אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:ספעציעלע פורימ'ס"

3,199 בייטן אראפגענומען ,  פֿאַר 8 חדשים
יודאיקע
(אליעזר לאנדא, אייוועלט)
צייכן: רויע רעדאגירונג
(יודאיקע)
 
(2 צווישנדיגע ווערסיעס פונעם זעלבן באַניצער נישט געוויזן)
שורה 32: שורה 32:
===פּורים דע לאַ סעניאָראַ===
===פּורים דע לאַ סעניאָראַ===
די אידן פון כיאָס, קליין אַזיע, פייערן יעדן יאָר אַ "פּורים דע לאַ סעניאָראַ" (פּורים פון דער גוטער פרוי), וועלכער איז ענטשטאַנען פונ'ם פאָלגענדן צופאַל: לויט אַ געוויסער טראַדיציאָן, זענען אַ פינף הונדערט סאָלדאַטן פון פערדינאַנד דעם ערשטן, הערצאג פון טוסקאַן, איטאַליע, געלאַנדעט אויפ'ן אינזעל כיאָס און געוואָלט אים פאַרנעמען, און דאָס האָט געזאָלט געשעהן אינ'ם יאָר 1820, ווען כיאָס האָט רעוואָלטירט אַנטקעגן די טערקן אין דער צייט פון דער גריכישער מלחמה פאַר זעלבסטשטענדיגקייט. אַ אידישע פרוי וואָס האָט געוואוינט נעבען דער פעסטונג האָט, דורך אַ צופאַל, אָנגערירט אַ האַרמאַט מיט אַנ'אָנגעגליטע לאפּעטע, וועלכע זי האָט באַנוצט ביים באַקן ברויט. די קאַנאָנע האָט אויסגעשאָסן, און רער שונא וואָס האָט דאַמאָלט באַלאַגערט רעם אינול, איז פון די טערקן פאַרניכטעט געוואָרן. די פרוי איז פון די טערקן גוט באַלוינט געוואָרן און צו אידן זענען געגעבן געוואָרן פילע פּריווילעגיעס.
די אידן פון כיאָס, קליין אַזיע, פייערן יעדן יאָר אַ "פּורים דע לאַ סעניאָראַ" (פּורים פון דער גוטער פרוי), וועלכער איז ענטשטאַנען פונ'ם פאָלגענדן צופאַל: לויט אַ געוויסער טראַדיציאָן, זענען אַ פינף הונדערט סאָלדאַטן פון פערדינאַנד דעם ערשטן, הערצאג פון טוסקאַן, איטאַליע, געלאַנדעט אויפ'ן אינזעל כיאָס און געוואָלט אים פאַרנעמען, און דאָס האָט געזאָלט געשעהן אינ'ם יאָר 1820, ווען כיאָס האָט רעוואָלטירט אַנטקעגן די טערקן אין דער צייט פון דער גריכישער מלחמה פאַר זעלבסטשטענדיגקייט. אַ אידישע פרוי וואָס האָט געוואוינט נעבען דער פעסטונג האָט, דורך אַ צופאַל, אָנגערירט אַ האַרמאַט מיט אַנ'אָנגעגליטע לאפּעטע, וועלכע זי האָט באַנוצט ביים באַקן ברויט. די קאַנאָנע האָט אויסגעשאָסן, און רער שונא וואָס האָט דאַמאָלט באַלאַגערט רעם אינול, איז פון די טערקן פאַרניכטעט געוואָרן. די פרוי איז פון די טערקן גוט באַלוינט געוואָרן און צו אידן זענען געגעבן געוואָרן פילע פּריווילעגיעס.
===פּורים ווינצענז פעטמילך===
אין אָנפאַנג פונ'ם זיבעצענטן יאָר־הונדערט, האָט אין פראַנקפורט־אַם־מאין, דייטשלאַנד, אויסגעבראָכן אַנ'אויפשטאַנד געגן דעם שטאָדט־ראַטה, וואָס איז באַפרייט געוואָרן פון די אַריסטאָקראַטן. דער טרויעריג־באַרימטער אַנטיסעמיט, ווינצענז פעטמילך, איז געווען דער אָנפיהרער פונ'ם דאָזיגן אויפשטאַנד.
אין מיטן מאַי 1612 האָבן די פירשטן זיך פאַרזאַמעלט אין פראַנקפורט־אַם־מאין צו קרוינען דעם קעניג מאַטהיאַס. דערווייל האָבן געוויסע גרופּן זיך געווענדעט צום קעניג מיט פאַרשידענע פּעטיציעס. איין פּעטיציע האָט געבעטן אַז מ'זאָל פאַרקלענערן די צאָל אידן אין פראַנקפורט און אַז זיי זאָלן ניט טאָרן נעהמען מער ווי פינף פּראָצענט פאַר הלואות, וואָס איז אַגב געווען זייער איינציגער מיטל צום לעבן. דער קייזער האָט די דאָזיגע פּעטיציע צוריקגעוויזן.
די אידן־פרעסער האָבן אָבער ניט אויפגעגעבן זייער רשעות. עטליכע יאָר כסרר האָבן זיי זיך געהאַלטן אין איין באַמיהען ביים קייזער, אַז מ'זאָל אַרויסטרייבן די אידן פון פראַנקפורט־אַם־מאין, אָבער דער קייזער האָט אַלע מאָל אָפּגעלייגט. איז געגאַנגען ווינצענז פעטמילך און האָט אַליין אָנגעהויבן דורכפירן זאַכן, וואָס זענען געווען געגן דעם קייזער'ס באַשליסע.
