בדוקי עריכות אוטומטית, אינטערפעיס רעדאקטארן, אינטערפעיס אדמיניסטראַטאָרן, סיסאפן, מייבאים, מעדכנים, מייבא, אספקלריה רעדאקטארן
46,362
רעדאגירונגען
(גרעץ) צייכן: רויע רעדאגירונג |
אין תקציר עריכה |
||
| (8 צווישנדיגע ווערסיעס פונעם זעלבן באַניצער נישט געוויזן) | |||
| שורה 7: | שורה 7: | ||
[[טעקע:Frankfurt Main Fettmilch-Aufstand.jpg|קליין|די פלינדערונג פון די [[פראנקפורטער יודנגאסע]] דורכאויס די פעטמילך ראיאטן, אין א קריצונג פון יאר שפ"ח.]] | [[טעקע:Frankfurt Main Fettmilch-Aufstand.jpg|קליין|די פלינדערונג פון די [[פראנקפורטער יודנגאסע]] דורכאויס די פעטמילך ראיאטן, אין א קריצונג פון יאר שפ"ח.]] | ||
[[טעקע:1614jews.jpg|קליין|פארטרייבונג פון די אידן פון פראנקפורט דעם 23טן אויגוסט 1614 נאך דעם פעטמילך אויפשטאנד, "ווען מען האט פאר זיי געעפנט דעם פישערפעלד-טויער און מען האט זיי געלאזט זעגלן אויפן וואסער, האבן זיך גערעכנט 1380 מענטשן, יונג און אלט, וואס זענען ארויסגעגאנגען פונעם טויער."]] | [[טעקע:1614jews.jpg|קליין|פארטרייבונג פון די אידן פון פראנקפורט דעם 23טן אויגוסט 1614 נאך דעם פעטמילך אויפשטאנד, "ווען מען האט פאר זיי געעפנט דעם פישערפעלד-טויער און מען האט זיי געלאזט זעגלן אויפן וואסער, האבן זיך גערעכנט 1380 מענטשן, יונג און אלט, וואס זענען ארויסגעגאנגען פונעם טויער."]] | ||
===הינטערגרונד=== | |||
[[טעקע:Fettmilch-Aufstand Anfuehrer.jpg|קליין|קאָנראַד שאָפּ, קאָנראַד גערנגראָס און ווינצענץ פעטמילך]] | |||
פראַנקפורט ביים מאַין, אַן אלטער אידישער ישוב, האט פון מיטן 16טן י״ה שוין געהאט א היפּשע קהילה. די אידן האבן געוואוינט אין דער "אידישער גאַס", וואס פלעגט פארשלאסן ווערן אלע ביינאכט און אויך אין יום־טובים און חגאות. אין דער צייט, האט פראנקפורט געהאט א 2000 אידישע נפשות. אין זייער אינעווייניגסטן לעבן זענען זיי געווען אינגאנצן זעלבשטענדיג, נאר מיט איין תנאי: זיי זאלן אפּהיטן די כּללים פון די "פּריווילעגיעס" (Stättigkeit). קויפן נחלאות האבן אידן נישט געטארט; צו די צעכן (יוניאנס) פון די בעלי־מלאכות האט מען זיי אויך נישט צוגעלאָזט. אויך איז זיי געווען פארבאטן צו האנדלען מיט נייע קליידער, מיט געווירץ, מיט שניט־סחורה א.אז.וו. דער מיין איז געווען א קלארער: ווי ווייט מעגליך באַווארענען דעם קריסטליכן האנטווערקער און קרעמער פון דער אידישער קאנקורענץ. דעריבער איז ביי אידן געבליבן סוף־כל־סוף נאר איין פּרנסה: אויסלייען געלט אויף פּראצענט. אין די תקנות זענען אויסגערעכנט די פאָרמאַליטעטן וועגן ארויסגעבן די הלוואות און וועגן די שטרות, ס'זענען דערמאנט זאכן, וואס אידן טארן בשום־אופן נישט נעמען פאר משכנות (זאכן, וואס באלאנגען צום שטאטישן ראט, קלויסטערישע חפצים א. ד. ג.) פאר עובר זיין אויף די תקנות איז געקומען א הארבע שטראף, נאר בעצם איז נעמען וואָכער (ריבית) געווען א כּשר'ע פּרנסה. דער שטאטישער ראט גופא פלעגט אנטלייען די אידן (אויף פּראצענט, געווענליך) געלט אלס "אויסקער־קאפּיטאל", און אידן האבן געמוזט, כדי צו געניסן עפּעס דערפון, נעמען פון זייערע קליענטן נאך גרעסערע רווחים. אידן האבן געמעגט נעמען 12 פּראצענט, אין דער צייט ווען קריסטן איז געווען ערלויבט נישט מער ווי 6. אמת, די קאנקורענץ צווישן אידן גופא איז געווען גרויס, מלווים זענען געווען א סך, און דעריבער פלעגט דער פּראצענט אפטמאל געמינערט ווערן; נאר פונדעסטוועגן איז די קריסטליכע באפעלקערונג געווען שטארק אויפגעברויזט, ווייל זי האט נישט געוואוסט און נישט געוואלט וויסן פון דעם, אז די מאכט "פּראָטעזשירט" די אידן נאר צוליב דעם, כדי זיי דערנאך בעסער צו בארייסן. | |||
זייער גרויס איז אויך געווען די אומצופרידנקייט פון די קריסטליכע בעלי־מלאכות און קרעמער, ווייל נישט געקוקט אויף אלע איסורים האבן זיך אידן פארט (שטילערהייט) פארנומען אי מיט מלאכה, אי מיט מסחר. אין די אקטן פון יענער צייט געפינען זיך אָן א שיעור פּעטיציעס וועגן דער אידישער קאנקורענץ. די שניידער האבן טענות, אז אין דער אידישער גאס זענען פארהאן פּעק נייע קליידער; די זיידנס־און געוואנט־קרעמער קלאגן זיך, אז אידן רייסן ארויס ביי זיי דעם ביסן ברויט פון מויל. אידן האבן, פארשטייט זיך, אויך נישט געשוויגן און ענערגיש זיך פארטיידיגט. | |||
