אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:ספעציעלע פורימ'ס"

28,022 בייטן צוגעלייגט ,  פֿאַר 8 חדשים
פורים ענציקלאפעדיע (פאלובא, אברהם.)
(פורים ענציקלאפעדיע)
צייכן: רויע רעדאגירונג
(פורים ענציקלאפעדיע (פאלובא, אברהם.))
צייכן: רויע רעדאגירונג
שורה 23: שורה 23:


===5) פּורים ווינצענז פעטמילך===
===5) פּורים ווינצענז פעטמילך===
אין אָנפאַנג פונ'ם זיבעצענטן יאָר־הונדערט, האָט אין פראַנקפורט־אַם־מאין, דייטשלאַנד, אויסגעבראָכן אַנ'אויפשטאַנד געגן דעם שטאָדט־ראַטה, וואָס איז באַפרייט געוואָרן פון די אַריסטאָקראַטן. דער טרויעריג־באַרימטער אַנטיסעמיט, ווינצענז פעטמילך, איז געווען דער אָנפיהרער פונ'ם דאָזיגן אויפשטאַנד.
אין מיטן מאַי 1612 האָבן די פירשטן זיך פאַרזאַמעלט אין פראַנקפורט־אַם־מאין צו קרוינען דעם קעניג מאַטהיאַס. דערווייל האָבן געוויסע גרופּן זיך געווענדעט צום קעניג מיט פאַרשידענע פּעטיציעס. איין פּעטיציע האָט געבעטן אַז מ'זאָל פאַרקלענערן די צאָל אידן אין פראַנקפורט און אַז זיי זאָלן ניט טאָרן נעהמען מער ווי פינף פּראָצענט פאַר הלואות, וואָס איז אַגב געווען זייער איינציגער מיטל צום לעבן. דער קייזער האָט די דאָזיגע פּעטיציע צוריקגעוויזן.
די אידן־פרעסער האָבן אָבער ניט אויפגעגעבן זייער רשעות. עטליכע יאָר כסרר האָבן זיי זיך געהאַלטן אין איין באַמיהען ביים קייזער, אַז מ'זאָל אַרויסטרייבן די אידן פון פראַנקפורט־אַם־מאין, אָבער דער קייזער האָט אַלע מאָל אָפּגעלייגט. איז געגאַנגען ווינצענז פעטמילך און האָט אַליין אָנגעהויבן דורכפירן זאַכן, וואָס זענען געווען געגן דעם קייזער'ס באַשליסע.
דערווייל האָט זיך דעם איין־און־צוואנציגסטן אויגוסט, 1614, דערטראָגן אַ קלאַנג צו די פראַנקפורטער אידן, וועלכע האָבן געלעבט אָפּגעשלאָסן אין געטהאָ, אַז מ'וועט פּלינדערן די "יודען־גאַסע". האָבן אַ טייל אידן זיך אויסבאַהאַלטן ביי פריינדליכע קריסטן. אַזוי האָט, למשל, איין קריסט אַליין באַהאַלטן ביי זיך אונגעפעהר זעכציג אידישע נפשות. דער גרויסער עולם אָבער איז, פאַרשטעהט זיך, געבליבן אין דער היים און מיט טויט־שרעק געוואַרט אויפ'ן אונגליק. דעם גרעסטן טייל קינדער און פרויען האָבן זיי אַוועקגעפירט אויפ'ן בית עולם, און די מענער האָבן זיך אַנעם געטאָן פאַרריגלען די טויערן. זיי האָבן אויך אויפגעשטעלט באַ־ ריקאַדן פון פענסטער און פון אלץ וואָס ס'האָט זיך נאָר געלאָזט, און זיי האָבן זיך אויך באַוואָפענט מיט וואָס ס'האָט זיך געלאָזט.
