175
רעדאגירונגען
אין תקציר עריכה |
(ארומגעטוישט נאכאמאל, ביטע טראכטן איידערן צוריקדרייען) |
||
| שורה 3: | שורה 3: | ||
'''רבי מאיר בעל הנס''' איז א נאמען וואס איז באקאנט אין צוזאמענהאנג מיט די צדקה-קאסעס פאר ארעמע אידן אין [[ארץ ישראל]]. געבן צדקה לעילוי נשמתו און דערמאנען "אלקא דמאיר ענני", איז אן אנגענומענער סגולה צו געהאלפן ווערן מיט א ישועה. זיין קבר ווערט באצייכנט אין [[טבריה]] און איז א צוציאונגס פונקט פאר תפילות, און בעיקר אין [[י"ד אייר]] - פסח שני, ווען עס ווערט געפייערט זיין הילולא אויפ'ן קבר. היינט איז אנגענומען אנצורופן דעם תנא [[רבי מאיר]] מיט'ן נאמען רבי מאיר בעל הנס, כאטש וואס אין פריערדיגע מקורות ווערט נישט ער אנגערופן אזוי, נאר א צווייטער. | '''רבי מאיר בעל הנס''' איז א נאמען וואס איז באקאנט אין צוזאמענהאנג מיט די צדקה-קאסעס פאר ארעמע אידן אין [[ארץ ישראל]]. געבן צדקה לעילוי נשמתו און דערמאנען "אלקא דמאיר ענני", איז אן אנגענומענער סגולה צו געהאלפן ווערן מיט א ישועה. זיין קבר ווערט באצייכנט אין [[טבריה]] און איז א צוציאונגס פונקט פאר תפילות, און בעיקר אין [[י"ד אייר]] - פסח שני, ווען עס ווערט געפייערט זיין הילולא אויפ'ן קבר. היינט איז אנגענומען אנצורופן דעם תנא [[רבי מאיר]] מיט'ן נאמען רבי מאיר בעל הנס, כאטש וואס אין פריערדיגע מקורות ווערט נישט ער אנגערופן אזוי, נאר א צווייטער. | ||
==אידענטיטעט און | =="אלקא דמאיר ענני"== | ||
עס איז אן אנגענומענע סגולה, אין א עת צרה אדער ווען מען דארף א ישועה, צו געבן צדקה לעילוי נשמת רבי מאיר בעל הנס און זאגן דריי מאל "אלקא דמאיר ענני" (ג-ט פון מאיר, ענטפער מיר{{הערה|לויט דער מהרש"א, באציט זיך "דמאיר" צו השי"ת וואס איז "מאיר לארץ וְלַדָרִים עליה" און וואס האט אונז "באלויכטן" און געראטעוועט ביי דעם נס פון חנוכה ([https://www.sefaria.org.il/Chidushei_Agadot_on_Avodah_Zarah.18b.1 חידושי אגדות על מסכת עבודה זרה] דף יח ע"ב).}}), און דאס געלט געבט מען פאר ארעמעלייט אין ארץ ישראל. | |||
דער מקור פון דער תפילה "אלקא דמאיר ענני" קומט פון א געשיכטע אין גמרא{{הערה|עבודה זרה י"ח ע"א-ע"ב.}}. ווען די רוימער האבן גע'הרג'עט [[רבי חנינא בן תרדיון]] האבן זיי פאראורטיילט זיין טאכטער צו א בית זונות. איר שוועסטער ברוריא, די ווייב פון רבי מאיר, האט דאן געבעטן איר מאן איר צו ראטעווען. רבי מאיר האט זיך געקליידעט ווי א רוימישער סאלדאט, און האט פארגעשלאגן פארן שומר געלט איר צו באפרייען. האלב געלט אונטערצוקויפן זיינע אויבערהארן, און האלב פאר אים. דער שומר האט זיך געזארגט וואס וועט זיין ווען דאס געלט ענדיגט זיך, אויב מען וועט אים כאפן. האט אים רבי מאיר געהייסן זאגן "אלקא דמאיר ענני" אויב ער וועט זיין אין צרה. רבי מאיר האט אים געוויזן די כח פון די ווערטער, זאגנדיג די פראזע צו הינט וואס האבן אים אטאקירט, און זיי האבן אים אפגעלאזט. | |||
