אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:מנחם מענדל בייליס"

ק
החלפת טקסט – "דרויסנדע" ב־"דרויסנדיגע"
(אוועקגענומען קאַטעגאָריע:אומבאקוקט דורך HotCat, החלפות ( דעות ))
צייכן: באקוקט
ק (החלפת טקסט – "דרויסנדע" ב־"דרויסנדיגע")
 
(14 מיטלסטע ווערסיעס פון 5 באַניצער נישט געוויזן.)
שורה 1: שורה 1:
{{דעסקריפציע||ענגליש = Russian Jew accused of murder|העב=יהודי שהואשם בעלילת דם ברצח ילד גוי בקייב במשפט בייליס|דייטש=ukrainischer Jude, der in der sogenannten Beilis-Affäre eines Ritualmords beschuldigt wurde|}}
[[טעקע:Beilis.jpg|קליין|250px|בילד פון מענדל בייליס]]

'''מנחם מענדל בייליס''' ({{שפראך-ru|Менахем Мендель Бейлис}}) ([[1874]] - נפטר [[כ"ד תמוז]] [[ה'תרצ"ד]], [[ניו יארק]]) איז געווען א איד פון [[אוקראינע]] וואס מען האט אים באשולדיגט מיט אן [[בלוט בלבול]], מיט כלומרשט דער רציחה פון א רוסיש קינד. דער פראצעס האט אנגעצינדן אינטערנאציאצעלן קריטיק קעגן רוסיש שנאת ישראל.

שורה 112: שורה 113:
איין טאג עפנט זיך די טיר און עס קומט אריין איינער מיט א יודישן אויסזעה, און ער שטעלט זיך פאר אז ער הייסט גרוזענבערג. ער האט מסביר געווען אז ער איז איינער פון זיינע אדוואקאטן אבער ער האט עם נישט געקענט ביז יעצט טרעפן וועגן די געזעץ. יעצט אבער, נאך ר' מענדל האט שוין באקומען די פאפירן, קען ער עם קומען באזוכן ווען ער וועט נאר וועלן. ר' מענדל האט זייער הנאה געהאט פון זיין ערשיינונג, און עם באדאנקט אויף זיין הילף און חיזוק. "זיי שטארק" האט ער געזאגט מיט ווארעמקייט, "איך קום צו דיר בשם דעם יודישן פאלק, איר מוזט אונז מוחל זיין אז איר מוזט ליידן פאר אונז אלע. איך זאג דיר, איך וואלט געווען צופרידן צו טוישן מיט דיר און זיצן דא אין תפיסה און דו וועסט קענען גיין צו פרייהייט".. מיט די ווערטער האט ער מחזק געווען און מעודד געווען ר' מענדל בפני הבאות.

== יג. נאך אדוואקאטן ==
== נאך אדוואקאטן ==
 
אין קורצן פון פריער: נאך אכט לאנגע חדשים אין תפיסה, אן צו וויסן וואס וועט זיין מיט עם און אן קיין שום משפט, טרעפט זיך ר' מענדל מיט די ערשטע פון זיינע אדוואקאטן, מר גרוזענבערג. ער האט עם געזאגט אז יעצט נאך ער האט באקומען די באשולדינגס-פאפירן קען ער עם קומען באזוכן ווען ער וועט וועלן, און ער האט זייער מחזק געווען ר' מענדל אויף ווייטער.
 
"איך האב איין בקשה, מר גרוזענבערג" האט ר' מענדל געענטפערט, "איך מוז וויסן וואס גייט פאר, איר מוזט מיר זאגן וואס איז מיין מצב געזעצליך, איך זאג צו איך וועל זיך נישט מייאש זיין נישט קיין חילוק ווי נישט גוט דער מצב איז. אבער איך קען נישט ווייטער גיין מיט דעם מצב פון חוסר ידיעה. איך בעט אייך, זאגט מיר דעם אמת"! "איר זענט גערעכט" האט ער באלד געזאגט. איר דארפט טאקע וויסן אלעס, אבער עס איז זייער שווער צו שאצן דער מצב פונקטליך. איך האב געהאט אן ענדליכע געשעהניש אין ווילנא, דארט איז בלאנדעס באשולדיגט געווארן מיט הרג'נען פאר זיין גלויבונג.  [אין יאר תר"ס איז באשולדיגט געווארן א יוד מיט'ן נאמען דוד בלאנדעס מיט'ן הרג'נען זיין גוי'שן דינסט צו נוצן איר בלוט פאר מצות.  לבסוף האט גרוזענבערג עם געהאלפן ארויסקומען אומשולדיג]. עס איז שווער צו זאגן יעצט וויאזוי די ענינים וועלן זיך אויסשטעלן און וויאזוי זיי וועלן זיך ענדיגן.

שורה 130: שורה 128:
ר' מענדל בעט ווייטער אז מ'זאל עם צושטעלן איינער צו זיין מיט עם אין צימער. מ'האט אריינגעשיקט א פולישער מיט'ן נאמען "פאשלובסקי", וועלכע איז שוין גע'פסק'נט געווארן צו ווערן געשיקט קיין סיביר און ארבעטן שווער. ער איז יעצט געווען אין תפיסה ווארטנדיג דעם אויספיר פון זיין פסק. איין טאג האט מען עם גערופן צום ביורא פונ'ם תפיסה. וויבאלד ער איז שוין געווען גע'פסק'נט איז לכאורה נישט געווען קיין סיבה דערויף. ער איז באלד צוריק און איז געווען זייער גוט געלוינט.. ער איז צוגעגאנגען צו ר' מענדל און כמעט אויסגעפלאצט מיט א געלעכטער...

== יד. דער מענטש דערציילט ==
== דער מענטש דערציילט ==
 
אין קורצן פון פריער: ר' מענדל טרעפט זיך כסדר מיט זיינע אדוואקאטן. איין טאג רופט מען זיין "חבר" פונ'ם צימער "פאשלאווסקי", צום ביורא פון די תפיסה. ווען ער קומט צוריק איז ער מלא שמחה און ער דערציילט ר' מענדל וואס איז געשען.
 
"פארוואס לאכסטו"? האט ר' מענדל עם געפרעגט, "וואס איז געשען אין ביורא"? "ביילוס!" עוטפערט ער, "איך וואלט דיר געזאגט אבער דו ביסט צו נערוועס! אויב איך וועל דיר דערציילט דעם גאנצן סיפור וועסטו ווערן צו נתרגש, דערפאר איז בעסער אז דו ווייסט נישט!"

שורה 143: שורה 138:
ארום יענע צייט האבן זיך אנגעהויבן דרייען שמועות אינ'ם תפיסה. פאר ר' מענדל האבן זיי ענהאלטן אינטערסאנטע נייעס. מ'האט געשמועסט אז איינער מיט'ן נאמען "בראזול-בראשקאפסקי" האט געשריבן צום הויפט אנקלאגער [תובע] אז ער האט ביי זיך ראיות וועלכע ווייזן קלאר אז דער רציחה האט געהאט צוטון מיט'ן פרוי טשעביריאק און בכלל נישט מיט ביילוס.

== טו. שמועות ==
== שמועות ==
 
אין קורצן פון פריער: עס דרייען זיך ארום שמועות, וועלכע קומען אויך אן אינ'ם תפיסה, אז איינער מיט'ן נאמען "בראזול בראשקאפסקי" האט געשריבן צום הויפט אנקלאגער [תובע] אז ער האט שטארקע ראיות וועגן דעם רציחה אז עס האט גארנישט מיט ר' מענדל ביילוס.
 
וואס איז באמת געשען איז געווען אזוי: אינ'ם פרילינג פון תער"ב האט זיך אנגעהויבן א נייע חקירה [פארשונג] דורך בראזול בראשקאפסקי, צוזאמען מיט א חבר זיינע מיט'ן נאמען קראסובסקי, וועלכע האט אנגעהויבן מגלה זיין דעם אמת פונ'ם פרשה. בראזול האט געשריבן זיינע ראיות צום הויפט פארשער, און וועגן דעם האבן זיי געשריבן א נייעם "באשולדינגס פאפיר" קעגן דעם פרוי טשעביריאק און האבן איר איינגעזעצט. ווען ר' מענדל האט דאס געהערט, איז זיין האפענונג זייער געשטארקט געווארן, אבער ליידער נישט אויף לאנג. נאך אין דעם זעלבן זומער איז געשיקט געווארן [דורך די וואס האבן געהאט אן אינטערעס אין דעם] א נייעם "הויפט אנגלאגער" פון פעטערבורג, און ער האט שנעל איבערגעקענט דעם גאנצן חקירה על ראשו.  [בראזול האט טייער באצאלט פאר זיין ארבעט.  אלס "שכר" פאר'ן אויפדעקן דעם אמת, וואס דאס האט דער ממשלה בכלל נישט געוואלט, איז ער באשטראפט געווארן מיט רדיפות און איז אויך געזעסן אין תפיסה].

עס איז געווען א טאג אדער צוויי נאך דעם דערציילונג פון פאשלובסקי [זעה פריערדיגע קאפיטל]. ר' מענדל איז גערופן געווארן צום בית המשפט. ער איז געגאנגען צופרידנערהייט, פרייליך צו זיין אינדרויסן פון תפיסה אביסל און שעפן פרישע לופט. דאס מאל האט מען עם גענומען מיט'ן שטאט-באן, אבער אינמיטן וועג האט אויסגעבראכן א שריפה אין איינער פון די וואגאנען און זיי האבן געדארפט גיין דעם איבריגן וועג צופוס. אסאך מענטשן האבן געוויסט אז מ'פירט עם צום בית המשפט און עטליכע האבן זיך אפגעשטעלט עם אנקוקן און כאפן בילדער. ווען ער איז אנגעקומען האט מען עם אריינגענומען אין א גרויסע שטוב ווי עס איז געווען דעם נייעם אנקלאגער "מאשקעוויץ" מיט נאך עפעס א פראפעסאר.

