אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "דרעפט:אפגאנער סידור"
(←אינהאלט און באדייט: פארברייטערט) |
אין תקציר עריכה |
||
| שורה 18: | שורה 18: | ||
דער אפגאנער סידור, געשריבן אויף חיה-הויט פּארמעט אין זיין אריגינעלער בינדונג, ווערט באטראכט ווי דער עלטסטער באקאנטער געבונדענעם אידישן ספר. עס זענען שוין פון פריער געווען באקאנט עלטערע אידישע כתבים, אבער זיי זענען אלע אויף מגילות, א שטייגער ווי די [[מגילות ים המלח]]. דער מאנוסקריפּט איז דער עלטסטער סידור און דער עלטסטער הגדה וואס איז אנטדעקט געווארן. די ספר'ל ווייזט אויף דער עקזיסטענץ פון אידן אין אפגאניסטאן און לענגאויס די אור-אלטע [[זיידן שטראז|זיידן־שטראזן]] פאר א לענגערער צייט ווי היסטאריקער האבן פריער געגלויבט{{הערה|שם=VOA}}. | דער אפגאנער סידור, געשריבן אויף חיה-הויט פּארמעט אין זיין אריגינעלער בינדונג, ווערט באטראכט ווי דער עלטסטער באקאנטער געבונדענעם אידישן ספר. עס זענען שוין פון פריער געווען באקאנט עלטערע אידישע כתבים, אבער זיי זענען אלע אויף מגילות, א שטייגער ווי די [[מגילות ים המלח]]. דער מאנוסקריפּט איז דער עלטסטער סידור און דער עלטסטער הגדה וואס איז אנטדעקט געווארן. די ספר'ל ווייזט אויף דער עקזיסטענץ פון אידן אין אפגאניסטאן און לענגאויס די אור-אלטע [[זיידן שטראז|זיידן־שטראזן]] פאר א לענגערער צייט ווי היסטאריקער האבן פריער געגלויבט{{הערה|שם=VOA}}. | ||
דער ספר פון 50 זייטן אנטהאלט טעקסטן וואס זענען ווארשיינליך געשריבן געווארן פאר דער צייט פון [[רב עמרם גאון]], וועלכער האט מחבר געווען א "סדר תפילות של כל השנה" אין מיטן די 800ער יארן. עס איז איינגעטיילט אין זעקס פרקים | דער ספר פון 50 זייטן אנטהאלט טעקסטן וואס זענען ווארשיינליך געשריבן געווארן פאר דער צייט פון [[רב עמרם גאון]], וועלכער האט מחבר געווען א "סדר תפילות של כל השנה" אין מיטן די 800ער יארן. עס איז איינגעטיילט אין זעקס פרקים: | ||
*טיילן פון תפילת שחרית אריינגערעכנט אַן אייגנארטיגן נוסח פון [[ברוך שאמר]]{{הערה|f. 1v–2r}}, עטליכע פסוקים פון לויב, ווי יהי כבוד און פסוקים פון אונזער הודו, מזמור שיר ליום השבת{{הערה|1=f. 2v}}, נאכגעפאלגט מיט נאך פילע פסוקים וועלכע הייבן זיך אָן מיט אשרי און אנדערע, הודו לה' קראו בשמו{{הערה|f. 8r–9r}} | |||
*אן אומבאוואוסטער [[קרובה]] באזירט אויף די פסוקים פון שיר השירים, באטיטלט אלס "מעמד דמטליא" [-קרובה פון סוכות]{{הערה|f. 9v–???}} | |||
*א פיוט איבער אחרית הימים - א פּאָעטישע פאָרעם פון דעם [[ספר זרובבל]]{{הערה|f. ???–20r}} | |||