דער צוזאמענשטעל פון צדקה פאר "רבי מאיר בעל הנס" מיט די תפילה "אלקא דמאיר ענני" ווערט צום ערשט געברענגט אין ספר "כתר שם טוב" (תקנ"ד){{הערה|[https://chabadlibrary.org/books/300010467 כתר שם טוב (הוצאת קה"ת)] חלק ב, סימן שפח}}, בשם דעם [[בעל שם טוב]], ווי פאלגנד: "ווער עס איז אין א סכנה אדער ער ברויך א נס, זאל ער געבן 18 גדולים (גילדן) פאר ליכט אין בית הכנסת, און ער זאל ארויסזאגן מיטן מויל: אני מנדר אותן ח"י גדולים לנרות בשביל נשמת רבינו מאיר בעל הנס, אלקא דמאיר ענני אלקא דמאיר ענני אלקא דמאיר ענני, ובכן יהי רצון מלפניך ה' אלקינו ואלקי אבותינו כשם ששמעת את תפלת עבדך מאיר ועשית לו ניסים ונפלאות כן תעשה עמדי ועם כל ישראל עמך הצריכים לנסים נסתרים ונגלים אכי"ר." | |||
דער [[רבי חיים יוסף דוד אזולאי|חיד"א]] אין פתח עינים (תק"נ) צייכנט שוין צו אז די אויבנדערמאנטע געשיכטע איז דער מקור פארן מנהג צו זאגן "אלקא דמאיר ענני" אין א צרה, און צוזאגן אויל (ליכט פארן בית הכנסת) אדער צדקה פאר די נשמה פון רבי מאיר{{הערה|חיד"א, [https://www.sefaria.org.il/Petach_Einayim_on_Avodah_Zarah.18b.7 פתח עינים], על מסכת עבודה זרה דף י"ח ע"ב: "מזה נשתרבב המנהג בכל גלילותנו דעל כל צרה שמתפלל האדם אומר אלקא דר"מ ענני, ונודרים שמן או צדקה לנשמתו של ר"מ". (ער דערמאנט טאקע נאר "רבי מאיר" און נישט "בעל הנס", אבער אין פתח עינים רופט ער אים מיטן פולן נאמען "רבי מאיר בעל הנס".)}}. אין זיין ספר כף אחת (תקס"ב), ברענגט ער פארשידענע סגולות פארבינדן מיטן צוזאגן אויל לעילוי נשמת רבי מאיר בעל הנס{{הערה|חיד"א, [https://www.sefaria.org/Kaf_Achat.3?lang=bi&lookup=iman%203&with=Lexicon&lang2=en כף אחת סימן ג]: "יום שתטבול האשה יתן שמן לעילוי נשמת ר"מ, ויאמר קודם: 'הריני מנדב שמן זה למאור לעילוי נשמת רבי מאיר בעל הנס, כדי שהקב"ה בזכות ר"מ יזכני להוליד הלילה הזו הבאה לשלום ותתעבר אשתי פב"פ מבן זכר לחיי״ט ולקיימא זרע אנשים לעבודתו יתברך, אלקא דרבי מאיר ענני'... אם נראה שנתעברה, כל מ' יום כל יום יתן פרוטה לצדקה לעילוי נשמתו של ר"מ כדי שיהיה בן זכר. אלקא דר"מ ענני". און אין [https://www.sefaria.org/Kaf_Achat.32.2?lang=bi סימן לב]: "לרפואה ולכל דבר יאמר: הריני מתנדב שמן למאור לעילוי נשמתו של רבי מאיר בעל הנס, כדי שהקב"ה בזכות רבי מאיר בעל הנס יצילני לי ולאשתי מכל חולי ומכל כאב ונהיה בריאים דשנים ורעננים ושקטים ויצילנו מכל צרה ומכל מיני פורענות ויאריך ימינו בטוב ושנותינו בנעימים לעבודתו יתברך, אלקא דרבי מאיר ענני (ג״פ)..." (באמערקט אז ער לייגט אריין "רבי" אין "אלקא ד"רבי" מאיר ענני". זע שדי חמד בשם רבי חיים פלאגי.)}}. | |||
===רבי מאיר לשיטתו=== | |||
דאס אז מען פארבינדט רבי מאיר בעל הנס צו די תפילה "אלקא דמאיר ענני", צייגט אז מען האט אנגעקוקט רבי מאיר בעל הנס אלס דער תנא רבי מאיר{{הערה|חוץ אויב מען האט אויסגעבארגט דעם אויסדרוק אויף א צווייטן רבי מאיר (מיללער, הערה 96).}}. פארשידענע ערקלערונגען זענען אנגעגעבן געווארן אויף די שייכות פון דער צדקה מיטן תנא רבי מאיר. די באקאנטע צווישן זיי: | |||
