אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:תהלים"
ק (←דוד: טעות סופר) |
|||
(10 מיטלסטע ווערסיעס פון 4 באַניצער נישט געוויזן.) | |||
שורה 1: | שורה 1: | ||
[[טעקע:Bhs psalm1.png|left| | [[טעקע:Bhs psalm1.png|left|קליין|250px|דער ערשטער קאפיטל תהלים]] | ||
[[בילד:Psalms scroll.PNG|קליין | [[בילד:Psalms scroll.PNG|קליין|ספר תהלים פון דוד מלך ישראל נעים זמירות ישראל]] | ||
'''תהלים''' איז דער ערשטער [[ספר]] וואס דערעפענט די טייל פון [[כתובים]] אין [[תנ"ך]] | '''תהלים''' איז דער ערשטער [[ספר]] וואס דערעפענט די טייל פון [[כתובים]] אין [[תנ"ך]] | ||
אנדערשט ווי אלע אנדערע ספרים אין [[תנ"ך]], איז די ספר תהלים כשמו כן הוא, פיל בלויז מיט [[לויב]] און [[געזאנג]] צו [[גאט]], [[ליד]]ער און | אנדערשט ווי אלע אנדערע ספרים אין [[תנ"ך]], איז די ספר תהלים כשמו כן הוא, פיל בלויז מיט [[לויב]] און [[געזאנג]] צו [[גאט]], [[ליד]]ער און ארויסברענגען [[געפיל]]ן. | ||
== נאמען פון ספר == | == נאמען פון ספר == | ||
דער [[נאמען]] פונעם [[ספר]] '''תהלים''' | דער [[נאמען]] פונעם [[ספר]] '''תהלים''' שטאַמט פון וואָרט "הלל", לויבן, דערפן "תהלה", אַ לויב, און אין מערצאָל "תהלות", און עס איז אויך געוואָרן אין מערצאָל דאָס וואָרט תהלים. אין לשון [[חז"ל]] אין תלמוד הייסט ער "ספר תהלים", און טיילמאָל אויך "תילים", און "תילי" אין נסמך.<ref>פּסחים קי"ז, "תילי דבי רב חנן"</ref> און די אויסשפראך איז נאך באנוצט און געהיטן ביי טייל קרייזן פון כלל ישראל ביזן היינטיגן טאג. פון די [[מיטל אלטער]] מפרשים, ווי צ.ב.ש. דער [[רמב"ן]] און ספעציעל די [[אבן עזרא]], זענען געווען פון זיי וואס האבן דאס גערופן '''תהילות'''. | ||
ביי די אלגעמיינע [[קריסט]]ליכע [[גוים]] הייסט דאס ''פסאלמעס'' אלס דער ''בוך פון פידל''. | ביי די אלגעמיינע [[קריסט]]ליכע [[גוים]] הייסט דאס ''פסאלמעס'' אלס דער ''בוך פון פידל''. דאס ווארט [[פזמון]] שטאמט פון דעם ענליכקייט. | ||
ביי די מוסולמענער הייסט דאס די בוך פון ''זאבור'' און לויט זיי איז דאס פון [[הימל]] פונקט ווי די [[תורה]] וואס [[גאט]] האט אנטפלעקט איידער דעם [[קוראן]] נאך. | ביי די מוסולמענער הייסט דאס די בוך פון ''זאבור'' און לויט זיי איז דאס פון [[הימל]] פונקט ווי די [[תורה]] וואס [[גאט]] האט אנטפלעקט איידער דעם [[קוראן]] נאך. | ||
שורה 19: | שורה 19: | ||
== אייטיילונג פון ספר == | == אייטיילונג פון ספר == | ||
=== איינטיילונג פאר פרקים === | === איינטיילונג פאר פרקים === | ||
דאס ספר תהלים איז אן איינזאמעלונג פון פארשידענע [[געזאנג]]ען און [[ליד]]ער אין [[פארעם]] פון [[מזמור]]ים, און יעדע מזמור שטייט פאר זיך ווי א גאנצער באשעפעניש פארשלאסן און אפגעטיילט פון די | דאס ספר תהלים איז אן איינזאמעלונג פון פארשידענע [[געזאנג]]ען און [[ליד]]ער אין [[פארעם]] פון [[מזמור]]ים, און יעדע מזמור שטייט פאר זיך ווי א גאנצער באשעפעניש פארשלאסן און אפגעטיילט פון די איבריגע. און אונזערע היינטיגע געדרוקטע תהלים'לעך געפינט זיך הונדערט און פופציג קאַפּיטלעך, און יעדע קאַפּיטל אנטהאלט א מזמור. | ||
אונזער ווערסיע איז א [[ניי]]ער רעלאטיוו, און [[חז"ל]] טרעפן מיר בלויז דעם צאל פון 147 | אונזער ווערסיע איז א [[ניי]]ער רעלאטיוו, און [[חז"ל]] טרעפן מיר בלויז דעם צאל פון 147 ("קמ"ז") קאַפּיטלעך, דאס שטעלן חז"ל אויס קעגן די לעבן'ס - יארן פון [[יעקב אבינו]]<ref>ירושלמי שבת פּרק ט"ו; [[מסכת סופרים]] פרק ט"ז, הלכה י"א; הובא בתוספות על [[תלמוד בבלי]], [[מסכת פסחים]] דף קי"ז, עמוד א; זייט מעיין אין נודע ביהודה מהדורה תנינא - קונטרס אחרון סימן קיב ד"ה און זעהט וואס ער פרעגט דארטן.</ref> דער צווישענשייד פון [[חז"ל]]ס צאל ביז אונזער ציילונג שטאמט פון דעם וואס א טייל פון די פרקים וואס ערשיינען אלס איין מזמור אין זייער ציילונג זענען היינט געציילט געווארן אין עקסטערע פרקים. אבער עס איז נישט קלאר וועלכעס דאס איז פונקטליך. ("אשרי ולמה רגשו חדא פּרשתא היא", ברכות ט'). דאָס ספר תהילים איז אויך איינגעטיילט אין 5 ספרים, און אין 5 "חומשים" און פון דער גמרא קידושין לג ("שני חומשין שניתי לו בספר תהלים") איז צו זען אַז די דאָזיקע איינטיילונג איז אַ זייער אַלטע. שפּעטער האָט מען איך איינגעטיילט דעם תהלים צו זאָגן יעדן טאָג אַ "[[יום]]" תהלים, אַזוי, אַז מען זאָל אין פאַרלויף פון דער וואָך קאָנען אויסזאָגן גאַנץ תהלים. | ||
דער | די מזמורים אין תהלים זענען פון פאַרשידענע אינהאַלט. און די גמרא פּסחים קי"ז האָט שוין באַמערקט, אַז פון די מזמורים זענען פאַראַן טייל, וואואָס זענען תפילות, טייל לויב־געזאַנגען צו גאָט, אַנדערע דידאקטישע דברי מוסר און אָנווייזונגען, אַז דער מענטש דאַרף גיין אין גוטן וועג. דאָס ערשטע קאַפּיטל תהלים, דער "אשרי האיש אשר לא הלך בעצת רשעים", אין וועלכן עס ווערט אָנגעוויזן, אַז וואויל איז דעם מענטש וואָס גייט ניט אין די וועגן פון די רשעים און אַז דער סוף פון רשע איז אַ שלעכטער, און דער סוף פון צדיק איז אַ גוטער, איז אייגנטלעך דער לייט־מאָטיו פאַר דעם גאַנצן ספר תהלים. די תפלות פון תהלים, דאָס אויסטענהען זיך פון איינצלנעם מענטש מיט גאָט, דאָס אויסגיסן דאָס האַרץ און אויסדריקן די האָפענונג און בטחון אין דער געטלעכער הילף, איז דער גרונט־שטריך פון תהלים. | ||
