אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "שלום זכר"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (הגהה)
ק (←‏נאמען: הגהה)
שורה 4: שורה 4:


==נאמען==
==נאמען==
די סעודה איז היינט באקאנט אלס 'שלום זכר'. דאס איז א שפּעטערדיגע נאמען, אזוי אויך איז די נאמען "בן זכר". דער אריגינעלער נאמען איז געווען "זכר", ווי מען זעט אין "מינקת רבקה" פון [[רבקה טיקטינער]] (–שס"ה){{הערה|מנקת רבקה, קראקא, שע"ח, שער חמישי}} און נאך מקורות, פריערע און שפּעטערע{{הערה|ווי אין די תקנות "סדר בגדים" פון פראנקפורט, תע"ה, סימן יוד (J, .J ,Schudt, [https://www.digitale-sammlungen.de/de/view/bsb11215569?page=909 Judische Mercktviirdigkeiten] IV, 1718, C. III, p. 89); און אין די פּראגער בריוו ([https://www.google.com/books/edition/Jüdische_Privatbriefe_aus_dem_Jahre_161/_0cLAAAAIAAJ?hl=en&gbpv=1&pg=PT21&printsec=frontcover Jüdische Privatbriefe aus dem Jahre 1619], 1911, ז' 41, שורה 2, אידישער טייל}}. אין פּוילן האט מען נאך ביזן קריג אויסגערופן אין שול: "דער בעל־ברית לאזט בעטן דעם עולם אויפן זכר"{{הערה|יהודה אלזט, "[https://babel.hathitrust.org/cgi/pt?id=mdp.39015035788440&seq=376 ממנהגי ישראל]", '''רשומות''', א, תרפ"ה, ז' 364}}.
די סעודה איז היינט באקאנט אלס "שלום זכר". דאס איז א שפּעטערדיגע נאמען, אזוי אויך איז די נאמען "בן זכר". דער אריגינעלער נאמען איז געווען "זכר", ווי מען זעט אין "מינקת רבקה" פון [[רבקה טיקטינער]] (–שס"ה){{הערה|מנקת רבקה, קראקא, שע"ח, שער חמישי}} און נאך מקורות, פריערע און שפּעטערע{{הערה|ווי אין די תקנות "סדר בגדים" פון פראנקפורט, תע"ה, סימן יוד (J, .J ,Schudt, [https://www.digitale-sammlungen.de/de/view/bsb11215569?page=909 Judische Mercktviirdigkeiten] IV, 1718, C. III, p. 89); און אין די פּראגער בריוו ([https://www.google.com/books/edition/Jüdische_Privatbriefe_aus_dem_Jahre_161/_0cLAAAAIAAJ?hl=en&gbpv=1&pg=PT21&printsec=frontcover Jüdische Privatbriefe aus dem Jahre 1619], 1911, ז' 41, שורה 2, אידישער טייל}}. אין פּוילן האט מען נאך ביזן קריג אויסגערופן אין שול: "דער בעל־ברית לאזט בעטן דעם עולם אויפן זכר"{{הערה|יהודה אלזט, "[https://babel.hathitrust.org/cgi/pt?id=mdp.39015035788440&seq=376 ממנהגי ישראל]", '''רשומות''', א, תרפ"ה, ז' 364}}.


