בדוקי עריכות אוטומטית, אינטערפעיס רעדאקטארן, אינטערפעיס אדמיניסטראַטאָרן, סיסאפן, מייבאים, מעדכנים, מייבא, אספקלריה רעדאקטארן
46,368
רעדאגירונגען
צייכן: רויע רעדאגירונג |
צייכן: רויע רעדאגירונג |
||
| שורה 61: | שורה 61: | ||
ביים סוף פון דיסקוטירן וועגן ספר "מי השלוח" איז וויכטיג צו דערמאנען, אז קעגן די קינדער פון רבי מרדכי יוסף, וואס האבן אים פיל דערמאנט אין זייערע ספרים, איז דאס בילד ביי זיינע צוויי גרויסע תלמידים וואס זענען נישט געווען פון זיין משפּחה, רבי לייבעלע אייגער און רבי צדוק הכהן, א גאנץ אנדערער. אפשר דאס איז נישט איבערראשנד ווען מען נעמט אין באטראכט אז נאכן פטירה פון רבי מרדכי יוסף האבן די צוויי נישט מקבל מרות געווען פון זיין זון רבי יעקב, זיי זענען אריבער קיין לובלין, דארט האבן זיי געגרינדעט א באזונדערן הויף. ווארשיינליך האט זיך זייער אוועקשטיין פון דער הנהגה פון דער משפּחה הויף אויך ארויסגעוויזן שפּעטער אין דער אוועקשטיין פון דעם ספר וואס איז ארויסגעקומען פון דעם הויף. און דאס אלץ כאטש זייער גרויסע שעצונג צו רבי מרדכי יוסף. רבי לייבעלע דערמאנט דעם ספר מי השלוח אין זיינע שריפטן נאר צוויי מאל, און רבי צדוק דייט נאר אן דערצו איינצלנע מאל אָן צו דערמאנען עס בפירוש. אין איין אָרט באצייכנט ער אפילו בזלזול און שרייבט, "אזוי האב איך געזען נאך דעם אין עפּעס א ספר" ("ישראל קדושים" סימן ה'). איין זאך איז קלאר, די ריבוי פון די נייע אויסגאבעס, און די ארויסגעגעבענע צילומים, באזונדער אין די לעצטע יארן, זענען א געטרייע עדות צו דער פּאפּולאראיטעט פון דעם ספר, באזונדער אין פארשידענע קרייזן פון "נעא-חסידים". פילע זעען אין ר' [[שלמה קארליבאך]], וועלכער האט פיל ציטירט רבי מרדכי יוסף אין זיינע שיעורים, ווי אַן אנטשיידנדע גורם אין דער נייער השפּעה פון דעם ספר. | ביים סוף פון דיסקוטירן וועגן ספר "מי השלוח" איז וויכטיג צו דערמאנען, אז קעגן די קינדער פון רבי מרדכי יוסף, וואס האבן אים פיל דערמאנט אין זייערע ספרים, איז דאס בילד ביי זיינע צוויי גרויסע תלמידים וואס זענען נישט געווען פון זיין משפּחה, רבי לייבעלע אייגער און רבי צדוק הכהן, א גאנץ אנדערער. אפשר דאס איז נישט איבערראשנד ווען מען נעמט אין באטראכט אז נאכן פטירה פון רבי מרדכי יוסף האבן די צוויי נישט מקבל מרות געווען פון זיין זון רבי יעקב, זיי זענען אריבער קיין לובלין, דארט האבן זיי געגרינדעט א באזונדערן הויף. ווארשיינליך האט זיך זייער אוועקשטיין פון דער הנהגה פון דער משפּחה הויף אויך ארויסגעוויזן שפּעטער אין דער אוועקשטיין פון דעם ספר וואס איז ארויסגעקומען פון דעם הויף. און דאס אלץ כאטש זייער גרויסע שעצונג צו רבי מרדכי יוסף. רבי לייבעלע דערמאנט דעם ספר מי השלוח