בדוקי עריכות אוטומטית, אינטערפעיס רעדאקטארן, אינטערפעיס אדמיניסטראַטאָרן, סיסאפן, מייבאים, מעדכנים, מייבא, אספקלריה רעדאקטארן
46,362
רעדאגירונגען
(צוגעלייגט דעסקריפציע) |
(אליעזר לאנדא, אייוועלט) צייכן: רויע רעדאגירונג |
||
| שורה 3: | שורה 3: | ||
אין פארשידענע אידישע ספרים ווערן געבראכט וועגן פּורימס, וואס מען האט איינגעפירט אין פארשידענע קהלות און אויך אין פּריוואטע פאמיליעס צום אָנדענק פון געשעענישן, אין וועלכע די באטרעפנדע קהלה אדער פאמיליע אדער פאמיליע־פאָטער זענען געראטעוועט געווארן פון א גרויסער געפאר. אזא פּורים איז למשל דער [[פורים פראנקפורט|פּורים־פראנקפורט]] אין 20טן טאג אין אדר צום אָנדענק פון דער ישועה, וואָס איז געקומען אויף די פראנקפורטער אידן אין יאָר 1616, ווען זיי זענען ניצול געווערן פון דעם אידן־פיינט ווינץ פעטמילך. א פּורים איז אויך דער "פּורים פון תוספות יום־טוב", אין ערשטן טאג פון אדר צום אנדענק פון דער רעטונג פון רבי יום־טוב ליפּמאן־העלער, מחבר פון תוספות יום־טוב אין מיטן פון 17טן יאָרהונדערט. | אין פארשידענע אידישע ספרים ווערן געבראכט וועגן פּורימס, וואס מען האט איינגעפירט אין פארשידענע קהלות און אויך אין פּריוואטע פאמיליעס צום אָנדענק פון געשעענישן, אין וועלכע די באטרעפנדע קהלה אדער פאמיליע אדער פאמיליע־פאָטער זענען געראטעוועט געווארן פון א גרויסער געפאר. אזא פּורים איז למשל דער [[פורים פראנקפורט|פּורים־פראנקפורט]] אין 20טן טאג אין אדר צום אָנדענק פון דער ישועה, וואָס איז געקומען אויף די פראנקפורטער אידן אין יאָר 1616, ווען זיי זענען ניצול געווערן פון דעם אידן־פיינט ווינץ פעטמילך. א פּורים איז אויך דער "פּורים פון תוספות יום־טוב", אין ערשטן טאג פון אדר צום אנדענק פון דער רעטונג פון רבי יום־טוב ליפּמאן־העלער, מחבר פון תוספות יום־טוב אין מיטן פון 17טן יאָרהונדערט. | ||
==שילדערונג== | |||
כמעט יעדער איד | כמעט יעדער איד ווייסט, אז אונטער דער הערשאפט פון דעם נארישן קעניג אחשורוש, האט זיין הויפּט־מיניסטער המן הרשע געוואָלט אומברענגען אַלע אידן און ס'איז אים אויך געלונגען ארויסצובאקומען פונ'ם קעניג אזא באפעל. דורך א נס, אבער, זענען די אידן געראטעוועט געווארן פון א זיכערן טויט, און המן זעלבסט מיט זיינע קינדער זענען אויפגעהאנגען געווארן. אלס אנדענק פון אט דעם נס, פייערן די אידן איבער דער גאנצער וועלט דעם יום טוב פּורים, וועלכער איז געווארן א נאציאנאלער יום טוב, ווייל די גזרה האט אנגערירט דאס גאנצע אידישע פאלק, אדער, ווייניגסטענס, א גרויסן טייל פונ'ם אידישן פאלק. אט אזוי איז ענטשטאנען דער אידישער נאציאנאלער פּורים איבער גאר דער וועלט, מיט {{#חשב:abs(3406-{{#זמןמ:xjY}})}} יאר צוריק. | ||
זייט | זייט דאן, איז די אידישע געשיכטע בארייכערט געווארן מיט עטליכע צענדליג פּורימ'ס. א טייל פון דיזע פּורימ'ס ווערן געפייערט פון גאנצע געמיינדעס, ווייל די פּאסירונג האט אנגערירט די גאנצע באטרעפענדיגע געמיינדע; אנדערע, ווידער, ווערן געפייערט בלויז פון געוויסע משפּחות, ווייל די פּאסירונג האט אנגערירט בלויז די באטרעפענדיגע משפּחות. | ||
אבער מיום שבאו הצוררים וביבלו את העולם איז דער מנהג כמעט אינגאנצען בטל געווארען און עס איז כמעט נישט דא א פורים וואס ווערט געהאלטען דורך א קהילה בימינו. | |||
==אין די פוסקים== | |||
דער מג"א אין סימן תרפ"ו סק"ה ברענגט פון דער מהר"ם אלשקר (סימן מ"ט) "יכולים בני העיר לתקן בהסכמה ובחרם עליהם ועל הבאים אחריהם לעשות פורים ביום שנעשה בו נס", ע"כ. ועיין במהר"ם אלשקר וואס שרייבט בסוף דבריו "הלכך אף על פי שלא היה נכתב תנאי זה בהסכמה שגם העוקר דירתו חייב לקיים הסכמה זו היא להם לקיימו במכ"ש ואפי' בלא חרם ואפי' מנהג בעלמא בלא הסכמה וכו'". | |||
אבער דער פרי חדש, אין סימן תצ"ו דיני מנהגי איסור אות י"ד, שרייבט אויף דער מהר"ם אלשקר, "אמנם אחר העיון נראה דהני יו"ט והני סעודות כולהו דרשות נינהו וכו', וגדולה מזו אני אומר שאף אם נהג בה כמה שנים יכול לחזור בו בלא התרה ואף הבנים אינם חייבים לנהוג מנהג זה אף אם קבלו עליהם משום דה"ל מנהג בטעות וכו', שאם לא היה עשוי' בחרם כבר כתבתי שאינו מנהג ואפי' התרה לא הוה בעי וכו'" עיי"ש. | |||