ווי שפּעטער ווערט אלץ אפטער 'בן זכר'{{הערה|[[רבי שניאור זלמן פון לאדי]], לוח ברכת הנהנין ג, טו; {{היברובוקס|ר' יעקב לעווין, שו"ב|חותם קדש|8150|page=97|מקום הוצאה=קראקא|שנת הוצאה=תרנ"ב|עמ=נג}}}} און 'שלום זכר'. פון די תקנות פון "קהל יהודי פוילן" (תל"ב) ווייזט אויס אז פרייטאגצונאכטס איז געווען א סעודה גערופן "בן זכר", און שבת אינדערפרי — א "שלם זכר"{{הערה|1=[https://www.nli.org.il/he/books/NNL_ALEPH990012978540205171/NLI ציונים: קובץ לזכרונו של י. נ. שמחוני ז"ל], בערלין, תרפ"ט, [https://rosetta.nli.org.il/delivery/DeliveryManagerServlet?dps_func=stream&dps_pid=FL223273239&scale=4&rotate=0 ז' 176, סימן ס"ט]; דאס זעלבע אין די וויטעבסקער תקנות פון תר"ה ([https://www.yiddishbookcenter.org/collections/yizkor-books/yzk-nybc314077/aronson-gregor-vitebsk-amol-geshikhte-zikhroynes-hurbn וויטעבסק אמאל], 44), נאר דארט איז עס "שלום" מיט א ו'.}}, אדער "שלם בן זכר"{{הערה|1=זעט יוסף-שמחה גינזבורג, "[https://www.chabad.org.il/Magazines/Article.asp?ArticleID=8199&CategoryID=1576 בירורי הלכה ומנהג]", '''התקשרות''' 903, וירא תשע"ב; יצחק יהודה רוזן, "[http://www.chabad.org.il/Magazines/Article.asp?ArticleID=8338&CategoryID=1594 תגובות והערות]", '''התקשרות''' 911, ויחי תשע"ב}}; ווידעראום א. דרויאנוב שרייבט, אז "בן זכר" האט מען גערופן אין ליטע דעם סעודה פון שבת בייטאג{{הערה|[https://babel.hathitrust.org/cgi/pt?id=mdp.39015035788440&seq=355 '''רשומות'''] א, ז' 343, הערה 1}}. אין שו"ת חוות יאיר (תמ"א) ווערט דער שלום זכר אנגערופן "ליל שבת של בן זכר"{{הערה|שו"ת חות יאיר, סימן ע'}}.
ווי שפּעטער ווערט אלץ אפטער 'בן זכר'{{הערה|[[רבי שניאור זלמן פון לאדי]], לוח ברכת הנהנין ג, טו; {{היברובוקס|ר' יעקב לעווין, שו"ב|חותם קדש|8150|page=97|מקום הוצאה=קראקא|שנת הוצאה=תרנ"ב|עמ=נג}}}} און 'שלום זכר'. פון די תקנות פון "קהל יהודי פוילן" (תל"ב) ווייזט אויס אז פרייטאגצונאכטס איז געווען א סעודה גערופן "בן זכר", און שבת אינדערפרי — א "שלם זכר"{{הערה|1=[https://www.nli.org.il/he/books/NNL_ALEPH990012978540205171/NLI ציונים: קובץ לזכרונו של י. נ. שמחוני ז"ל], בערלין, תרפ"ט, [https://rosetta.nli.org.il/delivery/DeliveryManagerServlet?dps_func=stream&dps_pid=FL223273239&scale=4&rotate=0 ז' 176, סימן ס"ט]; דאס זעלבע אין די וויטעבסקער תקנות פון תר"ה ([https://www.yiddishbookcenter.org/collections/yizkor-books/yzk-nybc314077/aronson-gregor-vitebsk-amol-geshikhte-zikhroynes-hurbn וויטעבסק אמאל], 44), נאר דארט איז עס "שלום" מיט א ו'.}}, אדער "שלם בן זכר"{{הערה|1=זעט יוסף-שמחה גינזבורג, "[https://www.chabad.org.il/Magazines/Article.asp?ArticleID=8199&CategoryID=1576 בירורי הלכה ומנהג]", '''התקשרות''' 903, וירא תשע"ב; יצחק יהודה רוזן, "[http://www.chabad.org.il/Magazines/Article.asp?ArticleID=8338&CategoryID=1594 תגובות והערות]", '''התקשרות''' 911, ויחי תשע"ב}}; ווידעראום א. דרויאנוב שרייבט, אז "בן זכר" האט מען גערופן אין ליטע דעם סעודה פון שבת בייטאג{{הערה|[https://babel.hathitrust.org/cgi/pt?id=mdp.39015035788440&seq=355 '''רשומות'''] א, ז' 343, הערה 1}}. אין שו"ת חוות יאיר (תמ"א) ווערט דער שלום זכר אנגערופן "ליל שבת של בן זכר"{{הערה|שו"ת חות יאיר, סימן ע'}}.

