אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רבי יקותיאל יהודה מייזליש"
(←משפחה) |
אין תקציר עריכה |
||
שורה 38: | שורה 38: | ||
==ספרים== | ==ספרים== | ||
רבי זלמן לייב האט איבערגעדריקט דעם ספר "מילי דמיטב" פון זיין זיידן [[רבי משה יוסף טייטלבוים]] און האט געשריבן הגהות דערויף און זיי א נאמען געגעבן 'בנין יקותיאל'{{הערה|{{אוצר החכמה|מאיר וונדר|אנציקלופדיה לחכמי גליציה|640168|מקום הוצאה=ירושלים|שנת הוצאה=תשל"ח–תשנ"ז|חלק ג'|עמוד דיגיטלי=74}}}}. אין יאר [[תשכ"ב]] האט ער באקומען אויף דעם א הסכמה פונעם [[רבי דוב בעריש וויידנפעלד|טשעבינער רב]]. | רבי זלמן לייב האט איבערגעדריקט דעם ספר "מילי דמיטב" פון זיין זיידן [[רבי משה יוסף טייטלבוים]] און האט געשריבן הגהות דערויף און זיי א נאמען געגעבן 'בנין יקותיאל'{{הערה|{{אוצר החכמה|מאיר וונדר|אנציקלופדיה לחכמי גליציה|640168|מקום הוצאה=ירושלים|שנת הוצאה=תשל"ח–תשנ"ז|חלק ג'|עמוד דיגיטלי=74}}}}. אין יאר [[תשכ"ב]] האט ער באקומען אויף דעם א הסכמה פונעם [[רבי דוב בעריש וויידנפעלד|טשעבינער רב]]{{הערה|געדרוקט אין בנין יקותיאל, ברוקלין תשע"ה}}. | ||
אויך האט ער אין יאר תשכ"ח ארויסגעגעבן די ספרים "אור דוד" אויף [[מגילת אסתר]] אין "ריח דודאים" אויף [[הגדה של פסח]] פון זיין זיידן [[רבי דוד דוב מייזליש]], און געשריבן אויף זיי הגהות אונטערן נאמען 'זר זהב'{{הערה|{{אוצר החכמה|[[רבי דוד דוב מייזליש]]|אור דוד עם קונטרס זר לזהב|601250|מקום הוצאה=[[ברוקלין]]|שנת הוצאה=[[תשכ"ח]]|מו"ל=הרב יקותיאל יהודה מייזליש}}.}}. | אויך האט ער אין יאר תשכ"ח ארויסגעגעבן די ספרים "אור דוד" אויף [[מגילת אסתר]] אין "ריח דודאים" אויף [[הגדה של פסח]] פון זיין זיידן [[רבי דוד דוב מייזליש]], און געשריבן אויף זיי הגהות אונטערן נאמען 'זר זהב'{{הערה|{{אוצר החכמה|[[רבי דוד דוב מייזליש]]|אור דוד עם קונטרס זר לזהב|601250|מקום הוצאה=[[ברוקלין]]|שנת הוצאה=[[תשכ"ח]]|מו"ל=הרב יקותיאל יהודה מייזליש}}.}}. | ||
שורה 46: | שורה 46: | ||
==קינדער== | ==קינדער== | ||
ער האט געהאט 12 קינדער: | ער האט געהאט 12 קינדער: | ||
*א | *א טאכטער ריזל ברכה איז איז יונגערהייט אוועק, חול המועד סוכות תשמ"ט, נאכ'ן ארויספאלן פון פענסטער{{הערה|[https://www.ivelt.com/forum/download/file.php?id=601218 איר מציבה]}} | ||
*א זון און ממלא מקום [[הרב דוד דוב מייזליש|רבי דוד דוב]], מחבר פון "פאר דוד", "אוצר השבת" און "אוצר המועדים" | *א זון און ממלא מקום [[הרב דוד דוב מייזליש|רבי דוד דוב]], מחבר פון "פאר דוד", "אוצר השבת" און "אוצר המועדים" | ||
*א זון [[רבי יעקב שלמה מייזליש|רבי יעקב שלמה]], לימנובער רב, משפיע, און דרשן{{הערה|{{קישור כללי|כתובת=https://www.youtube.com/watch?v=qB4VG-Gov7M|כותרת=א נסיעה קיין איירופע באגלייט דורך אב"ד לימנוב שליט"א|אתר=[[יוטיוב]]}}.}}, חתונה געהאט צו יוכבד אסתר, טאכטער פון [[רבי יוסף גרינוואלד]] פון פאפא | *א זון [[רבי יעקב שלמה מייזליש|רבי יעקב שלמה]], לימנובער רב, משפיע, און דרשן{{הערה|{{קישור כללי|כתובת=https://www.youtube.com/watch?v=qB4VG-Gov7M|כותרת=א נסיעה קיין איירופע באגלייט דורך אב"ד לימנוב שליט"א|אתר=[[יוטיוב]]}}.}}, חתונה געהאט צו יוכבד אסתר, טאכטער פון [[רבי יוסף גרינוואלד]] פון פאפא |
רעוויזיע פון 00:44, 27 מאי 2024
געבורט |
ל' שבט ה'תרפ"ט ניימארק |
---|---|
פטירה | כ"ד אדר א' ה'תשפ"ד (אלט: 95) |
מדינה | ניו יארק |
טעטיגקייט אָרט | סי געיט |
השתייכות | חסידות |
תחומי עיסוק | רב |
טאטע | רבי צבי הירש מייזליש |
חתנים | רבי יוסף צבי דושינסקיא |
רבי יקותיאל יהודה (זלמן לייב) מייזליש (ל' שבט תרפ"ט – כ"ד אדר תשפ"ד) איז געווען א חסיד'ישער רב און א בעל דרשן, ער האט געדינט פאר צענדליגע יארן אלס רב פון סי געיט אין ברוקלין, ניו יארק. מחבר פון די ספרים "בנין יקותיאל" און "זר זהב".