"קוק ביילוס" הייבט מאשקעוויץ אן, "מיר האבן געפונען דריי הארן אויפ'ן קלייד פון אנדרושה. אויב עס שטערט דיר נישט ווילן מיר דיר בעטן דו זאלסט אונז געבן אביסל האר פון דיר כדי מיר זאלן דאס קענען בודק זיין. ר' מענדל איז זייער דערשראקן געווארן פון דעם בקשה, וואס ער האט בכלל נישט ערווארטעט, אבער ער האט געענטפערט אז זיי זאלן נעמען וואס זיי ווילן. "ניין! דו מוזט עס אליינס געבן". ר' מענדל האט גענומען דעם שערל און זיי געגעבן אביסל האר. דערנאך האט ער חרטה געהאט, ווער ווייסט וואס פארא עלילות זיי קענען דא אויפמאכן. אפשר וועלן זיי פארבן דער האט כדי "אויפצוווייזן" אז דאס איז די זעלבע וכו'. ער האט זיך אבער בארוהיגט מיט'ן מחשבה אז זיי קענען טון וואס זיי ווילן אן זיין הילף אויך.. האבנדיג באקומען וואס זיי האבן ביזדערווייל געוואלט, האבן זיי עם צוריק געשיקט אין תפיסה.
"קוק ביילוס" הייבט מאשקעוויץ אן, "מיר האבן געפונען דריי הארן אויפ'ן קלייד פון אנדרושה. אויב עס שטערט דיר נישט ווילן מיר דיר בעטן דו זאלסט אונז געבן אביסל האר פון דיר כדי מיר זאלן דאס קענען בודק זיין. ר' מענדל איז זייער דערשראקן געווארן פון דעם בקשה, וואס ער האט בכלל נישט ערווארטעט, אבער ער האט געענטפערט אז זיי זאלן נעמען וואס זיי ווילן. "ניין! דו מוזט עס אליינס געבן". ר' מענדל האט גענומען דעם שערל און זיי געגעבן אביסל האר. דערנאך האט ער חרטה געהאט, ווער ווייסט וואס פארא עלילות זיי קענען דא אויפמאכן. אפשר וועלן זיי פארבן דער האט כדי "אויפצוואוייזן" אז דאס איז די זעלבע וכו'. ער האט זיך אבער בארוהיגט מיט'ן מחשבה אז זיי קענען טון וואס זיי ווילן אן זיין הילף אויך.. האבנדיג באקומען וואס זיי האבן ביזדערווייל געוואלט, האבן זיי עם צוריק געשיקט אין תפיסה.

נאך דריי טאג האט מען עם ווייטער גערופן, דאס מאל צום ביורא פונ'ם תפיסה. דאס מאל האבן זיי געוואלט זיינער פינגער-צייכענעס [פינגער-פרינט]. ווען ר' מענדל האט זיי געפרעגט אויב דאס איז די שטייגער ביי יעדן איינגעזעצטע, האט מען עם געענטפערט אז דאס איז נאר ביי אזעלכע וואס דער קלאגער פארלאנגט אן עונש וואס איז כולל עבודת פרך [רח"ל]. "פארוואס טוט איר דאס" פרעגט ער ווייטער. זיי האבן עם געענטפערט אז מ'האט געטראפן פינגער צייכענעס אויפ'ן קלייד פון אנדרושה און מ'דארף האבן זיינע כדי צוצוגלייכן צווישן די ביידע. נאך זיי האבן דאס פון עם גענומען איז ער צוריק געפירט געווארן צו זיין צימער.

שורה 161: שורה 153:
ר' מענדל איז שוין געווען איינגעשפארט מער ווי א יאר. פיר הונדערט טעג זענען שוין אריבער פון דעם טאג ווען קוליאבקו האט עם אוועק געריסן פון זיין ווייב און קינדער. ער האט אלס געהאפט אז "מארגן וועל איך זיין פריי".

== טז. דער גענעראל ==
== דער גענעראל ==
 
אין קורצן פון פריער: ר' מענדל איז שוין איינגעשפארט מער ווי א יאר [רח"ל]. זיין מצב איז זייער נישט קלאר ביי עם. עס זענען דא שמועות אז מ'האט מברר געווען זיכער אז דער רציחה האט מיט די פרוי טשעביריאק און נישט מיט עם. מצד אחר רופט מען עם אריין אויף נאך חקירות, און טשאפלינסקי, דער הויפט אנקלאגער פרובירט עס "מסביר" זיין אז די יודן האבן עם פארלאזט. ער ווארט שוין און האפט שוין אויף זיין באפרייאונג.
 
איין אווענט, ווען ר' מענדל זיצט אליינס מיט זיינע מחשבות, האט די טיר זיך געעפנט און פיר מענטשן זענען אריין געקומען. דער גענעראל האט גערעדט צו ר' מענדל: "זיי ריאליש [מציאות'דיג] ביילוס" בעט ער זיך כמעט.. "דו ווייסט גאנץ גוט אז דו ליידסט נישט מיט גערעכטיגקייט. אין דיין פלאץ וואלט איך מסתמא אויך געטון ווי דיך. דו ביסט אן אומגליקליכער און דו האסט געטון וואס מ'האט דיר געהייסן... אויב דו וועסט אונז זאגן דעם אמת - וועט דאס זיין זייער א קלוגע שריט פון דיין זייט... מ'וועט דיך אוועק שיקן פון לאנד און מ'וועט זארגן פאר דיר אויף דיין גאנץ לעבן.. אויב דו וועסט נאר קאאפערירן מיט אונז און דו וועסט געבן א תשובה צום שאלה וואס באנעמט די גאנצע וועלט. אויב אבער דו וועסט ווייטער שווייגן, טוסטו ווייטער פארהוילן דעם אמת.. דו קלערסט טאקע אז דו שיצט אויפ'ן יודישן פאלק מיט דעם וואס דו צושמעטערסט דיך אליינס? פארוואס דארפסטו ליידן לחינם? די החלטה אבער איז אין דיינע הענט.. אויב דו וועסט נאר עפענען דאס מויל, קענסטו זיין גליקלעך א גאנץ לעבן"..

שורה 182: שורה 171:
ר' מענדל האט גוט געוויסט אז די שלטונות זוכן עם פטור צו ווערן און וועלן נוצן יעדן מעגליכקייט אנצוקומען צו דעם. ער האט זייער זייער אכטונג געגעבן זיי נישט צו געבן קיין שום תירוץ צו גיין מיט עם בכח. ער האט געוויסט אז דא איז באשולדיגט דעם גאנצן יודישן פאלק און דער אחריות אנצוקומען צום משפט און אויפווייזן דעם שקר ליגט אויף עם. דאס איינציגע וועג ער קען ערפילן זיין אחריות איז דורכ'ן בלייבן ביים לעבן. ער האט געדארפט אלע כח וואס ער האט נאר געהאט כדי צו ליידן שטילערהייט און נישט געבן די נצחון צו די שונאים פון כלל ישראל.

== יז. האפענונג ==
== האפענונג ==
 
אין קורצן פון פריער: טראץ די שרעקליכע פייונוגען, ווערט ר' מענדל נישט צובראכן אין זיין גייסט. ער ווייסט אז זיין גורל איז דעם גורל פון גאנץ כלל ישראל. ר' מענדל ווארט שוין זייער אויף דעם משפט, אבער ביזדערווייל ווייסט מען נאך נישט ווען דאס וועט זיין.
 
דער נערוועזקייט האט עם ארויסגעצויגן אלע כוחות. ער האט זיך געטרייסט מיט'ן ידיעה אז דעם יום המשפט ווערט אלס נענטער און דאן וועט קלאר ווערן פאר די אויגן פון דאס גאנצע וועלט אז ער איז אומשולדיג. מיט דעם וואס דאס וועט אויפגעוויזן ווערן, וועט אראפגיין פון דעם יודישן פאלק די סכנה פון אלע שרעקליכע אומגליקן וואס די שונאי ישראל ווילן מיט דעם פאלטשן חשד ארויפברענגען. דער וועלט וועט וויסן אז די יודן הרג'ענן נישט קיין גוים און צאפן נישט זייער בלוט.

שורה 202: שורה 188:
ר' מענדל האט גוט געוויסט אז כאטש עס זעט אויס ווי די ריכטיגע רוצחים ווערן אנפלעגט, וועט די זאך נאך געדוירן צייט. אויב די שלטונות - וועלכע זענען געווען אזוי פארנומען "מברר" צו זיין די שילד קעגן עם - וואלט געווען אינטערסירט צו טרעפן די אמת'ע רוצחים, וואלט דאך נישט געווען קיין פשוט'ערע זאך ווי דעם. זיי דארפן נאר איינזעצן טשעביריאק און איר כנופיא. דאס וואלט געקאסט אסאך ווייניגער געלט און צייט ווי פרובירן צו "נייען" עפעס קעגן עם. דאס אמת אבער, איז נישט געווען פונקטליך וואס די "הויכע פענסטערס" האבן דא געוואלט... דאס איז אבער אלס געווען בעבר, טראכט ר' מענדל, יעצט אבער, וועט דער אמת ארויסקומען און אלע, אפילו די "שווארצע הונדערטער" וועלן פארשטיין אז ער איז אין תפיסה על לא עול בכפו און זיי מוזן עם באפרייען. ער האט שוין מצייר געווען ביי זיך דעם מאמענט ווען די שומרים וועלן אריינקומען און עם זאגן "ביילוס, דו ביסט פריי! דו ביסט ריין פון זינד! דו קענסט אהיים גיין"..

יח. נאך חקירות
== נאך חקירות ==
 
אין קורצן פון פריער: די שלטונות זענען נישט צופרידן פון די באשולדינגס-פאפירן קעגן ר' מענדל, ווייל עס ווערט דארט נישט דערמאנט אז ער האט גע'הרג'ט אנדרושה פאר 'רעליגיעזע' סיבות. מר בארסקי באזוכט ר' מענדל אין תפיסה און זאגט עם אז עס איז זייער מעגליך אז עס וועט בכלל נישט זיין קיין משפט, ווייל עס זענען דא בפירוש'ע ראיות קעגן די אמת'ע רוצחים. ר' מענדל איז זייער פרייליך און ווארט שוין אויף זיין באפרייאונג.
 
נאכ'ן באזוך פון מר בארסקי, איז ר' מענדל געווען זייער נישט במנוחה. יעדן מאל ער האט געהערט פוסטריט האט ער געמיינט אז אט אט קומט מען שוין עם זאגן אז ער קען אהיים גיין. נאך אפאר טאג האט ער שוין אנגעהויבן קלערן אז אפשר האט דער אדוואקאט עם דאס געזאגט נאר כדי עם צו בארוהיגן וכו'. אפשר איז דער מצב אזוי נישט גוט אז מ'מוז עם געבן כח כדי צו קענען ביישטיין.. ער האט אבער געוויסט אז ביז יעצט האט מר בארסקי געמאכט א רושם פון אן אפענע מענטש וואס באהאלט גארנישט פון עם. אויב דער נייעס וואלט נישט גוט געווען [ח"ו] וואלט ער דאס אוודאי געזאגט.

שורה 212: שורה 195:
נאך א צייט, איז ר' מענדל ווייטער גערופן געווארן צום הויפט-פארשער אויף חקירות. איינמאל, אינמיטן דער חקירה, פרעגט דער פארשער "זאג מיר ביילוס, איז דיין טאטע אמאל געגאנגען צו צדיקים"? ר' מענדל איז געווארן אינגאנצן צוטומלט. ער האט געמיינט אז יענער גייט עם מודיע זיין וועגן זיין באפרייאונג, און דא הייבט ער נאכאמאל אן מיט זיינע שאלות.. ער האט פארשטאנען אז עס זענען דא צוויי מעגליכקייטן, שטעלן צום משפט לויט די באשלודינגס-פאפירן, אדער באפרייען. און דא הייבט זיך ווידער אן דעם אלטן סיפור וועגן צדיקים מיט חסידים.. מ'האט דאס דאך שוין אלעס געפרעגט! [זעה פריערדיגע קאפיטלעך] וואס ווילן זיי פון עם?? אפילו פאר זיי איז דאס אביסל איבערגעטריבן...

