אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אורחות צדיקים"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
אין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 13: שורה 13:
"אורחות צדיקים", איינע פון די וויכטיגסטע מוסר ספרים, איז שטענדיג פארעפנטליכט געווארן אנאנים. במשך די דורות זענען געשריבן געווארן פארשידענע שפעקולאציעס איבער דער אידענטיטעט פונעם מחבר. עס איז זיכער געשריבן געווארן שוין אין אלף השישי; דאס זעט מען פון די ווערטער פונעם מחבר{{הערה|אורחות צדיקים, שער התורה: "וכן כל אחד ואחד עשה ספר לפי מה שראה ענייני הדור שהיה בו. וכן חיברו רבנים רבים פסקות, כגון: הרוקח, ורבי אליעזר ממיץ, ואבי העזרי, ואור זרוע."}} וואו ער דערמאנט דעם ספר הרוקח, רבי אליעזר ממיץ, אבי העזרי, און דעם [[אור זרוע]], פון דעם איז קלאר אז ער איז געווען שפעטער ווי זייער תקופה (די פיר מחברים זענען נפטר געווארן צווישן די יארן ד'תתק"פ–ה'י').
"אורחות צדיקים", איינע פון די וויכטיגסטע מוסר ספרים, איז שטענדיג פארעפנטליכט געווארן אנאנים. במשך די דורות זענען געשריבן געווארן פארשידענע שפעקולאציעס איבער דער אידענטיטעט פונעם מחבר. עס איז זיכער געשריבן געווארן שוין אין אלף השישי; דאס זעט מען פון די ווערטער פונעם מחבר{{הערה|אורחות צדיקים, שער התורה: "וכן כל אחד ואחד עשה ספר לפי מה שראה ענייני הדור שהיה בו. וכן חיברו רבנים רבים פסקות, כגון: הרוקח, ורבי אליעזר ממיץ, ואבי העזרי, ואור זרוע."}} וואו ער דערמאנט דעם ספר הרוקח, רבי אליעזר ממיץ, אבי העזרי, און דעם [[אור זרוע]], פון דעם איז קלאר אז ער איז געווען שפעטער ווי זייער תקופה (די פיר מחברים זענען נפטר געווארן צווישן די יארן ד'תתק"פ–ה'י').


כאָטש עס איז געווען א פארזוך צו אידענטיפיצירן דעם מחבר מיטן מאָראַליסט און פּאָלעמיקער, [[רבי יום טוב ליפמאן מילהויזן]], שיינט אבער די באהויפטונג צו זיין אומבאגרינדעט. איין היסטארישער פאקט וואס ווערט ערווענט אינעם ספר, איז דער ארויסטרייבונג פון די אידן פון פראנקרייך אינעם 14טן יארהונדערט.
כאָטש עס איז געווען א פארזוך צו אידענטיפיצירן דעם מחבר מיטן מאָראַליסט און פּאָלעמיקער, [[רבי יום טוב ליפמאן מילהויזן]], שיינט אבער די באהויפטונג צו זיין אומבאגרינדעט{{הערה|שם=גידמאן|{{צ-בוך|מחבר=[[משה גידמאן]]|נאמען=געשיכטע דעס ערציאונגסוועזנס|עמ=223 און ווייטער|קישור=https://sammlungen.ub.uni-frankfurt.de/freimann/content/pageview/1040879|שפראך=דייטש}}}}. איין היסטארישער פאקט וואס ווערט ערווענט אינעם ספר, איז דער ארויסטרייבונג פון די אידן פון פראנקרייך אינעם 14טן יארהונדערט.