ביאגראפיע
ער איז געבוירן ל' שבט תרפ"ט אין ניימארק צו רבי צבי הירש, דער רב אין שטאט, און הענא זיסל, טאכטער פון רבי חיים יעקב טייטלבוים, לימינובער רב, זון פון רבי משה יוסף טייטלבוים (אייניקל פון ישמח משה, און איידעם פון רבי דוד'ל קרשאנובער - צאנזער רב'ס זון) און איידעם פון רבי שלמה האלבערשטאם פון באבוב. ביים ברית איז ער גערופן געווארן נאך זיין מאמענ'ס זיידן, דער סיגעטער רב רבי יקותיאל יהודה טייטלבוים. אין יאר תר"צ האט זיך זיין משפחה אריבער געצויגן קיין ווייטצען, וואו זיין פאטער איז אויפגענומען געווארן אלס רב פון שטאט. אלס בחור האט ער געלערנט אין ישיבה פון זיין זיידן רבי דוד דוב מייזליש אין אוהעל.
אין זיין יוגנט האט ער זיך באקענט מיט רבי שלום אליעזר'ל ראצפערטער, ביים קומען קיין ראצפערט נאכקוקן דעם קלויזענבורגער רב'ס זון, ליפא'לע, וועמען מען האט אנגעטראגן פאר רבי זלמן לייב'ס שוועסטער[1].
ביים חורבן
אין יאר תש"ד, לערנענדיג אין אוהעלער ישיבה, איז ער געכאפט געווארן דורך די נאציס ימ"ש, און ער איז פארשיקט געווארן צום געטא אינאיינעם מיט זיין זיידן רבי דוד דוב און זיין באבן רויזא בלומא. רבי זלמן לייב האט מצליח געווען צו אנטלויפן און זיך צוריקקערן צו זיינע עלטערנ'ס הויז אין ווייטצען. נאך א קורצן וויילע איז ער ווידער געכאפט געווארן אינאיינעם מיט דער גאנצער משפחה און די ארטיגע איינוואוינער קיין בודאפעשט. צוויי וואכן דערויף האט מען זיי געפירט צום אוישוויצער לאגער; דארט איז ער אריינגענומען געווארן אינעם "קינדער לאגער". ערב ראש השנה איז ער געפירט געווארן מיט נאך קינדער אינעם עלטער פון 14–18 צום סעלעקציע, און געשיקט געווארן צום טויט. בדרך נס ער איז געראטעוועט געווארן, און ער איז געשיקט געווארן צו ארבעטן אינעם קאך פונעם לאגער. ארבעטנדיג דארט פלעגט ער ברענגען עסן פאר זיין טאטן און נאך אידן מיט מסירות נפש.
סוכות האט ער געגעסן א כזית אין א סוכה וואס זיין פאטער האט געבויט אינעם לאגער און ער איז דערפאר געשלאגן געווארן מערדערליכע קלעפ[2]. נאך א תקופה איז ער מיט נאך פופציג אידן גענומען געווארן צו ארבעט לאגערן אין דייטשלאנד, און ער האט איבערגעלעבט די קריג.
