אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "דרעפט:פיוט"
(←סליחות, קינות און זמירות: רעדאגירונג) |
אין תקציר עריכה |
||
(3 מיטלסטע ווערסיעס פון 2 באַניצער נישט געוויזן.) | |||
שורה 1: | שורה 1: | ||
{{דעסקריפציע|פעאטישע תפילות צו זאגן ביים דאווענען}} | {{דעסקריפציע|פעאטישע תפילות צו זאגן ביים דאווענען}} | ||
{{דרעפט}} | {{דרעפט}} | ||
א '''פיוט''' (לשון רבים: '''פיוטים''') איז א קונסטליכער פאעטישער שאפונג, אין פארם פון א געדיכט, וואס איז אריינגעשטעלט געווארן אלס הוספה צו די ליטורגיע (נוסח התפילה), בעיקר אין ספעציעלע שבתים און ימים טובים. א פיוט ברענגט ארויס אין פאעטישע שטריכן געפילן פון לויב, געבעט אדער קלאג. עס זענען פאראן פארשידנארטיגע מנהגים וואספארא פיוטים צו זאגן ביים דאווענען, און אויף וועלכן אופן. | |||
א '''פיוט''' איז א קונסטליכער פאעטישער שאפונג, אין | |||
דער פיוט | דאס ווארט פיוט שטאמט פונעם גריכישן טערמין פאר פאעזיע, פיללייכט מער דירעקט פון ποιητής (פּאָעט, שאַפער){{הערה| שו"ת הר"י מיגאש (סימן רד): "וביאור מילת פיוט עיקרה מלשון שירה מלשון יון שקוראים למשורר פיטאנ"א".}}. דער מחבר פון א פיוט ווערט גערופן "פּייטן", אַ ניי-לשון-קודש׳ער פאָרם וואָס שטאמט פון "פּיוט". אין מדרש ווערט דאָס וואָרט "פּיוט" גענוצט בלויז אין דער אלגעמיינער זין פון "פיקציע"{{הערה|{{רבה|בראשית|פה|ב}}; {{ילקוט שמעוני|דניאל|1063}}}}, בשעת "פּייטן" ווערט גענוצט אין טעכנישן זין פון א פארפאסער פון שול פּאָעזיע. [[רבי אלעזר ברבי שמעון|רבי אלעזר]], זון פון רבי שמעון בן יוחאי, איז גערופן געווארן א לערנער פון תנ"ך און משנה, א פייטן און א דרשן{{הערה|{{רבה|ויקרא|ל}}; {{היברובוקס|באבער (רעדאקטאר)|פסיקתא|14056|page=410|עמ=קעט, א}}; צונץ, Gottesdienstliche Vorträge, זייט 380; צונץ, Synagogale Poesie des Mittelalters, זייט 60}}. | ||
==היסטאריע== | ==היסטאריע== | ||
<!-- מיר געפונען אין די תורה א צאל [[שירה|שירות]] וואס זענען אין סטיל פון א ליד, א שטייגער ווי דער [[שירת הים]]. אין די נביאים געפונען זיך מערערע פאעטישע געזאנגען, ווי [[תהלים]], [[שיר השירים]] און [[אשת חיל]] סוף ספר משלי. | |||
--> | |||
פיוטים האבן זיך ערשט אנטוויקלט אין [[ארץ ישראל]] אנגעהויבן פון ענדע תקופת התלמוד. עס איז נישט אינגאנצן קלאר צי זיי זענען אויפגעקומען בלויז ווי נאטירליכע אויסדרוקן פון אידישע געפילן אדער ווי א בכוונה׳דיגער פארשלייערטער ענטפער צו רדיפות. אין יעדנספאל האבן פיוטים געדינט א באזונדערן ציל ווען למשל א גזירה פונעם [[ביזאנטישע אימפעריע|ביזאנטישן]] קייסער [[יוסטיניאן דער ערשטער]] (ד'שי"ג) האט פארבאטן דאס לערנען תורה. וויבאלד די ליטורגיע זעלבסט איז נישט געווארן פארבאטן, האט מען גענוצט די פיוטים צו אריינלייגן אזעלכע יסודות׳דיגע מצוות ווי שמירת שבת און ימים טובים און צו רופן דעם עולם צו ליב האבן די תורה, צו גלייבן אין גאט, און שטעלן איר האפענונג און צוטרוי אין גאט׳ס השגחה פרטית. די דיכטונגען האבן אויך געדינט ווי א דערמאנונג פון די פארגאנגענהייט ווען גאט האט געוויזן אז ער האט נישט פארלאזט זיין אויסדערוועלט פאלק. | |||