אַרום פינף אַזייגער נאכמיטאָג האָבן די דייטשע פאָלקס־מאַסן, געפיהרט פון האַנד־ווערקער געזעלן, זיך געלאָזט צום געטהאָ־טויער. ביז צען אַזייגער אין אָווענט האָבן די כוליגאַנעס ביטער געקעמפט, כדי דורכצוברעכן דעם טויער, אָבער צוליב רי העלדישע פאַרטיידיגונג פון די פראַנקפורטער אידן איז זיי דאָס ניט געלונגען.
פעטמילך האָט שוין מער קיין געדולד געהאַט און ער האָט שוין געוואָלט ברענגען געוועהר צו צעשמעטערן רי טויערן, איז אָבער דערווייל געלונגען עטליכע כוליגאַנעס דורכצוברעכן אַ וואַנט פון אַ קליינער הייזקע, וואָס איז געשטאַנען זעהר נאָהענט ביים טויער, און זיי זענען אַריינגעדרונגען אין רער "יודען גאַסע".
נאַטירליך, האָבן זיך די אידן געוואָלט אַ נעהם טאָן צו זיי, אָבער זיי האָבן די אירן פאַרזיכערט, אַז אדרבה, זיי זענען גאָר זייערע פריינד, און זיי האָבן געראַטן די אירן אַוועקצולעגן דאָס געוועהר. די אידן האָבן זיך געלאָזט איבערריידן, זיי האָבן זיי געגלויבט און געפאָלגט זייער עצה.
אָבער אין אַ קורצע וויילע אַרום, האָבן די אידן איינגעזעהן זייער טעות. די פאַררעטער האָבן זיך אַ נעהם געטאָן אָפּרוימען די באַריקאַדן, און דורך סיגנאַלן האָבן זיי זיך פאַרשטענדיגט מיט די באַנדיטן פון יענער זייט טויער. דאַן האָבן זיי ברייט געעפענט רעם טויער און דער רויב־דורשטיגער המון האָט זיך אַריינגעריסן אין דער "יודען־גאַסע".
אָבער ניט אַזוי גיך האָבן די אידן זיך אונטערגעגעבן. זיי האָבן העלדיש געקעמפט, פאַרוואונדעט עטליכע כוליגאַנעס און איינעם אַפילו דער'הרג'עט. אויך פון די אידן זענען געפאַלן צוויי העלדן. ערשט דאַן, ווען די אידן האָבן איינגעזעהן, אַז ס'האָט ניט קיין זין צו קעמפן געגן אַזאַ גרויסער מיאַיאָריטעט, האָבן זיי זיך צוריקגעצויגן, און דער גרעסטער טייל איז אַוועק אויפ'ן בית עולם צו די פרויען און קינדער.
די צעווילדעוועטע כוליגאַנעס זענען זיי ניט נאָכגעלאָפן, נאָר זיי האָבן זיך אַ לאָז געטאָן ראַבעווען די אידישע הייזער. פעטמילך אַליין איז אויך געווען צווישן די רויבער. ער האָט אַפילו אָנגעוויזן וואָס מ'זאָל אַוועקפיהרן צו אים אַהיים. דערווייל האָט זיך פאַרשפּרייט איבער פראַנקפורט אַ קלאַנג, אַז די "יודען־גאַסע" איז איבערגעגעבן פריי צו די קריסטן; האָט מען זיך אַ לאָז געטאָן מיט וואָגענס און וועגעלאך, און יעדער איינער האָט געראַבעוועט וויפיעל נאָר זיין האַרץ האָט געגלוסט, און דאָס וואָס מ'האָט ניט געקענט אַוועקנעהמען, האָט מען גלאַט חרוב געמאַכט. די טירן און פענסטער האָט מען צעבראָכן, די ווענט אָפּגעריסן און די הייליגע שריפטן האָט מען פאַרברענט. גאַנצע דרייצען שעה האָט געדויערט די פּלינדערונג און דער שאָדן האָט באַטראָפן אַ גרויס פאַרמעגן.
