אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רבי יהושע בן חנניה"

2,913 בייטן אראפגענומען ,  פֿאַר 1 יאָר
←‏ביים חורבן הבית: געלייגט פריער
(←‏רבי'ס און חברים: הגהה, צוגעלייגט מקור)
(←‏ביים חורבן הבית: געלייגט פריער)
שורה 37: שורה 37:

אלס נאנטער תלמיד האט רבי יהושע באגלייט זיין רבי'ן אין זיינע אקטיוויטעטן בשעת דער [[אויפשטאנד אין יהודה]] און די באלאגערונג וואס האט נאכגעפאלגט: ווען רבי יוחנן בן זכאי האט זיך ארויסגעכאפט פון ירושלים צו פירן געשפרעכן מיט [[אספסיינוס]], און ער האט געדארפט אויסמיידן די [[קנאים (בית שני)|בריונים]] וועלכער זענען געווען קעגן שלום מאכן, האט זיך רבי יוחנן בן זכאי זיך געמאכט ווי א טויטער, און רבי יהושע אינאיינעם מיט רבי אליעזר האבן ארויסגעטראגן דעם ארון פון שטאט ווי צום באערדיגן{{הערה|{{בבלי|גיטין|נו}}}}; ווען רבן יוחנן האט צווישן אנדערע געבעטן פונעם גענעראל מ'זאל היילן [[רבי צדוק]]'ן, זענען רבי יהושע און רבי אליעזר געווען די וועלכער האבן אים אויפגעזוכט און אהינגעברענגט{{הערה|{{מדרש רבה|איכה|א|לא}}}}; רבי יהושע און רבי אליעזר האבן געוויילט אינאיינעם מיט זייער רבי'ן אינדרויסן פון ירושלים בשעת די ביהמ"ק איז חרוב געווארן, און ווען די שרעקליכע בשורה איז אנגעקומען, האבן זיי צעריסן זייערע קליידער און געקלאגט{{הערה|שם=נתןדה|{{מסכת קטנה|אבות דרבי נתן|ד|ה}}}}.

==ביים חורבן הבית==
רבי יהושע האט באגלייט זיין רבי'ן אין זיינע אקטיוויטעטן בשעת די חורבן. בשעת דער באלאגערונג פונעם רוימישער מיליטער ארום ירושלים נאך דער [[גרויסער אידישער אויפשטאנד|אידישער אויפשטאנד]], ווען די [[קנאים (בית שני)|בריונים]] האבן נישט געלאזט קיינעם ארויסגיין שלום מאכן מיט זיי, האט רבן יוחנן בן זכאי, ווילנדיג פירן געשפרעכן מיט'ן רוימישער גענעראל [[אספסיינוס]], זיך געמאכט ווי א טויטער, און רבי אליעזר און רבי יהושע האבן אנגעכאפט דעם ארון און עס ארויסגעטראגן פון שטאט ווי צום באערדיגן{{הערה|{{בבלי|גיטין|נו}}}}. ווען רבן יוחנן איז געקומען פאר אספסיינוס האט ער צווישן אנדערע געבעטן פונעם גענעראל מ'זאל היילן [[רבי צדוק]]'ן, און האט געבעטן רבי אליעזר און רבי יהושע אים צו זוכן. זיי האבן אים געטראפן ביי איינע פון די שטאט־טויערן און אים געברענגט פאר אספסיינוס, וועלכע האט באפוילן זיינע דאקטוירים אים אויסצוהיילן{{הערה|{{מדרש רבה|איכה|א|לא}}}}.
ווען ס'איז אנגעקומען די שרעקליכע בשורה ירושלים איז געפאלן דער בית המקדש איז פארברענט געווארן, האבן רבי יוחנן און זיינע תלמידים צעריסן זייערע קליידער און געוויינט און געשריגן און געקלאגט. א צייט שפעטער האט רבי יהושע, דורכגייענדיג הונטער זיין רבי'ן נעבן דעם חרוב'ן בית המקדש, האט ער זיך אנגערופן: "וויי איז אונז, אז דאס פלאץ וואס מען פארצייט דערין אויף די זינד פון אידישע קינדער איז חרוב געווארן" און זיין רבי האט אים בארואיגט{{הערה|שם=נתןדה|{{מסכת קטנה|אבות דרבי נתן|ד|ה}}}}.
נאך דעם חורבן זענען געווען פילע אידן וואס האבן זיך אפגעשיידט פון עסן פלייש און טרינקען וויין צוליב אבילות, און רבי יהושע האט זיי אויפגעוויזן אז אזא גזירה איז נישט שכל'דיג און איז צו עקסטרעם, און האט זיי אנגעוויזן דער ריכטיגער באלאנסירטער צוגאנג צו טרויערן אויפ'ן חורבן הבית{{הערה|{{בבלי|בבא בתרא|ס|ב}}}}.

==אין יבנה ==
==אין יבנה ==