וויבאלד אורחות צדיקים אין פיל הינזיכטן פאלגט נאך די לערעס פון [[חסידי אשכנז]], איז מעגליך אז דער מחבר האט בכוונה געהאלטן דעם ספר אנאנים, נאכפאלגנדיג דערמיט די אנווייז פון [[רבי יהודה החסיד]] פון [[רעגענסבורג]] אין ספר חסידים (אויך ארויסגעגעבן אנאנים) אז שרייבער זאלן זיך נישט באקאנט מאכן אין זייערע ווערק, כדי זייערע יוצאי חלציהם זאלן זיך נישט שטאלצירן מיט זייער פאטער'ס דערגרייכונגען.
וויבאלד אורחות צדיקים אין פיל הינזיכטן פאלגט נאך די לערעס פון [[חסידי אשכנז]], איז מעגליך אז דער מחבר האט בכוונה געהאלטן דעם ספר אנאנים, נאכפאלגנדיג דערמיט די אנווייז פון [[רבי יהודה החסיד]] פון [[רעגענסבורג]] אין ספר חסידים (אויך ארויסגעגעבן אנאנים) אז שרייבער זאלן זיך נישט באקאנט מאכן אין זייערע ווערק, כדי זייערע יוצאי חלציהם זאלן זיך נישט שטאלצירן מיט זייער פאטער'ס דערגרייכונגען.
שורה 19: שורה 19:
טראץ איר אנאנימיטעט איז אורחות צדיקים געווארן איינע פון ​​די פאפולערסטע ווערק צווישן די ספרי קודש, און זינט דעם 16טן יארהונדערט זענען ארויסגעקומען איבער 100 אויסגאבעס, אריינגערעכנט פארקירצטע ווערסיעס און איבערזעצונגען. דער ערשטער איז געווען א פארקירצטע ווערסיע אויף אידיש (איזני; Isny im Allgäu, ה'ש"ב){{הערה|שם=איזנא|{{הספרייה הדיגיטלית|2=ספר המדות|3=990011594150205171|4=איזנא ש"ב}}}}; דער פולער לשון-קודש'ער טעקסט איז ערשינען צום ערשטן מאל אין פּראַג עטליכע יאר שפּעטער (1581).
טראץ איר אנאנימיטעט איז אורחות צדיקים געווארן איינע פון ​​די פאפולערסטע ווערק צווישן די ספרי קודש, און זינט דעם 16טן יארהונדערט זענען ארויסגעקומען איבער 100 אויסגאבעס, אריינגערעכנט פארקירצטע ווערסיעס און איבערזעצונגען. דער ערשטער איז געווען א פארקירצטע ווערסיע אויף אידיש (איזני; Isny im Allgäu, ה'ש"ב){{הערה|שם=איזנא|{{הספרייה הדיגיטלית|2=ספר המדות|3=990011594150205171|4=איזנא ש"ב}}}}; דער פולער לשון-קודש'ער טעקסט איז ערשינען צום ערשטן מאל אין פּראַג עטליכע יאר שפּעטער (1581).


דער אריגינעלער טיטל איז מסתמא נישט "אורחות צדיקים", וועלכע איז לכאורה געגעבן געווארן דערצו דורך די קאפּיסטן און פארלאגן{{הערה|1=https://sammlungen.ub.uni-frankfurt.de/freimann/content/pageview/1040879}}. די איזני אויסגאבע (ה'ש"ב) הייסט "ספר המדות"{{הערה|שם=איזנא}}, א נאמען וואס איז טראדיציאנעל געלייגט געווארן אויף ספרי מוסר. אין דער הקדמה באצייכנט דער מחבר דעם ספר אלס 'ספר המדות' און אינעם אפשליסנדן פאראגראף פון דער הקדמה דערקלערט ער "זה ספר מידות נכתב ונחתם בטבעת החכמה". דער טיטל פּאסט אויך צום סטרוקטור פונעם חיבור, זינט עס רעכנט אויס עטישע קוואליטעטן און זייער כאראקטעריסטיק.
דער אריגינעלער טיטל איז מסתמא נישט "אורחות צדיקים", וועלכע איז לכאורה געגעבן געווארן דערצו דורך די קאפּיסטן און פארלאגן{{הערה|שם=גידמאן}}. די איזני אויסגאבע (ה'ש"ב) הייסט "ספר המדות"{{הערה|שם=איזנא}}, א נאמען וואס איז טראדיציאנעל געלייגט געווארן אויף ספרי מוסר. אין דער הקדמה באצייכנט דער מחבר דעם ספר אלס 'ספר המדות' און אינעם אפשליסנדן פאראגראף פון דער הקדמה דערקלערט ער "זה ספר מידות נכתב ונחתם בטבעת החכמה". דער טיטל פּאסט אויך צום סטרוקטור פונעם חיבור, זינט עס רעכנט אויס עטישע קוואליטעטן און זייער כאראקטעריסטיק.


=== געבוי ===
=== געבוי ===

רעוויזיע פון 00:20, 3 יאנואר 2025

אורחות צדיקים
טעקע:Orhot-Zaddikim-1848 (Vilna).djvu

אורחות צדיקים איז א בארימטע מוסר ספר, וואס דער אידענטיטעט פונעם מחבר איז אומבאוואוסט, און איז לויט פארשידענע שפעקולאציעס און כתבי ידות פארפאסט געווארן ארום דעם יאר ה'ר' (אין 15טער יארהונדערט).

