אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "באַניצער:יצחק/ויכוח הרמב"ן"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
אין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 1: שורה 1:
{{דרעפט}}
{{דרעפט}}
<!-- הייבט אן רעדאגירן אונטער די שורה -->
[[טעקע:Nahmanides painting.jpg|קליין|מאלעריי פון רמב"ן]]
 
'''ויכוח הרמב"ן''', וואס איז אויך באוואוסט מיט'ן נאמען ויכוח בארצעלאנע, איז א דעבאטע וואס איז אפגעהאלטן געווארן דורכ'ן [[רמב"ן]] מיט'ן משומד פאבלאו קריסטיאני, וועם דער רמב"ן רופט פראי פול, אין פאלאץ פון חיימא דער ערשטער (אויף שפאניש: Jaime I de Aragón‏), קעניג פון קאטאלאניע און אראגאן (היסטארישע געביטן אין היינטיגן שפאניע), אין יאר ה'כג (1263).
'''ויכוח הרמב"ן''', וואס איז אויך באוואוסט מיט'ן נאמען ויכוח בארצעלאנע, איז א דעבאטע וואס איז אפגעהאלטן געווארן דורכ'ן [[רמב"ן]] מיט'ן משומד פאבלאו קריסטיאני, וועם דער רמב"ן רופט פראי פול, אין פאלאץ פון חיימא דער ערשטער (אויף שפאניש: Jaime I de Aragón‏), קעניג פון קאטאלאניע און אראגאן (היסטארישע געביטן אין היינטיגן שפאניע), אין יאר ה'כג (1263).



רעוויזיע פון 05:10, 6 יאנואר 2025

Bucket in the sand.svg
דער בלאט איז נישט קיין ענציקלאפעדישע ארטיקל
דער בלאט איז א דרעפט פון יצחק.
דער בלאט איז נישט קיין ענציקלאפעדישע ארטיקל
דער בלאט איז א דרעפט פון יצחק.
מאלעריי פון רמב"ן

ויכוח הרמב"ן, וואס איז אויך באוואוסט מיט'ן נאמען ויכוח בארצעלאנע, איז א דעבאטע וואס איז אפגעהאלטן געווארן דורכ'ן רמב"ן מיט'ן משומד פאבלאו קריסטיאני, וועם דער רמב"ן רופט פראי פול, אין פאלאץ פון חיימא דער ערשטער (אויף שפאניש: Jaime I de Aragón‏), קעניג פון קאטאלאניע און אראגאן (היסטארישע געביטן אין היינטיגן שפאניע), אין יאר ה'כג (1263).

די דעבאטע איז אפגעהאלטן געווארן במשך 4 טעג: 20, 27, 30, און 31 אין יולי אין שטאט בארצעלאנע אין קאטלאניע, און עס האט זיך געענדיגט מיט א זיג פאר'ן רמב"ן. אבער שפעטער האט דער רמב"ן צוליב דעם געדארפט אנטלויפן פון שפאניע און ער איז ארויפגעגאנגען קיין ארץ ישראל.

דער רמב"ן אליינס באשרייבט דעם גאנצן ויכוח אין א ספר.

הינטערגרונד

אין יענער תקופה האט געהערשט א שטארקע פארדאכט און האס צווישן די קריסטליכע באפעלקערונג איבער דעם אידישן תלמוד, ווי עס איז אויך געקומען צום אויסדרוק מיט 23 יאר פריער ביים משפט פאריז, וואס האט זיך געענדיגט מיט'ן שריפת התלמוד אויף די גאסן פון פאריז. אנדערש ווי ביים משפט פאריז וואס איז געווען ווייניגער א ויכוח און מער א משפט, האט דער רמב"ן דא באקומען דעם פולן רעכט פונעם קעניג אויפצוברענגען סיי-וואס ער שפירט אז עס וועט אים העלפן אין דער ויכוח.