די מזמורים ווערן באַציייכנט אין אָנהויב מיט פאַרשידענע נעמען ווי "מזמור", "תפלה", "תהלה"', "שגיון" און אַנדערע, און גאַנץ אָפט הויבט זיך אָן דער מזמור מיט דעם וואָרט "למנצח" וואָס ווערט געטייטשט "צום דיריגענט", צו דעם וואָס האָט אָנגעפירט מיט די זינגערס, וועלכע האָבן דאָס קאַפּיטל תהלים געזונגען. פון דעם איז צו זען אַז אין תהלים געפינען מיר אויך אַ זאַמלונג פון געזאַנג־ווערטער, וועלכע זענען געזונגען געוואָרן ביי פאַרשידענע פייערלעכקייטן (דערויף ווייזן אָן אויך די אָנהויבן פון טייל מזמורים "חנוכת הבית", ,ליום השבת" און אַנדערע). אין דער משנה סוכה פּרק ד' און אַנדערע ערטער ווערט געזאָגט, אַז די לויים האָבן געזונגען די מזמורים פון תהלים אין בית המקדש (אָנדייטונג אין דברי הימים ב' ז' "בהלל דוד"). אין דער משנח סוף תמיד ווערן אויסגערעכנט די מזמורים (דער היינטיקער "יום" וואָס איז ניט דער דערמאָנטער, יום'), וואָס די לויים האָבן געזונגען אין בית המקדש יעדן טאָג,. די דאָזיקע מזמורים זענען זיכער אויך באגלייט געוואָרן מיט מוזיק אויף מוזיקאַלישע אינסטרומענטן (די "כלי שיר" פון דברי הימים), ווי "על השמינית", אַ מוזיקאַלישער אינסטרומענט וואָס האָט וואַרשייינלעך געהאַט 8 סטרונעס און אַנדערע | |||
=== איינטיילונג אין ספרים === | === איינטיילונג אין ספרים === | ||
תהלים איז צעטיילט פון 5 ספרים, אן איינטיילונג וואס דעקענט זיך פונעם לשון פון די פארענדיגטע פסוקים פון יעדן ספר: | תהלים איז צעטיילט פון 5 ספרים, אן איינטיילונג וואס דעקענט זיך פונעם לשון פון די פארענדיגטע פסוקים פון יעדן ספר: | ||
# פרקים א-מא. דער ספר פארענדיגט זיך מיטן פסוק: "בָּרוּךְ ה' | # פרקים א-מא. דער ספר פארענדיגט זיך מיטן פסוק: "בָּרוּךְ ה' אֱלֹקֵי יִשְׂרָאֵל מֵהָעוֹלָם וְעַד הָעוֹלָם אָמֵן וְאָמֵן" | ||
# פרקים מב-עב. דער ספר פארענדיגט זיך מיטן פסוק: "כָּלּוּ תְפִלּוֹת דָּוִד בֶּן יִשָׁי" | # פרקים מב-עב. דער ספר פארענדיגט זיך מיטן פסוק: "כָּלּוּ תְפִלּוֹת דָּוִד בֶּן יִשָׁי" | ||
# פרקים עג-פט. פארשליסט זיך: "בָּרוּךְ ה' לְעוֹלָם אָמֵן וְאָמֵן" | # פרקים עג-פט. פארשליסט זיך: "בָּרוּךְ ה' לְעוֹלָם אָמֵן וְאָמֵן" | ||
# פרקים צ-קו. פארשליסט זיך מיט:"בָּרוּךְ ה' | # פרקים צ-קו. פארשליסט זיך מיט:"בָּרוּךְ ה' אֱלֹקֵי יִשְׂרָאֵל מִן הָעוֹלָם וְעַד הָעוֹלָם וְאָמַר כָּל הָעָם אָמֵן הַלְלוּ-יָהּ" | ||
# פרקים קז-קנ. פארזיגעלט דעם גאנצן תהלים מיטן פסוק: "כֹּל הַנְּשָׁמָה תְּהַלֵּל יָהּ הַלְלוּ-יָהּ" | # פרקים קז-קנ. פארזיגעלט דעם גאנצן תהלים מיטן פסוק: "כֹּל הַנְּשָׁמָה תְּהַלֵּל יָהּ הַלְלוּ-יָהּ" | ||
דאס ווערט בלויז באטראכט אלס אינעווייניגסטער צעטיילונג אין ספרים, כלפי דעם דערויסענדער ציילונג פון די 24 ספרי המקרא ווערט דאס פארעכענט פאר | דאס ווערט בלויז באטראכט אלס אינעווייניגסטער צעטיילונג אין ספרים, כלפי דעם דערויסענדער ציילונג פון די 24 ספרי המקרא ווערט דאס פארעכענט פאר איינס. | ||
=== איינטיילונג צו פסוקים === | === איינטיילונג צו פסוקים === | ||
לויט אונזער איינטיילונג פון די פסוקים, געפינט זיך אין ספר תהלים 2527 פסוקים. לויט דעם איינטיילונג, איז דער מיטלסטער פסוק אינעם גאנצן ספר: "וַיְפַתּוּהוּ בְּפִיהֶם וּבִלְשׁוֹנָם יְכַזְּבוּ לוֹ" (עח, לו). | לויט אונזער איינטיילונג פון די פסוקים, געפינט זיך אין ספר תהלים 2527 פסוקים. לויט דעם איינטיילונג, איז דער מיטלסטער פסוק אינעם גאנצן ספר: "וַיְפַתּוּהוּ בְּפִיהֶם וּבִלְשׁוֹנָם יְכַזְּבוּ לוֹ" (עח, לו). | ||
אבער אין [[תלמוד בבלי]] ([[מסכת קידושין]] דף ל, עמוד א) איז א דיון אין צוזאמענהאנג פון די צאל פסוקים אין ספר תהלים, און לגבי דאס מיטלסטע פון זיי. | אבער אין [[תלמוד בבלי]] ([[מסכת קידושין]] דף ל, עמוד א) איז א דיון אין צוזאמענהאנג פון די צאל פסוקים אין ספר תהלים, און לגבי דאס מיטלסטע פון זיי. לויט דער גמרא, איז דער מיטלסטער פסוק: "וְהוּא רַחוּם יְכַפֵּר עָוֹן וְלֹא יַשְׁחִית וְהִרְבָּה לְהָשִׁיב אַפּוֹ וְלֹא יָעִיר כָּל חֲמָתוֹ" (עח, לח) וואס איז פארוקט פון בלויז 2 פסוקים פון אונזער היינטיגער מיטלסטער פסוק. | ||
מיט דעם אלעם, איז לויט דער דארטיגער [[סוגיא]] פארהאן 5896 פסוקים אינעם גאנצן ספר, מער ווי | מיט דעם אלעם, איז לויט דער דארטיגער [[סוגיא]] פארהאן 5896 פסוקים אינעם גאנצן ספר, מער ווי דאפלט פון אונזער [[חשבון]]. אבער די גמרא שרייבט דארטן אז מיר זענען נישט באקאנט וויאזוי איינצוטיילן די פסוקים ווי אמאל, דעריבער איז אונזער ציילונג אנדערשט ווי זייער ציילונג. | ||
== איינטיילונג צו סדרים == | == איינטיילונג צו סדרים == | ||
=== נאך איינטיילונגען === | === נאך איינטיילונגען === | ||
תהלים ווערט אויך איינגעטיילט אויף די דרייציג טעג אין א חודש און און אויף די זיבן טעג פון דער וואך. | תהלים ווערט אויך איינגעטיילט אויף די דרייציג טעג אין א חודש און און אויף די זיבן טעג פון דער וואך. | ||