דער הויפט נושא פונעם ספר איז די עבודה פון תיקון המדות, וויאזוי דער מענטש זאל מתקן זיין אלע זיינע מדות אויפ'ן גלייכן און באלאנסירטן וועג, אלס א יסוד פון שמירת התורה והמצוות. דער ספר פארמאגט 28 שערים, רוב פון זיי זענען איבער מדות און צום סוף זענען דא עטליכע שערים אויף יסודות'דיגע ענינים ווי לימוד התורה, יראת שמים און תשובה.

אין דער הקדמה צום ספר איז דער מחבר מסביר די וויכטיגקייט פון דעם ספר אויך פאר תלמידי חכמים מיט א משל: פונקט ווי א פאס פון גוטע וויין וואס האט א לאך וועט די גאנצע וויין ארויסרינען דורך דעם לאך, אזוי איז א תלמיד חכם וועלכער האט נישט קיין גוטע מדות, וועט זיין גאנצע תורה פארלוירן ווערן.

מחבר

"אורחות צדיקים", איינע פון די וויכטיגסטע מוסר ספרים, איז שטענדיג פארעפנטליכט געווארן אנאנים. במשך די דורות זענען געשריבן געווארן פארשידענע שפעקולאציעס איבער דער אידענטיטעט פונעם מחבר. עס איז זיכער געשריבן געווארן שוין אין אלף השישי; דאס זעט מען פון די ווערטער פונעם מחבר[1] וואו ער דערמאנט דעם ספר הרוקח, רבי אליעזר ממיץ, אבי העזרי, און דעם אור זרוע, פון דעם איז קלאר אז ער איז געווען שפעטער ווי זייער תקופה (די פיר מחברים זענען נפטר געווארן צווישן די יארן ד'תתק"פ–ה'י').

כאָטש עס איז געווען א פארזוך צו אידענטיפיצירן דעם מחבר מיטן מאָראַליסט און פּאָלעמיקער, רבי יום טוב ליפמאן מילהויזן, שיינט אבער די באהויפטונג צו זיין אומבאגרינדעט[2]. איין היסטארישער פאקט וואס ווערט ערווענט אינעם ספר, איז דער ארויסטרייבונג פון די אידן פון פראנקרייך אינעם 14טן יארהונדערט.

וויבאלד אורחות צדיקים אין פיל הינזיכטן פאלגט נאך די לערעס פון חסידי אשכנז, איז מעגליך אז דער מחבר האט בכוונה געהאלטן דעם ספר אנאנים, נאכפאלגנדיג דערמיט די אנווייז פון רבי יהודה החסיד פון רעגענסבורג אין ספר חסידים (אויך ארויסגעגעבן אנאנים) אז שרייבער זאלן זיך נישט באקאנט מאכן אין זייערע ווערק, כדי זייערע יוצאי חלציהם זאלן זיך נישט שטאלצירן מיט זייער פאטער'ס דערגרייכונגען.

טראץ איר אנאנימיטעט איז אורחות צדיקים געווארן איינע פון ​​די פאפולערסטע ווערק צווישן די ספרי קודש, און זינט דעם 16טן יארהונדערט זענען ארויסגעקומען איבער 100 אויסגאבעס, אריינגערעכנט פארקירצטע ווערסיעס און איבערזעצונגען. דער ערשטער איז געווען א פארקירצטע ווערסיע אויף אידיש (איזני; Isny im Allgäu, ה'ש"ב)[3]; דער פולער לשון-קודש'ער טעקסט איז ערשינען צום ערשטן מאל אין פּראַג עטליכע יאר שפּעטער (1581).

דער אריגינעלער טיטל איז מסתמא נישט "אורחות צדיקים", וועלכע איז לכאורה געגעבן געווארן דערצו דורך די קאפּיסטן און פארלאגן[2]. די איזני אויסגאבע (ה'ש"ב) הייסט "ספר המדות"[3], א נאמען וואס איז טראדיציאנעל געלייגט געווארן אויף ספרי מוסר. אין דער הקדמה באצייכנט דער מחבר דעם ספר אלס 'ספר המדות' און אינעם אפשליסנדן פאראגראף פון דער הקדמה דערקלערט ער "זה ספר מידות נכתב ונחתם בטבעת החכמה". דער טיטל פּאסט אויך צום סטרוקטור פונעם חיבור, זינט עס רעכנט אויס עטישע קוואליטעטן און זייער כאראקטעריסטיק.

