אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי מאיר שמחה הכהן"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
אין תקציר עריכה
צייכן: רויע רעדאגירונג
(ראזמארין)
צייכן: רויע רעדאגירונג
שורה 8: שורה 8:
| תאריך פטירה עברי = [[ד' אלול]] [[ה'תרפ"ו]]
| תאריך פטירה עברי = [[ד' אלול]] [[ה'תרפ"ו]]
| תפקיד1 = {{תפקיד מנהיג
| תפקיד1 = {{תפקיד מנהיג
|שם התפקיד= רב קהילת ה[[ליטאים (זרם)|ליטאים]] ב[[דווינסק]]
| סוג שותפות = מקביל
| התחלת כהונה =[[ה'תרמ"ח]]
| שותף לשלטון = [[רבי יוסף רוזין]] (הרוגוצ'ובר) רב קהילת החסידים
|סיום כהונה =[[ה'תרפ"ו]]
| שם התפקיד = רב קהילת ה[[ליטאים (זרם)|ליטאים]] ב[[דווינסק]]
| התחלת כהונה = [[ה'תרמ"ח]]
| סיום כהונה = [[ה'תרפ"ו]]
| הקודם בתפקיד = [[רבי ראובן לוין|רבי ראובן דננבורג]]
| הקודם בתפקיד = [[רבי ראובן לוין|רבי ראובן דננבורג]]
| הבא בתפקיד = [[רבי אלחנן הכהן]]
| הבא בתפקיד = [[רבי אלחנן הכהן]]
| סוג שותפות = מקביל
| שותף לשלטון = [[רבי יוסף רוזין]] (הרוגוצ'ובר) רב קהילת החסידים
}}
}}
}}
}}
שורה 20: שורה 20:


== ביאגראפיע ==
== ביאגראפיע ==
ער איז געבוירן געווארן אין דער שטאט בוטרימאנץ, ווילנער געגנט, [[ליטא]], צו הרב שמשון קלונימוס הכהן און זיין ווייב אסנת. שוין יונגערהייט איז ער געווען אויסגעצייכנט ווי א עילוי, אזוי ווייט אז מען זאגט אז ער האט געשריבן הערות אויפ'ן שו"ת חתם סופר אין אינגן עלטער פון 13 יאר{{הערה|{{היברובוקס|רבינר, זאב אריה בן בנימין בינוש|רבינו מאיר שמחה הכהן|7338|page=7}}}}. ביי די 17 יאר איז ער געפארן קיין [[איישישאק]] וואו ער האט געלערנט אונטער רבי משה דאַנושעווסקי.
ער איז געבוירן געווארן אין דעם יאר תר"ג אין דער שטעטל בוטרימאנץ, ווילנער גובערניע, [[ליטא]], צו הרב שמשון קלונימוס קלמן הכהן און זיין ווייב אסנת. ר' קלונימוס איז געווען אַן אנגעזעענער סוחר און א תלמיד חכם. זיין הויז איז געווען א "בית ועד לחכמים", א הויז וואו תלמידי חכמים פלעגען פארקערן. ווען דער גאון [[רבי מאיר טיקטין]] איז איינגעשטאנען ביי אים אין הויז א לענגערע צייט, האט ער אים געבענטשט אז אים זאל געבוירן ווערן א זון וועלכער זאל באלייכטן די אויגן פון דעם פאלק ישראל אין זיין תורה. ר' מאיר'ס ברכה איז מקוים געווארן. דער זון איז געבוירן געווארן. זיי האבן אים געגעבן דעם נאמען מאיר שמחה.
 
שוין יונגערהייט איז ער געווארן באוויסט אלס עילוי. ווען ער איז אלט געווען דרייצן יאר איז א באוויסטער רב געווען זייער גאסט. און ער האט געהאט דעם כתב יד פון זיינ'ס א ספר מיט זיך. איין טאָג האט ער דערזען ווי דער מאנוסקריפּט איז אנגעפּיקעוועט מיט הערות. ווען דאס בחור'ל האט אים געזאגט אז די נאָטן זענען זיינע, האט ער אים שארף פירגעהאלטן. אבער, ווי גרויס איז געווען זיין ערשטוינונג ווען ער האט דערזען די ווערטפולע חידושים. ער האט אים געגעבן א קוש, און ער האט פאראויס געזאגט אז ער וועט זיין גרויס אין לערנען{{הערה|{{היברובוקס|רבינר, זאב אריה בן בנימין בינוש|רבינו מאיר שמחה הכהן|7338|page=7}}}}. ביי די 17 יאר איז ער געפארן קיין איישישאָק וואו ער האט געלערנט אונטער רבי משה דאַנישעווסקי.