*א חלק פון הגדה של פסח, וואס איז געשריבן געווארן פון די פארקערטע זייט, אָן אנגעבן א סיבה{{הערה|ALQ, f. 23v–f. 20v}}{{הערה|1=[https://www.museumofthebible.org/newsroom/museum-of-the-bible-displays-world-s-oldest-jewish-prayerbook-12th-century-hebrew-bible-samaritan-scroll-first-edition-mishnah-with-rambam-and-more-at-israeli-embassy-s-annual-christian-solidarity-event Museum of the Bible Displays World's Oldest Jewish Prayerbook, 12th Century Hebrew Bible Samaritan Scroll, First Edition Mishnah With RamBam and More At Israeli Embassy's Annual Christian Solidarity Event], May 09, 2016 | Museum of the Bible}}, דארט ווערט געברענגט א לאנגע נוסח פון "בורא פרי הגפן" און א לאנגע קידוש אויף פסח וואס ווערן דעמאנט דורך [[רב סעדיה גאון]]{{הערה|זעט https://tablet.otzar.org/#/book/614047/p/45/t/0.363746464540185331234/fs/0/start/0/end/0/c}} | |||
*נאך א פיוט אויף סוכות מיטן טיטל "ישועה בציון"{{הערה|ALQ, f. 24r–25r}}{{הערה|שם=גרין}}. | |||
עס זענען פארהאן פארשידענע האנטשריפטן אינעם כתב־יד, וואס ווייזן אז עטליכע מענטשן האבן זיך באטייליגט אין זיין שאפונג. דער כתב־יד אנטהאלט לשון-קודש, אראמיש און אידיש־פּערסישע שריפט. די פארקערטע אריענטירונג פון דער הגדה קען זיין ווייל עס איז געווען דער ערשטער טייל פונעם ספר, און די ליידיגע זייטן זענען געווען נויטיג פאר די שבת־שחרית{{הערה|שם=JNS1}}. די שפּראַך און דער נוסח ווייזן אויף א צענטראל־אזיאטישן | עס זענען פארהאן פארשידענע האנטשריפטן אינעם כתב־יד, וואס ווייזן אז עטליכע מענטשן האבן זיך באטייליגט אין זיין שאפונג. דער כתב־יד אנטהאלט לשון-קודש, אראמיש און אידיש־פּערסישע שריפט. די פארקערטע אריענטירונג פון דער הגדה קען זיין ווייל עס איז געווען דער ערשטער טייל פונעם ספר, און די ליידיגע זייטן זענען געווען נויטיג פאר די שבת־שחרית{{הערה|שם=JNS1}}. די שפּראַך און דער נוסח ווייזן אויף א צענטראל־אזיאטישן אפּשטאם, מסתמא צווישן אפגאניסטאן, איראן, איראק, אוזבעקיסטאן און מערב־כינע, און איז געווען אונטער דער אינטעלעקטועלער השפּעה פון די גאונים אין דער געגנט פון באגדאד{{הערה|[https://collections.museumofthebible.org/artifacts/25290-afghanistan-liturgical-quire Afghanistan Liturgical Quire], Museum of the Bible}}. דער כתב־יד גיט א בליק אין די פריע ליטורגישע טראדיציעס, אפילו פאר דער סטאנדארדיזאציע פון סידורים דורך גאונים ווי רב עמרם גאון. | ||
==היינטיגער אָרט און פארוואלטונג== | ==היינטיגער אָרט און פארוואלטונג== | ||
| שורה 48: | שורה 53: | ||
*{{לינק|שרייבער=|קעפל=Museum of the Bible unveils newly dated ‘oldest Jewish book’|זייטל=The Times of Israel|דאטום=סעפטעמבער 25, 2024|אדרעס=https://www.timesofisrael.com/museum-of-the-bible-unveils-newly-dated-oldest-jewish-book/}} | *{{לינק|שרייבער=|קעפל=Museum of the Bible unveils newly dated ‘oldest Jewish book’|זייטל=The Times of Israel|דאטום=סעפטעמבער 25, 2024|אדרעס=https://www.timesofisrael.com/museum-of-the-bible-unveils-newly-dated-oldest-jewish-book/}} | ||