== מחבר פון תהלים == | == מחבר פון תהלים == | ||
ווער איז דער מחבר פון ספר תהלים? געוויינלעך איז אָנגענומען געוואָרן דורך דער טראַדיציע, אַז דוד המלך האָט מחבר געווען דעם גרעסטן טייל פון די מזמורים, און אַחוץ אים האָבן אויך מחבר געווען מזמורים ידותון, אסף, די בני קרח און אַנדערע, וועמענס נעמען ווערן דערמאָנט אין אָנהוייב פון טייל קאַפּיטלעך. אויף איין קאַפּיטל ווערט אָנגעגעבן דער נאָמען פון משה ("תפלה למשה", קאַפּיטל צ') אויף 2 קאַפּיטלעך שלמה. דער תנא רבי מאיר אין פּסחים קי"ז זאָגט, אַז דוד האָט מחבר געווען אַלע קאַפּיטלעך. דאָס קאַפּיטל י"ח אין תהלים פון דוד איז פאַראַן אויך אין שמואל ב' כ"ב פון דוד, וועלכער ווערט אין שמואל ב' כ"ג אויך אָנגערופן "נעים זמירות ישראל". טייל מפרשים, ווי רבי [[אברהם אבן עזרא]] אין זיין הקדמה, רבי משה גיקטלייא (געבראַכט אין פּירוש פון אבן עזרא), רבי דוד קמחי (רד"ק) און אַנדערע, האַלטן, אַז טייל קאַפּיטלעך תהלים זענען געשריבן געוואָרן אַ סך שפּעטער פון דוד המלך, און טייל אַפילן נאָכן חורבן פון 1טן בית המקדש, ווי למשל דאָס קאַפּיטל קל"ז "על נהרות בבל שם ישבנו", וואָס פון אינהאַלט איז צו זען, אַז דאָס איז געשריבן געוואָרן נאָכדעם ווי די אידן זענען פאַרטריבן געוואָרן אין גלות בבל ביים חורבן פון 1טן בית המקדש. וועגן א סך קאַפּיטלעך פון תהלים זענען דעריבער פאַראַן פאַרשידענע מיינונגען בנוגע דער פראַגע, ווען זיי זענען פאַרפאַסט געוואָרן. | |||
אין די קעפלעך פון 100 פון די מזמורים פון תהלים ווערט אראפגעברענגט א נאמען פון א מענטש אדער א גרופע מענטשן, שטענדיג מיט א ל' וואס דינט אלס [[רילעישאן]] פאר דעם. די ל' איז געווארן פארטייטשט אין אסאך פארשידענע וועגן: | אין די קעפלעך פון 100 פון די מזמורים פון תהלים ווערט אראפגעברענגט א נאמען פון א מענטש אדער א גרופע מענטשן, שטענדיג מיט א ל' וואס דינט אלס [[רילעישאן]] פאר דעם. די ל' איז געווארן פארטייטשט אין אסאך פארשידענע וועגן: | ||
* רוב [[קלאס]]ישע [[מפרשים]] זענען דאס מפרש אז דער ל' מיינט אנציצייכענן דעם נאמען פון איר מחבר פונעם מזמור. אזוי ארום איז למשל די קעפל "לדוד" ארויסצוברענגן אז דוד איז דער וואס האט דאס געשריבן און קאמפאזירט דעם מזמור. | * רוב [[קלאס]]ישע [[מפרשים]] זענען דאס מפרש אז דער ל' מיינט אנציצייכענן דעם נאמען פון איר מחבר פונעם מזמור. אזוי ארום איז למשל די קעפל "לדוד" ארויסצוברענגן אז דוד איז דער וואס האט דאס געשריבן און קאמפאזירט דעם מזמור. | ||
שורה 53: | שורה 56: | ||
=== דוד === | === דוד === | ||
לויט ווי עס ווערט פארציילט אין די [[מקרא]], האט דוד זיך אויסגעקענט מיטן [[פידל]] אין זייער [[לשון]] "יודע נגן", און עס ווערט אויך פארציילט אז ער איז געברענגט געווארן פארן [[קעניג]] [[שאול]] [[כדי]] צו זינגן מיט זיין [[פידל]] בעפאר אים כדי צו דערווייטערן די [[מרה שחורה]] וואס האט באפאלן שאול'ן. | לויט ווי עס ווערט פארציילט אין די [[מקרא]], האט דוד זיך אויסגעקענט מיטן [[פידל]] אין זייער [[לשון]] "יודע נגן", און עס ווערט אויך פארציילט אז ער איז געברענגט געווארן פארן [[קעניג]] [[שאול]] [[כדי]] צו זינגן מיט זיין [[פידל]] בעפאר אים כדי צו דערווייטערן די [[מרה שחורה]] וואס האט באפאלן שאול'ן. | ||
אין [[מסכת פסחים]], האבן [[חז"ל]] באשטימט: "אז אלע געזאנגן און לויבן וואס ווערט דערמאנט אין ספר תהלים האט דוד זיי געזאגט" | אין [[מסכת פסחים]], האבן [[חז"ל]] באשטימט: "אז אלע געזאנגן און לויבן וואס ווערט דערמאנט אין ספר תהלים האט דוד זיי געזאגט" | ||
שורה 59: | שורה 62: | ||
טראץ דעם, ווערט געברענגט אין [[ברייתא]], [[מסכת]] [[בבא בתרא]]: "[[דוד המלך|דוד]] האט געלאזט שרייבן דעם ספר תהלים דורך 10 זקנים: דורך [[אדם הראשון]], דורך [[מלכיצדק]], און דורך [[אברהם]], און דורך [[משה]], און דורך [[הימן]], און דורך [[ידותון]], און דורך [[אסף]], און דורך די 3 [[קינדער]] פון [[קרח]]" | טראץ דעם, ווערט געברענגט אין [[ברייתא]], [[מסכת]] [[בבא בתרא]]: "[[דוד המלך|דוד]] האט געלאזט שרייבן דעם ספר תהלים דורך 10 זקנים: דורך [[אדם הראשון]], דורך [[מלכיצדק]], און דורך [[אברהם]], און דורך [[משה]], און דורך [[הימן]], און דורך [[ידותון]], און דורך [[אסף]], און דורך די 3 [[קינדער]] פון [[קרח]]" | ||
אויף די ערשיינונג פון די פרקים פון תהלים וואס רעדן ארום אויף טעמעס אסאך שפעטער ווי דוד המלך שרייבט | אויף די ערשיינונג פון די פרקים פון תהלים וואס רעדן ארום אויף טעמעס אסאך שפעטער ווי דוד המלך שרייבט [[רבי אברהם בן עזרא]] אין זיין [[אריינפיר]] צו ספר תהלים: "עס איז דא א גרויסע מחלוקת צווישן די מפרשים, טייל זאגן אז דוד האט דאס געשריבן און ער איז געווען א נביא, ... און טייל זאגן אז דער תהלים האט נישט קיין [[נבואה]], און דערפאר האבן איר די [[קדמונים]] געשריבן צוזאמן מיט [[איוב]] און די [[מגילות]]... און זיי זאגן אז 'על נהרות בבל' - האט פארפאסט איינער פון די [[משוררים]] אין [[בבל]]... און אויך אז אסף ... איז נישט דער אסף פון דוד'ס צייטן." | ||
