אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי יעקב אשר קאפף"
ק (צוגעלייגט קאַטעגאָריע:ספק חשוב דורך HotCat) |
ק (החלפת טקסט – "לעלאוו" ב־"לעלוב") |
||
(3 מיטלסטע ווערסיעס פון 2 באַניצער נישט געוויזן.) | |||
שורה 1: | שורה 1: | ||
{{יתום}} | {{יתום}} | ||
רבי '''יעקב אשר קאפף''' (תש"ה - י"ז אדר תשס"ה) איז געווען דער [[לעלוב (חסידות)| | רבי '''יעקב אשר קאפף''' (תש"ה - י"ז אדר תשס"ה) איז געווען דער [[לעלוב (חסידות)|לעלוב]]־באראנאוויטשער רבי. | ||
== אפשטאם == | == אפשטאם == | ||
רבי יעקב אשר איז געבוירן געווארן אין [[ירושלים]] צו זיין פאטער, רבי שמואל עוזר קאפף און זיין מוטער מרת שרה חנה בלומא, די עלטסטע טאכטער פון [[רבי משה מרדכי בידערמאן]], | רבי יעקב אשר איז געבוירן געווארן אין [[ירושלים]] צו זיין פאטער, רבי שמואל עוזר קאפף און זיין מוטער מרת שרה חנה בלומא, די עלטסטע טאכטער פון [[רבי משה מרדכי בידערמאן]], לעלובאר רבי אין ירושלים און [[תל אביב]], א זון פון [[רבי שמעון נתן נטע בידערמאן (א)|רבי שמעון נתן נטע]], א זון פון [[רבי דוד צבי שלמה בידערמאן|דוד צבי שלמה]], א זון פון [[רבי אלעזר מנחם מענדל בידערמאן|אלעזר מנחם מענדל]], א זון פון [[רבי משה בידערמאן|משה]], א זון פון [[רבי דוד לעלובער]]. | ||
== זיין געבורט == | == זיין געבורט == | ||
די מוטער פון רבי יעקב אשר איז געווען מרת שרה חנה בלומא. ווען זי איז געווען נאך א מיידל האט זי געגלוסט אריינגיין באקומען א ברכה פון [[רבי שלמה גאלדמאן|רבי שלאמקע זוועהילער]]. ענדלעך איז זי אריינגעגאנגען. נאך וואס ער האט איר געגעבן א ברכה, האט ער זי געפרעגט, "וועמענס טאכטער ביסטו?" האט זי נישט געוואלט ענטפערן. ווען ער האט געפרעגט א צווייט מאל, האט זי געזאגט, "מיין טאטע איז א ייד". האט דער זוועהילער רבי מוסיף געווען: "זי זאל אויסוואקסן א בוים וואס טראגט פירות, געזונט אין א לעבן פון ליכטיקייט, און מלכים זאלן ארויסקומען פון איר". | די מוטער פון רבי יעקב אשר איז געווען מרת שרה חנה בלומא. ווען זי איז געווען נאך א מיידל האט זי געגלוסט אריינגיין באקומען א ברכה פון [[רבי שלמה גאלדמאן|רבי שלאמקע זוועהילער]]. ענדלעך איז זי אריינגעגאנגען. נאך וואס ער האט איר געגעבן א ברכה, האט ער זי געפרעגט, "וועמענס טאכטער ביסטו?" האט זי נישט געוואלט ענטפערן. ווען ער האט געפרעגט א צווייט מאל, האט זי געזאגט, "מיין טאטע איז א ייד". האט דער זוועהילער רבי מוסיף געווען: "זי זאל אויסוואקסן א בוים וואס טראגט פירות, געזונט אין א לעבן פון ליכטיקייט, און מלכים זאלן ארויסקומען פון איר". | ||
ווען זי איז אהיימגעקומען, האט זי איר פאטער געפרעגט מיט א שמייכל, "צי ביסטו געווען אצינד ביים זוועהילער רבי?". האט זי געענטפערט "יא". האט איר פאטער געפרעגט ווייטער, "און דער זוועהילער רבי האט געפרעגט וועמענס טאכטער ביסטו?". "יא" האט זי געענטפערט. "און וואס האסטו אים געזאגט?" "איך האב געענטפערט אז מיין טאטע איז א ייד." דער | ווען זי איז אהיימגעקומען, האט זי איר פאטער געפרעגט מיט א שמייכל, "צי ביסטו געווען אצינד ביים זוועהילער רבי?". האט זי געענטפערט "יא". האט איר פאטער געפרעגט ווייטער, "און דער זוועהילער רבי האט געפרעגט וועמענס טאכטער ביסטו?". "יא" האט זי געענטפערט. "און וואס האסטו אים געזאגט?" "איך האב געענטפערט אז מיין טאטע איז א ייד." דער לעלובער האט גארנישט אנגערופן, נאר ברייט געשמייכלט. זי האט נישט פארשטאנען וואס האט געברענט אין איר גיין נעמען א ברכה ביים זוועהילער רבי'ן, און אויך נישט פשט אין איר פאטערס שמייכל. | ||
