בדוקי עריכות אוטומטית, אינטערפעיס רעדאקטארן, אינטערפעיס אדמיניסטראַטאָרן, סיסאפן, מייבאים, מעדכנים, מייבא, אספקלריה רעדאקטארן
46,367
רעדאגירונגען
(ראזמארין) |
(ראזמארין) |
||
| שורה 56: | שורה 56: | ||
זיין אייניקל, דער בארימטער רבינו תם, האט זיך אויסגעדריקט אז ער וואלט געקענט שרייבן א פּירוש אויף ש"ס ווי רש"י, אבער ער וואלט נישט געקענט שאפן א פּירוש ווי רש"י'ס אויף חומש. [[רבי ישעיה הורוויץ]] אין של"ה שרייבט, אז רש"י האט מחבר געווען זיין פּירוש מיט רוח הקודש און מען דארף דעריבער מדקדק זיין אין יעדן ווארט זיינס. | זיין אייניקל, דער בארימטער רבינו תם, האט זיך אויסגעדריקט אז ער וואלט געקענט שרייבן א פּירוש אויף ש"ס ווי רש"י, אבער ער וואלט נישט געקענט שאפן א פּירוש ווי רש"י'ס אויף חומש. [[רבי ישעיה הורוויץ]] אין של"ה שרייבט, אז רש"י האט מחבר געווען זיין פּירוש מיט רוח הקודש און מען דארף דעריבער מדקדק זיין אין יעדן ווארט זיינס. | ||
אין זיין פּירוש אויף תורה דערמאַנט רש"י פאָלגענדע מחברים און ספרים, וועלכע ווערן אָנגעגיבן דאָ אַלפאַבעטיש, לויטן "אלף בית": | |||
אגדת ספר שמואל, אגדת תהלים, בראשית רבי, ר' ברוך בר' אליעזר, בריתא של רבי אליעזר בנו של ר' יוסי הגלילי מל"ב מדות, ברייתא דמלאכת המשכן, ברייתא דמ"ט מדות, דברים רבי, דונש בן לברט, הבבלי (דאָס איז ר' שלמה בן ר' יהודה מרומא), הפּייטן (ר' אלעזר הקליר), ויקרא רבה, רבי יהודה הדרשן מטולושא, ר' יעקב בר מנחם אָדער מנחם בן סרוק, מסורה גדולה, רבי משה הערשן (אויך הירשן), סדר עולם, רבי סעדי', ספרא, ספרי, ספרי של פּנים שני, פּירושי א"ב של רבי מכיר, פּסיקתא גדולה, פּרקי רבי אליעזר, רבי קלונימוס, תוספתא, תורת כהנים (ספרא), תלמוד בעלי, תלמוד ירושלמי, תנחומא, תנ"כ, תרגום אונקלוס, תרגום יונתן אָדער תרגום ירושלמי, תרגום של נביאים, תרגום של הכתובים. פאַראַן כתבי יד אין וועלכע עס ווערן אויך דערמאַנט תלמידים פון רש"י. | |||
און עס איז כדאי צו באַמערקן אַז כאָטש רש"י'ס פּירוש אויף תורה איז דער בעסטער און וויכטיגסטער פון אַלע אַנדערע פּירושים, פונדעסטוועגן, האָט ער אַליין צוגעגעבן אַז ווען ער וואָלט געהאַט צייט, וואָלט ער געמאַכט אַ נייעם פּירוש אויף תנ"כ. דער רשב"מ זאָגט אין זיין פּירוש אויף חומש, אָנהייב סדרה וישב : "וגם רבנו שלמה, אַבי אמי, מאיר עיני גולה, שפּירש תורה נביאים וכתובים, נתן לב לפרש פּשוטו של מורא. ואף אני שמואל ב"ר מאיר חתנו זצ"ל נתווכחתי עמו ולפניו, והודה לי שאילו היה לו פּנאי, היה צריך לעשות פּירושים אחרים, לפי הפּשטות המתחדשים בכל יום". און אויך רבינו שלמה, מיין מוטערס פאָטער, וועלכער בעלייכט די אויגן פונעם גלות אי־ דענטום, האָט געמאַכט אַ פּירוש אויף תורה, נביאים און כרובים, לויטן פּראָסטן פּשט. און איך, שמואל, דער זון פון זיין איידעם ר' מאיר זצ"ל, האָב אַרגומענטירט מיט אים, און ער האָט מיר מודה געווען אַז ווען ער וואָלט געהאַט צייט, וואָלט ער בעדאַרפט מאַכן נייע פּירושים… | |||
