אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "דינסטאג"

13,494 בייטן צוגעלייגט ,  פֿאַר 1 יאָר
ק
החלפת טקסט – "דרויסנדע" ב־"דרויסנדיגע"
(אנהייב)
 
ק (החלפת טקסט – "דרויסנדע" ב־"דרויסנדיגע")
 
(18 צווישנדיגע ווערסיעס פונעם זעלבן באַניצער נישט געוויזן)
שורה 1: שורה 1:
{{דעסקריפציע|דריטער טאג פון וואך, צווישן מאנטאג און מיטוואך}}
'''דינסטאג''' איז דער דריטער [[טאג]] אין [[וואך]], ציילנדיג צו [[שבת]].
'''דינסטאג''' איז דער דריטער [[טאג]] אין [[וואך]], ציילנדיג צו [[שבת]].


שורה 6: שורה 7:


==נאמען==
==נאמען==
לויט די [[אסטראלאגיע]] פון די "שבעה [[פלאנעט|כוכבי לכת]]", ([[סאטורן|שבתאי]], [[יופיטער|צדק]], [[מאדים]], [[זון|חמה]], [[ווענוס|נוגה]], [[מערקור|כוכב]], [[לבנה]]), איז יעדע שעה אין טאג באשטימט פאר אן אנדערן פון די כוכבים. דורכאויס דער [[1'טער יארהונדערט|ערשטער]] און [[2'טער יארהונדערט|צווייטער יארהונדערט]] איז געווארן פארשפרייט אין [[רוימישע אימפעריע|רוים]] דער פירונג, פון [[אוראלט גריכנלאנד|העלענישע]] און [[עגיפטן|עגיפטישע]] ווארצלען, צו רופן די טעג פון וואך לויט דער כוכב וואס הערשט אין דער ערשטער שעה אינדערפרי פון יענעם טאג. דער דריטער טאג אין וואך, אין וועלכן פרימארגן עס הערשט [[מאדים]]{{הערה|זעט אויך {{בבלי|ברכות|נט|ב}} און רש"י דיבור המתחיל שבתאי}}, איז אלזא גערופן געווארן "דער טאג פון מארס" ([[לאטייניש]]: dies Martis).
מאדים איז געווען [[געצנדינעריי|געדינט]] אלס [[אפגאט]] אין רוים, אן אפגאט וואס די פארשידענע גערמאנישע שבטים האבן אידענטיפיצירט מיט Tiw, זייער אפגאט פון [[מלחמה]] און [[געזעץ]]. דערפון האבן זיך גענומען די פארשידענע וואריאציעס פונעם נאמען פון דעם טאג אין די גערמאנישע שפראכן. אויך "דינסטאג" נעמט זיך ווארשיינליך פון Thinxus, איינע פון די נעמען פון דעם מלחמה-אפגאט. לויט אן אנדערע שפעקולאציע נעמט זיך עס פון די גערמאנישע "דינג" {{ענ|Thing (assembly)}}, א געזעץ קאונסיל{{הערה|1={{Cite web|url=https://www.etymonline.com/word/Tuesday|title=Tuesday|website=Online Etymology Dictionary}}|כיוון=שמאל}}.