אין סך הכל זענען 73 מזמורים אנגעצייכענט ביי זייער אנפאנג די ווארט לדוד, 12 מזמורים פאר אסף, 11 פאר די קינדער פון קרח, 2 מזמורים פאר שלמה, איין מזמור פאר איתן האזרחי (וואס לויט די מסורת איז דאס אברהם) איין מזמור פאר משה, און 3 מזמורים ווערט דערמאנט ידותון. פופציג מזמורים טראגן בכלל נישט קיין שום דערמאנונג פון א נאמען פון א פארפאסער. | אין סך הכל זענען 73 מזמורים אנגעצייכענט ביי זייער אנפאנג די ווארט לדוד, 12 מזמורים פאר אסף, 11 פאר די קינדער פון קרח, 2 מזמורים פאר שלמה, איין מזמור פאר איתן האזרחי (וואס לויט די מסורת איז דאס אברהם) איין מזמור פאר משה, און 3 מזמורים ווערט דערמאנט ידותון. פופציג מזמורים טראגן בכלל נישט קיין שום דערמאנונג פון א נאמען פון א פארפאסער. | ||
== קעפלעך פון די מזמורים == | == קעפלעך פון די מזמורים == | ||
=== די ציאונג פונעם קעפל צום קערפער פון מזמור === | |||
=== | |||
=== סארטן מזמורים === | === סארטן מזמורים === | ||
=== סארטן אינטראמענטן === | === סארטן אינטראמענטן === | ||
אין פיל פון די מזמורי תהלים ווערט אראפגעמאלטן אינעם קעפל די סארט אינסטראמענט וואס האט באגלייט דעם ניגון: | אין פיל פון די מזמורי תהלים ווערט אראפגעמאלטן אינעם קעפל די סארט אינסטראמענט וואס האט באגלייט דעם ניגון: | ||
שורה 88: | שורה 87: | ||
* ל[[איתן האזרחי]] (מזמור יחיד - פט) | * ל[[איתן האזרחי]] (מזמור יחיד - פט) | ||
* ל[[משה]] (מזמור יחיד - צ) | * ל[[משה]] (מזמור יחיד - צ) | ||
=== אנצייכענונג פון צייט צו זאגן דעם מזמור === | === אנצייכענונג פון צייט צו זאגן דעם מזמור === | ||
אין טייל מזמורים טרעפן מיר די פאסיגע צייט ווען מען זאל דאס זאגן: | אין טייל מזמורים טרעפן מיר די פאסיגע צייט ווען מען זאל דאס זאגן: | ||
* מזמור שיר ליום השבת (מזמור צב). | * מזמור שיר ליום השבת (מזמור צב). לויט דער משנה (תמיד ז, יד) זינגט מען דעם מזמור שבת אין בית המקדש. | ||
* מזמור לתודה (מזמור ק). היו שפירשו את המזמור כמיועד להיאמר באת הקרבת [[קרבן מנחה|קרבן תודה]]. | * מזמור לתודה (מזמור ק). היו שפירשו את המזמור כמיועד להיאמר באת הקרבת [[קרבן מנחה|קרבן תודה]]. | ||
* מזמור שיר חנוכת הבית (מזמור ל). היו שפירשו את המזמור כמיועד להיאמר בחנוכת בית המקדש. | * מזמור שיר חנוכת הבית (מזמור ל). היו שפירשו את המזמור כמיועד להיאמר בחנוכת בית המקדש. | ||
* להזכיר (מזמורים לח, ע) כפי שצוין, היו שפירשו שמזמורים אלו נועדו להיות תפילה שבאה יחד עם [[ | * להזכיר (מזמורים לח, ע) כפי שצוין, היו שפירשו שמזמורים אלו נועדו להיות תפילה שבאה יחד עם [[קרבן מנחה]] שאליו קשור הפועל זכירה, כגון "אזכרתה לה'" (ויקרא ו, ח). | ||
* למנצח על איילת השחר (מזמור כב). היו שביארו את שמזמור זה נאמר בזמן הזריחה (היא איילת השחר). | * למנצח על איילת השחר (מזמור כב). היו שביארו את שמזמור זה נאמר בזמן הזריחה (היא איילת השחר). | ||
== אנווייזונגען וויאזוי דאס צו זאגן == | == אנווייזונגען וויאזוי דאס צו זאגן == | ||
אויסער די וועגן פונעם ניגון וואס ליגט אין קעפל, געפינט זיך אויך די אנווייזונגען וויאזוי דאס צו זינגען. וויכטיג פאר דעם איז דאס ווארט "סֶלָה", וואס באשיינט 71 מאל אינעם ספר. מילה נוספת המשמשת להדרכת הנגינה היא "היגיון", המופיעה במזמור ט, ז. תיבות אחרות שהוצע לקוראן כסימני נעימה הן: "ניצב" (לט, ו), "מיני" (מה, ט), "משכיל" (מז, ח), "אֵלֶם" (מז, ח), "רַבָּה" (סב, ג), "יָרוּמוּ" (קמ, ט) | אויסער די וועגן פונעם ניגון וואס ליגט אין קעפל, געפינט זיך אויך די אנווייזונגען וויאזוי דאס צו זינגען. וויכטיג פאר דעם איז דאס ווארט "סֶלָה", וואס באשיינט 71 מאל אינעם ספר. מילה נוספת המשמשת להדרכת הנגינה היא "היגיון", המופיעה במזמור ט, ז. תיבות אחרות שהוצע לקוראן כסימני נעימה הן: "ניצב" (לט, ו), "מיני" (מה, ט), "משכיל" (מז, ח), "אֵלֶם" (מז, ח), "רַבָּה" (סב, ג), "יָרוּמוּ" (קמ, ט) | ||
== אינהאלט== | |||
דאָס ספר תהלים מיט דער פאַרשידנקייט פון אינהאַלט פון זיינע מזמורים, די אינערלעכסטע השתפּכות הנפש פון זיינע תפילות ("תפלה לעני כי יעטוף", "ממעמקים קראתיך ה' "), די פרייד און לויב־געזאַנג צו גאָט ("לכו נרננה", "הודו לה' כי טוב", "הללויה"), דער בטחון און פעסטע אמונה אין דער געטלעכקייט ("ה' רועי לא אחסר"), די בענקשאַפט צו גאָט ("צמאה לך נפשי, כמה לך בשרי"), דאָס באַזינגען די דערהאַבנקייט פון דער געטלעכער נאַטור ("השמים מספרים כבוד אל", "כי אראה שמיך", "ברכי נפשי", דאָס אויסגיסן דעם צער איבער דער אומגערעכטיקייט אין דער ואוועלט "(למה ה' תעמוד מרחוק", "אל נקמות"), דאָס אַלץ האָט געמאַכט דעם ספר תהלים פאַר דעם העכסטן אויסדרוק פון דער מענטשלעכער תפילה און הימן צו דער געטלעכקייט. דער ספר תהלים איז דעריבער געוואָרן דאָס תפילה־ספר פון פיל פעלקער. ביי אידן איז דער ספר תהלים אַזי חשוב, אַז פיל מזמורים זענען אַריינגענומען געוואָרן אין דאַווענען יעדן טאָג און אויך ביי פאַרשידענע געלעגנהייטן; אינדערפרי ווערן געזאָגט אין דאַווענען די "פּסוקי דומרא" ("יהי כבוד", "אשרי" און ווייטער); דעם "יום"; פרייטאגצונאַכטס די קאַפּיטלעך פון לכו נרננה; יום טוב, ראש חודש, חנוכה "הלל"; אָבער אַחוץ די דאָזיקע געוויינלעכע תפילות, זאָגט מען ביי אידן טתם תהלים צי ביי אַן אומגליק"פאַל, ביי אַ קראַנקן, אַ גזירה, אָדער ווען איינער שטאַרבט, צי אין פאַל פון שמחה, פון אַ פרייד צוליב אַ נס, ווען מען איז ניצול געוואָרן פון אַ אומגליק. גאָר פרומע אידן זאָגן אַ גרויסן יום תהלים יעדן טאָג און זענען מסיים דאָס ספר תהלים יעדע וואָך. אין די יידישע שטעט זענען געווען די "חברה תהלים", אידן וואָס פלעגן בציבור אויסזאָגן תהלים. דער פאָרזאָגער האָט געזאָגט איין פּסוק און דער עולם האָט נאָכגעזאָגט דעם צוייטן פּסוק. דאָס זאָגן איז געווען מיט אַ באַזונדערער רירנדער מעלאָדיע, "תהלים־מעלאָדיע". אין די סידורים זענען פאַראַן אַ "יהי רצון" צו זאָגן פאַר דעם זאָגן תהלים און אַ "יהי רצון" אויף נאָכן זאָגן תהלים. | |||