ביי דער קריסטליכער באפעלקערונג איז גרויס געווען דער פארלאנג פָטור צו ווערן אינגאנצן פון אידן. און היות דער שטאטישער ראט איז געווען אויפן צד פון די אידן, האט מען אנגעהויבן העצן קעגן דעם ראט אויך. | |||
די פירער פון דער באַוועגונג זענען געווען: דער לעקעך־בעקער (געוועזענער "שרייבער", ד"ה ווינקל־אַדוואָקאַט; shyster) ווינצענץ (ווינץ־האַנס) פעטמילך, דער שניידער קאָנראַד שאָפּ און דער סטאָליער קאָנראַד גערנגראָס. זיי האבן גערופן דאס פאלק צו מאָנען ביים ראט, אז מען זאל פּובליקירן די "פרייהייטן" — די פּריווילעגיעס, וואס די פרייע שטאט פראנקפורט האט באקומען ביים קייסער; זיי האבן פארלאנגט צו וויסן גענוי, וואָסערע רעכט און וואָסערע התחייבות'ן זיי האבן. ווייטער האבן זיי געפאדערט, מען זאל פארקלענערן די צאל אידן און זיי פארבאטן צו נעמען א הויכן פּראצענט; זיי האבן געפאדערט א דין־וחשבון אויף די שטאטישע געלטן. דער ראט האט אפּגעצויגן דעם ענטפער; אַן אפּעלאציע פון די בירגער צום קייסער האט אויך נישט געהאלפן. | |||
דא האט זיך אין פראנקפורט אנגעהויבן א מהומה; צייטנווייז האט געשטורעמט, צייטנווייז איז געווארן אביסל שטילער, נאר רואיג איז שוין נישט געווארן אין משך פון עטליכע יאר. איינמאל האָט זיך דער המון אריינגעריסן אין "רעמער" (Römer; ראטהויז), געמאנט די פּריווילעגיעס, אויסגעקליבן אַן אייגענעם בירגער־קאמיטעט. דער שטאטישער ראט איז געגאנגען א ביסל אויף הנחות, נאר גלייכצייטיג געבעטן הילף ביים קייסער. קייסער מאַטיאַס ווידער האט איבערגעגעבן די זאך זיינע קאָמיסאַרן, דעם אַרציביסקופּ פון [[מאינץ|מאַינץ]] און דעם לאַנדגראַף פון [[העסע]]ן. זיי האבן געהייסן מאכן אַן אויספארשונג, און דורך דעם האט זיך די זאך ווידער פארצויגן אויף לאנגע חדשים. די קאָמיסאַרן האבן געפּרובט פּסק'ענען לטובת די אידן, נאר קיינער האט זיי נישט געפאלגט. פארקערט, די אויפרעגונג איז געווארן וואס ווייטער אלץ גרעסער. | |||
די אידישע באפעלקערונג האט די גאנצע צייט געליטן פון דער הפקרות פון המון; נאר די אמת'ע צרות פאר אידן האבן זיך אנגעהויבן אין 1614. אום שבועות האט שוין איינמאל געהאלטן דערביי, אז אט־אט רייסט זיך דער המון אריין אין די אידישע הייזער. דעמאלט איז נאך אריבער בשלום, גאר מיט עטליכע חדשים שפּעטער האט זיך געטראפן דאס אומגליק. | |||
דעם 22טן אויגוסט האָט זיך אָנגעהויבן א שטורעם אויף דער יידישער גאַס; אויף מאָרגן האָבן זיך די מורדים אַריינגעריסן אין די טויערן. מען האָט געראַבירט א גאַנצן מעת־לעת נאָכאַנאַנד, און קיין איין ייד איז ניט געווען זיכער מיטן לעבן. דעם 23טן האָט מען ענדליך געטון די אידן א "טובה": מען האָט זיי ערלויבט צו פאַרלאָזן די שטאָט; זיי זענען אַוועק אין די נאָהענטע קהילות. סך־הכל האָט מען געציילט אַרויסגייענדיג פון טויער 1380 אידן; אַנדערע זענען נאָך געבליבן באַהאַלטן אין שטאָט און זענען אַוועק א ביסל שפּעטער. | |||
איצט האָט זיך אַריינגעמישט דער קיסר. ער האָט געגעבן א באַפעל, מען זאָל אַרעסטירן די אָנפירער פון דער מרידה. פונדעסטוועגן זענען אַוועק דריי חדשים, און מען האָט געמוזט אָנווענדן שטרענגע רעפּרעסיעס קעגן פראַנקפורט, ביז וואַנען עס האָט זיך איינגעגעבן אַריינצוזעצן אין תפיסה פעטמילכן און זיינע חברים. די אידן האָבן פונדערווייטנס געוואַרט מיט האַרצקלאַפּעניש אויפן רעזולטאַט פון דער אויספאָרשונג; אָבער ניט אַזוי גיך איז זיי באַשערט געווען אומצוקערן זיך אַהיים. דער קיסר האָט אַפילו שוין אין 1614 פאָרגעלייגט די קאָמיסאַרן זיינע, אַז מען זאָל די אידן אומקערן קיין פראַנקפורט, נאָר די קאָמיסאַרן האָבן געהאַלטן, אַז ס׳איז נאָך צו פרי. אין סעפּטעמבער 1615 איז ענדליך אַרויס א באַפעל, אַז פראַנקפורטער אידן מעגן זיך אומקערן אַהיים. די אידן האָבן אָבער נאָך מורא געהאַט, און דעריבער האָבן די פַּרנָסים (פאָרשטייער פון דער קהילה) באַשטימט ע״פ גורל פערציג פּערזאָן, און מען האָט זיי אַרויסגעגעבן די שליסלען פון דער יידישער גאַס און פון דער שול. | |||