אין זיינע שריפטן נאר צוויי מאל, און רבי צדוק דייט נאר אן דערצו איינצלנע מאל אָן צו דערמאנען עס בפירוש. אין איין אָרט באצייכנט ער אפילו בזלזול און שרייבט, "אזוי האב איך געזען נאך דעם אין עפּעס א ספר" ("ישראל קדושים" סימן ה'). איין זאך איז קלאר, די ריבוי פון די נייע אויסגאבעס, און די ארויסגעגעבענע צילומים, באזונדער אין די לעצטע יארן, זענען א געטרייע עדות צו דער פּאפּולאראיטעט פון דעם ספר, באזונדער אין פארשידענע קרייזן פון "נעא-חסידים". פילע זעען אין ר' [[שלמה קארליבאך]], וועלכער האט פיל ציטירט רבי מרדכי יוסף אין זיינע שיעורים, ווי אַן אנטשיידנדע גורם אין דער נייער השפּעה פון דעם ספר. | ||
== | <!-- ==דרך הפרשנות און טעאלאגישער השקפה== | ||
באקאנט זענען די ווערטער פון רבי חנינא ({{בבלי|ברכות|לג|ב}}), "הכל בידי שמים חוץ מיראת שמים". ווי אויך די ווערטער פון חז"ל אין מסכת אבות (פרק ג: טו), "הכל צפוי והרשות נתונה", וואס לויט דעם האבן א גרויסער מערהייט פון אידישע דענקער, און בראשם דער רמב"ם, זיך געמוטשעט מיטן סתירה לכאורה צווישן די ידיעה פון גאט און דעם פרייען בחירה פון מענטש, און האבן געמאכט א גרויסן אנשטרענגונג צו היטן דעם באגריף פון מענטשליכער בחירה אלס איינע פון די יסודות פון די אידישע רעליגיע. דורך דעם האבן זיי פרובירט, צווישן אנדערע, צו היטן נישט נאר די באדייט פון די מענטשליכע טעטיגקייט, נאר אויך צו געבן א הצדקה פאר די געטליכע רעאקציע פון "שכר ועונש", וואס ווערט אויך גערעכנט צווישן די יסודות פון אידישן גלויבן. | |||
און | |||
אין דעם ליכט איז זייער איבערראשנד צו טרעפן אז אין מערערע ערטער אין "מי השלוח" (חלק א') זאגט רבי מרדכי יוסף, "הכל בידי שמים ואפילו יראת שמים", אדער "הכל בידי שמים ואף יראת שמים", און דרייט איבער די ווערטער פון רבי חנינא אויף זייער קאפ, ווען ער טענה'ט לכאורה אז עס איז נישט באמת אין די הענט פון מענטש די מעגליכקייט אויסצוקלייבן זיינע מעשים. אנשטאט דעם לייגט ער לכאורה פאר א "דעטערמיניסטישע" וועלט־אנשויאונג, און זעט אין דעם באגריף פון פרייע בחירה א סארט אילוזיע. די אילוזיע איז נויטיג פאר די לעבנס פון מענטש אין די וועלט, אבער צום סוף בלייבט עס אן אילוזיע. צום ביישפיל שרייבט ער, "ובעומק הכל בידי שמים ובחירת האדם אינו רק כקליפת השום, ואינו רק לפי דעתו, כי הש"י הסתיר דרכו מבני אדם, כי יחפוץ בעבודת האדם, ובאם יהיה הכל גלוי לפניו, לא יצמח בו שום עבודה" (חלק א', פרשת קרח, ד"ה ויקח קרח). אויף דעם ליכט זענען נישט איבערראשנד די ווערטער פון זיין אייניקל, רבי גרשון העניך, וואס האט געשריבן אין די הקדמה צו חלק א', אז "בכמה מקומות יקשו הדברים לאנשים אשר לא הורגלו בדברים כאלה". ווי מיר וועלן זען ווייטער, א טייל פון די ביישפילן אין וועלכע רבי מרדכי יוסף האט אנגעווענדעט זיין וועלט־אנשויאונג, זענען געווען גרילצנד ספעציעל פאר דיע מענטשן. | |||
