בדוקי עריכות אוטומטית, אינטערפעיס רעדאקטארן, אינטערפעיס אדמיניסטראַטאָרן, סיסאפן, מייבאים, מעדכנים, מייבא, אספקלריה רעדאקטארן
46,589
רעדאגירונגען
אין תקציר עריכה |
צייכן: רויע רעדאגירונג |
||
| (2 צווישנדיגע ווערסיעס פונעם זעלבן באַניצער נישט געוויזן) | |||
| שורה 38: | שורה 38: | ||
ר' יוסף האט חתונה געהאט ווייניגסטנס דריי מאל. אין זיינע ווערק ציטירט ער מסורות אין די נעמען פון זיינע דריי שווערן זיך באציענדיג צו יעדער פון זיי ווי "מורי". בשעת ער איז געווען אין טערקיי, זענען צוויי פון זיינע זין און א טאכטער געשטארבן. ער האט איבערגעלאזט דריי זין, שלמה, יהודה, און אן אנדער (אפשר יצחק), וועלכע זענען געשטארבן עטליכע יארן נאך אים. לויט איין מסורה איז א זון פון ר' יוסף געווען א חתן צו דער טאכטער פון [[אר"י הקדוש|רבי יצחק לוריא]]. זיין זון יהודה איז געבוירן געווארן פיר אדער פינף יאר פאר זיין פאטער'ס טויט. | ר' יוסף האט חתונה געהאט ווייניגסטנס דריי מאל. אין זיינע ווערק ציטירט ער מסורות אין די נעמען פון זיינע דריי שווערן זיך באציענדיג צו יעדער פון זיי ווי "מורי". בשעת ער איז געווען אין טערקיי, זענען צוויי פון זיינע זין און א טאכטער געשטארבן. ער האט איבערגעלאזט דריי זין, שלמה, יהודה, און אן אנדער (אפשר יצחק), וועלכע זענען געשטארבן עטליכע יארן נאך אים. לויט איין מסורה איז א זון פון ר' יוסף געווען א חתן צו דער טאכטער פון [[אר"י הקדוש|רבי יצחק לוריא]]. זיין זון יהודה איז געבוירן געווארן פיר אדער פינף יאר פאר זיין פאטער'ס טויט. | ||
אין ר' יוסף'ס שו"ת אבקת | אין ר' יוסף'ס שו"ת אבקת רוכל ([https://www.sefaria.org/Avkat_Rokhel.134.9 סי' קלד]) איז דא א נאטיץ, "בכאן הניח הרב זלה"ה נייר חלק והיה לו לכתוב יותר בתשובה אלא שנתבקש בישיבה של מעלה וה' יכפר בעדנו אמן – דא האט דער רב, זיין געדענקעניש צו ברכה, געלאזט דעם פאפיר ליידיג. ער האט געדארפט צו שרייבן מער אינעם תשובה, נאר איז גערופן געווארן צום ישיבה פון אויבן". ער איז נפטר געווארן אין צפת דאנערשטאג י"ג ניסן של"ה אין עלטער פון 87 יאר; אלס א סימן איז {{תנך|שיר השירים|ה|יא}} ציטירט געווארן: "ראשו כתם פז – זיין קאפ איז ווי דאס פיינסטע גאלד" (פ"ז, "פיין גאלד": גימטריא 87). ער איז באערדיגט געווארן אין צפת, וואו זיין קבר קען נאך געזען ווערן אויפן אלטן בית־החיים. | ||
==ווערק== | ==ווערק== | ||
| שורה 50: | שורה 50: | ||
זייענדיג א ספרדי האט דער "בית יוסף" פאַרקוקט די אשכנזישע מנהגים. דאס האט געאַרט א היבש ביסל די ראשי הישיבות פון דייטשלאנד און פּוילן. דער רמ"א ז"ל איז געווען דער ערשטער, וועלכער איז ארויסגעקומען מיט הגהות אויף דעם שולחן ערוך. אבער "אלו ואלו דברי אלקים חיים". די פריינדשאפט צווישן זיי איז געווען א שטארקע. און דער "בית יוסף" האט אפילו מזכה געווען דעם רמ"א מיט א תיקון סופרים, לויט וועלכן דער רמ"א האט געשריבן א ספר תורה. | זייענדיג א ספרדי האט דער "בית יוסף" פאַרקוקט די אשכנזישע מנהגים. דאס האט געאַרט א היבש ביסל די ראשי הישיבות פון דייטשלאנד און פּוילן. דער רמ"א ז"ל איז געווען דער ערשטער, וועלכער איז ארויסגעקומען מיט הגהות אויף דעם שולחן ערוך. אבער "אלו ואלו דברי אלקים חיים". די פריינדשאפט צווישן זיי איז געווען א שטארקע. און דער "בית יוסף" האט אפילו מזכה געווען דעם רמ"א מיט א תיקון סופרים, לויט וועלכן דער רמ"א האט געשריבן א ספר תורה. | ||
