677916|page=13|קעפל=תולדות הגאונים ממשפחת 'בכרך' בוורמייזא|מו"ל=זכרון אהרן|עמ= | *{{אוצר החכמה|צבי לרר|שו"ת חוט השני|677916|page=13|קעפל=תולדות הגאונים ממשפחת 'בכרך' בוורמייזא|מו"ל=זכרון אהרן|עמ=2–16}}. | ||
*בעריש ווייס, [https://yiddishevinkel.com/wp-content/uploads/2025/05/1469-עלים-לתרופה-פרשת-בהר-בחוקותי-תשפה-לשליחה.pdf#page=3 יומא דנשמתא: הגה"ק רבי אברהם שמואל בכרך זי"ע אב"ד וורמייזא], עלים לתרופה א'תס"ט (בהר בחוקותי תשפ"ה) און א'ע' (במדבר תשפ"ה). | *בעריש ווייס, [https://yiddishevinkel.com/wp-content/uploads/2025/05/1469-עלים-לתרופה-פרשת-בהר-בחוקותי-תשפה-לשליחה.pdf#page=3 יומא דנשמתא: הגה"ק רבי אברהם שמואל בכרך זי"ע אב"ד וורמייזא], עלים לתרופה א'תס"ט (בהר בחוקותי תשפ"ה) און א'ע' (במדבר תשפ"ה). | ||
*{{היברובוקס|Lewysohn, Ludwig, 1819-1901|נפשות צדיקים - Epitaphien von Grabsteinen|39071|page=52|מקום הוצאה=פראנקפורט דמאין|שנת הוצאה=תרט"ו|עמ=51–54}} | *{{היברובוקס|Lewysohn, Ludwig, 1819-1901|נפשות צדיקים - Epitaphien von Grabsteinen|39071|page=52|מקום הוצאה=פראנקפורט דמאין|שנת הוצאה=תרט"ו|עמ=51–54}} | ||
| שורה 72: | שורה 72: | ||
{{רעפערענצן}} | {{רעפערענצן}} | ||
{{DEFAULTSORT:בכרך, שמואל}} | {{DEFAULTSORT:בכרך, שמואל}} | ||
[[ | [[קאַטעגאָריע:דייטשער רבנים]] | ||
[[קאַטעגאָריע:רבני טשעכיי]] | [[קאַטעגאָריע:רבני טשעכיי]] | ||
[[ | [[קאַטעגאָריע:אידישע מחברים]] | ||
[[ | [[קאַטעגאָריע:ווארמסער רבנים]] | ||
[[ | [[קאַטעגאָריע:אידן אין פראג]] | ||
[[ | [[קאַטעגאָריע:אידן אין דייטשלאנד]] | ||
[[ | [[קאַטעגאָריע:נפטרים אין 1615]] | ||
[[ | [[קאַטעגאָריע:מחברים פונעם 17טן יארהונדערט]] | ||
[[ | [[קאַטעגאָריע:אייניקלעך פונעם מהר"ל מפראג]] | ||
[[ | [[קאַטעגאָריע:מחברי שו"ת]] | ||
[[ | [[קאַטעגאָריע:מחברי פיוטים]] | ||
[[ | [[קאַטעגאָריע:באגראבענע אין דייטשלאנד]] | ||
[[he:רבי אברהם שמואל בכרך]] | [[he:רבי אברהם שמואל בכרך]] | ||
רעוויזיע פון 00:38, 6 יוני 2025
| געבורט |
1575 ה'של"ה בומסלא |
|---|---|
| פטירה |
מאי 26, 1615 (אלט: 40 בערך) כ"ז אייר ה'שע"ה גערנסהיים |
רבי אברהם שמואל בכרך (ה'של"ה – כ"ז אייר ה'שע"ה) איז געווען אַן אנגעזעענער פוסק און רב אין עטליכע קהילות אין בעהמען און מעהרן און אין ווירמייזא. זיין רעבעצין איז געווען חוה בכרך, אן אייניקל פונעם מהר"ל מפראג. א טייל פון זיין שאלות ותשובות זענען ארויסגעגעבן געוואָרן דורך זיין אייניקל, רבי יאיר חיים בכרך, אין דעם ספר שו"ת "חוט השני". ר' שמואל איז נפטר געווארן ביים עלטער פון בערך 40 יאר.
