אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:פורים פראנקפורט"

6,303 בייטן צוגעלייגט ,  פֿאַר 8 חדשים
וויינרייך
(וויינרייך)
צייכן: רויע רעדאגירונג
(וויינרייך)
צייכן: רויע רעדאגירונג
שורה 9: שורה 9:

===הינטערגרונד===
===הינטערגרונד===
[[טעקע:Fettmilch-Aufstand Anfuehrer.jpg|קליין|קאָנראַד שאָפּ, קאָנראַד גערנגראָס און ווינצענץ פעטמילך]]
פראַנקפורט ביים מאַין, אַן אלטער אידישער ישוב, האט פון מיטן 16טן י״ה שוין געהאט א היפּשע קהילה. די אידן האבן געוואוינט אין דער "אידישער גאַס", וואס פלעגט פארשלאסן ווערן אלע ביינאכט און אויך אין יום־טובים און חגאות. אין דער צייט, האט פראנקפורט געהאט א 2000 אידישע נפשות. אין זייער אינעווייניגסטן לעבן זענען זיי געווען אינגאנצן זעלבשטענדיג, נאר מיט איין תנאי: זיי זאלן אפּהיטן די כּללים פון די "פּריווילעגיעס" (Stättigkeit). קויפן נחלאות האבן אידן נישט געטארט; צו די צעכן (יוניאנס) פון די בעלי־מלאכות האט מען זיי אויך נישט צוגעלאָזט. אויך איז זיי געווען פארבאטן צו האנדלען מיט נייע קליידער, מיט געווירץ, מיט שניט־סחורה א.אז.וו. דער מיין איז געווען א קלארער: ווי ווייט מעגליך באַווארענען דעם קריסטליכן האנטווערקער און קרעמער פון דער אידישער קאנקורענץ. דעריבער איז ביי אידן געבליבן סוף־כל־סוף נאר איין פּרנסה: אויסלייען געלט אויף פּראצענט. אין די תקנות זענען אויסגערעכנט די פאָרמאַליטעטן וועגן ארויסגעבן די הלוואות און וועגן די שטרות, ס'זענען דערמאנט זאכן, וואס אידן טארן בשום־אופן נישט נעמען פאר משכנות (זאכן, וואס באלאנגען צום שטאטישן ראט, קלויסטערישע חפצים א. ד. ג.) פאר עובר זיין אויף די תקנות איז געקומען א הארבע שטראף, נאר בעצם איז נעמען וואָכער (ריבית) געווען א כּשר'ע פּרנסה. דער שטאטישער ראט גופא פלעגט אנטלייען די אידן (אויף פּראצענט, געווענליך) געלט אלס "אויסקער־קאפּיטאל", און אידן האבן געמוזט, כדי צו געניסן עפּעס דערפון, נעמען פון זייערע קליענטן נאך גרעסערע רווחים. אידן האבן געמעגט נעמען 12 פּראצענט, אין דער צייט ווען קריסטן איז געווען ערלויבט נישט מער ווי 6. אמת, די קאנקורענץ צווישן אידן גופא איז געווען גרויס, מלווים זענען געווען א סך, און דעריבער פלעגט דער פּראצענט אפטמאל געמינערט ווערן; נאר פונדעסטוועגן איז די קריסטליכע באפעלקערונג געווען שטארק אויפגעברויזט, ווייל זי האט נישט געוואוסט און נישט געוואלט וויסן פון דעם, אז די מאכט "פּראָטעזשירט" די אידן נאר צוליב דעם, כדי זיי דערנאך בעסער צו בארייסן.

שורה 20: שורה 21:

די אידישע באפעלקערונג האט די גאנצע צייט געליטן פון דער הפקרות פון המון; נאר די אמת'ע צרות פאר אידן האבן זיך אנגעהויבן אין 1614. אום שבועות האט שוין איינמאל געהאלטן דערביי, אז אט־אט רייסט זיך דער המון אריין אין די אידישע הייזער. דעמאלט איז נאך אריבער בשלום, גאר מיט עטליכע חדשים שפּעטער האט זיך געטראפן דאס אומגליק.