דערווייל האָט זיך דעם איין־און־צוואנציגסטן אויגוסט, 1614, דערטראָגן אַ קלאַנג צו די פראַנקפורטער אידן, וועלכע האָבן געלעבט אָפּגעשלאָסן אין געטהאָ, אַז מ'וועט פּלינדערן די "יודען־גאַסע". האָבן אַ טייל אידן זיך אויסבאַהאַלטן ביי פריינדליכע קריסטן. אַזוי האָט, למשל, איין קריסט אַליין באַהאַלטן ביי זיך אונגעפעהר זעכציג אידישע נפשות. דער גרויסער עולם אָבער איז, פאַרשטעהט זיך, געבליבן אין דער היים און מיט טויט־שרעק געוואַרט אויפ'ן אונגליק. דעם גרעסטן טייל קינדער און פרויען האָבן זיי אַוועקגעפירט אויפ'ן בית עולם, און די מענער האָבן זיך אַנעם געטאָן פאַרריגלען די טויערן. זיי האָבן אויך אויפגעשטעלט באַ־ ריקאַדן פון פענסטער און פון אלץ וואָס ס'האָט זיך נאָר געלאָזט, און זיי האָבן זיך אויך באַוואָפענט מיט וואָס ס'האָט זיך געלאָזט.
אַרום פינף אַזייגער נאכמיטאָג האָבן די דייטשע פאָלקס־מאַסן, געפיהרט פון האַנד־ווערקער געזעלן, זיך געלאָזט צום געטהאָ־טויער. ביז צען אַזייגער אין אָווענט האָבן די כוליגאַנעס ביטער געקעמפט, כדי דורכצוברעכן דעם טויער, אָבער צוליב רי העלדישע פאַרטיידיגונג פון די פראַנקפורטער אידן איז זיי דאָס ניט געלונגען.
פעטמילך האָט שוין מער קיין געדולד געהאַט און ער האָט שוין געוואָלט ברענגען געוועהר צו צעשמעטערן רי טויערן, איז אָבער דערווייל געלונגען עטליכע כוליגאַנעס דורכצוברעכן אַ וואַנט פון אַ קליינער הייזקע, וואָס איז געשטאַנען זעהר נאָהענט ביים טויער, און זיי זענען אַריינגעדרונגען אין רער "יודען גאַסע".
נאַטירליך, האָבן זיך די אידן געוואָלט אַ נעהם טאָן צו זיי, אָבער זיי האָבן די אירן פאַרזיכערט, אַז אדרבה, זיי זענען גאָר זייערע פריינד, און זיי האָבן געראַטן די אירן אַוועקצולעגן דאָס געוועהר. די אידן האָבן זיך געלאָזט איבערריידן, זיי האָבן זיי געגלויבט און געפאָלגט זייער עצה.
אָבער אין אַ קורצע וויילע אַרום, האָבן די אידן איינגעזעהן זייער טעות. די פאַררעטער האָבן זיך אַ נעהם געטאָן אָפּרוימען די באַריקאַדן, און דורך סיגנאַלן האָבן זיי זיך פאַרשטענדיגט מיט די באַנדיטן פון יענער זייט טויער. דאַן האָבן זיי ברייט געעפענט רעם טויער און דער רויב־דורשטיגער המון האָט זיך אַריינגעריסן אין דער "יודען־גאַסע".
אָבער ניט אַזוי גיך האָבן די אידן זיך אונטערגעגעבן. זיי האָבן העלדיש געקעמפט, פאַרוואונדעט עטליכע כוליגאַנעס און איינעם אַפילו דער'הרג'עט. אויך פון די אידן זענען געפאַלן צוויי העלדן. ערשט דאַן, ווען די אידן האָבן איינגעזעהן, אַז ס'האָט ניט קיין זין צו קעמפן געגן אַזאַ גרויסער מיאַיאָריטעט, האָבן זיי זיך צוריקגעצויגן, און דער גרעסטער טייל איז אַוועק אויפ'ן בית עולם צו די פרויען און קינדער.
די צעווילדעוועטע כוליגאַנעס זענען זיי ניט נאָכגעלאָפן, נאָר זיי האָבן זיך אַ לאָז געטאָן ראַבעווען די אידישע הייזער. פעטמילך אַליין איז אויך געווען צווישן די רויבער. ער האָט אַפילו אָנגעוויזן וואָס מ'זאָל אַוועקפיהרן צו אים אַהיים. דערווייל האָט זיך פאַרשפּרייט איבער פראַנקפורט אַ קלאַנג, אַז די "יודען־גאַסע" איז איבערגעגעבן פריי צו די קריסטן; האָט מען זיך אַ לאָז געטאָן מיט וואָגענס און וועגעלאך, און יעדער איינער האָט געראַבעוועט וויפיעל נאָר זיין האַרץ האָט געגלוסט, און דאָס וואָס מ'האָט ניט געקענט אַוועקנעהמען, האָט מען גלאַט חרוב געמאַכט. די טירן און פענסטער האָט מען צעבראָכן, די ווענט אָפּגעריסן און די הייליגע שריפטן האָט מען פאַרברענט. גאַנצע דרייצען שעה האָט געדויערט די פּלינדערונג און דער שאָדן האָט באַטראָפן אַ גרויס פאַרמעגן.
