אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "עליע פאלקאוויטש"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
אין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 16: שורה 16:


==מיטעלע יארן==
==מיטעלע יארן==
שטודירנדיג [[לינגוויסטיק|פילאָלאָגיע]] אין דער [[מאסקווע שטאט אוניווערסיטעט|מאָסקווער שטאַט אוניווערזיטעט]] אין די יארן 1921 און 1922, האט פאלקאוויטש שפעטער געארבעט פאר דעם קאמיסאריאט פון אויפקלערונג. דערנאך האט ער געארבעט אלס א לעקטאר אויף יידישער [[לינגוויסטיק]] ביי דער 'צווייטער מאסקווער שטאט-אוניווערזיטעט' (שפעטער באקאנט אלס דער 'מאסקווער לערער-בילדונג אינסטיטוט') און ביים קאמוניסטישן אוניווערזיטעט פאַר נאַציאָנאַלע מינאָריטעטן פון מערב (וואָס די ייִדיש־רעדער האָבן גערופן "מערבקע"){{הערה|שם=ייווא}}.
שטודירנדיג [[לינגוויסטיק|פילאָלאָגיע]] אין דער [[מאסקווע שטאט אוניווערסיטעט|מאָסקווער שטאַט אוניווערזיטעט]] אין די יארן 1921 און 1922, האט פאלקאוויטש געארבעט פאר דעם קאמיסאריאט פון אויפקלערונג. שפעטער האט ער פארגעלערנט איבער יידישער [[לינגוויסטיק]] ביי דער צווייטער מאסקווער שטאַט אוניווערזיטעט (שפעטער באקאנט אלס דער מאָסקווער פּעדאַגאָגישער אינסטיטוט) און ביים קאמוניסטישן אוניווערזיטעט פאַר נאַציאָנאַלע מינאָריטעטן פון מערב (וואָס די ייִדיש־רעדער האָבן גערופן "מערבקע"){{הערה|שם=ייווא}}.


צוזאמען מיט [[אייזיק זארעצקי]], איז פאלקאוויטש געווען צענטראל אין פארמירן די סטאנדארטן פון סאוויעטישן יידיש אין באצוג צו לעקסיקאן, [[גראמאטיק]], סטיל, און אויסלייג{{הערה|שם=ייווא}}. ער האט אנגעהויבן פארעפנטליכן וויסנשאפטליכע ארטיקלען דערוועגן אין 1927. אין די 1930ער יארן האט ער אָפט געשריבן אינעם קיעווער לינגוויסטישן זשורנאל "אויף שפּראַך-פראָנט". אין [[דעצעמבער 15]], [[1936]], האט ער אנטיילגענומען אין דער זיצונג אין מאסקווע, וועלכע איז געווידמעט געווען צו באהאנדלען דער פראגע וועגן דעם מלוכה-סטאַטוס פון דער אידישער שפראך – אין צוזאמהאנג מיט א פלאן צו שאפן אין [[ביראבידזשאן]], באזירט אויף דער [[אידישע אויטאנאמע געגנט|אידישער אויטאנאמער געגנט]], א אידישע רעפובליק{{הערה|שם=eleven|{{קישור כללי|כתובת=https://eleven.co.il/jewish-languages/yiddish/14250/|כותרת=Фалькович Элияху|שפה=ru}}}}.
אין מערץ 1937, נאכן פארטיידיגן דאס לערנען [[חומש]] און די ווערק פון [[חיים נחמן ביאליק]] און [[שלום אש]], איז פאלקאוויטש אויסגעשטאנען שאַרפער קריטיק מצד זיינע קאָלעגעס פאַר זיינע "בורזשואַזנע נאַציאָנאַליסטישע" אידעאָלאָגישע "חטאָים", און האט צייטווייליג פארלוירן זיינע שטעלעס{{הערה|שם=ייווא}}. מיט אַ יאָר שפּעטער האָט מען פאַרמאַכט דעם יידישן אָפּטייל אינעם אינסטיטוט.


נאכן פארטיידיגן דאס לערנען פון [[חומש]] און די ווערק פון [[חיים נחמן ביאליק]] און [[שלום אש]], האט פאלקאוויטש צייטווייליג פארלוירן זיינע שטעלעס אין יאר 1937{{הערה|שם=ייווא}}.
צוזאמען מיט [[אייזיק זארעצקי]], איז פאלקאוויטש געווען צענטראל אין פארמירן די סטאנדארטן פון סאוויעטישן יידיש אין באצוג צו לעקסיקאן, [[גראמאטיק]], סטיל, און אויסלייג{{הערה|שם=ייווא}}. ער האט אנגעהויבן פארעפנטליכן שטודיעס דערוועגן אין 1927. אין די 1930ער יארן האט ער אָפט געשריבן אינעם קיעווער לינגוויסטישן זשורנאל "[[די יידישע שפראך|אפנ שפּראַכפראָנט]]". אין [[דעצעמבער 15]], [[1936]] האט ער אנטיילגענומען אין א זיצונג אין מאסקווע, וועלכע איז געווען געווידמעט צו באהאנדלען דער פראגע וועגן דער סאָציאַלער סטאַטוס פון דער אידישער שפראך – אין צוזאמהאנג מיט א פלאן צו שאפן א אידישע רעפובליק אין [[ביראבידזשאן]]{{הערה|שם=eleven|{{ענצ רוסיש|14250|Фалькович Элияху}}}}.


