אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:שמואל"
אין תקציר עריכה |
|||
(21 מיטלסטע ווערסיעס פון 6 באַניצער נישט געוויזן.) | |||
שורה 1: | שורה 1: | ||
{{דעסקריפציע||ענגליש = biblical figure|העב=נביא בתנ"ך|דייטש=alttestamentlicher Prophet|}} | |||
{{יישוב | {{יישוב | ||
|נאמען=קבר שמואל הנביא | |נאמען=קבר שמואל הנביא | ||
שורה 38: | שורה 39: | ||
}} | }} | ||
'''שמואל''' איז דער נאמען פון א [[נביא]] און | '''שמואל''' איז דער נאמען פון א [[נביא]] און פון [[ספר שמואל]], אין וועלכן עס ווערן באַשריבן די [[מעשה|ספּורים]] וועגן שמואל הנביא (אין שמואל א'). | ||
דער נאָמען | דער נאָמען פון שמואל הנביא איז געווען ביי אידן זייער געערט ווי [[משה רבנו]] און [[אהרן הכהן]] און אין [[תהלים]] צ"ט ווערן זיי דריי דערמאָנט צוזאמען ("משה ואהרן בכהניו ושמואל בקוראי שמו"). | ||
==שמואלס לעבן== | ==שמואלס לעבן== | ||
שמואל איז | שמואל איז געווען איינער פון די ערשטע נביאים ביי [[ייד|יידן]] און האָט געלעבט אין דעם 11טן יאָרהונדערט פאַר [[דער געוויינליכער צייטרעכענונג|דער געוויינליכער צייטרעכענונג]]. אין ספר שמואל ווערט דערציילט, אַז זיין פאָטער האָט געהייסן [[אלקנה]] (אין [[דברי הימים]] א' ו' ווערט צוגעגעבן, אַז ער איז געווען אַ [[לוי|לוי]], און לויט דער [[טראדיציע]] האָט ער געשטאַמט פון [[קורח]]), און זיין מוטער [[חנה]], וועלכע האָט אים געבוירן נאָך יאָרן ניט האָבן קיין קינדער, און זי האָט אים מקדיש געווען צו זיין אַ נזיר און צו דינען אין גאָטס [[משכן]] אין [[שילה]] ביי [[עלי הכהן]]. | ||
נאָכן [[טויט| | נאָכן [[טויט|טויט]] פון עלי איז שמואל געוואָרן דער פירער און [[שופט]] ביי אידן, און פון זיין שטאָט [[רמה]] פלעגט ער באַזוכן די שטעט אין ארץ־ישראל פון דן ביז [[באר שבע]] (שמואל א' ג' און ז') און משפּטן די אידן. זיינע צוויי [[זין]], [[יואל]] און [[אביה]], זענען ניט געגאַנגען אין זיינע וועגן, און דאָס פאָלק וואָס איז געווען אונטערדריקט דורך די [[פלישתים|פּלישתים]], האָט פאַרלאַנגט פון שמואל, אַז ער זאָל זיי באַשטימען אַ [[מלך]]. שמואל האָט געשטראָפט דאָס פאָלק און איז געווען קעגן איינפירן די [[מלוכה]], אָנווייזנדיג אַז דער מלך וועט זיי פאַרקנעכטן (שמואל א' ח'), אָבער ער האָט נאָכגעגעבן זייער פאַרלאַנג און געמאַכט אַלס ערשטן יידישן מלך [[שאול]]. נאַכער זעגען פאָרגעקומען קאָנפליקטן צווישן שמואל און שאול און ווי דאָס ספר שמואל א' דערציילט האָט שמואל דערנאָך געזאלבט אַלס מלך [[דוד]]. שמואל איז געשטאָרבן פאַר שאול און אַלע אידן האָבן אים באַוויינט און געבראכט צו קבורה אין רמה (שמואל א' כ"ה). צום סוף ספר שמואל א' ווערט דערציילט ווי שאול האָט פאַר דער טראגישער שלאכט ביים [[הר גלבוע|באַרג גלבוע]] אַרויפגעבראַכט דעם גייסט פון שמואל דורך אַ בעלת אוב און דער גייסט פון שמואל האָט אים פאָרויסגעזאָגט זיין טראַגישן טויט. | ||
==קבר== | ==קבר== | ||
אין [[ארץ־ישראל]], ניט | אין [[ארץ־ישראל]], ניט ווייט פון [[ירושלים]], איז פארהאן אַן אַלטער הייליגער [[קבר]], וועלכן די אַראַבער רופן "אל־נעבי סעמוויל" (النبي صموئيل). און די יידישע טראדיציע האַלט, אַז דאָס איז דער קבר פון שמואל הנביא, און זינט [[מיטל אלטער|מיטלאַלטער]] פלעגט מען קומען צו דעם קבר [[מתפלל|מתפּלל]] זיין. | ||