די פארצייטישע פיוטים האבן נישט פארמאגט קיין גראמען אבער זענען געווען אויף א פאעטישער סטיל, און טייל האבן אויך פארמאגט [[אקראסטיך]] פון אלף-בית. טייל פון זיי זענען אריין אין נוסח התפילה, א שטייגער ווי [[א-ל ברוך גדול דעה]] און [[א-ל אדון]]. אין די סידורים פון די גאונים געפינט מען אויך א גרויסע צאל פיוטים, א שטייגער ווי די [[אזהרות]] אויף שבועות און די פיוטי "עבודה" פון יום כיפור. | |||
די | אין די "קלאסישער תקופה" פון פיוט, איז שטארק אויסגעברייטערט געווארן דאס שאפונג פון פיוטים, און האט אוועקגעשטעלט א גאנצע סעריע פון פיוטים אויף יעדן פון די שבתים און ימים טובים, צו זאגן ביי די ברכות קריאת שמע און שמונה עשרה. | ||
צווישן די ערשטע מייסטער-פייטנים זענען געווען [[יוסי בן יוסי]], [[יניי]], און זיין תלמיד [[רבי אלעזר הקליר]], פון וועמען קיינעמס לעבנס-דאטומען קען נישט ווערן פעסטגעשטעלט מיט זיכערקייט{{הערה|{{היברובוקס|רב סעדיה גאון|ספר האגרון|32264|page=106|עמ=הקדמה דף ג, ב}}}}. | |||
דער בארימטער גאון און פילאזאף [[רב סעדיה גאון|רבינו סעדיה בן יוסף]] (ד׳תרמ״ב–ד׳תש״ב) איז געווען א הייסער שטיצער פון פיוטים אין בבל, אבער די אידישע פּאעזיע האט זיך דארט אנגעשטויסן אין שטארקע אפּאזיציע אלס אַן אומנויטיגער חידוש אין דער ליטורגיע. פארט האבן די פיוטים איבערגעלעבט אין בבל אויך, ווייל דער המון עם האט רעאגירט אויף פּאָעטישע לידער, וואָס האבן געשטעלט זייערע ליידן אין א רעליגיעזן קאנטעקסט. | |||
דורכאויס די אייראפעאישע מיטלאלטער, זענען פיוטים געווען די מערסט קולטיווירטע פאָרעם פון העברעאישע ליטעראטור, ספּעציעל אין דייטשלאנד, פראנקרייך, איטאליע און שפאניע. [[גראמען]] איז איינגעפירט געווארן אין שפאניע, וואו פיוטים האבן דערגרייכט דעם הויכפונקט פון איר אנטוויקלונג. | |||
די | נאך טיף אין אלף השישי זענען ווייטער געשריבן געווארן פיוטים, אבער נאר זעלטן זענען די דאזיגע שפּעטערדיגע לידער געמאכט געווארן א טייל פון נארמאלע ליטורגיען. | ||
==נעמען פון די פיוטים== | ==נעמען פון די פיוטים== | ||
אין דער קלאסישער תקופה פון פיוט, זענען פארפאסט געווארן פיוטים-סעריעס צו זאגן דורכאויס דעם דאווענען, צוזאמגעפלאכטן מיט די נוסח התפילה, אדער אנשטאט די אלגעמיינע נוסח. | אין דער קלאסישער תקופה פון פיוט, זענען פארפאסט געווארן פיוטים-סעריעס צו זאגן דורכאויס דעם דאווענען, צוזאמגעפלאכטן מיט די נוסח התפילה, אדער אנשטאט די אלגעמיינע נוסח. | ||
די פיוטים וועגן אנגערופן מיט נעמען, באזירט אויפ'ן ארט אינעם סדר התפילה וואו עס איז אריינגעשטעלט. | די פיוטים וועגן אנגערופן מיט נעמען, באזירט אויפ'ן ארט אינעם סדר התפילה וואו עס איז אריינגעשטעלט. | ||
שורה 25: | שורה 29: | ||
===יוצרות=== | ===יוצרות=== | ||
אריגינעל האט זיך דער טערמין ׳יוצרות׳ באצויגן צו דעם פיוטים-סעריע פון די ברכות קריאת שמע. | |||
