אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "דרעפט:כוזרים"
(פון ראזמארין'ס ענציקלאפעדיע, באנד 2) |
אין תקציר עריכה |
||
שורה 8: | שורה 8: | ||
זייער אורשפּרונג, פּונקט ווי זייער נאמען, איז אויך נאכנישט געווארן פעסט-געשטעלט ביז היינט צו טאג. ס'איז נאך אלץ אין דעם אויספארשונג סטאדיום, און דעבאטע מאטעריאל פאר די פאך געלערנטע. פינאָ-אוגריאַן ווערט באטראכט די העכסט ווארשיינליכע קוועלע. די אורזאכן פאר דעם זענען : א) זייערע אפיציעלע טיטלס זענען ווי די אוגריקיש, ב) די נעמען פון זייערע | זייער אורשפּרונג, פּונקט ווי זייער נאמען, איז אויך נאכנישט געווארן פעסט-געשטעלט ביז היינט צו טאג. ס'איז נאך אלץ אין דעם אויספארשונג סטאדיום, און דעבאטע מאטעריאל פאר די פאך געלערנטע. פינאָ-אוגריאַן ווערט באטראכט די העכסט ווארשיינליכע קוועלע. די אורזאכן פאר דעם זענען : א) זייערע אפיציעלע טיטלס זענען ווי די אוגריקיש, ב) די נעמען פון זייערע | ||
שטעט זענען פון אוגריקישן דיאלעקט, ג) זייער אַרט רעדן ענדלט [[בולגאריש]] און דאס היינטיגע [[אונגאריש]] (מאַדיאַריש). ס'איז | שטעט זענען פון אוגריקישן דיאלעקט, ג) זייער אַרט רעדן ענדלט [[בולגאריש]] און דאס היינטיגע [[אונגאריש]] (מאַדיאַריש). ס'איז | ||
פאַראַן אַפילו | פאַראַן אַפילו א מיינונג אין העברעאישע | ||
קוועלעס אַז זיי שטאַמען אָפּ פון תוגרמה בן | קוועלעס אַז זיי שטאַמען אָפּ פון תוגרמה בן | ||
גומר, בן יפת, בן נח. | גומר, בן יפת, בן נח. | ||
שורה 18: | שורה 18: | ||
ירושלמי און יונתן בראשית י, ב מיט ותרקי). | ירושלמי און יונתן בראשית י, ב מיט ותרקי). | ||
אַנדערע אַראַבישע היסטאָריקערס האַלטן אַז | אַנדערע אַראַבישע היסטאָריקערס האַלטן אַז | ||
זיי | זיי זענען פערוואַנד מיט די סלאַוון און גרוזינער. אַנדערע פאַך געלערנטע מיינען אַז די | ||
כאַזאַרן (כוזרים) שטאַמען אָפּ פון די דינטיאַנער. | כאַזאַרן (כוזרים) שטאַמען אָפּ פון די דינטיאַנער. | ||
די כאַזאַרן, | די כאַזאַרן, א זייער שטאַרק פאָלק אין | ||
יענער צייט, האָט נישט דערגרייכט דעם קלימאַקס פון גרויסקייט פּלוצים, אָדער מיט איין | יענער צייט, האָט נישט דערגרייכט דעם קלימאַקס פון גרויסקייט פּלוצים, אָדער מיט איין | ||
מאָל. גיכער, אָדער וואַרשיינליך איז דאָס | מאָל. גיכער, אָדער וואַרשיינליך איז דאָס | ||
געווען | געווען א שטופנווייזע ענטוויקלונג. מיר האָבן | ||
נאָך קיינע פולע, היסטאָרישע באַווייזן פאַר | נאָך קיינע פולע, היסטאָרישע באַווייזן פאַר | ||
דעם. | דעם. | ||
עטנאָלאָגיש | עטנאָלאָגיש זענען די כאַזאַרן בעשטאַנען | ||
פון | פון א ווייסער און א טונקעלער ראַסע. די | ||
ווייסע האָבן געהאַט די אויבער האַנט. זייער | ווייסע האָבן געהאַט די אויבער האַנט. זייער | ||
געשיכטע | געשיכטע גייט צוריק ביז צו דעם אָנהייב | ||
פון דעם צווייטן יאָר הונדערט. אין דער | פון דעם צווייטן יאָר הונדערט. אין דער | ||
מלחמה צווישן די רוימישע און פּערסישע | מלחמה צווישן די רוימישע און פּערסישע | ||
מאַכטן איז אַרמעניע געווען אָפט דאָס שלאַכט | מאַכטן איז אַרמעניע געווען אָפט דאָס שלאַכט | ||
פעלד. ווי | פעלד. ווי א פּועל יוצא, רעזולטאַט פון דעם | ||
איז די שטעלונג פון די כאַזאַרן געוואָרן אַ | איז די שטעלונג פון די כאַזאַרן געוואָרן אַ | ||
וויכטיקער פּאָליטישער פאַקטאָר. די פּערסיאַר | וויכטיקער פּאָליטישער פאַקטאָר. די פּערסיאַר | ||
נער האָבן | נער האָבן שטענדיג באַמיט זיך צו געווינען | ||
זיי אויף זייער זייט. זיי האָבן געגעבן זיי | זיי אויף זייער זייט. זיי האָבן געגעבן זיי | ||
איין קאָנצעסיע נאָך דער אַנדערער, ביז די | איין קאָנצעסיע נאָך דער אַנדערער, ביז די | ||
כאַזאַרן | כאַזאַרן זענען געווען שוין גענוג שטאַרק צו | ||
קאָנען פירן זייערע אייגענע מלחמות. קעמפנדיג אלס ביזאנטישע אליאירטע און שפּעטער אויף דער זייט פון | קאָנען פירן זייערע אייגענע מלחמות. קעמפנדיג אלס ביזאנטישע אליאירטע און שפּעטער אויף דער זייט פון | ||
די פּערסיער, האָבן זיי גלייך צייטיק געלערנט | די פּערסיער, האָבן זיי גלייך צייטיק געלערנט | ||
און ערוואָרבן זיך אויך די סטראַטעגיק פון | און ערוואָרבן זיך אויך די סטראַטעגיק פון | ||
אַנדערע פעלקער. פּערסיע האָט באַקומען מורא | אַנדערע פעלקער. פּערסיע האָט באַקומען מורא | ||
פאַר זיי, און האָט אויף געמויערט | פאַר זיי, און האָט אויף געמויערט א שטאַרקע | ||
וואַנט און פעסטונק ביי דער כאַזאַרישער | וואַנט און פעסטונק ביי דער כאַזאַרישער | ||
גרעניץ. אָבער דאָס האָט געהאָלפן זיי | גרעניץ. אָבער דאָס האָט געהאָלפן זיי זייער | ||
ווייניג. די כאַזאַרן האָבן פאַרניכט זיי און | |||
אָקופּירט, איין גענומען און באַזעצט פּערסיע. | אָקופּירט, איין גענומען און באַזעצט פּערסיע. | ||
אין דעם יאָר 626 האָבן די גריכן געשלאָסן | אין דעם יאָר 626 האָבן די גריכן געשלאָסן א בונד מיט די כאַזאַרן. שפּעטער | ||
האָבן די אַדעליקע פון אַרמעניע פאַרפליכטעט זייער | האָבן די אַדעליקע פון אַרמעניע פאַרפליכטעט זייער אונטערטעניגקייט צו דעם קעניג | ||
פון די כאַזאַרן. זיי האָבן באַזיגט אויך איבעריאַ, געאָרגיאַ, און אַרמעניע. דער פּערסישער קעניג האָט אַפּעלירט צו דעם רוימישן | פון די כאַזאַרן. זיי האָבן באַזיגט אויך איבעריאַ, געאָרגיאַ, און אַרמעניע. דער פּערסישער קעניג האָט אַפּעלירט צו דעם רוימישן | ||