ר' מענדל האט געענטפערט אז ער געדענקט נישט און אויב עס איז געווען אזא זאך איז עס געווען אסאך יארן צוריק. "דו ביסט א חסיד אדער א מתנגד".. פרעגט ער ווייטער. "איך בין א יוד" איז די תשובה, "און איך ווייס נישט דעם חילוק צווישן די צוויי.. מיר זענען אלע יודן"... "צו ווייסטו אויב מר זייטשעב איז אמאל געפארן צו א רבי"... "איך ווייס נישט". צו ביסטו נישט קיין קרוב מיט די משפחה פונ'ם בעל שם טוב".. "אדוני החוקר! איך האב נישט קיין מושג".. "דו דאוונסט מיט א טלית אדער אן א טלית".. "איך האב אויף דעם שאלה שוין אמאל געענטפערט, איך האב שוין מסביר געווען אז פאר די חתונה האב איך געדאוונט אן א טלית און נאכדעם מיט א טלית".. "פארוואס דארף מען האבן א טלית".. "איך ווייס נישט"..  [ר' מענדל האט ליידער נישט געהאט די זכי' צו האבן געלערנט אין א ישיבה - אזויווי אסאך יודן אין יענע שווערע צייטן - אבער ער האט זיך געהאלטן זייער שטאלץ מיט זיין יודישקייט, ווי מ'קען זען דורך די גאנצע צייט]. "יעצט זאג מיר ביילוס - וואס איז די זאך וואס איר רופט 'אפיקומן'".. ווייטער דעם זעלבן מאדנע חקירה.. די זעלבע טפשיות'דיגע שאלות וואס ער האט שוין געענטפערט פאר פענענקו פאר מער ווי א יאר צוריק.. ר' מענדל איז זיכער געווען אז דער חוקר וויל נאר פעסטשטעלן אז פענענקו האט עם ריכטיג אויסגעפרגט, אין דעם רגע וואס עס וועט נתברר ווערן אז עס איז בסדר, וועט ער עם באפרייען. סוף כל סוף האט דאך פענענקו אליינס דאך געפרעגט די אלע שאלות און דערנאך מודה געווען אז ער האט נישט קיין הוכחות.. עס איז עם נישט געווען מעגליך מסביר צו זיין דעם חוקר פונקטליך וואס דאס איז אפיקומן...
ר' מענדל האט געענטפערט אז ער געדענקט נישט און אויב עס איז געווען אזא זאך איז עס געווען אסאך יארן צוריק. "דו ביסט א חסיד אדער א מתנגד".. פרעגט ער ווייטער. "איך בין א יוד" איז די תשובה, "און איך ווייס נישט דעם חילוק צווישן די צוויי.. מיר זענען אלע יודן"... "צו ווייסטו אויב מר זייטשעב איז אמאל געפארן צו א רבי"... "איך ווייס נישט". צו ביסטו נישט קיין קרוב מיט די משפחה פונ'ם בעל שם טוב".. "אדוני החוקר! איך האב נישט קיין מושג".. "דו דאוונסט מיט א טלית אדער אן א טלית".. "איך האב אויף דעם שאלה שוין אמאל געענטפערט, איך האב שוין מסביר געווען אז פאר די חתונה האב איך געדאוונט אן א טלית און נאכדעם מיט א טלית".. "פארוואס דארף מען האבן א טלית".. "איך ווייס נישט"..  [ר' מענדל האט ליידער נישט געהאט די זכי' צו האבן געלערנט אין א ישיבה - אזויווי אסאך יודן אין יענע שווערע צייטן - אבער ער האט זיך געהאלטן זייער שטאלץ מיט זיין יודישקייט, ווי מ'קען זען דורך די גאנצע צייט]. "יעצט זאג מיר ביילוס - וואס איז די זאך וואס איר רופט '[[[[אפיקומן]]]]'".. ווייטער דעם זעלבן מאדנע חקירה.. די זעלבע טפשיות'דיגע שאלות וואס ער האט שוין געענטפערט פאר פענענקו פאר מער ווי א יאר צוריק.. ר' מענדל איז זיכער געווען אז דער חוקר וויל נאר פעסטשטעלן אז פענענקו האט עם ריכטיג אויסגעפרגט, אין דעם רגע וואס עס וועט נתברר ווערן אז עס איז בסדר, וועט ער עם באפרייען. סוף כל סוף האט דאך פענענקו אליינס דאך געפרעגט די אלע שאלות און דערנאך מודה געווען אז ער האט נישט קיין הוכחות.. עס איז עם נישט געווען מעגליך מסביר צו זיין דעם חוקר פונקטליך וואס דאס איז [[אפיקומן]]...

דער חקירה גייט ווייטער.. "האסטו אין די משפחה א רבי אדער א שוחט"? "ניין! מיר האבן קיין שום רבי נישט אין די משפחה.. אפשר איז געווען פאר פופציג אדער הונדערט יאר אבער איך ווייס נישט דערפון, בכל אופן יעצט איז נישטא"! דער חוקר איז שטיל א מינוט צוויי און זעט אויס ווי ער וויל זיך עפעס דערמאנען. עטליכע מאל האט ער געבלעטערט אין די צעטליך פאר עם און צום סוף האט ער געפרעגט נאך איין שאלה: "צו האסטו עפעס קשרים מיט [ר'] שניאור זלמן שניאורסון, דער באוויסטער רבי פון ליאדי [דאס איז הרה"ק בעל התניא זי"ע, וועמען די רוסישע באהערשונג בראשות פונ'ם צאר האבן אנגעקוקט אלס דעם מנהיג פון חסידות כידוע]. "ניין! איך האב א גוטע חבר מיט'ן נאמען שניאורסון. ער וואוינט אין קיעוו און ער קומט מיר באזוכן פון צייט צו צייט, אבער די משפחה שניאורסון פון ליאדי קען איך נישט און איך האב נישט קיין קירבה צו זיי".. צוויי שעה האט דער חוקר געמוטשעט מיט אזעלכע שאלות און בדומה להם. דערנאך האט ער אנגעהויבן פארליינען פון א בוך וואס איז געשריבן דורך א "פראפעסאר" מיט'ן נאמען "פראנאיטיס". דארט פרובירט ער "אויפצוווייזן" מיט אלע מיני "חכמות" און פארדרייטע צוטירונגען פון די פסוקים און די גמרא אז די יודן נוצן טאקע בלוט פון גוים פאר די מצות. דאס בלוט מישן זיי דווקא אין דעם אפיקומן.. דער חוקר האט אויך דערמאנט נעמען פון "מומחים" אין ענינים פון דעם יודישן רעליגיע. דאס זענען "שמאקוב" [דעם באוויסטן שונא ישראל ווי אויבן דערמאנט, און "סיקארסקי" און "גלאבוב". עס האט זיך געדאכט פאר'ן יוקר אז ער באווייזט דא גרויסע און ברייטע ידיעות, אבער יעדע שאלה האט פשוט ארויסגעצויגן דאס בלוט פון ר' מענדל. ער האט געוויסט אז ליידער האט יענע א שליטה אויף עם און ער קען עם ביזדערווייל גארנישט טון און ער מוז ענטפערן די שאלות. די שאלות וואלטן עם נישט אזוי וויי געטון ווען נישט ער באמערקט וויאזוי יענע איז מתייחס צו זיינע תשובות. ר' מענדל האט גוט געזען פון זיינע שמייכלען און פון זיינע הערות אז די גאנצע חקירה איז איבריג. די זאך איז געווען ביי עם ברור כשמש. ער איז זיכער אז די יודן דארפן בלוט פאר פסק און אז מ'לייגט דאס אריין אינ'ם אפיקומן. ער האט געגלייבט בלי צל של ספק אז מ'קען דאס אויפווייזן דורך די פראפעסארן ווי פראנאיטיס, שמאקוב און סיקארסקי.
דער חקירה גייט ווייטער.. "האסטו אין די משפחה א רבי אדער א שוחט"? "ניין! מיר האבן קיין שום רבי נישט אין די משפחה.. אפשר איז געווען פאר פופציג אדער הונדערט יאר אבער איך ווייס נישט דערפון, בכל אופן יעצט איז נישטא"! דער חוקר איז שטיל א מינוט צוויי און זעט אויס ווי ער וויל זיך עפעס דערמאנען. עטליכע מאל האט ער געבלעטערט אין די צעטליך פאר עם און צום סוף האט ער געפרעגט נאך איין שאלה: "צו האסטו עפעס קשרים מיט [ר'] שניאור זלמן שניאורסון, דער באוויסטער רבי פון ליאדי [דאס איז הרה"ק בעל התניא זי"ע, וועמען די רוסישע באהערשונג בראשות פונ'ם צאר האבן אנגעקוקט אלס דעם מנהיג פון חסידות כידוע]. "ניין! איך האב א גוטע חבר מיט'ן נאמען שניאורסון. ער וואוינט אין קיעוו און ער קומט מיר באזוכן פון צייט צו צייט, אבער די משפחה שניאורסון פון ליאדי קען איך נישט און איך האב נישט קיין קירבה צו זיי".. צוויי שעה האט דער חוקר געמוטשעט מיט אזעלכע שאלות און בדומה להם. דערנאך האט ער אנגעהויבן פארליינען פון א בוך וואס איז געשריבן דורך א "פראפעסאר" מיט'ן נאמען "פראנאיטיס". דארט פרובירט ער "אויפצוואוייזן" מיט אלע מיני "חכמות" און פארדרייטע צוטירונגען פון די פסוקים און די גמרא אז די יודן נוצן טאקע בלוט פון גוים פאר די מצות. דאס בלוט מישן זיי דווקא אין דעם [[אפיקומן]].. דער חוקר האט אויך דערמאנט נעמען פון "מומחים" אין ענינים פון דעם יודישן רעליגיע. דאס זענען "שמאקוב" [דעם באוויסטן שונא ישראל ווי אויבן דערמאנט, און "סיקארסקי" און "גלאבוב". עס האט זיך געדאכט פאר'ן יוקר אז ער באווייזט דא גרויסע און ברייטע ידיעות, אבער יעדע שאלה האט פשוט ארויסגעצויגן דאס בלוט פון ר' מענדל. ער האט געוויסט אז ליידער האט יענע א שליטה אויף עם און ער קען עם ביזדערווייל גארנישט טון און ער מוז ענטפערן די שאלות. די שאלות וואלטן עם נישט אזוי וויי געטון ווען נישט ער באמערקט וויאזוי יענע איז מתייחס צו זיינע תשובות. ר' מענדל האט גוט געזען פון זיינע שמייכלען און פון זיינע הערות אז די גאנצע חקירה איז איבריג. די זאך איז געווען ביי עם ברור כשמש. ער איז זיכער אז די יודן דארפן בלוט פאר פסק און אז מ'לייגט דאס אריין אינ'ם [[אפיקומן]]. ער האט געגלייבט בלי צל של ספק אז מ'קען דאס אויפווייזן דורך די פראפעסארן ווי פראנאיטיס, שמאקוב און סיקארסקי.