אַזוי צעווילדעוועט איז געווען דער המון, אַז ס'האָבן זיך געהערט קולות אַז מ'זאָל ראַבעווען אויך ביי די רייכע קריסטן. דאָ האָט זיך שוין דער יונגער ביגערמייסטער (סיטי מעיאָר) קעלער אָנגענומען מיט מוטה און מיט דער הילף פון עטליכע באַוואפענטע מענשן איז אים געלונגען פאַנאַנדערצוטרייבן די באַנדיטן. ער האָט אויך איבערגעלאָזט אַ וואַך ביים טויער אַז די פּלינדעריי זאָל זיך ניט איבער'חזר'ן.
דער באַנדע־פיהרער פעטמילך, און זיינע געהילפן זענען געווען אין שטאָט און געטריבן די אונגליקליכע "ווי דאָס ליעבע פיה" צום הייליגן אָרט (בית עולם), וואָס איז געווען אַרומגערינגעלט מיט וואַכן, כדי ער זאָל קענען האָבן די גאַנצע געמיינדע אויף איין פּלאַץ.
אין דער באַגלייטונג פון זיינע געטרייע דינער און מיט אַ גרויסער צאָל פון דעם ווילדן המון האָט פעטמילך אַליין זיך אַוועקגעשטעלט ביים אַריינגאַנג. מיט פאַרכאַפּענדן אטעם זענען די אונגליקליבע אידן געשטאַנען אין טויט־שרעק און מיט אַ בעטענדען בליק געקוקט אויף זיינע ליפּן און געוואַרט אויף זיין אורטייל. אָבער זייער בעטן און וויינען האָט ער מיט שפּאָט איגנאָרירט. נאָך גרעסער איז געוואָרן זייער שרעק, ווען צווישן המון האָבן זיך דערהערט קולות "שלאָגט זיי נידער!" די אונגליקליכע האָבן דאָס באַטראַכט פאַר זייער לעצטע שטונדע. זיי זענען געווען גרייט אויפ'ן ערגסטן. מאַנכע פון זיי האָבן געזאָגט וידוי און געוואַרט אויפ'ן טויט.
דערווייל האָט פעטמילך זיי געלאָזט וויסן אינ'ם נאָמען פון זיין פּאַרטיי, אַז זיי ווילן זיי ניט האָבן אַלס בירגער. האָבן די אירן אָנגעהויבן בעטן, אַז ער זאָל זיי ערלויבן פאַרלאָזן די שטאָט; און נאָך לאַנגען וויינען און בעטן, האָט ער נאָכגעגעבן, אָבער זיי זאָלן באַלד פאַרלאָזן די שטאָט פראַנקפורט.
איינס אַ זייגער האָט זיך אָנגעהויבן יציאת פראַנקפורט. דרייצען הונדערט און אַכציק אידן זענען געגאַנגען צום טייך מאַין. דאָס ביסל האָב און גוטס וואָס די רויבער האָבן נאָך ניט באַוויזן צו צעראַבעווען, האָבן זיי מיטגענומען. אָבער זיי האָבן געמוזט דערפאַר באַצאָלן שווערע סומען געלד. מיט געוויינען און יללות האָבן זיי פאַרלאָזן זייער געבורטסשטאָט, אין וועלכער ס'האָבן אַמאָל געלעבט זייערע אור־עלטערן. אַ טייל פון זיי זענען געפאָרן אַרויף דעם טייך מאַין, אַ טייל אַראָפּ דעם טייך מאַין. אַנדערע האָבן זיך אַוועקגעלאָזט גלאַט אין דער וועלט אַריין, וואוהין די אויגן האָבן זיי געטראָגן. אָט אַזוי איז דאָס פראַנקפורטער אידענטום אין יענער טרויעריגער צייט צעזייט און צעשפּרייט געוואָרן.
גאַנצע צוויי יאָר האָט פעטמילך טעראָריזירט דעם שטאדט־ראַט; אָבער ענדליך איז עס דערגאַנגען צום קייזער. ווי נאָר דער קייזער איז געוואויר געוואָרן פון דער פּאָליטישער איבערקערעניש, און אַז אַלע אידן זענען אַרויסגעטריבן געוואָרן, האָט ער באַלד באַפוילן צו אַרעסטירן פעטמילך'ן און זיין באַנדע.
ס'האָט זיך דאַן אָנגעהויבן אַנ'אונטערזוכונג געגן די פירער פון דער דאָזיגער שענדליכער טהאַט. די אונטערזוכונג איז שוין גאָר ניט געווען אַזוי לייכט, ווייל ס'זענען אין דער זאַך געווען פאַרמישט פילע רעדל־פיהרער. דער אַרעסט פון אַ נייעם אַנטייל־נעהמער האָט באַלד געפירט צום אַרעסט פון נאָך עטליכע און אַזוי אַרום איז עס געוואָרן אַלץ מער קאָמפּליצירט און פאַרדרייט.
און אָט די "העלדישע" אידן־פרעסער האָבן ביי דעם פּראָצעס זיך שוין גאָר ניט אַרויסגעוויזן אַלס העלדן. יעדער איינער פון אָט די טרויעריגע העלדן האָט געזוכט זיך צו ראַטעווען דורך דעם וואָס ער האָט אַרויפגעוואָרפן די שולד אויפ'ן צווייטן. יעדער איינער האָט גע'טענה'ט אַז מ'האָט אים נעבאַך פאַרפירט, און שולדיג איז דער פאַרפירער. און זיי, די אַמאָליגע העלדן געגן אַ הילפלאָז הייפעלע אידן, זענען איצט געשטאַנען און ציטערנדיג געבעטן אַז מ'זאָל זיי באַגנאַדיגן.