אימפּעראַטאָר לעאָן דעם ערשטן צו העלפן | אימפּעראַטאָר לעאָן דעם ערשטן צו העלפן | ||
אים | אים פאַרטיידיגן קליין אַזיע געגן די כאַזאַרן. | ||
אָבער | אָבער זייענדיג אַליין געדריקט ביי די כאַזאַרן, האָט ער נישט געקאָנט ערפילן זיין | ||
אַפּיל, זיין ביטע. | אַפּיל, זיין ביטע. | ||
שורה 68: | שורה 68: | ||
נאָך זייער פאַרלירן די מלחמה אין דרום | נאָך זייער פאַרלירן די מלחמה אין דרום | ||
זייט, האָבן די כאַזאַרן געווענד זיך קיין | זייט, האָבן די כאַזאַרן געווענד זיך קיין | ||
מערב זייט. זיי | מערב זייט. זיי זענען געווען ערפאָלגרייך | ||
אין איין נעמען קאָלאָניעס לענג אויס דעם | אין איין נעמען קאָלאָניעס לענג אויס דעם | ||
ברעג פון דעם שוואַרצן ים, און זיי האָבן | ברעג פון דעם שוואַרצן ים, און זיי האָבן | ||
געהערשט איבער זיי ביז דעם יאָר 840. אין | געהערשט איבער זיי ביז דעם יאָר 840. אין | ||
דעם יאָר 679 האָבן זיי | דעם יאָר 679 האָבן זיי אונטערטעניגקט אויך | ||
די בולגאַרן, און האָבן פאַרשפּרייט זיך ווייטער צו מערב זייט צווישן די טייכן דאָן | די בולגאַרן, און האָבן פאַרשפּרייט זיך ווייטער צו מערב זייט צווישן די טייכן דאָן | ||
און דניעפּר. אין דעם זיבעטן יאָר הונדערט | און דניעפּר. אין דעם זיבעטן יאָר הונדערט | ||
האָבן זיי אַנעקסירט, עראָבערט די געגנט | האָבן זיי אַנעקסירט, עראָבערט די געגנט | ||
קרים. זיי האָבן געווינען קאָנטראָל איבער | קרים. זיי האָבן געווינען קאָנטראָל איבער | ||
דעם ים אַזאָוו, אָרגאַניזירט דעם | דעם ים אַזאָוו, אָרגאַניזירט דעם פאַרקער | ||
צווישן אַזיע און | צווישן אַזיע און אייראפּע, און גענומען צינזש | ||
פון די וואַליטשאַנער, סעוויאַנער און פּאָליאַנער. | פון די וואַליטשאַנער, סעוויאַנער און פּאָליאַנער. | ||
אָבער קלימאַקסישער אַרויף שטייג | אָבער קלימאַקסישער אַרויף שטייג ענדיגט זיך אָפט מאָל מיט אַראָפּ שטייג. און | ||
דאָס איז געווען דער פאַל אויך מיט די | דאָס איז געווען דער פאַל אויך מיט די | ||
כאַזאַרן. נאָך זייער דערגרייכן דעם העכסטן | כאַזאַרן. נאָך זייער דערגרייכן דעם העכסטן | ||
שפּיץ פון באַרימקייט אַלס | שפּיץ פון באַרימקייט אַלס קעמפענדיג פאָלק, | ||
האָט עס אָן געהויבן צו | האָט עס אָן געהויבן צו גיין זיי מיט דער | ||
פּוטער אַראָפּ. זיי האָבן געליטן איין פאַרלוסט נאָך דעם אַנדערן. זייער | פּוטער אַראָפּ. זיי האָבן געליטן איין פאַרלוסט נאָך דעם אַנדערן. זייער כסדר’דיג פירן | ||
מלחמה האָט פאַרמינערט | מלחמה האָט פאַרמינערט זייער די צאָל פון | ||
זייער שטאַם, בעת זייערע שונאים האָבן | זייער שטאַם, בעת זייערע שונאים האָבן געמערט זיך אין צאָל, און געשטאַרקט זיך | ||
אין מאַכט. סע | אין מאַכט. סע זענען געווען צייטן ווען זיי | ||
האָבן געדאַרפט דינגען סאָלדאַטן פון אַנדערע | האָבן געדאַרפט דינגען סאָלדאַטן פון אַנדערע | ||
שטאַמען. זייערע פיינד האָבן באַקענט זיך | שטאַמען. זייערע פיינד האָבן באַקענט זיך | ||
מיט זייער סטראַטעגיק, און זייער ירידה, | מיט זייער סטראַטעגיק, און זייער ירידה, | ||
זייער אַראָפּ נידער איז געווען | זייער אַראָפּ נידער איז געווען א נאַטירליכער | ||
קאָנסעקווענץ. | קאָנסעקווענץ. | ||
שורה 99: | שורה 99: | ||
געהויבן זייער מאַרש צו איין נעמען די | געהויבן זייער מאַרש צו איין נעמען די | ||
וועלט, האָבן די אַראַבערס, וועמען די כאַזאַרן | וועלט, האָבן די אַראַבערס, וועמען די כאַזאַרן | ||
האָבן געטרויעט | האָבן געטרויעט זייער פיל, באַטרוגן זיי. דאָס | ||
האָט, | האָט, פאַרשטייט זיך, אונטער געמינעוועט די | ||
כאַזאַרנס פּאָזיציע. | כאַזאַרנס פּאָזיציע. | ||
שורה 107: | שורה 107: | ||
קעניגרייך. נישט געקוקט אויף זייער ווערן | קעניגרייך. נישט געקוקט אויף זייער ווערן | ||
אָפּ געשוואַכט דורך דעם באַטריג פון זייערע | אָפּ געשוואַכט דורך דעם באַטריג פון זייערע | ||
אַליאירטע, און דורך דעם פאַרלירן | אַליאירטע, און דורך דעם פאַרלירן מערערע | ||
מלחמות, האָבן זיי דאָך נאָך באַוויזן צו | מלחמות, האָבן זיי דאָך נאָך באַוויזן צו | ||
באַזיגן די נאָרמאַנען אונטער דער פירערשאַפט פון אָליעג. און כמעט אַלע היסטאריקערס גיבן צו, | באַזיגן די נאָרמאַנען אונטער דער פירערשאַפט פון אָליעג. און כמעט אַלע היסטאריקערס גיבן צו, זענען איין שטימיק אַז | ||
די כאַזאַרן האָבן באַשיצט געגען, און אָפּ | די כאַזאַרן האָבן באַשיצט געגען, און אָפּ | ||
געראַטעוועט | געראַטעוועט אייראפּע פון, מאַכמעדאַניזם. און | ||
זיי האָבן געמאַכט קאַווקאַז די גרעניץ פון | זיי האָבן געמאַכט קאַווקאַז די גרעניץ פון | ||
דעם מאַכמעדאַנישן זיג. | דעם מאַכמעדאַנישן זיג. | ||
שורה 119: | שורה 119: | ||
קאָלאָניזירט זייערע עראָבערונגען. און אַרום | קאָלאָניזירט זייערע עראָבערונגען. און אַרום | ||
דעם צוועלפטן יאָר הונדערט האָבן די פּאָד | דעם צוועלפטן יאָר הונדערט האָבן די פּאָד | ||
לאָווציס פאַרניכט | לאָווציס פאַרניכט פולשטענדיג די כאַזאַרן. | ||
די געשיכטע פון די כאַזאַרן איז אויך | די געשיכטע פון די כאַזאַרן איז אויך | ||