רש"י אויף ש"ס העלפט דעם תלמיד צו אויף כאַפּן, צו אויף פאַסן די לעגאַלע מע־ טאָדיק, די פּקח'דיגע, שאַרפע דורך דרינענ־ דיגע אַרגומענטן פון די חכמי התלמוד און די קאָמפּליצירטע פּראָבלעמעס פון הלכה, געזעץ. ער טרעט אויס אַ סטעשקע צו אונזערע גייסטיגע אוצרות אויף וועלכע דער דורך שניטליכער איד קאָן שפּאַנען גרינג און מיט זיכערקייט. רש"י'ס פּירושים זענען אַזוי וויכ־ טיג, אַזוי אויטענטיש און אויטאָריטעטיש אַז זיי זענען אָהן שיידבאַר פונעם טעקסט. זיי זענען ווי אַ טייל פונעם טעקסט. ניט איין מאָל מאַכט זיך וואָס מען כאַפּט אַ בליק אין רש"י נאָך איידער מען האָט גוט אַריין געקוקט אינעם טעקסט. | |||
רש"י אויף ש"ס באַנוצט די אַזוי גערופענע עקספּערימענטאַלע מעטאָדע. אין אויסטייטשן די גמרא באַנוצט ער די אינדוקטיווע און דעדוקטיווע מעטאָדע, טראַנירענדיג דעם תלמיד צו דערגרייכן אונאָפּהענגיג די לייזונג פון אַ פּראָבלעם. רש"י איז געווען אַ "געבאָרענער" פּעדאַגאָג. זיין בענוצן זיך מיט ביי שפּילן, אילוסטראַציעס, מעטאַפאָרס באַשטעטיגן זיין פּעדאַגאָגישע פעאיגייט. ער באַנוצט זיך אַפילו מיט צייכנונגען צו אילוסטרירן תלמוד'ישע שטעלעס, ווען ער האָט געהאַלטן אַז אָהן דעם וועט עס זיין שווערער פאַר דעם לערנער צו פאַרשטעהן. פאַר אָט דעם דאָזיגן צוועק פלעגט ער באַזוכן וואַרשטאַטן און לייענען מעדיצין ביכער. ער איז געווען אַזוי בעהאַוונט אין מעדיצין, אַז עס איז פאַראַן אַפילו אַ מיינונג אַז ער איז געווען אַ דאָקטאָר. | |||
רש"י האָט ניט געשריבן זיין פּירוש אויפן תלמוד כסדר, נעמליך אָנגעהויבן מיט מסכתא ברכות און געענדיגט מיט מסכתא נדה. אָט ווייסן מיר דאָך צום ביישפּיל אַז זיין פּירוש אויף פּסחים צט, ב און ווייטער און אויף בבא בתרא פון כט, א און ווייטער האָט געענדיגט זיין אייניקל דער רשב"מ. | |||
שוין ביי זיין לעב צייט איז דער "פּרשן דתא", רש"י, געוואָרן אַנערקענט אין דער גאַנצער אידישער וועלט אַלס דער מפורש. דער אבן עזרא וועלכער איז געווען אַלט דרייצן יאָר ביי רש"י'ס פּטירה האָט באַזינגען אים: | |||
"כוכב דרך מצרפתה, | |||
פּירוש נורא | |||
שם לתורה, | |||
על כן נקרא פּרשן דתא". | |||
אַ שטערן האָט באַוויזן זיך פון צרפת (פראַנקרייך), אַ פורכטיגן פּירוש האָט ער געמאַכט אויף תורה, דערפאַר ווערט ער אָנגערופן דער באַשיידער, דער ערקלערער פון דער תורה. | |||