ועיין בשו"ת חת"ס סימן קצ"א שהאריך בזה און אויף וואס דער פר"ח פרעגט פון דער סוגיא פון בטלה מגילת תענית אז עס איז מבואר דארט אז מען טאר נישט מוסיף זיין ימים טובים נאכ'ן חורבן הבית ענפערט ער אז דאס איז דווקא לויט'ן הו"א פון דער גמרא אבער למסקנא איז נאר בטל געווארען דער ימים טובים וואס האבען א שייכות צו דער בית המקדש, אבער אויב מען וויל קובע זיין א יו"ט לזכר א נס וכדומה קען מען, און אזוי שרייבט ער אויך בסו"ס קס"ג און ער פירט אויס "וכן נהגו בכמה מדינות וקהלות לעשות להם פורים ביום שנעשה להם הצלה בימים ההם בגולה ול"ג בעומר יוכיח שנתחדש על ידי תלמידי ר"ע והי' אחר החורבן אע"כ מפני שנעשה בח"ל דלא כפר"ח במנהגים איסור שלו בהלכות יו"ט אות י"ד שקרא תגר על המנהג ההוא ולע"ד מנהג ותיקין הוא דלמסקנא לא קיי"ל כהך דאחרניתא אינם מוסיפין אלא כיון שאינו אבל להם יוסיפו ויוסיפו וכו' דינים היוצאים מדברים אלו, א. דשפיר מצי ציבור או יחיד לקבוע יום מועד לעצמם ביום שנעשה להם נס ומצוה נמי עבדי ועיין במג"א ודלא כהפר"ח וכו'", און אין סימן קצ"א פירט ער אויס "והנה מבואר בספר יוסף אומץ מהנס שנעשה בק"ק פ"פ דמיין ביום כ' אדר הראשון וקבעו בו יום שמחה לדורותם וכן ראיתי ממ"ו הגאון מו"ה [[רבי נתן אדלער|נתן אדליר]] זצ"ל מילדי ק"ק ההיא וכן אנו נוהגים אחריו הגם שאנו ברחוק מקום ומיהו ביום שלפניו לא נהג להתענות כשלא היה דעתו לחזור וטעמא בעי מ"ש וגם נפל על אפיו ביומו ונ"ל משום שלא ישנה מפני המחלוקת ומ"מ אני נוהג להחמיר לסיים ספר באותו היום כדי שיהי' הסעודה בהיתר בלי פקפוק ויאכלו ענוים וישבעו" עכ"ל. | |||
==ליסטע== | ==ליסטע== | ||
| שורה 12: | שורה 21: | ||
מיר וועלן דאָ באַשרייבן יעדן פּורים און ווי אַזוי דער פּורים איז ענטשטאַנען. | מיר וועלן דאָ באַשרייבן יעדן פּורים און ווי אַזוי דער פּורים איז ענטשטאַנען. | ||
=== | ===פּורים שיראַז=== | ||
אין שיראַז, פּערסיע, איז ענטשטאַנען אַ פּורים פון דער פאָלגענדער פּאַסירונג: די אידן האָבן באַשטראָפט אַ דאָרטיגן שוחט און קצב, אבו אַלחאַזאַן, פאַר פאַרקויפן טריפה פלייש ערב ראש השנה. אויס נקמה האָט ער אָנגענומען דעם איסלאַמישן גלויבן און גע'מסר'ט די אידן. אַלס רעזולטאַט האָבן די מאַכמעדאַנער גוזר געווען אויף די אידן טויט אָדער שמד, און כמעט אַלע אידן האָבן זיך גע'שמד'ט. פאַר'ן טויט האָט אַלחאַזאַן מודה געווען אין זאָגן ליגן, און מ'האָט ערלויבט די אידן אָנצונעהמען צוריק זייער גלויבן. אַלס אַנדענק פון דיזן נס, פייערן זיי דעם צווייטן טאָג מרחשון "פּורים שיראַז". | אין שיראַז, פּערסיע, איז ענטשטאַנען אַ פּורים פון דער פאָלגענדער פּאַסירונג: די אידן האָבן באַשטראָפט אַ דאָרטיגן שוחט און קצב, אבו אַלחאַזאַן, פאַר פאַרקויפן טריפה פלייש ערב ראש השנה. אויס נקמה האָט ער אָנגענומען דעם איסלאַמישן גלויבן און גע'מסר'ט די אידן. אַלס רעזולטאַט האָבן די מאַכמעדאַנער גוזר געווען אויף די אידן טויט אָדער שמד, און כמעט אַלע אידן האָבן זיך גע'שמד'ט. פאַר'ן טויט האָט אַלחאַזאַן מודה געווען אין זאָגן ליגן, און מ'האָט ערלויבט די אידן אָנצונעהמען צוריק זייער גלויבן. אַלס אַנדענק פון דיזן נס, פייערן זיי דעם צווייטן טאָג מרחשון "פּורים שיראַז". | ||
=== | ===פּורים נאַרבאָן=== | ||
אין נאַרבאָן, פראַנקרייך, פייערן די אידן יעדן צוואנציגסטען אדר אַ "פּורים־נאַרבאָן". ענטשטאַנען איז דער פּורים פונ'ם פאָלגענדן צופאַל: אין דעם יאָר 1236 האָט אַ איד אין נאַרבאָן דער'הרג'עט אַ קריסטליכן פישער און פאַר דעם האָט מען געוואָלט אומבריינגען אַלע דאָרטיגע אידן; אָבער דער גובערנאַטאָר האָט זיי געראַטעוועט. אַלס אנדענק פון אָט דעם נס פייערן די דאָרטיגע אדן דעם "פּורים". | אין נאַרבאָן, פראַנקרייך, פייערן די אידן יעדן צוואנציגסטען אדר אַ "פּורים־נאַרבאָן". ענטשטאַנען איז דער פּורים פונ'ם פאָלגענדן צופאַל: אין דעם יאָר 1236 האָט אַ איד אין נאַרבאָן דער'הרג'עט אַ קריסטליכן פישער און פאַר דעם האָט מען געוואָלט אומבריינגען אַלע דאָרטיגע אידן; אָבער דער גובערנאַטאָר האָט זיי געראַטעוועט. אַלס אנדענק פון אָט דעם נס פייערן די דאָרטיגע אדן דעם "פּורים". | ||
