אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:פורים פראנקפורט"

קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
7,955 בייטן צוגעלייגט ,  פֿאַר 8 חדשים
וויינרייך
(גרעץ)
(וויינרייך)
צייכן: רויע רעדאגירונג
שורה 7: שורה 7:
[[טעקע:Frankfurt Main Fettmilch-Aufstand.jpg|קליין|די פלינדערונג פון די [[פראנקפורטער יודנגאסע]] דורכאויס די פעטמילך ראיאטן, אין א קריצונג פון יאר שפ"ח.]]
[[טעקע:Frankfurt Main Fettmilch-Aufstand.jpg|קליין|די פלינדערונג פון די [[פראנקפורטער יודנגאסע]] דורכאויס די פעטמילך ראיאטן, אין א קריצונג פון יאר שפ"ח.]]
[[טעקע:1614jews.jpg|קליין|פארטרייבונג פון די אידן פון פראנקפורט דעם 23טן אויגוסט 1614 נאך דעם פעטמילך אויפשטאנד, "ווען מען האט פאר זיי געעפנט דעם פישערפעלד-טויער און מען האט זיי געלאזט זעגלן אויפן וואסער, האבן זיך גערעכנט 1380 מענטשן, יונג און אלט, וואס זענען ארויסגעגאנגען פונעם טויער."]]