ווען דער חקירה האט זיך געענדיגט האט ר' מענדל פארשטאנען אז דאס באשולדיגונג און ער וועט דארפן שטיין למשפט. ער האט אבער נישט געקענט פארשטיין פארוואס מ'דארף נאכאמאל אויספרעגן די זעלבע שאלות וואס זענען שוין פארשריבן אין די באשולדינגס-פאפירן. דאס וועט שוין באלד אויך קלאר ווערן..

שורה 220: שורה 203:
די זומער איז אריבער.. אויך די הערבסט ברענגט נישט קיין שינוי און די ווינטער קומט שוין נאנט. במשך די אלע חדשים איז קיינער נישט געקומען באזוכן ר' מענדל און ער האט קיין מושג נישט געהאט וואס גייט פאר אינדרויסן פון די ווענט פונ'ם תפיסה. די אלע האפענונג זיינע פון א שנעלע באפרייאונג אדער כאטש א משפט זענען צושמעטערט געווארן ווען עס איז נתברר געווארן אז דא הייבט זיך אן א גאנץ פרישע חקירה. עס איז קלאר אז עס איז דא געווארן א ענדערונג אין די מהלך הענינים אבער ר' מענדל אליינס איז אין די פינסטערניש. ערשט שפעטער איז נתברר געווארן דעם פונקטליכע אמת אין דעם פרשה.

== יט. פארגיפטונג! ==
== פארגיפטונג! ==
 
אין קורצן פון פריער: ר' מענדל ווארט לכאורה אויף זיין באפרייאונג. עס געשענט למעשה נישט און מ'רופט עם אריין אויף ווייטערע חקירות. ער פארשטייט אז עפעס האט זיך דא אומגעקערט, אבער ער איז אינגאנצן אין די פינסטערניש, ער ווייסט נישט מה יולד יום.
 
פון זיין צימערל אין תפיסה האט ר' מענדל נישט געקענט וויסן וואס גייט פאר ביי די "הויכע פענסטערס" אין קיעוו. וואס מר בארסקי האט עם דערציילט איז געווען דעם אמת לפי המצב פון דעמאלס. נאך די "גילוים" פון בראזול בראשובסקי וועגן די אמת'ע רוצחים פון אנדרושה, האט ער דאס איבערגעגעבן פאר איוואנוב, דער הויפט פון די אוכראנא אין קיעוו. איוואנוב האט דאן אנגעפירט א פונקטליכע חקירה בסוד סודות, און ווען ער האט קלאר מברר געווען דעם אמת האט ער דאס געשיקט צום הויך-געריכט אין קיעוו. לכתחילה זענען זיי בכלל נישט געווען אינטערסירט אין די גאנצע מעשה, כאטש דאס איז געקומען פון אן אפיציעלע מקור פון די שלטונות. ווען די אדוואקאטן פון ר' מענדל אבער, זענען דערפון געוואר געווארן, האבן זיי פארלאנגט אז מ'זאל נאכאמאל אנפאנגן דעם משפט מיט די נייע הוכחות.

שורה 238: שורה 218:
איין טאג איז מר בארסקי געקומען אויף א באזוך. נאך זיי האבן אביסל געשמועסט, האט ער געזאגט אז ער האט א בקשה פאר ר' מענדל. ר' מענדל האט זיך געווינדערט וואס פארא בקשה ער קען האבן פון עם און ער האט געפרעגט "וואס קענט איר שוין בעטן פון מיר"! "איך וויל בעטן איר זאלט טון עפעס.. עפעס שווער.. אבער איר מוזט דאס טון"... "וואס? וואס איז דאס"? "דו זאלסט אויפהערן אננעמען די פעקלעך עסן פון דיין שטוב"!! ענטפערט ר' מענדל "אויב איר זאגט אזוי, וועל איך טון וואס איר הייסט מיר, איך פארשטיי אז איר ווייסט וואס איר טוט. אבער קענט איר מיר לפחות מסביר זיין פארוואס"? "יא"! ענטפערט מר בארסקי. "איך בעט אייך דאס צו טון ווייל די שווארצע הונדערטער האבן מפרסם געווען אז לעצטנס פרובירן די יודן אייך צו פארגיפטיגן! זיי טענה'ן אז די יודן האבן מורא אז דו וועסט 'מודה' זיין אין דיין 'שילד'.. פון דעם פארשטייען מיר אז די חברה ווילן זייער אייך שטיל מאכן.. און וועלן פרובירן צו פארגיפטיגן אייער עסן וואס איר באקומט פון שטוב כדי אז דער משפט זאל בטל ווערן אן דעם וואס זיי זאלן ליידן א שאנד קעגן די גאנצע וועלט ווען עס וועט נתגלה ווערן דעם אמת. זיי טראכטן אז אויב דו וועסט יעצט שטארבן [ח"ו] וועלן מענטשן ווייטער גלייבן אז דו ביסט געווען שולדיג. דערפאר האבן מיר מחליט געווען אז די איינציגע וועג איז אז דו זאלסט גענצליך אויפהערן באקומען עסן פון שטוב. אזוי וועלן זיי סיי נישט קענען זאגן אז די יודן האבן דיר פארגיפטעט און סיי זיי אליינס וועלן דיר נישט קענען פארגיפטיגן. מיר ווייסן אז דאס וועט זיין זייער שווער פאר אייך, אבער עס זעט אויס אז דאס איז די איינציגע וועג צוריקצוהאלטן די פלענער פון אט די מבקשי נפשך".

== כ. נייע פאפירן ==
== נייע פאפירן ==
 
אין קורצן פון פריער: די שונאי ישראל געבן נישט אויף.. דער פרשה ווערט נאכאמאל געעפנט נאך די נייע ראיות, אבער דאס מאל זענען די שלטונות מחליט אז מ'וועט צוזאמשטעלן א 'ריכטיגע' באשולדיגונג ויהי מה. אלע וועלכע פרובירן מגלה זיין דעם אמת רודף'ט מען מיט אכזריות. דער אדוואקאט זאגט פאר ר' מענדל ער זאל נישט אננעמען עסן פון שטוב אלס חשש אז די גוים וועלן דאס פארגיפטיגן.
 
ר' מענדל האט מסכים געווען צום בקשה, אבער ער האט געוויסט אז די "שווארצע הונדערטער" קענען פארלאנגען פון איינער פון די שומרים פון תפיסה זאלן פארגיפטיגן דעם עסן פון תפיסה אויך. האט ער אריינגעגעבן א בקשה אז ער וויל אליינס נעמען דעם עסן פון די תפיסה פון דעם כללות'דיגע עסן. זיין חשבון איז געווען אז זיי וועלן אוודאי נישט פאר'סמ'ען דאס גאנצע עסן פון יעדן איינעם נאר כדי פטור צו ווערן פון עם...

שורה 256: שורה 233:
אין אנפאנג זעט עס אויס זייער פשוט.. ווען זיי האבן בודק געווען דעם גוף פונ'ם קינד האבן זיי געטראפן אז מ'האט דאס קינד געשטאכן אסאך מאל. מ'האט געקענט זען אז די רוצחים האבן געפייניגט דעם קינד פאר'ן הרג'נען. יעצט מוז מען מברר זיין דעם סיבה אויפ'ן רציחה און אזוי קען מען אנטרעפן דעם רוצח. דא הייבט זיך אן א גאנצע רייע פון סיפורים מטורפים.. וואס נאכ'ן ליינען האט ר' מענדל שוין גוט פארשטאנען דעם יסוד אויף וואס די גאנצע שקר איז געבויט. די השתשלשות הענינים איז דארט געשטאנען מיט גרויס אריכות און דקדוק.

== כא. די פאפירן ==
== די פאפירן ==
 
אין קורצן פון פריער: מ'רופט ר' מענדל אריין צום ביורא און מ'געבט עם די נייע באשולדינגס-פאפירן. דאס איז א פעקל פון בערך דרייסיג עמודים ווי עס ווערט אראפגעלייגט די גאנצע השתלשתלות הענינים. וועגן די שוואכע מצב פון זיינע אויגן קען ער נאר ליינען אביסל אויף אמאל.
 
ער הייבט אן ליינען די השתלשלות הענינים לויט ווי די פאפירן באשרייבן זיי. "אינ'ם טאג כ' אדר תרע"א, האט אנדרושה פארלאזט זיין שטוב און איז געגאנגען אין שולע. שפעטער איז נתברר געווארן אז אר איז דארט נישט אנגעקומען. ער איז אויך נישט צוריקגעקומען צום שטוב. אין אנפאנג האט זיין מאמע געמיינט אז ער איז געגאנגען שלאפן ביי א קרוב, אבער צופרי איז פעסטגעשטעלט געווארן אז די קרובים האבן עם בכלל נישט געזען און מ'האט עם דאן אנגעהויבן זוכן. אין אנפאנג" שטייט דארט ווייטער, "זענען געווען שמועות אז דער מאמע איז אינגאנצן נישט געווען באזארגט און נאך מער ווי דעם, אפילו נאך זיין קערפער איז געפונען געווארן האט זי גארנישט געוויינט וכו'. דערפאר איז זי איינגעזעצט געווארן און די פאליציי האט דורכגעזוכט איר שטוב. נאך אפאר טאג איז די פאליציי געקומען צום מסקנא אז נישט נאר אז די שמועות האבן נישט געהאט קיין שום יסוד, נאר זיי זענען געווען המצאות פון אזעלכע וואס האבן איר פיינט געהאט.

שורה 275: שורה 249:

יעצט גייט עס ווייטער.. יעצט דארף מען אויפווייזן אז די רציחה איז געטון געווארן פאר 'רעליגיעזע' סיבות. כדי מ'זאל קענען גלייבן דעם טענה, האבן די פאפירן געברענגט די דעת פון 'מומחים' פון די נוצרים, וועלכע זענען געווען גרייט 'פעסטצושטעלן' מיט א זיכערקייט און א קלארקייט אז די יודן באנוצן זיך מיט בלוט כדי צו באקן די מצות.. מער האט ער שוין נישט געקענט ליינען און ערשט צופרי האט ער ממשיך געווען.