ר' בצלאל אשכנזי, דער מחבר פון די "שיטות מקובצות" רופט אָן רש"י'ן אין זיינע תשובות סימן כח : "רביהן ורבן של ישראל…" דער פאָטער און דער רבי פון די אידן וועלכער דעקט אויף אַלץ וואָס איז פאַרבאָרגן, און אָהן אים וואָלט די גמרא געבליבן אַ פער'חתם'עטער, אַ פאַרזיגלטער ספר". | |||
דער "צידה לדרך" זאָגט אין דער הקדמה צו זיין ספר: פאַר רש"י'ן איז ניט געווען אַזאַ וועג ווייזער וועלכער זאָל בעלייכטן די סטעשקעס פון דעם ים התלמוד ווי רש"י'ס קלאָרער און קורץ געפאַסטער פּירוש. און ווען ניט רש"י וואָלט דער דרך פון תלמוד בבלי געווען געוואָרן פאַרגעסן פון די אידן. | |||
ר' משה דאַנון זאָגט: | |||
"כל פּירושי צרפתה | |||
השלך לאשפּתה, | |||
חוץ מפרשן דתא | |||
ובן פּורתא". | |||
אַלע פּירושים פון פראַנקרייך וואַרף אַריין אין דער טעקע, אויסער דעם פּרשן דתא (רש"י), און דעם פּירוש פון ר' יוסף טוב עלם, רש"י'ס אַן אייניקל. | |||
רש"י האָט באַשיצט דאָס רעכט פון פרויען. ער האָט גע'פּסק'ענט אַ מאָל צו באַשטראָפן שטאַרק אַ מאַן פאַר ברעכן זיין צוזאָג צו אַ פרוי צו חתונה האָבן מיט איר ("ברידזש אָף פּראָמיס"). ער האָט אויך באַשטראָפט שטרענג איינעם פאַר אַרויס טרייבן זיין ווייב אָהן אַ גענוגענדיגער אור־ זאַכע. ער האָט אַרויס געוויזן גרויס טאָלעראַנץ צו זיינע ניט אידישע שכנים, און ער האָט געגלויבט יעדן איינעם. | |||
אויסער זיינע באַרימטע פּירושים, האָט רש"י געשריבן פאַרשידענע "שאלות ותשובות", לעגאַלע מיינונגען וועגן מיינונגס־פאַרשידענדיגע פּראָבלעמעס אינעם תלמוד'ישן געזעץ. ער איז דער מחבר פון: "ספר הפּרדס", "ספר האורה", ",דור רי"י", "איסור והיתר", סליחות אויף וועלכע זיינע תלמידים האָבן געשריבן הערות. ער האָט פערפאַסט פּיוטים, ליטורגישע, רעליגיעזע פּאָעזיע, וועלכע איז אינקאָרפּאָרירט אין אונזער ליטורגישער ליטעראַטור. רש"י איז באַרימט אַלס "פּרשן דתא", דער אויסטייטשער און פערטייטשער פון דער תורה און פון דעם תלמוד. און ער איז אַנערקענט אַלס אויטאָריטעט אין אידישן געזעץ. | |||
רש"י פאַרנעמט אַ ספּעציעלן פּלאַץ אין דער אידישער געשיכטע. ער איז איינער פון די בויער פון אידישקייט, און אפשר די באַרימטסטע, פּאָפּולערסטע פּערזענליכקייט ביי אידן. זיין איינגעבוירענע עניוות, באַשיידנקייט, פּשוט'קייט, איינפאַכקייט און פולקאָמע צדקות, גערעכטיקייט האָט געמאַכט אים פאַר די קרוין פון די אידן שוין אין זיין צייט. | |||
רש"י'ס לעצטע יאָרן זענען געוואָרן פאַרביטערט דורך די שחיטות פון דעם ערשטן קרייץ צוג (1099 — 1096), אין וועלכן עס זענען אומגעקומען פילע פון זיינע אייגענע און פריינט. | |||