די פיוטים פון ברכות קריאת שמע זענען איינגעטיילט אין זיבן חלקים, און זיי ווערן אלע אנגערופן מיט'ן שם הכולל "'''יוצר'''" וואס איז אויך דער נאמען פונעם ערשטן טייל פון די סעריע; די ברכה פון [[יוצר אור]]. | די פיוטים פון ברכות קריאת שמע זענען איינגעטיילט אין זיבן חלקים, און זיי ווערן אלע אנגערופן מיט'ן שם הכולל "'''יוצר'''" וואס איז אויך דער נאמען פונעם ערשטן טייל פון די סעריע; די ברכה פון [[יוצר אור]]. | ||
שורה 31: | שורה 35: | ||
:'''בעפאר קריאת שמע''' | :'''בעפאר קריאת שמע''' | ||
::א. '''יוצר''' - | ::א. '''יוצר''' - געזאגט אנהייב פון די ברכה יוצר אור, נאך די ווערטער "עושה שלום ובורא את הכל". | ||
::ב. '''אופן''' - | ::ב. '''אופן''' - געזאגט צווישן די פסוקים "קדוש" און "ברוך כבוד" [ביי די נוסח פון "והאופנים וחיות הקודש"]. | ||
::ג. '''מאורה''' - | ::ג. '''מאורה''' - געזאגט בעפאר'ן אויסלאז פון די ברכה "יוצר המאורות". | ||
::ד. '''אהבה''' - | ::ד. '''אהבה''' - געזאגט בעפאר'ן אויסלאז "הבוחר בעמו ישראל באהבה", איידער קריאת שמע. | ||
:'''נאך קריאת שמע''' | :'''נאך קריאת שמע''' | ||
::ה. '''זולת''' - | ::ה. '''זולת''' - געזאגט נאך די ווערטער אֵין אֱ-לֹהִים זוּלָתֶךָ. געווענליך ענדיגט זיך עס מיט א בקשה אויף די גאולה, אזוי ווי די נושא פון דעם ברכה. | ||
::ו. דערנאך א פיוט וואס מען זאגט נאכ'ן פסוק "מי כמוכה" - געווענליך רעדט דער פיוט ארום איבער יציאת מצרים און שירת הים. | ::ו. דערנאך א פיוט וואס מען זאגט נאכ'ן פסוק "מי כמוכה" - געווענליך רעדט דער פיוט ארום איבער יציאת מצרים און שירת הים. | ||
::ז. '''גאולה''' - | ::ז. '''גאולה''' - פאר'ן אויסלאז פון די ברכה "גאל ישראל". אין די קלאסישע תקופה פון פיוט הייבן זיך די סארט פיוטים אן מיט די ווערטער "ה' מלכנו...". | ||
לויט געוויסע פיוט-פארשער{{הערה|יצחק משה עלבאגען און נאך}} זענען די פיוטים אריגינעל פארפאסט געווארן צו זאגן אנשטאט די אלגעמיינע נוסח פון ברכות קריאת שמע, אבער נאך די קלאסישע תקופה פון פיוט איז דאס צוגעלייגט געווארן אלס הוספה צו דעם באשטימטן נוסח התפילה. אין די אייראפעאישע קהילות איז דאס זאגן די פיוטים באטראכט געווארן וואלונטיריש; אין די קהילות פון [[אשכנז]] האט מען אנגעהאלטן דאס זאגן די פיוטים פון '''יוצר''', '''אופן''' און '''זולת''', און דאס איבריגע האט מען אויסגעלאזט. | |||
===קרובות=== | ===קרובות=== | ||
די פיוטים-סעריע וואס ווערט געזאגט דורכ'ן בעל תפילה, אינערהאלב די הויכע שמונה עשרה, ווערט אנגערופן '''קרובות''' (אין די ספרים פון מנהגי אשכנז ווערן זיי גערופן '''קרובץ'''). | די פיוטים-סעריע וואס ווערט געזאגט דורכ'ן בעל תפילה, אינערהאלב די הויכע שמונה עשרה, ווערט אנגערופן '''קרובות''' (אין די ספרים פון מנהגי אשכנז ווערן זיי גערופן '''קרובץ'''). | ||
שורה 48: | שורה 52: | ||
די קרובות זענען איינגעטיילט אין צוויי סארטן, באזירט אויפ'ן מנהג אין ארץ ישראל צו זאגן "[[קדושה]]", בלויז ביי די הויכע שמונה עשרה פון שחרית אום שבת און יום טוב. דעריבער זענען געווען צוויי סארטן סעריעס: | די קרובות זענען איינגעטיילט אין צוויי סארטן, באזירט אויפ'ן מנהג אין ארץ ישראל צו זאגן "[[קדושה]]", בלויז ביי די הויכע שמונה עשרה פון שחרית אום שבת און יום טוב. דעריבער זענען געווען צוויי סארטן סעריעס: | ||