אין משך פון גאַנצן ווינטער האָט מען געאַרבעט אויף פאַרריכטן די צעשטערטע הייזער, און דערווייל איז געגאַנגען די געריכטליכע אויספאָרשונג קעגן די אָנפירער פונם אויפשטאַנד. דעם 21טן פעברואַר 1616 איז אַרויס א הודעה פון די קאָמיסאַרן, אַז דעם 28טן וועט מען מקַיים זיין דעם פּסק־דין; מען האָט געהייסן דעם תַּלין זיין גרייט צום באַשטימטן טאָג. צו די פראַנקפורטער אידן איז אַרויס א באַפעל, אַז זיי זאָלן זיך אויפקלייבן דעם 28טן אינדערפרי פאַרן באָקנהיימער טויער און וואַרטן וואָס מען וועט זיי הייסן. | |||
אין דעם באַשטימטן טאָג איז פאָרגעקומען די עקזעקוציע איבער די מורדים, און דערנאָך האָט מען די אידן מיט גרויס פּאַראַד אַריינגעפירט אין געטאָ....... | |||
===פעטמילך אויפשטאנד=== | ===פעטמילך אויפשטאנד=== | ||
אין יאר [[ה'שע"ב]] האט אין פראַנקפורט־אַם־מאין, דייטשלאנד, אויסגעבראכן אַן אויפשטאנד דורך דער גויאישער המון קעגן דעם שטאָט־ראַט, וואס איז באפרייט געווארן פון די אריסטאקראטן. דער אנפירער פונעם דאזיגן אויפשטאנד איז געווען דער טרויעריג־בארימטער אנטיסעמיט, ווינצענז פעטמילך, אַן איינפאכער בעקער, וועלכער האט זיך אליין א נאמען געגעבן "דער נייער המן", און האט דעם נאמען כשר פארדינט. אדאנק זיין ענערגיע און געבוירענער פעאיגקייט צו זיין אַן אנפירער פון המון, האט דאס פּראסטע פאלק אים כמעט פארגעטערט און אין אים שטארק געגלויבט. ער איז געווארן דער אנפירער פון דער דעמאקראטיע און אויפן ערשטן פּלאן געשטעלט דעם קאמף קעגן אידן. | אין יאר [[ה'שע"ב]] האט אין פראַנקפורט־אַם־מאין, דייטשלאנד, אויסגעבראכן אַן אויפשטאנד דורך דער גויאישער המון קעגן דעם שטאָט־ראַט, וואס איז באפרייט געווארן פון די אריסטאקראטן. דער אנפירער פונעם דאזיגן אויפשטאנד איז געווען דער טרויעריג־בארימטער אנטיסעמיט, ווינצענז פעטמילך, אַן איינפאכער בעקער, וועלכער האט זיך אליין א נאמען געגעבן "דער נייער המן", און האט דעם נאמען כשר פארדינט. אדאנק זיין ענערגיע און געבוירענער פעאיגקייט צו זיין אַן אנפירער פון המון, האט דאס פּראסטע פאלק אים כמעט פארגעטערט און אין אים שטארק געגלויבט. ער איז געווארן דער אנפירער פון דער דעמאקראטיע און אויפן ערשטן פּלאן געשטעלט דעם קאמף קעגן אידן. | ||
| שורה 17: | שורה 40: | ||
דעם ערשטן טאג שבועות האבן פעטמילכ'ס חברים זיך אריינגעריסן אין דעם אידישן געטאָ. די אידן האבן שוין פריער געוואוסט, אז עס שטייט זיי פאָר א סכנה, און דערווייל ארויסגעשיקט זייערע פרויען און קינדער. די לאגע איז נאך ערגער געווארן דערמיט, וואס די קאָמיסאַרן, וועלכע האבן געוואלט איינשטילן די אומרוען, האבן געסטראשעט דעם המון, אז מען וועט אים שטרענג באשטראפן. פעטמילך און זיין חבריא זענען געווארן נאך מער אויפגערעגט און באשטימט א טאג, ווען עס וועט זיך אנהייבן דער אמת'ער פּאגראם. אידן איז מער נישט געבליבן, ווי פאסטן, תפילה טון און ווארטן שטיל אויף דעם נאנטן שטורעם, וואס דארף קומען. דער טאג פון פאלקס־צארן און נקמה איז ענדליך געקומען. | דעם ערשטן טאג שבועות האבן פעטמילכ'ס חברים זיך אריינגעריסן אין דעם אידישן געטאָ. די אידן האבן שוין פריער געוואוסט, אז עס שטייט זיי פאָר א סכנה, און דערווייל ארויסגעשיקט זייערע פרויען און קינדער. די לאגע איז נאך ערגער געווארן דערמיט, וואס די קאָמיסאַרן, וועלכע האבן געוואלט איינשטילן די אומרוען, האבן געסטראשעט דעם המון, אז מען וועט אים שטרענג באשטראפן. פעטמילך און זיין חבריא זענען געווארן נאך מער אויפגערעגט און באשטימט א טאג, ווען עס וועט זיך אנהייבן דער אמת'ער פּאגראם. אידן איז מער נישט געבליבן, ווי פאסטן, תפילה טון און ווארטן שטיל אויף דעם נאנטן שטורעם, וואס דארף קומען. דער טאג פון פאלקס־צארן און נקמה איז ענדליך געקומען. | ||