פאַרבונדן מיט | פאַרבונדן מיט א זייער אינטערעסאַנטן עפּיזאָד, וועלאַכער איז געוואָרן בעטראַכט אַ | ||
לאַנגע צייט פאַר | לאַנגע צייט פאַר א לעגענדע. אָבער שפּעטער האָבן א. האַרקאַווי און ה. גרעץ באַוויזן | ||
אַז די לעגענדע אַז די כאַזאַרן, כוזרים, און | אַז די לעגענדע אַז די כאַזאַרן, כוזרים, און | ||
זייער קעניג האָבן מגייר געווען זיך, אַז זיי | זייער קעניג האָבן מגייר געווען זיך, אַז זיי | ||
האָבן אָן גענומען די אידישע אמונה. דעם | האָבן אָן גענומען די אידישע אמונה. דעם | ||
אידישן גלויבן איז קיין לעגענדע, נאָר אַ | אידישן גלויבן איז קיין לעגענדע, נאָר אַ | ||
היסטאָרישער פאַקט. און | היסטאָרישער פאַקט. און געשען איז די | ||
געשיכטע אַזוי: | געשיכטע אַזוי: | ||
אין דער צייט ווען דאָס כאַזאַרישע קעניגרייך איז געווען אויף דעם שפּיץ פון רום, | אין דער צייט ווען דאָס כאַזאַרישע קעניגרייך איז געווען אויף דעם שפּיץ פון רום, | ||
זענען די אידן געוואָרן ברוטאַל פאַרפאָלגט | |||
אין ביזאַנטין און אין פּערסיע. אונטער יוסטיניאַנס הערשאַפט (565—527) | אין ביזאַנטין און אין פּערסיע. אונטער יוסטיניאַנס הערשאַפט (565—527) זענען געוואָרן | ||
פּראָקלאַמירט | פּראָקלאַמירט שווערע גזירות געגן אידן. די | ||
אידן האָבן נישט געטאָרט פייערן פּסח, ווען | אידן האָבן נישט געטאָרט פייערן פּסח, ווען | ||
דער יום טוב איז אויס געקומען פאַר זייער | דער יום טוב איז אויס געקומען פאַר זייער | ||
שורה 140: | שורה 140: | ||
די אידן צו עסן מצות פּסח. אין דעם יאָר | די אידן צו עסן מצות פּסח. אין דעם יאָר | ||
553 איז געוואָרן פאַרבאָטן די אידן צו לערנען גמרא, און צו אָפּ היטן די תלמוד’ישע | 553 איז געוואָרן פאַרבאָטן די אידן צו לערנען גמרא, און צו אָפּ היטן די תלמוד’ישע | ||
געזעצן. דער ביזאַנטינעשער קעניג לעאָן איסאַברי (741—718) האָט | געזעצן. דער ביזאַנטינעשער קעניג לעאָן איסאַברי (741—718) האָט באפוילן אַז די | ||
אידן זאָלן שמד’ן זיך. דאָס האָט געצווינגן | אידן זאָלן שמד’ן זיך. דאָס האָט געצווינגן | ||
די ביזאַנטינישע אידן צו פאַרלאָזן דאָס לאַנד | די ביזאַנטינישע אידן צו פאַרלאָזן דאָס לאַנד | ||
שורה 154: | שורה 154: | ||
האָבן מגייר געווען זיך. סע איז נאָך נישט | האָבן מגייר געווען זיך. סע איז נאָך נישט | ||
זיכער אַקוראַט ווען זיי האָבן אָן גענומען דעם | זיכער אַקוראַט ווען זיי האָבן אָן גענומען דעם | ||
אידישן גלויבן. געוויסע געלערנטע | אידישן גלויבן. געוויסע געלערנטע זענען מיט | ||
דער מיינונג אַז דאָס האָט פּאַסירט אין דעם | דער מיינונג אַז דאָס האָט פּאַסירט אין דעם | ||
יאָר 620. אַנדערע האַלטן אין דעם יאָר 740. | יאָר 620. אַנדערע האַלטן אין דעם יאָר 740. | ||
סע | סע זענען אויך נישט פאַראַן מערערע אויטענטישע דאָקומענטן וועגן זייער מגייר זיין | ||
זיך. די איינציקע דאָקומענטן | זיך. די איינציקע דאָקומענטן זענען ר’ חסדאי’ס בריוו וועלאַכע זענען געדרוקט אין | ||
מאַנכע אויסגאַבעס פון דעם באַרימטן דיאַלאָג | מאַנכע אויסגאַבעס פון דעם באַרימטן דיאַלאָג | ||
בעקאַנט אַלס ספר הכוזרי פון רבי יהודה | בעקאַנט אַלס ספר הכוזרי פון רבי יהודה | ||
הלוי. (זעט אױסגאַבע | הלוי. (זעט אױסגאַבע "אום"). | ||
און סע איז כדאי צו באַמערקן דעם | און סע איז כדאי צו באַמערקן דעם | ||
פאַקט, אַז ווען נישט די בריוו, וואָלט דער | פאַקט, אַז ווען נישט די בריוו, וואָלט דער | ||
נאָמען כוזרי פאַר שווינדן אין גאַנצן פון די | נאָמען כוזרי פאַר שווינדן אין גאַנצן פון די | ||
אידישע מקורים. און די כאַזאַרנס | אידישע מקורים. און די כאַזאַרנס באַקערן | ||
זיך צו אידישקייט און אידנטום איז געווען | זיך צו אידישקייט און אידנטום איז געווען | ||
בלויז לעגענדע ביז אין דעם זעכצנטן יאָר | בלויז לעגענדע ביז אין דעם זעכצנטן יאָר | ||
שורה 192: | שורה 192: | ||
הויפּט גייסטליכער, ער זאָל העלפן אים מגייר | הויפּט גייסטליכער, ער זאָל העלפן אים מגייר | ||
זיין זיינע אונטערטאַנען. נאָך דעם אייבערשטנס | זיין זיינע אונטערטאַנען. נאָך דעם אייבערשטנס | ||
אַנטפּלעקן זיך צו דעם כאַן אין | אַנטפּלעקן זיך צו דעם כאַן אין א חלום, האָט | ||
די באַוועגונג אָן געהויבן זיך באַלד. זיי | די באַוועגונג אָן געהויבן זיך באַלד. זיי | ||
האָבן פערזאַמלט אַלע מענטשן און פאָר געשלאָגן אַז זיי זאָלן אָן נעמען דעם אידישן | האָבן פערזאַמלט אַלע מענטשן און פאָר געשלאָגן אַז זיי זאָלן אָן נעמען דעם אידישן | ||
שורה 203: | שורה 203: | ||
דאָזיקע לאַנד. | דאָזיקע לאַנד. | ||
דער קאַליף פון די טערקן און דער ביזאַנטינישער אימפּעראַטאָר | דער קאַליף פון די טערקן און דער ביזאַנטינישער אימפּעראַטאָר זענען געווען זייער | ||
נישט צו פרידן מיט דעם כאַזאַרס | נישט צו פרידן מיט דעם כאַזאַרס פּלוצימדיגן | ||
אויף שוואונג צו מאַכט און רום. האָבן זיי | אויף שוואונג צו מאַכט און רום. האָבן זיי | ||
געשיקט דעלעגאַציעס מיט מתנות, געשאַנקן, | געשיקט דעלעגאַציעס מיט מתנות, געשאַנקן, | ||
און קלוגע לייט, זיי זאָלן | און קלוגע לייט, זיי זאָלן באַקערן די כאַזאַרן | ||
צו זייערע רעליגיעס. בולאָן האָט איין געלאַדן די איינס קלוגע לייט, און ער האָט | צו זייערע רעליגיעס. בולאָן האָט איין געלאַדן די איינס קלוגע לייט, און ער האָט | ||