== | ==ספר שמואל== | ||
דאָס | דאָס ספר שמואל איז צעטיילט אין צוויי, "שמואל א'" און "שמואל ב'" (אין דער צייט פון דער גמרא איז עס געווען איין ספר). שמואל א' האָט 31 קאַפּיטלעך און דערציילט די ספּורים וועגן שמואלס וואונדערליכער געבורט; די שירה פון זיין מוטער חנה; די הערשאַפט טון עלי הכהן; די פאַרלוירענע מלחמה פון אידן קעגן די פּלשתים און דעם טויט פון עלי און דאָס געפאַנגען נעמען פון גאָטס ארון; די הערשאַפט פון שמואל; דאָס זאַלבן פון שאול אַלס מלך; די מלחמות פון שאול; דער ערשטער אויפשטייג פון דוד און זיין באַזיגן גלית; דאָס רודפן דוד דורך שאול; דאָס אַנטלויפן פון דוד; די טראגישע מלחמה ביי גלבוע פון שאול קעגן די פּלשתים און דאָס פאַלן פון שאול און זיין זון יונתן אויפן שלאַכטפעלד. | ||
שמואל ב, האָט 24 קאַפּיטלעך און | שמואל ב, האָט 24 קאַפּיטלעך און הויבט זיך אָן מיט דער קינה פון דוד אויפן טויט פון שאול און [[יונתן]] און דאָס באַשטימען פון שאול אַלס מלך איבער [[יהודה]] אין [[חברון]]; די הערשאַפט פון שאולס זון איש בושת איבער ישראל; די שטרייטן צווישן יהודה און ישראל; דער טראגישער טויט פון אבנר און [[איש בושת]] און דאָס פאַרשפּרייטן פון דודס קעניגריך איבער גאַנץ ישראל; די [[מלחמות]] פון דוד און זיינע נצחונות; די אינערלעכע טראגישע פּאַסירונגען פון דודס לעבן ([[אמנון]] און [[תמר]], דער אויפשטאַנד פּון זיין זון [[אבשלום]]), פאַרשידענע אויפשטאַנדן קעגן דוד; דאָס אייננעמען דורך דוד ציון. | ||
== | == שרייבווערק == | ||
אין [[גמרא]] [[בבא בתרא]] י"ד שטייט אז שמואל האָט געשריבן די ספרים [[ספר שופטים|שופטים]], [[מגילת רות|רות]] און זיין [[ספר שמואל]] ביז דעם סיפּור, ווי שמואל איז געשטאָרבן, און פון דאָרט ביזן סוף האָבן געשריבן [[גד החוזה]] און [[נתן הנביא]]. | |||
==קוואַלן== | ==קוואַלן== | ||
שורה 68: | שורה 66: | ||
[[קאַטעגאָריע:נביאים]] | [[קאַטעגאָריע:נביאים]] | ||
[[קאַטעגאָריע: | [[קאַטעגאָריע:אידישקייט]] | ||
[[קאַטעגאָריע: | [[קאַטעגאָריע:פערזאנען אין תנ"ך]] | ||
[[קאַטעגאָריע:אויף יידיש]] | |||
{{קרד/פאלקס-ענצ}} | |||
[[he:שמואל]] | |||
[[קאַטעגאָריע:לויים אין תנ"ך]] |
יעצטיגע רעוויזיע זינט 22:55, 19 יוני 2024
|
שמואל איז דער נאמען פון א נביא און פון ספר שמואל, אין וועלכן עס ווערן באַשריבן די ספּורים וועגן שמואל הנביא (אין שמואל א').
דער נאָמען פון שמואל הנביא איז געווען ביי אידן זייער געערט ווי משה רבנו און אהרן הכהן און אין תהלים צ"ט ווערן זיי דריי דערמאָנט צוזאמען ("משה ואהרן בכהניו ושמואל בקוראי שמו").
שמואלס לעבן
שמואל איז געווען איינער פון די ערשטע נביאים ביי יידן און האָט געלעבט אין דעם 11טן יאָרהונדערט פאַר דער געוויינליכער צייטרעכענונג. אין ספר שמואל ווערט דערציילט, אַז זיין פאָטער האָט געהייסן אלקנה (אין דברי הימים א' ו' ווערט צוגעגעבן, אַז ער איז געווען אַ לוי, און לויט דער טראדיציע האָט ער געשטאַמט פון קורח), און זיין מוטער חנה, וועלכע האָט אים געבוירן נאָך יאָרן ניט האָבן קיין קינדער, און זי האָט אים מקדיש געווען צו זיין אַ נזיר און צו דינען אין גאָטס משכן אין שילה ביי עלי הכהן.