רעוויזיע פון 18:00, 26 מערץ 2025

א שלום זכר ווערט אפגעהאלטן אום שבת נאכ'ן געבורט פון א אינגל

שלום זכר (אויך גערופן סעודת זכר, זכר) איז אַן אשכנזישער מנהג זיך צוזאמצוקומען שבת אויפדערנאכט נאכ'ן געבורט פון א אינגל וואו מען סערווירט לייכטע צובייס און מען וואונטשט זיך.

נאמען

די סעודה איז היינט באקאנט אלס "שלום זכר". דאס איז א שפּעטערדיגע נאמען, אזוי אויך איז די נאמען "בן זכר". דער אריגינעלער נאמען איז געווען "זכר", ווי מען זעט אין "מינקת רבקה" פון רבקה טיקטינער (–שס"ה)[1] און נאך מקורות, פריערע און שפּעטערע[2]. אין פּוילן האט מען נאך ביזן קריג אויסגערופן אין שול: "דער בעל־ברית לאזט בעטן דעם עולם אויפן זכר"[3].

ווי שפּעטער ווערט אלץ אפטער 'בן זכר'[4] און 'שלום זכר'. פון די תקנות פון "קהל יהודי פוילן" (תל"ב) ווייזט אויס אז פרייטאגצונאכטס איז געווען א סעודה גערופן "בן זכר", און שבת אינדערפרי — א "שלם זכר"[5], אדער "שלם בן זכר"[6]; ווידעראום א. דרויאנוב שרייבט, אז "בן זכר" האט מען גערופן אין ליטע דעם סעודה פון שבת בייטאג[7]. אין שו"ת חוות יאיר (תמ"א) ווערט דער שלום זכר אנגערופן "ליל שבת של בן זכר"[8].

אויף דער טעם פונעם נאמען 'שלום זכר', ברענגט הירשאוויץ דעם אורחות חיים אז די סעודה איז צו מאכן שלום מיט די פיינט. ער ציטירט אויך דעם חז"ל[9]: "כיון שבא זכר בעולם בא שלום בעולם"[10]. די געבורט פון א אינגל ברענגט שלום צווישן מאן און ווייב, און שבת ווערט אנגערופן "שלום"[11].

מקור און טעם

אין גמרא[12] ווערט דערמאנט איבער א סעודה "בי שבוע הבן" (דאס הויז פון דער וואך פונעם זון) אדער "בי ישוע הבן" (דאס הויז פון דער ישועה פונעם זון). רש"י ערקלערט אז שבוע הבן איז די סעודת ברית און ישוע הבן איז די סעודה פון פדיון הבן; אבער תוספות ערקלערט בשם רבינו חננאל[א] אז ישוע הבן איז א סעודה וואס מען פלעגט מאכן ביים געבוירן א זון און עס ווערט גערופן ישוע הבן אויף דעם וואס דער אינגל ווערט "געראטעוועט" פון זיין מאמע'ס געדערים, לויט'ן פסוק: " וְהִמְלִיטָה זָכָר"[13]. לויט ווי דער ערוך ציטירט די פשט פון רבינו חננאל איז עס געווארן אפגעהאלטן אין טאג פון אינגל'ס געבורט, צו איבערגעבן פאר'ן פאטער די גוטע בשורה[14]. תוספות ברענגט דער מנהג אלס זאך פון דער פארגאנגענהייט, וואס מען האט זיך געפירט בזמן התלמוד, פון וואס עס ווייזט אויס אז מען האט זיך נישט אזוי געפירט אין זיינער צייט.