ווען די לאַנגע, ענדלאָזע אויספאָרשונגען האָבן זיך געענדיגט, האָבן די קאָמיסאַרן דעם 21־טן פעברואַר 1616 געלאָזט וויסן, אַז זיי זענען פאַרטיג מיט דער אויספאָרשונג. די מערדערישע אָנפיהרער זענען פאַראורטיילט געוואָרן צום טויט. דער 28־טער פעברואַר איז באַשטימט געוואָרן אַלס דער טאָג פאַר אויספיהרן די טויט־שטראף, און אין דעם זעלבן טאָג זאָל אויך פאָרקומען דאָס פייערליכע צוריקבריינגען פון די אַרויסגעטריבענע אידן צוריק קיין פראַנקפורט.
אום צו קענען האַלטן פאָלקאָמע אָרדנונג, האָט מען שוין דעם 26טן געשלאָסן אַלע וויין־שענקען. די שטאָט איז געווען מיליטעריש באַוואַכט. אין מיטן פערד־מאַרק האָט מען אויפגעשטעלט דעם עשאַפאט (תליה), און שוין ביים זונען־אויפגאַנג איז דאָרט געווען פאַרזאַמעלט אַ זעהר גרויסער עולם. זיבן אַזייגער אין דער פריה האָט מען געבראַכט די פאַראורטיילטע צום עקזעקוציע פּלאַץ אונטער אַ גרויסער מיליטערישער וואַך.
ווינצענז פעטמילך איז געווען דער ערשטער באַשטראָפט צו ווערן, ווייל ער איז געווען דער הויפּט אָנפיהרער פון דער באַנדע. מ'האָט אים פאָרגעלייענט דעם טויט־אורטהייל און באַלד נאכדעם האָט מען אים איבערגעגעבן צום תליון.
צום אַלעם ערשט האָט דער תליון אים אָפּגעהאַקט צוויי פינגער פון דער רעכטער האַנד. דאַן האָט ער אים מיט דער שווערד געטויטעט, צעשניטן דעם קערפּער אויף פיער טיילן, דעם קאָפּ אַרויפגעזעצט אויף אַן אייזערנעם שטאַנג און אים אויפגעהאַנגען אויף דעם טורעם פון דער בריק. זיין הויז האָט מען באַלד פאַרניכטעט און עס גלייך געמאַכט מיט'ן באָדן און זיין גאַנץ פאַרמעגען האָט מען קאָנפיסקירט. פילע פון די איבעריגע רעדל־פיהרער האָבן אויך געקראָגן טויט־שטראָף.
נאָך דער עקזעקוציע האָט מען פאָרגעלייענט דעם קייזערליכן באַפעהל אַז "די אידן מיט זייערע ווייבער און קינדער זאָלן ווידער אין אירע גאַסן אויפגענומען ווערן, אַלע אירע הייזער רעפּארירט, און אין פאַרלויף פון דריי מאָנאַטן מוז מען זיי צוריקגעבן זייער זילבער, גאָלד, צירונג און אַלעס וואָס מ'האָט ביי זיי אַוועקגערויבט; און אַז פון איצט אָן און ווייטער ווער ס'וועט זיי באַלעסטיגן, וועט שטרענג באַשטראָפט ווערן."
מיט גרויס פּאָמפּ און פּראַכט, מיט מיליטערישע אָפּטיילונגען און אַ גרויסע צאָהל פאָהנען האָט מען צוריקגעבראַכט די אידן קיין פראַנקפורט. די קאָמיסאַרן קורמאינצעס און דראמשטאדט האָבן זיי געפיהרט, און געווען איז דאָס דעם צוואנציגסטן טאָג אין אדר 1616. אין גוט אָרגאַניזירטע רייהען האָט דער צוג זיך לאַנגזאַם געצויגן דורך דער שטאָט. פאַר דעם עולם זענען געפאָרן צוויי וועגען. אינ'ם ערשטן וואָגען איז געזעסן אַ גרייז־גרויער מאַן מיט אַ שנעע־ווייסער באָרד און אַ קינד, אין דעם צווייטן וואָגען זענען געזעסן דריי קעניגליכע אַדלער, וואָס האָבן געטראָגן די אויפשריפט: "רוימישער קעניגליכער מאַיעסטעט אונד דעם הייליגען רייכס־שוץ."
דאַן האָט דער פיהרער פון דעם צוג צוגעקלאַפּט די דריי אדלער צו די דריי טויערן פון דער "יודען גאַסע", און ער האָט צוגערופן צו זיך אַ פאָרשטעהער פון די אידן און האָט אים ערקלערט, אַז דער ביז איצטיגער מאַנדאַט איז ניט מער גילטיג, און האָט אים פאָרגעלעגט די נייעס.
נאכדעם האָט מען געעפענט די טויערן. איינער איז אַרומגעפאָרן איבער דער גאַס מיט אַ טרומפּייט און אונטער די טרומפּייט קלאַנגען האָבן זיך אומגעקערט רי אַרויסגעטריבענע אידן אין זייער געבורטס־שטאָט. ס'האָט זיך פאַר זיי אָנגעהויבן אַ בעסער לעבן, ווייל אויסער דעם וואָס פילע וויכטיגערע פּונקטן אינ'ם נייעם מאַנדאַט זענען געווען פיעל גינסטיגערע, זענען זיי דאַן געווען אונטער דער שוץ פונ'ם קייזער, און ניט ווי פריהער אונטער דער שוץ פונ'ם ראַטה.