עס זענען אנוועזענד געווען דער קעניג חיימא דער ערשטער, און מיט אים זיינע ריכטער, די הויפטן פון די קירכע אין שפיץ פון רעימאנד דע-פעניאפארט, דער הויפט פון די דאנימאניקאנער גלחים וועלכער האט אראנדזשירט דעם ויכוח.

דער ויכוח האט זיך באצויגן ארום די פאלגענדע טעמעס, וואס זענען געווען אין צענטער פון די קאנטראווערסיעס צווישן די אידן און די קריסטן:

  • צי איז דער משיח שוין געקומען?
  • צי איז דער אותו האיש דער משיח?
  • איז משיח א מענטש אדער פון געטליכער נאטור?

דער פוסק ביים ויכוח איז געווען דער קעניג אליינס, וועלכער האט געגעבן רשות פאר'ן רמב"ן זיך אויסצודרוקן וויאזוי ער וויל. אבער ער האט בלויז געמעגט ענטפערן וואס מען פרעגט אים, און נישט שטעלן קעגן-פראגעס צו זיין קעגנער.

דער ויכוח

דער ערשטער טאג

אינעם ערשטן טאג האט פראי פול אויסגערופן אז ער האט ראיות פונעם תלמוד זעלבסט און פון די מדרשים אז משיח איז שוין געקומען. דער רמב"ן האט אים גלייך געווארנט אז ער נעמט זיך דא אונטער א שווערע אונטערנעמונג, ווייל דער פאקט אז די חכמים זענען געבליבן מיט די אידישע רעליגיע און זיך נישט געטויפט ווי דער משומד האט געטון צייגט קלאר אז זיי האבן נישט געקלערט ווי אים, און ממילא איז אוממעגליך דאס וואס ער פראקלאמירט, אפגעזען וואס ער וועט אלץ ברענגען אלס ראיה.

פול האט געברענגט עטליכע מדרשים פון וואו עס איז משמע אז משיח איז שוין געקומען, ווי צום ביישפיל דער מדרש איכה וואס זאגט אז בשעת'ן חורבן בית המקדש האט אן אראבער געזאגט פאר א איד אז יעצט איז משיח געבוירן געווארן.

דער רמב"ן האט אויף אלעם אפגעענטפערט אז קודם כל בין איך נישט מחויב אנצונעמען יעדן מדרש, און אפילו די מדרשים זעלבסט זענען נישט קיין ראיה ווייל עס שטייט בלויז אז משיח איז געבוירן דעמאלט, עס שטייט נישט אז ער איז שוין געקומען, און בכלל איז דאך דאס אן אפענע ראיה אז דער אותו האיש איז נישט משיח, ווייל ער איז דאך שוין גע'הרג'עט געווארן אסאך יארן בעפאר'ן חורבן.

דער צווייטער טאג

דעם צווייטן טאג איז דער ויכוח אפגעראכטן געווארן אין זייער "קלישטרויש" (געבעט הויז), וואו עס זענען זיך צאמגעקומען דער גאנצער שטאט, אידן און גוים. דער משומד האט ווייטער געברענגט ראיות פון מדרשים, און דער רמב"ן האט געגעבן א גאנצע ערקלערונג וויאזוי צו פארשטיין מדרשים פון חז"ל.

דאן האט דער רמב"ן מאריך געווען אז דער אמת'ע מחלוקה צווישן די קריסטן און די אידן איז נישט בלויז צי משיח איז שוין געקומען צי נישט, נאר איבער די עצם באגריף פון משיח. ער האט געזאגט פאר'ן קעניג: "דו ביזט אויפגעוואקסן א נוצרי בן נוצרי און האסט זיך אנגעהערט אלע יארן פון די גלחים זאכן וואס ווען נישט דו הערסט עס פון קינדווייז אן וואלסטו עס קיינמאל נישט געקענט גלייבן.

