אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "דרעפט:רבי דוד טעביל דיינאווסקי"

קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
קיין רעדאגירונג באמערקונג
אין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 1: שורה 1:
{{דרעפט}}
{{דרעפט}}
רבי דוד טעוול דיינאָווסקי איז געווען דער לעצטער רב אין פּיאָנטניצע (Piątnica), ביי לאָמזשע. ער איז געווען דורכגעדרונגען מיטן מוסר־גייסט פון ליטווישע ישיבות. ער האָט געהאַט אַ ליבשאַפט צו אידן בכלל און זיך באַמיט צו משפּיע זיין אויף זיי מיטן רוח התורה והמצוות{{הערה|לאמזשע: 271}}.
רבי דוד טעוול דיינאָווסקי איז געווען דער לעצטער רב אין פּיאָנטניצע (Piątnica), ביי לאָמזשע. ער איז געווען דורכגעדרונגען מיטן מוסר־גייסט פון ליטווישע ישיבות. ער האָט געהאַט אַ ליבשאַפט צו אידן בכלל און זיך באַמיט צו משפּיע זיין אויף זיי מיטן רוח התורה והמצוות{{הערה|לאמזשע: 271}}. ר' טעוועלע איז געווען אַן אויסערגעוויינלעכע פּערזענלעכקייט, אַ הדרת־פּנים, א גרויסער למדן. מיט גרויס כבוד און ליבשאַפט האָט מען זיך צום רב באַצויגן{{הערה|שם=משה762|משה פרידמאן, פנקס מחמש קהילות חרבות, עמ' 762}}.
 
ר' טעוועלע איז געווען אַן אויסערגעוויינלעכע פּערזענלעכקייט, אַ הדרת־פּנים, א גרויסער למדן. מיט גרויס כבוד און ליבשאַפט האָט מען זיך צום רב באַצויגן. און דער איידעם רב שלמה, שוין אַ ביסל מער מאָדערנע, געווען ראש־הישיבה, האָט געשטעלט פאַר אַ נסיון דעם שווער, דעם רב ר' טעוועלע. דאָס איז געווען בעת דער מלחמה פון 1914, ווען די דייטשן האָבן זיך דערנענטערט צו מאַלטש איז פּונקט אויסגעפאַלן פרייטאג און מען האָט געדאַרפט אַנטלויפן. איז מען געגאַנגען צום רב, ווייל עס האָט זיך געהאַנדלט וועגן חילול־שבת. האָט דער רב געזאגט אז מען טאר זיך נישט רירן פון אָרט, ווייל מען וועט מחלל־שבת זיין. האָט דער מאָדערנער ר' שלמה זיך איינגעקויפט אַ פערד און וועגעלע און האָט דער ערשטער איינגעשפּאַנט און האָט אויסגעשריגן: פאָרט! ווען די סכנה איז גרויס איז עס דוחק שבת און אידן האָבן זיך געלאָזט אין וועג אַריין קיין קאַרטוז־בערעזע{{הערה|משה פרידמאן, פנקס מחמש קהילות חרבות, עמ' 762}}.

ער איז געווען, ווי אַלע מוסר’ניקעס, אַ קעגנער פון ציוניזם. עולים קיין א“י זיינען ביי אים געווען פאַררעכנט ווי געצנדינער. פאַרן חורבן האָט ער אַרויסגעגעבן אַ ספר מיטן נאָמען „לקראת צמא“ (קעגן דורשטיקן). ער האָט דאָס וואָרט „צמא“ געמאַכט פאַר אַ ראשי תיבות: ציוניסטן, מזרחיסטן, אגודייסטן. אין דעם ספר איז הרב דיינאָווסקי קעגן אַלע פּאַרטייען, נאָר דער בית מדרש און די תורה איז גוט פאַר אידן. ווען אין א“י האָבן אויסגעבראָכן אומרוען, האָט ער געדרשנט אין זיין בית מדרש, אַז אידן דאַרפן זיין ווי אַ וואָרעם (תולעת), וועלן זיי נישט האָבן וואָס מורא צו האָבן (באַציענדיק זיך אויפן פּסוק אין ישעיהו: אל תיראי תולעת יעקב). ווען זיי וועלן אָבער אויפהייבן דעם קאָפּ, פאָדערנדי אַ אידישע מדינה, וועלן די אַראַבער זיי צעטרעטן. פונדעסטוועגן האָבן די ציוניסטן, און באַזונדערס די ציוניסטישע יוגנט, געהאַט די הויפּט השפּעה אויפן אידישן געזעלשאַפטלעכן לעבן{{הערה|{{צ-בוך|מחבר=רעדאקטאר, ה. סאבאטקא|נאמען=לאָמזשע: איר אויפקום און אונטערגאַנג|מתרגם=יעקב קאָפּל ברוכאַנסקי|שנת הוצאה=1957|עמ=271|קישור=https://www.yiddishbookcenter.org/collections/yizkor-books/yzk-nybc313861/lomzshe-ir-oyfkum-un-untergang?book-page=297&book-mode=1up}}}}.