*{{לינק|שרייבער=|קעפל=Oldest known Jewish prayer book goes on display - Medievalists.net|זייטל=Medievalists.net|דאטום=סעפטעמבער 22, 2014|אדרעס=https://www.medievalists.net/2014/09/oldest-known-jewish-prayer-book-goes-display/}} | *{{לינק|שרייבער=|קעפל=Oldest known Jewish prayer book goes on display - Medievalists.net|זייטל=Medievalists.net|דאטום=סעפטעמבער 22, 2014|אדרעס=https://www.medievalists.net/2014/09/oldest-known-jewish-prayer-book-goes-display/}} | ||
{{כיכר השבת|יוסי נכטיגל|בסידור העתיק: פיוטים ומאה ברכות|125825|אקטאבער 4, 2013}} | |||
[[en:Afghan Liturgical Quire]] | [[en:Afghan Liturgical Quire]] | ||
רעוויזיע פון 17:04, 23 מערץ 2025
|
|
דאס איז א דרעפט ארטיקל. עס איז אַן אַרבעט אין פּראָגרעס וואָס איז אָפן פאַר רעדאַגירונג דורך סיי וועם. ווען דער דרעפט איז פארטיג, ביטע גייט איבער דעם אריבערפירן טשעקליסט, זיכער צו מאכן אז עס איז גרייט. דערנאך קענט איר בעטן פון די דרעפט אריבערפירער אז זיי זאלן עס איבערגיין און אריבערפירן צום הויפט געביט. (אייער בקשה וועט פובליצירט ווערן אין המכלול:אריבערפירן דרעפטס, און דארט וועט אויך ערשיינען דער ענטפער - אויב פעלט אויס). |
דער אפגאנער סידור (אויך באקאנט ווי דער אפגאנישער ליטורגישער קווייער, Afghan Liturgical Quire) איז א מאנוסקריפט וועלכע שטאמט פון באַמיאַן, אפגאניסטאן, פון די תקופת הגאונים. עס ווערט פאררעכנט ווי דאס עלטסטער אידישער ספר אין א בוך-פארמאט וואס איז היינט באקאנט. דער קליינער כתב-יד, בערך פינף ביי פינף אינטשעס (12 ביי 12 צענטימעטער) גרויס, אנטהאלט לשון-קודשע ליטורגישע טעקסטן, אריינגערעכנט תפילות פאר שבת, פיוטים פאר סוכות, און א טייל פון דער הגדה של פסח. דאס העפט איז געשריבן געווארן אין לשון הקודש, אראמיש און אידיש-פּערסיש. דאס כתב-יד איז היינט א טייל פון דער זאמלונג אין דער 'מוזעאום פון דער ביבל' אין וואשינגטאן, די-סי.
היסטאריע
דער סידור איז געפונען געווארן דורך א מאן פון דער האַזאַראַ־מינאריטעט, וואס האט עס געגעבן צו א לאקאלן אפגאנער פירער קאַרים כאַלילי. כאלילי האט דאס דערקענט אלס הייליג און דאס איינגעוויקלט אין א טוך און אריינגעלייגט אין א ספּעציעל געמאכטער הילצערנער קאסטן[1].
דער וועג ווי דאס כתב-יד האָט פארלאזט אפגאניסטאן איז אומבאקאנט. מ'גלייבט אז עס איז מסתמא ארויסגעשמוגלט געווארן נאך דעם ווי די טאליבאן האט איבערגענומען באמיאן אין סוף 1998. עס זענען געווען פארשידענע פארזוכן צו פארקויפן דאס כתב-יד אין די פאראייניגטע שטאטן און אייראפּע צווישן 1998 און 2001, ביז עס איז "אומבאקאנט" פארקויפט געווארן אין לאנדאן אין הערבסט 2001 צו א פּריוואטן זאמלער, וועלכער האט עס געהאלטן מער ווי צען יאר.