=== | ===פּורים סאַראַגאָסאַ=== | ||
אין סאַראַגאָסאַ, שפּאַניע, פייערן די אידן אַ "פּורים סאַראַגאָסאַ", דעם זיבעצענטן און אַכצענטן שבט, ווייל אַ געוויסער משומד מאַרקוס האָט זיי גע'מסר'ט צום קיסר, און זיי זענען ניצול געוואָרן דורך אַ נס. | אין סאַראַגאָסאַ, שפּאַניע, פייערן די אידן אַ "פּורים סאַראַגאָסאַ", דעם זיבעצענטן און אַכצענטן שבט, ווייל אַ געוויסער משומד מאַרקוס האָט זיי גע'מסר'ט צום קיסר, און זיי זענען ניצול געוואָרן דורך אַ נס. | ||
=== | ===פּורים דע לאַ סעניאָראַ=== | ||
די אידן פון כיאָס, קליין אַזיע, פייערן יעדן יאָר אַ "פּורים דע לאַ סעניאָראַ" (פּורים פון דער גוטער פרוי), וועלכער איז ענטשטאַנען פונ'ם פאָלגענדן צופאַל: לויט אַ געוויסער טראַדיציאָן, זענען אַ פינף הונדערט סאָלדאַטן פון פערדינאַנד דעם ערשטן, הערצאג פון טוסקאַן, איטאַליע, געלאַנדעט אויפ'ן אינזעל כיאָס און געוואָלט אים פאַרנעמען, און דאָס האָט געזאָלט געשעהן אינ'ם יאָר 1820, ווען כיאָס האָט רעוואָלטירט אַנטקעגן די טערקן אין דער צייט פון דער גריכישער מלחמה פאַר זעלבסטשטענדיגקייט. אַ אידישע פרוי וואָס האָט געוואוינט נעבען דער פעסטונג האָט, דורך אַ צופאַל, אָנגערירט אַ האַרמאַט מיט אַנ'אָנגעגליטע לאפּעטע, וועלכע זי האָט באַנוצט ביים באַקן ברויט. די קאַנאָנע האָט אויסגעשאָסן, און רער שונא וואָס האָט דאַמאָלט באַלאַגערט רעם אינול, איז פון די טערקן פאַרניכטעט געוואָרן. די פרוי איז פון די טערקן גוט באַלוינט געוואָרן און צו אידן זענען געגעבן געוואָרן פילע פּריווילעגיעס. | די אידן פון כיאָס, קליין אַזיע, פייערן יעדן יאָר אַ "פּורים דע לאַ סעניאָראַ" (פּורים פון דער גוטער פרוי), וועלכער איז ענטשטאַנען פונ'ם פאָלגענדן צופאַל: לויט אַ געוויסער טראַדיציאָן, זענען אַ פינף הונדערט סאָלדאַטן פון פערדינאַנד דעם ערשטן, הערצאג פון טוסקאַן, איטאַליע, געלאַנדעט אויפ'ן אינזעל כיאָס און געוואָלט אים פאַרנעמען, און דאָס האָט געזאָלט געשעהן אינ'ם יאָר 1820, ווען כיאָס האָט רעוואָלטירט אַנטקעגן די טערקן אין דער צייט פון דער גריכישער מלחמה פאַר זעלבסטשטענדיגקייט. אַ אידישע פרוי וואָס האָט געוואוינט נעבען דער פעסטונג האָט, דורך אַ צופאַל, אָנגערירט אַ האַרמאַט מיט אַנ'אָנגעגליטע לאפּעטע, וועלכע זי האָט באַנוצט ביים באַקן ברויט. די קאַנאָנע האָט אויסגעשאָסן, און רער שונא וואָס האָט דאַמאָלט באַלאַגערט רעם אינול, איז פון די טערקן פאַרניכטעט געוואָרן. די פרוי איז פון די טערקן גוט באַלוינט געוואָרן און צו אידן זענען געגעבן געוואָרן פילע פּריווילעגיעס. | ||
=== | ===פּורים ווינצענז פעטמילך=== | ||
אין אָנפאַנג פונ'ם זיבעצענטן יאָר־הונדערט, האָט אין פראַנקפורט־אַם־מאין, דייטשלאַנד, אויסגעבראָכן אַנ'אויפשטאַנד געגן דעם שטאָדט־ראַטה, וואָס איז באַפרייט געוואָרן פון די אַריסטאָקראַטן. דער טרויעריג־באַרימטער אַנטיסעמיט, ווינצענז פעטמילך, איז געווען דער אָנפיהרער פונ'ם דאָזיגן אויפשטאַנד. | אין אָנפאַנג פונ'ם זיבעצענטן יאָר־הונדערט, האָט אין פראַנקפורט־אַם־מאין, דייטשלאַנד, אויסגעבראָכן אַנ'אויפשטאַנד געגן דעם שטאָדט־ראַטה, וואָס איז באַפרייט געוואָרן פון די אַריסטאָקראַטן. דער טרויעריג־באַרימטער אַנטיסעמיט, ווינצענז פעטמילך, איז געווען דער אָנפיהרער פונ'ם דאָזיגן אויפשטאַנד. | ||
| שורה 79: | שורה 88: | ||
זייט דאַן ביז היינט פייערן די אידן אין פראַנקפורט־אַם־מאַין דעם צוואנציגסטן טאָג אין אדר אַלס "פּורים ווינצענז", און מיר האָפן אַז גאָר בקרוב וועלן רי אידן פון דער גאַנצער וועלט פייערן אַ "פּורים" אין אנדענק פון היטלער־מוסאליני־היראָאיטאָ'ס מפּלה. | זייט דאַן ביז היינט פייערן די אידן אין פראַנקפורט־אַם־מאַין דעם צוואנציגסטן טאָג אין אדר אַלס "פּורים ווינצענז", און מיר האָפן אַז גאָר בקרוב וועלן רי אידן פון דער גאַנצער וועלט פייערן אַ "פּורים" אין אנדענק פון היטלער־מוסאליני־היראָאיטאָ'ס מפּלה. | ||
=== | ===פאָרהאַנג פּורים=== | ||