==שפעטערע יארן==
==שפעטערע יארן==

רעוויזיע פון 05:21, 2 יולי 2024

 

עליע פאלקאוויטש
Falkovich I M.jpg
געבורט 1898
האָמעל, ווייסרוסלאַנד, רוסישע אימפעריע
פטירה 1979 (אלט: 81 בערך)
מאָסקווע
פאך לינגוויסט

אליהו "עליע"[1] פאַלקאָוויטש (רוסיש: Эли Маркович Фалькович; ‏1898, האָמעל, ווייסרוסלאַנד, רוסישע אימפעריע1979, מאָסקווע) איז געווען א בעלארוסיש-אידישער יידיש לינגוויסט[2][3]. ער האט באקומען דעם "אָרדן פון לענין" פאר זיין ארבעט אלס א מעדיצינישער העלפער אין דער צווייטער וועלט-מלחמה. פאלקאוויטש האט ארויסגעגעבן ווערק וועגן יידיש אויסלייג און גראמאטיק.

יונגע יארן

פאלקאוויטש איז געבוירן אין האָמליע אין דער מאָהילעווער גובערניע פון רוסישן אימפעריע (היינט בעלאַרוס), און האט דארט געוואוינט ביז צו די ניינצן יאר אלט. ביי די 15 יאר האט ער אנגעהויבן געבן פּריוואטע לעקציעס אלס לערער און האט זיך אנגעשלאסן אין די 'צעירי ציון' ארגאניזאציע. אין 1917 און 1918 איז ער געווען דער שולע-פירער פון א אידישע שולע אין סאַראַפּול. דערנאך האט ער זיך צייטווייליג אריבערגעצויגן קיין קיעוו, וואו ער איז געווען דער פארוואלטער פון א קינדער-קלוב אין 1918 און 1919, איידער ער איז אין 1920 און 1921 געווארן א קולטור-ארבעטער פאר דער רויטער ארמיי, סטאַנציאנירט אין דער מאָסקווער געגנט[2].

מיטעלע יארן

שטודירנדיג פילאָלאָגיע אין דער מאָסקווער שטאַט אוניווערזיטעט אין די יארן 1921 און 1922, האט פאלקאוויטש געארבעט פאר דעם קאמיסאריאט פון אויפקלערונג. שפעטער האט ער פארגעלערנט איבער יידישער לינגוויסטיק ביי דער צווייטער מאסקווער שטאַט אוניווערזיטעט (שפעטער באקאנט אלס דער מאָסקווער פּעדאַגאָגישער אינסטיטוט) און ביים קאמוניסטישן אוניווערזיטעט פאַר נאַציאָנאַלע מינאָריטעטן פון מערב (וואָס די ייִדיש־רעדער האָבן גערופן "מערבקע")[2].

אין מערץ 1937, נאכן פארטיידיגן דאס לערנען חומש און די ווערק פון חיים נחמן ביאליק און שלום אש, איז פאלקאוויטש אויסגעשטאנען שאַרפער קריטיק מצד זיינע קאָלעגעס פאַר זיינע "בורזשואַזנע נאַציאָנאַליסטישע" אידעאָלאָגישע "חטאָים", און האט צייטווייליג פארלוירן זיינע שטעלעס[2]. מיט אַ יאָר שפּעטער האָט מען פאַרמאַכט דעם יידישן אָפּטייל אינעם אינסטיטוט.

צוזאמען מיט אייזיק זארעצקי, איז פאלקאוויטש געווען צענטראל אין פארמירן די סטאנדארטן פון סאוויעטישן יידיש אין באצוג צו לעקסיקאן, גראמאטיק, סטיל, און אויסלייג[2]. ער האט אנגעהויבן פארעפנטליכן שטודיעס דערוועגן אין 1927. אין די 1930ער יארן האט ער אָפט געשריבן אינעם קיעווער לינגוויסטישן זשורנאל "אפנ שפּראַכפראָנט". אין דעצעמבער 15, 1936 האט ער אנטיילגענומען אין א זיצונג אין מאסקווע, וועלכע איז געווען געווידמעט צו באהאנדלען דער פראגע וועגן דער סאָציאַלער סטאַטוס פון דער אידישער שפראך – אין צוזאמהאנג מיט א פלאן צו שאפן א אידישע רעפובליק אין ביראבידזשאן[4].