דערווייל האט זיך | דערווייל האט זיך כ"ו אלול שע"ד, דערטראגן א קלאנג צו די פראנקפורטער אידן, וועלכע האבן געלעבט אפּגעשלאסן אין געטא, אז מ'וועט פּלינדערן די "יודען־גאַסע". האבן א טייל אידן זיך אויסבאהאלטן ביי פריינטליכע קריסטן. אזוי האט, למשל, איין קריסט אליין באהאלטן ביי זיך אומגעפער זעכציג אידישע נפשות. דער גרויסער עולם אבער איז געבליבן אין דער היים און מיט טויט־שרעק געווארט אויפ'ן אומגליק. דעם גרעסטן טייל קינדער און פרויען האבן זיי אוועקגעפירט אויפ'ן בית עולם, און די מענער האבן זיך א נעם געטון פארריגלען די טויערן. זיי האבן אויך אויפגעשטעלט באריקאדן פון פענסטער און פון אלץ וואס ס'האט זיך נאר געלאזט, און זיי האבן זיך אויך באוואפנט מיט וואס ס'האט זיך געלאזט. | ||
ווען די אידן האָבן זיך געפונען אין שול{{מקור}}, האט דער ווילדער המון אנגעהויבן באלאגערן די טויערן פון געטא. עס איז געווארן א שרעקליכע מהומה. | |||
ארום פינף אזייגער נאכמיטאג{{מקור}} האבן די דייטשע פאלקס־מאסן, געפירט פון האנד־ווערקער געזעלן, זיך געלאזט צום געטאָ־טויער. ביז צען אזייגער אין אווענט האבן די כוליגאנעס ביטער געקעמפט, כדי דורכצוברעכן דעם טויער, אבער צוליב די העלדישע פארטיידיגונג פון די פראנקפורטער אידן איז זיי דאס נישט געלונגען. | |||
פעטמילך האט שוין מער קיין געדולד געהאט און ער האט שוין געוואלט ברענגען געווער צו צעשמעטערן די טויערן, איז אבער דערווייל געלונגען עטליכע כוליגאנעס דורכצוברעכן א וואנט פון א קליינער הייזקע, וואס איז געשטאנען זייער נאענט ביים טויער, און זיי זענען אריינגעדרונגען אין רער "יודען גאַסע". | פעטמילך האט שוין מער קיין געדולד געהאט און ער האט שוין געוואלט ברענגען געווער צו צעשמעטערן די טויערן, איז אבער דערווייל געלונגען עטליכע כוליגאנעס דורכצוברעכן א וואנט פון א קליינער הייזקע, וואס איז געשטאנען זייער נאענט ביים טויער, און זיי זענען אריינגעדרונגען אין רער "יודען גאַסע". | ||
| שורה 27: | שורה 50: | ||
אבער אין א קורצע וויילע ארום, האבן די אידן איינגעזען זייער טעות. די פאררעטער האבן זיך א נעם געטון אפּרוימען די באַריקאַדן, און דורך סיגנאלן האבן זיי זיך פארשטענדיגט מיט די באנדיטן פון יענער זייט טויער. דאן האבן זיי ברייט געעפנט דעם טויער און דער רויב־דורשטיגער המון האט זיך אריינגעריסן אין דער "יודען־גאַסע". | אבער אין א קורצע וויילע ארום, האבן די אידן איינגעזען זייער טעות. די פאררעטער האבן זיך א נעם געטון אפּרוימען די באַריקאַדן, און דורך סיגנאלן האבן זיי זיך פארשטענדיגט מיט די באנדיטן פון יענער זייט טויער. דאן האבן זיי ברייט געעפנט דעם טויער און דער רויב־דורשטיגער המון האט זיך אריינגעריסן אין דער "יודען־גאַסע". | ||
אבער נישט אזוי גיך האבן די אידן זיך אונטערגעגעבן. | אבער נישט אזוי גיך האבן די אידן זיך אונטערגעגעבן. א טייל אידן האבן זיך באַוואפנט און ארויסגעטראטן קעגן המון מיט געווער אין די הענט און העלדיש געקעמפט, פארוואונדעט עטליכע כוליגאנעס און איינעם אפילו דער'הרג'עט. אויך פון די אידן זענען געפאלן צוויי העלדן. אבער סוף כל סוף האט פעטמילכ'ס קאָמפּאַניע גובר געווען און | ||
ערשט דאן, ווען די אידן האבן איינגעזען, אז ס'האט נישט קיין זין צו קעמפן קעגן אזא גרויסער מאיאריטעט, האבן זיי זיך צוריקגעצויגן, און דער גרעסטער טייל איז אוועק אויפ'ן בית עולם צו די פרויען און קינדער. | |||
דאן האט דער המון אנגעהויבן אויסגיסן זיין שרעקליכן צארן: מען האט געראבעוועט און גע'הרג'עט, געשענדעט די ספרי־תורות, געבראכן די אידישע הייזער אאז"וו. דער פּאגראם האט געדויערט א טאג מיט א נאכט. א טייל אידן האבן זיך אויסבאהאלטן אין די הייזער פון זייערע באקאנטע קריסטן, אבער דאס רוב איז אנטלאפן אויפן אידישן בית־הקברות און דארט זיך אויסגעלייגט אויף דער ערד, צוגעדריקט איינער צום צווייטן און געווארט אויף זייער סוף. א טייל אידן האבן זיך אנגעטון תכריכים און געווארט אויפן טויט. | |||