אויס געהערט אַלעמענס אַרגומענטן, טענות | אויס געהערט אַלעמענס אַרגומענטן, טענות | ||
שורה 216: | שורה 216: | ||
פון די אַנדערע צוויי רעליגיעס זיי בעטראַכטן אַלס די בעסטע. אַזוי ווי ביידע | פון די אַנדערע צוויי רעליגיעס זיי בעטראַכטן אַלס די בעסטע. אַזוי ווי ביידע | ||
האָבן צו געגיבן אַז די אידישע אמונה, | האָבן צו געגיבן אַז די אידישע אמונה, | ||
רעליגיע | רעליגיע שטייט העכער, האָט בולאַן איין | ||
געזען אַז די אידישע רעליגיע איז די אמת’ע. | געזען אַז די אידישע רעליגיע איז די אמת’ע. | ||
בולאַן האָט געלאָזט מל’ן אַלע זיינע באַדינערס, און ער האָט געשיקט נאָך אַן אידישן | בולאַן האָט געלאָזט מל’ן אַלע זיינע באַדינערס, און ער האָט געשיקט נאָך אַן אידישן | ||
שורה 226: | שורה 226: | ||
ער האָט איין געלאַדן אידישע תלמידי | ער האָט איין געלאַדן אידישע תלמידי | ||
חכמים, געלערנטע צו באַזעצן זיך אין דעם | חכמים, געלערנטע צו באַזעצן זיך אין דעם | ||
לאַנד. ער האָט געגרינדעט שולן און | לאַנד. ער האָט געגרינדעט שולן און שולעס. זיי האָבן קאָדיפיצירט די געזעצן, דינים | ||
לויט וועלאַכע די כאַזאַרן האָבן געפירט זיך. | לויט וועלאַכע די כאַזאַרן האָבן געפירט זיך. | ||
מע האָט געלערנט מיט זיי | מע האָט געלערנט מיט זיי תנ"כ, מינה, | ||
גמרא. און זיי האָבן גענוצט דעם א, ב אַלס | גמרא. און זיי האָבן גענוצט דעם א, ב אַלס | ||
זייער שריפט. | זייער שריפט. | ||
רבי חסדאי הייבט אָן זיין קאָרעספּאָנדענץ | רבי חסדאי הייבט אָן זיין קאָרעספּאָנדענץ | ||
מיט | מיט א דאָפּעלטער אַקראָסטישער באַגריסונג | ||
וועלאַכע ענטהאַלט זיבן און דרייסיג שורות, | וועלאַכע ענטהאַלט זיבן און דרייסיג שורות, | ||
וועמענס איניציאַלן, ערשטע אותיות פון אויבן | וועמענס איניציאַלן, ערשטע אותיות פון אויבן | ||
אַראָפּ מאַכן, לייענען זיך : אני חסדאי בר | אַראָפּ מאַכן, לייענען זיך : אני חסדאי בר | ||
יצחק בר עזרא בר שפּרוט מנחם בן סרוק{{הערה| | יצחק בר עזרא בר שפּרוט מנחם בן סרוק{{הערה|פארגלייכט מיט דעם בריוו אין ספר הכוזרי}}. | ||
אין זיינע בריוו | אין זיינע בריוו דערציילט ער אויך די | ||
שוועריקייטן, וועלאַכע ער האָט אין שיקן זיי. | |||
די קאָרעספּאָנדענץ | די קאָרעספּאָנדענץ דערציילט נישט בלויז | ||
די געשיכטע פון די כאַזאַרנס אָן נעמען דעם | די געשיכטע פון די כאַזאַרנס אָן נעמען דעם | ||
אידישן גלויבן. נאָר זי אינפאָרמירט אויך וועגן | אידישן גלויבן. נאָר זי אינפאָרמירט אויך וועגן | ||
זייער אורשפּרונג, זייער געאָגראַפישע פּאָזיציע, זייער באַציאונג צו די | זייער אורשפּרונג, זייער געאָגראַפישע פּאָזיציע, זייער באַציאונג צו די שכנות’דיגע | ||
שטאַמען, און זייער דיפּלאָמאַטישע באַציאונגען | שטאַמען, און זייער דיפּלאָמאַטישע באַציאונגען | ||
צו די | צו די הערשנדיגע מאַכטן אין יענער צייט. | ||
אַקרישעס אָנדעקונג, די איינציקע אידישע | אַקרישעס אָנדעקונג, די איינציקע אידישע | ||
שורה 253: | שורה 252: | ||
כאַזאַרן, איז ערשינען צו דעם ערשטן מאָל | כאַזאַרן, איז ערשינען צו דעם ערשטן מאָל | ||
אין קאָנסטאַנטינאָפּל אַרום דעם יאָר 1577 | אין קאָנסטאַנטינאָפּל אַרום דעם יאָר 1577 | ||
אין | אין "קול מבשר". סע איז געוואָרן איבער | ||
געדרוקט אַלס | געדרוקט אַלס "פּראָלאָג" צו דעם "כוזרי". | ||
אַ נייע אויסגאַבע פון דעם כאַזאַרנס קעניגס | אַ נייע אויסגאַבע פון דעם כאַזאַרנס קעניגס | ||
שורה 260: | שורה 259: | ||
אַ בעסערע באַשרייבונג פון דעם לאַנדס געאָ־ | אַ בעסערע באַשרייבונג פון דעם לאַנדס געאָ־ | ||
גראַפיע, איז ערשינען פון דר. א. האַרקאַווי | גראַפיע, איז ערשינען פון דר. א. האַרקאַווי | ||
אין דער צייט שריפט | אין דער צייט שריפט "מאסף נדחים", נומער | ||
ח, פון | ח, פון א מאַנוסקריפּט וועלאַכן פירקאָוויץ | ||
האָט געבראַכט פון עגיפּטן, מצרים. | האָט געבראַכט פון עגיפּטן, מצרים. | ||
אַזוי ווי די היסטאָרישע קוועלעס וועגן | אַזוי ווי די היסטאָרישע קוועלעס וועגן | ||
די כאַזאַרן | די כאַזאַרן זענען זייער ווייניג, און די קאָרעספּאָנדענץ צווישן רבי חסדאי און דעם | ||
קעניג איז דער איינציקער מקור, קוועלע, | קעניג איז דער איינציקער מקור, קוועלע, | ||
אויף וועלאַכן אונזער אינפאָרמאַציע וועגן דער | אויף וועלאַכן אונזער אינפאָרמאַציע וועגן דער | ||
שורה 271: | שורה 270: | ||
פילע פאַך געלערנטע ווי גאָלדענטאַל (1848), | פילע פאַך געלערנטע ווי גאָלדענטאַל (1848), | ||
דאָבריאַקאָוו (1865), און אַפילו דער היסטאָריקער אילאָוואַיסקי (1876), פאַרפירט דורך | דאָבריאַקאָוו (1865), און אַפילו דער היסטאָריקער אילאָוואַיסקי (1876), פאַרפירט דורך | ||
פריערדיגע מיינונגען, באַצויגן זיך סקעפּטיש | |||
צו די בריוו־דאָקומענטן. | צו די בריוו־דאָקומענטן. | ||
באַסנאַג דרוקט די בריוו אין זיין | באַסנאַג דרוקט די בריוו אין זיין "געשיכטע | ||
פון די | פון די אידן" (1707), און ער דערקלערט אַלס | ||
פּוסטע פאַנטאַזיע נישט בלויז דאָס כאַזאַרן | פּוסטע פאַנטאַזיע נישט בלויז דאָס כאַזאַרן | ||
קעניגרייך, נאָר אַפילו אויך די גאַנצע עקזיסטענץ פון דעם כאַזאַרן פאָלק. ער האַלט די | קעניגרייך, נאָר אַפילו אויך די גאַנצע עקזיסטענץ פון דעם כאַזאַרן פאָלק. ער האַלט די | ||
