מייבאים כמותיים, בדוקי עריכות אוטומטית, אינטערפעיס אדמיניסטראַטאָרן, מנטרים, מייבאים, מעדכנים, אספקלריה רעדאקטארן
3,952
רעדאגירונגען
(←ענציקלאפעדיע: דאפלט לשון) |
(←אינהלאט: אוזי זעט מיר אויס בעסער) |
||
| שורה 42: | שורה 42: | ||
מזמן לזמן וועט פארקומען וואלן אויסצואוועלן איינער פון די באניצער אלס "[[ראש הקהל]]". דער ראש הקהל פארמאגט נישט קיין ספעציעלע רעכטן; עס איז בלויז פאר אונטערהאלטונג{{הערה|{{אייוועלט|1=39603|2=~~שטאטוטן איבער די ראש הקהל וואלן (ריווייזט)~~|4=קרעטשמער}}}}. די געוועזענע ראשי קהילה בלייבן באטיטלט אלס "מ. [=מלפנים] ראש הקהל". באזונדער קומט פאר בעפאר חודש אדר וואלן אויפצונעמען א [[פורים רב]]. דער פורים רב וועט באקומען דעם טיטל אויף זיין פראפיל, און א ספעציעלע קאליר אויף זיין ניק, און וועט געווענליך צושטעלן פרייליכע ארטיקלען דורכאויס דעם חודש{{הערה|{{אייוועלט|38971|2=אייוועלט פורים רב תשע"ט|3=קלאָצקאָפּ}}}}. | מזמן לזמן וועט פארקומען וואלן אויסצואוועלן איינער פון די באניצער אלס "[[ראש הקהל]]". דער ראש הקהל פארמאגט נישט קיין ספעציעלע רעכטן; עס איז בלויז פאר אונטערהאלטונג{{הערה|{{אייוועלט|1=39603|2=~~שטאטוטן איבער די ראש הקהל וואלן (ריווייזט)~~|4=קרעטשמער}}}}. די געוועזענע ראשי קהילה בלייבן באטיטלט אלס "מ. [=מלפנים] ראש הקהל". באזונדער קומט פאר בעפאר חודש אדר וואלן אויפצונעמען א [[פורים רב]]. דער פורים רב וועט באקומען דעם טיטל אויף זיין פראפיל, און א ספעציעלע קאליר אויף זיין ניק, און וועט געווענליך צושטעלן פרייליכע ארטיקלען דורכאויס דעם חודש{{הערה|{{אייוועלט|38971|2=אייוועלט פורים רב תשע"ט|3=קלאָצקאָפּ}}}}. | ||
=== | ===אינהאלט=== | ||
אייוועלט איז | די אינהאלט אויף אייוועלט איז פילפארביג און נעמט אריין גאר אסאך געביטן. | ||
פארהאן א גרעסערע אפטיילונג געווידמעט פאר נייעס. אויסער קאמענטארן און אנאליזן איבער די נייעס, ווערן באריכטעט אויף אייוועלט אידישע, אלגעמיינע, און לאקאלע נייעס; דינענדיג ווי א נייעס קוואל{{הערה|{{לינק|אדרעס=https://www.ivelt.com/forum/viewforum.php?f=182|קעפל=נייעס|זייטל=אייוועלט}}}}. אין גרויס טייל ווערן די נייעס גענומען פון אלגעמיינע נייעס קוואלן, ווערנדיג צוגעשטעלט פאר די וואס האבן נישט קיין צוטריט אהין. אנדערע נייעס, בפרט היימישע, זענען ערשט-האנטיגע באריכטן. א גרויס טייל פון דער פאפולערקייט פונעם וועבזייטל איז אדאנק אייוועלט'ס שנעלע ראטע פון ברענגען קראנטע נייעס. ביי דער [[רוסישע אינוואזיע אויף אוקראינע|קריג פון רוסלאנד און אוקראינע]], וועלכע איז שטארק נאכגעפאלגט געווארן, האט דער אשכול איבער דעם גענאסן פון א שטארקער נאכפאלגערשאפט פאר א לענגערער תקופה. | |||
פארהאן אשכולות וואו באניצער קאמענטירן און רעדן ארום איבער אינהאלט פון פארשידענע היימישע אויסגאבעס, האט-ליינס, שיעורים, פאדקעסט, שפילן, זינגערס, נייע [[סידי]]ס, און אלע אנדערע היימישע אונטערהאלטונג און מידיע. עס ווערן אויסגעשמועסט און דעבאטירט אקטועלע אנגעלעגנהייטן, און עס קומען פאר דעבאטעס איבער פאליטישע נייעס און אקטיוויטעטן. פארהאן אויך מער פארמאכטע אשכולות פאר מער אינערליכע שמועסערייען, וועלכע קומען נישט ארויף ביים זוכן "אקטיווע אשכולות". | |||
