אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "לאנגסאם און פעלדמאן"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
(←‏זייערע פארשטעלונגען: צוגעלייגט מקור)
(פארברייטערט)
שורה 1: שורה 1:
{{דעסקריפציע|חסידישע קאמעדיאנטן פּאָר}}
{{דעסקריפציע|חסידישע קאמעדיאנטן פּאָר}}
'''יעקב יוסף לאנגזאם''' און '''וועלוול פעלדמאן''' זענען צוויי פאפולערע חסיד'ישע [[קאמעדיע|קאמעדיאנטן]] אין [[ניו יארק]]. די צוויי, [[סקווירא (חסידות)|סקווירער]] חסידים, ווערן באטראכט ווי פּיאנערן אין דער פעלד פון סאטיר-פארשטעלונג פאר די חרדי'שער עולם אויף [[אידיש]].
'''יעקב יוסף לאנגזאם''' און '''וועלוול פעלדמאן''' (אויך באקאנט אלס '''סענדער''' און '''משה איטשע)''' זענען צוויי פאפולערע חסיד'ישע [[קאמעדיע|קאמעדיאנטן]] אין [[ניו יארק]]. די צוויי, [[סקווירא (חסידות)|סקווירער]] חסידים, ווערן באטראכט ווי פּיאנערן אין דער פעלד פון סאטיר-פארשטעלונג פאר די חרדי'שער עולם אויף [[אידיש]].


==זייערע פארשטעלונגען==
==זייערע פארשטעלונגען==

רעוויזיע פון 19:51, 7 יאנואר 2025

יעקב יוסף לאנגזאם און וועלוול פעלדמאן (אויך באקאנט אלס סענדער און משה איטשע) זענען צוויי פאפולערע חסיד'ישע קאמעדיאנטן אין ניו יארק. די צוויי, סקווירער חסידים, ווערן באטראכט ווי פּיאנערן אין דער פעלד פון סאטיר-פארשטעלונג פאר די חרדי'שער עולם אויף אידיש.

זייערע פארשטעלונגען

זיי האבן אנגעהויבן אלס טייל פון די אקטיארן ביי די פארשטעלונגען ביים סקווירער רבינ'ס טיש יעדעס יאר פורים, א פאזיציע וואס לאנגסאם האלט נאך אן ביז היינט. היינט-צו-טאג שטעלן זיי פאָר צוזאמען קאמעדיע שטיקלעך ביי פריוואטע מסיבות אדער עפנטליכע מעמדים, ווי דער "בוני עולם" אויפטרייבונג אוונט[1] אד"ג. אין צוגאב, טוען די צוויי מאכן ווידעא רעקלאמעס פאר געשעפטן[2][3][4], ווי אויך פאר ארגאניזאציעס און צדקה צוועקן[5][6].

די ארבעט איז געווענליך איינגעטיילט צווישן די צוויי: פעלדמאן איז דער ארגאניזירער און דער וואס פירט אָן מיט די פארשטעלונגען, אין דער צייט וואס לאנגזאם איז דער עיקר קאמעדיאנט[7]. דאס שרייבן די סקריפטס ווערט געטון דורך יקותיאל פנחס ("פיני") גליק פון שיכון סקווירא, צוזאמען מיט לאנגזאם און פעלדמאן.

די פּאָר טרעט אויך אויף יערליך ביים שושן פורים טיש פון רבי אייזיק ספינקער אין וויליאמסבורג. עטליכע יאר האבן זיי אויך אויך געהאט א פראגראם אויף די קול מבשר פורים אפטיילונג[8][9]}}. צומאל טרעטן זיי אויף באזונדער אלס בדחנים ביי פארשידענע געשעענישן. פעלדמאן, וועלכער איז אויך א גראמער, און פארמאכט אן אייגן פראגראם אויף קול מבשר "שבת פעקל", טוט שוין פאר לאנגע יארן אננעמען זעלבסשטענדיגע באשטעלונג. יעקב יוסף האט לעצטנס געמאלדן אז ער גייט אויך אנהייבן צו אויפטרעטן אליינס אויף שמחות.

ליפא שמעלצער האט ארויפגעברענגט די פּאָר פאר'ן ניגון "הני תרי בדחני", אויף זיין אלבום "בבליפא", וואו די צוויי שטעלן פאר קאמעדיע שטיקלעך אין הונטערגרונט.