*[[רבי יעקב שאלתיאל ניניו]] ערקלערט דעם מנהג צו געבן צדקה אויפן נאמען פון רבי מאיר, לויט דער גמרא אז באמת וואלט מען נישט געמעגט געבן צדקה ווייל השי"ת האט יענעם בדווקא פארארעמט און ער וויל נישט אז מ'זאל אים אויפרעכטן. אבער נאר אויב אידן הייסן "בנים למקום" וויל דער אויבערשטער אז מ'זאל זיי העלפן{{הערה|{{בבלי|בבא בתרא|י|א}}.}}. דערפאר צוליב וואס רבי מאיר האלט אז "בין כך ובין כך קרויים בנים" - אידן ווערן אלעמאל באטראכט ווי ג-ט'ס קינדער, אומאפהענגיג פון זייערע מעשים{{הערה|{{בבלי|קידושין|לו|א}}.}}, איז לשיטתו געבן צדקה א מעלה און א זכות{{הערה|{{צ-בוך|מחבר=רבי יעקב שאלתיאל ניניו|נאמען=אמת ליעקב|עמ=מערכת רי"ש, עץ חיים אות עד, דף צ"א ע"א|קישור=https://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?req=22599&st=&pgnum=192&hilite=}}.}}. | |||
*דער [[רבי חיים אלעזר שפירא|מונקאטשער רב]] ברענגט איבער דעם [[רבי צבי הירש אייכנשטיין|עטרת צבי]], אז זייענדיג קראנק ל"ע אזש ער איז שוין געווען אין א מצב פון גסיסה, האט ער אנגעוויזן צו געבן צדקה פאר דער רבי מאיר בעל הנס פושקע, אנגעבנדיג א הסבר, ווייל דער כלל איז "רוב גוססין למיתה"{{הערה|גיטין כ"ח ע"א.}}, אבער רבי מאיר איז "חושש למיעוטא", ער גייט נישט דווקא מיטן רוב{{הערה|יבמות קי"ט ע"א.}}. דערפאר נוצט מען רבי מאיר'ס זכות און שיטה וואס נעמט ערנסט דעם מיעוט, אז אפילו א גוסס קען איבערלעבן. דער [[רבי שלמה שפירא|שם שלמה]] האט צוגעלייגט צו דעם אויך ווען דער מענטש פארמאגט רוב זינד, וועט דער זכות פון רבי מאיר איבערוועגן די מיעוט מצוות און ער וועט פאררעכנט ווערן אלס ערליכער איד{{הערה|1=[https://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?req=4706&st=&pgnum=20&hilite= דברי תורה, מהדורה קמא אות ט.]}}. | |||
געבן צדקה לעילוי נשמת רבי מאיר איז אויך אנגענומען אלס א סגולה צו געפינען פארלוירענע חפצים. עס ווערט שוין געברענגט דורך דעם [[רבי אליהו הכהן האיתמרי|שבט מוסר]] א סגולה צו טרעפן אן אבידה דורך צוזאגן ליכט לע"נ רבי מאיר{{הערה|[https://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?req=20804&st=&pgnum=21&hilite= מדרש תלפיות], ענף אבידה ומציאה}}. | |||
==כוללים און פושקעס== | |||
די צדקה לעילוי נשמת רבי מאיר בעל הנס געבט מען דווקא פאר ארעמע בני תורה אין ארץ ישראל, און דערפאר ווערן די ארץ-ישראל קאסעס אנגערופן "צדקת רבי מאיר בעל הנס". טייל גדולים זענען שארף געשטאנען דערויף, אז געלט וואס איז געגעבן אויפן נאמען פון רבי מאיר מעג גיין בלויז פאר די ארעמע אין ארץ ישראל. אנדערע זאגן אז ס'דארף גיין דווקא קיין טבריא, פארן כולל וואס לערנט אינעם בית המדרש אויפן ציון פון רבי מאיר בעל הנס{{הערה|זעט אן אריכות אין [https://tashma.jewishoffice.co.il/books/learn/26012/שדי_חמד/אסיפת_דינים/מערכת_ארץ_ישראל/אות_ז שדי חמד], אסיפת דינים, ארץ ישראל סימנים ז-ח; {{אוצר החכמה|יצחק זאב כהנא|סיני|16186|page=129|קעפל=מעות רבי מאיר בעל הנס בספרות ההלכה|באנד=מג|שנת הוצאה=תשי"ח|עמ=קכה–קמד|מג}}, איבערגעדרוקט אין {{אוצר החכמה||מחקרים בספרות התשובות|157013|page=249|מו"ל=מוסד הרב קוק|מהדורה=תשל"ג|עמ=239}}; היכל הבעש"ט יא.}}. | |||
