אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רבי בנימין בן שמואל"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
אין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 8: שורה 8:
עטליכע האבן אבער פארגעלייגט אז ער קען האבן געשטאמט פון [[ביזאנטישע אימפעריע|ביזאַנטין]] און נישט פון פראנקרייך{{הערה|Weinberger, Leon J. [https://doi.org/10.2307/1453932 “On the Provenance of Benjamin B. Samuel Quštani.”] ''The Jewish Quarterly Review'' 68, no. 1 (1977): 46–60.|כיוון=שמאל}}. זיי צייגן אָן אויף דער באגריף "פּויטן" וואס ר' בנימין האט גענוצט (אנשטאט דעם מער געווענליכן "פּייטן"), און אז אסאך פון זיינע ווערק זענען גענוצט געווארן אין מחזורים אין גריכנלאנד, אַנאַטאָליע און די באלקאנען.
עטליכע האבן אבער פארגעלייגט אז ער קען האבן געשטאמט פון [[ביזאנטישע אימפעריע|ביזאַנטין]] און נישט פון פראנקרייך{{הערה|Weinberger, Leon J. [https://doi.org/10.2307/1453932 “On the Provenance of Benjamin B. Samuel Quštani.”] ''The Jewish Quarterly Review'' 68, no. 1 (1977): 46–60.|כיוון=שמאל}}. זיי צייגן אָן אויף דער באגריף "פּויטן" וואס ר' בנימין האט גענוצט (אנשטאט דעם מער געווענליכן "פּייטן"), און אז אסאך פון זיינע ווערק זענען גענוצט געווארן אין מחזורים אין גריכנלאנד, אַנאַטאָליע און די באלקאנען.


אבער אנדערע ווייזן אויף זיין באצייכענונג אין ספר 'הפרדס' אלס "עיר וקדיש זקננו ר' בנימין בר' שמואל מקוסטני זק"ל"{{הערה|{{היברובוקס|2=ספר הפרדס|3=8962|page=252|מקום הוצאה=בודאפעסט|שנת הוצאה=תרפ"ד|מו"ל=הרב עהרנרייך|עמ=רכט–רל|4=(הלכות ר"ה)}}}}, און אז ער ווערט דערמאנט אין א תשובה פון [[רבי שלמה לוריא|מהרש"ל]] אלס א בן־דור פון [[רבי מאיר שליח ציבור]] פון ווירמייזא און פון [[רבי יוסף טוב עלם]]{{הערה|[[שית:Teshuvot_Maharshal.29|שו"ת מהרש"ל, סי' כט]]}}, וואס שטעלט אים צווישן די אשכנזים{{הערה|א.מ. הברמן, תולדות הפיוט והשירה, חלק ב', עמ' 226–227}}. רוב פון זיינע פּיוטים געפינען זיך אינעם נוסח צרפת, וואס שטיצט א פראנצויזישן אפּשטאם{{הערה|שם=JE}}.
אבער אנדערע ווייזן אויף זיין באצייכענונג אין ספר 'הפרדס' אלס "עיר וקדיש זקננו ר' בנימין בר' שמואל מקוסטני זק"ל"{{הערה|שם=פרדס|{{היברובוקס|2=ספר הפרדס|3=8962|page=252|מקום הוצאה=בודאפעסט|שנת הוצאה=תרפ"ד|מו"ל=הרב עהרנרייך|עמ=רכט–רל|4=(הלכות ר"ה)}}; זעט פנחס רוט, [https://cris.biu.ac.il/ws/portalfiles/portal/57473278/Sefer_ha_Pardes_The_Genesis_of_a_Medieva.pdf#page=117 ספר הפרדס: לדרכי היווצרותו של ילקוט הלכתי בימי הביניים], תשס"ח, עמ' 117–121}}, און אז ער ווערט דערמאנט אין א תשובה פון [[רבי שלמה לוריא|מהרש"ל]] אלס א בן־דור פון [[רבי מאיר שליח ציבור]] פון ווירמייזא און פון [[רבי יוסף טוב עלם]]{{הערה|[[שית:Teshuvot_Maharshal.29|שו"ת מהרש"ל, סי' כט]]}}, וואס שטעלט אים צווישן די אשכנזים{{הערה|א.מ. הברמן, תולדות הפיוט והשירה, חלק ב', עמ' 226–227}}. רוב פון זיינע פּיוטים געפינען זיך אינעם נוסח צרפת, וואס שטיצט א פראנצויזישן אפּשטאם{{הערה|שם=JE}}.