שורה 9: שורה 7:
ער איז געווען א מגיד שיעור ("ראש ישיבה") אין פּיאָנטניצע, א שטעטל ביי לאמזשע{{הערה|1=לאמזשע: 60}}.
ער איז געווען א מגיד שיעור ("ראש ישיבה") אין פּיאָנטניצע, א שטעטל ביי לאמזשע{{הערה|1=לאמזשע: 60}}.

ער איז געווען דער חפץ חיימ’ס שוואָגער{{הערה|לאמזשע: 270}}.
ער איז געווען דער חפץ חיימ’ס שוואָגער{{הערה|שם=לאמזשע270|לאמזשע: 270}}.

דער נייער בית־עלמין אין מאַלטש (בריסקער גובערניע) איז באַנייט געוואָרן אין יאָר 1914, פאַר ראש־השנה, שוין אין דער צייט פון דער ערשטער וועלט־מלחמה. די ערשטע „קבורה“ איז געווען פון די ייִדישע „שמות“. מען האָט צונויפגעקליבן די צעריסענע ספרים און אָפּגענוצטע סידורים און מחזורים פון שטאָט און איינגעפּאַקט אין פיר קאַסטנס. מען האָט געמאַכט אַ לוויה און זיי מקבר געווען אין אַלע 4 ווינקלען פון בית־עולם. דער רב ר’ דוד־טעבל דיינאָווסקי האָט געהאַלטן אַ רירנדיקן הספּד אין גרויסן בית־המדרש און גאַנץ שטאָט האָט ביטער געוויינט{{הערה|1={{צ-בוך|מחבר=שמואל עפּעלבוים|נאמען=פנקס מחמש קהילות חרבות|שנת הוצאה=1958|עמ=470}}}}.

שורה 28: שורה 26:
זיין בית־דין־צימער (אַ היפּשער סאַלאָן) איז געווען אַ ריזיקע ביבליאָטעק אָנגעפּאַקט מיט ספרים. אַלע ווענט — פון פּאָל ביזן סופיט — פּאָליצעס מיט ספרים. געוועזן איז ער אויך אַ גרויסער משכיל, גוט געקענט העברעיִש. טאָג און נאַכט איז ער געזעסן איבער אַ ספר. עס ווערט פון אים דערציילט אַזאַ מין עפּיזאָד:

אין איינער אַ ווינטערדיקער פראָסטיקער נאַכט, גאָר שפּעט, איז געגאַנגען אַ פּאַוולאָוויטשער פּויער פון פּרוזשענע און איז פאַרפרוירן געוואָרן. איז אַלע הייזער איז שוין געוועזן פינצטער, נאָר ביים רב האָט זיך געלויכטן (ער האָט שוין דעמאָלט געוואוינט ביי ברוך דעם פּאָטשטער אין דער נייער גרויסער שטוב). דער גוי האָט געקלאַפּט מיטן קאָפ אין טיר, מיט די פאַרפרוירענע הענט האָט ער שוין נישט געקענט רירן. דער רב האָט אים געעפנט און מען האָט אים אָפּגעראַטעוועט{{הערה|עפלבוים: 473–474}}.
אין איינער אַ ווינטערדיקער פראָסטיקער נאַכט, גאָר שפּעט, איז געגאַנגען אַ פּאַוולאָוויטשער פּויער פון פּרוזשענע און איז פאַרפרוירן געוואָרן. איז אַלע הייזער איז שוין געוועזן פינצטער, נאָר ביים רב האָט זיך געלויכטן (ער האָט שוין דעמאָלט געוואוינט ביי ברוך דעם פּאָטשטער אין דער נייער גרויסער שטוב). דער גוי האָט געקלאַפּט מיטן קאָפ אין טיר, מיט די פאַרפרוירענע הענט האָט ער שוין נישט געקענט רירן. דער רב האָט אים געעפנט און מען האָט אים אָפּגעראַטעוועט{{הערה|שם=עפל474|עפלבוים: 473–474}}.