אונטער דער הערשאַפט פון דעם פירשט קאַרל פאָן ליכטענשטיין, וועלכען דער קעניג פערדינאַנד האָט באַשטימט אַלס שטעלפאַרטרעטער איבער באָהעמיע, איז מיט די אידן פון פּראַג געשעהן אַ פּאַסירונג וואָס האָט פאַראורזאַכט דעם "פאָרהאַנג פּורים". ר' חנוך אַלטשוהל האָט באַשריבן די גאַנצע פּאַסירונג אין אַ מגילה וואָס ער האָט אַ נאָמען געגעבן "מגילת פּורים הקלעים", און ער האָט אָנגעזאָגט, אַז זיינע קינדער און קינדס־קינדער זאָלן פייערן דעם צוויי־און־צוואנציגסטן טבת "פאָרהאַנג פּורים" אַלס אנדענק, וואָס ער אַלטשוהל און יוסף טהעין זענען געראַטעוועט געוואָרן פון אַ זיכערן טויט. און אָט וואָס די דאָרטיגע "מגילת פּורים הקלעים" דערצעהלט: | אונטער דער הערשאַפט פון דעם פירשט קאַרל פאָן ליכטענשטיין, וועלכען דער קעניג פערדינאַנד האָט באַשטימט אַלס שטעלפאַרטרעטער איבער באָהעמיע, איז מיט די אידן פון פּראַג געשעהן אַ פּאַסירונג וואָס האָט פאַראורזאַכט דעם "פאָרהאַנג פּורים". ר' חנוך אַלטשוהל האָט באַשריבן די גאַנצע פּאַסירונג אין אַ מגילה וואָס ער האָט אַ נאָמען געגעבן "מגילת פּורים הקלעים", און ער האָט אָנגעזאָגט, אַז זיינע קינדער און קינדס־קינדער זאָלן פייערן דעם צוויי־און־צוואנציגסטן טבת "פאָרהאַנג פּורים" אַלס אנדענק, וואָס ער אַלטשוהל און יוסף טהעין זענען געראַטעוועט געוואָרן פון אַ זיכערן טויט. און אָט וואָס די דאָרטיגע "מגילת פּורים הקלעים" דערצעהלט: | ||
| שורה 86: | שורה 95: | ||
ווען די צען אידישע פאָרשטעהער זענען אָנגעקומען צו רודאלף וואַלדשטיין מיט די צען זעקלאך געלט, האָט זיך זיין גרימצאָרן אין אים צעפלאַקערט, און ער האָט זיך צעשריען: "פאַרשאָלטענע אידן, פאַר וואָס פאַרדעקט איר דאָס געלט, פּונקט ווי דאָס וואָלט זיין כאַבאַר וואָס איר גיט מיר!" און ער האָט באַפוילן אַז צען זעלנער זאָלן פיהרן די צען אידן פון אים, דורך דער בריק, דורך דעם אַלטן פּלאַץ אין געריכט אַריין, דאָס געלט זאָלן זיי טראָגן אָפען, און טאָמער וועט ווער פון זיי וועלן צודעקן דאָס געלט, זאָל מען אים אַכזרות'דיג שלאָגן. יעדן איינעם פון די עלטסטע איבער דער תפיסה האָט מען געגעבן וואָס ס'איז אים געקומען, און ערשט דאַן, שפּעט פרייטאג אָווענט, האָט מען ר' יוסף טהין'ען באַפרייט פון תפיסה און ער איז בשלום געקומען אַהיים. | ווען די צען אידישע פאָרשטעהער זענען אָנגעקומען צו רודאלף וואַלדשטיין מיט די צען זעקלאך געלט, האָט זיך זיין גרימצאָרן אין אים צעפלאַקערט, און ער האָט זיך צעשריען: "פאַרשאָלטענע אידן, פאַר וואָס פאַרדעקט איר דאָס געלט, פּונקט ווי דאָס וואָלט זיין כאַבאַר וואָס איר גיט מיר!" און ער האָט באַפוילן אַז צען זעלנער זאָלן פיהרן די צען אידן פון אים, דורך דער בריק, דורך דעם אַלטן פּלאַץ אין געריכט אַריין, דאָס געלט זאָלן זיי טראָגן אָפען, און טאָמער וועט ווער פון זיי וועלן צודעקן דאָס געלט, זאָל מען אים אַכזרות'דיג שלאָגן. יעדן איינעם פון די עלטסטע איבער דער תפיסה האָט מען געגעבן וואָס ס'איז אים געקומען, און ערשט דאַן, שפּעט פרייטאג אָווענט, האָט מען ר' יוסף טהין'ען באַפרייט פון תפיסה און ער איז בשלום געקומען אַהיים. | ||
=== | ===פּורים קאַאיראָ=== | ||
אין יאָר 1524, האָט אַכמעד שאַאיטאַן פּאַשאַ, דער גובערנאַטאָר פון עגיפּטען, אַריינגעזעצט אין תפיסה צוועלף אידישע פאָרשטעהער פון קאַאירא מיט'ן צוועק אַרויסצופּרעסן פון זיי געלט. ווען דאָס האָט ניט געווירקט, האָט ער געדראָהעט אויסצוקוילען אַלע אידן פון קאַאירא, ווי גיך ער וועט זיך נאָר אָפּבאָדן. איינער פון זיינע באַדינער האָט אים אָבער דערשטאָכן אין דער באד, און די אידן זענען אַזוי אַרום ניצול געוואָרן פון אַ זיכערן טויט. אין אנדענקען פון אָט דעם נס פייערן די אידן פון קאַאירא יערן יאָר דעם אַכט־און־צוואנציגסטן אדר דעם "קאַאירא פּורים". | אין יאָר 1524, האָט אַכמעד שאַאיטאַן פּאַשאַ, דער גובערנאַטאָר פון עגיפּטען, אַריינגעזעצט אין תפיסה צוועלף אידישע פאָרשטעהער פון קאַאירא מיט'ן צוועק אַרויסצופּרעסן פון זיי געלט. ווען דאָס האָט ניט געווירקט, האָט ער געדראָהעט אויסצוקוילען אַלע אידן פון קאַאירא, ווי גיך ער וועט זיך נאָר אָפּבאָדן. איינער פון זיינע באַדינער האָט אים אָבער דערשטאָכן אין דער באד, און די אידן זענען אַזוי אַרום ניצול געוואָרן פון אַ זיכערן טויט. אין אנדענקען פון אָט דעם נס פייערן די אידן פון קאַאירא יערן יאָר דעם אַכט־און־צוואנציגסטן אדר דעם "קאַאירא פּורים". | ||