די צעווילדעוועטע כוליגאנעס זענען זיי נישט נאכגעלאפן, נאר זיי האבן זיך א לאז געטאן ראבעווען די אידישע הייזער. פעטמילך אליין איז אויך געווען צווישן די רויבער. ער האט אפילו אנגעוויזן וואס מ'זאל אוועקפירן צו אים אהיים. דערווייל האט זיך פארשפּרייט איבער פראנקפורט א קלאנג, אז די "יודען־גאַסע" איז איבערגעגעבן פריי צו די קריסטן; האט מען זיך א לאז געטון מיט וועגענער און וועגעלאך, און יעדער איינער האָט געראבעוועט וויפיל נאר זיין הארץ האט געגלוסט, און דאס וואס מ'האט נישט געקענט אוועקנעמען, האט מען גלאט חרוב געמאכט. די טירן און פענסטער האט מען צעבראכן, די ווענט אפּגעריסן און די הייליגע שריפטן האט מען פארברענט, און עטליכע ספרי תורה געשענדט. גאנצע דרייצן שעה האט געדויערט די פּלינדערונג און דער שאדן האט באטראפן א גרויס פארמעגן. | די צעווילדעוועטע כוליגאנעס זענען זיי נישט נאכגעלאפן, נאר זיי האבן זיך א לאז געטאן ראבעווען די אידישע הייזער. פעטמילך אליין איז אויך געווען צווישן די רויבער. ער האט אפילו אנגעוויזן וואס מ'זאל אוועקפירן צו אים אהיים. דערווייל האט זיך פארשפּרייט איבער פראנקפורט א קלאנג, אז די "יודען־גאַסע" איז איבערגעגעבן פריי צו די קריסטן; האט מען זיך א לאז געטון מיט וועגענער און וועגעלאך, און יעדער איינער האָט געראבעוועט וויפיל נאר זיין הארץ האט געגלוסט, און דאס וואס מ'האט נישט געקענט אוועקנעמען, האט מען גלאט חרוב געמאכט. די טירן און פענסטער האט מען צעבראכן, די ווענט אפּגעריסן און די הייליגע שריפטן האט מען פארברענט, און עטליכע ספרי תורה געשענדט. גאנצע דרייצן שעה האט געדויערט די פּלינדערונג און דער שאדן האט באטראפן א גרויס פארמעגן. | ||
| שורה 38: | שורה 64: | ||
דערווייל האט פעטמילך זיי געלאזט וויסן אינ'ם נאמען פון זיין פּארטיי, אז זיי ווילן זיי נישט האבן אלס בירגער. האבן די אידן אנגעהויבן בעטן, אז ער זאל זיי ערלויבן פארלאזן די שטאט; און נאך לאנגע וויינען און בעטן, האט ער נאכגעגעבן, אבער זיי זאלן באלד פארלאזן די שטאט פראנקפורט. | דערווייל האט פעטמילך זיי געלאזט וויסן אינ'ם נאמען פון זיין פּארטיי, אז זיי ווילן זיי נישט האבן אלס בירגער. האבן די אידן אנגעהויבן בעטן, אז ער זאל זיי ערלויבן פארלאזן די שטאט; און נאך לאנגע וויינען און בעטן, האט ער נאכגעגעבן, אבער זיי זאלן באלד פארלאזן די שטאט פראנקפורט. | ||
ווי א גוטע בשורה האבן אידן אויפגענומען די ידיעה, אז מען וועט זיי נישט אויס'הרג'ענען און אז זיי האבן דאס רעכט צו פארלאזן די שטאט. | |||
(אינעם ספר "כח יהודה"{{מקור}} פון [[רבי יהודה יוסף בינגא]] דרוקט ער אויס וואונדער איבער דעם געוואלדיגן נס, אז אנשטאט חלילה פארטיליגן און אומברענגען דעם גאנצן קהילה וואס וואלט געווען גאר טראגיש, האבן זיי באשלאסן ענדערש צו פארטרייבן דאס גאנצע קהילה און בויקאטירן די פארמעגנס). | (אינעם ספר "כח יהודה"{{מקור}} פון [[רבי יהודה יוסף בינגא]] דרוקט ער אויס וואונדער איבער דעם געוואלדיגן נס, אז אנשטאט חלילה פארטיליגן און אומברענגען דעם גאנצן קהילה וואס וואלט געווען גאר טראגיש, האבן זיי באשלאסן ענדערש צו פארטרייבן דאס גאנצע קהילה און בויקאטירן די פארמעגנס). | ||
אינעם טאג [[כ"ז אלול]] [[ה'שע"ד]] איינס אזייגער האט זיך אנגעהויבן יציאת פראנקפורט. דרייצן הונדערט און אכציג אידן זענען געגאנגען צום טייך [[מאין|מאַין]]. דאס ביסל האב און גוטס וואס די רויבער האבן נאך נישט באוויזן צו צעראבעווען, האבן זיי מיטגענומען. אבער זיי האבן געמוזט דערפאר באצאלן שווערע סומען געלד. מיט געוויינען און יללות האבן זיי פארלאזט זייער געבורטסשטאט, אין וועלכער ס'האבן אמאל געלעבט זייערע אור־עלטערן. א טייל פון זיי זענען געפארן ארויף דעם טייך מאין, א טייל אראפּ דעם טייך מאין. אנדערע האבן זיך אוועקגעלאזט גלאט אין דער וועלט אריין, וואוהין די אויגן האבן זיי געטראגן. אט אזוי איז דאס פראנקפורטער אידנטום אין יענער טרויעריגער צייט צעזייט און צעשפּרייט געווארן. | אינעם טאג [[כ"ז אלול]] [[ה'שע"ד]] איינס אזייגער האט זיך אנגעהויבן יציאת פראנקפורט. דרייצן הונדערט און