זייט דאַן ביז היינט פייערן די אידן אין פראַנקפורט־אַם־מאַין דעם צוואנציגסטן טאָג אין אדר אַלס "פּורים ווינצענז", און מיר האָפן אַז גאָר בקרוב וועלן רי אידן פון דער גאַנצער וועלט פייערן אַ "פּורים" אין אנדענק פון היטלער־מוסאליני־היראָאיטאָ'ס מפּלה.


===פאָרהאַנג פּורים===
===פאָרהאַנג פּורים===
שורה 145: שורה 90:
==="פּאַודער פּורים"===
==="פּאַודער פּורים"===
אין יאָר 1804 איז אין ווילנע פאָרגעקומען אַנ'אויפרייס אין אַ פּאַודער מאַגאַזין אין וועלכען איין־און־דרייסיג מענטשן זענען אומגעקומען. פיעלע היימען זענען פון דעם אויפרייס צעשטערט געוואָרן. אויך איז צעשטערט געוואָרן די היים פון ר' אברהם דאַנציג (מחבר פון די ספרים "חי אדם", "חכמת אדם" און "נשמת אדם"). ר' אברהם דאַנציג און זיין פאַמיליע זענען אַלע געפעהרליך פאַרוואונדעט געוואָרן, אָבער זענען ניצול געוואָרן פון טויט. צוליעב אָט דעם נס האָט ר' אברהם דאַנציג עטאַבלירט אַ "פּאַודער פּורים", וועלכער זאָל געפייערט ווערן יערן יאָר דעם פופצענטן טאָג אין כיסלו.
אין יאָר 1804 איז אין ווילנע פאָרגעקומען אַנ'אויפרייס אין אַ פּאַודער מאַגאַזין אין וועלכען איין־און־דרייסיג מענטשן זענען אומגעקומען. פיעלע היימען זענען פון דעם אויפרייס צעשטערט געוואָרן. אויך איז צעשטערט געוואָרן די היים פון ר' אברהם דאַנציג (מחבר פון די ספרים "חי אדם", "חכמת אדם" און "נשמת אדם"). ר' אברהם דאַנציג און זיין פאַמיליע זענען אַלע געפעהרליך פאַרוואונדעט געוואָרן, אָבער זענען ניצול געוואָרן פון טויט. צוליעב אָט דעם נס האָט ר' אברהם דאַנציג עטאַבלירט אַ "פּאַודער פּורים", וועלכער זאָל געפייערט ווערן יערן יאָר דעם פופצענטן טאָג אין כיסלו.
{| class="wikitable"
!פּורים פון…
!פייערונגס טאָג
!אויפגעשטעלט אין
!סיבה פאַרן אָבסערווירן
|-
|אַלדזשיר (גערופן פּורים אדום)
|ד' חשון
|1540
|געראַטעוועט פון חורבן אין די שפּאַניש-אַלדזשירישע מלחמות פון 1516–1517 און 1542.
|-
|אַלדזשיר (גערופן פּורים תמוז)
|י"א תמוז
|1774
|געראַטעוועט פון סכנה.
|-
|אַלעסאַנדריאַ דע לאַ פּאַליאַ (איטאַליע)
|כ"ה אב
|1779
|געראַטעוועט פון שחיטה.
|-
|אַלעסאַנדריאַ דע לאַ פּאַליאַ (איטאַליע)
|ב' חשוון
|1797
|געראַטעוועט פון ראיאטן אין דער רעוואלוציאנער מלחמה.
|-
|אַנקאָנאַ
|כ"א טבת
|1690
|געראַטעוועט פון אַן ערדציטערניש.
|-
|אַנקאָנאַ
|ט"ו תשרי
|1741
|די שיל איז געראַטעוועט געוואָרן פון שׂרֵפה.
|-
|אַנקאָנאַ
|כ"ד אדר
|1775
|די ייִדישע שטאָטילע איז געראַטעוועט געוואָרן פון אַן אָפּברענט.
|-
|אַנקאָנאַ
|י"ב שבט
|1797
|געראַטעוועט פון רייאות אין דער רעוואלוציאנער מלחמה.
|-
|אַנגוֹראַ/אַנקאַראַ (גערופן פּורים אַנגוֹראַ אָדער פּורים סאַרי-קיז)
|כ"א אלול
|?
|געראַטעוועט פון אַן עלילת דם.
|-
|אַנגוֹראַ (גערופן פּורים אַבאַזאַ)
|י"א אייר
|?
|?
|-
|אַנגוֹראַ (גערופן פּורים דע לאַ טורקיטאָ)
|י"ד תמוז
|1775
|געראַטעוועט פון אַן עלילת דם.
|-
|אַוויגנאָן
|כ"ד תמוז
|?
|?
|-
|אַוויגנאָן
|כ"ח שבט
|1757
|געראַטעוועט פון רייאות.
|-
|באַגדאַד
|י"א אב
|1733
|דערלייזט פון פּערסישער דריק.
|-
|בעלגראַד
|י"ט סיון
|1822
|געראַטעוועט פון חורבן בעת דער טירקיש-סערבישער מלחמה.
|-
|ברעשע (שאַמפּאַניע, פראַנקרייך)
|י"ד אדר
|1191
|דער הויפּט ייִד-פייַנט איז אויסגעפירט געוואָרן.
|-
|קאַיראָ
|י"ח שבט
|?
|?