שפעטערע יארן

פאלקאוויטש האט זיך פרייוויליג אנגעשלאסן אין דער רויטער ארמיי אין 1941, און געארבעט אלס א מעדיצינישער העלפער בשעת דער צווייטער וועלט-מלחמה, ראטעווענדיג די לעבנס פון 88 פארוואונדעטע מענטשן אין איין שלאכט, און דערפאר באקומען דעם "ארדן פון לענין" אין זומער 1942[2][5]. אין 1943–1948 איז ער געווען אַ מיטגליד פונעם אידישן אנטי-פאשיסטישן קאמיטעט[4].

נאך דער מלחמה איז פאלקאוויטש געווען דער הויפט רעדאקטאר פון דער מאסקווער יידישער פארלאג "אמת" ביז עס איז ליקווידירט געווארן אין יאר 1948[2]. אין די 1950ער יארן, נאך דער פארניכטונג פון דער אידישער סאוויעטישער קולטור, האט ער געארבעט אלס לערער אויף דער רוסישער שפראך.

אנהייבנדיג פון יאר 1961, ווען עס האָט אָנגעהויבן צו ערשיינען דער זשורנאַל "סאוועטיש היימלאנד", פלעגט ער פון צייט צו צייט פארעפנטליכן אויף זיינע שפאלטן פאפולערע ארטיקלען איבער די פראגעס פונעם סטיל פון אידישער ליטעראטור[4]. אין יענע יארן האט פאלקאוויטש געהאלפן פארמירן א רעווידירטע יידישע אויסלייג[2]. דערצו האט פאלקאוויטש אויך פארעפנטליכט צוויי גראמאטישע סקיצן פון יידיש, איינס אין א מאנאגראפיע וועגן סאוויעטישע נאציאנאלע שפראכן (1966) און די אנדערע (נאך זיין פטירה) אלס א צוגאב צו א רוסיש-יידיש ווערטערבוך (1984)[6]. אין 19741978 האָט ער געפירט אין "סאוועטיש היימלאַנד" די רובריק "פאַר די, וואָס לערנען ייִדיש".

פאלקאוויטש איז געשטארבן אין יאר 1979, אין עלטער פון אכציג אדער 81 יאר[2].

אויסדערוועלטע פּובליקאַציעס

  • גראַמאַטיק פאַר דערוואַקסענע, מאָסקווע, 1929
  • גראַמאַטיק פאַר דערוואַקסענע, די צווייטע, פארפולקאמטע אויפלאַגע, מאָסקווע – כארקאוו – מינסק, 1930
  • ייִדיש פאַר דערוואַקסענע, מאָסקווע, 1936
  • ייִדיש, מאָסקווע, 1940
  • רוסיש-ייִדיש ווערטערביכל פאַר דער אָנפאַנג-שול, מאָסקווע, 1941
  • Искусство лектора, מאסקווע, 1960
  • «Еврейский язык (идиш)», Языки народов СССР, т. 1. М., 1966
  • «О языке идиш», רוסיש-ייִדישער ווערטערבוך (אונטער דער רעדאקציע פון מ.שפּירא, א.ספּיוואַק און מ. שולמאַן), מאָסקווע, 1984 און מאָסקווע, 1989
  • (צוזאַמען מיט מ.שפּירא) В помощь изучающим идиш, פעטערבורג, 2006

רעפערענצן

  1. לויט די כללים פון דער סאָוויעטישער אידישער אָרטאָגראַפיע.
  2. 2.0 2.1 2.2 2.3 2.4 2.5 2.6 2.7 2.8 Falkovitsh, Elye, אויף ייווא ענציקלאפּעדיע
  3. "ארכיון סופר וחוקר היידיש אליהו פלקוביץ – רוסיה". קדם ליציטאציע הויז. Retrieved July 12, 2019.
  4. 4.0 4.1 4.2 Фалькович Элияху, אין די אידישע ענציקלאָפּעדיע אין רוסיש אויפ'ן געוועב (רוסיש)
  5. Фалькович Элья Мордухович 1898г.р. (רוסיש)
  6. Nath, Holger (December 2009). "The Passive in Soviet Yiddish" (PDF) (in English). Center for Language and Cognition Groningen. pp. 182–199. Archived from the original (PDF) on 2016-08-12. Retrieved 2016-05-09.{{cite web}}: CS1 maint: unrecognized language (link)
טיילן פון דער ארטיקל זענען מעגליך איבערגעזעצט פון ענגליש וויקיפעדיע
cc-by-sa 3.0 ערלויבענישאריגינעלער בלאטביישטייערער