==אין אידישקייט==
==אין אידישקייט==
[[טעקע:Vegetation Lining the Shore of Mayaro Beach, Trinidad and Tobago.jpg|קליין|לינקס|אין דריטן טאג האט השי"ת אנטפלעקט די יבשה, און באשאפן די געוויקסן.]]
ווי פארציילט אין אנהייב [[ספר בראשית]], האט השי"ת אין דעם טאג איינגעזאמלט די וואסערן אין [[ים|ימ'ען]] צו אנטפלעקן די יבשה, און באשאפן די [[פלאנץ|געוויקסן]]:
{{ציטוט||תוכן=וַיֹּאמֶר אֱלֹקִים, יִקָּווּ הַמַּיִם מִתַּחַת הַשָּׁמַיִם אֶל-מָקוֹם אֶחָד, וְתֵרָאֶה, הַיַּבָּשָׁה; וַיְהִי-כֵן. וַיִּקְרָא אֱלֹקִים לַיַּבָּשָׁה אֶרֶץ, וּלְמִקְוֵה הַמַּיִם קָרָא יַמִּים; וַיַּרְא אֱלֹקִים, כִּי-טוֹב.  וַיֹּאמֶר אֱלֹקִים, תַּדְשֵׁא הָאָרֶץ דֶּשֶׁא עֵשֶׂב מַזְרִיעַ זֶרַע, עֵץ פְּרִי עֹשֶׂה פְּרִי לְמִינוֹ, אֲשֶׁר זַרְעוֹ-בוֹ עַל-הָאָרֶץ; וַיְהִי-כֵן.  וַתּוֹצֵא הָאָרֶץ דֶּשֶׁא עֵשֶׂב מַזְרִיעַ זֶרַע, לְמִינֵהוּ, וְעֵץ עֹשֶׂה-פְּרִי אֲשֶׁר זַרְעוֹ-בוֹ, לְמִינֵהוּ; וַיַּרְא אֱלֹקִים, כִּי-טוֹב.  וַיְהִי-עֶרֶב וַיְהִי-בֹקֶר, יוֹם שְׁלִישִׁי.|מקור={{תנ"ך|בראשית|א|ט|יג}}|מרכאות=כן}}
דאס איז די איינציגסטע טאג וואו עס שטייט צוויי מאל "כי טוב", איינמאל פאר די ווערק פון די וואסערן און איינמאל איבער די געוויקסן{{הערה|{{מדרש רבה|בראשית|ד|ו}}}}. דער טאג ווערט צומאל אנגערופן "יום שנכפל בו כי טוב", אלס אנדייטונג פאר א גוטן מזל. טייל פרובירן צו באשטימען א [[חתונה]] אין דינסטאג, צוליב דעם גוטן מזל{{הערה|רבי ישעיה גאלד, '''חזון ישעיה - נישואין''', ברוקלין תשמ"ח, עמ' קל"ג; [[רבי יוחנן סופר]], '''אפריון חתנים''', סימן ג', ירושלים תשס"ב, עמ' ט'.}}. לויט געוויסע מקורות, איז ראטזאם פאר א רייזנדער ארויסצוגיין אין וועג אום דינסטאג{{הערה|[[רבי אליעזר פאפו]], '''חסד לאלפים''', סימן ק"י, אות ה', ירושלים תשמ"ה, עמ' קס"ד; [[רבי יעקב חיים סופר]], '''כף החיים''', אורח חיים, סימן ק"י, ס"ק ל', ירושלים תרס"ה, דף מ"ט, טור ג'.}}.
בשעת מען האט מקריב געווען דעם [[קרבן תמיד]] אין [[בית המקדש]] פלעגן [[שירת הלויים|די לויים זינגען]] דעם קאפיטל [[תהלים פ"ב|אלקים נצב בעדת א-ל]]{{הערה|{{משנה|תמיד|ז|ד}}}}, צוגעפאסט צום טאג אין וועלכע השי"ת האט אויפגעדעקט די ערד אויף וועלכע זיין געמיינדע זאל קענען שטיין{{הערה|{{בבלי|ראש השנה|לא|א}}}}. מען פירט זיך צו זאגן דעם קאפיטל אלס [[שיר של יום]], ביים סוף פון [[שחרית]]{{הערה|{{טור|אורח חיים|קלג}}}}.
די אידן וועלכע זענען געווען פון די [[מעמדות]] ווען דער בית המקדש איז געשטאנען פלעגן [[תענית|פאסטן]] אין דעם טאג אויף די וואס רייזן איבער די [[מדבר]]יות, אז עס זאל זיי נישט פאסירן קיין אומגליק{{הערה|{{בבלי|תענית|כז|ב}}}}.
דינסטאג איז קעגן [[יעקב אבינו]]{{הערה|תוספת זוהר, שמות דף רע"ז}}, און קעגן [[לאה]]{{הערה|אגדת בראשית, פרק נ"ב}}.
די ערשטע דריי טעג אין וואך, ביז נאך דינסטאג, ווערן פאררעכנט צום פארגאנגענעם שבת בנוגע צו עטליכע הלכות: ווען איינער לאזט שרייבן א [[גט]], וואס מען זאל איבערגעבן אויב ער וועט נישט אנקומען ביז נאך שבת, ווארט מען אויף נאך דינסטאג{{הערה|{{בבלי|גיטין|עז|א}}}}; ווען מען האט נישט געמאכט [[הבדלה]] אין [[מוצאי שבת]], קען מען נאך מאכן ביז נאך דינסטאג{{הערה|{{בבלי|פסחים|קו|א}}}}; לויט טייל, איז דער צייט פון [[שנים מקרא ואחד תרגום]] ביז נאך דינסטאג{{הערה|כל בו, סימן ל"ז}}.
לויט [[רבי חנינא סגן הכהנים]] זעט מען נישט קיין [[נגעי בתים]] אין דינסטאג, כדי עס זאל נישט אויסקומען א שפעטערדיגע ראיה אום שבת{{הערה|{{משנה|נגעים|א|ד}}}}.