::'''קדושתא''' - א פארצווייגטע און לענגערע סעריע, וואס אנטהאלט א סיסטעם פון פיוטים אויף די ערשטע דריי ברכות פון שמונה-עשרה, אריינגערעכנט די פסוקים פון קדושה. | ::'''קדושתא''' - א פארצווייגטע און לענגערע סעריע, וואס אנטהאלט א סיסטעם פון פיוטים אויף די ערשטע דריי ברכות פון שמונה-עשרה, אריינגערעכנט די פסוקים פון קדושה (א שטייגער ווי די יוצר פון די ארבע פרשיות און ימים טובים). | ||
::'''שבעתא''' - א סעריע קורצע פיוטים אויף יעדן פון די זיבן ברכות פון די שבת'דיגע און יום-טוב'דיגע דאווענען, וואס מען זאגט נישט קיין קדושה דערביי. צומאל האט עס אויך געקענט פארברייטערן מיט לענגערע פיוטים ביי טייל ברכות. | ::'''שבעתא''' - א סעריע קורצע פיוטים אויף יעדן פון די זיבן ברכות פון די שבת'דיגע און יום-טוב'דיגע דאווענען (א שטייגער ווי די מוסף פאר פרשת שקלים, און פרשת החודש), וואס מען זאגט נישט קיין קדושה דערביי. צומאל האט עס אויך געקענט פארברייטערן מיט לענגערע פיוטים ביי טייל ברכות. | ||
ווי אויך איז פארהאן די: | ווי אויך איז פארהאן די: | ||
::'''קדושת י"ח''' - וואס איז א צוזאמשטעל פון די צוויי דערמאנטע; געווידמעט פאר די תפילת שמונה-עשרה אין ספעציעלע טעג פון יאר וואס מען האט יא געזאגט דערביי "קדושה", א שטייגער ווי [[חנוכה]], [[חול המועד]] און [[ראש חודש]]. דער ערשטער טייל פונעם געבוי פון די קדושתות י"ח זענען ענליך צו די פון די "קדושתא" נאר אויף א קורצערן פארמאט, און נאך "קדושה" איז דאס געבוי פונקט ווי אין די "שבעתא". | ::'''קדושת י"ח''' - וואס איז א צוזאמשטעל פון די צוויי דערמאנטע; געווידמעט פאר די תפילת שמונה-עשרה אין ספעציעלע טעג פון יאר וואס מען האט יא געזאגט דערביי "קדושה", א שטייגער ווי [[חנוכה]], [[חול המועד]] און [[ראש חודש]]. דער ערשטער טייל פונעם געבוי פון די קדושתות י"ח זענען ענליך צו די פון די "קדושתא" נאר אויף א קורצערן פארמאט, און נאך "קדושה" איז דאס געבוי פונקט ווי אין די "שבעתא". | ||
שורה 80: | שורה 84: | ||
די אשכנז'ישע און צרפת'ישע סטיל איז נישט געווען געבויט מיט א מעטער פון טראפן, טייל האבן אבער יא פארמאגט א מעטער לויט די צאל ווערטער. זיי האבן פארמאגט מער קאמפליצירטע אויסשטעלן פון גראמען, ווי באזונדע גראמען אויפ'ן ערשטן טייל שורה ("דלת") און אויפ'ן לעצטן טייל ("סוגר"). | די אשכנז'ישע און צרפת'ישע סטיל איז נישט געווען געבויט מיט א מעטער פון טראפן, טייל האבן אבער יא פארמאגט א מעטער לויט די צאל ווערטער. זיי האבן פארמאגט מער קאמפליצירטע אויסשטעלן פון גראמען, ווי באזונדע גראמען אויפ'ן ערשטן טייל שורה ("דלת") און אויפ'ן לעצטן טייל ("סוגר"). | ||
==דרויסנדיגע לינקס== | |||
* {{אנצ יהודית|12195-piyyut}} | |||
==ביאורים== | ==ביאורים== | ||
{{ביאורים}} | {{ביאורים}} |
יעצטיגע רעוויזיע זינט 08:26, 27 נאוועמבער 2024