אַזוי צעווילדעוועט איז געווען דער המון, אַז ס'האָבן זיך געהערט קולות אַז מ'זאָל ראַבעווען אויך ביי די רייכע קריסטן. דאָ האָט זיך שוין דער יונגער ביגערמייסטער (סיטי מעיאָר) קעלער אָנגענומען מיט מוטה און מיט דער הילף פון עטליכע באַוואפענטע מענשן איז אים געלונגען פאַנאַנדערצוטרייבן די באַנדיטן. ער האָט אויך איבערגעלאָזט אַ וואַך ביים טויער אַז די פּלינדעריי זאָל זיך ניט איבער'חזר'ן.
דער באַנדע־פיהרער פעטמילך, און זיינע געהילפן זענען געווען אין שטאָט און געטריבן די אונגליקליכע "ווי דאָס ליעבע פיה" צום הייליגן אָרט (בית עולם), וואָס איז געווען אַרומגערינגעלט מיט וואַכן, כדי ער זאָל קענען האָבן די גאַנצע געמיינדע אויף איין פּלאַץ.
אין דער באַגלייטונג פון זיינע געטרייע דינער און מיט אַ גרויסער צאָל פון דעם ווילדן המון האָט פעטמילך אַליין זיך אַוועקגעשטעלט ביים אַריינגאַנג. מיט פאַרכאַפּענדן אטעם זענען די אונגליקליבע אידן געשטאַנען אין טויט־שרעק און מיט אַ בעטענדען בליק געקוקט אויף זיינע ליפּן און געוואַרט אויף זיין אורטייל. אָבער זייער בעטן און וויינען האָט ער מיט שפּאָט איגנאָרירט. נאָך גרעסער איז געוואָרן זייער שרעק, ווען צווישן המון האָבן זיך דערהערט קולות "שלאָגט זיי נידער!" די אונגליקליכע האָבן דאָס באַטראַכט פאַר זייער לעצטע שטונדע. זיי זענען געווען גרייט אויפ'ן ערגסטן. מאַנכע פון זיי האָבן געזאָגט וידוי און געוואַרט אויפ'ן טויט.
דערווייל האָט פעטמילך זיי געלאָזט וויסן אינ'ם נאָמען פון זיין פּאַרטיי, אַז זיי ווילן זיי ניט האָבן אַלס בירגער. האָבן די אירן אָנגעהויבן בעטן, אַז ער זאָל זיי ערלויבן פאַרלאָזן די שטאָט; און נאָך לאַנגען וויינען און בעטן, האָט ער נאָכגעגעבן, אָבער זיי זאָלן באַלד פאַרלאָזן די שטאָט פראַנקפורט.
איינס אַ זייגער האָט זיך אָנגעהויבן יציאת פראַנקפורט. דרייצען הונדערט און אַכציק אידן זענען געגאַנגען צום טייך מאַין. דאָס ביסל האָב און גוטס וואָס די רויבער האָבן נאָך ניט באַוויזן צו צעראַבעווען, האָבן זיי מיטגענומען. אָבער זיי האָבן געמוזט דערפאַר באַצאָלן שווערע סומען געלד. מיט געוויינען און יללות האָבן זיי פאַרלאָזן זייער געבורטסשטאָט, אין וועלכער ס'האָבן אַמאָל געלעבט זייערע אור־עלטערן. אַ טייל פון זיי זענען געפאָרן אַרויף דעם טייך מאַין, אַ טייל אַראָפּ דעם טייך מאַין. אַנדערע האָבן זיך אַוועקגעלאָזט גלאַט אין דער וועלט אַריין, וואוהין די אויגן האָבן זיי געטראָגן. אָט אַזוי איז דאָס פראַנקפורטער אידענטום אין יענער טרויעריגער צייט צעזייט און צעשפּרייט געוואָרן.