==אין אלגעמיינע קולטורן==
==אין אלגעמיינע קולטורן==
אין די [[גריכנלאנד|גריכישע]] קולטור, ווערט דינסטאג באטראכט אלס א טאג מיט שלעכטע מזל, ווייל [[קאנסטאנטינאפאל]] איז געפאלן אין דעם טאג{{הערה|1={{cite news |url=https://www.economist.com/europe/1999/12/23/the-fall-of-constantinople |title=The fall of Constantinople |author=<!--uncredited--> |date=23 December 1999 |newspaper=The Economist |access-date=January 27, 2019}}|כיוון=שמאל}}. די זעלבע איז אויך ריכטיג אין די [[שפאניש]]-רעדנדע וועלט, וואו עס נעמט זיך ווארשיינליך פון די אסאסיאציע צווישן דינסטאג און מאדים, דער שטערן פון מלחמה און טויט{{הערה|1={{Cite news|url=https://elpais.com/sociedad/2008/05/13/actualidad/1210629603_850215.html|title=Reportaje {{!}} Marte cena con los apóstoles|last=MARTÍNEZ|first=HELENA|date=2008-05-13|work=El País|access-date=2018-07-18|language=es|issn=1134-6582}}|כיוון=שמאל}}.
פרעזידענט-וואלן אין די [[פאראייניגטע שטאטן]] ווערן אלעמאל אפגעהאלטן אין די ערשטע דינסטאג וואס איז נאך [[נאוועמבער 1]]. דאס איז איינגעפירט געווארן אין [[19טער י"ה]], כדי די בירגער - א גרויס טייל פון וועלכע האבן גערוט אין זונטאג - זאלן האבן א טאג צייט צו פארן פון זייערע דערפער צו די וואלן לאקאציעס. אויך איז איינגעפירט דער {{טערמין|סופער טוסדעי|גרויסער דינסטאג}}, ווען די [[פריימעריס]] פון די [[פאליטישע פארטיי]]ען קומען פאר אין עטליכע שטאטן אויפאמאל.
דינסטאג איז אויך דער אנגענומענער טאג ווען ארויסצוגעבן [[ווידעא שפיל]]ן{{הערה|1={{Cite news|url=http://www.businessinsider.com/why-video-games-are-released-on-tuesdays-2014-11|title=The Weird Reason Why Video Games Are Released On Tuesdays|work=Business Insider|access-date=2018-03-07}}|כיוון=שמאל}} און מוזיק [[סידי]]ס{{הערה|1={{Cite news|url=https://www.npr.org/sections/therecord/2010/09/08/129725205/why-albums-are-released-on-tuesdays|title=Why Albums Are Released On Tuesdays In The U.S.|work=NPR.org|access-date=2018-03-07|language=en}}|כיוון=שמאל}}. [[אלבום|אלבומס]] פלעגן אויך ארויסגעגעבן ווערן דינסטאג, אבער אין 2015 איז עס אלוועלטליך געטוישט געווארן צו [[פרייטאג]]{{הערה|1={{Cite news|url=https://www.billboard.com/articles/business/6487289/friday-global-record-release-day-ifpi|title=Industry Sets Friday as Global Record Release Day|work=Billboard.com|access-date=2018-05-03|language=en}}|כיוון=שמאל}}.