דאס איז א דרעפט ארטיקל. עס איז אַן אַרבעט אין פּראָגרעס וואָס איז אָפן פאַר רעדאַגירונג דורך סיי וועם. ווען דער דרעפט איז פארטיג, ביטע גייט איבער דעם אריבערפירן טשעקליסט, זיכער צו מאכן אז עס איז גרייט. דערנאך קענט איר בעטן פון די דרעפט אריבערפירער אז זיי זאלן עס איבערגיין און אריבערפירן צום הויפט געביט. (אייער בקשה וועט פובליצירט ווערן אין המכלול:אריבערפירן דרעפטס, און דארט וועט אויך ערשיינען דער ענטפער - אויב פעלט אויס). |
א פיוט (לשון רבים: פיוטים) איז א קונסטליכער פאעטישער שאפונג, אין פארם פון א געדיכט, וואס איז אריינגעשטעלט געווארן אלס הוספה צו די ליטורגיע (נוסח התפילה), בעיקר אין ספעציעלע שבתים און ימים טובים. א פיוט ברענגט ארויס אין פאעטישע שטריכן געפילן פון לויב, געבעט אדער קלאג. עס זענען פאראן פארשידנארטיגע מנהגים וואספארא פיוטים צו זאגן ביים דאווענען, און אויף וועלכן אופן.
דאס ווארט פיוט שטאמט פונעם גריכישן טערמין פאר פאעזיע, פיללייכט מער דירעקט פון ποιητής (פּאָעט, שאַפער)[1]. דער מחבר פון א פיוט ווערט גערופן "פּייטן", אַ ניי-לשון-קודש׳ער פאָרם וואָס שטאמט פון "פּיוט". אין מדרש ווערט דאָס וואָרט "פּיוט" גענוצט בלויז אין דער אלגעמיינער זין פון "פיקציע"[2], בשעת "פּייטן" ווערט גענוצט אין טעכנישן זין פון א פארפאסער פון שול פּאָעזיע. רבי אלעזר, זון פון רבי שמעון בן יוחאי, איז גערופן געווארן א לערנער פון תנ"ך און משנה, א פייטן און א דרשן[3].
היסטאריע
פיוטים האבן זיך ערשט אנטוויקלט אין ארץ ישראל אנגעהויבן פון ענדע תקופת התלמוד. עס איז נישט אינגאנצן קלאר צי זיי זענען אויפגעקומען בלויז ווי נאטירליכע אויסדרוקן פון אידישע געפילן אדער ווי א בכוונה׳דיגער פארשלייערטער ענטפער צו רדיפות. אין יעדנספאל האבן פיוטים געדינט א באזונדערן ציל ווען למשל א גזירה פונעם ביזאנטישן קייסער יוסטיניאן דער ערשטער (ד'שי"ג) האט פארבאטן דאס לערנען תורה. וויבאלד די ליטורגיע זעלבסט איז נישט געווארן פארבאטן, האט מען גענוצט די פיוטים צו אריינלייגן אזעלכע יסודות׳דיגע מצוות ווי שמירת שבת און ימים טובים און צו רופן דעם עולם צו ליב האבן די תורה, צו גלייבן אין גאט, און שטעלן איר האפענונג און צוטרוי אין גאט׳ס השגחה פרטית. די דיכטונגען האבן אויך געדינט ווי א דערמאנונג פון די פארגאנגענהייט ווען גאט האט געוויזן אז ער האט נישט פארלאזט זיין אויסדערוועלט פאלק.
די פארצייטישע פיוטים האבן נישט פארמאגט קיין גראמען אבער זענען געווען אויף א פאעטישער סטיל, און טייל האבן אויך פארמאגט אקראסטיך פון אלף-בית. טייל פון זיי זענען אריין אין נוסח התפילה, א שטייגער ווי א-ל ברוך גדול דעה און א-ל אדון. אין די סידורים פון די גאונים געפינט מען אויך א גרויסע צאל פיוטים, א שטייגער ווי די אזהרות אויף שבועות און די פיוטי "עבודה" פון יום כיפור.
אין די "קלאסישער תקופה" פון פיוט, איז שטארק אויסגעברייטערט געווארן דאס שאפונג פון פיוטים, און האט אוועקגעשטעלט א גאנצע סעריע פון פיוטים אויף יעדן פון די שבתים און ימים טובים, צו זאגן ביי די ברכות קריאת שמע און שמונה עשרה.
