אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:ירוחם בלינדמאן"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (צמא לדעת האט אריבערגעפירט בלאט דרעפט:ירוחם בלינדמאן צו רוי:ירוחם בלינדמאן אן לאזן א ווייטערפירונג)
(צוגעלייגט דעסקריפציע: ""ירוחם הקטן", בארימטער חזן (ה'תקנ"ח-ה'תרנ"א)")
שורה 1: שורה 1:
{{דעסקריפציע|"ירוחם הקטן", בארימטער חזן (ה'תקנ"ח-ה'תרנ"א)}}
{{דרעפט}}
{{דרעפט}}
[[טעקע:Yeruchem Blindman.png|קליין|ר' חיים ירוחם "הקטן" בלינדמאן]]
[[טעקע:Yeruchem Blindman.png|קליין|ר' חיים ירוחם "הקטן" בלינדמאן]]

רעוויזיע פון 12:43, 25 דעצעמבער 2024

ר' חיים ירוחם "הקטן" בלינדמאן
כתב חזנות אין בארדיטשוב

ר' חיים ירוחם בלינדמאַן (ה'תקנ"ח - ה'תרנ"א), באקאנט אלס ירוחם הקטן, איז געווען א בארימטער חזן און קאמפאזיטאר.

ר' ירוחם האט געדינט אלס חזן אין פארשידענע שטעט, אריינגערעכנט פאלטאווע, טארנאפאל, קעשענעוו, און בארדיטשוב. מען האט אים גערופן "הקטן" צוליב זיין קורצן געוויקס.

ער איז געווען באוואוסט פאר זיין זיסן לירישן טענאר שטימע און זיין אייגנארטיגן שניט פון חזנות, וואס האט אריינגענומען עלעמענטן פון סיי דער מזרח-אייראפעאישער און סיי דער מערב-אייראפעאישער סטיל. ער איז באזונדער באוואוסט געווען מיט זיין "זאגן" - דער פרייער, שטימונגספולער סטיל פון חזנות.

קאריערע

ר' ירוחם איז געווען א "משורר" ביי בצלאל אדעסער, פון וועמען ער האט זיך געלערנט די אלטע חזנות-טראדיציע. שפעטער האט ער געלערנט אלגעמיינע מוזיק טעאריע ביי ניסן בלומענטאל, חזן פון דער בראדער שול אין אדעסע.

ר' ירוחם איז אויפגענומען געווארן אלס חזן אין א רייע שטעט, אריינגערעכנט פאלטאווע, טארנאפאל, קעשענעוו. אין יאר ה'תרכ"א איז ער אריבער קיין בארדיטשוב, וואו ער האט געדינט אלס חזן אין דער שטאטישער שול ביז צו זיין פטירה, לויט א באזונדערן קאנטראקט, וואס האט אים פארזיכערט די פאזיציע אלס חזן "פאר אלע זיינע לעבנס-טעג".

אויפטוען

ירוחם הקטן איז געווען איינער פון די אנגעזעענסטע חזנים אין זיין צייט, און ער האט געהאט א גרויסע השפעה אויף דער אנטוויקלונג פון חזנות אין מזרח-אייראפע.

ער איז געווען דער "רבי" פאר אסאך בארימטע חזנים פון קומענדיגן דור, אריינגערעכנט ברוך שור און יעקב באכמאן. אויך ניסקע בעלזער, זיין בארימטער קאנקורענט, האט זיך געלערנט ביי ר' ירוחם אין בארדיטשוב[1].

אסאך פון ר' ירוחמ'ס קאמפאזיציעס זענען זענען באליבט געבליבן ביי אידן פאר דורות, אריינגערעכנט "לכו נרננה", "המצא לנו", "ומפני חטאינו", "אהבה רבה", "וביום שמחתכם", "לדור ודור", "ובכן יתקדש", "ברכת ספירה", "רבש"ע", "פנה לעלבון" און "קולי שמע".

צו ליינען מער

דרויסנדיגע לינקס

רעפערענצן

  1. ניסקע איז אויך געווארן זיין צוגעקומענער פלימעניק.