אין [[מדינת ישראל]], איז דער דאטום פאר די בחירות צום [[כנסת]] באשטימט אלס דער דריטער אדער ערשטער דינסטאג פון [[חשון|חודש חשון]]. אויך ווען די בחירות ווערן געפעדערט, איז איינגעפירט זיי צו באשטימען אין א דינסטאג.
אין [[אויסטראליע]], טוט דער פירערשאפט פונעם [[צענטראלבאנק|רעזערוו באנק]] אפהאלטן אן אסיפה אין די ערשטע דינסטאג פון יעדע מאנאט חוץ [[יאנואר]]{{הערה|1={{cite web|url=https://www.rba.gov.au/about-rba/boards/rba-board.html|title=Reserve Bank Board}}|כיוון=שמאל}}. דער פעדעראלער רעגירונג שטעלט ארויס דעם בודזשעט אינעם צווייטן דינסטאג פון [[מאי]], לויט ווי איינגעפירט זינט 1994{{הערה|1={{Cite web|url=http://parlinfo.aph.gov.au/parlInfo/search/display/display.w3p;adv=yes;orderBy=_fragment_number,doc_date-rev;query=Dataset:hansardr,hansardr80%20Decade:%221990s%22%20Year:%221994%22%20Speaker_Phrase:%22mr%20willis%22%20Month:%2205%22;rec=1;resCount=Default|title=ParlInfo - APPROPRIATION BILL (No. 1) 1994-95 : Second Reading|website=parlinfo.aph.gov.au|language=en-US|access-date=2018-02-03}}|כיוון=שמאל}}.
לויט סטאטיסטיקס פון [[האלאנד]] און פון די פאראייניגטע שטאטן, ווערן מער קינדער [[געבורט|געבוירן]] אין דינסטאג ווי אין אנדערע טעג פון וואך{{הערה|1={{Cite news|title=Most babies born in the middle of the week|url=https://www.cbs.nl/en-gb/news/2004/14/most-babies-born-in-the-middle-of-the-week}}|כיוון=שמאל}}{{הערה|[https://www.cdc.gov/nchs/data/nvsr/nvsr60/nvsr60_01.pdf Births: Final Data for 2009]|כיוון=שמאל}}.
לויט א פארשונג אויסגעפירט אין [[קאנאדע]], זענען ארבייטער מער פראדוקטיוו אין דינסטאג ווי אין אנדערע טעג פון וואך{{הערה|[https://www.thestar.com/business/tuesdays-best-for-workplace-productivity/article_d5f26543-bd4e-5b20-a4b0-64474db34b54.html Tuesdays best for workplace productivity]|כיוון=שמאל}}.
לויט סטאטיסטיקס פון די פאראייניגטע שטאטן, פאסירן די ווייניגסטע טויטפעלער פון אויטא [[עקסידענט]]ן אין דינסטאג; מער מענטשן קומען אבער אום פון [[גריפע|די פלו]] און [[לונגען אנטצינדונג]] ווי אין אנדערע טעג{{הערה|1={{Cite news|title=The Deadliest Day of the Week|author=Sara G. Miller|url=https://www.livescience.com/54429-deadliest-day-of-the-week.html|publisher=Live Science}}|כיוון=שמאל}}.
==דרויסנדיגע לינקס==
* [http://news.walla.co.il/?w=/95/820529 שאלת תם - למה הבחירות ביום שלישי? (וואלה)]


==רעפערענצן==
==רעפערענצן==
שורה 17: שורה 55:


[[קאַטעגאָריע:טעג|3]]
[[קאַטעגאָריע:טעג|3]]
[[:קאַטעגאָריע:המכלול ארטיקלען]]
[[קאַטעגאָריע:המכלול ארטיקלען]]
[[HE:יום שלישי]]
[[HE:יום שלישי]]