רבי מאיר שמחה האט חתונה געהאט מיט דער טאכטער ​​פון הירש פלטיאל, א רייכער מאן פון [[ביאליסטאק]], וועלכער האט אים געשטיצט בשעת ער האט ווייטער געלערנט. זיין ווייב האט פארדינט פרנסה פון האנדל און ער איז געזעסן און געלערנט תורה יארן לאנג מיט זיין ידיד רבי יוסף זונדל הוטנער. אין ביאליסטאק איז ער געווארן נאנט מיטן שטאט'ס רב, רבי יום טוב ליפמאן האלפרין (תקע"ו–תרל"ט), דער מחבר פון עונג יום טוב, וואס האט אים מקרב געווען און געלערט מיט אים בחברותא. אויך האט ער געלערנט מיט הרב יצחק לייב גראסבערג, מחבר פון "שי למורא" אויף [[מסכת בכורות]]{{הערה|{{חכמי ישראל|שעט}}}}.
רבי מאיר שמחה האט חתונה געהאט מיט דער טאכטער ​​פון הירש פלטיאל, א רייכער מאן פון [[ביאליסטאק]], וועלכער האט אים געשטיצט בשעת ער האט ווייטער געלערנט. זיין ווייב האט פארדינט פרנסה פון האנדל און ער איז געזעסן און געלערנט תורה יארן לאנג מיט זיין ידיד רבי יוסף זונדל הוטנער. אין ביאליסטאק איז ער געווארן נאנט מיטן שטאט'ס רב, רבי יום טוב ליפמאן האלפרין (תקע"ו–תרל"ט), דער מחבר פון עונג יום טוב, וואס האט אים מקרב געווען און געלערט מיט אים בחברותא. אויך האט ער געלערנט מיט הרב יצחק לייב גראסבערג, מחבר פון "שי למורא" אויף [[מסכת בכורות]]{{הערה|{{חכמי ישראל|שעט}}}}.
ווען דער דווינסקער רב ר' ראובן איז נפטר געווארן, און ר' יאנקעלע חריף האט אים מספּיד געווען, האט ער באלד נאכן הספּד אויפגעפאדערט די דווינסקער קהילה אז זיי זאלן אויפנעמען ר' מאיר שמחה'ן אלס דעם נפטר'ס נאכפאלגער. אויך ר' [[רבי יאשע בער הלוי סאלאווייטשיק|יאָשע בער בריסקער]] האט זיי גערוטן דאס זעלבע. און אין דעם יאר תרמ"ח איז ער אויפגענומען געווארן אלס רב פון דווינסק. ער האט אנגעהאלטן די שטעלע ארום פערציג יאָר, און ער איז געווען געשעצט און באליבט ביי אלע קרייזן פון דער שטאט.
אין דער ערשטער וועלט מלחמה, ווען די מערסטע איינוואוינער האבן פארלאזט די שטאָט, און עס זענען געבליבן בלויז די ארימערע, איז ר' מאיר שמחה געבליבן מיט זיי. און ווען זיי האבן אים געבעטן ער זאל פארלאזן די שטאט, האט ער זיי געענטפערט: "אזוי לאנג ווי עס וועלן זיין ניין אידן אין שטאט, וועל איך זיין דער צענטער צום מנין". און ער האט נאך צוגעגעבן: יעדע קויל האט א ספּעציעלע שליחות. יעדע פּולי{{הבהרה}} האט א באשטימטן אדרעס.
אין דעם יאר תרס"ו האט מען אים אנגעבאטן דאס רבנות אין ירושלים. אבער ווען זיין קהילה האט אים געבעטן זיי נישט צו פארלאזן, האט ער צוריקגעוויזן דעם אנבאט. כאראקטעריסטיש איז דער פאלגנדיגער בריוו וועלכן די דווינסקער אידן האָבן געשיקט קיין ירושלים "מיר, די גלות קינדער אין רוסלאנד, אין דער שטאט דווינסק, "קמנו ונתעודד{{הערה|1=תהלים כ, ט.}}, הויבן זיך אויף און שטעלן זיך ווידער דער ידיעה, וועלכע האט אונז דערגרייכט אז די ירושלים'ער אידן ווילן אוועקנעמען אונזער רבי'ן… וואס דערמיט וועלן זיי צעשטערן נישט בלויז אונז, נאר אלע גלות אידן… עס איז נישט פאר אייך, קינדער פון ירושלים, צו טון אזא זאך"…
ר' מאיר שמחה האט זיך געהאלטן ווייט פון מחלוקת, פון פּארטייאישקייט. געלד וואס מען פלעגט אים שיקן דורך פּאסט פלעגט ער צוריקשיקן. ווען ער האט נישט געוויסט דעם שיקער'ס אדרעס, האט ער אוועקגעגעבן דאס געלד אויף צדקה.
זיין ספר "אור שמח" (פון מ'''א'''י'''ר''' '''שמח'''ה) אויפן [[משנה תורה|רמב"ם]] ווערט באטראכט ווי א קלאסיש ווערק אין דער לומד'ישער ליטעראטור. ער האט אויך געמאכט אַן "אור שמח" אויף ש"ס, אבער עס איז נישטא. גוט באוויסט איז אויך זיין ספר "משך חכמה" אויף תורה.
ער איז נפטר געוואָרן פיר טעג אין אלול, אינעם יאר תרפּ"ו, אין עלטער פון דריי און אכציג יאָר. (זעט "אישים ושיטות", פון הרב שלמה יוסף זוי0.