צווישן די ערשטע מייסטער-פייטנים זענען געווען יוסי בן יוסי, יניי, און זיין תלמיד רבי אלעזר הקליר, פון וועמען קיינעמס לעבנס-דאטומען קען נישט ווערן פעסטגעשטעלט מיט זיכערקייט[4].
דער בארימטער גאון און פילאזאף רבינו סעדיה בן יוסף (ד׳תרמ״ב–ד׳תש״ב) איז געווען א הייסער שטיצער פון פיוטים אין בבל, אבער די אידישע פּאעזיע האט זיך דארט אנגעשטויסן אין שטארקע אפּאזיציע אלס אַן אומנויטיגער חידוש אין דער ליטורגיע. פארט האבן די פיוטים איבערגעלעבט אין בבל אויך, ווייל דער המון עם האט רעאגירט אויף פּאָעטישע לידער, וואָס האבן געשטעלט זייערע ליידן אין א רעליגיעזן קאנטעקסט.
דורכאויס די אייראפעאישע מיטלאלטער, זענען פיוטים געווען די מערסט קולטיווירטע פאָרעם פון העברעאישע ליטעראטור, ספּעציעל אין דייטשלאנד, פראנקרייך, איטאליע און שפאניע. גראמען איז איינגעפירט געווארן אין שפאניע, וואו פיוטים האבן דערגרייכט דעם הויכפונקט פון איר אנטוויקלונג.
נאך טיף אין אלף השישי זענען ווייטער געשריבן געווארן פיוטים, אבער נאר זעלטן זענען די דאזיגע שפּעטערדיגע לידער געמאכט געווארן א טייל פון נארמאלע ליטורגיען.
נעמען פון די פיוטים
אין דער קלאסישער תקופה פון פיוט, זענען פארפאסט געווארן פיוטים-סעריעס צו זאגן דורכאויס דעם דאווענען, צוזאמגעפלאכטן מיט די נוסח התפילה, אדער אנשטאט די אלגעמיינע נוסח. די פיוטים וועגן אנגערופן מיט נעמען, באזירט אויפ'ן ארט אינעם סדר התפילה וואו עס איז אריינגעשטעלט.
אין די שפעטערדיגע דורות איז אנטשטאנען א צעמישעניש אין דעם הינזיכט, ווען מ'האט מען אנגעהויבן רופן אלע פיוטים מיט'ן נאמען קרוב"ץ, אדער יוצרות.
יוצרות
אריגינעל האט זיך דער טערמין ׳יוצרות׳ באצויגן צו דעם פיוטים-סעריע פון די ברכות קריאת שמע. די פיוטים פון ברכות קריאת שמע זענען איינגעטיילט אין זיבן חלקים, און זיי ווערן אלע אנגערופן מיט'ן שם הכולל "יוצר" וואס איז אויך דער נאמען פונעם ערשטן טייל פון די סעריע; די ברכה פון יוצר אור.
די זיבן חלקים פון די "יוצר" סעריע זענען:
- בעפאר קריאת שמע
- א. יוצר - געזאגט אנהייב פון די ברכה יוצר אור, נאך די ווערטער "עושה שלום ובורא את הכל".
- ב. אופן - געזאגט צווישן די פסוקים "קדוש" און "ברוך כבוד" [ביי די נוסח פון "והאופנים וחיות הקודש"].
- ג. מאורה - געזאגט בעפאר'ן אויסלאז פון די ברכה "יוצר המאורות".
- ד. אהבה - געזאגט בעפאר'ן אויסלאז "הבוחר בעמו ישראל באהבה", איידער קריאת שמע.
- נאך קריאת שמע
- ה. זולת - געזאגט נאך די ווערטער אֵין אֱ-לֹהִים זוּלָתֶךָ. געווענליך ענדיגט זיך עס מיט א בקשה אויף די גאולה, אזוי ווי די נושא פון דעם ברכה.
- ו. דערנאך א פיוט וואס מען זאגט נאכ'ן פסוק "מי כמוכה" - געווענליך רעדט דער פיוט ארום איבער יציאת מצרים און שירת הים.
- ז. גאולה - פאר'ן אויסלאז פון די ברכה "גאל ישראל". אין די קלאסישע תקופה פון פיוט הייבן זיך די סארט פיוטים אן מיט די ווערטער "ה' מלכנו...".