אין דער ישיבה איז גאָר גיך באַקאַנט געוואָרן
אין דער ישיבה איז גאָר גיך באַקאַנט געוואָרן
שורה 36: שורה 34:
וואָך, אַזוי, אַז די מאַלטשער ישיבה האָט געהאַט
וואָך, אַזוי, אַז די מאַלטשער ישיבה האָט געהאַט
2 ראשי־ישיבות, חוץ דעם משגיח, וועלכער פלעגט
2 ראשי־ישיבות, חוץ דעם משגיח, וועלכער פלעגט
פון צייט צו צייט זאָגן „מוסר“{{הערה|עפלבוים: 473–474}}.
פון צייט צו צייט זאָגן „מוסר“{{הערה|שם=עפל474}}.
 
די ישיבה האָט עקסיסטירט ביז יולי 1914, ווען עס איז אויסגעבראָכן די [[ערשטע וועלט-מלחמה|ערשטע וועלט־מלחמה]], די תלמידים זענען צוליב דער מלחמה זיך צעפאָרן אין זייערע היימען. פאַרן אָנקומען פון די דייטשן איז דעם רב'ס משפּחה אַוועק קיין [[מינסק]]. געבליבן איז נאָר דער רב און די רביצין. דעם רבס זעלטענער ספרים־אוצר איז פאַרניכטעט געוואָרן.
 
בעת דער מלחמה פון 1914, ווען די דייטשן האָבן זיך דערנענטערט צו מאַלטש איז פּונקט אויסגעפאַלן פרייטאג און מען האָט געדאַרפט אַנטלויפן. איז מען געגאַנגען צום רב, ווייל עס האָט זיך געהאַנדלט וועגן חילול־שבת. האָט דער רב געזאגט אז מען טאר זיך נישט רירן פון אָרט, ווייל מען וועט מחלל־שבת זיין. האָט דער זיין איידעם ר' שלמה, וועלכער איז שוין געווען אַ ביסל מער מאָדערנע, זיך איינגעקויפט אַ פערד און וועגעלע און האָט דער ערשטער איינגעשפּאַנט און האָט אויסגעשריגן: פאָרט! ווען די סכנה איז גרויס איז עס דוחק שבת און אידן האָבן זיך געלאָזט אין וועג אַריין קיין קאַרטוז־בערעזע{{הערה|שם=משה762}}.

די ישיבה האָט עקסיסטירט ביז יולי 1914, ווען עס איז אויסגעבראָכן די [[ערשטע וועלט-מלחמה|ערשטע וועלט־מלחמה]], די תלמידים זענען צוליב דער מלחמה זיך צעפאָרן אין זייערע היימען. פאַרן אָנקומען פון די דייטשן איז דעם רבס משפּחה אַוועק קיין מינסק. געבליבן איז נאָר דער רב און די רביצין. דעם רבס זעלטענער ספרים־אוצר איז פאַרניכטעט געוואָרן. נאָך דער מלחמה, שוין אין דער צייט פון דער נייער פּוילישער הערשאַפט אין 1924, האָט ר’ דוד־טעבל צוריק פאַרנומען דעם כסא־הרבנות אין פּיאָנטניצע, ביי לאָמזשע{{הערה|עפלבוים: 473–474}}.
נאָך דער מלחמה, שוין אין דער צייט פון דער נייער פּוילישער הערשאַפט אין 1924, האָט ר’ דוד־טעבל צוריק פאַרנומען דעם כסא־הרבנות אין פּיאָנטניצע, ביי לאָמזשע{{הערה|שם=עפל474}}.

ר' דוד־טעבל דיינאָווסקי איז אומגעקומען על־קידוש־השם צוזאַמען מיט זיין עדה{{הערה|עפלבוים: 473–474}}, אין לאַגער פון זאַמבראָוו אין יאַנואַר 1943{{הערה|לאמזשע: 270}}
ר' דוד־טעבל דיינאָווסקי איז אומגעקומען על־קידוש־השם צוזאַמען מיט זיין עדה{{הערה|שם=עפל474}}, אין לאַגער פון זאַמבראָוו אין יאַנואַר 1943{{הערה|שם=לאמזשע270}}

== רעפערענצן ==
== רעפערענצן ==

נאוויגאציע מעניו