אין 1919 איז געווען א פאלשע באריכט אז ר' מאיר שמחה איז ערמארדעט געווארן אין א פּאָגראָם. די געשעעניש איז געווען באריכטעט דורך צייטונגען ארום די וועלט{{הערה|זעט דערוועגן [https://forum.otzar.org/viewtopic.php?t=13450 דא אויף אוצר החכמה פארום].}}. אין רעאקציע אויף דעם פאלשן באריכט, זענען געגעבן געווארן א צאל הספדים. [[רבי ישראל אבא ציטראן]], רב פון פתח תקווה, האט איבערגעגעבן א הספד וואס איז שפעטער פארעפנטליכט געווארן{{הערה|{{היברובוקס|זאב אריה רבינר|מרן רבנו מאיר שמחה הכהן|7338|page=221|מקום הוצאה=תל אביב|שנת הוצאה=תשכ"ז|עמ=רלב–רלג}} פאר נאך א פארעפנטליכטער הספד, דורך רבי בנציון קואינקה, זעט {{היברובוקס|2=מקבציאל|3=65040|page=732|באנד=לט|מקום הוצאה=ירושלים|שנת הוצאה=תשע"ג|מו"ל=חברת אהבת שלום|עמ=עמ' תשלט והלאה}}}}.
אין 1919 איז געווען א פאלשע באריכט אז ר' מאיר שמחה איז ערמארדעט געווארן אין א פּאָגראָם. די געשעעניש איז געווען באריכטעט דורך צייטונגען ארום די וועלט{{הערה|זעט דערוועגן [https://forum.otzar.org/viewtopic.php?t=13450 דא אויף אוצר החכמה פארום].}}. אין רעאקציע אויף דעם פאלשן באריכט, זענען געגעבן געווארן א צאל הספדים. [[רבי ישראל אבא ציטראן]], רב פון פתח תקווה, האט איבערגעגעבן א הספד וואס איז שפעטער פארעפנטליכט געווארן{{הערה|{{היברובוקס|זאב אריה רבינר|מרן רבנו מאיר שמחה הכהן|7338|page=221|מקום הוצאה=תל אביב|שנת הוצאה=תשכ"ז|עמ=רלב–רלג}} פאר נאך א פארעפנטליכטער הספד, דורך רבי בנציון קואינקה, זעט {{היברובוקס|2=מקבציאל|3=65040|page=732|באנד=לט|מקום הוצאה=ירושלים|שנת הוצאה=תשע"ג|מו"ל=חברת אהבת שלום|עמ=עמ' תשלט והלאה}}}}.

רעוויזיע פון 00:53, 14 פעברואר 2025

רבי מאיר שמחה הכהן פון דווינסק
רבי מאיר שמחה הכהן, פאטאגראפירט אין 1924
רבי מאיר שמחה הכהן, פאטאגראפירט אין 1924
געבורט ה'תר"ג
פטירה ד' אלול ה'תרפ"ו (אלט: 83 בערך)
רב קהילת הליטאים בדווינסק
ה'תרמ"חה'תרפ"ו
מקביל ל רבי יוסף רוזין (הרוגוצ'ובר) רב קהילת החסידים

רבי מאיר שמחה הכהן פון דווינסק (ה'תר"ג, 1843ד' אלול ה'תרפ"ו, 14טן אויגוסט 1926) איז געווען איינער פון די פירנדע רבנים פון מזרח אייראפע אין דעם דור פארן חורבן, א "גדול הדור"[1]. זיינע עיקר ספרים זענען "אור שמח" אויף רמב"ם און "משך חכמה", חידושים אויף תורה וואס מען האט פארעפנטליכט נאך זיין פטירה.