== אלס א מקובל == | ==אלס הלכה'יסט== | ||
עס איז | כאטש ר' יוסף קאַראָ איז פאראייביגלט געווארן דורך זיין מערסט בארימט ווערק, דער [[שולחן ערוך]], וואס איז געוואָרן דער אויטאריטאטיווער קאָד פון אידישן געזעץ פארן ארטאדאקסישן אידנטום איבער דער וועלט, איז זי די אומוויכטיגסטע פון זיינע ווערק פון דער שטאנדפּונקט פון דער תורה-לערנונג. עס איז געווען, ווי ער אליין זאגט, א קיצור פון זיין הויפט-ווערק, וואס דער בית יוסף האט דעזיגנירט צווישן אנדערע פאר "יונגע תלמידים" ([https://www.sefaria.org/Shulchan_Arukh%2C_Introduction.6 הקדמה]) און ער אליין לייגט דערויף נישט קיין גרויסן עיקר. ער ציטירט עס קיינמאל נישט אין זיין שו”ת, נאר ציטירט אנשטאט דעם בית יוסף. | ||
===די בית יוסף=== | |||
ר' יוסף האט אנגעהויבן שרייבן דעם בית יוסף אין 1522 אין אַדריאַנאָפּאל, און האט דערויף געארבעט 20 יאר אין א צי, און פארענדיגט אין צפת אין 1542, הגם דער ערשטער באנד איז ערשינען ערשט אין 1555. אין זיין באוואונדערנדן, קורצן [https://www.sefaria.org/Beit_Yosef%2C_Introduction.1 הקדמה] שטעלט ר' יוסף אויס דעם ציל און צוועק פון זיין חיבור. די מערהייט פון ספרי הלכה, און זייער נטייה צו געבן פסקים אָן אריינגיין אין די מקורות, אדער געבן קעגנגעזעצטע מיינונגען, צוזאמען מיט דעם אז פארשידענע קהילות פארלאזן זיך אויף פארשידענע פוסקים, האבן געבראכט א צעמישנדע פארשידנקייט פון לאקאלע מנהגים. זיין ציל איז געווען צו מאכן סדר פון דעם כאאס און – דורך גרונטליך אויספארשן יעדע איינצלנע הלכה, אנגעהויבן פון איר מקור אין דער גמרא, דיסקוטירן יעדער פאַזע פון איר אַנטוויקלונג, און ברענגען יעדן מעגליכן אפווייכנדן מיינונג – צום סוף אנקומען צו די באשטימענדע פּסק{{#קיים:קאדיפיקאציע פון הלכה|{{רווח קל}}(זעט [[קאדיפיקאציע פון הלכה]])}}{{העב|}}. ער האט באשלאסן נישט צו שרייבן אַן אומאפהענגיגן ווערק "כדי נישט צו דארפן איבער'חזר'ן וואס מיינע פארגייער האבן שוין געשריבן", נאר דאס צו שרייבן אין דער פארם פון א קאמענטארן אויף א עקזיסטירנדן פוסק. ער האט ערשט געטראכט וועגן דער רמב"ם'ס קלאסישע קאָד, "ווייל ער איז דער באַרימטער פּוסק אין דער וועלט", אבער האט אפּגעווארפן דעם געדאנק, ווייל דער רמב"ם שטעלט פאָר די הלכה אָן צו געבן פארשידענע מיינונגען; ער האט ענדליך באשלאסן אויף די [[ארבעה טורים]] פון [[רבי יעקב בן אשר]] "וואס גיט די מיינונגען פון רוב פוסקים". | |||