== כב. די פאפירן [ב] ==
אין קורצן פון פריער: ר' מענדל ליינט די נייע באשולדינגס-פאפירן, ווי ער זעט אז די אלע וועלכע מ'האט קודם חושד געווען אינ'ם רציחה האט מען באפרייט אלס "ערליכע מענטשן". דער וואס איז יא נחשד, איז מענדל ביילוס, וועלכע האט עס 'געטון' אלס זיין רעליגיעזע פליכטן. מ'האט געמוזט פרעגן די "מומחים" צו דער רציחה איז געטון געווארן פאר רעליגעזע סיבות. ער ליינט ווייטער..

ובכן! וואס איז געווען די מיינונג פון אט די 'מומחים'? די פאפירן האבן דאס גאנץ קלאר ארויסגעשריבן. יוסטשינסקי איז גע'הרג'ט געווארן אויף גאר אן אומגעווענדליכע אופן, און מ'האט באלד חושש געווען אז דאס איז געווען צוטון מיט רעליגיע. זיי האבן זיך געקערט צום פראפעסאר סיקארסקי פון קיעוו ווי אויך צו צוויי פראפעסארן אין פעטראגראד, טראצקי און גלאגאיעוו. לבסוף האבן זיי אויך געבעטן די מיינונג פון דעם פראפעסאר 'מומחה' פראנאיטיס [זעה באלד]. די שאלה וואס מ'האט געפרעגט סיקארסקי, האט מען מסתמא נאך קיין נברא נישט געפרעגט.. ער איז געפרעגט געווארן אויב עס איז מעגליך צו באשטימען דעם גלויבונג פון א רוצח לויט די ראיות.. און אויב ער קען זאגן די סיבות וועלכע האבן צוגעברענגט צום רציחה.

שורה 284: שורה 254:
כאטש דאס איז זייער א מאנדע שאלה, האט דער 'פראפעסאר' זיך נישט 'פארלוירן' און האט געענטפערט אז עס איז קלאר אז די רציחה איז געטון געווארן דורך א יוד כדי 'נקמה צו נעמען פון די גוים'... ער האט צוגעלייגט אז דאס האט געמוזט זיין דורך איינער וואס איז אינגאנצן ביים דעת. ער האט צוגעלייגט נאך פארשידענע 'הסברים'.  [טראץ דעם וואס דער חוות דעת איז געווען א שטיק ליצנות, האבן עס די שלטונות אנגענומען אלס אן אמת'ע זאך]. די צוויי פראפעסארן פון פעטראגראד זענען געווען גאנץ אן אנדערע מעשה.. גלאגאיעוו האט געזאגט אז עס איז נישטא קיין שום חוק ביי יודן אז מ'מעג זיך באנוצן מיט בלוט לשום סיבה שהוא, און אוודאי נישט פאר רעליגיעזע ענינים. וויבאלד ער קען זיך אויס אין די פסוקים, ווייסט ער בבירור אז די תורה לאזט נישט נוצן בלוט און ער ווייסט נישט אז די איסור איז בטל געווארן עד היום הזה.. טראיעצקי האט געענטפערט מיט ענדליכע ווערטער. לגבי קבלה, האט טראיעצקי געזאגט אז אין דעם האט ער נישט קיין ידיעה און ער קען גארנישט זאגן בנוגע לה. דא האבן די שלטונות געטראפן וואס זיי זוכן.. עס איז דאך דא א גרויסע 'פראבלעם'.. די צוויי זענען געווען באוויסטע מומחים איבער גאנץ רוסלאנד. זיי האבן געהייסן פון די גרעסטע באקאנטע אין עניני יודן, און זיי זאגן אז די יודן נוצן בכלל נישט קיין בלוט.. וואס טוט מען דא? האבן זיי געזוכט די תשובה אין 'קבלה'.. זיי האבן איבערגעקערט הימל מיט ערד צו זוכן א 'מומחה' אין קבלה... זיי האבן געפונען פראנאיטיס, איינער פון וועם קיינער האט נאכנישט געהערט ביז יעצט, און ער האט געזאגט אז ער איז א גרויסע מומחה און גמרא און אויך אין 'קבלה'.. לויט זיין 'מומחיות' האט ער באשטימט אזוי: אלע יודישע רבנים, ווי אויך אלע יודן בכלל, זענען אייניג איז זייער שנאה קעגן די נוצרים. דערפאר קען ער באשטימען אז די איסור פון הרג'נען וואס שטייט אין די תורה איז נאר געזאגט געווארן פאר יודן... די נוצרים גייען נישט אריין בגדר 'אדם', לפי שיטתו..  [זעה שפעטעריגע פרקים]. ער האט אפילו א 'ראי'ה' אז די גמרא שטעלט צו בלוט צו מילך און וואסער... [י"ד שח"ט ד"ם]... נאך ער האט 'געענדיגט' מיט די גמרא, גייט דער 'מומחה' ווייטער צו קבלה.. ער איז 'מסביר' פונקטליך וויאזוי מ'דארף אויספירן א רציחה לויט'ן 'געזעץ' פון די יודן וכו' וכו'.. פראנאיטיס איז ממשיך מיט די 'דעות' פון אנדערע 'מומחים' ווי עם.. בפרט דערמאנט ער וואס איינער האט אמאל מעיד געווען ביי אן צווייטן משפט אין דעם ענין. דער איינער איז געווען א יוד וואס האט זיך גע'שמד'ט רח"ל. לויט פראנאיטיס איז ער אמאל געווען א 'רב' און יעצט איז ער א גלח.. לויט דעם משומד מעגן יודן עסן געקאכטע בלוט.. ער זאגט אויך אז דאס העלפט פאר קראנקהייטן פון די אויגן.. אפילו לויט פראנאיטיס, האט דער 'גלח' נישט אליין געזען ווי יודן עסן בלוט, ער האט דאס נאר געהערט פון זיין טאטע וועלכע האט עס עם 'מגלה' געווען בסוד סודות, און ער האט עם באשוואוירן אז ער וועט דאס קיינמאל נישט ווייטער זאגן, און ווילאנג ער איז געווען א יוד האט ער דאס איינגעהאלטן.. כנראה, אז ווען ער איז געווארן א גוי האט ער מחליט געווען 'מיטצוטיילן' דעם וויכטיגע 'ידיעה' מיט די גאנצע וועלט...

== כג. דער משפט דערנענטערט זיך ==
== דער משפט דערנענטערט זיך ==
 
אין קורצן פון פריער: ר' מענדל ליינט ווייטער די נייע פאפירן, ווי ער זעט פונקטליך וויאזוי די שלטונות זענען צוגעקומען צום 'מסקנא' אז אין דעם רציחה איז שולדיג א יוד וועלכע האט עס געטון וועגן רעליגיעזע סיבות. ער ענדיגט צו דאס ליינען..
 
כאילו עס איז נאכנישט גענוג מיט די אלע נארישקייטן, זענען די פאפירן ממשיך דן צו זיין וועגן געוויסע 'עדיות' וועלכע זענען כאילו מעיד אז ר' מענדל איז אריינגעמישט אינ'ם רציחה. איינער פון זיי איז די זון פון טשעביריאק, וועלכע האט 'געזען' 'אינטערסאנטע יודן' 'צדיקים' אינ'ם הויז פון ר' מענדל. וויבאלד דער זון איז אינצווישן שוין אריבער אויף א צווייטן וועלט... איז נישט געווען מעגליך מברר צו זיין דעם אמיתיות פון דעם 'עדות'.. בכל אופן האט זיין שוועסטער אויך צוגעשטימט אז עס איז אזוי געווען. לויט די פאפירן האבן ביידע געזאגט אז זיי זענען געגאנגען צום הויז פון ר' מענדל צו קויפן מילך, און זיי האבן געקוקט דורכ'ן פענסטער. זיי האבן דארט געזען צוויי יודן וועלכע האבן געהאט היטן מיט שווארצע מאנטלען.. זיי האבן צוגעלייגט אז זיי האבן זיך דערשראקן און זענען אנטלאפן. נאך מער ווי דעם האט דאס קינד פארציילט, אז אינ'ם טאג וואס אנדרושה איז נעלם געווארן, האט זי געשפילט מיט עטליכע קינדער אינ'ם חצר פון דעם ציגל פאבריק, און ביילוס איז אנגעקומען און האט זיי פארטריבן. אלע קינדער זענען אנטלאפן אבער זי איז געבליבן זען וואס דא גייט זיין, און דאן האט זי געזען ווי ביילוס, צוזאמען מיט נאך צוויי מענטשן, כאפן אן אנדרושה און שלעפן עם אריין אינ'ם הויז.. צווישן אנדערע סיפורים איז אויך דערמאנט געווארן דעם מעשה פון בריוו וואס ר' מענדל האט ארויסגעשיקט פון תפיסה צו זיין משפחה [ווי אויבן דערמאנט]. ווי עס שטעלט זיך אויס, האט דער שפיאן קוזאטשענקו [וועלכע איז געווען מיט ר' מענדל אין תפיסה און האט געטראגן דעם בריוו צו זיין משפחה] געהאט א שיינע דמיון.. ער האט מעיד געווען אז ר' מענדל האט נישט נאר געשריבן א בריוו, נאר ער האט עם אויך דערציילט אסאך סודות. לויט זיינע רייד האט ר' מענדל עם מציע געווען א גרויסן סכום געלט אויב ער וועט אויספירן א שליחות. דער שליחות איז געווען צו פאר'סמ'ען צוויי פון די עדים.. דער פלאן איז געווען אז געוויסע יודן וועלן עם געבן דעם סם צוזאמען מיט 50 רובל.. ר' מענדל האט עם דערויף צוגעזאגט אז דאס יודישע פאלט וועט עם באצאלן בעין יפה און וועלן עם מפרנס זיין עד סוף ימיו... למסקנא בלייבט אז ר' מענדל האט געפלאנט בכוונה תחלה, צוזאמען מיט אנדערע וועלכע מ'האט ביזדערווייל נישט געטראפן.. צו הרג'נען אנדרושה כדי צו נוצן זיין בלוט פאר זייער רעליגיע..