ביאגראפיע

ער איז געבוירן געווארן אין דעם יאר תר"ג אין דער שטעטל בוטרימאנץ, ווילנער גובערניע, ליטא, צו הרב שמשון קלונימוס קלמן הכהן און זיין ווייב אסנת. ר' קלונימוס איז געווען אַן אנגעזעענער סוחר און א תלמיד חכם. זיין הויז איז געווען א "בית ועד לחכמים", א הויז וואו תלמידי חכמים פלעגען פארקערן. ווען דער גאון רבי מאיר טיקטין איז איינגעשטאנען ביי אים אין הויז א לענגערע צייט, האט ער אים געבענטשט אז אים זאל געבוירן ווערן א זון וועלכער זאל באלייכטן די אויגן פון דעם פאלק ישראל אין זיין תורה. ר' מאיר'ס ברכה איז מקוים געווארן. דער זון איז געבוירן געווארן. זיי האבן אים געגעבן דעם נאמען מאיר שמחה.

שוין יונגערהייט איז ער געווארן באוויסט אלס עילוי. ווען ער איז אלט געווען דרייצן יאר איז א באוויסטער רב געווען זייער גאסט. און ער האט געהאט דעם כתב יד פון זיינ'ס א ספר מיט זיך. איין טאָג האט ער דערזען ווי דער מאנוסקריפּט איז אנגעפּיקעוועט מיט הערות. ווען דאס בחור'ל האט אים געזאגט אז די נאָטן זענען זיינע, האט ער אים שארף פירגעהאלטן. אבער, ווי גרויס איז געווען זיין ערשטוינונג ווען ער האט דערזען די ווערטפולע חידושים. ער האט אים געגעבן א קוש, און ער האט פאראויס געזאגט אז ער וועט זיין גרויס אין לערנען[2]. ביי די 17 יאר איז ער געפארן קיין איישישאָק וואו ער האט געלערנט אונטער רבי משה דאַנישעווסקי.

רבי מאיר שמחה האט חתונה געהאט מיט דער טאכטער ​​פון הירש פלטיאל, א רייכער מאן פון ביאליסטאק, וועלכער האט אים געשטיצט בשעת ער האט ווייטער געלערנט. זיין ווייב האט פארדינט פרנסה פון האנדל און ער איז געזעסן און געלערנט תורה יארן לאנג מיט זיין ידיד רבי יוסף זונדל הוטנער. אין ביאליסטאק איז ער געווארן נאנט מיטן שטאט'ס רב, רבי יום טוב ליפמאן האלפרין (תקע"ו–תרל"ט), דער מחבר פון עונג יום טוב, וואס האט אים מקרב געווען און געלערט מיט אים בחברותא. אויך האט ער געלערנט מיט הרב יצחק לייב גראסבערג, מחבר פון "שי למורא" אויף מסכת בכורות[3].

ווען דער דווינסקער רב ר' ראובן איז נפטר געווארן, און ר' יאנקעלע חריף האט אים מספּיד געווען, האט ער באלד נאכן הספּד אויפגעפאדערט די דווינסקער קהילה אז זיי זאלן אויפנעמען ר' מאיר שמחה'ן אלס דעם נפטר'ס נאכפאלגער. אויך ר' יאָשע בער בריסקער האט זיי גערוטן דאס זעלבע. און אין דעם יאר תרמ"ח איז ער אויפגענומען געווארן אלס רב פון דווינסק. ער האט אנגעהאלטן די שטעלע ארום פערציג יאָר, און ער איז געווען געשעצט און באליבט ביי אלע קרייזן פון דער שטאט.

אין דער ערשטער וועלט מלחמה, ווען די מערסטע איינוואוינער האבן פארלאזט די שטאָט, און עס זענען געבליבן בלויז די ארימערע, איז ר' מאיר שמחה געבליבן מיט זיי. און ווען זיי האבן אים געבעטן ער זאל פארלאזן די שטאט, האט ער זיי געענטפערט: "אזוי לאנג ווי עס וועלן זיין ניין אידן אין שטאט, וועל איך זיין דער צענטער צום מנין". און ער האט נאך צוגעגעבן: יעדע קויל האט א ספּעציעלע שליחות. יעדע פּולי[אויסקלארונג פארלאנגט] האט א באשטימטן אדרעס.