דעם 22טן אויגוסט האָט זיך אָנגעהויבן א שטורעם אויף דער יידישער גאַס; אויף מאָרגן האָבן זיך די מורדים אַריינגעריסן אין די טויערן. מען האָט געראַבירט א גאַנצן מעת־לעת נאָכאַנאַנד, און קיין איין ייד איז ניט געווען זיכער מיטן לעבן. דעם 23טן האָט מען ענדליך געטון די אידן א «טובה»: מען האָט זיי ערלויבט צו פאַרלאָזן די שטאָט; זיי זענען אַוועק אין די נאָהענטע קהילות. סך־הכל האָט מען געציילט אַרויסגייענדיג פון טויער 1380 אידן; אַנדערע זענען נאָך געבליבן באַהאַלטן אין שטאָט און זענען אַוועק א ביסל שפּעטער.
איצט האָט זיך אַריינגעמישט דער קיסר. ער האָט געגעבן א באַפעל, מען זאָל אַרעסטירן די אָנפירער פון דער מרידה. פונדעסטוועגן זענען אַוועק דריי חדשים, און מען האָט געמוזט אָנווענדן שטרענגע רעפּרעסיעס קעגן פראַנקפורט, ביז וואַנען עס האָט זיך איינגעגעבן אַריינצוזעצן אין תפיסה פעטמילכן און זיינע חברים. די אידן האָבן פונדערווייטנס געוואַרט מיט האַרצקלאַפּעניש אויפן רעזולטאַט פון דער אויספאָרשונג; אָבער ניט אַזוי גיך איז זיי באַשערט געווען אומצוקערן זיך אַהיים. דער קיסר האָט אַפילו שוין אין 1614 פאָרגעלייגט די קאָמיסאַרן זיינע, אַז מען זאָל די אידן אומקערן קיין פראַנקפורט, נאָר די קאָמיסאַרן האָבן געהאַלטן, אַז ס׳איז נאָך צו פרי. אין סעפּטעמבער 1615 איז ענדליך אַרויס א באַפעל, אַז פראַנקפורטער אידן מעגן זיך אומקערן אַהיים. די אידן האָבן אָבער נאָך מורא געהאַט, און דעריבער האָבן די פַּרנָסים (פאָרשטייער פון דער קהילה) באַשטימט ע״פ גורל פערציג פּערזאָן, און מען האָט זיי אַרויסגעגעבן די שליסלען פון דער יידישער גאַס און פון דער שול.
אין משך פון גאַנצן ווינטער האָט מען געאַרבעט אויף פאַרריכטן די צעשטערטע הייזער, און דערווייל איז געגאַנגען די געריכטליכע אויספאָרשונג קעגן די אָנפירער פונם אויפשטאַנד. דעם 21טן פעברואַר 1616 איז אַרויס א הודעה פון די קאָמיסאַרן, אַז דעם 28טן וועט מען מקַיים זיין דעם פּסק־דין; מען האָט געהייסן דעם תַּלין זיין גרייט צום באַשטימטן טאָג. צו די פראַנקפורטער אידן איז אַרויס א באַפעל, אַז זיי זאָלן זיך אויפקלייבן דעם 28טן אינדערפרי פאַרן באָקנהיימער טויער און וואַרטן וואָס מען וועט זיי הייסן.
אין דעם באַשטימטן טאָג איז פאָרגעקומען די עקזעקוציע איבער די מורדים, און דערנאָך האָט מען די אידן מיט גרויס פּאַראַד אַריינגעפירט אין געטאָ.......

===פעטמילך אויפשטאנד===
===פעטמילך אויפשטאנד===
שורה 120: שורה 129:
אויך איז זאגט עדות דערצו הרב"ש האמבורגער אין זיין ספר 'אזרח רענן', וואו ער שרייבט איבער דעם מנהג פונעם חתם סופר אז ער האט זיך געפרייט "בשמחת פורים של פראנקפורט דמיין".
אויך איז זאגט עדות דערצו הרב"ש האמבורגער אין זיין ספר 'אזרח רענן', וואו ער שרייבט איבער דעם מנהג פונעם חתם סופר אז ער האט זיך געפרייט "בשמחת פורים של פראנקפורט דמיין".