== קולטור == | |||
דאָס זאָגן תהלים איז געשילדערט געוואָרן אויך אין דער ידישער ליטעראַטור (שלום אַשס "תהלים-ייד", אַנסקי אין "דיבוק" און אַנדערע). צום תהלים זענען אויך געשאַפן מוזיקאַלישע ווערק דוורך באַרימטע קאָמפּאָזיטאָרן (באַך, מענדלסאָן און אַנדערע). דאָס ספר תהלים איז איבערזעצט געוואָרן אין זייער פיל שפּראַכן און פיל מאָל אויך אין [[יידיש]]. הונדערטער פּירושים און מאָדערנע קאָמענטאַרן און פאָרשונגען צום תהלים זענען געשריבן געוואָרן אין פאַרשידענע צייטן. זע אין דער איינלייטונג פון ש. ל. גאָרדאָן צום ספר תהלים און זיין ביאור. | |||
== מדרש == | |||
צום ספר תהלים איז פאַראַן אַ מדרש; מען רופט אים [[מדרש תהלים]] און אויך "שוחר טוב" ווייל ער הויבט זיך אָן מיטן פּסוק "שוחר טוב יבקש רצון" (משלי י"א). אין ירושלמי כלאים ט' ווערט דערמאָנט אַ "ספר תהלים אגדה"; אין מדרש בראשית רבה ל"ג ווערט דערמאָנט "אגדת תהלים"; זע אין דער אויסגאַבע פון מדרש שוחר טוב דורך שלמה באָבער און אין דער איינלייטונג צו איר. | |||
== זאגן תהלים אין אידישע טראדיציע == | == זאגן תהלים אין אידישע טראדיציע == | ||
שורה 109: | שורה 120: | ||
*[[תפילה]] | *[[תפילה]] | ||
== | == וועב־לינקן == | ||
{{Commonscat|Psalters}} | {{Commonscat|Psalters}} | ||
* [https://digital.bodleian.ox.ac.uk/objects/2303b438-073b-4e0e-81b6-4955acffb6b0/surfaces/eab69ce3-2e1b-49cb-b193-65308e6a8dd4/ אידישע איבערזעצונג פון קאפיטל קי"ט] אין מאנוסקריפט Canonici Or. 12, [[ווענעציע]] ה'שי"ג, אין [[אוניווערסיטעט פון אקספארד|אקספארד]], [[באדלעיאן ביבליאטעק]] | |||
* [http://www.daat.ac.il/daat/vl/tohen.asp?id=97 פירוש המאירי לתהלים] | * [http://www.daat.ac.il/daat/vl/tohen.asp?id=97 פירוש המאירי לתהלים] | ||
* [http://www.tehilim.net תהלים.net], אתר המציג את כל טקסט התהלים מנוקד עם פירושים, [[חזנות]] ו[[סגולה|סגולות]] | * [http://www.tehilim.net תהלים.net], אתר המציג את כל טקסט התהלים מנוקד עם פירושים, [[חזנות]] ו[[סגולה|סגולות]] | ||
== רעפערענצן == | == רעפערענצן == | ||
{{ | {{רעפערענצן}} | ||
{{ספרים אין תנ"ך}} | {{ספרים אין תנ"ך}} | ||
[[קאַטעגאָריע:תהלים|*]] | |||
[[ | [[קאַטעגאָריע:דוד]] | ||
[[ | |||
[[קאַטעגאָריע:ספרים פון תנ"ך]] | [[קאַטעגאָריע:ספרים פון תנ"ך]] | ||
[[ | [[קאַטעגאָריע:אויף יידיש]] | ||
{{קרד/ויקי/יידיש}} | {{קרד/ויקי/יידיש}} | ||
[[HE:תהילים]] |
יעצטיגע רעוויזיע זינט 00:40, 25 יוני 2024
תהלים איז דער ערשטער ספר וואס דערעפענט די טייל פון כתובים אין תנ"ך
אנדערשט ווי אלע אנדערע ספרים אין תנ"ך, איז די ספר תהלים כשמו כן הוא, פיל בלויז מיט לויב און געזאנג צו גאט, לידער און ארויסברענגען געפילן.
נאמען פון ספר
דער נאמען פונעם ספר תהלים שטאַמט פון וואָרט "הלל", לויבן, דערפן "תהלה", אַ לויב, און אין מערצאָל "תהלות", און עס איז אויך געוואָרן אין מערצאָל דאָס וואָרט תהלים. אין לשון חז"ל אין תלמוד הייסט ער "ספר תהלים", און טיילמאָל אויך "תילים", און "תילי" אין נסמך.[1] און די אויסשפראך איז נאך באנוצט און געהיטן ביי טייל קרייזן פון כלל ישראל ביזן היינטיגן טאג. פון די מיטל אלטער מפרשים, ווי צ.ב.ש. דער רמב"ן און ספעציעל די אבן עזרא, זענען געווען פון זיי וואס האבן דאס גערופן תהילות.
ביי די אלגעמיינע קריסטליכע גוים הייסט דאס פסאלמעס אלס דער בוך פון פידל. דאס ווארט פזמון שטאמט פון דעם ענליכקייט.
ביי די מוסולמענער הייסט דאס די בוך פון זאבור און לויט זיי איז דאס פון הימל פונקט ווי די תורה וואס גאט האט אנטפלעקט איידער דעם קוראן נאך.
חשיבות פון ספר
און רוב ספרי תנ"ך וואס זענען היינט געדרוקט איז דאס אין אנפאנג אלס ערשטער ספר און הויפט פון די כתובים.
אין א באקאנטער ברייתא אין מסכת בבא בתרא (י"ד, ב) וואס איז דן אין די ספרים פון תנ"ך און זייער אויסשטעל, געפינט זיך דער תהלים נאכן מגילת רות, און דאס איז מסתם לויט דער כראנאלאגישע סדר פון די ברייתא, ווי רש"י איז מפרש.
אייטיילונג פון ספר
איינטיילונג פאר פרקים
דאס ספר תהלים איז אן איינזאמעלונג פון פארשידענע געזאנגען און לידער אין פארעם פון מזמורים, און יעדע מזמור שטייט פאר זיך ווי א גאנצער באשעפעניש פארשלאסן און אפגעטיילט פון די איבריגע. און אונזערע היינטיגע געדרוקטע תהלים'לעך געפינט זיך הונדערט און פופציג קאַפּיטלעך, און יעדע קאַפּיטל אנטהאלט א מזמור.