די ערשטע מקור נאכדעם איז אין אורחות חיים פון רבי אהרן הכהן מלוניל, א ראשון פון פרובאנס פראנקרייך, וועלכער שרייבט אז "מען פירט זיך אין אלע אונזערע מקומות אז ווער עס מל'עט זיין זון… מאכט שלום מיט אלע זיינע פיינט און רופט צונויף יעדן צו עסן און זיך פרייען מיט אים כדי מען זאל אים בענטשן און נישט שעלטן, און די גאנצע געמיינדע קומט זיך צוזאם, זקנים ונשים וטף, שבת אויפדערנאכט…"[15]. רבי ישראל איסרלין, דער 'תרומת הדשן', ברענגט פון "אחד מהגדולים וואס האט געוואלט זאגן" אז דאס וואס מען פירט זיך צו מאכן א סעודה פרייטאג צונאכטס, דאס איז אט דער סעודת 'ישוע הבן' פונעם אויבנדערמאנטן רבינו חננאל, אפלערנענדיג אז די סעודה איז צו מפרסם זיין דעם נס אז דער זכר (און די פרוי, מהרש"ל) איז געראטעוועט געווארן[ב], און מען האלט עס אפ אום שבת אויפדערנאכט וויבאלד דאן געפינען זיך אלע אינדערהיים[18]. דער מנהג ווערט געברענגט אין רמ"א בשם דעם תרומת הדשן[19].

נאך טעמים

אויסער די אויבנדערמאנטע ווערן אנגעגעבן נאך טעמים פאר'ן סעודה, און פארוואס מען האלט דאס אפ אום שבת:

  • צו טרייסטן דאס קינד אויף דעם וואס ער האט פארגעסן די גאנצע תורה געלערנט איידער'ן געבורט, ווען די מלאך האט אים געקלאפט אויפ'ן מויל[20], ווי געברענגט אין חז"ל[21]. דערפאר הייסט די סעודה "זכר", א לשון פון זכרון - געדענקען, און מען האלט עס אפ שבת ווייל עס שטייט דערביי "זכור"[22], און וויבאלד אום שבת איז געגעבן געווארן די תורה[23].
  • לויט'ן חז"ל[24] אז דאס קינד ווערט פארטיג און גרייט צום ברית מילה איבער שבת[25][ג].
  • צו "דערמאנען" דאס קינד די שבועה וואס מען האט אים באשוואוירן איידער'ן געבורט[21]: "תהי צדיק ואל תהי רשע"[22].
  • א סעודת מצוה לכבוד די בעפארשטייענדע ערשטע מצוה (ברית מילה) וואס דאס קינד גייט מקיים זיין[22].
  • אן אויפנאמע פאר דאס קינד וועלכע איז ריין פון זונד, ווי דער שטייגער צו מקבל פנים זיין אום שבת א צדיק וואס קומט אין שטאט[26].

מנהגים

דער פרי מגדים שרייבט[27], אז אויב דאס קינד איז געבוירן שבת אויפדערנאכט זאל מען אפהאלטן דעם סעודה די ערשטע שבת, אבער אנדערע פירן זיך יא צו מאכן די צווייטע שבת[26]. מען פראוועט די זכר די שבת נאכ'ן געבורט, אויך אין פאל מען ווייסט אז די ברית וועט נישט פארקומען אין צייט[28].

דער דרישה ברענגט א מנהג זיך צו ווידער צוזאמענעמען ביים יולדת אויך שבת אינדערפרי[25]. אזוי ברענגט אויך דער ערוך השולחן[29], און אזוי איז פארצייכנט דער מנהג אין די נאטיצן פון יעקב ליפשיץ (העב')[30], וועלכע שרייבן אז מען האט עס איינגעצוימט צוליב די מיה און טירחא פונעם בעל ברית און די פינאנציעלע ארעמקייט.

מען רופט אויס אין בית המדרש אז דער-און-דער מאכט א שלום זכר, אבער מען לאדענט נישט דירעקט איין, וויבאלד עס איז א סעודת מצוה צו וועלכן מען דארף קומען אויב געלאדענט[31].

