אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:אבר מן החי"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
אין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
צייכן: רויע רעדאגירונג
 
שורה 52: שורה 52:
==בני נח==
==בני נח==
{{להשלים|בעלי חיים, מפרכס, שיעור}}
{{להשלים|בעלי חיים, מפרכס, שיעור}}
אבר מן החי איז פון די [[זיבן מצוות בני נח]]{{הערה|{{בבלי|סנהדרין|נו|א}}}}. פארהאן וואס לערנען דאס ארויס פון פסוק: אָכֹל תֹּאכֵל{{הערה|{{תנך|בראשית|ב|טז}}}}, נאר א זאך וואס שטייט צום עסן מעג מען עסן{{הערה|{{בבלי|סנהדרין|נו|ב}} ורש"י ד"ה אכול}}. לויט דעם איז מען שוין פארבאטן געווארן פון אבר מן החי זינט אדם הראשון; אנדערע לערנען דאס ארויס פונעם פסוק וואס איז געזאגט געווארן צו נח: אַךְ בָּשָׂר בְּנַפְשׁוֹ דָמוֹ לֹא תֹאכֵלוּ{{הערה|{{תנך|בראשית|ט|ד}}. {{בבלי|סנהדרין|נז|א}}; {{רמב"ם|מאכלות אסורות|ה|א}}}}. לויט דעם איז אבר מן החי נאר פארבאטן געווארן פון נח און ווייטער{{הערה|{{רמבם|מלכים|ט|א}}}}.


==דרויסנדיגע לינקס==
==דרויסנדיגע לינקס==

יעצטיגע רעוויזיע זינט 05:51, 11 נאוועמבער 2024

אבר מן החי
מצוַת לא תעשה
דינים
מצווים אלע מענטשן
תקופה אלעמאל (גייט אן בזמן הזה)
מקום איבעראל
עונש במזיד מלקות
בין אדם למקום
מוני המצוות
ספר המצוות להרמב"ם ספר המצוות, לאו קפ"ב
ספר החינוך ספר החינוך, מצוה תנ"ב
סמ"ג סמ"ג לאו קל"ו
די מצוה אין ספר מצוות ה', אויף דעת זייטל
מקורות
מקרא בראשית ט, ד; דברים יב, כג
משנה תורה הלכות מאכלות אסורות, פרק ה'
שולחן ערוך יורה דעה, סימן ס"ב
די קוה ווערט מותר צו עסן דורך שחיטה - ווי אנדערע טהור'ע בהמות, חיות און עופות. עסן א גליד פון איר ווען זי איז ביים לעבן, איז אסור צוליב "אבר מן החי".

אבר מן החי איז א פארבאט צו עסן פון א גליד וואס איז אראפגענומען געווארן ביים לעבן פון א בעל חי, אויך ווען דער באשעפעניש איז דערנאך געשטארבן. דער איסור ווערט אויך אויסגערעכנט צווישן די שבע מצות בני נח, און נישט-אידן זענען אויך באפוילן דערויף.

אבר מן החי איז מותר בהנאה, און מעג ווערן געניצט פאר אנדערע געברויכן חוץ פון עסן[1].

מקור און טעם

דער איסור ערשיינט ערשט צווישן די שבע מצות בני נח צוזאמען מיט'ן היתר צו עסן פלייש: "אַךְ בָּשָׂר בְּנַפְשׁוֹ דָמוֹ לֹא תֹאכֵלוּ"[2]. עס ווערט ווידער דערמאנט באזונדער פאר אידן אין ספר דברים, ביי די פסוקים וועלכע ערלויבן "בשר חולין": "וְלֹא תֹאכַל הַנֶּפֶשׁ עִם הַבָּשָׂר"[3]. דער איסור איז געבליבן אויך פאר נישט-אידן[4].

דער עונש פאר איינער וואס איז עובר דעם לאו, און עסט דערפון א כזית, איז מלקות[5].

דער טעם פונעם מצוה איז: ״כדי מיר זאלן זיך נישט איינגעוואוינען מיט די מידה פון אכזריות, וואס איז א געמיינע מידה, און באמת איז נישט פארהאן נאך אזא אכזריות אין די וועלט ווי אפשניידן א גליד אדער פלייש פון א לעבעדיגע באשעפעניש און דאס עסן...״[6].

דינים

די בעלי חיים

עס איז פארהאן א מחלוקת תנאים ביי וועלכע בעלי חיים עס גייט אן דער איסור פון אבר מן החי[7]:

  1. רבי יהודה און רבי אלעזר האלטן אז דער איסור גייט אן ביי טהור'ע און טמא'נע בהמות, חיות און עופות צוגלייך.
  2. די חכמים האלטן אז עס גייט אן נאר ביי טהור'ע בהמות חיות און עופות.
  3. רבי מאיר האלט אז נאר ביי טהור'ע בהמות.

