בדוקי עריכות אוטומטית, אינטערפעיס רעדאקטארן, אינטערפעיס אדמיניסטראַטאָרן, סיסאפן, מייבאים, מעדכנים, מייבא, אספקלריה רעדאקטארן
46,362
רעדאגירונגען
ק (תנא קמא האט אריבערגעפירט בלאט הארנסטייפל (חסידות) צו הארנאסטייפאל (חסידות)) |
(←צווייטער דור: מאיר וונדר) |
||
| שורה 12: | שורה 12: | ||
== צווייטער דור == | == צווייטער דור == | ||
פון רבי מרדכי דוב'ס פיר זין האט דער דריטער, | פון רבי מרדכי דוב'ס פיר זין האט דער דריטער, '''רבי בן ציון יהודה לייב''' ("ר' לייבעלע"; הארנאסטייפל, [[כ' תשרי]] [[תרכ"ח]] – שיקאגא, [[כ"ח טבת]] [[תשי"א]]), איבער גענומען זיין פלאץ נאך זיין פטירה אין תרס"ג, און במשך 11 יאר איז ער געווען דארט רבי. זיין פאטער האט אים גערופן "מיין חכם", און האט געשריבן אז "זיין מויל איז ווי מיין מויל און זיין האנט איז ווי מיין האנט". ער האט חתונה געהאט מיט רחל (כ"ח כסלו תרכ"ו – אנטווערפן, ה' חשון תרצ"ד), טאכטער פון רבי יצחק יואל ראבינאוויטש רבי פון קאנטיקוזיווע, ב"ר גדליה אהרן פון סאָקאָליווקע, ב"ר יצחק יואל פון ליניץ, ב"ר גדליה פון ליניץ, ב"ר יצחק דומ"ץ פולנאה, ב"ר שמואל, ב"ר שמואל, ב"ר אליהו, ב"ר יצחק אב"ד לוצק איידעם פון [[מהרש"א]]. | ||
אין יאר תרע"ד | אין יאר תרע"ד האט ער באזוכט [[ארץ ישראל]] מיט צוויי פון זיינע חסידים כדי צו אויפשטעלן א חסיד'ישער ישוב, זיך אויפהאלטנדיג אין [[תל אביב]]. ער איז געווען דער נשיא פון וואהלינער כולל, און ווען ער איז באשולדיגט געווארן אין אריבערפירן געלטער צו ארץ ישראל וואס איז אונטער טערקישער הערשאפט, איז ער אין תרע"ה אריבער קיין קיעוו. ווען ער איז קראנק געווארן אין תר"פ האט מען אים צוגעלייגט די נאמען בן ציון. נאך וואס די קאמוניסטן זענען געקומען צום מאכט איז ער אנטלאפן קיין קראקא, און האט איבערגעלאזט נאך זיך זיינע תורות וועלכע זענען פארצייכנט געווארן דורך דער גבאי ר' דן. ער האט געענדערט זיין פירונג און האט אויפגעהערט זאגן תורה, און אין יאר תרפ"ה איז ער אריבער קיין [[אנטווערפן]], וואו ער האט געוואוינט 11 יאר. אין יאר תרצ"ו האט ער עמיגרירט קיין ארץ ישראל אין ירושלים און תל אביב, און האט ארויסגעגעבן דעם ספר תורי זהב פון זיין פאטער. ער איז צוריק קיין אנטווערפן צו ליקווידירן זיינע ענינים אין אייראפע, און ווען די דייטשן זענען אריין קיין בעלגיע אין יאר ת"ש איז ער אריבער קיין אמעריקע און האט זיך באזעצט אין [[שיקאגא]], דארט האט ער געוואוינט, פארשלאפטערהייט, ביז זיין פטירה אין יאר תשי"א. ער איז אוועק פרייטאג-צונאכטס בשעת זיינע ליפּן שעפּשן "האדרת והאמונה לחי העולמים"{{הערה|{{אוצר החכמה|מאיר וואונדר|אנציקלופדיה לחכמי גליציה|640168|page=17|באנד=ג|שנת הוצאה=תשמ"ו|עמ=17–18}}}}. | ||
זיין יונגסטער זון רבי יעקב ישראל איז געווען זיין ממלא מקום. | זיין יונגסטער זון רבי יעקב ישראל איז געווען זיין ממלא מקום. | ||
רעדאגירונגען