שורה 300: שורה 267:
צוויי-און-א-האלב יאר זענען שוין אריבער פון דעם שרעקליכן טאג וואס קולייבקו, דער הויפט פונ'ן אוכראנא אין קיעוו, האט עם צוגענומען פון זיין משפחה.  [אינצווישן האט קולייבקו פארלוירן זיין אמט און זיין גדולה, ווען דער צאר איז געווען אין קיעוו און עס איז געלונגען פאר די מורדים אריינצוקומען אינ'ם זאל ווי ער איז געווען און פרובירן צו הרג'נען דעם ראש ממשלה - זעה קאפיטל י"ג.  דאס האט אבער נישט בעסער געמאכט די מצב פון ר' מענדל]. יעצט קומט שוין נאנט די טאג פונ'ם משפט. דעם טאג וואס נישט נאר ר' מענדל מיט זיין משפחה ווארטן דערויף נאר גאנץ כלל ישראל שטייט מיט א קורצן אטעם צו זען וואס וועט דא זיין.. נישט נאר כלל ישראל נאר די גאנצע וועלט. ר' מענדל האט געוויסט אז די בעסטע אדוואקאטן אין רוסלאנד וועלן שוצן אויף עם, ער האט אויך געוויסט אז אסאך פון די רוסישע פאלט שטייט צו זיין זייט [אסאך פון די באוויסטע נעמען אין רוסלאנד האבן אפן מוחה געווען קעגן די פארקרומטע חשדות קעגן ר' מענדל.  זיי האבן דערמיט פרובירט צו ראטעווען די כבוד פון רוסלאנד קעגן די אויגן פון די וועלט], אבער וויפיל דאס וועט העלפן קעגן די שלוחים פון די ממשלה.. דאס קען מען נישט וויסן..

{{:מנחם מענדל בייליס/כד}}
== דער וועג צום משפט ==
איין טאג האט ר' מענדל באקומען די אפיציעלע הזמנה צום משפט, וועלכע וועט פארקומען אין צוויי חדשים ארום, אום חודש [[תשרי]] תרע"ג.  די הזמנה איז אנגעקומען צוויי חדשים פאר דעם זמן.  די מצב רוח פון ר' מענדל איז אסאך בעסער געווארן.  סוף כל סוף קומט עס שוין, עס וועט בעז"ה אלץ נתגלה ווערן און זיין מצב וועט זיך טוישן מן הקצה אל הקצה.  ער האט פרובירט מתאר זיין ביי זיך וויאזוי דאס וועט זיין, וויאזוי וועט מען אויסליינען די באשולדיגונג, וועלכע שאלות מ'וועט עם פרעגן און וואס ער וועט ענטפערן.  אלע זיינע מחשבות זענען געווען פארנומען מיט'ן משפט, ער האט פון גארנישט אנדערש נישט געקענט טראכטן.  צוויי וואכן פאר'ן צייט האט ר' מענדל איינגעגעבן א בקשה ער זאל קענען גיין אנגעטון מיט זיינע אייגענע בגדים ביים משפט, ער האט זיך זייער געשעמט צו קומען פאר אזויפיל מענטשן מיט די תפיסה קליידער.  ער האט נישט באקומען קיין תשובה אויף דעם בקשה.  א טאג פאר'ן משפט איז זיין ווייב עם געקומען באזוכן.  די טרערן זענען געקומען אן אויפהער.  ביידע האבן געהאפט אז בקרוב וועלן שוין אלע צרות זיין אינ'ם פארגאנגנהייט און ר' מענדל וועט שוין קענען צוריק אהיים גיין.  פאר זי איז אוועק געגאנגען האט זי עם מבשר געווען אז מ'וועט עם לאזן האבן די אייגענע בגדים, און אז מ'וועט זיי געבן צו עם אויפ'ן טאג פון די משפט.  צומארגנס הערט ער די באקאנטע קולות, ווי מ'עפנט אויף די דרייצן שלעסער פון זיין צימערל..  יעדעס מאל האט דאס עם אנגעפילט מיט פחד און שרעק, דאסמאל איז אבער אנדערש, ער האט געפילט אז די קלאפערייען ברענגען אים בשורות טובות..

{{:מנחם מענדל בייליס/כה}}
"אט זענען דיינע בגדים" זאגט דער שומר, "דיין משפט הייבט זיך אן היינט"..  ר' מענדל שפירט זיך זייער רוהיג, קודם שפירט ער זיך שוין נישט ווי אן איינגעשפארטער.. ער האט אבער מורא צו טראכטן אז אפשר וועט ער דאס נאכאמאל דארפן אנטון..  קודם איז ער צופרידן אויף יעצט..  יענעם טאג האבן די שומרים זיך מתייחס געווען צו ר' מענדל מיט פריינדשאפט און מיט כבוד..  אלע פריערדיגע רשעות איז ווי א וואלקן נעלם געווארן..  עס איז שווער געווען פאר עם צו פארשטיין די פלוצלינגדיגע ידידות נאך אלע צער און ליידן וואס זיי האבן עם גורם געווען במשך די צייט וואס ער איז געווען איינגעשפארט. 

== כו. באשווערן די עדים ==
ווען ער איז געווען גרייט האט מען אים איבערגעגעבן צו די שומרים וועלכע דארפן עם באגלייטן צום בית המשפט.  ווען ער איז ארויס אינ'ם חצר, האט ער קוים געקענט גלייבן וואס זיינע אויגן זעהן..  געווענליך, ווען ער איז ארויסגעפירט געווארן צום חצר, איז עס געווען ליידיג, היינט איז עס געווען פיל מפה און פה כאילו דא גייט פארקומען א גרויסע מיליטערישע מארש..  עס זענען געווען עטליכע גרופעס פון געווענדליכע מיליטער מענטשן ווי אויך די גאנצע שטאב פון דער תפיסה.  עטליכע האבן געשמייכלט אבער רוב זענען געשטאנען ערנסטערהייט.  אויסער דעם זענען געשטאנען אינ'ם חצר אפאר הונדערט [[קאזאק]]ן [העכערע סאלדאטן] מיט שיינעדיגע שווערדן, וועלכע זענען געווען אפצוהיטן ר' מענדל פון א "שלעכט אויג"...  מ'האט עם געזעצט אין א שווארצע וואגן ארומגענומען מיט א גאנצער שורה פון וועכטערס און באגלייט מיט א ספעציעלע גרופע מיליטערישע רייטער.  דאס אלץ איז מיטגעגאנגען ביז צום בנין פונ'ם הויך-געריכט, א וועג פון זעקס קילאמעטער!

אין קורצן פון פריער: ר' מענדל זיצט אינ'ם ריזיגן זאל פונ'ם בית המשפט, אין דעם ארט וועלכע איז באשטימט פאר'ן באשולדיגטער. דער ביהמ"ש איז פיל מפה אל פה מיט מענטשן פון איבער די וועלט וועלכע זענען געקומען מיטהאלטן דעם משפט. ער באטראכט די צוועלף באשוואוירענע וועלכע וועלן מחליט זיין דעם משפט, און זיין הארץ צוגייט! זיי זענען פשוט'ע מוזשיקן, וולעלכע וועלן זיכער נישט קענען מיטהאלטן אזא קאמפליצירטע משפט. ווער ווייסט אויב זיי זענען שוין נישט יעצט אנגעקלעבט מיט שנאת ישראל, און גלייבן די אלע שרעקליכע חשדות. ער לייגט זיין בטחון אינ'ם בורא עולם.
פון די פענסטערס פונ'ם וואגן האט ער געקענט זען אז די געסער זענען פון מיט מענטשן.  די רעגן און ווינט האבן זיי נישט געשטערט.  על פי רוב זענען דאס געווען געווענדליכע לייט וועלכע האבן געוועלט זען וואס טוט זיך. אויך פון די "שווארצע הונדערטער" זענען דארט געווען לרוב. ווען ער איז ווייטער געגאנגען, האט ער דערקענט צווישן דעם עולם עטליכע יודן, עטליכע פון זיי האבן געטריקנט זייער אויגן מיט טאשנטוכער.  אויך ר' מענדל האט תורם געווען זיין חלק אינ'ם געוויין..  נאכ'ן אדורך גיין אלע שורות פון מענטשן, זענען זיי ענדליך אנגעקומען צום בית המשפט, וועלכע איז אויך געווען ארומגענומען מיט טויזנטער מענטשן.  די טויערן פון די חצר האבן זיך געעפנט און די וואגן איז אריין.