אונזער ווערסיע איז א נייער רעלאטיוו, און חז"ל טרעפן מיר בלויז דעם צאל פון 147 ("קמ"ז") קאַפּיטלעך, דאס שטעלן חז"ל אויס קעגן די לעבן'ס - יארן פון יעקב אבינו[2] דער צווישענשייד פון חז"לס צאל ביז אונזער ציילונג שטאמט פון דעם וואס א טייל פון די פרקים וואס ערשיינען אלס איין מזמור אין זייער ציילונג זענען היינט געציילט געווארן אין עקסטערע פרקים. אבער עס איז נישט קלאר וועלכעס דאס איז פונקטליך. ("אשרי ולמה רגשו חדא פּרשתא היא", ברכות ט'). דאָס ספר תהילים איז אויך איינגעטיילט אין 5 ספרים, און אין 5 "חומשים" און פון דער גמרא קידושין לג ("שני חומשין שניתי לו בספר תהלים") איז צו זען אַז די דאָזיקע איינטיילונג איז אַ זייער אַלטע. שפּעטער האָט מען איך איינגעטיילט דעם תהלים צו זאָגן יעדן טאָג אַ "יום" תהלים, אַזוי, אַז מען זאָל אין פאַרלויף פון דער וואָך קאָנען אויסזאָגן גאַנץ תהלים.
די מזמורים אין תהלים זענען פון פאַרשידענע אינהאַלט. און די גמרא פּסחים קי"ז האָט שוין באַמערקט, אַז פון די מזמורים זענען פאַראַן טייל, וואואָס זענען תפילות, טייל לויב־געזאַנגען צו גאָט, אַנדערע דידאקטישע דברי מוסר און אָנווייזונגען, אַז דער מענטש דאַרף גיין אין גוטן וועג. דאָס ערשטע קאַפּיטל תהלים, דער "אשרי האיש אשר לא הלך בעצת רשעים", אין וועלכן עס ווערט אָנגעוויזן, אַז וואויל איז דעם מענטש וואָס גייט ניט אין די וועגן פון די רשעים און אַז דער סוף פון רשע איז אַ שלעכטער, און דער סוף פון צדיק איז אַ גוטער, איז אייגנטלעך דער לייט־מאָטיו פאַר דעם גאַנצן ספר תהלים. די תפלות פון תהלים, דאָס אויסטענהען זיך פון איינצלנעם מענטש מיט גאָט, דאָס אויסגיסן דאָס האַרץ און אויסדריקן די האָפענונג און בטחון אין דער געטלעכער הילף, איז דער גרונט־שטריך פון תהלים.
די מזמורים ווערן באַציייכנט אין אָנהויב מיט פאַרשידענע נעמען ווי "מזמור", "תפלה", "תהלה"', "שגיון" און אַנדערע, און גאַנץ אָפט הויבט זיך אָן דער מזמור מיט דעם וואָרט "למנצח" וואָס ווערט געטייטשט "צום דיריגענט", צו דעם וואָס האָט אָנגעפירט מיט די זינגערס, וועלכע האָבן דאָס קאַפּיטל תהלים געזונגען. פון דעם איז צו זען אַז אין תהלים געפינען מיר אויך אַ זאַמלונג פון געזאַנג־ווערטער, וועלכע זענען געזונגען געוואָרן ביי פאַרשידענע פייערלעכקייטן (דערויף ווייזן אָן אויך די אָנהויבן פון טייל מזמורים "חנוכת הבית", ,ליום השבת" און אַנדערע). אין דער משנה סוכה פּרק ד' און אַנדערע ערטער ווערט געזאָגט, אַז די לויים האָבן געזונגען די מזמורים פון תהלים אין בית המקדש (אָנדייטונג אין דברי הימים ב' ז' "בהלל דוד"). אין דער משנח סוף תמיד ווערן אויסגערעכנט די מזמורים (דער היינטיקער "יום" וואָס איז ניט דער דערמאָנטער, יום'), וואָס די לויים האָבן געזונגען אין בית המקדש יעדן טאָג,. די דאָזיקע מזמורים זענען זיכער אויך באגלייט געוואָרן מיט מוזיק אויף מוזיקאַלישע אינסטרומענטן (די "כלי שיר" פון דברי הימים), ווי "על השמינית", אַ מוזיקאַלישער אינסטרומענט וואָס האָט וואַרשייינלעך געהאַט 8 סטרונעס און אַנדערע
איינטיילונג אין ספרים
תהלים איז צעטיילט פון 5 ספרים, אן איינטיילונג וואס דעקענט זיך פונעם לשון פון די פארענדיגטע פסוקים פון יעדן ספר:
- פרקים א-מא. דער ספר פארענדיגט זיך מיטן פסוק: "בָּרוּךְ ה' אֱלֹקֵי יִשְׂרָאֵל מֵהָעוֹלָם וְעַד הָעוֹלָם אָמֵן וְאָמֵן"
- פרקים מב-עב. דער ספר פארענדיגט זיך מיטן פסוק: "כָּלּוּ תְפִלּוֹת דָּוִד בֶּן יִשָׁי"
- פרקים עג-פט. פארשליסט זיך: "בָּרוּךְ ה' לְעוֹלָם אָמֵן וְאָמֵן"
- פרקים צ-קו. פארשליסט זיך מיט:"בָּרוּךְ ה' אֱלֹקֵי יִשְׂרָאֵל מִן הָעוֹלָם וְעַד הָעוֹלָם וְאָמַר כָּל הָעָם אָמֵן הַלְלוּ-יָהּ"
- פרקים קז-קנ. פארזיגעלט דעם גאנצן תהלים מיטן פסוק: "כֹּל הַנְּשָׁמָה תְּהַלֵּל יָהּ הַלְלוּ-יָהּ"
דאס ווערט בלויז באטראכט אלס אינעווייניגסטער צעטיילונג אין ספרים, כלפי דעם דערויסענדער ציילונג פון די 24 ספרי המקרא ווערט דאס פארעכענט פאר איינס.
איינטיילונג צו פסוקים
לויט אונזער איינטיילונג פון די פסוקים, געפינט זיך אין ספר תהלים 2527 פסוקים. לויט דעם איינטיילונג, איז דער מיטלסטער פסוק אינעם גאנצן ספר: "וַיְפַתּוּהוּ בְּפִיהֶם וּבִלְשׁוֹנָם יְכַזְּבוּ לוֹ" (עח, לו).
אבער אין תלמוד בבלי (מסכת קידושין דף ל, עמוד א) איז א דיון אין צוזאמענהאנג פון די צאל פסוקים אין ספר תהלים, און לגבי דאס מיטלסטע פון זיי. לויט דער גמרא, איז דער מיטלסטער פסוק: "וְהוּא רַחוּם יְכַפֵּר עָוֹן וְלֹא יַשְׁחִית וְהִרְבָּה לְהָשִׁיב אַפּוֹ וְלֹא יָעִיר כָּל חֲמָתוֹ" (עח, לח) וואס איז פארוקט פון בלויז 2 פסוקים פון אונזער היינטיגער מיטלסטער פסוק.
מיט דעם אלעם, איז לויט דער דארטיגער סוגיא פארהאן 5896 פסוקים אינעם גאנצן ספר, מער ווי דאפלט פון אונזער חשבון. אבער די גמרא שרייבט דארטן אז מיר זענען נישט באקאנט וויאזוי איינצוטיילן די פסוקים ווי אמאל, דעריבער איז אונזער ציילונג אנדערשט ווי זייער ציילונג.
איינטיילונג צו סדרים
נאך איינטיילונגען
תהלים ווערט אויך איינגעטיילט אויף די דרייציג טעג אין א חודש און און אויף די זיבן טעג פון דער וואך.