=== | ===פּורים אדום=== | ||
אין יאָר 1541 האָט שפּאַניען געמאַכט אַ פאַרזוך צו פאַרכאַפּן אַלזשיר (צפון אַפריקא), אָבער איר פלאָטע וואָס איז געשוואומען פאַר דעם צוועק איז אומגעקומען פון אַ ים־שטורם, ווי די לעגענדע וויל האָבן, צוליב די תפילות פון ר' שלמה דוראַן. און אַזוי ווי די אידן פון אַלזשיר זענען אַזוי אַרום געראַטעוועט געוואָרן פונ'ם שפּאַנישן רעליגיעזן פאַנאַטיזם פייערן זיי יעדן יאָר "פּורים אדום" רעם פיערטן טאָג אין מרחשוון. | אין יאָר 1541 האָט שפּאַניען געמאַכט אַ פאַרזוך צו פאַרכאַפּן אַלזשיר (צפון אַפריקא), אָבער איר פלאָטע וואָס איז געשוואומען פאַר דעם צוועק איז אומגעקומען פון אַ ים־שטורם, ווי די לעגענדע וויל האָבן, צוליב די תפילות פון ר' שלמה דוראַן. און אַזוי ווי די אידן פון אַלזשיר זענען אַזוי אַרום געראַטעוועט געוואָרן פונ'ם שפּאַנישן רעליגיעזן פאַנאַטיזם פייערן זיי יעדן יאָר "פּורים אדום" רעם פיערטן טאָג אין מרחשוון. | ||
=== | ===פּורים לאַפאַנטאָ=== | ||
צוליב דעם וואָס די אורעלטערן פון די אידן פון לאַפאַנטאָ (גריכענלאַנד) זענען ניצול געוואָרן פון אַ געפאַהר, פייערן די דאָרטיגע אידן יעדן יאָר דעם עלפטן טבת דעם "פּורים לאַפאַנטא". | צוליב דעם וואָס די אורעלטערן פון די אידן פון לאַפאַנטאָ (גריכענלאַנד) זענען ניצול געוואָרן פון אַ געפאַהר, פייערן די דאָרטיגע אידן יעדן יאָר דעם עלפטן טבת דעם "פּורים לאַפאַנטא". | ||
=== | ===פּורים אַנקונאַ=== | ||
די אידן פון אַנקונאַ (איטאַליע) פאַסטן דעם צוואנציגסטן טבת און דעם איין־און־צוואנציגסטן פייערן זיי "פּורים אַנקונא", ווייל זיי זענען ניצול געוואָרן, אין יאָר 1690, פון אַ געפעהרליכער ערדציטערניש. | די אידן פון אַנקונאַ (איטאַליע) פאַסטן דעם צוואנציגסטן טבת און דעם איין־און־צוואנציגסטן פייערן זיי "פּורים אַנקונא", ווייל זיי זענען ניצול געוואָרן, אין יאָר 1690, פון אַ געפעהרליכער ערדציטערניש. | ||
=== | ===פּורים שעריף=== | ||
די אירן אין טריפּאָלי, אַפריקא, פייערן יעדן יאָר, דעם פיער־און־צוואנציגסטן טאָג אין טבת דעם "פּורים שעריף", אָדער ווי זיי רופן דאָס אויך "פּורים קידעבוני" (פאַלשער פּורים), אום אונטערצושיידן אים פון "פּורים אסתר", צוליעב די פאָלגענרע געשעהעניש: אין יאָר 1705 האָט דער גובערנאַטאָר פון טוניס באַלאַגערט טריפּאלי און געדראָהעט אויסצו'הרג'ענען די גאַנצע באַפעלקערונג. אָבער אַנ'עפּידעמיע האָט אויסגעבראָכן צווישען זיינע סאָלדאַטן, און די באַלאַגערונג איז צוריקגערופן געוואָרן. | די אירן אין טריפּאָלי, אַפריקא, פייערן יעדן יאָר, דעם פיער־און־צוואנציגסטן טאָג אין טבת דעם "פּורים שעריף", אָדער ווי זיי רופן דאָס אויך "פּורים קידעבוני" (פאַלשער פּורים), אום אונטערצושיידן אים פון "פּורים אסתר", צוליעב די פאָלגענרע געשעהעניש: אין יאָר 1705 האָט דער גובערנאַטאָר פון טוניס באַלאַגערט טריפּאלי און געדראָהעט אויסצו'הרג'ענען די גאַנצע באַפעלקערונג. אָבער אַנ'עפּידעמיע האָט אויסגעבראָכן צווישען זיינע סאָלדאַטן, און די באַלאַגערונג איז צוריקגערופן געוואָרן. | ||
=== | ===פּורים טבריה=== | ||
אין יאָר 1743 האָט סולאַימאַן פּאַשאַ, דער גובערנאַטאָר פון דמשק, באַלאַגערט טבריה און אין פאַרלויף פון די דריי־און־אַכציג טעג פון דער באַלאַגערונג האָבן די אידן שרעקליך געליטן. די באַלאַגערונג איז צוריקגערופן געוואָרן דער פיערטן טאָג אין אלול, ביי דעם גובערנאַטאָר פון דמשק, סולאַימאַן פּאַשאַ, דעם זיעבענטן טאָג אין אלול. צוליעב דעם פייערן רי אידן פון טבריה יעדן יאָר לאָקאַלע פּורימ'ס דעם פיערטן טאָג און דעם זיעבענטן טאָג אין אלול. | אין יאָר 1743 האָט סולאַימאַן פּאַשאַ, דער גובערנאַטאָר פון דמשק, באַלאַגערט טבריה און אין פאַרלויף פון די דריי־און־אַכציג טעג פון דער באַלאַגערונג האָבן די אידן שרעקליך געליטן. די באַלאַגערונג איז צוריקגערופן געוואָרן דער פיערטן טאָג אין אלול, ביי דעם גובערנאַטאָר פון דמשק, סולאַימאַן פּאַשאַ, דעם זיעבענטן טאָג אין אלול. צוליעב דעם פייערן רי אידן פון טבריה יעדן יאָר לאָקאַלע פּורימ'ס דעם פיערטן טאָג און דעם זיעבענטן טאָג אין אלול. | ||