אכציג אידן זענען געגאנגען צום טייך [[מאין|מאַין]]. דאס ביסל האב און גוטס וואס די רויבער האבן נאך נישט באוויזן צו צעראבעווען, האבן זיי מיטגענומען. אבער זיי האבן געמוזט דערפאר באצאלן שווערע סומען געלד. מיט געוויינען און יללות האבן זיי פארלאזט זייער געבורטסשטאט, אין וועלכער ס'האבן אמאל געלעבט זייערע אור־עלטערן און געגאנגען זוכן א היים. א טייל פון זיי זענען געפארן ארויף דעם טייך מאין, א טייל אראפּ דעם טייך מאין. אנדערע האבן זיך אוועקגעלאזט גלאט אין דער וועלט אריין, וואוהין די אויגן האבן זיי געטראגן. אט אזוי איז דאס פראנקפורטער אידנטום אין יענער טרויעריגער צייט צעזייט און צעשפּרייט געווארן. | ||
---- | ---- | ||
| שורה 47: | שורה 73: | ||
זעענדיג אז דאס שאדט די פארבינדונגען צווישן די מלוכות האט דער דייטשער קייזער אטיאס באאויפגעטראגט איינער פון זיינע מיניסטארן מיט'ן נאמען קרויסמיא צוריק צו ברענגען די קהילה קיין פראנקפורט, און שטארק באשטראפן די שולדיגע פארברעכער, און צו פארזיכערן די אידישע איינוואוינער פון ווילדע אומרוען{{מקור}}. | זעענדיג אז דאס שאדט די פארבינדונגען צווישן די מלוכות האט דער דייטשער קייזער אטיאס באאויפגעטראגט איינער פון זיינע מיניסטארן מיט'ן נאמען קרויסמיא צוריק צו ברענגען די קהילה קיין פראנקפורט, און שטארק באשטראפן די שולדיגע פארברעכער, און צו פארזיכערן די אידישע איינוואוינער פון ווילדע אומרוען{{מקור}}. | ||
---- | |||
דער מאַגיסטראַט איז געווען בייז אויף דעם פּאָגראָם און אויך דער קייסער האָט געשיקט איין באַפעל נאָכן צווייטן צו באַשטראָפן שטרענג די פּאָגראָמטשיקעס, אָבער דאָס אַלץ איז נישט געווען אַרויסגעזאָגט אין אַ פעסטן טאָן. די דייטשע פירשטן, צו וועלכע דער קייסער האָט געשיקט זיינע פאַראָרדענונגען, זענען געווען ווינציג ענערגיש אין זייערע מעשים און דעריבער האָט פעטמילך זיך נישט געשראָקן און ווייטער אָפן געטון דאָס זייניגע. די פראַנקפורטער אידן זענען צוריקגעקערט ערשט דאַן, ווען דערזעלבער פּאָגראָם האָט זיך איבערגעחזרט אויך אין וואָרמס און די מעשים פון די אידנפיינד האָבן שוין איבערגעשטיגן יעדע מאָס און גרעניץ. | |||
===די ישועה=== | ===די ישועה=== | ||
| שורה 87: | שורה 116: | ||
אין א פראמינענטן שריט האט דער קייזער באפוילן דאס גאנצע שטאט זיך צו פארזאמלען אינעם צענטער פונעם ארטיגן מארק וואו עס פלעגט פארקומען די יריד. אין צענטער איז געשטאנען א ריזיגן תליה, וואו מען האט אריבער געפירט די פארברעכער, און געהאנגען איינס ביי איינס, באזונדער איז געווען די מינוט ווען מען האט געהאנגען דעם רשע ווינס האנץ. כדי צו פארשפרייטן די געשיכטע האט דער קייזער באפוילן אראפ צו האקן דעם קאפ פונעם 'צווייטן המן', און דאס אריין האקן אויף דעם שפיץ פונעם גרויסן טורעם וואס איז געשטאנען אינדערמיט פונעם שטאט, אז אלע זאלן דאס זען און וויסן וואספארא שטראף מען באקומט פאר דעם. | אין א פראמינענטן שריט האט דער קייזער באפוילן דאס גאנצע שטאט זיך צו פארזאמלען אינעם צענטער פונעם ארטיגן מארק וואו עס פלעגט פארקומען די יריד. אין צענטער איז געשטאנען א ריזיגן תליה, וואו מען האט אריבער געפירט די פארברעכער, און געהאנגען איינס ביי איינס, באזונדער איז געווען די מינוט ווען מען האט געהאנגען דעם רשע ווינס האנץ. כדי צו פארשפרייטן די געשיכטע האט דער קייזער באפוילן אראפ צו האקן דעם קאפ פונעם 'צווייטן המן', און דאס אריין האקן אויף דעם שפיץ פונעם גרויסן טורעם וואס איז געשטאנען אינדערמיט פונעם שטאט, אז אלע זאלן דאס זען און וויסן וואספארא שטראף מען באקומט פאר דעם. | ||
אויף דער שטאָט האָט מען אַרויפגעלייגט אַ שטראָף פון 175.919 פלאָרין פאַר די שאָדנס, וואָס אידן האָבן געהאט פון די פּאָגראָמען. | |||
דעם קומענדיגן טאג, כ' אדר ה'שע"ז, האט מען דאן אין בית הכנסת נישט געזאגט קיין [[תחנון]] און געזאגט [[הלל (דאווענען)|הלל]]{{מקור}}, דאנקענדיג דעם באשעפער אויף דעם גרויסן נס. אלס זכר צו געדענקען דעם נס, | |||
==דער יום טוב== | |||