===הינטערגרונד===
פראַנקפורט ביים מאַין, אַן אלטער אידישער ישוב, האט פון מיטן 16טן י״ה שוין געהאט א היפּשע קהילה. די אידן האבן געוואוינט אין דער "אידישער גאַס", וואס פלעגט פארשלאסן ווערן אלע ביינאכט און אויך אין יום־טובים און חגאות. אין דער צייט, האט פראנקפורט געהאט א 2000 אידישע נפשות. אין זייער אינעווייניגסטן לעבן זענען זיי געווען אינגאנצן זעלבשטענדיג, נאר מיט איין תנאי: זיי זאלן אפּהיטן די כּללים פון די "פּריווילעגיעס" (Stättigkeit). קויפן נחלאות האבן אידן נישט געטארט; צו די צעכן (יוניאנס) פון די בעלי־מלאכות האט מען זיי אויך נישט צוגעלאָזט. אויך איז זיי געווען פארבאטן צו האנדלען מיט נייע קליידער, מיט געווירץ, מיט שניט־סחורה א.אז.וו. דער מיין איז געווען א קלארער: ווי ווייט מעגליך באַווארענען דעם קריסטליכן האנטווערקער און קרעמער פון דער אידישער קאנקורענץ. דעריבער איז ביי אידן געבליבן סוף־כל־סוף נאר איין פּרנסה: אויסלייען געלט אויף פּראצענט. אין די תקנות זענען אויסגערעכנט די פאָרמאַליטעטן וועגן ארויסגעבן די הלוואות און וועגן די שטרות, ס'זענען דערמאנט זאכן, וואס אידן טארן בשום־אופן נישט נעמען פאר משכנות (זאכן, וואס באלאנגען צום שטאטישן ראט, קלויסטערישע חפצים א. ד. ג.) פאר עובר זיין אויף די תקנות איז געקומען א הארבע שטראף, נאר בעצם איז נעמען וואָכער (ריבית) געווען א כּשר'ע פּרנסה. דער שטאטישער ראט גופא פלעגט אנטלייען די אידן (אויף פּראצענט, געווענליך) געלט אלס "אויסקער־קאפּיטאל", און אידן האבן געמוזט, כדי צו געניסן עפּעס דערפון, נעמען פון זייערע קליענטן נאך גרעסערע רווחים. אידן האבן געמעגט נעמען 12 פּראצענט, אין דער צייט ווען קריסטן איז געווען ערלויבט נישט מער ווי 6. אמת, די קאנקורענץ צווישן אידן גופא איז געווען גרויס, מלווים זענען געווען א סך, און דעריבער פלעגט דער פּראצענט אפטמאל געמינערט ווערן; נאר פונדעסטוועגן איז די קריסטליכע באפעלקערונג געווען שטארק אויפגעברויזט, ווייל זי האט נישט געוואוסט און נישט געוואלט וויסן פון דעם, אז די מאכט "פּראָטעזשירט" די אידן נאר צוליב דעם, כדי זיי דערנאך בעסער צו בארייסן.
זייער גרויס איז אויך געווען די אומצופרידנקייט פון די קריסטליכע בעלי־מלאכות און קרעמער, ווייל נישט געקוקט אויף אלע איסורים האבן זיך אידן פארט (שטילערהייט) פארנומען אי מיט מלאכה, אי מיט מסחר. אין די אקטן פון יענער צייט געפינען זיך אָן א שיעור פּעטיציעס וועגן דער אידישער קאנקורענץ. די שניידער האבן טענות, אז אין דער אידישער גאס זענען פארהאן פּעק נייע קליידער; די זיידנס־און געוואנט־קרעמער קלאגן זיך, אז אידן רייסן ארויס ביי זיי דעם ביסן ברויט פון מויל. אידן האבן, פארשטייט זיך, אויך נישט געשוויגן און ענערגיש זיך פארטיידיגט.
ביי דער קריסטליכער באפעלקערונג איז גרויס געווען דער פארלאנג פָטור צו ווערן אינגאנצן פון אידן. און היות דער שטאטישער ראט איז געווען אויפן צד פון די אידן, האט מען אנגעהויבן העצן קעגן דעם ראט אויך.
די פירער פון דער באַוועגונג זענען געווען: דער לעקעך־בעקער (געוועזענער «שרייבער», ד"ה ווינקל־אַדוואָקאַט) ווינצענץ (ווינץ־האַנס) פעטמילך, דער שניידער קאָנראַד שאָפּ און דער סטאָליער קאָנראַד גערנגראָס. זיי האבן גערופן דאס פאלק צו מאָנען ביים ראט, אז מען זאל פּובליקירן די «פרייהייטן» — די פּריווילעגיעס, וואס די פרייע שטאט פראנקפורט האט באקומען ביים קייסער; זיי האבן פארלאנגט צו וויסן גענוי, וואָסערע רעכט און וואָסערע התחייבות'ן זיי האבן. ווייטער האבן זיי געפאדערט, מען זאל פארקלענערן די צאל אידן און זיי פארבאטן צו נעמען א הויכן פּראצענט; זיי האבן געפאדערט א דין־וחשבון אויף די שטאטישע געלטן. דער ראט האט אפּגעצויגן דעם ענטפער; אַן אפּעלאציע פון די בירגער צום קייסער האט אויך נישט געהאלפן.
דא האט זיך אין פראנקפורט אנגעהויבן א מהומה; צייטנווייז האט געשטורעמט, צייטנווייז איז געווארן אביסל שטילער, נאר רואיג איז שוין נישט געווארן אין משך פון עטליכע יאר. איינמאל האָט זיך דער המון אריינגעריסן אין «ריימער» (ראטהויז), געמאנט די פּריווילעגיעס, אויסגעקליבן אַן אייגענעם בירגער־קאמיטעט. דער שטאטישער ראט איז געגאנגען א ביסל אויף הנחות, נאר גלייכצייטיג געבעטן הילף ביים קייסער. קייסער מאַטיאַס ווידער האט איבערגעגעבן די זאך זיינע קאָמיסאַרן, דעם אַרציביסקופּ פון [[מאינץ|מאַינץ]] און דעם לאַנדגראַף פון [[העסע]]ן. זיי האבן געהייסן מאכן אַן אויספארשונג, און דורך דעם האט זיך די זאך ווידער פארצויגן אויף לאנגע חדשים. די קאָמיסאַרן האבן געפּרובט פּסק'ענען לטובת די אידן, נאר קיינער האט זיי נישט געפאלגט. פארקערט, די אויפרעגונג איז געווארן וואס ווייטער אלץ גרעסער.
די אידישע באפעלקערונג האט די גאנצע צייט געליטן פון דער הפקרות פון המון; נאר די אמת'ע צרות פאר אידן האבן זיך אנגעהויבן אין 1614. אום שבועות האט שוין איינמאל געהאלטן דערביי, אז אט־אט רייסט זיך דער המון אריין אין די אידישע הייזער. דעמאלט איז נאך אריבער בשלום, גאר מיט עטליכע חדשים שפּעטער האט זיך געטראפן דאס אומגליק.
===פעטמילך אויפשטאנד===
===פעטמילך אויפשטאנד===
אין יאר [[ה'שע"ב]] האט אין פראַנקפורט־אַם־מאין, דייטשלאנד, אויסגעבראכן אַן אויפשטאנד דורך דער גויאישער המון קעגן דעם שטאָט־ראַט, וואס איז באפרייט געווארן פון די אריסטאקראטן. דער אנפירער פונעם דאזיגן אויפשטאנד איז געווען דער טרויעריג־בארימטער אנטיסעמיט, ווינצענז פעטמילך, אַן איינפאכער בעקער, וועלכער האט זיך אליין א נאמען געגעבן "דער נייער המן", און האט דעם נאמען כשר פארדינט. אדאנק זיין ענערגיע און געבוירענער פעאיגקייט צו זיין אַן אנפירער פון המון, האט דאס פּראסטע פאלק אים כמעט פארגעטערט און אין אים שטארק געגלויבט. ער איז געווארן דער אנפירער פון דער דעמאקראטיע און אויפן ערשטן פּלאן געשטעלט דעם קאמף קעגן אידן.

שורה 118: שורה 132:
* {{אוצר החכמה|אלחנן העלן|מגילה עפה|106370|סופיקס=יא}}
* {{אוצר החכמה|אלחנן העלן|מגילה עפה|106370|סופיקס=יא}}
* {{היברובוקס|רבי יוסף יוזפא האן נוירלינגען (ה'ש"צ)|יוסף אומץ|8923|page=258|לינק טעקסט=סימן תתש"ט}}
* {{היברובוקס|רבי יוסף יוזפא האן נוירלינגען (ה'ש"צ)|יוסף אומץ|8923|page=258|לינק טעקסט=סימן תתש"ט}}
*[[מאקס וויינרייך]], שטאפלען: פיר עטיודן צו דער יידישער שפראכוויסנשאפט און ליטעראטורגעשיכטע,
== רעפערענצן ==
== רעפערענצן ==
{{רעפערענצן}}
{{רעפערענצן}}

נאוויגאציע מעניו