|-
|קאַיראָ (גערופן פּורים מצרים)
|כ"ח אדר
|1524
|געראַטעוועט פון אומקום.
|-
|קאַנדיאַ (קרעטאַ)
|י"ח תמוז
|1583
|געראַטעוועט פון אַ קאָלעקטיווער שטראָף פאַר פאַררעטעריי בעת דער טירקו-ווענעטיאַנער קאָנפליקט.
|-
|קאַרפּענטראַס
|ט"ז כסלו
|1512
|געראַטעוועט פון רייאות.
|-
|קאַרפּענטראַס
|ט' ניסן
|1692
|געראַטעוועט פון חורבן.
|-
|קאַרפּענטראַס (גערופן יום ויושע)
|כ"א ניסן
|1651
|געראַטעוועט פון אַ שחיטה-סכנה.
|-
|קאַסאַבלאַנקאַ (גערופן פּורים היטלער)
|ב' כסלו
|1943
|אַנטלאפן פון ראיאטן און נאַצי-אקופּאַציע.
|-
|קאַסטיליע (שפּאַניע) (גערופן פּורים מאַרטינעז)
|א' אדר
|1339
|געראַטעוועט פון חורבן נאָך באַשולדיקונגען דורך ייִד-פייַנט גאָנסאַלעז מאַרטינעז, דער קעניגס באַראַטער.
|-
|קאַוואַיאָן (פּראָווענץ)
|כ"ה אייר
|1631
|דער מגיפה האָט אויפגעהערט.
|-
|קאַוואַיאָן
|כ"ט סיון
|1677
|געראַטעוועט פון אַן עלילת דם.
|-
|סענטאָ (איטאַליע)
|י"ב אב
|1820
|אַנטקומען פון אַ שׂרֵפה.
|-
|כיערי (איטאַליע)
|א' אב
|1797
|געראַטעוועט פון מלחמה-סכנה.
|-
|כיאָס (גריכנלאנד) (גערופן פּורים דע לאַ סעניאָראַ – "פּורים פון דער גוטער פרוי")
|ח' אייר
|1595 (אָדער 1820)?
|געראַטעוועט פון טויט בעת דער פראַנצויזיש-טירקישער מלחמה.
|-
|קוּנעאָ (איטאַליע)
|ה' כסלו
|1799
|די שיל איז געראַטעוועט געוואָרן פון שׂרֵפה דורך אַ קויל.
|-
|עטינגען (דייטשלאַנד)
|י"ח אייר
|1690
|געראַטעוועט פון חורבן דורך פיינט.
|-
|עטינגען
|כ"ט סיון
|1713
|?
|-
|פערראַראַ
|כ"ד כסלו
|?
|געראַטעוועט פון שׂרֵפה.
|-
|פערראַראַ
|י"ח אייר
|1799
|אַנטקומען פון קריגס-רייאות.
|-
|פעס
|כ"ב כסלו
|1840
|געראַטעוועט פון חורבן.
|-
|פלאָרענץ
|כ"ז סיון
|1791
|אַנטקומען פון פּלינדערונג און רייאות.
|-
|פאָסאַנאָ (איטאַליע)
|י"ח ניסן
|1796
|געראַטעוועט פון אַ באָמבע-יקספּלאָזיע בעת מלחמה.
|-
|פראַנקפורט אם מיין (גערופן פּורים ווינץ אָדער פּורים פעטמילך)
|כ' אדר
|1616
|די פאַרטריבענע אידן זענען צוריק אויפגענומען געוואָרן אין שטאָט, און דער הויפּט ייִד-פייַנט, פעטמילך, איז אויסגעפירט געוואָרן.
|-
|פולדאַ
|ט"ו אלול
|?
|?
|-
|גומעלטדזשינאַ (טראַקיי) (גערופן פּורים דע לאָס לאַדראָנעס – "פּורים פון די גנבים")
|כ"ב אלול
|1786
|געראַטעוועט פון אַ קאָלעקטיווער שטראָף פאַר אַרויסרופן רויבער צו באַרויבן שטאָט.
|-
|חברון
|א' אב
|?
|געראַטעוועט פון קאָלעקטיווער שטראָף און אויסהרעדונג דורך אִיבּרהִים פּאַשאַ.
|-
|חברון (גערופן פּורים תקקא – "פענצטער פּורים")
|י"ד טבת
|1741
|געראַטעוועט פון חורבן דורך אַ נסדיקע געלט-ראַטעוועכץ אויף אַ שיל-פענצטער.
|-
|איוורעאַ (איטאַליע)
|א' שבט
|1797
|אַנטקומען פון פּלינדערונג בעת דער רעוואלוציאנער מלחמה.
|-
|קומאָטיני (גריכנלאנד)
|כ"ב אלול
|1768
|געראַטעוועט פון חורבן בעת דער טירקישער אונטערדריקונג פון דער גריכישער אויפשטאַנד.
|-
|קאָוונאָ
|ז' אדר (ב')
|1783
|באַקומען פרייהייט-פּריווילעגיעס דורך קעניג סטאַניסלאַוס ב'.
|-
|ליוואָרנאָ (ליווערנע)
|י"ב שבט
|1742
|געראַטעוועט פון חורבן בעת אַן ערדציטערניש.
|-
|ליוואָרנאָ
|כ"ה טבת
|1810
|מגיפה אַפגעהערט.
|-
|ליוואָרנאָ
|ט"ז אדר
|1813
|?