מחבר פון תהלים
ווער איז דער מחבר פון ספר תהלים? געוויינלעך איז אָנגענומען געוואָרן דורך דער טראַדיציע, אַז דוד המלך האָט מחבר געווען דעם גרעסטן טייל פון די מזמורים, און אַחוץ אים האָבן אויך מחבר געווען מזמורים ידותון, אסף, די בני קרח און אַנדערע, וועמענס נעמען ווערן דערמאָנט אין אָנהוייב פון טייל קאַפּיטלעך. אויף איין קאַפּיטל ווערט אָנגעגעבן דער נאָמען פון משה ("תפלה למשה", קאַפּיטל צ') אויף 2 קאַפּיטלעך שלמה. דער תנא רבי מאיר אין פּסחים קי"ז זאָגט, אַז דוד האָט מחבר געווען אַלע קאַפּיטלעך. דאָס קאַפּיטל י"ח אין תהלים פון דוד איז פאַראַן אויך אין שמואל ב' כ"ב פון דוד, וועלכער ווערט אין שמואל ב' כ"ג אויך אָנגערופן "נעים זמירות ישראל". טייל מפרשים, ווי רבי אברהם אבן עזרא אין זיין הקדמה, רבי משה גיקטלייא (געבראַכט אין פּירוש פון אבן עזרא), רבי דוד קמחי (רד"ק) און אַנדערע, האַלטן, אַז טייל קאַפּיטלעך תהלים זענען געשריבן געוואָרן אַ סך שפּעטער פון דוד המלך, און טייל אַפילן נאָכן חורבן פון 1טן בית המקדש, ווי למשל דאָס קאַפּיטל קל"ז "על נהרות בבל שם ישבנו", וואָס פון אינהאַלט איז צו זען, אַז דאָס איז געשריבן געוואָרן נאָכדעם ווי די אידן זענען פאַרטריבן געוואָרן אין גלות בבל ביים חורבן פון 1טן בית המקדש. וועגן א סך קאַפּיטלעך פון תהלים זענען דעריבער פאַראַן פאַרשידענע מיינונגען בנוגע דער פראַגע, ווען זיי זענען פאַרפאַסט געוואָרן.
אין די קעפלעך פון 100 פון די מזמורים פון תהלים ווערט אראפגעברענגט א נאמען פון א מענטש אדער א גרופע מענטשן, שטענדיג מיט א ל' וואס דינט אלס רילעישאן פאר דעם. די ל' איז געווארן פארטייטשט אין אסאך פארשידענע וועגן:
- רוב קלאסישע מפרשים זענען דאס מפרש אז דער ל' מיינט אנציצייכענן דעם נאמען פון איר מחבר פונעם מזמור. אזוי ארום איז למשל די קעפל "לדוד" ארויסצוברענגן אז דוד איז דער וואס האט דאס געשריבן און קאמפאזירט דעם מזמור.
- אדער אז דער מזמור איז געזינגן געווארן פאר אדער אויף דעם מענטש וואס ווערט דערמאנט אינעם קעפל, אדער פאר זיין אנדענק און כבוד האט מען דאס מחבר געווען. אזוי, למשל, האבן אסאך מפרשים מפרש געווען די מזמורים עב און-קכז וואס אין זייערע קעפלעך ערשיינען די ווארט "לשלמה", וואס דאס איז פארפאסט געווארן אלס תפילה פאר שלמה המלך. לויטן אבן עזרא אין זיין הקדמה צו זיין פירוש אויף תהלים נעמט ער אן ביידע מעגליכקייטן סיי אז דער נאמען איז דער פארפאסער און סיי אז עס איז געזינגן און פארפאסט דורך אנדערע פאר דעם כבוד פון דוד.
- דער מזמור איז געווען דער סדר צו זאגן אדער זינגן ביי דעם מענטש פון אנדערע פארפאסער דעריבער איז דאס נאכדעם אריין אינעם קעפל וויבאלד יענער באקאנטער פלעגט אסאך זאגן דעם מזמור. אזוי זאגן פיל מפרשים פשט אין די קעפלעך פון "לאסף" אדער "לבני קורח", וואס די דאזיגע לוויים פלעגן זינגן די מזמורים כסדר אין זייער עבודת ה' אין בית המקדש אלס טייל פון שירת הלוויים.
דוד
לויט ווי עס ווערט פארציילט אין די מקרא, האט דוד זיך אויסגעקענט מיטן פידל אין זייער לשון "יודע נגן", און עס ווערט אויך פארציילט אז ער איז געברענגט געווארן פארן קעניג שאול כדי צו זינגן מיט זיין פידל בעפאר אים כדי צו דערווייטערן די מרה שחורה וואס האט באפאלן שאול'ן.
אין מסכת פסחים, האבן חז"ל באשטימט: "אז אלע געזאנגן און לויבן וואס ווערט דערמאנט אין ספר תהלים האט דוד זיי געזאגט"
טראץ דעם, ווערט געברענגט אין ברייתא, מסכת בבא בתרא: "דוד האט געלאזט שרייבן דעם ספר תהלים דורך 10 זקנים: דורך אדם הראשון, דורך מלכיצדק, און דורך אברהם, און דורך משה, און דורך הימן, און דורך ידותון, און דורך אסף, און דורך די 3 קינדער פון קרח"
אויף די ערשיינונג פון די פרקים פון תהלים וואס רעדן ארום אויף טעמעס אסאך שפעטער ווי דוד המלך שרייבט רבי אברהם בן עזרא אין זיין אריינפיר צו ספר תהלים: "עס איז דא א גרויסע מחלוקת צווישן די מפרשים, טייל זאגן אז דוד האט דאס געשריבן און ער איז געווען א נביא, ... און טייל זאגן אז דער תהלים האט נישט קיין נבואה, און דערפאר האבן איר די קדמונים געשריבן צוזאמן מיט איוב און די מגילות... און זיי זאגן אז 'על נהרות בבל' - האט פארפאסט איינער פון די משוררים אין בבל... און אויך אז אסף ... איז נישט דער אסף פון דוד'ס צייטן."
אין סך הכל זענען 73 מזמורים אנגעצייכענט ביי זייער אנפאנג די ווארט לדוד, 12 מזמורים פאר אסף, 11 פאר די קינדער פון קרח, 2 מזמורים פאר שלמה, איין מזמור פאר איתן האזרחי (וואס לויט די מסורת איז דאס אברהם) איין מזמור פאר משה, און 3 מזמורים ווערט דערמאנט ידותון. פופציג מזמורים טראגן בכלל נישט קיין שום דערמאנונג פון א נאמען פון א פארפאסער.
קעפלעך פון די מזמורים
די ציאונג פונעם קעפל צום קערפער פון מזמור
סארטן מזמורים
סארטן אינטראמענטן
אין פיל פון די מזמורי תהלים ווערט אראפגעמאלטן אינעם קעפל די סארט אינסטראמענט וואס האט באגלייט דעם ניגון:
- למנצח (55 מאל).
- נאכן אויסשפראך "למנצח" קומט דער אראפמאלונג פון די מוזיק וואס האט דאס מיטגעשפילט:
- למנצח בנגינות (5 מאל)
- למנצח אל הנחילות (איין מאל - פרק ה)
- למנצח בנגינות על השמינית (איין מאל - פרק ו)
- למנצח על השמינית (איין מאל - פרק יב)
נעמען פון די מחברים
שם המחבר מופיע בראש בראש 100 ממזמורי תהלים, כשהאות ל' באה לפני שמם:
- לדוד (73 מזמורים)
- לאסף (12 מזמורים)
- לבני קורח (11 מזמורים)
- לשלמה (שני מזמורים: עב, קכז)
- לאיתן האזרחי (מזמור יחיד - פט)
- למשה (מזמור יחיד - צ)
אנצייכענונג פון צייט צו זאגן דעם מזמור
אין טייל מזמורים טרעפן מיר די פאסיגע צייט ווען מען זאל דאס זאגן:
- מזמור שיר ליום השבת (מזמור צב). לויט דער משנה (תמיד ז, יד) זינגט מען דעם מזמור שבת אין בית המקדש.
- מזמור לתודה (מזמור ק). היו שפירשו את המזמור כמיועד להיאמר באת הקרבת קרבן תודה.
- מזמור שיר חנוכת הבית (מזמור ל). היו שפירשו את המזמור כמיועד להיאמר בחנוכת בית המקדש.