"איך וועל דיר באצאלן אויפ'ן וועג צוריק" האט ר' מענדל געזאגט מיט א שמייכל.  דער הויפט פון פאליציי האט זיך נישט געקענט איינהאלטן פון לאכן..  ווען זיי זענען אריין אינ'ם בנין האט מען באלד געפירט ר' מענדל צו א ספעציעלע צימער, ווי די איינגעשפארטע דארפן זיין דורכ'ן מהלך פונ'ם משפט.  אן קיין געדולד האט ער געווארט מ'זאל עם אריינפירן אינ'ם געריכט-זאל.  ער ווארט שוין אזוי לאנג אויף דעם טאג, און יעצט ווען עס איז שוין דא האט ער קוים געקענט גלייבן אז ער חלומ'ט נישט..  די יארן מיט חדשים לויפן עם אריבער פאר די אויגן.. קולייבקו רייסט עם אוועק פון זיין משפחה, דער אוכראנא, די חוקרים, די 'צדיקים', דער '[[[[אפיקומן]]]]', דער תפיסה, הונגער, נעכט אן שלאפן, שומרים, פענענקו, מאשקעוויץ, אלע אלע פיינונגען אן קיין סוף.  רבונו של עולם! ווען גייט זיך שוין אלעס ענדיגן!!
די טיר עפנט זיך און א עלעגאנטער מענטש קומט אריין און באגריסט אים.  ווי איינער וואס וועקט זיך אויף פון א בייזן חלום, קוקט ר' מענדל אן דער מענטש וואס באגריסט עם אזוי פריינדליך מיט א שמייכל אויפ'ן פנים.  "א גוט מארגן מר בייליס", הייבט ער אן, "שרעקט אייך נישט, מיין נאמען איז קאראבטשעווסקי און איך בין אייער [[אדוואקאט]]".  ר' מענדל האט שוין געוויסט אז ער גייט זיין איינער פון די אדוואקאטן [זעה פריערדיגע קאפיטל], אבער ביז יעצט האט ער פערזענליך געזען נאר די פיר אדוואקאטן, בארסקי, גרוזענבערג, זארודני און מארגאלין, ער האט נאכנישט געהאט געטראפן די אנדערע צוויי, קאראבטשעווסקי און מאקלאקוב.  זיין פלוצלינגע ערשיינונג האט געמאכט א שטארקן רושם אויף ר' מענדל.  דאס איז געווען ווי א שטראל פון ליכט קומט אריין אינם צימער.  זיין פריינדליכע באגריס און שמייכל האבן נישט נאר אוועק געשטיפט די טרויעריגע מחשבות פון עם נאר זיי האבן עם אויך געגעבן דער הרגשה אז אט אט וועט ער באפרייט ווערן.  דער באוויסטע אדוואקאט האט זיך דערנענטערט און ממשיך געווען: "זיי גוט געלאהנט מר ביילוס, און האלט זיך שטארק.  איך וואלט זייער געוואלט קומען נענטער, אבער עס איז ארויס א ספעציעלע תקנה פאר דיין פאל, א יוצא מן הכלל, אז קיינער טאר נישט אריין גיין אין אייער ד' אמות! אפילו נישט דיינע אדוואקאטן.. אויב וועל איך דאס נישט איינהאלטן, וועל איך באקומען א גרויסן פסק.  זאגט מיר אויב אזוי, וויאזוי פילט איר זיך, וואס מאכט איר"?  זיינע ווארעמע רייד האבן אזוי משפיע געווען אויף ר' מענדל אז ער האט כמעט פארגעסן אז ער איז איינגעשפארט.. ער האט געפילט אז ער איז פריי און ארומגענומען מיט ידידים.  ער האט אבער נאר געדארפט א קוק טון אויף די וואס היטן עם אפ בשבעה עינים דאס גאנצע צייט צו געדענקען אז ער איז נאך אונטער זייערע הענט.  ער איז געווען הונגעריג און ער האט געבעטן קאראבטשעווסקי אויב עס איז שייך עפעס צו שאפן פאר אים צו עסן.  אויב ער וועט ווארטן אויף דעם עסן פון דער תפיסה קען ער אויסגיין פאר הונגער.  פונקט דאן איז אריין אין צימער דער גענעראל וועלכע איז געווען ממונה אויף דער שמירה אויף ר' מענדל, און דער אדוואקאט האט אים איבערגעגעבן די בקשה.
== דער משפט הייבט זיך אן ==
"דער משפט גייט זיך באלד אנפאנגען און עס וועט זיין לאנג און מיין קליענט וועט ווערן זייער אפגעשוואכט, ער מוז האבן אלע כח וואס איז נאר מעגליך.  דאס איז אן ערנסטע זאך"..  אזוי ווענדעט זיך קאראבטשעווסקי צום ממונה, נאך יענער זאגט אז ער קען נישט ערפילן זיין בקשה.  "אויב וועט איר נישט אויספירן וואס מיר האבן געבעטן, וועל איך מוזן מוחה זיין אויף דעם ברבים בשעת'ן משפט.  מיר קענען נישט צולאזן אז א מענשט ווי בייליס זאל זיין א קרבן צו אזא מין אויפגעפירעכץ".. 
די רייד פון מר קאראבטשעווסקי האבן געמאכט א שטארקן רושם אויפ'ן גענעראל.  ער האט באלד געכאפט אז דא האט ער נישט א געשעפט מיט'ן איד בייליס, נאר מיט'ן באוואוסטן רוסישן [[אדוואקאט]] קאראבטשעווסקי.  דאס סטראשע זיינע מוחה צו זיין ברבים איז אויך נישט עפעס אוועק צו מאכן אזוי גרינג.. דער גענעראל האט באלד געבעטן אפאר מינוט זיך דורכרעדן מיט זיינע ממונים.. זעט אויס די שאלה איז נישט אזוי פשוט..  ווען ער איז צוריק האט ער מודיע געווען אז די 'ריכטיגע מענטשן' האבן מחליט געווען צוצולאזן צו געבן ר' מענדל צו עסן.  :גוט! מר בייליס!" זאגט קאראבטשעווסקי מיט א צופרינדהייט, אויב עס איז דא נאך עפעס וואס דו ווילסט, דארפסטו נאר אונז וויסן לאזן.  זיי זיכער אז מיר וועלן טון וואס עס איז נאר מעגליך דיר צו העלפן.  איר זאלט נאר נישט הייבן הענט מיט יאוש.  אחרי ככלות הכל וויסטו אז די וועלכע האבן דיר איינגעשפארט זענען נישט די געוועלטיגער אויף דיין גורל.  דו ביסט אין די הענט פון די באשעפער.  מיינע חברים און איך ווילן זייער זען א גוטע תוצאה פון דעם משפט.  מיר דאווענען צום באשעפער אז אזעלכע משפטים זאלן מער נישט פארקומען אין רוסלאנד, און עס וועט צוריקגעהאלטן ווערן די בושה פון אונזער באליבטן לאנד.  וויבאלד אבער מיר דארפן געווינען דעם דאזיגן משפט, וויל איך אז איר זאלט וויסן: מיר פילן אז עס איז אונז א כבוד צו העלפן אויפדעקן די שקר פון די נארישע שולד קעגן דיר.  דו וועסט אליינס זען, דאס אמת וועט זיגן!  איך מוז יעצט גיין, אבער מיר וועלן זיך נאכאמאל באגעגענען.  דאסוועדאניא! [אויף ווידערזען].  די ווערטער, קומענדיג פון אזא פערזענליכקייט, האבן אריינגעלייגט פרישע האפענונג און כח אין ר' מענדל, און ער האט געגלייבט אין זיין נאנטע ישועה. 
נאך דעם באגעגעניש מיט קאראבטשעווסקי, האט זיך געטוישט די פירונג פון די סאלדאטן וועלכע האבן עם באוואכט.  זיי זענען פלוצלינג גרייט צו העלפן מיט סיי וואס.. זיי האבן נאך קיינמאל נישט געזען א פשוט'ע איינגעשפארטער צו וועמען מ'פירט זיך אויף מיט אזא כבוד!  האט דען דער אדוואקאט נישט אליינס מסדר געווען אז דער גענעראל זאל גיין זוכן אן עצה פאר עם? זיי האבן פארשטאנען אז דא רעדט זיך פון א ספעציעלן מצב, און זיי האבן זיך צוגעשטעלט.
כאטש די טעג פון ליידן און פיין זענען [ביזדערווייל] אריבער, שטייט ער דאך אבער דא פאר דעם גרעסטן נסיון פון אלעם, דער משפט אליינס.  ווייטער פון דעם וויל ער בכלל נישט קלערן..  מיט דעם אלעם, פאר איינער וואס איז שוין יארן אליינס אין תפיסה, אליינס אין די וועלט און אוועק פון נארמאלע לעבן, איז אפילו אביסל צייט פון הנאה אויך א גרויסע זאך.  בשעת ר' מענדל איז נאך פארטיפט אין אזעלכע מחשבות, עפנט זיך די טיר און דער גענעראל רופט אויס "ברענגט דעם איינגעשפארטער צום זאל פונ'ם משפט! דער משפט גייט זיך אנהייבן!  ר' מענדל חזר'ט איבער די ווערטער נאכאמאל און נאכאמאל.
***
מ'האט עם אריינגעפירט אינ'ם ריזיגן זאל, און עם געהייסן זיצן אינ'ם שטוב פון די באשולדיגטער.  [אין דעם זאל איז דא קליינע ווענט אזויווי א קליינעם שטיבל און דארט זיך דער וואס איז באשולדיגט].  פון ביידע זיינע זייט שטייען סאלדאטן מיט ארויסגעשטרעקטע שווערד, אבער ער שרעקט זיך נישט פון דעם, זיי טון זייער ארבעט..  דאס איז דעם טאג אויף וואס ער האט געווארט.. דעם טאג וואס סוף סוף וועט די וועלט זען אז אלע חשדות קעגן עם זענען הבל וריק, וואס איז אויפגעטראכט דורך די "שווארצע הונדערעט" כדי עם צו צושמעטערן.  דער זאל האט אויסגעזען ווי עפעס א חגיגה..  עס איז פיל געווען מיט טויזנטער מענטשן וועלכע זענען געקומען פון אלע עקן פון רוסלאנד און פון ווייטערע לענדער.  ווי אויך זענען דארט געווען אסאך גענעראלן וכו' אנגעטון מיט זייערע בליטשעדיגע אנצוגער און זייערע מעדאלן.  עס זענען דארט געווען הונדערטער צייטונג-שרייבער, וועלכע זענען געקומען מכל רחבי תבל צו דעקן דעם משפט.
די אלע מענטשן פון די תביעה [אנקלאגן] האבן גערעדט איינער מיט'ן צווייטן, בשעת די שופטים, וועלכע זענען געזעצן אויפ'ן גרויסן בימה אינדערמיט, האבן זיך געגרייט אנצוהייבן.  עס האט אויסגעזען ווי א גרויסן שפיל.. אין וואס א טייל זענען דארט צו ערפילן זייער תפקיד, און א טייל צו ערפילן זייער נייגעריגקייט.  סיי אזוי און סיי אזוי אבער, איז אלעס שטיל געווארן אינ'ם רגע וואס ר' מענדל איז אריין אינ'ם זאל.  זיין פלאץ איז געווארן דעם צענטער פון די גאנצע געביידע.
ר' מענדל האט זיך באטראכט אויף די "צוועלעף באשוואוירענע" וועלכע וועלן בפועל מחליט זיין דעם משפט.  [אין אסאך מדינות - כולל אין [[ענגלאנד]] - זיצן ביי א משפט צוועלף מענטשן, וועלכע זענען נישט קיין שופטים וכדומה, און זיי פסק'נען למעשה דעם פסק.  די שופטים זענען די וואס נעמען צוזאם אלע עדיות וכו' און זיי פרובירן מדריך זיין די באשוואוירענע וויאזוי זיי זאלן דן זיין.  די סיבות אויף דעם איז א שמועס פאר זיך].  ר' מענדל האט א קוק געטון אויף זיי און זיין הארץ איז געפאלן.  זיין ערשטע רושם איז געווען אז עס איז נישטא קיין מעגליכקייט [ח"ו] אז זיי זאלן עם מזכה זיין.  ער האט נישט געקענט גלייבן אז די באשוואוירענע זענען פשוט'ע פויערן, וועלכע וועלן זיכער נישט קענען פארשטיין און משיג זיין דעם קאמפליצירטע פרשה.  [די ממשלה האט בכוונה מסדר געווען אז דאס זאלן זיין מוזשיק'ן, פויערן, וועלכע זענען שוין מסתמא אנגעקלעבט מיט שנאת ישראל].  אויב די באשוואוירענע וואלטן געווען אינטעליגענטע געלערנטע מענטשן, אזוי ווי ר' מענדל האט זיך פארגעשטעלט, וואלט מען געקענט האפן אז זיי וועלן שוקל זיין די ראיות ווען עס קומט למעשה, און וועלן אוודאי זען דורך די אפענע שקרים.  אבער מוזשיק'ן! זיי וועלן דאך נישט פארשטיין די ערשטע ווארט פון די אדוואקאטן! ווי גרינג איז עס פאר די 'הויכע פענסטערס' צו באאיינפלוסן די פויערן אז דער יוד איז זייער שונא! אמת אז זיי זען פון די אנדערע זייט גרויסע חשוב'ע אדוואקאטן, אבער דאס קען דאך יעדער דינגען פאר זיך און דאס מיינט גארנישט, פון די אנדערע זייט אבער זענען פארהאן אזעלכע 'חשוב'ע' מענטשן.. גענעראלן, אנקלאגערס וכו' פון די גרעסטע אין לאנד.  די מוזשיק'ן זענען דאך די ערשטע וואס וועלן גלייבן אזא שטות אז יודן נוצן בלוט פאר מצות.. אפשר גאר גלייבן זיי דאס שוין יעצט.. די רוסיש'ע תמימות איז באוויסט, ווי מער די זאך איז אפגעפרעגט גלייבט מען עס מער...  ר' מענדל האט געלייגט זיין בטחון אינ'ם בורא עולם און געהאפט אויף גוטס.
== באשווערן די עדים ==
ווען ר' מענדל איז אריין אינ'ם בית המשפט, האט זיך געטון א גרויסע גערודער. מענטשן האבן גערעדט מיט א הויך קול, אנדערע זענען געלאפן אהין און אהער, איינגעשטעלטע מיט זייערע פאפירן וכו'. ווען דער ממונה האט געשריגן "שטיל! די שופטים קומען!" זענען אלע אנוועזנדע אויפגעשטאנען אויף די פוס. נאך איינגעשטעלטע זענען אריין און עס האט באלד געהערשט א שטילקייט. אלע האלטן די אטעם..