ווען זי האט חתונה געהאט מיט רבי שמואל עוזר קאפף האט איר פאטער זיך שוין געצויגן קיין [[תל אביב]] וואס אין יענע יארן איז געווען א צענטער פון תורה און חסידות. איין טאג האט זי געשפירט קראנק און מ'האט זי גענומען אין [[ביקור חולים שפיטאל]] וואו די דאקטוירוים האבן געזאגט אז איר לעבן איז אין געפאר. זי איז דעמאלסט געווען אינעם ניינטן חודש טראגעדיק מיט א קינד. זי האט נישט געוואלט מסכים זיין צו קיין שום אפעראציע, און זי האט פארלאזט די שפיטאל. איר פאטער איז געווען ווייט אוועק אין תל אביב און זי האט אים נישט געקענט שואל עצה זיין, ווייל אין יענע יארן האבן ווייניג מענטשן געהאט טעלעפאנען. פלוצלונג האט זי געדענקט די מאדנע מעשה מיט דער ברכה פון רבי שלאמקע זוועהילער און איר פאטערס שמייכל. האט זי געבעטן פון איר שוויגער, רביצין רבקה, זי זאל אריינגיין בעטן ביים זוועהילער רבין צי זאל אדורכגיין די אפעראציע. איז די שוויגער געלאפן צום זוועהילער רבין בעטן א ברכה פאר איר שנור, די טאכטער פונעם | ווען זי האט חתונה געהאט מיט רבי שמואל עוזר קאפף האט איר פאטער זיך שוין געצויגן קיין [[תל אביב]] וואס אין יענע יארן איז געווען א צענטער פון תורה און חסידות. איין טאג האט זי געשפירט קראנק און מ'האט זי גענומען אין [[ביקור חולים שפיטאל]] וואו די דאקטוירוים האבן געזאגט אז איר לעבן איז אין געפאר. זי איז דעמאלסט געווען אינעם ניינטן חודש טראגעדיק מיט א קינד. זי האט נישט געוואלט מסכים זיין צו קיין שום אפעראציע, און זי האט פארלאזט די שפיטאל. איר פאטער איז געווען ווייט אוועק אין תל אביב און זי האט אים נישט געקענט שואל עצה זיין, ווייל אין יענע יארן האבן ווייניג מענטשן געהאט טעלעפאנען. פלוצלונג האט זי געדענקט די מאדנע מעשה מיט דער ברכה פון רבי שלאמקע זוועהילער און איר פאטערס שמייכל. האט זי געבעטן פון איר שוויגער, רביצין רבקה, זי זאל אריינגיין בעטן ביים זוועהילער רבין צי זאל אדורכגיין די אפעראציע. איז די שוויגער געלאפן צום זוועהילער רבין בעטן א ברכה פאר איר שנור, די טאכטער פונעם לעלובער רבין. דער רבי האט זיך געטובל'ט אין דער מקווה, דערנאך זאגט ער אז זי זאל ווארטן ביז ערב שבת צוריקגיין אין שפיטאל. די רביצין רבקה איז געוואן אנטוישט, זענדיק אז די דאקטוירים האלטן אז איר שנורס לעבן איז אין געפאר. האט דער רבי געזאגט אז זי זאל מודיע זיין איר שנור אז אלץ וועט זיין אין ארדנונג, און זי וועט אויסוואקסן א בוים וואס טראגט פירות, געזונט אין א לעבן פון ליכטיקייט, און מלכים זאלן ארויסקומען פון איר. | ||
ווען די שנור האט געהערט די ווערטער פון דער ברכה האט זי אינגיכן געדענקט דעם רבינס ווערטער און זי איז בארואיגט געווארן, און די שמערצן האבן אויפגעהערט. ערב שבת איז זי צוריקגעגאנגען אין שפיטאל, און פרייטאג צונאכט איז געבוירן געווארן איר זון, יעקב אשר, דאס ערשטער אייניקל פון רבי משה מרדכי. | ווען די שנור האט געהערט די ווערטער פון דער ברכה האט זי אינגיכן געדענקט דעם רבינס ווערטער און זי איז בארואיגט געווארן, און די שמערצן האבן אויפגעהערט. ערב שבת איז זי צוריקגעגאנגען אין שפיטאל, און פרייטאג צונאכט איז געבוירן געווארן איר זון, יעקב אשר, דאס ערשטער אייניקל פון רבי משה מרדכי. | ||
