בדוקי עריכות אוטומטית, אינטערפעיס רעדאקטארן, אינטערפעיס אדמיניסטראַטאָרן, סיסאפן, מייבאים, מעדכנים, מייבא, אספקלריה רעדאקטארן
46,362
רעדאגירונגען
(פורים ענציקלאפעדיע (פאלובא, אברהם.)) צייכן: רויע רעדאגירונג |
(פורים ענציקלאפעדיע (פאלובא, אברהם.)) צייכן: רויע רעדאגירונג |
||
| שורה 75: | שורה 75: | ||
נאכדעם האָט מען געעפענט די טויערן. איינער איז אַרומגעפאָרן איבער דער גאַס מיט אַ טרומפּייט און אונטער די טרומפּייט קלאַנגען האָבן זיך אומגעקערט רי אַרויסגעטריבענע אידן אין זייער געבורטס־שטאָט. ס'האָט זיך פאַר זיי אָנגעהויבן אַ בעסער לעבן, ווייל אויסער דעם וואָס פילע וויכטיגערע פּונקטן אינ'ם נייעם מאַנדאַט זענען געווען פיעל גינסטיגערע, זענען זיי דאַן געווען אונטער דער שוץ פונ'ם קייזער, און ניט ווי פריהער אונטער דער שוץ פונ'ם ראַטה. | נאכדעם האָט מען געעפענט די טויערן. איינער איז אַרומגעפאָרן איבער דער גאַס מיט אַ טרומפּייט און אונטער די טרומפּייט קלאַנגען האָבן זיך אומגעקערט רי אַרויסגעטריבענע אידן אין זייער געבורטס־שטאָט. ס'האָט זיך פאַר זיי אָנגעהויבן אַ בעסער לעבן, ווייל אויסער דעם וואָס פילע וויכטיגערע פּונקטן אינ'ם נייעם מאַנדאַט זענען געווען פיעל גינסטיגערע, זענען זיי דאַן געווען אונטער דער שוץ פונ'ם קייזער, און ניט ווי פריהער אונטער דער שוץ פונ'ם ראַטה. | ||
זייט דאַן ביז היינט פייערן די אידן אין פראַנקפורט־אַם־מאַין דעם צוואנציגסטן טאָג אין אדר אַלס "פּורים ווינצענז", און מיר האָפן אַז גאָר בקרוב וועלן רי אידן פון דער גאַנצער וועלט | זייט דאַן ביז היינט פייערן די אידן אין פראַנקפורט־אַם־מאַין דעם צוואנציגסטן טאָג אין אדר אַלס "פּורים ווינצענז", און מיר האָפן אַז גאָר בקרוב וועלן רי אידן פון דער גאַנצער וועלט פייערן אַ "פּורים" אין אנדענק פון היטלער־מוסאליני־היראָאיטאָ'ס מפּלה. | ||
===6) פאָרהאַנג פּורים=== | ===6) פאָרהאַנג פּורים=== | ||
| שורה 91: | שורה 91: | ||
===9) פּורים לאַפאַנטאָ=== | ===9) פּורים לאַפאַנטאָ=== | ||
צוליב | צוליב דעם וואָס די אורעלטערן פון די אידן פון לאַפאַנטאָ (גריכענלאַנד) זענען ניצול געוואָרן פון אַ געפאַהר, פייערן די דאָרטיגע אידן יעדן יאָר דעם עלפטן טבת דעם "פּורים לאַפאַנטא". | ||
===10) פּורים אַנקונאַ=== | ===10) פּורים אַנקונאַ=== | ||
די אידן פון אַנקונאַ (איטאַליע) פאַסטן דעם צוואנציגסטן טבת און דעם איין־און־צוואנציגסטן פייערן זיי "פּורים אַנקונא", ווייל זיי זענען ניצול געוואָרן, אין יאָר 1690, פון אַ געפעהרליכער ערדציטערניש. | |||
===11) פּורים שעריף=== | |||
די אירן אין טריפּאָלי, אַפריקא, פייערן יעדן יאָר, דעם פיער־און־צוואנציגסטן טאָג אין טבת דעם "פּורים שעריף", אָדער ווי זיי רופן דאָס אויך "פּורים קידעבוני" (פאַלשער פּורים), אום אונטערצושיידן אים פון "פּורים אסתר", צוליעב די פאָלגענרע געשעהעניש: אין יאָר 1705 האָט דער גובערנאַטאָר פון טוניס באַלאַגערט טריפּאלי און געדראָהעט אויסצו'הרג'ענען די גאַנצע באַפעלקערונג. אָבער אַנ'עפּידעמיע האָט אויסגעבראָכן צווישען זיינע סאָלדאַטן, און די באַלאַגערונג איז צוריקגערופן געוואָרן. | |||
===12) פּורים טבריה=== | |||