אין 2013 איז דאס כתב-יד געקויפט געווארן פון אנטיק-הענדלער אין ענגלאנד פאר $2.5 מיליאן דאלער דורך סטיוו גרין פון אקלאהאמע, דער פּרעזידענט פון האבי לאבי[2] און אייגנטומער פון א ריזן קאלעקציע פון זעלטענע תנ"ך טעקסטן און ארטיקלען[3]. די מוזעאום פון דער ביבל זאגט אז די פארקויפער האבן צוגעשטעלט דאקומענטן וואס ווייזן אַז דער כתב־יד איז געווען אין בריטאניע זינט די 1950ער יארן[4]. עס איז דאן דאטירט געווארן דורך געלערנטע און קארבאן-14 טעסטן צו ארום ד'ת"ר (840 למס')[5], און מ'האט געמיינט אז דאס כתב-יד קומט פון דער קאַירער גניזה אין מצרים.
גרין האט עס שפּעטער געשאנקן צו זיין ניי-געגרינדעטער 'מוזעום פון דער ביבל', וואס האט זיך געעפנט אין 2017. אין 2016 האט הערשל העפלער, א קוראַטאָר אינעם מוזעאום, דערקענט א פאטאגראפיע פון דעם בוך אין אפגאניסטאן פון 1998 אין אַן ארטיקל אין "טאבלעט" זשורנאל וועגן אידישע כתבי־יד וואס ווערן ארויסגעשמוגלט פון אפגאניסטאן. די אנטדעקונג האט געפירט צו ראַדיאָמעטרישע דאטירונג־טעסטן אויף פיר טיילן פון דעם כתב-יד, וועלכע זענען דאטירט געווארן אין 2019 צו בערך ד'תק"מ (780 למס'). די דאטירונג האט באשטעטיגט אז דאס איז דער עלטסטער באקאנטער העברעאישער קאָדעקס (דאס הייסט, א בוך מיט געבונדענע בלעטער)[6].
אין 2021 האט די דעמאקראטיש־ערוויילטער רעגירונג פון אפגאניסטאן געוואלט צוריק-באקומען דעם כתב־יד, טענה'נדיג אז בילדער פון 1998 ווייזן אז עס איז געווען אין נאציאנאלן מוזעאום פון אפגאניסטאן אין קאבול, וועלכע איז באמבאדירט און געפּלינדערט געווארן[7]. עטליכע חדשים שפעטער האט דער טאליבאן איבערגענומען אפגאניסטאן.
אינהאלט און באדייט
דער אפגאנער סידור, געשריבן אויף חיה-הויט פּארמעט אין זיין אריגינעלער בינדונג, ווערט באטראכט ווי דער עלטסטער באקאנטער געבונדענעם אידישן ספר. עס זענען שוין פון פריער געווען באקאנט עלטערע אידישע כתבים, אבער זיי זענען אלע אויף מגילות, א שטייגער ווי די מגילות ים המלח. דער מאנוסקריפּט איז דער עלטסטער סידור און דער עלטסטער הגדה וואס איז אנטדעקט געווארן. די ספר'ל ווייזט אויף דער עקזיסטענץ פון אידן אין אפגאניסטאן און לענגאויס די אור-אלטע זיידן־שטראזן פאר א לענגערער צייט ווי היסטאריקער האבן פריער געגלויבט[6].