לויט געוויסע פיוט-פארשער[5] זענען די פיוטים אריגינעל פארפאסט געווארן צו זאגן אנשטאט די אלגעמיינע נוסח פון ברכות קריאת שמע, אבער נאך די קלאסישע תקופה פון פיוט איז דאס צוגעלייגט געווארן אלס הוספה צו דעם באשטימטן נוסח התפילה. אין די אייראפעאישע קהילות איז דאס זאגן די פיוטים באטראכט געווארן וואלונטיריש; אין די קהילות פון אשכנז האט מען אנגעהאלטן דאס זאגן די פיוטים פון יוצר, אופן און זולת, און דאס איבריגע האט מען אויסגעלאזט.
קרובות
די פיוטים-סעריע וואס ווערט געזאגט דורכ'ן בעל תפילה, אינערהאלב די הויכע שמונה עשרה, ווערט אנגערופן קרובות (אין די ספרים פון מנהגי אשכנז ווערן זיי גערופן קרובץ).
אין די קלאסישע תקופה פון פיוט זענען פארפאסט געווארן א גרויסע צאל סעריעס פון "קרובות" אויף ימים טובים, און ספעציעלע שבתים, און אויך אויף אלגעמיינע שבתים באזירט אויף די קריאת התורה פון די וואכעדיגע פרשה.
די קרובות זענען איינגעטיילט אין צוויי סארטן, באזירט אויפ'ן מנהג אין ארץ ישראל צו זאגן "קדושה", בלויז ביי די הויכע שמונה עשרה פון שחרית אום שבת און יום טוב. דעריבער זענען געווען צוויי סארטן סעריעס:
- קדושתא - א פארצווייגטע און לענגערע סעריע, וואס אנטהאלט א סיסטעם פון פיוטים אויף די ערשטע דריי ברכות פון שמונה-עשרה, אריינגערעכנט די פסוקים פון קדושה (א שטייגער ווי די יוצר פון די ארבע פרשיות און ימים טובים).
- שבעתא - א סעריע קורצע פיוטים אויף יעדן פון די זיבן ברכות פון די שבת'דיגע און יום-טוב'דיגע דאווענען (א שטייגער ווי די מוסף פאר פרשת שקלים, און פרשת החודש), וואס מען זאגט נישט קיין קדושה דערביי. צומאל האט עס אויך געקענט פארברייטערן מיט לענגערע פיוטים ביי טייל ברכות.
ווי אויך איז פארהאן די:
- קדושת י"ח - וואס איז א צוזאמשטעל פון די צוויי דערמאנטע; געווידמעט פאר די תפילת שמונה-עשרה אין ספעציעלע טעג פון יאר וואס מען האט יא געזאגט דערביי "קדושה", א שטייגער ווי חנוכה, חול המועד און ראש חודש. דער ערשטער טייל פונעם געבוי פון די קדושתות י"ח זענען ענליך צו די פון די "קדושתא" נאר אויף א קורצערן פארמאט, און נאך "קדושה" איז דאס געבוי פונקט ווי אין די "שבעתא".
לויט טייל פארשער איז דער תפילה פון ישמח משה במתנת חלקו - וואס עפנט דעם צענטראלן טייל פון די שבת'דיגע שמונה-עשרה ביי שחרית - א טייל פון א "שבעתא" וואס איז אויסגעשטעלט לויט די סדר פון אלף-בית, און פארמאגט די אותיות יוד, כף און למד, נאך וואס די שטיקל פאר יעדן ברכה באשטייט פון דריי אותיות[א][6].
מערבית
א סעריע פיוטים אויף די ברכות קריאת שמע פון מעריב, בעיקר פאר די יום-טוב'דיגע דאווענען.
די סעריע איז איינגעטיילט אויף זעקס חלקים: די ערשטע צוויי פאר די צוויי ברכות בעפאר קריאת שמע ("המעריב ערבים", און "אוהב עמו ישראל"); דערנאך דריי פיוטים פאר די ברכה פון גאולה, וואס איז איינגעטיילט אין דריי טיילן (צוערשט צוויי פסוקים: "מי כמוכה"[7] און " ה' ימלוך"[8] און דערנאך די ברכה פון "גאל ישראל"[ב]); און דערנאך א פיוט פאר די לעצטע ברכה ("השכיבנו").
סליחות און קינות
סליחות - זענען פיוטים וואס מען זאגט בעפאר און דורכאויס די ימים נוראים און ביי א תענית ציבור.
קינות - זענען פיוטים וואס מען זאגט אום תשעה באב צו קלאגן אויפ'ן חורבן בית המקדש.