אבל הדבר אשר את מאמינים, והוא עיקר אמונתכם, לא יקבל אותו השכל, והטבע אינו נותן, והנביאים מעולם לא אמרו כן, גם הפלא אינו יכול להתפשט בדבר ההוא, כאשר אבאר בראיות גמורות במקומו ובשעתו, שיהיה בורא השמים והארץ [וכל אשר בם] חוזר [עובר] בבטן יהודית אחת ויגדל בו ז' חודשים ויולד קטן, ואחר כך יגדל ואחר כך יימסר ביד שונאיו וישפטוהו משפט מות וימיתוהו, ואחר כך תאמרו שחיה וחזר למקומו הראשון. לא יסבול דעת יהודי ושום אדם.

ווייטער האט דער רמב"ן געזאגט אז עס איז נישט מקוים געווארן ביי אים גארנישט וואס עס שטייט אין די נביאים אויף משיח. די נביאים זאגן אז עס וועט מער נישט זיין קיין מלחמות, לא ישא גוי אל גוי חרב ולא ילמדו עוד מלחמה, און די גאנצע וועלט איז פול מיט מלחמות און בלוט-פארגיסונג און דאס מערסטע נאך דורך די קריסטן.

דער דריטער טאג

אינעם דריטן טאג האט פול געזאגט אז ער וועט ברענגען א ראיה פונעם רמב"ם - וואס איז דער גרעסטער חכם ביי אידן אין די לעצטע פיר הונדערט יאר - אז משיח וועט שטארבן. דער רמב"ן האט גענומען א רמב"ם און אנגעהויבן פארליינען וואס דער רמב"ם שרייבט וועגן משיח, ביז דער משומד האט אנגעהויבן שרייען אז דער רמב"ם זאגט ליגנט. האט אויף דעם רמב"ן חוזק געמאכט: האסט דאך פריער געזאגט אז ער איז דער גרעסטער חכם אין פיר הונדערט יאר!?

דער רמב"ן האט דאן געזאגט אז ער קען אויפווייזן פון דער תורה און נביאים אז יעדעס ווארט וואס דער רמב"ם שרייבט איז אמת.

דער פערטער טאג

אנהייב פונעם פערטן טאג האט דער רמב"ן געבעטן דעם קעניג זאל אים באפרייען פונעם ויכוח, ווייל די אידן ציטערן פאר די קריסטן, וועלכע ווערן מער און מער אויפגעברויזט פון טאג צו טאג. אבער דער קעניג האט אים געבעטן פארצוזעצן.

זיי האבן גערעדט וועגן דעם נאטור פון משיח ווען דער קעניג און דער משומד פריאוון ברענגען ראיות אז ער איז א גא-ט, און דער רמב"ן ענטפערט עס אפ אז עס איז נישט קיין ראיה, און עס זענען דא ראיות אז ער איז א מענטש ווי אלע מענטשן.

צום שלוס האט דער קעניג געזאגט אז דער רמב"ן האט גוט געענטפערט אויף אלעם, זאגנדיג: "כ'האב נאכנישט געזען א מענטש וואס איז אומגערעכט, אבער לייגט אזוי גוט אראפ זיינע טענות"...

צום שלוס פונעם ויכוח

דעם קומענדיגן שבת איז דער רמב"ן געבליבן אין בארצעלאנע און דער קעניג איז געקומען אים באזוכן אינעם אידישן שול, ווי דער רמב"ן האט ווייטער גע'דרש'נט א לענגערע צייט. צום סוף האט אים דער קעניג באלויבט מיט 300 דינרים און אים אפגעזעגנט מיט כבוד.

שפעטער האט דער רמב"ן געהערט אז די קירכע גייט ארום פארקויפן אז זיי האבן געזיגט אינעם ויכוח, האט ער בלית ברירה אפגעשריבן ווארט ביי ווארט פונעם ויכוח און עס פארשפרייט. דאס האט געברענגט א גרויסע אויפברויז פון די קירכע און דער קעניג האט באקומען גרויס דרוק צו פארטרייבן דעם רמב"ן פון לאנד, וועלכער איז דאן ארויפגעפארן קיין ארץ ישראל.

דרויסנדיגע לינקס

ויכוח הרמב"ן באתר דעת https://www.daat.ac.il/daat/mahshevt/haramban-2.htm

רעפערענצן