געבוי

אורחות צדיקים איז אין גרויס טייל א קאמפּענדיום פון פריערדיגע מוסר ווערק, און איז באזירט אויף פילאזאפישע און עטישע ווערק געשריבן געווארן אין שפּאניע, און אויף אשכנז'ישע עטישע שריפטן. דער מחבר האט אויך גענוצט אייניגע ווערק, פארפאסט אין איטאליע, וואס ער האט קאפּירט ווערטליך. די שפּראך און סטיל, כאטש בעיקר נאכגעמאכט דער פילאזאפיש־עטישער ליטעראטור פון שפּאניע, איז אויך פארמישט מיט סטיליסטישע און סטרוקטוראלע עלעמענטן פון דער אשכנז'ישער מוסר חדר. "חובות הלבבות" פון רבינו בחיי אבן פקודה, דאָס קלאסישע ווערק פון מוסר, איז איינע פון די הויפּט־קוועלער פון אורחות צדיקים, סיי אין אירע יסודות, סיי אין די פיל שפּריכווערטער און משלים, וואס דער מחבר האט דערפון ארויסגענומען. אורחות צדיקים האט, מער ווי יעדע אנדערע מיטלאלטערישע מוסר אפּהאנדלונג, גענוצט שפּריכווערטער און משלים פאר ערקלערונג.

די סטרוקטור פונעם ספר שיינט צו זיין באזירט אויפ'ן ספר "תיקון מידות הנפש" פון רבי שלמה אבן גבירול, וועלכע שטעלט אויס פּאָרן פון מדות (געווענליך קעגנזייטיג), און פון 'מבחר הפנינים', אויך א חיבור צוגעשריבן צו אבן גבירול. דער לעצטער שער פון אורחות צדיקים שטיצט זיך אויספירליך אויף דעם באגריף פון רב סעדיה גאון וועגן דער געוואונטשענעם הארמאניע צווישן די פארשידענע מידות אין 'אמונות ודעות'. אויך דער איינפלוס פון די מוסר ווערק פונעם רמב”ם איז דייטליך דערקענבאר און דער מחבר ציטירט אמאל גאנצע שטיקלעך ווערטליך. ער האט אויך קאפּירט טיילן פון 'מעלות המדות', א מוסר ספר פון רבי יחיאל בן יקותיאל עניו פון רוים.

טראץ דעם גרויסן איינפלוס וואס די אויבנדערמאנטע חיבורים האבן געהאט אויף די אידייען, סטיל און סטרוקטור פון אורחות צדיקים, גייט דער ספר אין איר עטישן בליק אין גאנג פון די לערעס פון חסידי אשכנז, ספר חסידים און ספר הרוקח פון רבי ​​אלעזר פון וואָרמס, און איז איבערהויפּט אינטערעסירט אין די פּראקטישע און באלדיגע אפּטייטש פון די מידות. כאטש דער מחבר פארנעמט זיך אויך אין פאראלגעמיינערונגען און צעטיילט אפט יעדער טעמע אין אפטיילונגען און סוב-אפטיילונגען, נאכפאלגנדיג די סטרוקטור פון מיטלאלטערליכע פילאזאפישע ווערק, ווערט די גרעסטע געוויכט געלייגט אויף פּראקטישן אויפפירונג. דאס לעצטע שער באשרייבט, וויאזוי מען קען פארווירקליכן א פולן רעליגיעזן לעבן. די פארווירקליכונג ווערט נישט דורכ'ן קונה זיין חכמה, אדער דביקות בה' דורך אהבה, ווי עס איז פארשפרייט אין דער פילאזאפיש-עטישער ליטעראטור, נאר אין דער יראת שמים און קבלת עול, די העכסטע אייגנשאפט וואס די חסידי אשכנז שטעלן מיט זיך פאר.

אין דער הקדמה גיט דער מחבר א טעארעטישן און אנטראפּאלאגישן יסוד פאר זיין טעאריע פון עטיק; דאס בוך איז צעטיילט אין שערים (ד.ה. פרקים). רוב פון די שערים זענען קורץ און יעדער שער איז געווידמעט צו א דיסקוסיע וועגן די עטישע מעלות און חסרונות פון א ספּעציפישער מידה. דער מחבר האט געפּרואווט אויסשטעלן די קאפּיטלען אין פּאָרן פון קעגנגעזעצטע מידות, אבער דאס איז נישט געגאנגען קאנסעקווענט. עטליכע פון ​​די הויפּט אפטיילונגען זענען געווידמעט פאר גאוה, ענוה, אהבה (נישט אויסשליסלעך אהבת ה', נאר אלע אספּעקטן פון ליבע אין א מענטשנס לעבן), שנאה, רחמים (רחמנות), אכזריות, שמחה (אריינגערעכנט א לאנגע דיסקוסיע וועגן אמונה, צו וועלכע עס איז נישט געווארן געווידמעט א באזונדערער שער).