ביאגראפיע
נוסח פון זיין מציבה
|
|---|
|
אוי |
ר' שמואל בכרך איז געבוירן בערך יאר של"ה אין שטאט בומסלא (Jungbunzlau, היינט Mladá Boleslav אין טשעכיי) צו זיין פאטער ר' יצחק[1], וועלכער איז כנראה נישט געווען אַן אויסגערופענער תלמיד חכם, ווייל רבי שמואל האט אים קיינמאל נישט גערופן מיט א כבוד טיטל. דער נאמען אברהם איז צוגעגעבן געווארן שפּעטער ווען ער איז געווען קראנק. די משפחה'ס מקור איז ווארשיינליך פון דער שטאט באַכאַראַך (Bacharach) אויפן טייך ריין אין ריינלאנד-פּפאלץ, פון וואו זיי זענען פארטריבן געווארן קיין בעהמען[2].
אין זיין יוגנט איז ער אוועק לערנען תורה אין דער שטאט פראג, וואו איז געווען א תלמיד פונעם מהר"ל מפראג, וועמען ער האט גערופן "מורי ורבי" און "רבינו הגדול". ער האָט אויך מקבל געווען תורה פון מהר"ל'ס איידעם, רבי יצחק כ"ץ[3]. רבי אברהם שמואל האט געלערנט צוזאמען מיט רבי חיים אולמא פון פיורדא אין פראג ארום שנת שנ"ב[4].
די אידענטיטעט פון זיין ערשטער ווייב איז נישט באקאנט. נאָך דעם וואס זי איז נפטר געווארן אדער זיי האבן זיך צעשיידט, האט ער חתונה געהאט בזיווג שני אין שנת ש"ס אין פראג מיט חוה, די טאכטער פון זיין רבי רבי יצחק כ"ץ און פון פיגלא, טאכטער פון מהר"ל[5]. רביצין חוה איז געווען באקאנט אלס א קלוגע, משכלת און געלערנטע פרוי, מיט גרויס חכמה און קדושה[6].
ער האָט געדינט אלס רב אין עטלעכע קהילות איידער ער איז געקומען קיין וואָרמס: ערשט איז ער געווען א דרשן אין פראג, דערנאך איז ער געווען רב אין זיין געבוירן-שטאָט בומסלא. פון דארטן איז ער אריבער קיין טורבין (Třeboň) אין בעהמען[7], דערנאך קיין קעלין (Kolín) אין בעהמען, וואו ער איז געווען אין שנת שס"ו[8]. דערנאך איז ער געווען אין פּאָהרליץ (Pohrlitz, היינט Pohořelice) אין מעהרין ארום שנת שס"ז. ער איז פארבעטן געווארן צו זיין רב אין וויכטיגע קהילות וואס האבן אים געזוכט "פון ווייטע לענדער"[9].
אין שנת שס"ט[10] איז ער אויפגענומען געווארן אלס אב"ד אין דער אלטער שטאט ווארמס, וואס ער רופט "עיר גדולה לאלקים"[11]. ער איז געווען אב"ד און ר"מ (ריש מתיבתא) דאָרטן . ר' שמואל האט געהאלטן הויך דעם פאן פונעם ווארמסער רבנות און האט זיך פעסטן קעגגעשטעלט די רבנים פון פראנקפורט, וועלכע האבן געפאדערט אויטאריטעט איבער אלע אנדערע רבנים אין דייטשלאנד[12].
די געשעענישן אין ווארמס און פטירה
אין 1613 און 1614, האבן אויסגעבראכן טומלען קעגן די אידן אין ווארמס, אנגעשפארט פון די צעכן (גיילדס), וואס האט צוגעפירט צו א פּאגראָם. אין אנהייב 1614, זענען די אידן געצוואונגען געווארן אריבערצוגיין צו דער אנדערער זייט פונעם ריין טייך, אבער זענען ערלויבט געווארן צוריקצוקומען דורך דער השתדלות פונעם ארכיבישאף פון מיינץ. אין שע"ה, נאך ווידעראמאליגע פאדערונגען פאר פארטרייבונג, האט דער פרינץ עלעקטאר פרעדריק דער פינפט גענומען די קהילה אונטער זיין שוץ. דאס האט דערצערנט די צעכן, וועלכע האבן אויסגעדריקט זייער האס דורך צעברעכן מציבות אויפן בית-עלמין, צעשטערן די שול, שלאגן און הרגענען אידן און גנבענען זייערע זאכן. די געשעענישן זענען פארגעקומען אום שביעי של פסח שע"ה[13].