שורה 17: | שורה 17: | ||
== זיין פטירה == | == זיין פטירה == | ||
אין יאר תשס"ה איז פורים געפאלן פרייטאג. אין אזא יאר פראוועט מען אין ירושלים [[פורים משולש]], א דרייפאכיקן פורים. פרייטאג י"ד אדר האט מען געליינט די [[מגילת אסתר|מגילה]], שבת האט מען געדאווענט מיט על הניסים, און זונטאג ט"ז אדר האט מען געפראוועט די פורים סעודה. | אין יאר תשס"ה איז פורים געפאלן פרייטאג. אין אזא יאר פראוועט מען אין ירושלים [[פורים משולש]], א דרייפאכיקן פורים. פרייטאג י"ד אדר האט מען געליינט די [[מגילת אסתר|מגילה]], שבת האט מען געדאווענט מיט על הניסים, און זונטאג ט"ז אדר האט מען געפראוועט די פורים סעודה. | ||
זונטאג ביינאכט איז נאך געווען לעבעדיק אין דעם | זונטאג ביינאכט איז נאך געווען לעבעדיק אין דעם לעלוב-באראנאוויטשער בית מדרש אין ירושלים. דער רבי האט אנגעהויבן רעדן: "הכל הבל, אין עוד מלבדו" (אלץ איז גארנישט ווערט, אן השי"ת איז קיינער נישט). די חסידים האבן געטאנצט ווייטער. "אין עוד מלבדו" זאגט דער רבי נאכאמאל, ארויסגייענדיק פון בית מדרש אין זיין שטוב. פלוצלונג באמערקן זיינע גבאים אז דער רבי האט אויפגעהערט צו אטעמען. ביי די זעכציג יאר איז דער רבי נפטר געווארן פון דער וועלט. | ||
{{גרונטסארטיר:קאפף, יעקב אשר}} | {{גרונטסארטיר:קאפף, יעקב אשר}} | ||
[[קאַטעגאָריע: | [[קאַטעגאָריע:לעלוב]] | ||
[[קאַטעגאָריע:אדמורי"ם אין ארץ ישראל]] | [[קאַטעגאָריע:אדמורי"ם אין ארץ ישראל|װ]] | ||
[[קאַטעגאָריע:אויף יידיש]] | [[קאַטעגאָריע:אויף יידיש]] | ||
{{קרד/ויקי/יידיש}} | {{קרד/ויקי/יידיש}} | ||
[[קאַטעגאָריע:אויף ווייניג אדער קיין אנדערע וויקי| | [[קאַטעגאָריע:אויף ווייניג אדער קיין אנדערע וויקי|01]] | ||
[[קאַטעגאָריע:נישט ענציקלאפעדיש]] | [[קאַטעגאָריע:נישט ענציקלאפעדיש]] | ||
[[קאַטעגאָריע:ספק חשוב]] | [[קאַטעגאָריע:ספק חשוב]] |
יעצטיגע רעוויזיע זינט 15:40, 14 מאי 2024
רבי יעקב אשר קאפף (תש"ה - י"ז אדר תשס"ה) איז געווען דער לעלוב־באראנאוויטשער רבי.
אפשטאם
רבי יעקב אשר איז געבוירן געווארן אין ירושלים צו זיין פאטער, רבי שמואל עוזר קאפף און זיין מוטער מרת שרה חנה בלומא, די עלטסטע טאכטער פון רבי משה מרדכי בידערמאן, לעלובאר רבי אין ירושלים און תל אביב, א זון פון רבי שמעון נתן נטע, א זון פון דוד צבי שלמה, א זון פון אלעזר מנחם מענדל, א זון פון משה, א זון פון רבי דוד לעלובער.
זיין געבורט
די מוטער פון רבי יעקב אשר איז געווען מרת שרה חנה בלומא. ווען זי איז געווען נאך א מיידל האט זי געגלוסט אריינגיין באקומען א ברכה פון רבי שלאמקע זוועהילער. ענדלעך איז זי אריינגעגאנגען. נאך וואס ער האט איר געגעבן א ברכה, האט ער זי געפרעגט, "וועמענס טאכטער ביסטו?" האט זי נישט געוואלט ענטפערן. ווען ער האט געפרעגט א צווייט מאל, האט זי געזאגט, "מיין טאטע איז א ייד". האט דער זוועהילער רבי מוסיף געווען: "זי זאל אויסוואקסן א בוים וואס טראגט פירות, געזונט אין א לעבן פון ליכטיקייט, און מלכים זאלן ארויסקומען פון איר".