----
פאַר א זֵכֶר צו דער פאַרטרייבונג און צו דער אויסלייזונג זענען אין פראַנקפורט באַשטימט געוואָרן, כּנָהוג, געדענקטעג. כ״ז אלול איז פאַרבליבן א תָּענית, דער «תָּענית גירוש», א צווייטער תָּענית איז באַשטימט געוואָרן אויף י״ט אדר, דעם טאָג ערב דעם צוריק־פירן, מחמת מען האָט דאַן מורא געהאַט פאַר אומרוען; דאָס איז דער «תָּענית־ווינץ». אויפן צווייטן טאָג, ד״ה כ׳ אדר, איז באַשטימט געוואָרן דער פרייליכער «פּורים ווינץ». אין דעם גליקליכן טאָג פלעגן אידן לייענען מיט זייערע קינדער די «מגילת־ווינץ», ווייזן זיי דעם אָרט אויפן מאַין־בריק, וואו מען האָט אויפגעהאַנגען פעטמילכס אָפּגעהאַקטן קאָפּ; און צו שַחרית פלעגט דער חַזן זינגען דעם «אדון עולם» ביז «ולא אירא» גאָר מיט אַן אַנדער ניגון ווי אַלעמאָל, האָפערדיג און פרייליך.
די דאָזיגע געדענק־טעג האָבן זיך אויפגעהאַלטן ביז דער צווייטער העלפט פון 19־טן יאָרהונדערט.
===דער דענקמאל===
===דער דענקמאל===
דער הויז פונעם רשע ווינס האנץ איז צעווארפן געווארן, און אויף דעם פלאץ איז ארויף געשטעלט געווארן א גרויסן שטיין איינגעקריצט מיט ווערטער וואס שילדערט די געשיכטע, אלס א דענקמאל צו דער פאסירונג.
דער הויז פונעם רשע ווינס האנץ איז צעווארפן געווארן, און אויף דעם פלאץ איז ארויף געשטעלט געווארן א גרויסן שטיין איינגעקריצט מיט ווערטער וואס שילדערט די געשיכטע, אלס א דענקמאל צו דער פאסירונג.
שורה 132: שורה 145:
* {{אוצר החכמה|אלחנן העלן|מגילה עפה|106370|סופיקס=יא}}
* {{אוצר החכמה|אלחנן העלן|מגילה עפה|106370|סופיקס=יא}}
* {{היברובוקס|רבי יוסף יוזפא האן נוירלינגען (ה'ש"צ)|יוסף אומץ|8923|page=258|לינק טעקסט=סימן תתש"ט}}
* {{היברובוקס|רבי יוסף יוזפא האן נוירלינגען (ה'ש"צ)|יוסף אומץ|8923|page=258|לינק טעקסט=סימן תתש"ט}}
*[[מאקס וויינרייך]], שטאפלען: פיר עטיודן צו דער יידישער שפראכוויסנשאפט און ליטעראטורגעשיכטע,
*[[מאקס וויינרייך]], שטאפלען: פיר עטיודן צו דער יידישער שפראכוויסנשאפט און ליטעראטורגעשיכטע, 140–192 ([[s:שטאַפּלען#קאַפּיטל-III|טעקסט]])
*קראַקויער, Die Juden Frankfurts im Fettmilchschen Aufstand, אָפּגעדרוקט אין: Zeitschrift f. d. Geschichte der Juden in Deutschland, her. von L. Geiger, ב. IV א ([https://sammlungen.ub.uni-frankfurt.de/cm/periodical/titleinfo/2264514? זז. 127–169], [https://sammlungen.ub.uni-frankfurt.de/cm/periodical/titleinfo/2264757? 319–365]) און באַנד V ([https://sammlungen.ub.uni-frankfurt.de/cm/periodical/titleinfo/2264865? ז. 1–26])
*שודט, "יודישער מערקווירדיגקייטן", [https://www.digitale-sammlungen.de/de/view/bsb10521411?page=67 (טייל II, בוך VI, קאַפּ. 5, ז. 55)]
*[https://babel.hathitrust.org/cgi/pt?id=njp.32101069151510&seq=7 Die tragoedia von Vincenz Fettmilch], 1905
 
https://www.omnia.ie/index.php?navigation_function=3&europeana_query=FETTMILCH&omnia_searchform=yes
== רעפערענצן ==
== רעפערענצן ==
{{רעפערענצן}}
{{רעפערענצן}}