=== | ===פּורים אַלזשיר=== | ||
די אידן אין אַלזשיר (צפון אַפריקא) פייערן יעדן יאָר דעם עלפטען תמוז "פּורים אַלזשיר" צוליעב דעם וואָס זיי זענען ניצול געוואָרן פון די שפּאַניער. אין יאָר 1774 האָט דער רעגיערער פון אַלזשיר, מאַחאַמעד איבן אומאַן, העראָאיש פאַרטיידיגט די שטאָט געגען דעם שפּאַנישן גענעראַל אָ'רעיללי. לויט די אידישע לעגענדע, זענען פלאַמען פייער אַרויס פון די קברים פון די רבנים יצחק בן ששת און שלמה בן שמעון דוראַן און האָבן פאַרברענט די שפּאַנישע אָנגרייפער. | די אידן אין אַלזשיר (צפון אַפריקא) פייערן יעדן יאָר דעם עלפטען תמוז "פּורים אַלזשיר" צוליעב דעם וואָס זיי זענען ניצול געוואָרן פון די שפּאַניער. אין יאָר 1774 האָט דער רעגיערער פון אַלזשיר, מאַחאַמעד איבן אומאַן, העראָאיש פאַרטיידיגט די שטאָט געגען דעם שפּאַנישן גענעראַל אָ'רעיללי. לויט די אידישע לעגענדע, זענען פלאַמען פייער אַרויס פון די קברים פון די רבנים יצחק בן ששת און שלמה בן שמעון דוראַן און האָבן פאַרברענט די שפּאַנישע אָנגרייפער. | ||
=== | ===פּורים גומעלדזשינאַ=== | ||
אין יאָר 1786 האָבן אַרום פינף טויזענט באַרג־רויבער געפּלינדערט די שטאָט גומעלדזשינאַ, נעבען אַדריאַנאפּאל (טערקיי), זיי זענען באַפאַלן דעם באַפעסטיגטן געגענד וואָס איז געווען באַוואוינט פון אידן, און האָבן זיי טעראָריזירט. דער גובערנאַטאָר האָט זיי אָפּגעטריבן, אָבער גלייכצייטיג זענען די אידן באַשולדיגט געוואָרן אין האָבן קאָנספּירירט מיט'ן שונא. ענדליך, האָבן די אידן באַוויזן זייער אומשולד און זענען געראַטעוועט געוואָרן פון דער קאַטאַסטראָפע. אַלס אנדענק פון דיזען נס פייערן די דאָרטיגע אידן יעדן יאָר "פּורים גומעלדזשינא", אויך באַוואוסט אַלס "פּורים דע לאָס לאַדראָנעס" — פּורים פון באַנדיטן (רויבער פּורים). דער טאָג פון דיזען פּורים איז דער צוויי־און־צוואנציגסטער אלול. | אין יאָר 1786 האָבן אַרום פינף טויזענט באַרג־רויבער געפּלינדערט די שטאָט גומעלדזשינאַ, נעבען אַדריאַנאפּאל (טערקיי), זיי זענען באַפאַלן דעם באַפעסטיגטן געגענד וואָס איז געווען באַוואוינט פון אידן, און האָבן זיי טעראָריזירט. דער גובערנאַטאָר האָט זיי אָפּגעטריבן, אָבער גלייכצייטיג זענען די אידן באַשולדיגט געוואָרן אין האָבן קאָנספּירירט מיט'ן שונא. ענדליך, האָבן די אידן באַוויזן זייער אומשולד און זענען געראַטעוועט געוואָרן פון דער קאַטאַסטראָפע. אַלס אנדענק פון דיזען נס פייערן די דאָרטיגע אידן יעדן יאָר "פּורים גומעלדזשינא", אויך באַוואוסט אַלס "פּורים דע לאָס לאַדראָנעס" — פּורים פון באַנדיטן (רויבער פּורים). דער טאָג פון דיזען פּורים איז דער צוויי־און־צוואנציגסטער אלול. | ||
=== | ===פּורים פלאָרענציען=== | ||
די אידן פון פלאָרענץ (איטאַליע) פייערן יעדן יאָר דעם זיבן־און־צוואנציגסטען טאָג אין סיון דעם "פּורים פלאָרענציען", ווייל אינ'ם יאָר 1790 זענען זיי געראַטעוועט געוואָרן פון אַ בלוט באָד דורך דעם בישאָפּ'ס באַמיהונגען. דעם זעקס־און־צוואנציגסטען טאָג אין סיון פאַסטן זיי און דעם זיבן־און־צוואנציגסטען טאָג אין סיון איז דער פּורים. | די אידן פון פלאָרענץ (איטאַליע) פייערן יעדן יאָר דעם זיבן־און־צוואנציגסטען טאָג אין סיון דעם "פּורים פלאָרענציען", ווייל אינ'ם יאָר 1790 זענען זיי געראַטעוועט געוואָרן פון אַ בלוט באָד דורך דעם בישאָפּ'ס באַמיהונגען. דעם זעקס־און־צוואנציגסטען טאָג אין סיון פאַסטן זיי און דעם זיבן־און־צוואנציגסטען טאָג אין סיון איז דער פּורים. | ||
=== | ===פּורים באָרגהעל=== | ||
אינ'ם יאָר 1793, האָט אַ געוויסער באָרגהעל פאַרנומען די שטאָט טריפּאָלי, אַפריקא, האָבן אַרויסגעטריבן דעם גובערנאַטאָר, און שרעקליך געפּייניגט די אידן. צוויי יאָר שפּעטער האָט דער גובערנאַטאָר צוריק אָפּגענומען די שטאָט און די אידן האָבן באַשטימט צו פייערן יעדן יאָר דעם ניין־און־צוואנציגסטן טאָג אין טבת דעם "פּורים באָרגהעל". | אינ'ם יאָר 1793, האָט אַ געוויסער באָרגהעל פאַרנומען די שטאָט טריפּאָלי, אַפריקא, האָבן אַרויסגעטריבן דעם גובערנאַטאָר, און שרעקליך געפּייניגט די אידן. צוויי יאָר שפּעטער האָט דער גובערנאַטאָר צוריק אָפּגענומען די שטאָט און די אידן האָבן באַשטימט צו פייערן יעדן יאָר דעם ניין־און־צוואנציגסטן טאָג אין טבת דעם "פּורים באָרגהעל". | ||