גאַנצע צוויי יאָר האָט פעטמילך טעראָריזירט דעם שטאדט־ראַט; אָבער ענדליך איז עס דערגאַנגען צום קייזער. ווי נאָר דער קייזער איז געוואויר געוואָרן פון דער פּאָליטישער איבערקערעניש, און אַז אַלע אידן זענען אַרויסגעטריבן געוואָרן, האָט ער באַלד באַפוילן צו אַרעסטירן פעטמילך'ן און זיין באַנדע.
ס'האָט זיך דאַן אָנגעהויבן אַנ'אונטערזוכונג געגן די פירער פון דער דאָזיגער שענדליכער טהאַט. די אונטערזוכונג איז שוין גאָר ניט געווען אַזוי לייכט, ווייל ס'זענען אין דער זאַך געווען פאַרמישט פילע רעדל־פיהרער. דער אַרעסט פון אַ נייעם אַנטייל־נעהמער האָט באַלד געפירט צום אַרעסט פון נאָך עטליכע און אַזוי אַרום איז עס געוואָרן אַלץ מער קאָמפּליצירט און פאַרדרייט.
און אָט די "העלדישע" אידן־פרעסער האָבן ביי דעם פּראָצעס זיך שוין גאָר ניט אַרויסגעוויזן אַלס העלדן. יעדער איינער פון אָט די טרויעריגע העלדן האָט געזוכט זיך צו ראַטעווען דורך דעם וואָס ער האָט אַרויפגעוואָרפן די שולד אויפ'ן צווייטן. יעדער איינער האָט גע'טענה'ט אַז מ'האָט אים נעבאַך פאַרפירט, און שולדיג איז דער פאַרפירער. און זיי, די אַמאָליגע העלדן געגן אַ הילפלאָז הייפעלע אידן, זענען איצט געשטאַנען און ציטערנדיג געבעטן אַז מ'זאָל זיי באַגנאַדיגן.
ווען די לאַנגע, ענדלאָזע אויספאָרשונגען האָבן זיך געענדיגט, האָבן די קאָמיסאַרן דעם 21־טן פעברואַר 1616 געלאָזט וויסן, אַז זיי זענען פאַרטיג מיט דער אויספאָרשונג. די מערדערישע אָנפיהרער זענען פאַראורטיילט געוואָרן צום טויט. דער 28־טער פעברואַר איז באַשטימט געוואָרן אַלס דער טאָג פאַר אויספיהרן די טויט־שטראף, און אין דעם זעלבן טאָג זאָל אויך פאָרקומען דאָס פייערליכע צוריקבריינגען פון די אַרויסגעטריבענע אידן צוריק קיין פראַנקפורט.
אום צו קענען האַלטן פאָלקאָמע אָרדנונג, האָט מען שוין דעם 26טן געשלאָסן אַלע וויין־שענקען. די שטאָט איז געווען מיליטעריש באַוואַכט. אין מיטן פערד־מאַרק האָט מען אויפגעשטעלט דעם עשאַפאט (תליה), און שוין ביים זונען־אויפגאַנג איז דאָרט געווען פאַרזאַמעלט אַ זעהר גרויסער עולם. זיבן אַזייגער אין דער פריה האָט מען געבראַכט די פאַראורטיילטע צום עקזעקוציע פּלאַץ אונטער אַ גרויסער מיליטערישער וואַך.
ווינצענז פעטמילך איז געווען דער ערשטער באַשטראָפט צו ווערן, ווייל ער איז געווען דער הויפּט אָנפיהרער פון דער באַנדע. מ'האָט אים פאָרגעלייענט דעם טויט־אורטהייל און באַלד נאכדעם האָט מען אים איבערגעגעבן צום תליון.