|-
|לעפּאַנטאָ (גריכנלאנד)
|י"א טבת
|1699
|געראַטעוועט פון חורבן בעת דער טירקישער מלחמה.
|-
|מעדזשיבוזש (פּוילן)
|י"א טבת
|1648 אָדער 1649
|געראַטעוועט פון חורבן דורך כמלניצקי׳ס גרופּעס.
|-
|מאַראָקא
|י"ג ניסן
|1771
|געראַטעוועט פון חורבן.
|-
|מסטיסלאַוול (רוסלאנד)
|ד' שבט
|1744
|געראַטעוועט פון שחיטה דורך קאָזאַקן.
|-
|מסטיסלאַוול
|ג' כסלו
|1844
|געראַטעוועט פון קאָלעקטיווער שטראָף פאַר אַן אַנטי-רעגירונג אָפּשטאַנד.
|-
|נאַרבאָן (פראַנקרייך)
|כ' אדר
|1236
|געראַטעוועט פון רייאות.
|-
|אָראַן
|ו' אב
|1830
|געראַטעוועט פון שחיטה, איידער די פראַנצויזישע טרופּן זענען אָנגעקומען.
|-
|אָסטראה
|כ"ג ניסן
|1734 אָדער 1768
|געראַטעוועט פון אַ פּאָגראָם.
|-
|אָסטראה
|ז' תמוז
|1792
|געראַטעוועט פון חורבן בעת דער רוסיש-פּוילישער מלחמה.
|-
|פּאַדוע (גערופן פּורים די פועָקא – "פייער פּורים")
|י"א סיון
|1795
|געראַטעוועט פון אַ שׂרֵפה.
|-
|פּאַדוע (גערופן פּורים די בודאַ)
|י' אלול
|1684
|געראַטעוועט פון שחיטה בעת דער אויסטרו-טירקישער מלחמה (אין בודאפּעשט).
|-
|פּאַדוע (גערופן פּורים דעי סאַסי ?)
|שבת בא
|1748
|?
|-
|פּסאַראָ (זע אויך: אורבינאָ און סעניגאַליאַ)
|?
|1799
|אַנטקומען פון קריגס-שעדיגונגען.
|-
|פּיטיגליאַנאָ (איטאַליע)
|ט"ו תמוז
|1757
|אַ שול-דאַך איז צונויפגעפאַלן, אָבער קיינער איז נישט געשעדיקט געוואָרן.
|-
|פּיטיגליאַנאָ
|ט"ו סיון
|1799
|געראַטעוועט פון קריגס-סכנה בעת דער רעוואלוציאנער מלחמה.
|-
|פּאָזען
|א' חשוון
|1704
|געראַטעוועט פון טויט בעת דער פּויליש-שוועדישער מלחמה.
|-
|פּראַג
|י"ד חשוון
|1620
|געראַטעוועט פון פּלינדערונג און רייאות דורך שוץ פון קייזער פערדינאַנד.
|-
|פּראַג (גערופן פאַרהאַנג פּורים – "קורטינע פּורים")
|כ"ב טבת
|1622
|אַ שיל-שמש איז געראַטעוועט געוואָרן פון אַ טויט-פאַרהאַנג פאַר באַהאַלטן געשטאָהלענע קורטינען.
|-
|פּורים ביזאַנץ (אובזערווירט דורך אידן פון טראַקיי)
|י"ד אדר
|1574
|געראַטעוועט פון חורבן.
|-
|ראַגוסאַ
|?
|1631
|געראַטעוועט פון אַן עלילת דם.
|-
|ראָדאָס
|י"ד אדר
|1840
|געראַטעוועט פון חורבן.
|-
|ריטאָוואַ (ליטע) (גערופן פּורים ירובעם בּן נבט)
|י"ד אדר
|1863
|דער ייִד-פייַנט גראף אגינסקי איז געשטאָרבן.
|-
|רוים
|א' שבט
|1793
|דער געטאָ איז געראַטעוועט געוואָרן פון אַן אָנגריף און שׂרֵפה.
|-
|שאַנאַ
|י"ח אדר
|?
|געראַטעוועט פון חורבן.
|-
|סאַראַיעוואָ
|ד' חשוון
|1819
|10 ייִדישע פירערס זענען באפרייט געוואָרן פון טורמע און געראַטעוועט פון אויסהרעדונג.
|-
|סעניגאַליאַ (איטאַליע) (זע אויך: אורבינאָ און פּסאַראָ)
|ט"ו סיון
|1799
|געראַטעוועט פון חורבן בעת דער מלחמה דורך אַנטלויפן קיין אַנקאָנאַ.
|-
|סערמידע (איטאַליע)
|כ"ה תמוז
|1809
|געראַטעוועט פון אַן ערדציטערניש.
|-
|שיראז (גערופן פּורים מועד קטן)
|ב' חשוון
|1200 אָדער 1400
|ערלויבט געוואָרן ווידער צו פּראַקטיצירן אידישקייט נאָך געצווּנגענע גיור.
|-
|סיענאַ
|ט"ו סיון
|1799
|געראַטעוועט פון חורבן בעת דער רעוואלוציאנער מלחמה.
|-
|שפּאָלעטאָ
|כ"א סיון
|1797
|געראַטעוועט פון חורבן בעת דער רעוואלוציאנער מלחמה.
|-
|שפּאָלעטאָ
|ז' אדר
|?
|?
|-
|סיראַקוזע (סיציליע) (גערופן פּורים סאַראַגאָסאַ)
|י"ז שבט
|1425
|געראַטעוועט פון חורבן נאָך באַשולדיקונגען אין פאַררעטעריי.