מען סערווירט לייכטע צובייס און געטראנקען, ווי פירות[29], בונדלעך, ניס, און ביר[30]. עס איז א מנהג צו עסן ארבעס (דערפאר צומאל גערופן "זכר בונדלעך") און לינזן צוליב פארשידענע טעמים: וויבאלד דאס איז א "מאכל אבלים"[32], און מען קומט טרייסטן דאס קינד[33], און גלייכצייטיג ווייזט עס אויך אויף שמחה[34]. טייל געבן אן דעם טעם וויבאלד "ארבעס" איז פון לשון הפסוק " וְהַרְבָּה 'אַרְבֶּה' אֶת זַרְעֲךָ כְּכוֹכְבֵי הַשָּׁמַיִם" (בראשית כב, יז)[35]. אויך ווערט אנגעוויזן אז ניס ווייזט אויף מילה[28.1].

דער אריגינעלער מנהג איז צו פּראוון דעם שלום זכר אין הויז פונעם קינד און די יולדת[36]. טייל שרייבן אז מען עס אפּהאלטן דווקא דארט[37], אבער פילע פירן זיך עס אפצוהאלטן אין בית מדרש אד"ג[38]. טייל פירן זיך צו ליינען קריאת שמע ביי א שלום זכר[39].

אין הלכה

עס ווערט גע'פסק'נט אז דער שלום זכר סעודה ווערט פאררעכנט אלס א סעודת מצוה[ד][41]. אבער, עס זענען פארהאן מיינונגען וואס האלטן אז דער שלום זכר איז נישט קיין סעודת מצוה[ה][42].

זעט אויך

דרויסנדיגע לינקס

ביאורים

  1. אין די תוספות פאר אונז שטייט "ר"ת", און אזוי איז עס ציטירט געווארן אין די פוסקים, אבער עס איז א טעות סופר און עס דארף שטיין ר"ח, ווי עס איז אין תוספות רבינו פרץ, ווי אויך אין די אויבנדערמאנטע תרומת הדשן, ווי אויך די נוסח אין די שונצינער ש"ס, און אין די כתבי יד.
  2. רבי יחזקאל לאנדא פרעגט[16] אויף די שיטה פונעם תרומת הדשן, אז לויט אים וואלט מען אויך געדארפט אפהאלטן א סעודה פאר די געבורט פון א מיידל, און דערפאר ערקלערט ער די שיטה פון תוספות אז עס איז די סעודה א נאכט פאר'ן ברית[17].
  3. זעט עבודת ישראל פרשת אמור; דרך פקודיך, מצות מילה (ב), חלק המעשה כ"ו; און נאך, אז די ענין דערפון איז שבת אויפדערנאכט. אבער זעט אין דרך פקודיך, חלק המחשבה אות י"ב א מנהג און טעם עס צו אפהאלטן בייטאג.
  4. באזירט אויף דעם וואס רב האט געפּלאנט צו גיין צום ישוע הבן, און מיר ווייסן פון אַן אנדער גמרא[40] אז רב וואלט נישט אנטייל גענועמען אין א סעודת רשות.
  5. טענה'נדיג אז רב'ס אנוועזנהייט ביים שלום זכר באווייזט נישט אז עס איז א סעודת מצוה, ווייל מיר ווייסן נישט צי ער האט דארט געגעסן. אפשר איז ער בלויז געווען, אבער נישט געגעסן.