נאָכן טויט פון עלי איז שמואל געוואָרן דער פירער און שופט ביי אידן, און פון זיין שטאָט רמה פלעגט ער באַזוכן די שטעט אין ארץ־ישראל פון דן ביז באר שבע (שמואל א' ג' און ז') און משפּטן די אידן. זיינע צוויי זין, יואל און אביה, זענען ניט געגאַנגען אין זיינע וועגן, און דאָס פאָלק וואָס איז געווען אונטערדריקט דורך די פּלישתים, האָט פאַרלאַנגט פון שמואל, אַז ער זאָל זיי באַשטימען אַ מלך. שמואל האָט געשטראָפט דאָס פאָלק און איז געווען קעגן איינפירן די מלוכה, אָנווייזנדיג אַז דער מלך וועט זיי פאַרקנעכטן (שמואל א' ח'), אָבער ער האָט נאָכגעגעבן זייער פאַרלאַנג און געמאַכט אַלס ערשטן יידישן מלך שאול. נאַכער זעגען פאָרגעקומען קאָנפליקטן צווישן שמואל און שאול און ווי דאָס ספר שמואל א' דערציילט האָט שמואל דערנאָך געזאלבט אַלס מלך דוד. שמואל איז געשטאָרבן פאַר שאול און אַלע אידן האָבן אים באַוויינט און געבראכט צו קבורה אין רמה (שמואל א' כ"ה). צום סוף ספר שמואל א' ווערט דערציילט ווי שאול האָט פאַר דער טראגישער שלאכט ביים באַרג גלבוע אַרויפגעבראַכט דעם גייסט פון שמואל דורך אַ בעלת אוב און דער גייסט פון שמואל האָט אים פאָרויסגעזאָגט זיין טראַגישן טויט.
קבר
אין ארץ־ישראל, ניט ווייט פון ירושלים, איז פארהאן אַן אַלטער הייליגער קבר, וועלכן די אַראַבער רופן "אל־נעבי סעמוויל" (النبي صموئيل). און די יידישע טראדיציע האַלט, אַז דאָס איז דער קבר פון שמואל הנביא, און זינט מיטלאַלטער פלעגט מען קומען צו דעם קבר מתפּלל זיין.
ספר שמואל
דאָס ספר שמואל איז צעטיילט אין צוויי, "שמואל א'" און "שמואל ב'" (אין דער צייט פון דער גמרא איז עס געווען איין ספר). שמואל א' האָט 31 קאַפּיטלעך און דערציילט די ספּורים וועגן שמואלס וואונדערליכער געבורט; די שירה פון זיין מוטער חנה; די הערשאַפט טון עלי הכהן; די פאַרלוירענע מלחמה פון אידן קעגן די פּלשתים און דעם טויט פון עלי און דאָס געפאַנגען נעמען פון גאָטס ארון; די הערשאַפט פון שמואל; דאָס זאַלבן פון שאול אַלס מלך; די מלחמות פון שאול; דער ערשטער אויפשטייג פון דוד און זיין באַזיגן גלית; דאָס רודפן דוד דורך שאול; דאָס אַנטלויפן פון דוד; די טראגישע מלחמה ביי גלבוע פון שאול קעגן די פּלשתים און דאָס פאַלן פון שאול און זיין זון יונתן אויפן שלאַכטפעלד.
שמואל ב, האָט 24 קאַפּיטלעך און הויבט זיך אָן מיט דער קינה פון דוד אויפן טויט פון שאול און יונתן און דאָס באַשטימען פון שאול אַלס מלך איבער יהודה אין חברון; די הערשאַפט פון שאולס זון איש בושת איבער ישראל; די שטרייטן צווישן יהודה און ישראל; דער טראגישער טויט פון אבנר און איש בושת און דאָס פאַרשפּרייטן פון דודס קעניגריך איבער גאַנץ ישראל; די מלחמות פון דוד און זיינע נצחונות; די אינערלעכע טראגישע פּאַסירונגען פון דודס לעבן (אמנון און תמר, דער אויפשטאַנד פּון זיין זון אבשלום), פאַרשידענע אויפשטאַנדן קעגן דוד; דאָס אייננעמען דורך דוד ציון.
שרייבווערק
אין גמרא בבא בתרא י"ד שטייט אז שמואל האָט געשריבן די ספרים שופטים, רות און זיין ספר שמואל ביז דעם סיפּור, ווי שמואל איז געשטאָרבן, און פון דאָרט ביזן סוף האָבן געשריבן גד החוזה און נתן הנביא.
קוואַלן
- דער דאָזיקער אַרטיקל נעמט אַריין דעם טעקסט וואָס געפינט זיך אונטערן זוכוואָרט „שמואל” אין דער ייִדישער פאָלקס־ענציקלאָפּעדיע (באַנד 2) (1949), וואָס איז היינט אינעם רשות־הרבים.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!