אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "מנשה"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
אין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 6: שורה 6:


==אין תנ"ך==
==אין תנ"ך==
ווי עס זעט אויס פון [[דברי הימים]], האט מנשה געהייראט א פרוי און געהאט פון איר א זון אַשְׂרִיאֵל, און פון אן פילגש פון ארם אדער וואס האט געהייסן הארמיה האט ער געהאט א זון מָכִיר{{הערה|{{תנך|דברי הימים א|ז|יד}}}}. די מפרשים זאגן אבער אז אשריאל איז געווען מכיר'ס אייניקל{{הערה|רד"ק, מצודות, רלב"ג, רשב"ם לויט {{תנך|במדבר|כו|לא}}}}, אדער אז אשריאל איז אויך געווען א זון פונעם פילגש, אבער האט נישט איבערגעלאזט קיין דורות{{הערה|מלבי"ם: "פה נשבר לאנשי חיל כל רשפי קשת".}}. מנשה האט אויך געהאט א זון יאיר וואס ווערט דערמאנט אין די תורה{{הערה|{{תנך|במדבר|לב|מא}}}}.
ווי עס זעט אויס פון [[דברי הימים]], האט מנשה געהייראט א פרוי און געהאט פון איר א זון אַשְׂרִיאֵל, און פון א פילגש פון [[ארם]] אדער וואס האט געהייסן הארמיה האט ער געהאט א זון מָכִיר{{הערה|{{תנך|דברי הימים א|ז|יד}}}}. די מפרשים זאגן אבער אז אשריאל איז געווען מכיר'ס אייניקל{{הערה|רד"ק, מצודות, רלב"ג, רשב"ם לויט {{תנך|במדבר|כו|לא}}}}, אדער אז אשריאל איז אויך געווען א זון פונעם פילגש, אבער האט נישט איבערגעלאזט קיין דורות{{הערה|מלבי"ם: "פה נשבר לאנשי חיל כל רשפי קשת".}}. אין יהושע ווערט מכיר אנגערופן בכור מנשה{{הערה|{{תנך|יהושע|יז|א}}}}. מנשה האט אויך געהאט א זון יאיר וואס ווערט דערמאנט אין די תורה{{הערה|{{תנך|במדבר|לב|מא}}}}


פון די באקאנטע אפשטאמיגע פון מנשה אין תנ"ך זענען [[גדעון]], [[יפתח הגלעדי]]{{הערה|{{תנ"ך|שופטים|ו}}; שם {{תנ"ך|שופטים|יא|ללא=ספר}}}} און [[בנות צלפחד]]{{הערה|{{תנ"ך|במדבר|כו|לג}}}}.
פון די באקאנטע אפשטאמיגע פון מנשה אין תנ"ך זענען [[גדעון]], [[יפתח הגלעדי]]{{הערה|{{תנ"ך|שופטים|ו}}; שם {{תנ"ך|שופטים|יא|ללא=ספר}}}} און [[בנות צלפחד]]{{הערה|{{תנ"ך|במדבר|כו|לג}}}}.

רעוויזיע פון 21:30, 24 דעצעמבער 2024

מְנַשֶּׁה איז דער בכור פון יוסף, און פאטריארך פון שבט מנשה. מנשה איז געבוירן געווארן צו יוסף אין מצרים דורך אסנת, די טאכטער פון פוטי-פֶרַע[1].

דער ערקלערונג פאר די נאמען פון מנשה שטייט אין די תורה ביי די ערציילונג פון זיין געבורט[2]: "וַיִּקְרָא יוֹסֵף אֶת־שֵׁם הַבְּכוֹר, מְנַשֶּׁה: כִּי־נַשַּׁנִי אֱלֹקִים אֶת־כָּל־עֲמָלִי, וְאֵת כָּל־בֵּית אָבִי." אז די ליידן פון יוסף זענען פארגעסן געווארן מיטן געבורט פון זיין זון[3].

אין תנ"ך

ווי עס זעט אויס פון דברי הימים, האט מנשה געהייראט א פרוי און געהאט פון איר א זון אַשְׂרִיאֵל, און פון א פילגש פון ארם אדער וואס האט געהייסן הארמיה האט ער געהאט א זון מָכִיר[4]. די מפרשים זאגן אבער אז אשריאל איז געווען מכיר'ס אייניקל[5], אדער אז אשריאל איז אויך געווען א זון פונעם פילגש, אבער האט נישט איבערגעלאזט קיין דורות[6]. אין יהושע ווערט מכיר אנגערופן בכור מנשה[7]. מנשה האט אויך געהאט א זון יאיר וואס ווערט דערמאנט אין די תורה[8]

פון די באקאנטע אפשטאמיגע פון מנשה אין תנ"ך זענען גדעון, יפתח הגלעדי[9] און בנות צלפחד[10].

אין חז"ל

מנשה קומט ארויס אין דער אגדה אלס זיין טאטנ'ס רעכטע האנט. ער איז געשיקט געווארן דורך יוסף צו שפּיאָנירן אויף זיינע ברידער נאך זיי זענען אריין אין מצרים[11]. ער איז אידענטיפיצירט אלס דער דאלמעטשער צווישן יוסף און זיינע ברידער (בראשית מב, כג) ווען זיין פאטער האט זיך געמאכט אומוויסנדיג אין לשון-קודש[12], און ער איז געווען דער וואס האט באזיגט שמעון טראץ זיינע קריגערישע פעאיגקייטן און אים אריינגעווארפן אין טורמע[13]. אלס פארוואלטער פון זיין פאטער'ס הויז, האט מנשה אויך צוגעגרייט די סעודה פאר יוסף'ס ברידער[14], און איז שפעטער געשיקט געווארן זוכן אין די זעק פארן זילבערנעם בעכער[15]. אויפן פאן פון שבט מנשה איז געווען געשטיקט א ווילדער אקס, א רמז אויף דברים לג, יז, וואָס רעפערירט צו גדעון (שופטים ו, יא), אַן אפשטאמלונג פון מנשה[16].

זעט אויך

פאר די שייכות צווישן אפרים און מנשה זעט אפרים אין חז"ל.

דרויסנדיגע לינקס

רעפערענצן