ס'איז נישטא קיין צווייפל, אז די דאזיגע באשלוס האט געהאט אַן אנטשיידנדן איינפלוס אויף דער גאנצער אנטוויקלונג פון הלכה. עס האט פארגרעסערט די וויכטיגקייט פון די ארבעה טורים, שוין דאן אן אויטאריטאַטיווער פוסק, נאך מער מאסשטאבליך און עטאבלירט פאר אלע צייטן די צעטיילונג פונעם חלק פון אידישן געזעץ וואס איז פון פּראקטישן אָנווענדונג אין פיר טיילן וואס ר' יעקב בן אשר האט אַנטוויקלט (זעט [[שולחן ערוך]]). עס איז מסתמא דא אן אנדער סיבה וואס ר' יוסף דערמאנט נישט. ר' יעקב בן אשר, הגם ער איז אויפגעוואקסן אין שפאניע, איז געווען דער זון פון [[רא"ש|רבי אשר בן יחיאל]] (רא"ש), איינער פון די גרעסטע פיגורן אין דער פראנק-דייטשישער (אשכנז) חדר, און האט דערמיט געגעבן די געוויכט אין זיין פסקים-ספר צו די מיינונגען פון די אשכנז'ישע פוסקים, וואס דער רמב"ם האט כמעט איגנארירט. אין די צוויי יארהונדערט וואס זענען פארגאנגען זינט דער צוזאמשטעלונג פון ר' יעקב בן אשר'ס חיבור, האט אבער די לימוד התלמוד פארגעזעצט און געבליט אין צענטראל־ און מזרח־אייראָפּע, בעת זי איז צוריקגעפאלן אין שפּאניע. ר' יוסף גיט א איינדרוקספולע רשימה פון נישט ווייניגער ווי 32 חיבורים, וואס ער קאנסולטירט, פון [[רש"י]] ביז [[רבי יוסף קולון]], דערמאנט די וואס האבן געהערט צו דער פראנצויזיש-דייטש חדר און די פון דער שפּאנישער (ספרד) טראדיציע. ער לייגט צו, אז ער נוצט דעם זוהר שפּארזאם, און למעשה גיט ער נאר זעלטן א פסק אויף דעם זוהר וואס איז אין סתירה מיט ר' יעקב בן אשר. זיין געפיל פון אומבאקוועמליכקייט דערמיט זעט מען אין דעם, אז אין צוויי אזעלכע פעלער (טור וש"ע אוח קיא און רפח) קומט צו אים דער מגיד (זעט ווייטער) אין א חזיון און באשטעטיגט זיין פסק (מגיד מישרים, משלי כ"ג און פרשת ויקהל). | |||
עס איז געווען נאך א סיבה, צו געבן בעפארצוג פאר ר' יעקב בן אשר'ס טור איבער דעם חיבור פון רמב"ם וועגן וועלכן ר' יוסף שווייגט. בשעת די לעצטע איז א פולשטענדיג קאָד, וואס נעמט ארום דאס גאנצן אידישן געזעץ צי עס איז געווען אין קראפט און אנווענדליך אין היינטצייטיגע אומשטענדן אדער נישט, באגרענעצט זיך ר' יעקב בן אשר אין זיין חיבור שטרענג בלויז צו יענע געזעצן וואס זענען פון פּראקטישן אנווענדבארקייט אין זיין צייט. ר' יוסף'ס צוגאנג שטימט מיט דעם לעצטן און עס איז שווער צו זען ווי אזוי, טראץ זיין דעקלעראציע, ער וואלט זיך געקענט באזירן אויפ'ן רמב”ם. פונדעסטוועגן ווייזט ער זיין באוואונדערונג פון און אפהענגיגקייט אויפ'ן רמב”ם, אין דעם וואס ער אדאפּטירט אין א היפּשן מאס דעם לשון הרמב"ם. ס'איז געשאצט, אז נישט ווייניגער ווי א דריטל פון דעם טעקסט איז איבערגעשריבן ווארט-ביי-ווארט פון אים. אין א תשובה ([https://www.sefaria.org/Avkat_Rokhel.32 אבקת רוכל סי' לב]) אויף די שאלה צי א קהילה וואס האט נאכגעפאלגט דעם רמב"ם קען זיין מחויב צו אננעמען ר' יוסף'ס פסקים, טוט ער דאס שטארק פארבאטן, און דערביי רעדט ער די שענסטע ווערטער פונעם רמב"ם, און שטעלט זיך פעסט אז זיי זאלן ווייטער זיך האלטן צו זיינע פסקים. | |||