פון איין זייט, די | אבער פון דער צווייטער זייט גיט רבי מרדכי יוסף אויבנאויף אויך א סך פרייהייט פאר יעדן איינעם צו באשליסן זיין וועג אין מקיים זיין די מצוות ה' אין געוויסע מצבים, און אויבנאויף, צו באשליסן אפילו צו עובר זיין וואס איז דעפינירט אלס אן עבירה לויט די הלכה, אויב און ווען דער איד פירט אויס א שארפן פראצעדור פון "בירור" פונעם רצון ה' פון אים, אין יענעם מאמענט אין יענעם מצב. אין אזא פאל גייט דער "פרטית"דיגער רצון ה' העכער פון די "כללים" פון זיין רצון, וואס ווערן אויסגעדריקט אין די נארמאטיווע הלכה. פון איין זייט, די שטעלונג, וואס איז באשריבן געווארן דורך פארשער אלס "אנטינאָמיזם", "וואלונטאריסטישקייט", "אינדיווידואליטעט", "עקזיסטענציאליטעט", "יחסיות", "אנארכיסטישקייט", אדער "רעליגיעזע אטאנאמיע", קען טאקע פירן צו נישט פאלגן די הלכה'דיגע נארמען. אבער פון דער צווייטער זייט קען עס אויך גורם זיין פונקט פאר א סארט פארשארפערונג פון באנעמונג ("הייפּער־נאָמיזם"), וויבאלד רבי מרדכי יוסף פאדערט פון מענטש צו אויספירן אזא סארט "בירור" אויך פאר ער טוט אן אקט וואס איז דעפינירט אין הלכה אלס "רשות", דאס הייסט א מעשה, אזוי ווי עסן, וואס איז נישט קיין מצוה און נישט קיין איסור. אויך אין אזא פאל איז דער איד פארפליכטעט צו קלארשטעלן אויב מיט דעם מעשה, אין דעם מאמענט און אין דעם געגעבענעם מצב, איז ער טאקע מקיים דעם פרטישן רצון ה' צו אים, אדער אפשר איז די מעשה, כאטש עס איז מותר לויט די הלכה, אנטקעגן רצון ה', און אויב אזוי, דארף ער עס נאכלאזן. ווייל צום סוף איז דא א גרויסע וויכטיגקייט צו יעדע איינציגסטע מעשה, און עס איז נישט דא קיין מעשים וואס זענען אין די קאטעגאריע פון "סתם", אן א וויכטיגקייט. אדער ברענגט די מעשה נענטער דעם מענטש צו ה', אדער דערווייטערט עס אים. די מהות פון בירור לויט "מי השלוח" איז צו אויסקלארן, נאכן ניטראליזירן דעם עגא, צי די מעשה וואס שטייט אויפן טיש איז גוט פאר ה', גוט פאר כלל ישראל און גוט אויך פאר זיך אליין. און אזוי שרייבט ער, "אז אין אלעס דארף דער מענטש זיך קלארשטעלן לויט דריי נקודות לאורייתא [פונקטן פון דער תורה], דאס הייסט ער זאל קלארשטעלן אז עס זאל נישט זיין אין דעם געטוענעם זאך קיין שום שמץ אקעגן הש"י, און אקעגן כלל ישראל, און אויך פאר דעם מענטשן וואס טוט" (חלק א', פרשת תצא, ד"ה כי יקרא). אביעזר כהן שילדערט עס אלס "רעפלעקסיע תוך כדי המתרחש בהווה" (כהן, "תודעה עצמית", עמ' 126). אין די ווערטער פון יפעת לב: | ||