אין אמעריקע
נאכ'ן חורבן האט ער זיך אריבערגעצויגן קיין אמעריקע וואו ער איז געווען פון די ערשטע תלמידים אינעם באבובער ישיבה וואס רבי שלמה האלבערשטאם, דער באבובער רב, האט אויפגעשטעלט גלייך נאכ'ן קריג. פון דאן אן איז ער געווען מקושר צו רבי שלמה'לע ביז סוף ימיו. ער האט זיך אויך געדרייט ביים סאטמארער רבי'ן, רבי יואל טייטלבוים, וואס האט אים מקרב געווען. ער האט זיך אריבערגעצויגן קיין שיקאגא אינאיינעם מיט זיין טאטן, וועלכער איז אויפגענומען געווארן אלס ארטיגער חרד'ישער רב. ער האט דעמאלט געדינט אלס א מגיד שיעור און מלמד און די ארטיגע תלמוד תורה. אזוי אויך האט ער אויפגעשטעלט א בית מדרש. ער האט חתונה געהאט מיט'ן רביצין לאה רילא, א טאכטער פון רבי בנימין חיים פעלדמאן, א תלמיד פון רבי מאיר שפירא אין ישיבת חכמי לובלין און שווער בזיווג שלישי פונעם ירושלימער רב, רבי יצחק טוביה ווייס. נאך זיין חתונה האט ער זיך באזעצט אין קראון הייטס נעבן דעם ליובאוויטשער צענטער "770"[3], וואו ער האט אויפגעשטעלט א בית מדרש אין זיין הויז. נאך עטליכע יאר האט ער זיך געצויגן קיין בארא פארק און אויפגעשטעלט א בית מדרש אויף 18טע עוועניו[4].
אין יאר תשל"ז איז ער אויפגענומען געווארן אלס רב פון די חרד'ישע קהילה אין סי געיט נאכ'ן זיך דורך רעדן מיט'ן סאטמארער רבי'ן, און אין יאר תשל"ח האט ער זיך ענדליך באזעצט דארט און אנגעפירט זיין בית מדרש און קהילה ביז סוף ימיו. ער האט דארט עוסק געווען אין כשרות, מקוואות, און נאך פארשידענע אידישקייט באדערפענישן.
נאך האריקעין סענדי אין יאר 2012, ווען סיגעיט איז טיילווייז חרוב געווארן, האט ער שטארק געטון עס אויפצושטעלן פון דאסניי, און צוריקברענגען די ארטיגע אידן וואס זענען אוועקגעגאנגען[5].
ער איז געווען נאנט צום ריבניצער רבי'ן, וואס האט פאר א תקופה זיך באזעצט אין סיגעיט[6][7].
הרב מייזליש איז געווען באקאנט מיט זיין נועם לשון, ער האט אסאך אויפגעטראטן מיט דרשות און סיפורי צדיקים, בעיקר פאר קינדער, וואס האבן געטרונקען מיט דארשט זיינע פערל-ווערטער.
ער איז נפטר געווארן כ"ד אדר א' תשפ"ד און איז באערדיגט געווארן אינעם סאטמארער חלקה אין ניו דזשערסי. אלס ממלא מקומו ברבנות איז אויפגענומען געווארן זיין עלטסטער זון רבי דוד דוב, וואס האט שוין אין די לעצטע יארן ארויסגעהאלפן זיין פאטער מיט די רבנות און אויך געדינט אלס רב הצעיר ד"קהל יראים" סיגעיט[8].
ספרים
רבי זלמן לייב האט איבערגעדריקט דעם ספר "מילי דמיטב" פון זיין זיידן רבי משה יוסף טייטלבוים און האט געשריבן הגהות דערויף און זיי א נאמען געגעבן 'בנין יקותיאל'[9]. אין יאר תשכ"ב האט ער באקומען אויף דעם א הסכמה פונעם טשעבינער רב[10].
אויך האט ער אין יאר תשכ"ח ארויסגעגעבן די ספרים "אור דוד" אויף מגילת אסתר אין "ריח דודאים" אויף הגדה של פסח פון זיין זיידן רבי דוד דוב מייזליש, און געשריבן אויף זיי הגהות אונטערן נאמען 'זר זהב'[11].
ער האט איבערגעדרוקט דעם ספר "אגרא דפרקא" פון רבי צבי אלימלך פון דינוב מיט זיין טאטנ'ס הערות מיט'ן נאמען "אגרא דצבי"[12].