רש"י'ס פּטירה ווי זיין געבורט איז פאַרוויקלט אין אַ לעגענדע. עס ווערט דערציילט אַז גאָדפרי פון בואילאָן, דער פירער פונעם ערשטן קרייץ צוג האָט גערופן רש"י'ן צו זיך פאַר זיין צוג קיין ארץ ישראל ער זאָל אים זאָגן מיט וואָס דער צוג וועט זיך ענדיגן. רש"י האָט אָפּגעזאָגט צו גיין. דער אויף גערעגטער ריטער איז אַוועק צו רש"י'ן צו באַשטראָפן אים. ווען ער איז געקומען אין ישיבה אַריין איז זי געווען ליידיג, אָבער ער האָט געהערט אַ שטימע. "שלמה וואו ביזטו" האָט ער געפרעגט. און דאָס קול האָט געענטפערט אים "אָט בין איך", אָבער ער האָט געזען קיינעם. | |||
דער ריטער איז אַוועק זעהר אין כעס. אויפן וועג האָט ער באַגעגנט רש"י'ס אַ תלמיד וועמען ער האָט צוגעזאָגט נישט צו באַשטראָפן רש"י'ן אויב ער וועט בלויז זיך בעווייזן צו אים. רש"י האָט צוגעשטימט. דער ריטער האָט געזאָגט צו רש"י'ן: "איך ווייס אַז דו ביזט אַ קלוגער מענטש, בעט איך דיך, זאָג מיר צי מיין עקספּעדיציע אין הייליגן לאַנד וועט זיין ערפאָלגרייך, צי נישט". | |||
און רש"י האָט געענטפערט אים: "דו וועסט אייננעמען די הייליגע שטאָט ירושלים, און דו וועסט הערשן איבער איר דריי טעג, דעם פערטן טאָג וועלן די מוסולמענער אַרויס טרייבן דיך, און דו וועסט אומקערן זיך אַהיים מיט דריי פערד. דערצאָרענט פון דער דאָזיגער נבואה, האָט דער ריטער אויסגעשריען: "טאָמער קער איך זיך צוריק אַהיים מיט בלויז איין פערד מער, וועל איך וואַרפן דיין קערפּער צו די הינט, און איך וועל אויס הרג'ענען אַלע אידן אין פראַנקרייך". | |||
דער ריטער האָט אומגעקערט זיך מיט פיר פערד. ער איז געווען ענטשלאָסן דורך צו פירן זיין נדר צו נעמען נקמה. אָבער ווען ער איז אַריין געפאָרן אין דער שטאָט טראָי, איז אַראָפּ געפאַלן אַ פעלז און האָט געטויט איינעם פון זיינע ריטערס מיטן פערד. גערירט פון דער דאָזיגער געשעעניש, האָט ער בעשלאָסן צו באַעהרן דעם דאָזיגן חכם. אָבער ער איז געואָרן געוואָר אַז רש"י איז שוין נפטר געוואָרן. געשיכטליך, אָבער, איז אָנגענומען אַז דער ריטער האָט זיך קיינמאָל אומגעקערט קיין פראַנקרייך, און אַז ער איז געשטאָרבן אין ירושלים אינעם יאָר 1100. | |||
רש"י איז דער באַרימטסטער רבי פון אַלע אידן. ער איז דער מייסטער אויסטייטשער פון תנ"כ און תלמוד, אויף וועלכער ער האָט אַוועק געלייגט דעם שטעמפּל פון זיין בריליאַנטענעם מוח. | |||
רש"י איז נפטר געוואָרן ניין און צוואַנציג טעג אין תמוז, אינעם יאָר 1105 אין דער שטאָט טראָי, פראַנקרייך, אינעם עלטער פון פינף און זעכציג יאָר. | |||
==ביבליאגראפיע== | ==ביבליאגראפיע== | ||
וועגן רש"י זענען געשריבן געווארן פיל וויסנשאפטליכע אפּהאנדלונגען. אין העברעאיש איז די בעסטע ארבעט פון א. מ. ליפשיץ, "רש"י". | וועגן רש"י זענען געשריבן געווארן פיל וויסנשאפטליכע אפּהאנדלונגען. אין העברעאיש איז די בעסטע ארבעט פון [https://beta.hebrewbooks.org/9475 א. מ. ליפשיץ, "רש"י"]. | ||
== רעפערענצן == | == רעפערענצן == | ||
רעדאגירונגען