גאַנצע אַנגעלעגנהייט פאַר אַן ערפינדונג פון | גאַנצע אַנגעלעגנהייט פאַר אַן ערפינדונג פון | ||
אידישער פּוסטער, באַרימערישער פאַנטאַזיע. | אידישער פּוסטער, באַרימערישער פאַנטאַזיע. | ||
און ביז דעם יאָר 1911 | און ביז דעם יאָר 1911 זענען די בריוו | ||
טאַקע געווען דער איינציקער מקור, קוועלע. | טאַקע געווען דער איינציקער מקור, קוועלע. | ||
אין דעם יאָר 1911 האָט דר. ש. ז. שעכטער | אין דעם יאָר 1911 האָט דר. ש. ז. שעכטער | ||
געפונען אין דער גניזה פון מצרים | געפונען אין דער גניזה פון מצרים א פראַגמענט אין וועלאַכן סע רעד זיך וועגן די | ||
כאַזאַרן, און ער ענטהאַלט נייע אינפאָרמאַציע | כאַזאַרן, און ער ענטהאַלט נייע אינפאָרמאַציע | ||
וועגן זיי. | וועגן זיי. | ||
דער דאָזיקער פראַגמענט איז ערשינען אין | דער דאָזיקער פראַגמענט איז ערשינען אין | ||
דעם פערטל יאָריקן זשורנאַל | דעם פערטל יאָריקן זשורנאַל "דזשואיש קוואָטערלי רעוויו" אין פילאַדעלפיע. דער מאַנוסקריפּט, כתב יד, האָט נישט דעם אָנהייב, און | ||
נישט דעם סוף. ער | נישט דעם סוף. ער באַשטייט פון בלויז צוויי | ||
מיטלסדיגע זייטן. אויך דער דאָזיקער דאָקו־ | |||
מענט איז געשריבן אין דער פאָרמע פון אַ | מענט איז געשריבן אין דער פאָרמע פון אַ | ||
בריוו. ווייל ער ענטהאַלט די פראַזע : | בריוו. ווייל ער ענטהאַלט די פראַזע : "הנני | ||
מודיע | מודיע לאדוני", איך לאָז וויסן מיין האַר . . . | ||
ער איז געשריבן אין לייענבאַרער האַנט | ער איז געשריבן אין לייענבאַרער האַנט | ||
שריפט, און אין קוואַדראַטנע אותיות. | שריפט, און אין קוואַדראַטנע אותיות. | ||
שורה 301: | שורה 300: | ||
קוואַדראַטנער שריפט, איז מען גענייגט צו | קוואַדראַטנער שריפט, איז מען גענייגט צו | ||
האַלטן אַז ער אי געואָרן געשריבן אַרום דעם | האַלטן אַז ער אי געואָרן געשריבן אַרום דעם | ||
צוועלפטן יאָר הונדערט. ווייל פאַר דעם דאָזיקן פּעריאָד האָט נישט עקזיסטירט | צוועלפטן יאָר הונדערט. ווייל פאַר דעם דאָזיקן פּעריאָד האָט נישט עקזיסטירט א קוואַדראַט שריפט. און נאָך דעם דרייצנטן יאָר | ||
הונדערט, האָט מע גענוצט קוואַדראַט שריפט | הונדערט, האָט מע גענוצט קוואַדראַט שריפט | ||
בלויז פאַר שרייבן ספרי תורה. | בלויז פאַר שרייבן ספרי תורה. | ||
שורה 309: | שורה 308: | ||
דאָקומענט. ער ענטהאַלט קלאָרע ענטפערס | דאָקומענט. ער ענטהאַלט קלאָרע ענטפערס | ||
אויף די פראַגעס וועגן רבי חסדאי’ן. די | אויף די פראַגעס וועגן רבי חסדאי’ן. די | ||
נעמען פון די פעלקער | נעמען פון די פעלקער זענען אַראַנזשירט | ||
און אָן געגעבן ריכטיק. און ער גיט | און אָן געגעבן ריכטיק. און ער גיט א קלאָרע | ||
באַשרייבונג וועגן די כאַזאַרנס אָן נעמען דעם | באַשרייבונג וועגן די כאַזאַרנס אָן נעמען דעם | ||
אידישן גלויבן. | אידישן גלויבן. | ||
https://www.google.com/books/edition/The_Jewish_Forum/38WBY8vBk7kC?hl=en&gbpv=1&pg=PA186&printsec=frontcover | |||
==רעפערענצן== | ==רעפערענצן== | ||
{{רעפערענצן}} | {{רעפערענצן}} | ||
[[he:ממלכת הכוזרים]] | [[he:ממלכת הכוזרים]] |
רעוויזיע פון 22:07, 4 פעברואר 2025
![]() |
דאס איז א דרעפט ארטיקל. עס איז אַן אַרבעט אין פּראָגרעס וואָס איז אָפן פאַר רעדאַגירונג דורך סיי וועם. ווען דער דרעפט איז פארטיג, ביטע גייט איבער דעם אריבערפירן טשעקליסט, זיכער צו מאכן אז עס איז גרייט. דערנאך קענט איר בעטן פון די דרעפט אריבערפירער אז זיי זאלן עס איבערגיין און אריבערפירן צום הויפט געביט. (אייער בקשה וועט פובליצירט ווערן אין המכלול:אריבערפירן דרעפטס, און דארט וועט אויך ערשיינען דער ענטפער - אויב פעלט אויס). |
די כוזרים, כאַזאַרן
אין דעם זיבעטן יארהונדערט פון דער היינטיגער צייט רעכענונג, האט א פאלק מיט דעם נאמען כאזארן (כוזרים), וועמענס געשיכטע איז געקניפּט און געבונדען מיט דער היסטאריע פון דעם אידישן פאלק, באזעצט זיך ביי די גרעניצן פון אזיע און אייראפּע. זיי האבן געלעבט אלס מלוכה, ווי א קעניגרייך, ביי דעם מויל פון דעם טייך וואָלגאַ (וועלכן זיי האבן גערופן איטיל אָדער אַטעל), און דעם קאַספּישן ים וואו די קאַלמוקן וואוינען היינט, נעבן אַסטראַכאַן. זייערע קעניגס האט מען גערופן כאַנס. און די כאַנס פון די לעצטע הונדערט און פיפציג יאר (950—1100) פון זייער עקזיסטענץ, האבן געפירט זייער פאלק אין זיגרייכע מלחמות, ביז זיי האבן דערגרייכט זייער מאקסימאלע געאגראפישע פּאזיציע פון דעם טייך יאַאיק ביז צו די טייכן דניעפּר און בוג, און פון דעם דרום ענד פון קאַווקאַז ביז צו דער וואָלגאַ און אָקו.
דער פּונקטליכער נאמען פון דעם דאזיגן פאלק איז נאכנישט פעסט געשטעלט געווארן ביז צו דעם היינטיגן טאג. קלאסישע שרייבערס פון דעם מיטל אלטער באצייכענען זיי מיט דעם נאמען חזר, אלקאצירס, אַקאַטירס; די רוסן — קאָזאַרי. העברעאישע שרייבערס לייגן אויס דעם נאמען כזר, צו אויסמיידן דעם נישט פּאַסיגן אויס לייג, די נישט עסטעטישע בוכשטאבירונג פון חזיר. דער פאקט, אבער, וואס דער קאספּישער ים האט געהייסן צו יענער צייט כאזאר, באוועגט מיך צו פארמוטן, אדער אפשר גאר צו אננעמען אז דאס פאלק וואס האט געלעבט ביי דעם דאזיגן ים האט אדאפּטירט דעם דאזיגן נאמען פאר זיך. איך שלאג דאס פאָר, כאטש איך האב קיין פילאלאגישן באווייז פאר דעם.