קינדער
ער האט געהאט 12 קינדער:
- א טאכטער ריזל ברכה איז איז יונגערהייט אוועק, חול המועד סוכות תשמ"ט, נאכ'ן ארויספאלן פון פענסטער[13]
- א זון און ממלא מקום רבי דוד דוב, מחבר פון "פאר דוד", "אוצר השבת" און "אוצר המועדים"
- א זון רבי יעקב שלמה, לימנובער רב, משפיע, און דרשן[14], חתונה געהאט צו יוכבד אסתר, טאכטער פון רבי יוסף גרינוואלד פון פאפא
- א זון רבי שמעון זאב, רב בית המדרש "ישמח משה" אין שכונת ברך משה אין קרית יואל. חתונה געהאט צו הינדא, טאכטער פון רבי אהרן טייטלבוים פון סאטמאר
- א זון רבי יוסף משה, דער לאסקער רב
- א זון רבי פנחס מרדכי, דומ"ץ סיגעיט
- א טאכטער הענא זיסל, חתונה געהאט צו רבי יעקב אליהו אונסדארפער, גאב"ד וראש ישיבת ראשית חכמה מונטריאל, זון פון רבי שמואל אלכסנדר
- א טאכטער, חתונה געהאט צו רבי יחזקאל מייזליש, אב"ד אוהעל
- א טאכטער מרים ביילא, חתונה געהאט צו רבי יחזקאל הורוויץ, רב קהל קנין תורה שטראסבורג אין פלעטבוש, זון פון רבי אברהם דוד
- א טאכטער חיה שיינדל, חתונה געהאט צו רבי יוסף צבי דושינסקיא
- א טאכטער יוכבד רחל, חתונה געהאט צו רבי אברהם יהודה לעוו, רב און ראש ישיבה פון 'תפארת אליעזר' אין בארא פארק
- א טאכטער עכסא, חתונה געהאט צו רבי אשר אנשיל שעהר, אב"ד קלעסאן, מחבר ספר "בנה ביתך"
ליינט מער
- הרב טוביה פריינד, סוכה בגיהינום של אושוויץ, אויף במה, 24 בספטמבר 2021.
- יהודה אתה יודוך אחיך • פרקי תולדות אין מראות חייו פון הגה"צ רבי יקותיאל יהודה מייזליש זצ"ל גאב"ד סיגעיט, אויף בחצרות הקודש, כ"ה אדר א' תשפ"ד.
- "שריד אחרון לדור דעה", אין גליון "דורות", העדה, ויקהל תשפ"ד, עמודים 9–15
דרויסנדע לינקס
- "הגה"צ רבי יקותיאל יהודה מייזליש גאב"ד סיגעיט זצ"ל - כ"ד אדר א' תשפ"ד", אשכול אויף אייוועלט
- יוסי שטארק, אבל באמריקה החרדית: הסתלקות גאב”ד סיגעט זצ”ל, חמיו של הרבי מדושינסקיא, אויף JDN, מערץ 4, 2024 (העברעאיש)
- האחים האדמורי"ם מסאטמאר שליט"א בדברי הספד במסע הלוויית מחותנם הגה"צ גאב"ד סיגעט זצוק"ל אויף יוטיוב
- האדמו"ר מסקווירא בניחום אבלים אצל בני הגה"צ גאב"ד סיגעט זצוק"ל אויף יוטיוב
רעפערענצן
- ↑ "זכרתי ימים מקדם", צאנז, נתניה: אגוד חסידי צאנז, אדר ב' תשפ"ד, עמ' 20
- ↑ רבי צבי הירש מייזליש (ווייטצען), "שער מחמדים", שו"ת מקדשי השם, ירושלים, תשס"ח, חלק א'
- ↑ בשיחה מבנו אב"ד לימנוב על החינוך בבית הוריו.
- ↑ היינט געפונט זיך דארט דער ספינקער כולל (פון הרב מאיר אלעזר ווייס).
- ↑ "נגדע הארז בלבנון", בית יוסף להבה גליון תתכ"א, תשפ"ד, עמ' 9-13.
- ↑ אב"ד לימינוב שליט"א מספר סיפור נפלא על הנועם אליעזר מסקולען זצ"ל באתר יוטיוב.
- ↑ גרונר, דוד יהודה - גלדצלר, דוד, הליכות חיים - רבינו הקדוש מריבניץ, תשע"ו (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע).
- ↑ "וזרח השמש ובא השמש" - הגה"צ רבי דוד דוב מייזליש שליט"א מונה לגאב"ד סיגעיט, אויף בחצרות הקודש.
- ↑ מאיר וונדר, אנציקלופדיה לחכמי גליציה, ירושלים, תשל"ח–תשנ"ז, חלק ג' (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע)
- ↑ געדרוקט אין בנין יקותיאל, ברוקלין תשע"ה
- ↑ רבי דוד דוב מייזליש, אור דוד עם קונטרס זר לזהב, ברוקלין: הרב יקותיאל יהודה מייזליש, תשכ"ח.
- ↑ רבי צבי אלימלך שפירא מדינוב, אגרא דפרקא - אגרא דצבי, ברוקלין, תש"נ, חלק א'.
- ↑ איר מציבה
- ↑ א נסיעה קיין איירופע באגלייט דורך אב"ד לימנוב שליט"א, אויף יוטיוב.