פון די ת"ק יארן און ווייטער האט זיך דער "רבי מאיר בעל הנס פושקע" געפונען כמעט אין יעדן אידישן הויז. בעיקר פלעגט מען אריינווארפן געלט אין דער פושקע פארן צינדן שבת ליכט. די פושקע האט אויך סימבאליזירט די בענקשאפט צו ארץ ישראל. | |||
פון [[רבי אהרן פון קארלין (צווייטער)|רבי אהרן קארלינער]] ווערט געברענגט צו געבן צדקה אינעם רבי מאיר בעל הנס פושקע פארן דאווענען, כדי דורכן געבן צדקה פאר תושבי ארץ ישראל זאל ער זיך דערמאנען אז די תפלה זאל גיין דורך ארץ ישראל, ווי עס שטייט "והתפללו דרך ארצם"{{הערה|[https://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?req=4706&st=&pgnum=24 דברי תורה], מהדורא קמא אות י"ד.}}. | |||
עס עקזיסטירן פילע צדקה ארגאניזאציעס וואס טראגן דעם נאמען "צדקת רבי מאיר בעל הנס", וואס זענען באשטימט צו שטיצן די ארעמע בני תורה אין ארץ ישראל. עטליכע פון די באקאנטע כוללים זענען: | |||
*[[כולל חבת ירושלים]] - דער גאליציאנער כולל | |||
*[[כולל שומרי החומות]] - דער אונגארישער כולל | |||
*כולל חב"ד | |||
*כולל פוילן | |||
*כולל וואָהלין | |||
*כולל אהבת ציון - דער זיבנבערגן כולל | |||
*כולל סלאנט | |||
*כולל מונקאטש ועשרה גלילות - דער {{טערמין|בעצירקן|גלילות}} כולל | |||
היסטאריש זענען געווען פילע מחלוקות צווישן די כוללים, בעיקר וועגן די געגנטער וואו זיי פארמאגן די רעכטן צו איינקאסירן די רבי מאיר בעל הנס געלטער. יעדער געגנט האט געהאט זיין כולל, און מען האט שטארק מקפיד געווען נישט צו מישן די כוללים. | |||
די משכילים, יוסף פערל ימ"ש און אנדערע, האבן געפירט א ביטערער קאמף מיט די רבי מאיר בעל הנס פושקעס. שפעטער האט די קק"ל געפירט א ענליכע מערכה צו באשמוצן די ארץ-ישראל גבאים, מיטן ציל אז מען זאל זיי אויפהערן געטרויען און שיקן די פושקע געלט בלויז פאר די קק"ל. | |||
==אידענטיטעט און קבר== | |||
[[טעקע:127263 gush halab jish PikiWiki Israel.jpg|קליין|אריינגאנג צום ציון אין גוש חלב]] | [[טעקע:127263 gush halab jish PikiWiki Israel.jpg|קליין|אריינגאנג צום ציון אין גוש חלב]] | ||
[[טעקע:120139 tombs of tanim in gush halav PikiWiki Israel.jpg|קליין|נאך א בילד…]] | [[טעקע:120139 tombs of tanim in gush halav PikiWiki Israel.jpg|קליין|נאך א בילד…]] | ||
| שורה 48: | שורה 84: | ||
רש"א מרגליות לייגט צו: "דברי רבינו הנאמנים שיצאו מלב טהור, פעלו לטובה, שאצל אחינו האשכנזים בוטלה הצרמוניה של החג הבדוי".}}. | רש"א מרגליות לייגט צו: "דברי רבינו הנאמנים שיצאו מלב טהור, פעלו לטובה, שאצל אחינו האשכנזים בוטלה הצרמוניה של החג הבדוי".}}. | ||
==ביבליאגראפיע== | ==ביבליאגראפיע== | ||
רעדאגירונגען