אין דעם יאר תרס"ו האט מען אים אנגעבאטן דאס רבנות אין ירושלים. אבער ווען זיין קהילה האט אים געבעטן זיי נישט צו פארלאזן, האט ער צוריקגעוויזן דעם אנבאט. כאראקטעריסטיש איז דער פאלגנדיגער בריוו וועלכן די דווינסקער אידן האָבן געשיקט קיין ירושלים "מיר, די גלות קינדער אין רוסלאנד, אין דער שטאט דווינסק, "קמנו ונתעודד[4], הויבן זיך אויף און שטעלן זיך ווידער דער ידיעה, וועלכע האט אונז דערגרייכט אז די ירושלים'ער אידן ווילן אוועקנעמען אונזער רבי'ן… וואס דערמיט וועלן זיי צעשטערן נישט בלויז אונז, נאר אלע גלות אידן… עס איז נישט פאר אייך, קינדער פון ירושלים, צו טון אזא זאך"…

ר' מאיר שמחה האט זיך געהאלטן ווייט פון מחלוקת, פון פּארטייאישקייט. געלד וואס מען פלעגט אים שיקן דורך פּאסט פלעגט ער צוריקשיקן. ווען ער האט נישט געוויסט דעם שיקער'ס אדרעס, האט ער אוועקגעגעבן דאס געלד אויף צדקה.

זיין ספר "אור שמח" (פון מאיר שמחה) אויפן רמב"ם ווערט באטראכט ווי א קלאסיש ווערק אין דער לומד'ישער ליטעראטור. ער האט אויך געמאכט אַן "אור שמח" אויף ש"ס, אבער עס איז נישטא. גוט באוויסט איז אויך זיין ספר "משך חכמה" אויף תורה.

ער איז נפטר געוואָרן פיר טעג אין אלול, אינעם יאר תרפּ"ו, אין עלטער פון דריי און אכציג יאָר. (זעט "אישים ושיטות", פון הרב שלמה יוסף זוי0.

אין 1919 איז געווען א פאלשע באריכט אז ר' מאיר שמחה איז ערמארדעט געווארן אין א פּאָגראָם. די געשעעניש איז געווען באריכטעט דורך צייטונגען ארום די וועלט[5]. אין רעאקציע אויף דעם פאלשן באריכט, זענען געגעבן געווארן א צאל הספדים. רבי ישראל אבא ציטראן, רב פון פתח תקווה, האט איבערגעגעבן א הספד וואס איז שפעטער פארעפנטליכט געווארן[6].

ר' מאיר שמחה האט נאר געהאט איין טאכטער, און זי איז געווען נפשיות'דיג קראנק. לויט א מקור האט זי ​​געפרואווט אומצוברענגען איר פאטער, אים געשטאכן אין האלז, און בדרך נס האט ער איבערגעלעבט[7].

די ישיבת אור שמח איז גערופן געווארן אויף זיין נאמען[8].

רעפערענצן

  1. רבי יחיאל יעקב וויינבערג, כתבי הגאון רבי יחיאל יעקב וויינברג ב, עמ' רלה: "שהוא גדול-הדור באמת".
  2. רבינר, זאב אריה בן בנימין בינוש, רבינו מאיר שמחה הכהן
  3. דוד הלחמי, "רבי מאיר שמחה הכהן", חכמי ישראל, תל אביב תשי"ח, חלק ב', עמ' שעט, אויף אוצר החכמה (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע).
  4. תהלים כ, ט.
  5. זעט דערוועגן דא אויף אוצר החכמה פארום.
  6. זאב אריה רבינר, מרן רבנו מאיר שמחה הכהן, תל אביב, תשכ"ז, עמ' רלב–רלג פאר נאך א פארעפנטליכטער הספד, דורך רבי בנציון קואינקה, זעט מקבציאל לט, ירושלים: חברת אהבת שלום, תשע"ג, עמ' תשלט והלאה.
  7. רבי ישראל דושאוויץ, "אבל יחיד ומספד תמרורים", המסלה א:ה-ו, סיון-תמוז תרצ"ו, עמ' 6.
  8. יונתן ראזענבלום, Rav Noach Weinberg: Torah Revolutionary (Jerusalem, 2020), p. 72 n. 1.