ר' שמואל בכרך און זיין איינציקער זון משה שמעון, האבן ווי א נס ניצול געווארן פון ווערן דערהרגעט. זיי זענען אנטלאפן מיט דער איבעריקער משפחה קיין גערנסהיים (Gernsheim). עס איז נישט קלאר פארוואס ר' שמואל איז געשטארבן עטליכע וואכן שפעטער, צי פון גשמיותדיקע וואונדן אדער פון דער צער און עגמת-נפש פונעם פאגראם[13].
ער איז נפטר געווארן אין גערנסהיים אום כ"ז אייר שע"ה, זייענדיג בלויז 40 יאר אל., פֿינף װאָכן נאָך דעם גירוש ער איז באגראבן געווארן אין אלסבאך (Alsbach), באקאנט אויך ווי Alsbach-Hähnlein אדער Alsbach an der Bergstrasse[13][14]. ר' משה שמשון, זיין זון, װאָס איז דעמאלט געװען אַן אכט-יעריג קינד, האט געזאגט א הספּד אויף זיין קבר. זיין אייניקל, ר' יאיר חיים, דערמאנט דעם הספּד אין זײנע רשימות[15].
ווערק
ר' אברהם שמואל בכרך האט געשריבן עטליכע ספרים און חיבורים. צווישן זיי זענען:
- א חיבור אויפן לוח השנה. ער האָט געהאַט א ציל צו ערקלערן דעם רמב"ם'ס לערע איבערן לוח, ווי אויך די ווערק פון רבי אברהם בן חייא און אנדערע אידישע אסטראנאמער[12].
- א צאל אַפּאָלאָגעטישע ווערק קעגן קריסטנטום. פאלעמישע טראקטאטן קעגן קריסטנטום זענען אין כתב-יד.
- קאזואיסטישע חיבורים (עניני הלכה).
- חידושים אויף מסכתות הש"ס.
זיינע תשובות זענען טיילווייז פארעפנטלעכט געווארן דורך זיין אייניקל, רבי יאיר חיים, אין דעם צונויפגעזאמלטן שו"ת "חוט השני" (פראנקפורט-אם-מיין, 1679).
- ליטורגישע פיוטים. צוויי ווערן דערמאנט: איינער פאר חנוכה, וואס הויבט זיך אן מיט "שדי סלעי ומצודתי", וואָס ער האט מחבר געווען אין קאלין אין שס"ו, געבויט אויפן מוסטער פון "מעוז צור". ר' שמואל, זיין זון ר' משה שמעון, און זיין אייניקל ר' יאיר חיים, פלעגן אלע דאס זינגען יעדן חנוכה נאכט אויפן ניגון פון "מעוז צור"[16]. אויך איז דערמאנט א דריי-שורות'דיגע סליחה וואס הויבט זיך אן מיט "אנא מארץ חיים תשרש"[17].
נישט לאנג צוריק זענען אנטדעקט געווארן עטליכע בענד פון זיין תורה, אריינגערעכנט תשובות און חידושים אויפן ש"ס. טייל פון זיי זענען געווען אונטער זיין אייניקל'ס, בעל 'חוות יאיר', האנט, וועלכער האט צוגעגעבן הערות אין זיין כתב-יד. טייל קטעים פון זיי זענען געדרוקט געווארן. אויך זענען אנטפּלעקט געווארן זיינע הערות וואס ער האט געשריבן אויפן ברעג פון משניות אין כתב-יד, און זיינע חידושים אויף מסכת שבת[18].
ער האט געהאט אין זיין רשות כתבי-יד פון ווערק פון גרעסערע ראשונים ווי ראב"ן, סמ"ק, שו"ת הרא"ש, שו"ת תרומת הדשן און אנדערע, און האט זיי באנוצט בשעת ער האט געשריבן הלכה'דיגע תשובות[19].
משפחה לעגאַט
ר' אברהם שמואל'ס ווייב, רעבעצין חוה בכרך, איז געווען באקאנט פאר איר לערנפעאיגקייט און השפעה. איר אייניקל, ר' יאיר חיים בכרך, האט גערופן זיין בארימטן שו"ת "חוות יאיר" נאך איר, זיך אידענטיפיצירנדיג ווי "חוה'ס יאיר". ר' יאיר חיים האט נאכגעשריבן די באמערקונגען וואס זיין זיידע און זיין באבע האבן געשריבן אויפן ברעג פונעם מחזור. רעבעצין חוה האט אפילו מתקן געווען א פיוט פאר סוכות, און ר' יאיר חיים ברענגט דאס אין זיין ספר "מקור חיים" אויפן שולחן ערוך[13].
ר' שמואל און זיין רעביצין חוה האבן געהאט עטליכע קינדער, אריינגערעכנט רבי משה שמשון בכרך, שרה גינזבורג, הינדע דרשן, טעלצל לאוויטץ, סלאווא תאומים, און פערל ראזנבוים[20].