ווען זי איז אהיימגעקומען, האט זי איר פאטער געפרעגט מיט א שמייכל, "צי ביסטו געווען אצינד ביים זוועהילער רבי?". האט זי געענטפערט "יא". האט איר פאטער געפרעגט ווייטער, "און דער זוועהילער רבי האט געפרעגט וועמענס טאכטער ביסטו?". "יא" האט זי געענטפערט. "און וואס האסטו אים געזאגט?" "איך האב געענטפערט אז מיין טאטע איז א ייד." דער לעלובער האט גארנישט אנגערופן, נאר ברייט געשמייכלט. זי האט נישט פארשטאנען וואס האט געברענט אין איר גיין נעמען א ברכה ביים זוועהילער רבי'ן, און אויך נישט פשט אין איר פאטערס שמייכל.
ווען זי האט חתונה געהאט מיט רבי שמואל עוזר קאפף האט איר פאטער זיך שוין געצויגן קיין תל אביב וואס אין יענע יארן איז געווען א צענטער פון תורה און חסידות. איין טאג האט זי געשפירט קראנק און מ'האט זי גענומען אין ביקור חולים שפיטאל וואו די דאקטוירוים האבן געזאגט אז איר לעבן איז אין געפאר. זי איז דעמאלסט געווען אינעם ניינטן חודש טראגעדיק מיט א קינד. זי האט נישט געוואלט מסכים זיין צו קיין שום אפעראציע, און זי האט פארלאזט די שפיטאל. איר פאטער איז געווען ווייט אוועק אין תל אביב און זי האט אים נישט געקענט שואל עצה זיין, ווייל אין יענע יארן האבן ווייניג מענטשן געהאט טעלעפאנען. פלוצלונג האט זי געדענקט די מאדנע מעשה מיט דער ברכה פון רבי שלאמקע זוועהילער און איר פאטערס שמייכל. האט זי געבעטן פון איר שוויגער, רביצין רבקה, זי זאל אריינגיין בעטן ביים זוועהילער רבין צי זאל אדורכגיין די אפעראציע. איז די שוויגער געלאפן צום זוועהילער רבין בעטן א ברכה פאר איר שנור, די טאכטער פונעם לעלובער רבין. דער רבי האט זיך געטובל'ט אין דער מקווה, דערנאך זאגט ער אז זי זאל ווארטן ביז ערב שבת צוריקגיין אין שפיטאל. די רביצין רבקה איז געוואן אנטוישט, זענדיק אז די דאקטוירים האלטן אז איר שנורס לעבן איז אין געפאר. האט דער רבי געזאגט אז זי זאל מודיע זיין איר שנור אז אלץ וועט זיין אין ארדנונג, און זי וועט אויסוואקסן א בוים וואס טראגט פירות, געזונט אין א לעבן פון ליכטיקייט, און מלכים זאלן ארויסקומען פון איר.
ווען די שנור האט געהערט די ווערטער פון דער ברכה האט זי אינגיכן געדענקט דעם רבינס ווערטער און זי איז בארואיגט געווארן, און די שמערצן האבן אויפגעהערט. ערב שבת איז זי צוריקגעגאנגען אין שפיטאל, און פרייטאג צונאכט איז געבוירן געווארן איר זון, יעקב אשר, דאס ערשטער אייניקל פון רבי משה מרדכי.
זיין פטירה
אין יאר תשס"ה איז פורים געפאלן פרייטאג. אין אזא יאר פראוועט מען אין ירושלים פורים משולש, א דרייפאכיקן פורים. פרייטאג י"ד אדר האט מען געליינט די מגילה, שבת האט מען געדאווענט מיט על הניסים, און זונטאג ט"ז אדר האט מען געפראוועט די פורים סעודה. זונטאג ביינאכט איז נאך געווען לעבעדיק אין דעם לעלוב-באראנאוויטשער בית מדרש אין ירושלים. דער רבי האט אנגעהויבן רעדן: "הכל הבל, אין עוד מלבדו" (אלץ איז גארנישט ווערט, אן השי"ת איז קיינער נישט). די חסידים האבן געטאנצט ווייטער. "אין עוד מלבדו" זאגט דער רבי נאכאמאל, ארויסגייענדיק פון בית מדרש אין זיין שטוב. פלוצלונג באמערקן זיינע גבאים אז דער רבי האט אויפגעהערט צו אטעמען. ביי די זעכציג יאר איז דער רבי נפטר געווארן פון דער וועלט.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!