אין יאָר 1743 האָט סולאַימאַן פּאַשאַ, דער גובערנאַטאָר פון דמשק, באַלאַגערט טבריה און אין פאַרלויף פון די דריי־און־אַכציג טעג פון דער באַלאַגערונג האָבן די אידן שרעקליך געליטן. די באַלאַגערונג איז צוריקגערופן געוואָרן דער פיערטן טאָג אין אלול, ביי דעם גובערנאַטאָר פון דמשק, סולאַימאַן פּאַשאַ, דעם זיעבענטן טאָג אין אלול. צוליעב דעם פייערן רי אידן פון טבריה יעדן יאָר לאָקאַלע פּורימ'ס דעם פיערטן טאָג און דעם זיעבענטן טאָג אין אלול. | |||
===13) פּורים אַלזשיר=== | |||
די אידן אין אַלזשיר (צפון אַפריקא) פייערן יעדן יאָר דעם עלפטען תמוז "פּורים אַלזשיר" צוליעב דעם וואָס זיי זענען ניצול געוואָרן פון די שפּאַניער. אין יאָר 1774 האָט דער רעגיערער פון אַלזשיר, מאַחאַמעד איבן אומאַן, העראָאיש פאַרטיידיגט די שטאָט געגען דעם שפּאַנישן גענעראַל אָ'רעיללי. לויט די אידישע לעגענדע, זענען פלאַמען פייער אַרויס פון די קברים פון די רבנים יצחק בן ששת און שלמה בן שמעון דוראַן און האָבן פאַרברענט די שפּאַנישע אָנגרייפער. | |||
===14) פּורים גומעלדזשינאַ=== | |||
אין יאָר 1786 האָבן אַרום פינף טויזענט באַרג־רויבער געפּלינדערט די שטאָט גומעלדזשינאַ, נעבען אַדריאַנאפּאל (טערקיי), זיי זענען באַפאַלן דעם באַפעסטיגטן געגענד וואָס איז געווען באַוואוינט פון אידן, און האָבן זיי טעראָריזירט. דער גובערנאַטאָר האָט זיי אָפּגעטריבן, אָבער גלייכצייטיג זענען די אידן באַשולדיגט געוואָרן אין האָבן קאָנספּירירט מיט'ן שונא. ענדליך, האָבן די אידן באַוויזן זייער אומשולד און זענען געראַטעוועט געוואָרן פון דער קאַטאַסטראָפע. אַלס אנדענק פון דיזען נס פייערן די דאָרטיגע אידן יעדן יאָר "פּורים גומעלדזשינא", אויך באַוואוסט אַלס "פּורים דע לאָס לאַדראָנעס" — פּורים פון באַנדיטן (רויבער פּורים). דער טאָג פון דיזען פּורים איז דער צוויי־און־צוואנציגסטער אלול. | |||
===15) פּורים פלאָרענציען=== | |||
די אידן פון פלאָרענץ (איטאַליע) פייערן יעדן יאָר דעם זיבן־און־צוואנציגסטען טאָג אין סיון דעם "פּורים פלאָרענציען", ווייל אינ'ם יאָר 1790 זענען זיי געראַטעוועט געוואָרן פון אַ בלוט באָד דורך דעם בישאָפּ'ס באַמיהונגען. דעם זעקס־און־צוואנציגסטען טאָג אין סיון פאַסטן זיי און דעם זיבן־און־צוואנציגסטען טאָג אין סיון איז דער פּורים. | |||
===16) פּורים באָרגהעל=== | |||
אינ'ם יאָר 1793, האָט אַ געוויסער באָרגהעל פאַרנומען די שטאָט טריפּאָלי, אַפריקא, האָבן אַרויסגעטריבן דעם גובערנאַטאָר, און שרעקליך געפּייניגט די אידן. צוויי יאָר שפּעטער האָט דער גובערנאַטאָר צוריק אָפּגענומען די שטאָט און די אידן האָבן באַשטימט צו פייערן יעדן יאָר דעם ניין־און־צוואנציגסטן טאָג אין טבת דעם "פּורים באָרגהעל". | |||
===17) פּורים פּאַדואַ=== | |||
די אידן פון פּאַדואַ (בריטיש אינדיע) פייערן, יעדן יאָר, דעם עלפטן טאָג אין סיוון דעם "פּורים פּאַדואַ" אין אנדענקען פון דעם גרויסן פייער אינ'ם יאָר 1795, פון וועלכען זיי זענען געראַטעוועט געוואָרן. | |||
===18) פּורים ווידין=== | |||
אינ'ם יאָר 1807 איז לאָרד פּאַסוואַנאָגלו — דער גרויסער גוטבאַזיצער פונ'ם געגענד ווידין, ביים דונאי, קראַנק געוואָרן נאכדעם ווי ער האָט באַרירט אַ פאַרפּעסטעטע שווערד, און די קראַנקהייט האָט געדראָהעט מיט'ן טויט. די דאָרטיגע מאַכמעדאַנער האָבן באַשולדיגט דעם לאָרד'ס אידישן דאָקטאר קאָהען אין פאַראורזאַכן דעם קריזיס פון דער קראַנקהייט, און האָבן געדראָהעט אַלע דאָרטיגע אידן מיט אַ בלוט־באָד. גליקלעכער־ווייזע האָט דער שטאַרבענדער לאָרד־גובערנאַטאָר פאַרטיידיגט דעם דאָקטאר און די אידן זענען געראַטעוועט געוואָרן. צוליב דיזען נס פייערן די דאָרטיגע אידן יעדן יאָר "פּורים ווידין" צוויי טעג — דעם ניינטן און דעם צענטן מרחשוון. | |||