|-
|טעטואַן און טאַנדזשיר (גערופן פּורים דע לאַס באָמבאַס אָדער פּורים דע לאָס קריסטשיאַנאָס)
|ב' אלול
|1578
|געראַטעוועט פון חורבן בעת דער מאַראָקאַנער-פּאָרטוגעזישער מלחמה.
|-
|טבריה
|ז' אלול
|1743
|געראַטעוועט פון קריגס-סכנה.
|-
|טבריה
|ד' כסלו
|?
|?
|-
|טריעסט
|י"ד אדר
|1833
|דער הויפּט ייִד-פייַנט איז געשטאָרבן.
|-
|טריפּאָלי און טוניס
|כ"ה שבט
|?
|?
|-
|טריפּאָלי און טוניס (גערופן פּורים שריף אָדער פּורים קדבאני – "פאלשער פּורים")
|כ"ד טבת
|1705
|געראַטעוועט פון חורבן דורך דעם פיינטלעכן הערשער ח'אַליל פּאַשאַ.
|-
|טריפּאָלי און טוניס (גערופן פּורים בורג'על)
|כ"ט טבת
|1793
|געראַטעוועט פון חורבן בעת דער טערקישער אָקופּאַציע דורך בורג'על פאַסאַ.
|-
|טוניס (גערופן פּורים שלג – "שניי-פּורים")
|כ"ד טבת
|1891
|די ייִדישע שטאָטילע איז געראַטעוועט געוואָרן פון אַ נאַטור-קאַטאַסטראָפע.
|-
|טוניס
|ט"ו
|?
|?
|-
|טורין
|א' אב
|1797
|געראַטעוועט פון מלחמה און פּלינדערונג.
|-
|אורבינאָ
|י"א סיון
|1799
|געראַטעוועט פון מלחמה און רייאות.
|-
|וועראָנאַ
|כ' תמוז
|1607
|באַקומען דערלויבעניש צו פאַרשליסן די געטאָ-טויערן פון אינעווייניק אַנשטאָט פון אינדרויסן.
|-
|ווידין (בולגאַריע) (גערופן פּורים דע לאָס באָרראַטשאָנע – "פּורים פון די באַרעבעטע")
|ד'–ה' חשוון (אָדער ט'–י' חשוון)
|1806
|געראַטעוועט פון חורבן נאָך אַ באַשולדיקונג, אַז דער הערשער איז פאַרסאַמט געוואָרן דורך זיין ייִדישן דאָקטער.
|-
|ווידין
|ב' אדר
|1878
|געראַטעוועט פון חורבן בעת דער רוסיש-טערקישער (באַלקאַנער) מלחמה.
|-
|ווילנע
|ט"ו אב
|1794
|געראַטעוועט פון חורבן בעת דער רוסיש-פּוילישער מלחמה.
|-
|זבאָראָוו (גאַליציע)
|י"ב טבת
|?
|געראַטעוועט פון חורבן צוליב אַן עלילת דם.
|-
! colspan="4" |פאמיליע פורימ'ס
|-
|אַלטשול פאמיליע (פּראַג)
|כ"ב טבת
|1623
|משפחה-קאָפּ, חנוך משה, געראַטעוועט פון טויט.
|-
|בראַנדייס (יונגבונצלא, בעהמען) (גערופן "פּאָווידל פּורים" – "פּורים פון די פּפֿלאַמען-מאַרמעלאַד")
|י' אדר
|1731
|דוד בראַנדייס און זײַן משפּחה געראַטעוועט פון אַן עלילת דם, אַז זיי האָבן פאַרסאַמט קריסטן דורך פּפֿלאַמען-מאַרמעלאַד.
|-
|דאַנציג (ווילנע) (גערופן "פּולווער פּורים" – "פּורים פון פּולווער")
|ט"ו כסלו
|1804
|משפחת אברהם דאַנציג, מחבר פון חיי אדם, געראַטעוועט פון אַ מאַגנעזיום-יקספּלאָזיע.
|-
|עליאַשאַר (ירושלים)
|ב' ניסן
|?
|געראַטעוועט פון טויט.
|-
|העללער (פּראַג)
|א' אדר
|1629
|רבי יום-טוב ליפּמאַן העללער, רב פון פּראַג, געראַטעוועט פון טויט-פּסק.
|-
|יונתן בן יעקב (פֿולדאַ, דייטשלאַנד)
|י"ז תמוז
|?
|?
|-
|מיימאָן (ליטע)
|?
|1750
|זיידע פון שלמה מיימאָן געראַטעוועט פון טויט צוליב אַן עלילת דם.
|-
|מייַוחאַס (ירושלים)
|ט"ז אדר
|1724
|ראש-המשפחה, רפאל מייַוחאַס, אַנטקומען פון רויבער.
|-
|שמואל הנגיד (שפּאַניע)
|א' אלול
|1039
|געראַטעוועט פון אַ טאָטע-פּלאַנונג דורך קאָנספּיראַטאָרן.
|-
|סג"ל (קראָקע, פּוילן)
|א' אייר
|1657
|משפחה געראַטעוועט פון דערטרונקען ווערן אין אַ טייך בעת אַן אנטלויף פון אַ פּאָגראָם.
|-
|טרעוועס (?)
|שבת פרשת ויצא
|1758
|אַנטקומען פון אַ שׂרֵפה.
|}


==דרויסנדיגע לינקס==
==דרויסנדיגע לינקס==