צום אַלעם ערשט האָט דער תליון אים אָפּגעהאַקט צוויי פינגער פון דער רעכטער האַנד. דאַן האָט ער אים מיט דער שווערד געטויטעט, צעשניטן דעם קערפּער אויף פיער טיילן, דעם קאָפּ אַרויפגעזעצט אויף אַן אייזערנעם שטאַנג און אים אויפגעהאַנגען אויף דעם טורעם פון דער בריק. זיין הויז האָט מען באַלד פאַרניכטעט און עס גלייך געמאַכט מיט'ן באָדן און זיין גאַנץ פאַרמעגען האָט מען קאָנפיסקירט. פילע פון די איבעריגע רעדל־פיהרער האָבן אויך געקראָגן טויט־שטראָף.
נאָך דער עקזעקוציע האָט מען פאָרגעלייענט דעם קייזערליכן באַפעהל אַז "די אידן מיט זייערע ווייבער און קינדער זאָלן ווידער אין אירע גאַסן אויפגענומען ווערן, אַלע אירע הייזער רעפּארירט, און אין פאַרלויף פון דריי מאָנאַטן מוז מען זיי צוריקגעבן זייער זילבער, גאָלד, צירונג און אַלעס וואָס מ'האָט ביי זיי אַוועקגערויבט; און אַז פון איצט אָן און ווייטער ווער ס'וועט זיי באַלעסטיגן, וועט שטרענג באַשטראָפט ווערן."
מיט גרויס פּאָמפּ און פּראַכט, מיט מיליטערישע אָפּטיילונגען און אַ גרויסע צאָהל פאָהנען האָט מען צוריקגעבראַכט די אידן קיין פראַנקפורט. די קאָמיסאַרן קורמאינצעס און דראמשטאדט האָבן זיי געפיהרט, און געווען איז דאָס דעם צוואנציגסטן טאָג אין אדר 1616. אין גוט אָרגאַניזירטע רייהען האָט דער צוג זיך לאַנגזאַם געצויגן דורך דער שטאָט. פאַר דעם עולם זענען געפאָרן צוויי וועגען. אינ'ם ערשטן וואָגען איז געזעסן אַ גרייז־גרויער מאַן מיט אַ שנעע־ווייסער באָרד און אַ קינד, אין דעם צווייטן וואָגען זענען געזעסן דריי קעניגליכע אַדלער, וואָס האָבן געטראָגן די אויפשריפט: "רוימישער קעניגליכער מאַיעסטעט אונד דעם הייליגען רייכס־שוץ."
דאַן האָט דער פיהרער פון דעם צוג צוגעקלאַפּט די דריי אדלער צו די דריי טויערן פון דער "יודען גאַסע", און ער האָט צוגערופן צו זיך אַ פאָרשטעהער פון די אידן און האָט אים ערקלערט, אַז דער ביז איצטיגער מאַנדאַט איז ניט מער גילטיג, און האָט אים פאָרגעלעגט די נייעס.
נאכדעם האָט מען געעפענט די טויערן. איינער איז אַרומגעפאָרן איבער דער גאַס מיט אַ טרומפּייט און אונטער די טרומפּייט קלאַנגען האָבן זיך אומגעקערט רי אַרויסגעטריבענע אידן אין זייער געבורטס־שטאָט. ס'האָט זיך פאַר זיי אָנגעהויבן אַ בעסער לעבן, ווייל אויסער דעם וואָס פילע וויכטיגערע פּונקטן אינ'ם נייעם מאַנדאַט זענען געווען פיעל גינסטיגערע, זענען זיי דאַן געווען אונטער דער שוץ פונ'ם קייזער, און ניט ווי פריהער אונטער דער שוץ פונ'ם ראַטה.
זייט דאַן ביז היינט פייערן די אידן אין פראַנקפורט־אַם־מאַין דעם צוואנציגסטן טאָג אין אדר אַלס "פּורים ווינצענז", און מיר האָפן אַז גאָר בקרוב וועלן רי אידן פון דער גאַנצער וועלט פיייערן אַ "פּורים" אין אנדענק פון היטלער־מוסאליני־היראָאיטאָ'ס מפּלה.