יעדע מדה פארמאגט א באזונדערן פרק. גאווה קעגן ענווה, בושה קעגן עזות, אהבה קעגן שנאה, רחמים קעגן אכזריות א.א.וו. אין יעדן פרק ברענגט דער מחבר אלע פארשידנארטיגע מצבים ווען די מדה קען באנוצט ווערן, סיי פאזיטיוו און סיי נעגאטיוו. אפילו די מדה פון אכזריות האט אמאל א פלאץ (למשל, ווען א מענטש וויל נישט נאכגעבן זיין קינד עפעס וואס וועט אים שעדיגן, איז עס א פארעם פון אכזריות, אבער פאר זיין טובה), און אויך די מדה פון אהבה האט א נעגאטיווע צד (איינער וואס האט צו שטארק ליב געלט, וואס דאס קען אים ברענגען צו גנב'ענען, וכדומה.) דאס איז איינס פון די הויפט מערקבארע יסודות אינעם ספר, אז עס איז נישט דא קיין מדה וואס איז בעצם גוט אדער שלעכט, נאר דער מענטש דארף באלאנסירן זיינע מדות און לייגן יעדע מדה אויף זיין פלאץ.

דער ספר איז קליין אין כמות אבער גרויס אין איכות, ער שפינט אריין אין זיינע ווערטער אסאך שטיקלעך פונעם רלב"ג, רמב"ם און חובות הלבבות, שערי תשובה.

אין שער כ"ז אטאקירט דער מחבר ביטער דאס פלפול, טאדלט זיינע לאנדסלייט וועלכע פארנעמען זיך מיט די דאזיגע קריגערישע לימוד הגמרא, און פארנאכלעסיגן דורכדעם דאס איבער'חזר'ן און דאס לערנען תנ”ך, אגדה, משנה און מדרש.

אויפנאמע

דער ראשית חכמה ברענגט מערערע שטיקער פון אורחות צדיקים, וואס ער האט געהאט אין כתב יד, רופנדיג עס "ספר המדות", "בית מדות" אדער "ספר מדבר בדברי חסידות", און דרוקט זיך אויס "שנראה דבריו דברי קבלה"[4]. דער שדי חמד שרייבט: "אורחות צדיקים הוא ספר מאד נעלה וכולו אומר כבוד קדוש וטהור מלא יראת ה' והישרת המדות … אני הדל קריתי ושניתי בו איזה פעמים מראשו לסופו בחברת תלמידי שיחי' ללמוד וללמד מוסר"[5].

דער מהר"ל נאכן באדויערן דעם דרך הלימוד אין זיין דור אין פלפול, ענדיגט ער: "אחר כך מצאתי בדברי החסיד שחבר ספר המדות, האריך מאד מאד בשער תלמוד תורה גם כן לפרש חסרון הדור ומומו, ומה שאין חוזרין על תלמודם. אך לא היה גם כן בדורו הקלקלה והמכשלה הגדולה הזאת, לחדד בדבר שקר והתול… ולא זכיתי בעונותי העצומים לראות דברי ספר החסיד, שהוא היה מוציא אותי מן המכשול הזה שהיה תחת ידי יותר מכל, תהא צערי כפרתי ותקון עויי שהעויתי." [6]

דרויסנדיגע לינקס

רעפערענצן

  1. אורחות צדיקים, שער התורה: "וכן כל אחד ואחד עשה ספר לפי מה שראה ענייני הדור שהיה בו. וכן חיברו רבנים רבים פסקות, כגון: הרוקח, ורבי אליעזר ממיץ, ואבי העזרי, ואור זרוע."
  2. 2.0 2.1 משה גידמאן, געשיכטע דעס ערציאונגסוועזנס, 223 און ווייטער. (דייטש)
  3. 3.0 3.1 ספר המדות, איזנא ש"ב, במאגר הספרים הסרוקים של הספרייה הלאומית
  4. ראשית חכמה, שער האהבה, פ"ו; שער הענוה, פ"ה און פ"ז; שער התשובה, פ"ז; שער הקדושה, פי"א און י"ב
  5. שדי חמד, כללי הפוסקים, סי' טו
  6. מהר"ל, דרך חיים אבות ו, ו


פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:אוצר החכמה

ליידיגע פאראמעטער [ 5 ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
זינגר, משה יהושע, ארחות ימים