דער ספר פון 50 זייטן אנטהאלט טעקסטן וואס זענען ווארשיינליך געשריבן געווארן פאר דער צייט פון רב עמרם גאון, וועלכער האט מחבר געווען א "סדר תפילות של כל השנה" אין מיטן די 800ער יארן. עס איז איינגעטיילט אין זעקס פרקים:
- טיילן פון תפילת שחרית אריינגערעכנט אַן אייגנארטיגן נוסח פון ברוך שאמר[8], עטליכע פסוקים פון לויב, ווי יהי כבוד און פסוקים פון אונזער הודו, מזמור שיר ליום השבת[9], נאכגעפאלגט מיט נאך פילע פסוקים וועלכע הייבן זיך אָן מיט אשרי און אנדערע, הודו לה' קראו בשמו[10]
- אן אומבאוואוסטער קרובה באזירט אויף די פסוקים פון שיר השירים, באטיטלט אלס "מעמד דמטליא" [-קרובה פון סוכות][11]
- א פיוט איבער אחרית הימים - א פּאָעטישע פאָרעם פון דעם ספר זרובבל[12]
- א חלק פון הגדה של פסח, וואס איז געשריבן געווארן פון די פארקערטע זייט, אָן אנגעבן א סיבה[13][14], דארט ווערט געברענגט א לאנגע נוסח פון "בורא פרי הגפן" און א לאנגע קידוש אויף פסח וואס ווערן דעמאנט דורך רב סעדיה גאון[15]
- נאך א פיוט אויף סוכות מיטן טיטל "ישועה בציון"[16][5].
עס זענען פארהאן פארשידענע האנטשריפטן אינעם כתב־יד, וואס ווייזן אז עטליכע מענטשן האבן זיך באטייליגט אין זיין שאפונג. דער כתב־יד אנטהאלט לשון-קודש, אראמיש און אידיש־פּערסישע שריפט. די פארקערטע אריענטירונג פון דער הגדה קען זיין ווייל עס איז געווען דער ערשטער טייל פונעם ספר, און די ליידיגע זייטן זענען געווען נויטיג פאר די שבת־שחרית[1]. די שפּראַך און דער נוסח ווייזן אויף א צענטראל־אזיאטישן אפּשטאם, מסתמא צווישן אפגאניסטאן, איראן, איראק, אוזבעקיסטאן און מערב־כינע, און איז געווען אונטער דער אינטעלעקטועלער השפּעה פון די גאונים אין דער געגנט פון באגדאד[17]. דער כתב־יד גיט א בליק אין די פריע ליטורגישע טראדיציעס, אפילו פאר דער סטאנדארדיזאציע פון סידורים דורך גאונים ווי רב עמרם גאון.
היינטיגער אָרט און פארוואלטונג
דער אפגאנער ליטורגישער קווייער געפינט זיך היינט אין דער זאמלונג פון דער מוזעום פון דער ביבל אין וואשינגטאן, די.סי. אונטער'ן אידענטיפיקאציע MS.000764. אין 2014 איז עס געווען אויף א קורצער צייט אויף אויסשטעל אינעם 'ביבל לענדער מוזעאום' אין ירושלים[18]. די מוזעאום אין וואשינגטאן האט אויפגעשטעלט אַן אויסשטעלונג מיטן נאמען "הייליגע ווערטער: אנטפּלעקן דאס פריסטע העברעאישע בוך", וואס האט זיך געעפנט אין סעפּטעמבער 2024 און האט געדויערט ביז 12טן יאנואר 2025. אין מערץ 2025 איז די זעלבע אויסשטעלונג אריבערגעפירט געווארן צו דער ביבליאטעק פון דער אידישער טעאלאגישער סעמינאר אין ניו־יארק, וואו עס וועט בלייבן ביז 17טן יולי 2025.
די מוזעאום פון דער ביבל האט אויסגעארבעט א אפּוטרופּסות־אפּמאך מיט פארשטייער פון די אפגאנער אידן און פון דער פריערדיגער רעגירונג פון אפגאניסטאן, כדי צו פארזיכערן צוטריט פאר יעדן, בפרט פאר דער פארשפּרייטער אפגאנער אידישער קהילה. דער מוזעאום באטראכט זיך אלס א פארוואלטער פונעם כתב־יד אין אויפטראג פון דער אפגאנער אידישער קהילה און געוועזענע אפגאנע באאמטע, אויספאלגנדיג א מענטשנרעכט־באזירטן צוגאנג צו קולטור־ירושה. זיי פּלאנירן צו צושטעלן רעפּליקעס פאר דער אידישער קהילה און קולטור־אינסטיטוציעס אין אפגאניסטאן[6].