כאראקטער פון פארשטעלונגען

לאנגזאם שטעלט געווענליך פאָר דעם כאראקטער פונעם שלימזל'דיגן, אומבאלומפערטן און נארישן מענטש. פעלדמאן שטעלט געווענליך פאר דעם ערנסטן אחריות'דיגן ערוואקסענעם. לאנגזאם איז על-פי-רוב אנגעטון אין זיין אייגנארטיגע פארשטעלעכץ (א פארשטעלעכץ וועלכע ער נוצט אויך ביי די "אונטער'ן" שפילן) - א צעריסענע געלע ציצית, אן אלטע צעריסענע היטל, א צעקנייטשטע אנצוג אָן קנעפלעך, און א נאכגעלאזטע בארד און פאות. פעלדמאן איז געווענליך מינימאל פארשטעלט, ווי א דאקטער אדער רב, וכדומה ווי עס פאדערט זיך, און אמאל אויך אן קיין שום פארשטעלעכץ.

רוב פון זייערע קאמעדיעס זענען געווענליך דיאלאגן צווישן דאקטער-פאציענט, שווער-איידעם, אינטערוויוער-אפליקאנט, אא"וו, ווען דער ערנסטער פעלדמאן ברענגט ארויס די קאנטראסט פון לאנגזאם'ס מאדנע אויפפירונג. א טייל שטיקלעך ענדיגן זיך מיט גראמען.

גרעסערע פארשטעלונגען

אין די "אונטער'ן" שפילן

דער צוויי טרעטן אויף אין די סעריע "אונטערן" שפילן אונטער די בינע-נעמען "סענדער" (לאנגזאם) און "משה איטשע" (פעלדמאן). זיי האבן אנגעהויבן צוזאמען שפילן אין די "אונטערן" אנגעהויבן פון "אונטערן שריפט", און זינט דאן שפילן זיי אין יעדע "אונטערן" פראדוקציע, אויך אין די אנדערע פארשטעלונגען פראדוצירט דורך "שטיינהויז פראדאקשן" - "איבער'ן בילד" און "א קהילה פארכאפט".

אין דער 'איבערן שטעטל' שפיל האבן לאנגזאם און פעלדמאן נישט געשפילט אלס קאמעדיאנטן, נאר פארגעשטעלט אַן ערנסטע ראלע, אונטער די נעמען: הערש מיילעך (לאנגזאם) און קלמיש (פעלדמאן).

זעלבסטשטענדיגע אויפטריטן

חול המועד סוכות תשפ"ד האבן זיי זעלבסטשטענדיג פארגעשטעלט א קאמעדיע פארשטעלונג "דראמאדי", אריינגעפלאכטן מיט זינג-שטיקלעך[10].

פריוואטע לעבנס

לאנגזאם וואוינט אין שיכון סקווירא, ווידער פעלדמאן וואוינט אין מאנסי.

דרויסנדיגע לינקס

רעפערענצן

  1. YouTube Play Button.png לאנגזאם פעלדמאן "קוואטער" פארשטעלונג, ווידעא אויף יוטיוב; YouTube Play Button.png אונטערן שמייכל - בוני עולם 2023, ווידעא אויף יוטיוב; YouTube Play Button.png בוני עולם 2024, ווידעא אויף יוטיוב.
  2. YouTube Play Button.png אן אנאנס פאר די מפואר פירמע, ווידעא אויף יוטיוב.
  3. YouTube Play Button.png לי עוועניו פאטא - קאראנע, ווידעא אויף יוטיוב.
  4. YouTube Play Button.png Langsam Touring Israel With Ari Ungar, video on YouTube.
  5. YouTube Play Button.png די פרייז פאר א קינד, ווידעא אויף יוטיוב, 6 ביולי 2020.
  6. YouTube Play Button.png רעקארדירונג אין שטיצע פון צדקת ישעיה, ווידעא אויף יוטיוב; YouTube Play Button.png דיין געזונט איז קיין וויץ, RCCS - צאהלער, ווידעא אויף יוטיוב.
  7. זעט צום ביישפיל אויף די "הונטער די קוליסן" ווידעאס פון די "אונטערן" שפילן וואו פעלדמאן ווערט געזען צייגן פאר לאנגזאם ווי אזוי אויסצופירן די קאמעדיע.
  8. "על אחת כמה וכמה, לאנגזאם - פעלדמאן", פורים אפטיילונג, אויף אידיש24.
  9. "די וואזשנע פלאן (חלק א'), לאנגזאם - פעלדמאן", פורים אפטיילונג, אויף אידיש24"חלק ב', לאנגזאם - פעלדמאן", פורים אפטיילונג, אויף אידיש24.
  10. "א שמועס איבער די לאנגזאם-פעלדמאן "דראמאדי" פארשטעלונג", אלגעמיינע אינטערוויו, אויף אידיש24; "דראמאדי - לאנגזאם & פעלדמאן חוה"מ סוכות פ"ד", אשכול אויף אייוועלט.