דעם קומענדיגן טאג, כ' אדר ה'שע"ז, האט מען דאן אין בית הכנסת נישט געזאגט קיין [[תחנון]] און געזאגט [[הלל (דאווענען)|הלל]]{{מקור}}, דאנקענדיג דעם באשעפער אויף דעם גרויסן נס. אלס זכר צו געדענקען דעם נס, האט די קהילה קובע געווען דעם טאג כ' אדר אלס א יום־טוב אונטערן נאָמען פּורים־וויצענץ און דער טאָג פון י"ט אדר איז באַשטימט געוואָרן פאַר אַ תענית ווי אַן אָנדענק פון די צרות, וואָס די פראַנקפורטער אידן האָבן איבערגעלעבט, איידער עס איז פאַר זיי געקומען די ישועה. | |||
אויך דעם טאג כ"ז אלול איז פארבליבן אלס א יום [[תענית]] אין קהילת פראנקפורט, ווען מען האט זיך פארזאמלט אין שול און געקלאגט. דאס איז אנגעהאלטן געווארן אין די קומענדיגע דורות, אלס זכר צו די ביטערע צרה וואס האט זיי דאן באטראפן. | אויך דעם טאג כ"ז אלול איז פארבליבן אלס א יום [[תענית]] אין קהילת פראנקפורט, ווען מען האט זיך פארזאמלט אין שול און געקלאגט. דאס איז אנגעהאלטן געווארן אין די קומענדיגע דורות, אלס זכר צו די ביטערע צרה וואס האט זיי דאן באטראפן. | ||
| שורה 98: | שורה 129: | ||
אויך איז זאגט עדות דערצו הרב"ש האמבורגער אין זיין ספר 'אזרח רענן', וואו ער שרייבט איבער דעם מנהג פונעם חתם סופר אז ער האט זיך געפרייט "בשמחת פורים של פראנקפורט דמיין". | אויך איז זאגט עדות דערצו הרב"ש האמבורגער אין זיין ספר 'אזרח רענן', וואו ער שרייבט איבער דעם מנהג פונעם חתם סופר אז ער האט זיך געפרייט "בשמחת פורים של פראנקפורט דמיין". | ||
===דער דענקמאל | ---- | ||
פאַר א זֵכֶר צו דער פאַרטרייבונג און צו דער אויסלייזונג זענען אין פראַנקפורט באַשטימט געוואָרן, כּנָהוג, געדענקטעג. כ״ז אלול איז פאַרבליבן א תָּענית, דער "תָּענית גירוש", א צווייטער תָּענית איז באַשטימט געוואָרן אויף י״ט אדר, דעם טאָג ערב דעם צוריק־פירן, מחמת מען האָט דאַן מורא געהאַט פאַר אומרוען; דאָס איז דער "תָּענית־ווינץ". אויפן צווייטן טאָג, ד״ה כ׳ אדר, איז באַשטימט געוואָרן דער פרייליכער "פּורים ווינץ". אין דעם גליקליכן טאָג פלעגן אידן לייענען מיט זייערע קינדער די "מגילת־ווינץ", ווייזן זיי דעם אָרט אויפן מאַין־בריק, וואו מען האָט אויפגעהאַנגען פעטמילכס אָפּגעהאַקטן קאָפּ; און צו שחרית פלעגט דער חזן זינגען דעם "אדון עולם" ביז "ולא אירא" גאָר מיט אַן אַנדער ניגון ווי אַלעמאָל, האָפערדיג און פרייליך{{הערה|1=די נאָטן זענען געברענגט אין וויינרייך, שטאפּלען, ז' 162}}. | |||
די דאָזיגע געדענק־טעג האָבן זיך אויפגעהאַלטן ביז דער צווייטער העלפט פון 19־טן יאָרהונדערט. | |||
==מגילת ווינץ== | |||
א דיכטער, אלחנן בר אברהם העלן, וועלכער האט געשטאַמט פון א חשוב׳ער פראַנקפורטער פאַמיליע העלן, וואָס האָט נאָך געהאַט דעם ביינאָמען ווערטהיימער{{הערה|שודט דערציילט וועגן דעם אין זיינע "Jüdische Merckwürdigkeiten"}}, און איז געווען א תלמיד־חכם; ער האָט אָנגעשריבן א פּאעמע, "מגילת־ווינץ", אויף העברעאיש און אידיש. א סברא, אַז דאָס איז נישט זיין איינציג ווערק; לויט ווי שטיינשניידער איז משַׁער, איז ער דאָס יענער "אלחנן פראַנקפורט", פון וועמען ס׳איז אַרויס אין לובלין (1624) די פּאָעמע "שיר וזמר נאה על אורך הגלות", אויך אויף העברעאיש און יידיש. אין וועלכן יאָר ר׳ אלחנן איז געבוירן געוואָרן, ווייסן מיר נישט; געשטאָרבן איז ער, לויט געוויסע סימנים, ניט שפּעטער ווי אין 1624־טן יאָר{{הערה|1=Steinschneider, Catal. libr. Hebraeorum in Biblioth. Bodleiana באַנד 1, זייט 921.}}. | |||