שורה 323: שורה 313:
איינער פון די בעלי עגלה האט מעיד געווען: "מיר זענען געווען א גאנצן צייט אינ'ם פאבריק. מיר זענען אפילו געשלאפן דארט. מיר ווייסן אלע אז ביילוס איז א ערליכע מאן".

== כז. וויסימירסקי ==
== וויסימירסקי ==
 
אין קורצן פון פריער: מ'הייבט אן דעם משפט מיט די עדות פון די בעלי עגלה וועלכע האבן געארבעט אינ'ם פאבריק. אלע זענען מעיד אויפ'ן ישרות און ערליכקייט פון ר' מענדל.
 
דער נעקסטע האט דערציילט: "בייליס פלעגט אויפשטיין זייער פרי. ווען מיר זענען געקומען צו דער ארבעט איז ער שוין דארט געווען. ער איז געווען א פלייסיגער און באגלייבטער ארבעטער. ער האט אכטונג געגעבן אויף אונז בקפידה אז מיר זאלן אויך אויפשטיין און גיין צו דער ארבעט בזמן. ער פלעגט כסדר דארפן אויפשטיין אינמיטן עסן וכו' כדי צו זען אז אונז זאלן נישט בטל'ן... ער האט נישט געהאט קיין מנוחה פון זיין ארבעט.

שורה 337: שורה 324:
ער האט מפסיק געווען אביסל, ווי איינער וואס זאמלט כח ווייטער צו גיין, און קערנדיג צום שופט זאגט ער ווייטער: "די דאזיגע פאסירונג מאכט מיך שוין קראנק מער ווי איינס און א האלב יאר! איך ווייס אז דאס האט קערצער געמאכט מיין לעבן! איך וויל איר זאלט וויסן, איך האב איין איינציגן זון וואס איך האב אים זייער ליב, אזוי אז איך וועל נישט טון קיין שום אומגערעכטע זאך וואס דאס וועט ברענגען בושה צו מיין זון. חוץ מזה האב איך דאך געשוואוירן צו זאגן דעם אמת, און איך גלייב אין ג-ט און איך האב מורא פון אים. דערפאר קען איך מער נישט שווייגן.. איך מוז אייך זאגן אלץ וואס איך ווייס! איר האט דאך שוין גענוג הוכחות פון מיין עדות בנוגע דעם קוה צו וויסן אז די באשולדינגען קעגן בייליס זענען פאלש. איך וויל אייך אבער זאגן מער ווי דעם, עפעס וואס וועט א סוף מאכן צו די אלע סיפורים כאילו מענדל בייליס האט גע'הרג'ט אנדרושה כדי צו באנוצן מיט זיין בלוט פאר מצות אויף פסח. איך גיי אייך אויפווייזן איינמאל פאר אלעמאל אז די גאנצע זאך איז שקר גמור"!

א שטילקייט האט געהערשט.. מ'האט געקענט הערן די אנשטרענגונגען פון וויסימירסקי שולט צו זיין אויף זיינע הרגשים. מיט גרויס שוועריקגייט איז ער ווייטער געגאנגען: "איך שטאם פון דער שטאט [[וויטעבסק]]. דארט האב איך געפירט א שענק ביים עק פון דער שטאט. איך האב דארט געהאט א באהעלפער, מיטן נאמען ראוויץ. מיר האבן זיך ביידע געצויגן קיין [[קיעוו]] אין דער זעלבער צייט און מיר האבן געוואוינט בשכנות. אזוי איז אויסגעקומען אז ביידע אונזערע דירות זענען געווען נאנט צום הויז פון טשעביריאק. די ראוויצן זענען געווען פיינע ארנטלעכע מענטשן וועלכע האבן קיין קינדער נישט געהאט. זיי האבן געפירט א געשעפט וואס האט זיי מפרנס געווען בכבוד און זיי זענען געווען פרייליך מיט זייער טייל. פלוצלינג, איין שיינעם טאג, קומען מר און מרת ראוויץ זיך צו געזעגענען! זיי האבן געזאגט אז זיי פארלאזן רוסלאנד! איך בין געווען אינגאנצן דערשראקן. עס איז געפאלן אויף מיר ווי א דונער אין א העלן טאג! זיי וואוינען שוין דא אזוי לאנג און אלע שעצן זיי, פארוואס דארפן זיי אלעס פארלאזן? וואס גייט דא פאר? נישט נאר דאס אז זיי פארן אוועק, נאר זיי זענען עוקר ביזן אנדער עק וועלט! זיי פארן קיין אמעריקא! ווען מרת ראוויץ האט געזען ווי די זאך האט משפיע געווען אויף מיר, האט זי אנגעהויבן וויינען. איך האב פארשטאנען אז עפעס איז זייער נישט בסדר. "מיר מוזן פארן קיין אמעריקא" האט זי געזאגט צווישן איר טרערן.
א שטילקייט האט געהערשט.. מ'האט געקענט הערן די אנשטרענגונגען פון וויסימירסקי שולט צו זיין אויף זיינע הרגשים. מיט גרויס שוועריקגייט איז ער ווייטער געגאנגען: "איך שטאם פון דער שטאט [[וויטעבסק]]. דארט האב איך געפירט א שענק ביים עק פון דער שטאט. איך האב דארט געהאט א באהעלפער, מיטן נאמען ראוויץ. מיר האבן זיך ביידע געצויגן קיין [[קיעוו]] אין דער זעלבער צייט און מיר האבן געוואוינט בשכנות. אזוי איז אויסגעקומען אז ביידע אונזערע דירות זענען געווען נאנט צום הויז פון טשעביריאק. די ראוויצן זענען געווען פיינע ארנטליכע מענטשן וועלכע האבן קיין קינדער נישט געהאט. זיי האבן געפירט א געשעפט וואס האט זיי מפרנס געווען בכבוד און זיי זענען געווען פרייליך מיט זייער טייל. פלוצלינג, איין שיינעם טאג, קומען מר און מרת ראוויץ זיך צו געזעגענען! זיי האבן געזאגט אז זיי פארלאזן רוסלאנד! איך בין געווען אינגאנצן דערשראקן. עס איז געפאלן אויף מיר ווי א דונער אין א העלן טאג! זיי וואוינען שוין דא אזוי לאנג און אלע שעצן זיי, פארוואס דארפן זיי אלעס פארלאזן? וואס גייט דא פאר? נישט נאר דאס אז זיי פארן אוועק, נאר זיי זענען עוקר ביזן אנדער עק וועלט! זיי פארן קיין אמעריקא! ווען מרת ראוויץ האט געזען ווי די זאך האט משפיע געווען אויף מיר, האט זי אנגעהויבן וויינען. איך האב פארשטאנען אז עפעס איז זייער נישט בסדר. "מיר מוזן פארן קיין אמעריקא" האט זי געזאגט צווישן איר טרערן.

"פארוואס מוזט איר דארט פארן? איר האט דארטן ידידים אדער קרובים"? ביידע האבן נישט געקענט ארויסברענגען די ווערטער פון מויל. איך האב געזען אז עפעס געפערליך איז געשען און איך האב זיך געבעטן זיי זאלן מיר דערציילן. "איך בין א ידיד אייער, איך קענט מיר געטרויען! אפשר קען איך אייך העלפן". "דאס וואס איך גיי אייך יעצט דערציילן" איז ער ממשיך, קוקנדיג אויפן שופט, "איז וואס מרת ראוויץ האט מיר געזאגט".

שורה 345: שורה 332:
א שטורעם האט אויסגעבראכן אין זאל ווען מר וויסימירסקי האט געענדיגט. מרת טשעביריאק איז געזעסן אינעם זאל, ווארטנדיג איבערצוגעבן איר עדות. זי איז געווארן ווייס ווי קאלעך, און דער הויפט-פון-געריכט, באלדירעוו, האט איר פרובירט צו בארוהיגן. כנראה איז ער געווען א גוטע חבר אירע.. אלע וועלכע זענען געזעסן נעבן איר האבן זיך אוועקגעריקט, כאילו זי האט אין זיי מעורר געווען א פחד. עס איז קלאר געווען אז די באשוואוירענע זענען זייער נתפעל געווארן פון וואס זיי האבן געהערט. דער הויפט-פון-געריכט האט זיך געקערט צום עד און געפרעגט: "אויב דו האסט דאס אלץ געוויסט, פארוואס האטסו געשוויגן אזא לאנגע צייט"? "איך האב נישט געוויסט אז מ'וועט מיר רופן מעיד זיין" האט מר וויסימירסקי מודה געווען, "חוץ מזה האב איך געגלייבט בתמים אז דער אמת וועט ארויסקומען פון זיך אליינס".. עס איז קלאר געווען אז דער הויפט-פון-געריכט האט נישט געוואלט אויסהערן דעם עד פאר נאך א רגע. למעשה וואלט ער שוין לאנג געוואלט פטור ווערן פון אים.

== וועבלינקען ==
==דרויסנדיגע לינקס==
* [http://archive.org/stream/nybc213635#page/n6/mode/2up די געשיכטע פון מיינע ליידען], מענדל בייליס, אויטאביאגראפיע

שורה 351: שורה 338:
[[קאַטעגאָריע:בייליס פראצעס]]
[[קאַטעגאָריע:בייליס פראצעס]]
[[קאַטעגאָריע:אנטיסעמיטיזם]]
[[קאַטעגאָריע:אנטיסעמיטיזם]]
[[קאַטעגאָריע:אידישע היסטאריע]]
[[קאַטעגאָריע:אידישע היסטאריע]]
[[קאַטעגאָריע:אויף יידיש]]
[[קאַטעגאָריע:אויף יידיש]]
{{קרד/ויקי/יידיש}}
{{קרד/ויקי/יידיש}}
[[he:מנחם מנדל בייליס]]
[[קאַטעגאָריע:אוקראינער אידן]]