=== | ===פּורים פּאַדואַ=== | ||
די אידן פון פּאַדואַ (בריטיש אינדיע) פייערן, יעדן יאָר, דעם עלפטן טאָג אין סיוון דעם "פּורים פּאַדואַ" אין אנדענקען פון דעם גרויסן פייער אינ'ם יאָר 1795, פון וועלכען זיי זענען געראַטעוועט געוואָרן. | די אידן פון פּאַדואַ (בריטיש אינדיע) פייערן, יעדן יאָר, דעם עלפטן טאָג אין סיוון דעם "פּורים פּאַדואַ" אין אנדענקען פון דעם גרויסן פייער אינ'ם יאָר 1795, פון וועלכען זיי זענען געראַטעוועט געוואָרן. | ||
=== | ===פּורים ווידין=== | ||
אינ'ם יאָר 1807 איז לאָרד פּאַסוואַנאָגלו — דער גרויסער גוטבאַזיצער פונ'ם געגענד ווידין, ביים דונאי, קראַנק געוואָרן נאכדעם ווי ער האָט באַרירט אַ פאַרפּעסטעטע שווערד, און די קראַנקהייט האָט געדראָהעט מיט'ן טויט. די דאָרטיגע מאַכמעדאַנער האָבן באַשולדיגט דעם לאָרד'ס אידישן דאָקטאר קאָהען אין פאַראורזאַכן דעם קריזיס פון דער קראַנקהייט, און האָבן געדראָהעט אַלע דאָרטיגע אידן מיט אַ בלוט־באָד. גליקלעכער־ווייזע האָט דער שטאַרבענדער לאָרד־גובערנאַטאָר פאַרטיידיגט דעם דאָקטאר און די אידן זענען געראַטעוועט געוואָרן. צוליב דיזען נס פייערן די דאָרטיגע אידן יעדן יאָר "פּורים ווידין" צוויי טעג — דעם ניינטן און דעם צענטן מרחשוון. | אינ'ם יאָר 1807 איז לאָרד פּאַסוואַנאָגלו — דער גרויסער גוטבאַזיצער פונ'ם געגענד ווידין, ביים דונאי, קראַנק געוואָרן נאכדעם ווי ער האָט באַרירט אַ פאַרפּעסטעטע שווערד, און די קראַנקהייט האָט געדראָהעט מיט'ן טויט. די דאָרטיגע מאַכמעדאַנער האָבן באַשולדיגט דעם לאָרד'ס אידישן דאָקטאר קאָהען אין פאַראורזאַכן דעם קריזיס פון דער קראַנקהייט, און האָבן געדראָהעט אַלע דאָרטיגע אידן מיט אַ בלוט־באָד. גליקלעכער־ווייזע האָט דער שטאַרבענדער לאָרד־גובערנאַטאָר פאַרטיידיגט דעם דאָקטאר און די אידן זענען געראַטעוועט געוואָרן. צוליב דיזען נס פייערן די דאָרטיגע אידן יעדן יאָר "פּורים ווידין" צוויי טעג — דעם ניינטן און דעם צענטן מרחשוון. | ||
=== | ===פּורים רהאָדעס=== | ||
אום נקמה צו נעמען פון די דאָרטיגע אידן, ווייל זיי האָבן קאָנקורירט אין שוואַם (ספּאָנדזש) ביזנעס, האָבן די גריכן פון אינזעל רהאָדעס אין קליין אַזיען, אינ'ם יאָר 1840, פאַראורזאַכט דאָס פאַרשווינדן פון אַ קינד, וועלכעס איז שפּעטער געפונען געוואָרן לעבעדיג אויפ'ן אינזעל אין סיראַ. אָבער בעפאָר דאָס קינד איז געפונען געוואָרן לעבעדיג, זענען די אידן פון רהאָדעס אַריינגעזעצט געוואָרן אין פּריזאן און געפּייניגט. דער סולטאַן אַדר אַל־באַאיר האָט דעם גובערנאַטאָר אַראָפּגעזעצט פון זיין אַמט און האָט די באַשולדיגונג געגען די אידן מבטל געמאַכט. דאָס האָט פּאַסירט פּונקט אם פּורים־אסתר. זייט דאַן פייערן די דאָרטיגע אידן אַ דאָפּעלטן פּורים: פּורים־אסתר און "פּורים רהאָדעס". | אום נקמה צו נעמען פון די דאָרטיגע אידן, ווייל זיי האָבן קאָנקורירט אין שוואַם (ספּאָנדזש) ביזנעס, האָבן די גריכן פון אינזעל רהאָדעס אין קליין אַזיען, אינ'ם יאָר 1840, פאַראורזאַכט דאָס פאַרשווינדן פון אַ קינד, וועלכעס איז שפּעטער געפונען געוואָרן לעבעדיג אויפ'ן אינזעל אין סיראַ. אָבער בעפאָר דאָס קינד איז געפונען געוואָרן לעבעדיג, זענען די אידן פון רהאָדעס אַריינגעזעצט געוואָרן אין פּריזאן און געפּייניגט. דער סולטאַן אַדר אַל־באַאיר האָט דעם גובערנאַטאָר אַראָפּגעזעצט פון זיין אַמט און האָט די באַשולדיגונג געגען די אידן מבטל געמאַכט. דאָס האָט פּאַסירט פּונקט אם פּורים־אסתר. זייט דאַן פייערן די דאָרטיגע אידן אַ דאָפּעלטן פּורים: פּורים־אסתר און "פּורים רהאָדעס". | ||
=== | ==="מיין פּורים"=== | ||