די "מגילת־ווינץ" איז אַרויסגעגעבן געוואָרן א סך מאָל סיי אויף העברעאיש, סיי אויף אידיש. דער ערשטער דרוק איז אַרויס (אין ביידע שפּראַכן גלייכצייטיג), אָן א יאָר און אָן א שטאָט; שטיינשניידער איז משער, אַז דאָס איז פאַרעפנטליכט באַלד נאָך דער ליקווידאַציע פון גירוש, אין 1616טן יאָר{{הערה|1=זעה שטיינשניידער Catalogus Librorum Hebr. in Bibliotheca Bodleiana, ב. I., ז. 921.}}. דאָס צווייטע מאָל איז עס געדרוקט געוואָרן 1648 אין אַמסטערדאַם; אַרויסגעבער איז געווען, ווי דאָס איז צו זעהן פונם העברעאישן טייל פון שער־בלאַט, דעם מחבר׳ס אייניקל אלחנן בן נפתלי. לויט ווי ער דערציילט, איז די "מגילה" געוואָרן אַזוי זעלטן, אַז מען נעמט שוין פאַרגעסן די פאַקטן; דעריבער דרוקט ער דאָס, כּדי עס זאָל זיין אַן אָנדענק פאַר די קומענדיגע דורות. די אַמסטערדאַמער אויסגאַבע ברענגט אויך אי דעם העברעאישן, אי דעם יידישן טעקסט. בלויז אויף העברעאיש איז די מגילה איבערגעדרוקט אין "צמח דוד" פון דוד גאַנז{{הערה|1=אָנהייבנדיג פון דער אויסגאַבע פון 1692, פראַנקפורט־מאַין.}}; נאָר אויף יידיש — איז זי אַרויס אין א באַזונדער אויסגאַבע פראַנקפורט־מאַין 1696 און אָפּגעדרוקט געוואָרן אין דער יידישער איבערזעצונג פון "צמח דוד", פראַנקפורט־מאַין 1698. | |||
די אויסגאַבע פון 1648 איז אויך איבערגעדרוקט געוואָרן אין יידיש־טייטשע כרעסטאָמאַטיעס, וואָס קריסטן האָבן אַרויסגעגעבן: איינמאָל ביי וואַגענזייל׳ן Belehrung der jüdisch-teutschen Red- u. Schreibart, 1699) א צווייטן מאָל ביי שודט׳ן (Jüdische Merkwürdigkeiten, 1715). | |||
שטיינשניידער פאַרצייכנט נאָך א יידישע יונגע אויסגאַבע, קראָקע 1879: "מגלה עפה", אַרויסגעגעבן פון אהרן ראָזענליכט, 51 זייטן אין 8<sup>0</sup>{{הערה|1=שטיינשניידער, (Geschichtslit d. Juden, Abt. I (1905, נומ. 140}}. | |||
דער מגילה איז אויף דער ניגון פון די 'שלאכט פון פּאוויע' (אין צפון־איטאַליע), פון 1525, וואו די דייטשן האָבן מנצח געווען דעם פראַנצויזישן חיל, א פּאָפּולערער ניגון יענע צייט{{הערה|די נאָטן זענען געברענגט אין וויינרייך, שטאפּלען, ז' 163; פון בעהמעס צווייטער זאַמלונג: Erk und Böhme, Deutscher Liederhort II (1893), ז. 70.}}. | |||
==דער דענקמאל== | |||
דער הויז פונעם רשע ווינס האנץ איז צעווארפן געווארן, און אויף דעם פלאץ איז ארויף געשטעלט געווארן א גרויסן שטיין איינגעקריצט מיט ווערטער וואס שילדערט די געשיכטע, אלס א דענקמאל צו דער פאסירונג. | דער הויז פונעם רשע ווינס האנץ איז צעווארפן געווארן, און אויף דעם פלאץ איז ארויף געשטעלט געווארן א גרויסן שטיין איינגעקריצט מיט ווערטער וואס שילדערט די געשיכטע, אלס א דענקמאל צו דער פאסירונג. | ||
| שורה 110: | שורה 157: | ||
* {{אוצר החכמה|אלחנן העלן|מגילה עפה|106370|סופיקס=יא}} | * {{אוצר החכמה|אלחנן העלן|מגילה עפה|106370|סופיקס=יא}} | ||
* {{היברובוקס|רבי יוסף יוזפא האן נוירלינגען (ה'ש"צ)|יוסף אומץ|8923|page=258|לינק טעקסט=סימן תתש"ט}} | * {{היברובוקס|רבי יוסף יוזפא האן נוירלינגען (ה'ש"צ)|יוסף אומץ|8923|page=258|לינק טעקסט=סימן תתש"ט}} | ||
*[[מאקס וויינרייך]], שטאפלען: פיר עטיודן צו דער יידישער שפראכוויסנשאפט און ליטעראטורגעשיכטע, 140–192 ([[s:שטאַפּלען#קאַפּיטל-III|טעקסט]]) | |||
*קראַקויער, Die Juden Frankfurts im Fettmilchschen Aufstand, אָפּגעדרוקט אין: Zeitschrift f. d. Geschichte der Juden in Deutschland, her. von L. Geiger, ב. IV א ([https://sammlungen.ub.uni-frankfurt.de/cm/periodical/titleinfo/2264514? זז. 127–169], [https://sammlungen.ub.uni-frankfurt.de/cm/periodical/titleinfo/2264757? 319–365]) און באַנד V ([https://sammlungen.ub.uni-frankfurt.de/cm/periodical/titleinfo/2264865? ז. 1–26]) | |||
*שודט, "יודישער מערקווירדיגקייטן", [https://www.digitale-sammlungen.de/de/view/bsb10521411?page=67 (טייל II, בוך VI, קאַפּ. 5, ז. 55)] | |||
*[https://babel.hathitrust.org/cgi/pt?id=njp.32101069151510&seq=7 Die tragoedia von Vincenz Fettmilch], 1905 | |||
*https://search.cjh.org/primo-explore/search?query=any,contains,Fettmilch&tab=default_tab&search_scope=CJH_SCOPE&vid=beta&lang=en_US&offset=0&fromRedirectFilter=true | |||
*https://www.omnia.ie/index.php?navigation_function=3&europeana_query=FETTMILCH&omnia_searchform=yes | |||
== רעפערענצן == | == רעפערענצן == | ||
{{רעפערענצן}} | {{רעפערענצן}} | ||
רעדאגירונגען