==פיוטים==
==פיוטים==
שורה 20: שורה 20:


==אלס מפרש און פוסק==
==אלס מפרש און פוסק==
ר' בנימין איז אויך באטראכט געווארן אלס א גרויסער תלמודישער אויטאריטעט און איז אפט ציטירט געווארן דורך מפרשים פון זיינער צייט. איינע פון זיינע פּסקים איז ציטירט דורך [[רבי יצחק הלוי]], רש"י'ס רבי. אין דעם פּסק ווייזט ער די פארבינדונג צווישן מדרש און פּיוט, און ערקלערט אז ביידע האבן זייער אפּשטאם אין ציבורישע ליינונגען{{קלאר אויס}}, און ציט דעם אויספיר אז די אפּאזיציע צו דאס אריינלייגן פּיוטים אין די תפילות איז אומבאגרינדעט{{קלאר אויס}}.
ר' בנימין איז אויך באטראכט געווארן אלס א גרויסער תלמודישער אויטאריטעט און איז אפט ציטירט געווארן דורך מפרשים פון זיינער צייט. איינע פון זיינע פּסקים איז ציטירט אין ספר הפרדס, וואו באשטעטיגט די רעפארם פון זאגן פיוטים אנשטאט צו געבן דרשות בעניינו של יום, ווי משה רבינו'ס תקנה{{הערה|שם=פרדס}}.
 
 
ער איז אויך ציטירט אלס א הלכה'ישער אויטאריטעט דורך די בעלי תוספות{{הערה|{{בבלי|חגיגה|יב|א}} ד"ה מסוף}}, דורך [[רבי משה מקוצי|רבי משה בן יעקב פון קוצי]] (אין זיין ספר מצוות גדול){{הערה|1=סמ"ג, עשין מב, עמ' קיח}} און דורך [[רבי מרדכי בן הלל]] (אין זיין פירוש אויף דער גמרא){{הערה|מרדכי, ראש השנה, אות תשע}}.
ער איז אויך ציטירט אלס א הלכה'ישער אויטאריטעט דורך די בעלי תוספות{{הערה|{{בבלי|חגיגה|יב|א}} ד"ה מסוף}}, דורך [[רבי משה מקוצי|רבי משה בן יעקב פון קוצי]] (אין זיין ספר מצוות גדול){{הערה|1=סמ"ג, עשין מב, עמ' קיח}} און דורך [[רבי מרדכי בן הלל]] (אין זיין פירוש אויף דער גמרא){{הערה|מרדכי, ראש השנה, אות תשע}}.

רעוויזיע פון 19:02, 24 מערץ 2025

רבי בנימין בן שמואל הלוי פון קוטאַנץ איז געווען פון די פריע חכמי אשכנז און א פראנצויזישער פּּייטן (ארום די יארן ד'תש"נ–ד'ת"ת). ער איז געווען פון די שטערקסטע און טאלאנטירטסטע פּייטנים. עס זענען פארבליבן איין־און־דרייסיג פון זיינע ליטורגישע שטיקער אין די פארשידענע מחזורים[1].

ר' בנימין ווערט גערעכנט צווישן די וויכטיגסטע פּייטנים אין דער תקופה נאך קליר. א טייל פון זיינע פּיוטים זענען אריינגענומען אין "מחזור רומניא"[2].

לעבן און אפּשטאם

עס איז אנגענומען אז ר' בנימין האט געוואוינט אין קוטאַץ (Coutances) (מאַנש דעפּאַרטמענט, נאָרמאַנדי, פראנקרייך), וועלכע איז פריער געווען באקאנט אין העברעאיש אלס קוסטני[1]. עטליכע האבן אבער פארגעלייגט אז ער קען האבן געשטאמט פון ביזאַנטין און נישט פון פראנקרייך[3]. זיי צייגן אָן אויף דער באגריף "פּויטן" וואס ר' בנימין האט גענוצט (אנשטאט דעם מער געווענליכן "פּייטן"), און אז אסאך פון זיינע ווערק זענען גענוצט געווארן אין מחזורים אין גריכנלאנד, אַנאַטאָליע און די באלקאנען.