רעפערענצן
- ↑ 1.0 1.1 ‘Most exciting find in a millennium’: Oldest Hebrew book goes on display in DC, JNS.org, סעפטעמבער 30, 2024.
- ↑ World's Oldest Jewish Prayer Book Found? Rare Text Purchased By Hobby Lobby President, HuffPost Religion.
- ↑ יונה שוב, בחדרי חרדים, הכירו: סידור התפילה העתיק בעולם, אויף בחדרי חרדים, אקטאבער 6, 2013.
- ↑ Provenance, Museum of the Bible.
- ↑ 5.0 5.1 Green Scholars Discover World’s Oldest Jewish Prayer Book, Museum of the Bible.
- ↑ 6.0 6.1 6.2 Masood Farivar, How the oldest known Hebrew book landed in a Washington museum, Voice of America (VOA News), יאנואר 25, 2025.
- ↑ GIL ZOHAR, Afghanistan wants to repatriate stolen medieval Hebrew prayer book, The Jerusalem Post, אפריל 21, 2021.
- ↑ f. 1v–2r.
- ↑ f. 2v.
- ↑ f. 8r–9r.
- ↑ f. 9v–???
- ↑ f. ???–20r.
- ↑ ALQ, f. 23v–f. 20v.
- ↑ Museum of the Bible.
- ↑ זעט https://tablet.otzar.org/#/book/614047/p/45/t/0.363746464540185331234/fs/0/start/0/end/0/c.
- ↑ ALQ, f. 24r–25r.
- ↑ Afghanistan Liturgical Quire, Museum of the Bible.
- ↑ חזקי ברוך, הסידור העתיק בעולם נחשף לציבור, אויף ערוץ 7, סעפטעמבער 18, 2014
- ‘An extraordinary rarity’: Exhibit of oldest Hebrew book opens at JTS library, JNS.org, מערץ 19, 2025
- https://www.afghanim.co.il/תערוכה-על-סידור-התפילה-האפגני
- יונה שוב, התרגשות: הסידור העתיק בעולם נחשף בירושלים, אויף בחדרי חרדים, סעפטעמבער 19, 2014
- אלכס דורון, סידור תפילה בן 1,200 שנה נמצא בידי אספן, באתר nrg, אקטאבער 4, 2013
- יוני גבאי, הסידור העתיק בעולם הוצג לנתניהו, אויף כיכר השבת, סעפטעמבער 18, 2014
- מומחים בודקים: האם הסידור העתיק ביותר אכן נמצא בירושלים?, באתר כיפה, סעפטעמבער 21, 2014
- שיאים יהודיים: מה גילו של הסידור הכי עתיק בעולם? - הידברות
- Afghanistan Liturgical Quire, Museum of the Bible
- Sacred Books: A Story of Jewish Heritage from Afghanistan, Museum of the Bible
- See The World’s Oldest Siddur - The 5 Towns Jewish Times
- Museum of the Bible to Debut World’s Oldest Jewish Book | Museum of the Bible
- The World’s Oldest Jewish Book on Display at The Jewish Theological Seminary - Jewish Theological Seminary
- Matti Friedman, Is This Mysterious Text the Most Ancient Hebrew Book Ever Discovered?, The Free Press, סעפטעמבער 12, 2024
- Museum of the Bible unveils newly dated ‘oldest Jewish book’, The Times of Israel, סעפטעמבער 25, 2024
- Oldest known Jewish prayer book goes on display - Medievalists.net, Medievalists.net, סעפטעמבער 22, 2014
יוסי נכטיגל, בסידור העתיק: פיוטים ומאה ברכות, אויף כיכר השבת, אקטאבער 4, 2013