רעפערענצן

  1. מנקת רבקה, קראקא, שע"ח, שער חמישי.
  2. ווי אין די תקנות "סדר בגדים" פון פראנקפורט, תע"ה, סימן יוד (J, .J ,Schudt, Judische Mercktviirdigkeiten IV, 1718, C. III, p. 89); און אין די פּראגער בריוו (Jüdische Privatbriefe aus dem Jahre 1619, 1911, ז' 41, שורה 2, אידישער טייל.
  3. יהודה אלזט, "ממנהגי ישראל", רשומות, א, תרפ"ה, ז' 364.
  4. רבי שניאור זלמן פון לאדי, לוח ברכת הנהנין ג, טו; ר' יעקב לעווין, שו"ב, חותם קדש, קראקא, תרנ"ב, עמ' נג.
  5. ציונים: קובץ לזכרונו של י. נ. שמחוני ז"ל, בערלין, תרפ"ט, ז' 176, סימן ס"ט; דאס זעלבע אין די וויטעבסקער תקנות פון תר"ה (וויטעבסק אמאל, 44), נאר דארט איז עס "שלום" מיט א ו'.
  6. זעט יוסף-שמחה גינזבורג, "בירורי הלכה ומנהג", התקשרות 903, וירא תשע"ב; יצחק יהודה רוזן, "תגובות והערות", התקשרות 911, ויחי תשע"ב.
  7. רשומות א, ז' 343, הערה 1.
  8. שו"ת חות יאיר, סימן ע'
  9. נדה לא, ב.
  10. אברהם אליעזר הירשאוויץ, אוצר כל מנהגי ישרון, סימן כז - יולדת, סט. לואיס, תרע"ח, עמ' 64.
  11. רבי יצחק ליפיץ, ספר מטעמים, ערך מילה, ווארשא, תר"נ, עמ' 76.
  12. בבא קמא פ, א. זעט אויך סנהדרין לב, ב.
  13. ישעיהו סו, ז.
  14. ערך שבע.
  15. רבי אהרן הכהן מלוניל, אורחות חיים ב, הלכות מילה, בערלין, תרס"ב, עמ' 14.
  16. דגול מרבבה, סימן קע"ח.
  17. זעט מער פון הרב ישראל יעקב כהן, קובץ בית אהרן וישראל עה, מנהג עריכת "שלום זכר" ומקורותיו, שבט-אדר תשנ"ח.
  18. תרומת הדשן סימן רסט; ווי ערקלערט אין ים של שלמה, בבא קמא, סי' לז.
  19. רמ"א, יורה דעה, רסה, סעיף יב.
  20. דרישה, יורה דעה, סימן רס"ד.
  21. 21.0 21.1 נדה ל, ב.
  22. 22.0 22.1 22.2 רבי יעקב עמדין, בירת מגדל עוז, ברכות שמיים, תעלת הברכה העליונה.
  23. מהרי"ד, פרשת תזריע; "דכולי עלמא בשבת ניתנה תורה" (שבת פו, ב).
  24. ויקרא רבה, פרשה כ"ז, פסקה י'.
  25. 25.0 25.1 דרישה, יורה דעה, סימן ש"ה.
  26. 26.0 26.1 רבי שבתי ליפשיץ, שרביט הזהב החדש - ברית אבות, קונטרס מפתח של חיה אות מ"ג.
  27. משבצות זהב, או"ח סי' תמ"ד סק"ט.
  28. ברית יצחק, ליל שמיני קודם המילה., תרכ"ה.
    1. דארט, לויט שיר השירים רבה, פרשה ו', פסקה י"א.
  29. 29.0 29.1 סי' רס"ה סל"ז.
  30. 30.0 30.1 יעקב ליפשיץ, זכרון יעקב, פרק כב. חיי היהודים, 1924.
  31. יעקב הגוזר, זכרון ברית לראשונים, חלק המילואים סי' א, קראקא, תרנ"ב, עמ' 147.
  32. בבא בתרא טז, ב.
  33. אבן ישראל חלק ב, שער א' - סעודת ברית מילה.
  34. שו"ת מור ואהלות, אהל ברכות והודאות; לויט בראשית רבה, פרשה ס"ג, פסקה י"ד.
  35. רבי יקותיאל יהודה האלבערשטאם שפע חיים מכתבים, חלק א' עמוד קע"ה.
  36. תרומת הדשן, רמ"א.
  37. רבי ישראל ברוך ברוין, אבן ישראל חלק ב, שער א', סעודת ברית מילה.
  38. אוצר הברית, פרק ג', סי' ב' ס"ז, א (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע).
  39. אורחות רבינו, חלק ג' עמוד קנט.
  40. חולין צה, ב.
  41. תרומת הדשן, א, רסט; לבוש רסה, יב; מהרש"ל אין ים של שלמה בבא קמא לז; רמ"א יו"ד רסה, יב.
  42. רבי יאיר חיים בכרך, שו"ת חוות יאיר, סימן ע'.