רוי:משה ליאן

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש


משה ליאן
ווייב סתווית ליאון
בנימין נתניהו, מיט ווייב שרה און קינדער יאיר ואבנר בהדלקת נרות חנוכה במשרד ראש הממשלה, 1996; מיט משה ליאן בירגערמייסטער ירושלים

משה ליאן (העברעאיש: משה ליאון; געבוירן דעם תל אביב יפו ישראל בעברי כ"ו תשרי ה'תשכ"ב, בלועזי 6טן אקטאבער, 1961) איז א ישראלישער פאליטיקער און דער בירגערמייסטער פון ירושלים. ער איז פריער געווען א מיטגליד אין דעם ירושלים שטאטראט, אלגעמיינער דירעקטאר פון דעם פרעמיער מיניסטערס ביורא, פארזיצער פון מדינת ישראל באנען און פירער פון דעם ירושלים אנטוויקלונג אויטאריטעט.

אום 13טן נאוועמבער 2018 האט מען אים געוויילט בירגערמייסטער פון ירושלים; ער איז דער ערשטער ספרד'ישער בירגערמייסטער אין דער היסטאריע פון דער שטאט.

יונגע יארן

משה ליאן איז געבוירן געווארן אין גבעתיים, ישראל, צו זיין פאטעאר שלום ליאן[1] און זיין מוטער חנה (צ'חלה)[2] און האט געלערנט אין שולע אין דערבייאיגן תל אביב. ער האט געדינט אין צה"ל וואו ער איז געווען מיט די מיליטערישע רבנים, און האט געזונגען אין דער קאפעלע.[3] פון צייט צו צייט דינט ער אלס בעל תפילה.[4] ליאן האט גראדואירט מיט אן ערשטן דיפלאם אין עקאנאמיק און חשבון־פירעריי פון בר־אילן אוניווערסיטעט, און האט קוואליפיצירט ווי א חשבון־פירער אין 1990. זיין ברודער דאקטאר נסים ליאן איז א לעקטאר אין דעם דעפארטמענט פון סאציאלאגיע און אנטראפאלאגיע אין בר־אילן אוניווערסיטעט.

פובליקע קאריערע

אין 1996, האט מען באשטימט ליאן פארוואלטונג־דירעקטאר פון דעם פרעמיער מיניסטערס ביורא פון בנימין נתניהו, ווי אויך זיין עקאנאמאק־עצה־געבער, ביז 1999.[5]

פון 2003-2006 איז ער געווען פארזיצער פון מדינת ישראל באנען, נאכדעם וואס פריער האט ער געארבעט ביים פארטן און באנען אויטאריטעט.

אין 2008, האט מען אים באשטימט פארזיצער פון דעם ירושלים אנטוויקלונג אויטאריטעט.אין יולי 2014 איז ער געווארן פארזיצער פון דעם דירעקטאריום פון דעם מעיני הישועה מעדיצין־צענטער אין בני ברק.

פאליטישע קאריערע

אין 2013, האט ליאן געלאפן פאר בירגערמייסטער פון ירושלים און האט באקומען  45% פון די שטימען, אבער דער געוועזענער בירגערמייסטער ניר בארקאט האט אים געזיגט.[6] דער ליכוד פארטיי האט באקומען איין מאנדאט און ער איז געווארן א מיטגליד פונעם  ירושלים שטאטראט.[7]

דעם 25סטן מערץ 2018, האט ליאן געמאלדן אז ער וועט קאנדידירן פאר בירגערמייסטער אין די 2018 וואלן. פון די פיר קאנדידאטן האט ליאן באקומען 33%, און עופר בערקאוויטש האט באקומען 29%.[8] לויט די וואלן געזעצן דארף א קאנדידאט פאר בירגערמייסטער באקומען מינדערסטן  40% פון די שטימען צו געווינען.[9] דעם 13סטן נאוועמבער האט מען געהאלטן צווייטע וואלן, און ליאן האט געזיגט מיט 50.85% פון די שטימען קעגן 49.15% פאר בערקאוויטש.[10]

פערזענליך לעבן

ליאן איז געהייראט צו סתוית, און האט פיר קינדער. ער וואוינט אין דער רחביה געגנט פון ירושלים.

דרויסנדיגע לינקס

רעפערענצן

  1. ליאון הפתיע את אביו בבוקר: "בזמן שישנת – ניצחתי" באתר אקטואליק
  2. פון תימן נפטרה ה'תשע"ה
  3. "Grapevine: Stating the obvious", The Jerusalem Post | JPost.com. 
  4. "Moshe Lion: 'Put Jerusalem's Residents First'". Israel National News (in ענגליש). Retrieved 2018-11-06.
  5. "CABINET COMMUNIQUE-05-Jul-96". {{cite web}}: Cite has empty unknown parameter: |dead-url= (help)
  6. "After tough campaign, Barkat beats Lion to remain Jerusalem mayor" (אויף en-US). 
  7. "Lion: My Intentions Were Sincere and True". Israel National News (in ענגליש). Retrieved 2017-12-07.
  8. "Votes are in for municipal elections, Jerusalem readies for a Nov. 13 showdown". www.jns.org (in American English). Retrieved 2018-11-06.
  9. "Lion, Berkovitch to face off in Jerusalem run-off race", The Jerusalem Post. 
  10. רבינא, אבי (‏14טן נאוועמבער 2018). "בפער קטן ויציב: ראש העיר ירושלים - משה ליאון" [A small and stable margin: ירושלימער בירגערמייסטער משה ליאן]. כיכר השבת (in העברעאיש). Retrieved 14טן נאוועמבער 2018. {{cite web}}: Check date values in: |accessdate= and |date= (help)

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!