פארהאן אשכולות וואו באניצער טיילן מיט, שמועסן אויס, און פרעגן זיך נאך איבער אינפארמאציע אין פיל תורה'דיגע און וויסנשאפטליכע טעמעס, אריינגערעכנט הלכה'דיגע פאלעמיקעס, היסטאריע, ידיעות, פארצייטישע נגינה, שפראך, און נאך. א צאל אשכולות זענען געאייגנט צו בעטן און געבן הילף אין פארשידענע געביטן, פון [[געזונט]]הייט און [[גייסטישער געזונט|תורת הנפש]], ביז [[טעכנאלאגיע]] און [[קאמפיוטער פראגראמירן|פראגראמינג]]. | |||
א גרויסע טעטיגקייט גייט אן אין כשר'ן און ארויסשטעלן אינטרעסאנטע קליפס; דאס ווערט גע'כשר'ט און ארויפגעשטעלט דורך באניצער פאר די וואס האבן נישט קיין צוטריט צו [[יוטוב|יוטיוב]] און אנדערע [[סטרימינג|לופטערונג פלאטפארמעס]]{{הערה|{{אייוועלט|4029|אינטערעסאנטע קליפס}}}}. ענדליך איז לגבי בילדער, סינגלס, היימישע פאדקעסטס, און דאס גלייכן. | |||
אויף אייוועלט ווערן אויך פובליצירט מערערע שרייב-ווערק פון פארשידענע סארט, הומאריסטישע ארטיקלען און עסייען, געדיכטן און גראמען, עכטע און פיקטיוו ערציילונגען, וויסנשאפטליכע הסברים און מחקר, אינטערוויוס, און פיל נאך. פון שרייב-ווערק צוזאמגענומען פון אייוועלט, זענען שוין במשך די יארן ארויסגעקומען [[#אויסגאבעס און ביכער|עטליכע אויסגאבעס]]. | |||
פאר דער באקוועמליכקייט פון די באניצער איז די אינהאלט אויף אייוועלט איז צעשפרייט אין א צאל אפטיילונגען. עס ווערט געפירט אן אנגייענדע קאמפיין דורכ'ן ניק "ציגאנער", גערופן די [[אינפראסטרוקטור]] פראיעקט, דאס מסדר צו זיין{{הערה|{{אייוועלט|3991333|קרעטשמע אינפראסטראקטור פראיעקט; אפדעיטס און קאמענטארן|זוטאג דעצעמבער 11, 2022 10:48 am|ציגאנער}}}}. ווי עס איז אצינד זענען פארהאן 6 אפטיילונגען אויף אייוועלט; יעדער פון זיי מיט א צאל פארומס און סוב-פארומס. | |||
*'''נייעס''' – געווידמעט פאר נייעס. צו קענען שרייבן דערין דארף מען זיך איינשרייבן אין דער נייעס גרופע און זיך האלטן צו א צאל תנאים, אריינגערעכנט נישט קאמענטירן אין אשכולות וואס דעזיגנירט בלויז פאר נייעס ("זיראנץ אשכול"), און נישט שרייבן אויף אן אומסענסיטיוון אופן{{הערה|{{אייוועלט|4656088|צו קענען שרייבן אין די נייעס פארום ליינט די אשכול!|דאנערשטאג אקטאבער 19, 2023 11:24 am|וויכטיג מאכער}}}}. | |||
*'''קרעטשמע''' – געאייגנט פאר פארשידענע אונטערהאלטונגען. עס פארמאגט א צאל פארומס אונטער זיך: "היימישע קרעטשמע" פאר לענגערע ארטיקלען, "היימישע זשורנאל" פאר געלונגענע ארטיקלען וואס ווערן געלינקט אהין, "פאעזיע און גראמען", "דעת הקהל" פאר אקטועלע אנגעלעגנהייטן, "היימישע פארברענגען" פאר מער אינערליכע שמועסערייען, "נייעס קאך לעפל" פאר פאליטישע נייעס און אקטיוויטעטן, "היכל הנגינה" פאר מוזיק, "שירי קודש" פאר פארצייטישע חסיד'ישע ניגונים און זייערע מקורות{{הערה|{{אייוועלט|3157004|ברוכים הבאים - קבעו שיר ורננים|מיטוואך נאוועמבער 24, 2021 12:38 am|סטאוו יא פיטא}}}}, "אינטערהאלטונגס" פאר שפילן און אונטערהאלטונגען. | |||
*'''ענציקלאפעדיע''' - געאייגנט פאר ידיעות און וויסנשאפט, און פארומס פאר [[היסטאריע|היסטאריקער]]. | |||
*'''תורה'''- געאייגנט פאר תורה'דיגע נושאים. | |||
*'''הילף''' - פאר הילף אין פארשידענע געביטן. פארהאן פארומס פאר עקספערטן אין זייער פאך זיך דורכצושמועסן און ארויסהעלפן איינער דעם צווייטן. ס'איז דא א פארום פאר גראפיקער און נאך. | |||
*'''אידישע וועלט''' - אינערליכע איינגעלענהייטן און פראיעקטן. | |||
===שפראך=== | ===שפראך=== | ||
רעדאגירונגען