- להזכיר (מזמורים לח, ע) כפי שצוין, היו שפירשו שמזמורים אלו נועדו להיות תפילה שבאה יחד עם קרבן מנחה שאליו קשור הפועל זכירה, כגון "אזכרתה לה'" (ויקרא ו, ח).
- למנצח על איילת השחר (מזמור כב). היו שביארו את שמזמור זה נאמר בזמן הזריחה (היא איילת השחר).
אנווייזונגען וויאזוי דאס צו זאגן
אויסער די וועגן פונעם ניגון וואס ליגט אין קעפל, געפינט זיך אויך די אנווייזונגען וויאזוי דאס צו זינגען. וויכטיג פאר דעם איז דאס ווארט "סֶלָה", וואס באשיינט 71 מאל אינעם ספר. מילה נוספת המשמשת להדרכת הנגינה היא "היגיון", המופיעה במזמור ט, ז. תיבות אחרות שהוצע לקוראן כסימני נעימה הן: "ניצב" (לט, ו), "מיני" (מה, ט), "משכיל" (מז, ח), "אֵלֶם" (מז, ח), "רַבָּה" (סב, ג), "יָרוּמוּ" (קמ, ט)
אינהאלט
דאָס ספר תהלים מיט דער פאַרשידנקייט פון אינהאַלט פון זיינע מזמורים, די אינערלעכסטע השתפּכות הנפש פון זיינע תפילות ("תפלה לעני כי יעטוף", "ממעמקים קראתיך ה' "), די פרייד און לויב־געזאַנג צו גאָט ("לכו נרננה", "הודו לה' כי טוב", "הללויה"), דער בטחון און פעסטע אמונה אין דער געטלעכקייט ("ה' רועי לא אחסר"), די בענקשאַפט צו גאָט ("צמאה לך נפשי, כמה לך בשרי"), דאָס באַזינגען די דערהאַבנקייט פון דער געטלעכער נאַטור ("השמים מספרים כבוד אל", "כי אראה שמיך", "ברכי נפשי", דאָס אויסגיסן דעם צער איבער דער אומגערעכטיקייט אין דער ואוועלט "(למה ה' תעמוד מרחוק", "אל נקמות"), דאָס אַלץ האָט געמאַכט דעם ספר תהלים פאַר דעם העכסטן אויסדרוק פון דער מענטשלעכער תפילה און הימן צו דער געטלעכקייט. דער ספר תהלים איז דעריבער געוואָרן דאָס תפילה־ספר פון פיל פעלקער. ביי אידן איז דער ספר תהלים אַזי חשוב, אַז פיל מזמורים זענען אַריינגענומען געוואָרן אין דאַווענען יעדן טאָג און אויך ביי פאַרשידענע געלעגנהייטן; אינדערפרי ווערן געזאָגט אין דאַווענען די "פּסוקי דומרא" ("יהי כבוד", "אשרי" און ווייטער); דעם "יום"; פרייטאגצונאַכטס די קאַפּיטלעך פון לכו נרננה; יום טוב, ראש חודש, חנוכה "הלל"; אָבער אַחוץ די דאָזיקע געוויינלעכע תפילות, זאָגט מען ביי אידן טתם תהלים צי ביי אַן אומגליק"פאַל, ביי אַ קראַנקן, אַ גזירה, אָדער ווען איינער שטאַרבט, צי אין פאַל פון שמחה, פון אַ פרייד צוליב אַ נס, ווען מען איז ניצול געוואָרן פון אַ אומגליק. גאָר פרומע אידן זאָגן אַ גרויסן יום תהלים יעדן טאָג און זענען מסיים דאָס ספר תהלים יעדע וואָך. אין די יידישע שטעט זענען געווען די "חברה תהלים", אידן וואָס פלעגן בציבור אויסזאָגן תהלים. דער פאָרזאָגער האָט געזאָגט איין פּסוק און דער עולם האָט נאָכגעזאָגט דעם צוייטן פּסוק. דאָס זאָגן איז געווען מיט אַ באַזונדערער רירנדער מעלאָדיע, "תהלים־מעלאָדיע". אין די סידורים זענען פאַראַן אַ "יהי רצון" צו זאָגן פאַר דעם זאָגן תהלים און אַ "יהי רצון" אויף נאָכן זאָגן תהלים.
קולטור
דאָס זאָגן תהלים איז געשילדערט געוואָרן אויך אין דער ידישער ליטעראַטור (שלום אַשס "תהלים-ייד", אַנסקי אין "דיבוק" און אַנדערע). צום תהלים זענען אויך געשאַפן מוזיקאַלישע ווערק דוורך באַרימטע קאָמפּאָזיטאָרן (באַך, מענדלסאָן און אַנדערע). דאָס ספר תהלים איז איבערזעצט געוואָרן אין זייער פיל שפּראַכן און פיל מאָל אויך אין יידיש. הונדערטער פּירושים און מאָדערנע קאָמענטאַרן און פאָרשונגען צום תהלים זענען געשריבן געוואָרן אין פאַרשידענע צייטן. זע אין דער איינלייטונג פון ש. ל. גאָרדאָן צום ספר תהלים און זיין ביאור.
מדרש
צום ספר תהלים איז פאַראַן אַ מדרש; מען רופט אים מדרש תהלים און אויך "שוחר טוב" ווייל ער הויבט זיך אָן מיטן פּסוק "שוחר טוב יבקש רצון" (משלי י"א). אין ירושלמי כלאים ט' ווערט דערמאָנט אַ "ספר תהלים אגדה"; אין מדרש בראשית רבה ל"ג ווערט דערמאָנט "אגדת תהלים"; זע אין דער אויסגאַבע פון מדרש שוחר טוב דורך שלמה באָבער און אין דער איינלייטונג צו איר.
זאגן תהלים אין אידישע טראדיציע
ספר תהלים איז דאס מערסטע באנוצטער און באקאנטסטער ספר פון אלע טיילן פון כתובים. וויבאלד מען טרעפט דערין מזמורים וואס שטימען זיך אריין כמעט אין יעדן מצב.
זעט אויך
וועב־לינקן
וויקימעדיע פונדאציע פּראיעקטן |
---|
בילדער און מידיע אויף וויקימעדיע קאמאנס: תהלים |
- אידישע איבערזעצונג פון קאפיטל קי"ט אין מאנוסקריפט Canonici Or. 12, ווענעציע ה'שי"ג, אין אקספארד, באדלעיאן ביבליאטעק
- פירוש המאירי לתהלים
- תהלים.net, אתר המציג את כל טקסט התהלים מנוקד עם פירושים, חזנות וסגולות
רעפערענצן
- ↑ פּסחים קי"ז, "תילי דבי רב חנן"
- ↑ ירושלמי שבת פּרק ט"ו; מסכת סופרים פרק ט"ז, הלכה י"א; הובא בתוספות על תלמוד בבלי, מסכת פסחים דף קי"ז, עמוד א; זייט מעיין אין נודע ביהודה מהדורה תנינא - קונטרס אחרון סימן קיב ד"ה און זעהט וואס ער פרעגט דארטן.
ספרים אין תנ"ך |
תורה: בראשית | שמות | ויקרא | במדבר | דברים נביאים: יהושע | שופטים | שמואל (א' וב') | מלכים (א' וב') | ישעיה | ירמיה | יחזקאל | תרי עשר: הושע | יואל | עמוס | עובדיה | יונה | מיכה | נחום | חבקוק | צפניה | חגי | זכריה | מלאכי כתובים: תהלים | משלי | איוב | שיר השירים | רות | איכה | קהלת | אסתר | דניאל | עזרא - נחמיה | דברי הימים (א' וב') |
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!