ר' יוסף האט פארזיכטיג צונויפגעזאמלט דעם עקזיסטירנדן טעקסט פון די טורים, עס פארגליכן מיט כתבי יד און פארראכטן די טעותי סופרים וואס האבן זיך אין אים אריינגעכאפט. אבער זיין ארבעט האט געהאט א פּראקטישן צוועק: סוף־כּל־סוף פעסטשטעלן די באשטימטע הלכה, אז עס זאל זיין "תורה אחת ומשפט אחד". דא האט ער זיך געטראפן מיט א שוועריגקייט. ער האט געפילט אז זיין אייגענע אויטאריטעט איז נישט באגעניגנד צו באשליסן צווישן סתירה'דיגע מיינונגען, און ער האט דעריבער אנגענומען אַן עמפּירישע מעטאד. ער האט גענומען ווי זיין יסוד די חיבורים פון די דריי ריזן אין הלכה - [[רי"ף|רבי יצחק אלפסי]] (רי"ף), רמב"ם און רא"ש און באשלאסן צו אננעמען די פסק פון א מערהייט פון די דריי. ער האט אבער בפירוש אפגעהיט א געוויסע בויגזאמקייט, וועלכן ער האט גאנץ פיין אויסגענוצט. ווען א מערהייט פון די אנדערע ספרי פסק מיט וועלכע ער האט זיך באראטן האבן נאכגעפאלגט די איינציגסטע דעה פון איינעם פון דריי אדער וואו מען האט אנגענומען א מנהג למעשה, אדער וואו עס איז נישט געגעבן געווארן קיין קלארע החלטה, דאן לאזט ער זיך אפּ פון דעם כלל, און מיט א דערפרישנדן ליבעראליטעט, לייגט ער אראפּ אז אויב זיין באשלוס איז קעגן דעם איינגעשטעלטן מנהג אין סיי וועלכע לאנד זענען זיי פריי צו איגנארירן זיין פסק, בפרט ווען דער מנהג האָט נאכגעפאלגט דעם שטרענגערע אויסטייטש. | |||
פאר ענציקלאפּעדישע ידענות און פולשטענדיגן באהערשונג אין דער נושא, פאר גרונטיקליכקייט פון פארשונג און פאר א שטארקן קריטישן איינזיכט האט דער דאזיגער חיבור נישט קיין פארגלייך אין דער גאנצער רבני'שער ליטעראטור. ביזן היינטיגן טאג איז עס אַן אומפארציכטבארער וועגווייזער פאר יעדן וואס וויל נאכפאלגן דער אנטוויקלונג פון יעדן איינצלנעם הלכה פון גמרא פון איר מקור ביזצו איר אנטוויקלונג אינעם 16טן יארהונדערט. | |||
===דער שולחן ערוך=== | |||
עס איז געווען דעם אנערקענונג פונעם שלימות פון דעם חיבור, וואס האט ענדליך געגעבן דעם שולחן ערוך זיין אומ'מחולק'דיגן ארט אלס דער ספר פסקים פון הלכה 'פּאַר עקסעלענץ'. דאס אז עס איז געווען א קיצור פונעם בית יוסף, אין וועלכן עס ווערט געגעבן א דעטאלירטן אונטערזיכונג פונעם מקור און אנטוויקלונג פון יעדן דין, האט עס אוממעגליך געמאכט צו קעגנברענגען ר' יוסף די העפטיגע קריטיק וואס איז ארויסגעברענגט געווארן קעגן דעם רמב"ם'ס פסק-ספר, אז ער לייגט אראפּ די הלכה אן געבן מקורות אדער חילוקי דעות. די מאסיווע פאָליאנטן אין וואס נאכפאלגנדע קאמענטארן און סופּערקאמענטארן האָבן געשוואָלן דאס אריגינעלן טעקסט האבן פארשלייערט די פאקט אז עס איז אריגינעל געווען זייער קורץ. אין דער דריטער אויסגאבע ([[ווענעציע]], 1567) ווערט דער טעקסט איינגעטיילט אין 30 אפטיילונגען, צו לערנען נאכאנאנד, איין אָפּטיילונג טעגליך, כדי די גאנצע חיבור זאל קענען ווערן איבערגעגאנגען אין 30 טעג, א אויפגאבע, וואס איז בכלל נישט אוממעגליך, אויב מען לערנט עס נאר צו דערפרישן דעם זכרון. אפילו א קעשענע אויסגאבע איז ערשינען, און דער שער בלאט פון דער זעקסטער אויסגאבע (ווענעציע, 1574) זאגט אויסדרוקליך אז עס איז אויסגעשטעלט אין דעם פארמאט "כדי עס זאל קענען ווערן געטראגן אין דער בוזעם אזוי אז עס קען ווערן נאכגעקוקט אין סיי וועלכן צייט און ארט, ביי דאטשע אדער ביים רייזן." | |||