===19) פּורים רהאָדעס=== | |||
אום נקמה צו נעמען פון די דאָרטיגע אידן, ווייל זיי האָבן קאָנקורירט אין שוואַם (ספּאָנדזש) ביזנעס, האָבן די גריכן פון אינזעל רהאָדעס אין קליין אַזיען, אינ'ם יאָר 1840, פאַראורזאַכט דאָס פאַרשווינדן פון אַ קינד, וועלכעס איז שפּעטער געפונען געוואָרן לעבעדיג אויפ'ן אינזעל אין סיראַ. אָבער בעפאָר דאָס קינד איז געפונען געוואָרן לעבעדיג, זענען די אידן פון רהאָדעס אַריינגעזעצט געוואָרן אין פּריזאן און געפּייניגט. דער סולטאַן אַדר אַל־באַאיר האָט דעם גובערנאַטאָר אַראָפּגעזעצט פון זיין אַמט און האָט די באַשולדיגונג געגען די אידן מבטל געמאַכט. דאָס האָט פּאַסירט פּונקט אם פּורים־אסתר. זייט דאַן פייערן די דאָרטיגע אידן אַ דאָפּעלטן פּורים: פּורים־אסתר און "פּורים רהאָדעס". | |||
===20) "מיין פּורים"=== | |||
רער רב ר' יהונתן בן יעקב, פון פולדאַ, פּרייסען, האָט געפייערט אַ פּורים דעם זיבענצענטן טאָג אין תמוז צוליעב דעם וואָס אַ גרויסער אומגליק איז פאַרמידן געוואָרן פון זיין קהלה, און ער האָט דעם פּורים גערופן "מיין פּורים". | |||
===21) פּורים ליפּמאַן=== | |||
ווען דער רב יום טוב ליפּמאַן העללער, וועלכער איז באַפרייט געוואָרן פון פּריזאָן, וואוהין מ'האָט אים אַריינגעזעצט צוליעב אַ פאַלשע באַשולדיגונג, איז ערוועהלט געוואָרן צום קראַקויער ראַבינאַט, האָט ער עטאַבלירט אַ פאַמיליע־פּורים, וועלכער זאָל געפייערט ווערן יעדן יאָר, דעם ערשטן טאָג אין אדר. | |||
===22) "פּורים פּאָווידלע"=== | |||
אין יאָר 1731 האָט אַ קריסטליכע מיידל געקויפט פּאָווידלע (פלוימען־איינגעמאַכץ) אין דער גראָסערי סטאָר פון דוד בראנדייס, אין דער שטאָט יונג־בונזלאו, באָהעמיא. אין עטליכע טעג שפּעטער, איז דער מיירל'ס פאָטער געשטאָרבן. דוד בראַנדייס איז באַשולדיגט געוואָרן אין פאַרקויפן שלעכטע פּאָווידלע, וועלכע האָט פאַראורזאַכט דעם טויט פונ'ם קריסט, און צוליעב דעם איז ער מיט זיין פרוי און זוהן אַריינגעזעצט געוואָרן אין פּריזאן. אָבער ענדליך האָט די אויספאָרשונג באַוויזן, אַז דער קריסט איז געשטאָרבן פון שווינדזיכט (קאנסאמפּשאן) און בראַנדייס מיט זיין פאַמיליע זענען באַפרייט געוואָרן. צוליעב אָט דער געשעהעניש האָט בראַנדייס עטאַבלירט דעם "פּורים־פּאָווידלע", וועלכען זיין פאַמיליע זאָל פייערן יעדן יאָר דעם צענטן טאָג אין אדר. | |||
===23) "פּאַודער פּורים"=== | |||
אין יאָר 1804 איז אין ווילנע פאָרגעקומען אַנ'אויפרייס אין אַ פּאַודער מאַגאַזין אין וועלכען איין־און־דרייסיג מענטשן זענען אומגעקומען. פיעלע היימען זענען פון דעם אויפרייס צעשטערט געוואָרן. אויך איז צעשטערט געוואָרן די היים פון ר' אברהם דאַנציג (מחבר פון די ספרים "חי אדם", "חכמת אדם" און "נשמת אדם"). ר' אברהם דאַנציג און זיין פאַמיליע זענען אַלע געפעהרליך פאַרוואונדעט געוואָרן, אָבער זענען ניצול געוואָרן פון טויט. צוליעב אָט דעם נס האָט ר' אברהם דאַנציג עטאַבלירט אַ "פּאַודער פּורים", וועלכער זאָל געפייערט ווערן יערן יאָר דעם פופצענטן טאָג אין כיסלו. | |||
רעדאגירונגען