מיר נעמען אן אז דער איסור גייט אן בלויז ביי טהור'ע - בהמות, חיות און עופות[8]. עס גייט אבער נישט אן ביי טמא'נע באשעפענישן, וויבאלד זיי ווערן נישט מותר מיט שחיטה, און אויך נישט ביי פיש און היישעריק[9], וויבאלד זיי דארפן נישט האבן קיין שחיטה[10]. דער איסור גייט דעריבער אויך נישט אן ביי א בן פקועה, וואס דארף אויך נישט גע'שחט'ן ווערן[11].

עס איז פארהאן א מחלוקת ראשונים צי עס גייט אן דער איסור אבר מן החי ביי גלידער פון א לעבעדיגער מענטש[12]. טייל ראשונים האלטן אז וויבאלד עס ווערט נישט מותר נאכ'ן טויט, איז אבר מן החי נישט פעליג[13], אבער אנדערע ראשונים האלטן אז דער איסור גייט אן אויך ביי א מענטש[14].

דאס לעבן

עס איז פארהאן א מחלוקת תנאים איבער די שטאנד פון א לעבעדיגע בהמה. צי "בהמה בחייה לאברים עומדת", אז פונקט ווי נאכ'ן שחיטה, שטייט א בהמה פון געבוירן אָן, אויפ'ן ציל צו ווערן געשניטן אויף באזונדערע גלידער צום עסן; אדער "בהמה בחייה לאו לאברים עומדת", דאס הייסט, ווי לאנג זי איז נאך ביים לעבן ווערט זי נאכנישט באטראכט ווי אברים, נאר נאכ'ן פאקטיש אראפנעמען דערפון אן אבר.

אין גמרא[15] ווערט אויסגערעכנט צוויי אקטועלע מחלוקת'ן וואס קומען ארויס פון די צוויי קוק־ווינקלען: די ערשטע איז א מחלוקת ביי א מענטש וואס שלינגט איין א גאנצע לעבעדיגע באשעפעניש. רבי אלעזר ברבי שמעון האלט אז "לאברים עומדת", און דערפאר האט ער עובר געווען אויפ'ן איסור אבר מן החי. ווידער רבי, האלט אז "לאו לאברים עומדת", און מען איז נישט עובר דערויף.

נאך א מחלוקת קומט ארויס, ווען איינער עסט אן אבר פון א באשעפעניש וואס איז טריפה, וואס רבי יוחנן האלט אז מען איז עובר סיי אלס טריפה און סיי אלס אבר מן החי, און ריש לקיש האלט מען איז עובר נאר אויף טריפה. לויט איין ערקלערונג אין גמרא איז די מחלוקת אפהענגיג אין די וועג א לעבעדיגע באשעפעניש ווערט באטראכט. לויט רבי יוחנן איז זי "לאברים עומדת", און גראד ביים געבוירן ווערן, איז פעליג דערויף ביידע איסורים, טריפה און אבר מן החי; ווידער ריש לקיש האלט "לאו לאברים עומדת", און וויבאלד דער כלל לויטעט אז "אין איסור חל על איסור" איז דער איסור פון טריפה גלייך פעליג, אבער די איסור אבר מן החי האט געזאלט שפעטער צוקומען ביים אפרייסן די גליד.

א טויטע באשעפעניש וואס ווארפט זיך נאך, אויב איז עס כשר גע'שחט'ן געווארן איז עס מותר געווארן מיט'ן שחיטה, און עס איז נישטא דערביי דער איסור אבר מן החי; אויב איז עס נישט כשר גע'שחט'ן געווארן איז א מחלוקת אין גמרא[16] צי עס הייסט נאך לעבעדיג און מען איז עובר אדער נישט[אויסקלארונג פארלאנגט].

חידוש

בני נח

אבר מן החי איז פון די זיבן מצוות בני נח[17]. פארהאן וואס לערנען דאס ארויס פון פסוק: אָכֹל תֹּאכֵל[18], נאר א זאך וואס שטייט צום עסן מעג מען עסן[19]. לויט דעם איז מען שוין פארבאטן געווארן פון אבר מן החי זינט אדם הראשון; אנדערע לערנען דאס ארויס פונעם פסוק וואס איז געזאגט געווארן צו נח: אַךְ בָּשָׂר בְּנַפְשׁוֹ דָמוֹ לֹא תֹאכֵלוּ[20]. לויט דעם איז אבר מן החי נאר פארבאטן געווארן פון נח און ווייטער[21].

דרויסנדיגע לינקס

רעפערענצן

קלארשטעלונג: די אינפארמאציע אויף המכלול איז בלויז פאר בארייכערונג און זאל נישט געזען ווערן ווי א פסק הלכה.