:"דער בירור פראצעס איז דער וואס פירט דעם מענטשן צו דערקענען זיך אליין און דורך דעם מאכט ער מעגליך די אפשוואכונג פונעם 'עגא' און אין דער זעלבער צייט אנטפלעקט ער דעם איך וואס איז אידענטיש מיט רצון ה' פון דעם מענטש. די ציל פון דעם בירור פראצעס איז אריבערצופירן דעם מענטשן פון א נארמאלן און טעגליכן באוואוסטזיין מצב וואו דער מענטש לעבט ווי א 'איך' וואס וועלט אויס און האט שליטה אויף זיינע לעבן צו אן אנדער באוואוסטזיין מצב וואו עס ווערט אנטפלעקט רצון ה' אלס א פעסטע און איינציגע גרונד אין דעם באוועגונג פון דער מציאות". ("כי הנה המלכים", עמ' 83–84). | |||
אין אנדערע ווערטער, דורך טוישן די באוואוסטזיין פון דעם קלארשטעלונג פראצעס, געלונגט דעם מענטשן צו נייטראליזירן זיינע רצונות און צו דערגרייכן א פארשטאנד פון דעם אמת'ן ווילן פון גאט צו אים, און צו האנדלען לויט דעם. | |||
לויט דעם אנאליז, קומט אונז אויס נאך א פראבלעם אין דעם פארשטאנד פון רבי מרדכי יוסף'ס השקפה. ווייל אויב איז ריכטיג דער זאך, אז אלעס איז בידי שמים, און אפילו יראת שמים, וואס איז די באדייט פון דער מענטשליכער "אויטאנאמיע" צו "קלארשטעלן" זיינע מעשים און צו באשליסן צו טון א מצוה אדער אן עבירה, ווען אלעס איז סייווי פאראויסגעשריבן? אפשר מוזן מיר זאגן אז כאטש "אלעס איז אין די הענט פון הימל", בלייבט דאך איבער א געוויסע פלאץ פאר דער מענטש'ס בחירה חופשית. און אפשר שטעקט זיך ארויס אז באמת איז די בחירה חופשית למעשה אן אילוזיע אין דעם ניווא פון די געטליכע באוואוסטזיין, אבער אין דעם פאראלעלן ניווא פון דער מענטשליכער תודעה, מוזן מענטשן האנדלען ווי זיי וועלן אויס זייערע מעשים, און אין אזא מצב, מוזן זיי טאקע האנדלען לויט דעם קלארשטעלונג פון גאט'ס אמת'ן ווילן אין יענעם מאמענט. נאך א וועג צו ערקלערן די דאזיגע שטעלונג איז צו זאגן אז אין דעם מאמענט פון דער באשליסונג באשליסט דער מענטש טאקע וואס צו טאן און נאר בדיעבד ווערט זיין בחירה למפרע צו גאט'ס ווילן. | |||
צום סוף איז אונז זייער שווער צו באשטימען גענוי די באלאנס צווישן די צוויי ריכטונגען אין רבי מרדכי יוסף'ס תורה. און דערוועגן האט יוסף ווייס געשריבן; | |||
"ואין פלא בחוסר בהירות זה בנקודה כה מכרעת, שהרי עיקר עניינו של ר' יוסף מרדכי [!] לא תורת הדיטרמיניזם היתה, אלא אותה תורה מדהימה של ספר 'מי השלוח', אשר להיעדר כינוי הולם יותר 'אנארכיזם דתי' נקרא לה, ואשר לניתוחה יש להקדיש מחקר מיוחד". ("תורת הדטרמיניזם הדתי לר' יוסף מרדכי )453 'לרנר", עמ | |||
זיין "אינדיווידואליסטישע" שטעלונג דריקט זיך אויך אויס דערין וואס רבי מרדכי יוסף שרייבט אז עס זענען דא זאכן וואס זענען פארבאטן פאר איין מענטש אבער ערלויבט פאר א צווייטן; --> | |||
==ביבליאגראפיע== | ==ביבליאגראפיע== | ||
רעדאגירונגען