אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:כמעלניק"
ק (החלפת טקסט – "==\s?וועבלינקען\s?==" ב־"==דרויסנדע לינקס==") |
ק (החלפת טקסט – "דרויסנדע" ב־"דרויסנדיגע") |
||
(2 מיטלסטע ווערסיעס פון 2 באַניצער נישט געוויזן.) | |||
שורה 1: | שורה 1: | ||
{{דעסקריפציע|שטעטל אין פוילן}} | |||
{{יישוב | {{יישוב | ||
|סארט יישוב= שטעטל | |סארט יישוב= שטעטל | ||
שורה 33: | שורה 34: | ||
{{-}} | {{-}} | ||
== | ==דרויסנדיגע לינקס== | ||
{{קאמאנסקאט|}} | {{קאמאנסקאט|}} | ||
שורה 41: | שורה 42: | ||
[[קאַטעגאָריע:שטעט און שטעטלעך אין פוילן]] | [[קאַטעגאָריע:שטעט און שטעטלעך אין פוילן]] | ||
[[קאַטעגאָריע:אידישע | [[קאַטעגאָריע:אידישע ישובים אין אייראפע]] | ||
[[קאַטעגאָריע:אויף יידיש]] | [[קאַטעגאָריע:אויף יידיש]] | ||
{{קרד/ויקי/יידיש}} | {{קרד/ויקי/יידיש}} | ||
[[he:חמיילניק]] | [[he:חמיילניק]] | ||
[[קאַטעגאָריע:וויקידאטא דעסקריפציע]] |
יעצטיגע רעוויזיע זינט 10:07, 8 יולי 2024
|
כמעלניק (פּויליש: Chmielnik; רוסיש: Хмельник) איז א שטעטל אין קיעלצער גראפנשאפט, דרום־מזרח פוילן מיט 4,304 איינוואוינער (2012). עס געפינט זיך אין דער שווענשטאקזשיצער וואיעוואדעשאפט (זייט 1999). פונעם 15טן יארהונדערט ביז 1795 איז עס געווען אין דער צויזמירער וואיעוואדעשאפט פון קליינפוילן. פון 1867 איז די שטאט געווען אין דער קעלצער גובערניע.
היסטאריע
דאס שטעטל ווערט דערמאנט אין דאקומענטן וועגן דעם קאמף פון כמעלניק אין 1241, און האט באקומען שטאט רעכטן אין 1541. אינעם 16טן און 17טן יארהונדערט איז כמעלניק געווארן געווען א צענטער פון די פוילישע פראטעסטאנטן.
די אידישע קהילה פון כמעלניק איז גאר אלט; עס זענען דא יידישע מצבות פונעם 13טן יארהונדערט.
אין 1900 איז די צאל אידן געווען נאר 5,671 מענטשן.[1] צווישן די צוויי וועלט-מלחמות האט כמעלניק געהאט א אידישע באפעלקערונג פון בערך 6,000 נפשות, 80% פון דער שטאט
די דייטשן האבן אקופירט דאס שטעטל דעם 5טן סעפטעמבער 1939 און גענומען מער ווי 70 פון די אנגעזעענער פון דער קהילה אריין אין שטאטישן בית מדרש, און האבן זיי פארברענט לעבעדיגערהייט. אין אפריל 1941 האבן זיי אויפגעשטעלט א געטא אין שטעטל וואו זיי האבן קאנצענטרירט אלע אידן. מ'האט געברענגט נאך און נאך אידן אין דער געטא ביז אין דעצעמבער האבן געוואוינט דארט 9,000 אידן. צוליב די שווערע תנאים פון געזונט אין דער געטא זענען א סך אידן אומגעקומען פון טיפוס.
נאך דער מלחמה זענען צוריקגעקומען צום שטעטל 40 פליטים, וואס זענען אדורך די מלחמה יארן טיף אין ראטן-פארבאנד. נאך אנטי-סעמיטישע אטאקעס פון די לאקאלע פאלאקן, כולל דאס מארד פון צוויי אידן אין אויגוסט 1945, האבן זיי אלע פארלאזט דאס שטעטל.
דרויסנדיגע לינקס
וויקימעדיע פונדאציע פּראיעקטן |
---|
בילדער און מידיע אויף וויקימעדיע קאמאנס: כמעלניק |
רעפערענצן
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!