אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:מלקות"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
(פון דער ייִדישער פאָלקס־ענציקלאָפּעדיע + הגהה, לינקיפיקאציע, אויסשטעל, קאטעגאריעס. צוגעלייגט דעסקריפציע, צוגעלייגט אינטערשפראך לינק, עטוואס פארברייטערט)
צייכן: רויע רעדאגירונג
 
(קיין אונטערשייד)

יעצטיגע רעוויזיע זינט 07:04, 9 סעפטעמבער 2024

מלקות איז איינער פון די שטראפן וואס זענען געווען אמאל ביי אידן פאר טאן אן עבירה, וואס איז געווען צו שלאגן מיט קלעפ דעם זינדיגן.

צאל

אין חומש[1] ווערט געזאגט, אז מען דארף געבן 40 קלעפ ("ארבעים יכנו"), אבער חז"ל האבן פון זעלבן פסוק ארויסגעלערנט, אז מען דארף געבן נאר 39[2].

חייבי מלקות

מלקות איז געקומען פאר חייבי לאוין, דאס הייסט פאר עובר זיין אן עבירה, אויף וועלכע עס איז אין דער תורה פארהאן א לא תעשה. אין דער משנה[3] ווערט געזאגט, אז אויך פאר עבירות אויף וועלכע עס קומט כרת, קומט אויך מלקות.

אין סך הכל קומט זיך מלקות אויף 207 עבירות[4].

אנדערע מלקות

אין ערב יום כיפור זענען זיך נוהג פרומע אידן צו באקומען סימבאלישע מלקות אין שול[5].

רעפערענצן

Logo hamichlol yi.png
דער ארטיקל נעמט אריין טעקסט פון דער ייִדישער פאָלקס־ענציקלאָפּעדיע (פּיעטרושקא), וואָס איז היינט אינעם רשות־הרבים. רעכטן פאר טוישונגען בלייבן רעזערווירט.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!