אריגינעל זענען זיי אויך געווען טייל פון די "קרובות" סעריע פאר די שמונה-עשרה. אין א פאסט-טאג פלעגט מען מאריך זיין מיט מערערע פיוטים ביי די ברכה פון "סלח לנו" - "סליחות", און ביי די קרובות פון תשעה באב פלעגט מען מאריך זיין ביי די ברכה פון "בונה ירושלים". אין די שפעטערע תקופות איז געווארן איינגעפירט דאס צו זאגן נאך שמונה עשרה. און אזוי פירט מען זיך היינט אין רוב פלעצער.
קונסט און סטיל
די פיוטים זענען פאכמאניש באצירט געווארן מיט פארשידענע קונסטווערק צו באשיינען דעם פיוט און פארשענערן. אריינגערעכנט די אקראסטיך, גראמען, מעטער, מליצות, און כינוים.
די גאר ערשטע פיוטים זענען בעיקר געווען באצירט מיט די אקראסטיך פון די אלף בית, און זענען געווען מיט קורצע פראזן, ענדליך צו די לשון המקרא, טייל פון זיי זענען אויך געווען מיט א פונקטליכע מעטער, לויט די צאל ווערטער(א-ל אדון). זיי האבן בכלל נישט פארמאגט די איינגשאפט פון גראם.
דער קלאסישער סטיל פיוט האט פארמאגט אקראסטיך פון די מחבר פונעם פיוט, און אויך לויט די אלף בית און תשר"ק, טייל מאל געדאפלט עטליכע מאל. יעדער שורה פונעם בית האט זיך געענדיגט מיט אן אייניגער גראם. און איז געווען שטארק באזירט אויף די מדרשי חז"ל. די מעטער איז נישט אלעמאל געווען אייניג, אבער מען זעט אן א נאטירליכע איינהייטליכקייט צווישן די שורות.
די ספרדי'שע סטיל פיוט, האט גענומען פון די אראבער גאר א דעטאליטערטער "מעטער" (משקל), וואו די טראפן פון יעדן שורה זענען איינגעטיילט אויף א פונקטליכן סדר. דאס איז איינגעטיילט געווארן צווישן די "יתד" (א שוא מיט נאך א זילבע) און "תנועה" (א פשוטע זילבע), און האט ארויסגעוויזן א גרויס קונסטליכקייט וואס האט זיך אויסגעצייכנט אין לשון קודש, מער ווי אין די אנדערע שפראכן. דער סטיל איז אויסגעשטאנען קעגנערשאפט פון טייל, און האט זיך ערווארבן אין א מחלוקה צווישן תלמידים פון דונש בן לברט און מנחם בן סרוק. אויך האבן זיי פארמאכט מער קורצע פראזן, און אויסדרוקן באזירט אויף לשון מקרא.
די אשכנז'ישע און צרפת'ישע סטיל איז נישט געווען געבויט מיט א מעטער פון טראפן, טייל האבן אבער יא פארמאגט א מעטער לויט די צאל ווערטער. זיי האבן פארמאגט מער קאמפליצירטע אויסשטעלן פון גראמען, ווי באזונדע גראמען אויפ'ן ערשטן טייל שורה ("דלת") און אויפ'ן לעצטן טייל ("סוגר").
דרויסנדיגע לינקס
- "פיוט", JewishEncyclopedia.com (ענגליש)
ביאורים
רעפערענצן
- ↑ שו"ת הר"י מיגאש (סימן רד): "וביאור מילת פיוט עיקרה מלשון שירה מלשון יון שקוראים למשורר פיטאנ"א".
- ↑ בראשית רבה, פרשה פ"ה, פסקה ב'; ילקוט שמעוני, דניאל, רמז א'ס"ג
- ↑ ויקרא רבה, פרשה ל'; באבער (רעדאקטאר), פסיקתא, קעט, א; צונץ, Gottesdienstliche Vorträge, זייט 380; צונץ, Synagogale Poesie des Mittelalters, זייט 60
- ↑ רב סעדיה גאון, ספר האגרון, הקדמה דף ג, ב
- ↑ יצחק משה עלבאגען און נאך
- ↑ מנחם זולאי; זעט אויספירליך ישמח משה – ברכה או פיוט?, אויף אתר הפיוט והתפילה
- ↑ ספר שמות, קאפיטל ט"ו, פסוק י"א
- ↑ ספר שמות, קאפיטל ט"ו, פסוק י"ח