ר' משה שמשון בכרך איז געבוירן געווארן אין פּאהרליץ אין יאר שס"ז. זיין זון, און ר' שמואל'ס באַרימטער אייניקל, איז געווען רבי יאיר חיים בכרך. ר' יאיר חיים האט גערופן זיין ספר "חות יאיר" נאָך זיין באבע, רעביצין חוה, אידענטיפיצירנדיג זיך אלס "חוה'ס יאיר". ר' יאיר חיים (געבוירן 1638, נפטר 1702) האט געדרוקט עטליכע פון זיין זיידנס (ר' אברהם שמואל) שו"ת אין זיין זאמלונג "חוט השני", געדרוקט אין פראנקפורט-אמ-מיין אין 1679.
ביבליאגראפיע
- צבי לרר, "תולדות הגאונים ממשפחת 'בכרך' בוורמייזא", שו"ת חוט השני, זכרון אהרן, עמ' 2–16.
- בעריש ווייס, יומא דנשמתא: הגה"ק רבי אברהם שמואל בכרך זי"ע אב"ד וורמייזא, עלים לתרופה א'תס"ט (בהר בחוקותי תשפ"ה) און א'ע' (במדבר תשפ"ה).
- Lewysohn, Ludwig, 1819-1901, נפשות צדיקים - Epitaphien von Grabsteinen, פראנקפורט דמאין, תרט"ו, עמ' 51–54
דרויסנדיגע לינקס
- בכרך, אברהם שמואל בן יצחק (1575-1615), אויפ'ן וועבזייטל פון דער מדינת ישראל נאציאנאלער ביבליאטעק
- Rabbi (Abraham) Samuel Bacharach (b. - 1615) - Genealogy, Geni.com
רעפערענצן
- ↑ לרר, חוט השני, ז' 3–4.
- ↑ יונה עמנואל, "בעיות סוציאליות וסכסוכי עבודה בשו"ת חות יאיר לרב יאיר חיים בכרך", ספר זכרון לבב שלם, ירושלים, תשל"א, עמ' 23.
- ↑ לרר, זז' 4–5.
- ↑ הגהות רבי חיים אולמא מפיורדא על ספר 'יוסף אומץ', מהדו' מכון שלמה אומן, שעלבים תשע"ו, עמ' קפד; זעט יצחק זימר, "תגובות יהודי אשכנז להשפעות המרכז בפולין בראשית המאה הי"ז", סיני קב (ג-ו), מוסד הרב קוק, תשמ"ח, עמ' רלג, הערה 43 (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע).
- ↑ לרר, ז' 5.
- ↑ לרר, זז' 15–16.
- ↑ דאס איז נישט Turobin אין פּוילן. לרר, ז' 6.
- ↑ ער האט דארטן מחבר געווען א חנוכה ליד, ווי זיין אייניקל שרייבט אין סוף שו"ת 'חות יאיר', דף רכז:.
- ↑ ווי ער שרייבט אליינס, שו"ת חוט השני, סי' כז. זעט אויך סי' מה.
- ↑ יצחק זימר, "תגובות יהודי אשכנז להשפעות המרכז בפולין בראשית המאה הי"ז", סיני קב (ג-ו), מוסד הרב קוק, תשמ"ח, עמ' רלג, הערה 43 (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע).
- ↑ כרם שלמה, שנה י חו' ד, עמ' ח.
- ↑ 12.0 12.1 אברהם דראבקין, «Бахарах, Авраам Самуил» // Еврейская энциклопедия Брокгауза и Ефрона. Россия, Санкт-Петербург, 1906—1913.
- ↑ 13.0 13.1 13.2 13.3 Pearl (Preschel) Herzog, "Ode to a Grandmother, Rebbetzin Chavah Bacharach".
- ↑ Rabbi Abraham Samuel Ben Isaak Bacharach (1575-1615) - Find a Grave Memorial.
- ↑ "דרוש הספד מאדוני אבי הגאון ז"ל על קבר זקני הגר"ש זצ"ל". זעט: 'דעת קדושים', פעטרבורג תרנ"ח, יתרון דעת עמ' 20.
- ↑ סוף שו"ת 'חות יאיר', דף רכז:.
- ↑ צונץ, ליטעראטורגעשיכטע דער סינאגאגאלען פּאעזיע, ז' 429.
- ↑ לרר, ז' 13.
- ↑ לרר, ז' 14.
- ↑ Geni.com.