זייער אורשפּרונג, פּונקט ווי זייער נאמען, איז אויך נאכנישט געווארן פעסט-געשטעלט ביז היינט צו טאג. ס'איז נאך אלץ אין דעם אויספארשונג סטאדיום, און דעבאטע מאטעריאל פאר די פאך געלערנטע. פינאָ-אוגריאַן ווערט באטראכט די העכסט ווארשיינליכע קוועלע. די אורזאכן פאר דעם זענען : א) זייערע אפיציעלע טיטלס זענען ווי די אוגריקיש, ב) די נעמען פון זייערע שטעט זענען פון אוגריקישן דיאלעקט, ג) זייער אַרט רעדן ענדלט בולגאריש און דאס היינטיגע אונגאריש (מאַדיאַריש). ס'איז פאַראַן אַפילו א מיינונג אין העברעאישע קוועלעס אַז זיי שטאַמען אָפּ פון תוגרמה בן גומר, בן יפת, בן נח.
ביזאַנטינער און אויך געוויסע אַראַבישע פאָרשערס שרייבן צו זייער אורשפּרונג צו די טערקן. (אגב, ותירס, דער זון פון יפת, דער זון פון נח זעצען איבער די תרגומים ירושלמי און יונתן בראשית י, ב מיט ותרקי). אַנדערע אַראַבישע היסטאָריקערס האַלטן אַז זיי זענען פערוואַנד מיט די סלאַוון און גרוזינער. אַנדערע פאַך געלערנטע מיינען אַז די כאַזאַרן (כוזרים) שטאַמען אָפּ פון די דינטיאַנער.
די כאַזאַרן, א זייער שטאַרק פאָלק אין יענער צייט, האָט נישט דערגרייכט דעם קלימאַקס פון גרויסקייט פּלוצים, אָדער מיט איין מאָל. גיכער, אָדער וואַרשיינליך איז דאָס געווען א שטופנווייזע ענטוויקלונג. מיר האָבן נאָך קיינע פולע, היסטאָרישע באַווייזן פאַר דעם.
עטנאָלאָגיש זענען די כאַזאַרן בעשטאַנען פון א ווייסער און א טונקעלער ראַסע. די ווייסע האָבן געהאַט די אויבער האַנט. זייער געשיכטע גייט צוריק ביז צו דעם אָנהייב פון דעם צווייטן יאָר הונדערט. אין דער מלחמה צווישן די רוימישע און פּערסישע מאַכטן איז אַרמעניע געווען אָפט דאָס שלאַכט פעלד. ווי א פּועל יוצא, רעזולטאַט פון דעם איז די שטעלונג פון די כאַזאַרן געוואָרן אַ וויכטיקער פּאָליטישער פאַקטאָר. די פּערסיאַר נער האָבן שטענדיג באַמיט זיך צו געווינען זיי אויף זייער זייט. זיי האָבן געגעבן זיי איין קאָנצעסיע נאָך דער אַנדערער, ביז די כאַזאַרן זענען געווען שוין גענוג שטאַרק צו קאָנען פירן זייערע אייגענע מלחמות. קעמפנדיג אלס ביזאנטישע אליאירטע און שפּעטער אויף דער זייט פון די פּערסיער, האָבן זיי גלייך צייטיק געלערנט און ערוואָרבן זיך אויך די סטראַטעגיק פון אַנדערע פעלקער. פּערסיע האָט באַקומען מורא פאַר זיי, און האָט אויף געמויערט א שטאַרקע וואַנט און פעסטונק ביי דער כאַזאַרישער גרעניץ. אָבער דאָס האָט געהאָלפן זיי זייער ווייניג. די כאַזאַרן האָבן פאַרניכט זיי און אָקופּירט, איין גענומען און באַזעצט פּערסיע.
אין דעם יאָר 626 האָבן די גריכן געשלאָסן א בונד מיט די כאַזאַרן. שפּעטער האָבן די אַדעליקע פון אַרמעניע פאַרפליכטעט זייער אונטערטעניגקייט צו דעם קעניג פון די כאַזאַרן. זיי האָבן באַזיגט אויך איבעריאַ, געאָרגיאַ, און אַרמעניע. דער פּערסישער קעניג האָט אַפּעלירט צו דעם רוימישן אימפּעראַטאָר לעאָן דעם ערשטן צו העלפן אים פאַרטיידיגן קליין אַזיע געגן די כאַזאַרן. אָבער זייענדיג אַליין געדריקט ביי די כאַזאַרן, האָט ער נישט געקאָנט ערפילן זיין אַפּיל, זיין ביטע.
אין דעם יאָר 2־651 האָט אויס געבראָכן אַ קריג צווישן די כאַזאַרן און די אַראַבערס, וועלאַכן די כאַזאַרן האָבן פאַרלוירן. די אַראַבערס האָבן פאַרניכט די כאַזאַרישע הויפּט שטאָט סמאַנדער, און געטויט זייער קעניג לאַקאָגאָן.
נאָך זייער פאַרלירן די מלחמה אין דרום זייט, האָבן די כאַזאַרן געווענד זיך קיין מערב זייט. זיי זענען געווען ערפאָלגרייך אין איין נעמען קאָלאָניעס לענג אויס דעם ברעג פון דעם שוואַרצן ים, און זיי האָבן געהערשט איבער זיי ביז דעם יאָר 840. אין דעם יאָר 679 האָבן זיי אונטערטעניגקט אויך די בולגאַרן, און האָבן פאַרשפּרייט זיך ווייטער צו מערב זייט צווישן די טייכן דאָן און דניעפּר. אין דעם זיבעטן יאָר הונדערט האָבן זיי אַנעקסירט, עראָבערט די געגנט קרים. זיי האָבן געווינען קאָנטראָל איבער דעם ים אַזאָוו, אָרגאַניזירט דעם פאַרקער צווישן אַזיע און אייראפּע, און גענומען צינזש פון די וואַליטשאַנער, סעוויאַנער און פּאָליאַנער.
אָבער קלימאַקסישער אַרויף שטייג ענדיגט זיך אָפט מאָל מיט אַראָפּ שטייג. און דאָס איז געווען דער פאַל אויך מיט די כאַזאַרן. נאָך זייער דערגרייכן דעם העכסטן שפּיץ פון באַרימקייט אַלס קעמפענדיג פאָלק, האָט עס אָן געהויבן צו גיין זיי מיט דער פּוטער אַראָפּ. זיי האָבן געליטן איין פאַרלוסט נאָך דעם אַנדערן. זייער כסדר’דיג פירן מלחמה האָט פאַרמינערט זייער די צאָל פון זייער שטאַם, בעת זייערע שונאים האָבן געמערט זיך אין צאָל, און געשטאַרקט זיך אין מאַכט. סע זענען געווען צייטן ווען זיי האָבן געדאַרפט דינגען סאָלדאַטן פון אַנדערע שטאַמען. זייערע פיינד האָבן באַקענט זיך מיט זייער סטראַטעגיק, און זייער ירידה, זייער אַראָפּ נידער איז געווען א נאַטירליכער קאָנסעקווענץ.