אבער אנדערע ווייזן אויף זיין באצייכענונג אין ספר 'הפרדס' אלס "עיר וקדיש זקננו ר' בנימין בר' שמואל מקוסטני זק"ל"[4], און אז ער ווערט דערמאנט אין א תשובה פון מהרש"ל אלס א בן־דור פון רבי מאיר שליח ציבור פון ווירמייזא און פון רבי יוסף טוב עלם[5], וואס שטעלט אים צווישן די אשכנזים[6]. רוב פון זיינע פּיוטים געפינען זיך אינעם נוסח צרפת, וואס שטיצט א פראנצויזישן אפּשטאם[1].

פיוטים

ר' בנימין האט געשריבן פּיוטים בעיקר פאר די שלש רגלים און ראש השנה, און איינצלנע פאר יום כיפור. אויף געוויסע ליטורגיעס וואס אנטהאלטן "בנימין" אין אקראסטיך איז א ספק צי זיי זענען צוגעשריבן צו אים אדער צו זיין יונגערן בן־דור, רבי בנימין בן זרח[1].

זיינע פּיוטים זענען געשריבן אין דעם סטיל און שפּראך פון די אלטע פּייטנים, ווי רבי אלעזר בירבי קליר, אבער זיינע ווערק שטייען אפט ארויס מיט זייער דיכטערישער שיינקייט און זענען צומאל גאר קינסטלעריש[7].

איינע פון ר' בנימין'ס קאמפּאזיציעס איז א לאנגע קרובה פאר שבועות וואס איז געווען באקאנט צו צונץ[אויסקלארונג פארלאנגט] און רעקאנסטרואירט[אויסקלארונג פארלאנגט] געווארן דורך ישראל דאווידזאן אין זיין "אוצר השירה והפיוט". די קרובה הייסט "ארוכה מארץ". עס ווערן אויך דערמאנט אנדערע פון זיינע פּיוטים מיט אַקראָסטיכן ווי "בנימן בר שמואל סופר", "פייטן", אדער "מתרגם".

ר' בנימין'ס בעפארצוגן רבי עקיבא'ס "אלף־בית", וואס ער נוצט אין זיינע פּיוטים, ווייזט אויף א געוויסן נייגונג צו קבלה.

אלס מפרש און פוסק

ר' בנימין איז אויך באטראכט געווארן אלס א גרויסער תלמודישער אויטאריטעט און איז אפט ציטירט געווארן דורך מפרשים פון זיינער צייט. איינע פון זיינע פּסקים איז ציטירט אין ספר הפרדס, וואו באשטעטיגט די רעפארם פון זאגן פיוטים אנשטאט צו געבן דרשות בעניינו של יום, ווי משה רבינו'ס תקנה[4].   ער איז אויך ציטירט אלס א הלכה'ישער אויטאריטעט דורך די בעלי תוספות[8], דורך רבי משה בן יעקב פון קוצי (אין זיין ספר מצוות גדול)[9] און דורך רבי מרדכי בן הלל (אין זיין פירוש אויף דער גמרא)[10].

ביבליאגראפיע

רעפערענצן

  1. 1.0 1.1 1.2 1.3 לוי גינצבורג, ‏"Benjamin b. Samuel of Coutances", JewishEncyclopedia.com (ענגליש).
  2. "Benjamin ben Samuel Ha-Levi", Encyclopaedia Judaica, 2007.
  3. Weinberger, Leon J. “On the Provenance of Benjamin B. Samuel Quštani.” The Jewish Quarterly Review 68, no. 1 (1977): 46–60.
  4. 4.0 4.1 ספר הפרדס, בודאפעסט: הרב עהרנרייך, תרפ"ד, עמ' רכט–רל, (הלכות ר"ה); זעט פנחס רוט, ספר הפרדס: לדרכי היווצרותו של ילקוט הלכתי בימי הביניים, תשס"ח, עמ' 117–121.
  5. שו"ת מהרש"ל, סי' כט.
  6. א.מ. הברמן, תולדות הפיוט והשירה, חלק ב', עמ' 226–227.
  7. לעאָפּאָלד צונץ, Literaturgeschichte der synagogalen Poesie, pp. 115-120 (דייטש).
  8. חגיגה יב, א ד"ה מסוף.
  9. סמ"ג, עשין מב, עמ' קיח.
  10. מרדכי, ראש השנה, אות תשע.