===6) פאָרהאַנג פּורים===
אונטער דער הערשאַפט פון דעם פירשט קאַרל פאָן ליכטענשטיין, וועלכען דער קעניג פערדינאַנד האָט באַשטימט אַלס שטעלפאַרטרעטער איבער באָהעמיע, איז מיט די אידן פון פּראַג געשעהן אַ פּאַסירונג וואָס האָט פאַראורזאַכט דעם "פאָרהאַנג פּורים". ר' חנוך אַלטשוהל האָט באַשריבן די גאַנצע פּאַסירונג אין אַ מגילה וואָס ער האָט אַ נאָמען געגעבן "מגילת פּורים הקלעים", און ער האָט אָנגעזאָגט, אַז זיינע קינדער און קינדס־קינדער זאָלן פייערן דעם צוויי־און־צוואנציגסטן טבת "פאָרהאַנג פּורים" אַלס אנדענק, וואָס ער אַלטשוהל און יוסף טהעין זענען געראַטעוועט געוואָרן פון אַ זיכערן טויט. און אָט וואָס די דאָרטיגע "מגילת פּורים הקלעים" דערצעהלט:
אין 1623, זענען טייערע פאָרהאַנגען גע'גנב'עט געוואָרן פון פירשט קאַרל פאן ליכטענשטיינ'ס פּאַלאַץ אין פּראַג. מ'האָט אַנאנסירט אין אַלע שוהלן פון פּראַג, אַז דער יעניגער וואָס וועט די פאָרהאַנגען געפינען, זאָל זיי אומקערן צום שמש חנוך אלטשוהל. פאָלגליך האָט איינער יוסף טהעין די פאָרהאַנגען געבראַכט צום שמש אלטשוהל ערקלערענדיג אַז ער האָט זיי געקויפט פון צוויי זעלנער. דער וויצע־גובערנאַטאָר רודאלף וואַלדשטיין, דער אויפזעהער פונ'ם פירשט'ס הויף און הערשער פון דער שטאָט פּראַג, ווען מ'האָט אים די פאָרהאַנגען געבראַכט, האָט שטרענג געפאָדערט אַז מ'זאָל גלייך ברענגען צו אים דעם יעניגן וואָס האָט די פאָרהאַנגען געקויפט, אום ער זאָל אים געהעריג באַשטראָפן. אָבער אַזוי ווי די קהלה רעגולאַציעס האָבן פאַרבאָטן אַרויסצוגעבן דעם נאָמען פון יעניגן וואָס האָט געקויפט גע'גנב'טע זאַכן, אויב יענער האָט זיי פרייוויליג אומגעקערט, האָט זיך דער שמש אלטשוהל ענטזאַגט אַרויסצוגעבן דעם נאָמען פון יוסף טהעין, און צוליב דעם איז דער שמש אַלטשוהל אַרעסטירט געוואָרן און איז גלייך פאַר'משפּט געוואָרן געהאַנגען צו ווערן דעם נעקסטן טאָג. זעהענדיג אַז דעם שמש'ס לאַגע איז געפעהרליך, האָט די קהלה ענדליך ערלויבט דעם שמש אלטשוהל אַרויסצוגעבן דעם קויפער'ס נאָמען. ווען דער שמש האָט יוסף טהעינ'ס נאָמען אַרויסגעגעבן, האָט מען טהעינ'ען באַלד פאַר'משפּט צו דער תליה אַנשטאט אַלטשוהל. דורך די פילע באַמיהונגען פון אַ פּראָמינענטן קריסט איז יוסף טהעין ענדליך באַפרייט געוואָרן מיט'ן באַדינג אַז די קהלה זאָל באַצאָהלן צעהן טויזענד פלאָרינס אין זילבער. אָבער, פונדעסטוועגן, אום צו ערנידעריגן די אידן, האָט וואַלדשטיין באַפוילן אַז די פאַרלאַנגטע סומע זאָל צעטיילט ווערן אין צעהן גלייכע טיילן און זאָל געטראָגן ווערן אין לייווענטענע זעקלאך פון צען פּראָמינענטע אידן באַגלייט פון זעלנער דורך די גאַסן פון פּראַג צום שטאָט מאַגיסטראַט (סיטי האָל).