ווען די איסלאַמישע אַרמעיען האָבן אָן געהויבן זייער מאַרש צו איין נעמען די וועלט, האָבן די אַראַבערס, וועמען די כאַזאַרן האָבן געטרויעט זייער פיל, באַטרוגן זיי. דאָס האָט, פאַרשטייט זיך, אונטער געמינעוועט די כאַזאַרנס פּאָזיציע.
אָבער נישט אַזוי גרינג האָט מען געמאַכט די כאַזאַרן פאַר אויס פאָלק, און פאַר אויס קעניגרייך. נישט געקוקט אויף זייער ווערן אָפּ געשוואַכט דורך דעם באַטריג פון זייערע אַליאירטע, און דורך דעם פאַרלירן מערערע מלחמות, האָבן זיי דאָך נאָך באַוויזן צו באַזיגן די נאָרמאַנען אונטער דער פירערשאַפט פון אָליעג. און כמעט אַלע היסטאריקערס גיבן צו, זענען איין שטימיק אַז די כאַזאַרן האָבן באַשיצט געגען, און אָפּ געראַטעוועט אייראפּע פון, מאַכמעדאַניזם. און זיי האָבן געמאַכט קאַווקאַז די גרעניץ פון דעם מאַכמעדאַנישן זיג.
אָבער אין דעם יאָר 1016 האָבן די ביזאַנטינערס און די רוסן צוזאַמען אָן געהויבן צו עראָרבערן כאַזאַרישע טעריטאָריע, און קאָלאָניזירט זייערע עראָבערונגען. און אַרום דעם צוועלפטן יאָר הונדערט האָבן די פּאָד לאָווציס פאַרניכט פולשטענדיג די כאַזאַרן.
די געשיכטע פון די כאַזאַרן איז אויך פאַרבונדן מיט א זייער אינטערעסאַנטן עפּיזאָד, וועלאַכער איז געוואָרן בעטראַכט אַ לאַנגע צייט פאַר א לעגענדע. אָבער שפּעטער האָבן א. האַרקאַווי און ה. גרעץ באַוויזן אַז די לעגענדע אַז די כאַזאַרן, כוזרים, און זייער קעניג האָבן מגייר געווען זיך, אַז זיי האָבן אָן גענומען די אידישע אמונה. דעם אידישן גלויבן איז קיין לעגענדע, נאָר אַ היסטאָרישער פאַקט. און געשען איז די געשיכטע אַזוי:
אין דער צייט ווען דאָס כאַזאַרישע קעניגרייך איז געווען אויף דעם שפּיץ פון רום, זענען די אידן געוואָרן ברוטאַל פאַרפאָלגט אין ביזאַנטין און אין פּערסיע. אונטער יוסטיניאַנס הערשאַפט (565—527) זענען געוואָרן פּראָקלאַמירט שווערע גזירות געגן אידן. די אידן האָבן נישט געטאָרט פייערן פּסח, ווען דער יום טוב איז אויס געקומען פאַר זייער פּאַסכאַ (איסטער). סע איז געווען פאַרבאָטן די אידן צו עסן מצות פּסח. אין דעם יאָר 553 איז געוואָרן פאַרבאָטן די אידן צו לערנען גמרא, און צו אָפּ היטן די תלמוד’ישע געזעצן. דער ביזאַנטינעשער קעניג לעאָן איסאַברי (741—718) האָט באפוילן אַז די אידן זאָלן שמד’ן זיך. דאָס האָט געצווינגן די ביזאַנטינישע אידן צו פאַרלאָזן דאָס לאַנד און צו באַזעצן זיך אין די אַרומיקע לענדער. דאָס כאַזאַרישע קעניגרייך האָט געגעבן די אידן רעליגיעזע פרייהייט און בירגערשאַפט. אַזוי אַרום איז דאָס כאַזאַרן לאַנד געוואָרן דער צענטער פון די פאַרפאָלגטע אידן אין יענער צייט.
ביסלאַכווייז איז דער איינפלוס פון די אידן אין כאַזאַריע געוואָרן אַזוי שטאַרק אַז זיי האָבן מגייר געווען זיך. סע איז נאָך נישט זיכער אַקוראַט ווען זיי האָבן אָן גענומען דעם אידישן גלויבן. געוויסע געלערנטע זענען מיט דער מיינונג אַז דאָס האָט פּאַסירט אין דעם יאָר 620. אַנדערע האַלטן אין דעם יאָר 740. סע זענען אויך נישט פאַראַן מערערע אויטענטישע דאָקומענטן וועגן זייער מגייר זיין זיך. די איינציקע דאָקומענטן זענען ר’ חסדאי’ס בריוו וועלאַכע זענען געדרוקט אין מאַנכע אויסגאַבעס פון דעם באַרימטן דיאַלאָג בעקאַנט אַלס ספר הכוזרי פון רבי יהודה הלוי. (זעט אױסגאַבע "אום").
און סע איז כדאי צו באַמערקן דעם פאַקט, אַז ווען נישט די בריוו, וואָלט דער נאָמען כוזרי פאַר שווינדן אין גאַנצן פון די אידישע מקורים. און די כאַזאַרנס באַקערן זיך צו אידישקייט און אידנטום איז געווען בלויז לעגענדע ביז אין דעם זעכצנטן יאָר הונדערט, ווען דער בוך זאַמלער יצחק ב. עקריש האָט אויף זיין רייע צווישן קאָנסטאַנטינאָפּל און עגיפּטן, מצרים, אָנדעקט די קאָרעספּאָנדענץ צווישן ר’ חסדאי אבן שפּרוט אַ מיניסטער אין דעם הויף אבד־אַלרהאַמאַן, קאַליף פון קאָרדאָוואַ, און יוסף דער קעניג פון די כאַזאַרן.
אין זיין בריוו צו ר’ חסדאי’ן, אַרום דעם יאָר 960, רעפּאָרטירט דער קעניג יוסף ועגן דעם מגייר זין זיך, אַזוי צו זאָגן:
דער אייבערשטער האָט באַוויזן זיך אין אַ חלום צו דעם קעניג בולאַן, וועלאַכער האָט געקיניגט איבער די כאַזאַרן, און ער האָט צו געזאָגט אים מאַכט און רום, אויב ער וועט אָן נעמען דעם אידישן גלויבן. דער קעניג בולאַן איז געווען גרייט צו אָן נעמען דעם אידישן גלויבן, אָבער ער איז נישט געווען זיכער צי זיין פאָלק וועט נאָך פאָלגן אים. האָט ער אַפּעלירט צו דעם אייבערשטן ער זאָל אַנטפּלעקן זיך אויך צו דעם כאַן, הויפּט גייסטליכער, ער זאָל העלפן אים מגייר זיין זיינע אונטערטאַנען. נאָך דעם אייבערשטנס אַנטפּלעקן זיך צו דעם כאַן אין א חלום, האָט די באַוועגונג אָן געהויבן זיך באַלד. זיי האָבן פערזאַמלט אַלע מענטשן און פאָר געשלאָגן אַז זיי זאָלן אָן נעמען דעם אידישן גלויבן. און דאָס פאָלק האָט באַלד מגייר געווען זיך.
ערמוטיקט דורך דעם אַלמעכטיקנס צו זאָג צו באַוויליקן זיי מאַכט און רום, האָבן די כאַזאַרן מאַרשירט דורך דאָרבאַן קיין אַרדעביל, און זיי האָבן איין גענומען דאָס דאָזיקע לאַנד.