== אלס מקובל == | |||
עס איז פארהאן נאך א ספר, וועגן וועלכן די טראדיציע האלט, אז דער מחבר איז געווען רבי יוסף קארו. דאס איז דער ספר "מגיד משרים" — רעליגיעז־מיסטישער טאגבוך, וואס באשטייט פון פּירושים און סודות. עס ווערט דארט דערציילט, אַז יעדן פרייטאגצונאַכטס פלעגט קומען צו רבי יוסף קאַרו די משנה, אין געשטאַלט פון אַ "מגיד" פון הימל, און אים מגלה זיין סודות און אויך דערציילן נביאות. עס זענען אָבער פאַרהאַן טייל געלערנטע (צווישן זיי קאַסעל, דער אַרויסגעבער פון קורפונטוס "קורא הדורות", וואו רבי יוסף קאַרו ווערט אָנגערופן דער מחבר פון "מגיד משרים"), וואָס האַלטן, אַז דאָס ספר איז נישט געשריבן געוואָרן דורך רבי יוסף קאַרו, און אַז עס איז געפעלשט. | |||
ר' יוסף קאַרו איז געווען א גרויסער אָנהענגער פון [[רבי שלמה מולכו]], מיט וועמען ער האָט זיך באַגעגנט אין אַדריאָנאָפּאַל. באַגייסטערט פון מולכו'ס קבלה־דרשות, האָט ער זיך גענומען פאַרטיפן אין קבלה און דורכגעדרונגען געוואָרן מיט די משיחישע טרוימען פון זיין דור. אין זיין "מגיד מישרים" ווייזט ער אַרויס אַ באַזונדערע ליבע צו מולכו'ן און רופט אים אָן: "שלמה אהובי", "שלמה ידידי", "שלמה חביבי". דער ערשטער טייל פון "מגיד מישרים" איז דערשינען אין לובלין, 1646, די צווייטע (ערשטע פולשטענדיקע) אויסגאַבע — אין ווענעציע, 1654. | ר' יוסף קאַרו איז געווען א גרויסער אָנהענגער פון [[רבי שלמה מולכו]], מיט וועמען ער האָט זיך באַגעגנט אין אַדריאָנאָפּאַל. באַגייסטערט פון מולכו'ס קבלה־דרשות, האָט ער זיך גענומען פאַרטיפן אין קבלה און דורכגעדרונגען געוואָרן מיט די משיחישע טרוימען פון זיין דור. אין זיין "מגיד מישרים" ווייזט ער אַרויס אַ באַזונדערע ליבע צו מולכו'ן און רופט אים אָן: "שלמה אהובי", "שלמה ידידי", "שלמה חביבי". דער ערשטער טייל פון "מגיד מישרים" איז דערשינען אין לובלין, 1646, די צווייטע (ערשטע פולשטענדיקע) אויסגאַבע — אין ווענעציע, 1654. | ||
| שורה 59: | שורה 76: | ||
== ביבליאגראפיע == | == ביבליאגראפיע == | ||
*{{אוצר החכמה|קובץ|רבי יוסף קארו: עיונים ומחקרים במשנת מרן בעל ה"שלחן ערוך"|14965|שנת הוצאה=תשכ"ט|מו"ל=מוסד הרב קוק|מהדורה=יצחק רפאל (רעדאקטאר)}} | |||
*{{אוצר החכמה|יקותיאל יהודה גרינוואלד|הרב ר' יוסף קארו וזמנו|161282|שנת הוצאה=תשי"ד}} | |||