ווען די צען אידישע פאָרשטעהער זענען אָנגעקומען צו רודאלף וואַלדשטיין מיט די צען זעקלאך געלט, האָט זיך זיין גרימצאָרן אין אים צעפלאַקערט, און ער האָט זיך צעשריען: "פאַרשאָלטענע אידן, פאַר וואָס פאַרדעקט איר דאָס געלט, פּונקט ווי דאָס וואָלט זיין כאַבאַר וואָס איר גיט מיר!" און ער האָט באַפוילן אַז צען זעלנער זאָלן פיהרן די צען אידן פון אים, דורך דער בריק, דורך דעם אַלטן פּלאַץ אין געריכט אַריין, דאָס געלט זאָלן זיי טראָגן אָפען, און טאָמער וועט ווער פון זיי וועלן צודעקן דאָס געלט, זאָל מען אים אַכזרות'דיג שלאָגן. יעדן איינעם פון די עלטסטע איבער דער תפיסה האָט מען געגעבן וואָס ס'איז אים געקומען, און ערשט דאַן, שפּעט פרייטאג אָווענט, האָט מען ר' יוסף טהין'ען באַפרייט פון תפיסה און ער איז בשלום געקומען אַהיים.
===7) פּורים קאַאיראָ===
אין יאָר 1524, האָט אַכמעד שאַאיטאַן פּאַשאַ, דער גובערנאַטאָר פון עגיפּטען, אַריינגעזעצט אין תפיסה צוועלף אידישע פאָרשטעהער פון קאַאירא מיט'ן צוועק אַרויסצופּרעסן פון זיי געלט. ווען דאָס האָט ניט געווירקט, האָט ער געדראָהעט אויסצוקוילען אַלע אידן פון קאַאירא, ווי גיך ער וועט זיך נאָר אָפּבאָדן. איינער פון זיינע באַדינער האָט אים אָבער דערשטאָכן אין דער באד, און די אידן זענען אַזוי אַרום ניצול געוואָרן פון אַ זיכערן טויט. אין אנדענקען פון אָט דעם נס פייערן די אידן פון קאַאירא יערן יאָר דעם אַכט־און־צוואנציגסטן אדר דעם "קאַאירא פּורים".
===8) פּורים אדום===
אין יאָר 1541 האָט שפּאַניען געמאַכט אַ פאַרזוך צו פאַרכאַפּן אַלזשיר (צפון אַפריקא), אָבער איר פלאָטע וואָס איז געשוואומען פאַר דעם צוועק איז אומגעקומען פון אַ ים־שטורם, ווי די לעגענדע וויל האָבן, צוליב די תפילות פון ר' שלמה דוראַן. און אַזוי ווי די אידן פון אַלזשיר זענען אַזוי אַרום געראַטעוועט געוואָרן פונ'ם שפּאַנישן רעליגיעזן פאַנאַטיזם פייערן זיי יעדן יאָר "פּורים אדום" רעם פיערטן טאָג אין מרחשוון.
===9) פּורים לאַפאַנטאָ===
צוליב רעם וואָס די אורעלטערן פון די אידן פון לאַפאַנטאָ (גריכענלאַנד) זענען ניצול געוואָרן פון אַ געפאַהר, פייערן די דאָרטיגע אידן יעדן יאָר דעם עלפטן טבת דעם "פּורים לאַפאַנטא".
===10) פּורים אַנקונאַ===
רי אידן פון אַנקונאַ (איטאַליע) פאַסטן דעם צוואנציגסטן טבת און דעם איין־און־צוואנציגסטן פייערן זיי "פּורים אַנקונא", ווייל זיי זענען ניצול געוואָרן, אין יאָר 1690, פון אַ געפעהרליכער ערדציטערניש.