דער קאַליף פון די טערקן און דער ביזאַנטינישער אימפּעראַטאָר זענען געווען זייער נישט צו פרידן מיט דעם כאַזאַרס פּלוצימדיגן אויף שוואונג צו מאַכט און רום. האָבן זיי געשיקט דעלעגאַציעס מיט מתנות, געשאַנקן, און קלוגע לייט, זיי זאָלן באַקערן די כאַזאַרן צו זייערע רעליגיעס. בולאָן האָט איין געלאַדן די איינס קלוגע לייט, און ער האָט אויס געהערט אַלעמענס אַרגומענטן, טענות און באַווייזן וועגן וועלאַכע פון די דריי רעליגיעס איז די בעסטע. אַזוי ווי יעדער איינער פון זיי האָט געהאַלטן זיין רעליגיע פאַר די בעסטע. האָט ער געפרעגט די מאַכמעדאַנערס באַזונדער און די קריסטן באַזונדער, וועלאַכע פון די אַנדערע צוויי רעליגיעס זיי בעטראַכטן אַלס די בעסטע. אַזוי ווי ביידע האָבן צו געגיבן אַז די אידישע אמונה, רעליגיע שטייט העכער, האָט בולאַן איין געזען אַז די אידישע רעליגיע איז די אמת’ע. בולאַן האָט געלאָזט מל’ן אַלע זיינע באַדינערס, און ער האָט געשיקט נאָך אַן אידישן געלערנטן, און ער האָט באַשטימט אים אַלס רעליגיעזער פירער, און וועג ווייזער.
עובדיה, איינער פון בולאַנס נאָך פאָלגערס האָט רעאָרגאַניזירט דאָס קעניגרייך, און ער האָט פערשטאַרקט די אידישע אמונה. ער האָט איין געלאַדן אידישע תלמידי חכמים, געלערנטע צו באַזעצן זיך אין דעם לאַנד. ער האָט געגרינדעט שולן און שולעס. זיי האָבן קאָדיפיצירט די געזעצן, דינים לויט וועלאַכע די כאַזאַרן האָבן געפירט זיך. מע האָט געלערנט מיט זיי תנ"כ, מינה, גמרא. און זיי האָבן גענוצט דעם א, ב אַלס זייער שריפט.
רבי חסדאי הייבט אָן זיין קאָרעספּאָנדענץ מיט א דאָפּעלטער אַקראָסטישער באַגריסונג וועלאַכע ענטהאַלט זיבן און דרייסיג שורות, וועמענס איניציאַלן, ערשטע אותיות פון אויבן אַראָפּ מאַכן, לייענען זיך : אני חסדאי בר יצחק בר עזרא בר שפּרוט מנחם בן סרוק[1]. אין זיינע בריוו דערציילט ער אויך די שוועריקייטן, וועלאַכע ער האָט אין שיקן זיי.
די קאָרעספּאָנדענץ דערציילט נישט בלויז די געשיכטע פון די כאַזאַרנס אָן נעמען דעם אידישן גלויבן. נאָר זי אינפאָרמירט אויך וועגן זייער אורשפּרונג, זייער געאָגראַפישע פּאָזיציע, זייער באַציאונג צו די שכנות’דיגע שטאַמען, און זייער דיפּלאָמאַטישע באַציאונגען צו די הערשנדיגע מאַכטן אין יענער צייט.
אַקרישעס אָנדעקונג, די איינציקע אידישע קוועלע, מקור, וועגן דער געשיכטע פון די כאַזאַרן, איז ערשינען צו דעם ערשטן מאָל אין קאָנסטאַנטינאָפּל אַרום דעם יאָר 1577 אין "קול מבשר". סע איז געוואָרן איבער געדרוקט אַלס "פּראָלאָג" צו דעם "כוזרי".
אַ נייע אויסגאַבע פון דעם כאַזאַרנס קעניגס ענטפער צו ר’ חסדאי’ן, וועלאַכער ענטהאַלט אַ בעסערע באַשרייבונג פון דעם לאַנדס געאָ־ גראַפיע, איז ערשינען פון דר. א. האַרקאַווי אין דער צייט שריפט "מאסף נדחים", נומער ח, פון א מאַנוסקריפּט וועלאַכן פירקאָוויץ האָט געבראַכט פון עגיפּטן, מצרים.
אַזוי ווי די היסטאָרישע קוועלעס וועגן די כאַזאַרן זענען זייער ווייניג, און די קאָרעספּאָנדענץ צווישן רבי חסדאי און דעם קעניג איז דער איינציקער מקור, קוועלע, אויף וועלאַכן אונזער אינפאָרמאַציע וועגן דער געשיכטע פון די כאַזאַרן איז באַזירט. האָבן פילע פאַך געלערנטע ווי גאָלדענטאַל (1848), דאָבריאַקאָוו (1865), און אַפילו דער היסטאָריקער אילאָוואַיסקי (1876), פאַרפירט דורך פריערדיגע מיינונגען, באַצויגן זיך סקעפּטיש צו די בריוו־דאָקומענטן.
באַסנאַג דרוקט די בריוו אין זיין "געשיכטע פון די אידן" (1707), און ער דערקלערט אַלס פּוסטע פאַנטאַזיע נישט בלויז דאָס כאַזאַרן קעניגרייך, נאָר אַפילו אויך די גאַנצע עקזיסטענץ פון דעם כאַזאַרן פאָלק. ער האַלט די גאַנצע אַנגעלעגנהייט פאַר אַן ערפינדונג פון אידישער פּוסטער, באַרימערישער פאַנטאַזיע. און ביז דעם יאָר 1911 זענען די בריוו טאַקע געווען דער איינציקער מקור, קוועלע.
אין דעם יאָר 1911 האָט דר. ש. ז. שעכטער געפונען אין דער גניזה פון מצרים א פראַגמענט אין וועלאַכן סע רעד זיך וועגן די כאַזאַרן, און ער ענטהאַלט נייע אינפאָרמאַציע וועגן זיי.
דער דאָזיקער פראַגמענט איז ערשינען אין דעם פערטל יאָריקן זשורנאַל "דזשואיש קוואָטערלי רעוויו" אין פילאַדעלפיע. דער מאַנוסקריפּט, כתב יד, האָט נישט דעם אָנהייב, און נישט דעם סוף. ער באַשטייט פון בלויז צוויי מיטלסדיגע זייטן. אויך דער דאָזיקער דאָקו־ מענט איז געשריבן אין דער פאָרמע פון אַ בריוו. ווייל ער ענטהאַלט די פראַזע : "הנני מודיע לאדוני", איך לאָז וויסן מיין האַר . . . ער איז געשריבן אין לייענבאַרער האַנט שריפט, און אין קוואַדראַטנע אותיות.
ווייל דער דאָקומענט איז געשריבן אין קוואַדראַטנער שריפט, איז מען גענייגט צו האַלטן אַז ער אי געואָרן געשריבן אַרום דעם צוועלפטן יאָר הונדערט. ווייל פאַר דעם דאָזיקן פּעריאָד האָט נישט עקזיסטירט א קוואַדראַט שריפט. און נאָך דעם דרייצנטן יאָר הונדערט, האָט מע גענוצט קוואַדראַט שריפט בלויז פאַר שרייבן ספרי תורה.
פאַך געלערנטע בעטראַכטן דעם דאָזיקן פראַגמענטאַרישן קוואַדראַט־שריפט געשריבענעם מאַנוסקריפּט אַלס וויכטיקן היסטאָרישן דאָקומענט. ער ענטהאַלט קלאָרע ענטפערס אויף די פראַגעס וועגן רבי חסדאי’ן. די נעמען פון די פעלקער זענען אַראַנזשירט און אָן געגעבן ריכטיק. און ער גיט א קלאָרע באַשרייבונג וועגן די כאַזאַרנס אָן נעמען דעם אידישן גלויבן.
רעפערענצן
- ↑ פארגלייכט מיט דעם בריוו אין ספר הכוזרי