רער רב ר' יהונתן בן יעקב, פון פולדאַ, פּרייסען, האָט געפייערט אַ פּורים דעם זיבענצענטן טאָג אין תמוז צוליעב דעם וואָס אַ גרויסער אומגליק איז פאַרמידן געוואָרן פון זיין קהלה, און ער האָט דעם פּורים גערופן "מיין פּורים". | רער רב ר' יהונתן בן יעקב, פון פולדאַ, פּרייסען, האָט געפייערט אַ פּורים דעם זיבענצענטן טאָג אין תמוז צוליעב דעם וואָס אַ גרויסער אומגליק איז פאַרמידן געוואָרן פון זיין קהלה, און ער האָט דעם פּורים גערופן "מיין פּורים". | ||
=== | ===פּורים ליפּמאַן=== | ||
ווען דער רב יום טוב ליפּמאַן העללער, וועלכער איז באַפרייט געוואָרן פון פּריזאָן, וואוהין מ'האָט אים אַריינגעזעצט צוליעב אַ פאַלשע באַשולדיגונג, איז ערוועהלט געוואָרן צום קראַקויער ראַבינאַט, האָט ער עטאַבלירט אַ פאַמיליע־פּורים, וועלכער זאָל געפייערט ווערן יעדן יאָר, דעם ערשטן טאָג אין אדר. | ווען דער רב יום טוב ליפּמאַן העללער, וועלכער איז באַפרייט געוואָרן פון פּריזאָן, וואוהין מ'האָט אים אַריינגעזעצט צוליעב אַ פאַלשע באַשולדיגונג, איז ערוועהלט געוואָרן צום קראַקויער ראַבינאַט, האָט ער עטאַבלירט אַ פאַמיליע־פּורים, וועלכער זאָל געפייערט ווערן יעדן יאָר, דעם ערשטן טאָג אין אדר. | ||
=== | ==="פּורים פּאָווידלע"=== | ||
אין יאָר 1731 האָט אַ קריסטליכע מיידל געקויפט פּאָווידלע (פלוימען־איינגעמאַכץ) אין דער גראָסערי סטאָר פון דוד בראנדייס, אין דער שטאָט יונג־בונזלאו, באָהעמיא. אין עטליכע טעג שפּעטער, איז דער מיירל'ס פאָטער געשטאָרבן. דוד בראַנדייס איז באַשולדיגט געוואָרן אין פאַרקויפן שלעכטע פּאָווידלע, וועלכע האָט פאַראורזאַכט דעם טויט פונ'ם קריסט, און צוליעב דעם איז ער מיט זיין פרוי און זוהן אַריינגעזעצט געוואָרן אין פּריזאן. אָבער ענדליך האָט די אויספאָרשונג באַוויזן, אַז דער קריסט איז געשטאָרבן פון שווינדזיכט (קאנסאמפּשאן) און בראַנדייס מיט זיין פאַמיליע זענען באַפרייט געוואָרן. צוליעב אָט דער געשעהעניש האָט בראַנדייס עטאַבלירט דעם "פּורים־פּאָווידלע", וועלכען זיין פאַמיליע זאָל פייערן יעדן יאָר דעם צענטן טאָג אין אדר. | אין יאָר 1731 האָט אַ קריסטליכע מיידל געקויפט פּאָווידלע (פלוימען־איינגעמאַכץ) אין דער גראָסערי סטאָר פון דוד בראנדייס, אין דער שטאָט יונג־בונזלאו, באָהעמיא. אין עטליכע טעג שפּעטער, איז דער מיירל'ס פאָטער געשטאָרבן. דוד בראַנדייס איז באַשולדיגט געוואָרן אין פאַרקויפן שלעכטע פּאָווידלע, וועלכע האָט פאַראורזאַכט דעם טויט פונ'ם קריסט, און צוליעב דעם איז ער מיט זיין פרוי און זוהן אַריינגעזעצט געוואָרן אין פּריזאן. אָבער ענדליך האָט די אויספאָרשונג באַוויזן, אַז דער קריסט איז געשטאָרבן פון שווינדזיכט (קאנסאמפּשאן) און בראַנדייס מיט זיין פאַמיליע זענען באַפרייט געוואָרן. צוליעב אָט דער געשעהעניש האָט בראַנדייס עטאַבלירט דעם "פּורים־פּאָווידלע", וועלכען זיין פאַמיליע זאָל פייערן יעדן יאָר דעם צענטן טאָג אין אדר. | ||
=== | ==="פּאַודער פּורים"=== | ||
אין יאָר 1804 איז אין ווילנע פאָרגעקומען אַנ'אויפרייס אין אַ פּאַודער מאַגאַזין אין וועלכען איין־און־דרייסיג מענטשן זענען אומגעקומען. פיעלע היימען זענען פון דעם אויפרייס צעשטערט געוואָרן. אויך איז צעשטערט געוואָרן די היים פון ר' אברהם דאַנציג (מחבר פון די ספרים "חי אדם", "חכמת אדם" און "נשמת אדם"). ר' אברהם דאַנציג און זיין פאַמיליע זענען אַלע געפעהרליך פאַרוואונדעט געוואָרן, אָבער זענען ניצול געוואָרן פון טויט. צוליעב אָט דעם נס האָט ר' אברהם דאַנציג עטאַבלירט אַ "פּאַודער פּורים", וועלכער זאָל געפייערט ווערן יערן יאָר דעם פופצענטן טאָג אין כיסלו. | אין יאָר 1804 איז אין ווילנע פאָרגעקומען אַנ'אויפרייס אין אַ פּאַודער מאַגאַזין אין וועלכען איין־און־דרייסיג מענטשן זענען אומגעקומען. פיעלע היימען זענען פון דעם אויפרייס צעשטערט געוואָרן. אויך איז צעשטערט געוואָרן די היים פון ר' אברהם דאַנציג (מחבר פון די ספרים "חי אדם", "חכמת אדם" און "נשמת אדם"). ר' אברהם דאַנציג און זיין פאַמיליע זענען אַלע געפעהרליך פאַרוואונדעט געוואָרן, אָבער זענען ניצול געוואָרן פון טויט. צוליעב אָט דעם נס האָט ר' אברהם דאַנציג עטאַבלירט אַ "פּאַודער פּורים", וועלכער זאָל געפייערט ווערן יערן יאָר דעם פופצענטן טאָג אין כיסלו. | ||
רעדאגירונגען