*{{צ-בוך|מחבר=אליעזר רפאל מלאכי|נאמען=מקובלים אין ארץ ישראל|מקום הוצאה=ניו יארק|מו"ל=כנרת|שנת הוצאה=תרפ"ט|עמ=32–43|פרק=רבי יוסף קארו - דער מקובל־אינדיווידואליסט|קישור=https://hdl.handle.net/2027/uc1.b3618224?urlappend=%3Bseq=36%3Bownerid=9007199258203615-169}} | *{{צ-בוך|מחבר=אליעזר רפאל מלאכי|נאמען=מקובלים אין ארץ ישראל|מקום הוצאה=ניו יארק|מו"ל=כנרת|שנת הוצאה=תרפ"ט|עמ=32–43|פרק=רבי יוסף קארו - דער מקובל־אינדיווידואליסט|קישור=https://hdl.handle.net/2027/uc1.b3618224?urlappend=%3Bseq=36%3Bownerid=9007199258203615-169}} | ||
*{{היברובוקס|משה יעקב קאַננער|דאס אידישע ווארט|50155|page=19|באנד=348|שנת הוצאה=חשון-כסלו תשנ"ט|עמ=19}} | *{{היברובוקס|משה יעקב קאַננער|דאס אידישע ווארט|50155|page=19|באנד=348|שנת הוצאה=חשון-כסלו תשנ"ט|עמ=19}} | ||
*פרידבערג, "תולדות רבנו יוסף קארו"; ראזאנעס, "דברי ימי ישראל בתוגרמה", 2טן טייל. | *פרידבערג, "תולדות רבנו יוסף קארו"; ראזאנעס, "דברי ימי ישראל בתוגרמה", 2טן טייל. | ||
*{{אוצר החכמה|חיים זלמן דימיטרובסקי|ספונות|168434|page=70|קעפל=ויכוח שעבר בין מרן רבי יוסף קארו והמבי"ט|באנד=ו|שנת הוצאה=תשכ"ב|עמ=71 א"וו}} ([https://www.jstor.org/stable/23415171 JSTOR]) | |||
*R.J.Z. Werblowsky, [https://archive.org/details/josephkarolawyer00werbrich Joseph Karo, Lawyer and Mystic] (1977) | |||
*דוד תמר, [https://benyehuda.org/read/36647 ר' יוסף קארו כמקובל וכמיסטיקן], קרית ספר 40 תשכ"ה, 65–71 {{לינקשפראך|HE}} | |||
*{{אוצר החכמה|חיים טשרנוביץ ('רב צעיר')|תולדות הפוסקים|622849|page=15|באנד=ג|שנת הוצאה=תש"ח|עמ=1–36}} | |||
*{{אוצר החכמה|ר' בצלאל לנדאו|שאלות ותשובות אבקת רוכל|627566|page=11|הקדמה}} | |||
*{{אוצר החכמה|אברהם דוד|סיני|614082|page=96|קעפל=רבי יצחק קארו|באנד=סו (ו-ז)|שנת הוצאה=תש"ל|מו"ל=מוסד הרב קוק|עמ=370–371}} | |||
*{{אוצר החכמה|2=מורשת ספרד|3=678659|page=179|באנד=ב|שנת הוצאה=תשנ"ב|עמ=179–191}} | |||
*{{אוצר החכמה|מאיר בניהו|יוסף בחירי|152627|שנת הוצאה=תשנ"א}} | |||
*{{פרויקט בן-יהודה|שם=רחל אליאור|זיהוי=25786|שם היצירה=ר' יוסף קארו ור' ישראל בעל שם טוב: מטמורפוזה מיסטית, השראה קבלית והפנמה רוחנית}} תרביץ סה, ד (תשנ"ו): 671—709, תשנ"ו | |||
*{{צ-זשורנאל|משה אידל|עיונים בשיטתו של בעל "ספר המשיב": פרק בתולדות הקבלה הספרדית|ספונות|יז|עמ=220–26|שנת הוצאה=תשמ"ג|JSTOR=23414920}} | |||
*{{אקדמיה|Yosef Tobi|Caro's Shulhan Arukh Versus Maimonides' Mishne Torah in Yemen|19026110|Jewish Law Annual 15|2004, 189–215}} | |||
*{{אקדמיה|1=Alan D. Corré|2=“Joseph Caro,” in Michael Terry, ed., Reader’s Guide to Judaism|3=44523052|5=(London: Routledge, 2000), 101-102}} | *{{אקדמיה|1=Alan D. Corré|2=“Joseph Caro,” in Michael Terry, ed., Reader’s Guide to Judaism|3=44523052|5=(London: Routledge, 2000), 101-102}} | ||
*Moshe Idel, ''[https://www.law.nyu.edu/sites/default/files/TikvahWorkingPapersArchive/WP5Idel.pdf R. Joseph Karo and His Revelations]'', 2010 | |||
== רעפערענצן == | == רעפערענצן == | ||
רעדאגירונגען