אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:קרי און כתיב"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (אריינפיר (פרואוו…) ע"פ עברי, מכלוליזאציע)
ק ((diffedit))
 
(4 מיטלסטע ווערסיעס פון 2 באַניצער נישט געוויזן.)
שורה 1: שורה 1:
{{דרעפט}}
{{דרעפט}}
 
{{דעסקריפציע|ווערטער אין תנ"ך געליינט אנדערש ווי געשריבן}}
'''קרי און כתיב''' זענען ווערטער אין [[תנ"ך]] וואס ווערן לויט די [[מסורה]] געליינט און ארויסגעזאגט אנדערש ווי עס שטייט ארויסגעשריבן אין פסוק. די אינטערשייד צווישן די קרי און כתיב איז צומאל נאר איבער א נקודה אות, אמאל איז די ווארט אליין אנדערש, און אין נ"ך זענען דא ווערטער וואס שטייען אינגאנצן נישט געשריבן און ווערן געזאגט - 'קרי ולא כתיב', אדער געשריבענע ווערטער וואס ווערן אינגאנצן נישט געזאגט - 'כתיב ולא קרי'.  
'''קרי און כתיב''' זענען ווערטער אין [[תנ"ך]] וואס ווערן לויט די [[מסורה]] געליינט און ארויסגעזאגט אנדערש ווי עס שטייט ארויסגעשריבן אין פסוק. די אונטערשייד צווישן די קרי און כתיב איז צומאל נאר איבער א נקודה אות, אמאל איז די ווארט אליין אנדערש, און אין נ"ך זענען דא ווערטער וואס שטייען אינגאנצן נישט געשריבן און ווערן געזאגט - 'קרי ולא כתיב', אדער געשריבענע ווערטער וואס ווערן אינגאנצן נישט געזאגט - 'כתיב ולא קרי'.  

ביים שרייבן א [[ספר תורה]] שרייבט מען לויט דעם כתיב, און ביי [[קריאת התורה]] ליינט מען ווי די קרי. אין די געדרוקטע חומשים און ספרי תנ"ך שטייט געווענליך ביידע, ווען איינס - די קרי אדער כתיב, געוואנדען אין די דרוק - איז אויף די געווענליכע דעזיין און די אנדערע אויף א באזונדערע אויסשטעל, אין קלאמערן אדער מיט אן אנדערע פאנט.

שורה 10: שורה 10:
דער ערשטער מקור וואו מיר טרעפן די ערשיינונג פון קרי און כתיב איז אין גמרא:{{ציטוט| תוכן = אמר רבי יצחק, מקרא סופרים, ועיטור סופרים, וקריין ולא כתיבן, וכתיבן ולא קריין, הלכה למשה מסיני.| מקור = {{בבלי|נדרים|לז|ב}}}}די גמרא זאגט דא אז אלע כתיב/קרי זענען הלכה למשה מסיני. ווייטער ברענגט די גמרא אלע ערטער וואו מ'ליינט א ווארט וואס שטייט נישט אדער מ'ליינט נישט א ווארט וואס שטייט יא, און אלע דערפון זענען אין נביאים וכתובים. דאס ברענגט גלייך אויף א שוועריגקייט, ווי קען מען האבן מקובל הלכה למשה מסיני זאכן וואס זענען נאכנישט געווען געשריבן?

דער רדב"ז איז מסביר{{הערה|שו"ת הרדב"ז ח"ג סימן אלף כ}} אז דאס איז אין איינקלאנג מיט דעם וואס חז"ל זאגן{{הערה|{{בבלי|מגילה|יט|ב}}; {{ירושלמי|פאה|ב|ד}}}} אז דער אויבערשטער האט געוויזן פאר משה רבינו אלע חידושי תורה וואס מ'וועט מחדש זיין במשך די דורות. אויפ'ן זעלבן שטייגער האט ער אים אויך געוויזן די נביאים און כתובים, און צוזאמען מיט דעם אלע ערטער וואו דער קרי און דער כתיב זענען אנדערש.
דער רדב"ז איז מסביר{{הערה|שו"ת הרדב"ז {{שיתופתא|Teshuvot_HaRadbaz_Volume_3/1020|ח"ג סימן אלף כ}}}} אז דאס איז אין איינקלאנג מיט דעם וואס חז"ל זאגן{{הערה|{{בבלי|מגילה|יט|ב}}; {{ירושלמי|פאה|ב|ד}}}} אז דער אויבערשטער האט געוויזן פאר משה רבינו אלע חידושי תורה וואס מ'וועט מחדש זיין במשך די דורות. אויפ'ן זעלבן שטייגער האט ער אים אויך געוויזן די נביאים און כתובים, און צוזאמען מיט דעם אלע ערטער וואו דער קרי און דער כתיב זענען אנדערש.

דער מהר"ל ענטפערט{{הערה|תפארת ישראל פרק סו}} אז די כוונה איז נישט אז די ספעציפישע דוגמאות זענען מסיני, נאר מיר האבן מקבל געווען ביים בארג סיני אז אין אלע כתבי הקודש זאלן זיין כתיב און קרי, און לויט דער קבלה האבן אלע כותבי נביאים וכתובים געמאכט א קרי און א כתיב וואו ס'האט אויסגעפעלט.
דער מהר"ל ענטפערט{{הערה|שם=תפאי|תפארת ישראל [[s:תפארת_ישראל_(מהר"ל)/פרק_סו|פרק סו]]}} אז די כוונה איז נישט אז די ספעציפישע דוגמאות זענען מסיני, נאר מיר האבן מקבל געווען ביים בארג סיני אז אין אלע כתבי הקודש זאלן זיין כתיב און קרי, און לויט דער קבלה האבן אלע כותבי נביאים וכתובים געמאכט א קרי און א כתיב וואו ס'האט אויסגעפעלט.

דער בן יהוידע שרייבט אז די כוונה פון דער גמרא הלכה למשה מסיני איז נאר אויף די חמשה חומשי תורה. די נביאים און כתובים זענען טאקע נישט ממש פון סיני, אבער דער קרי און כתיב זענען פונקט אזוי אוועקגעשטעלט געווארן גלייך ביים שרייבן.

=== צוויי גירסאות ===
=== צוויי גירסאות ===
דער רד"ק האלט{{הערה|הקדמה לספר יהושע}} אז די אלע ערטער וואס מ'טרעפט א כתיב און א קרי, איז וויבאלד נאכ'ן גלות בית ראשון זענען נישט איבערגעבליבן פון די חכמי המקרא און פון די מדיוק'דיגע ספרים, און די אנשי כנסת הגדולה וואס האבן מסדר געווען די ספרים האבן זיך געטראפן מיט אסאך חילופי גירסאות. לויט דעם האבן זיי אויסגעוועלט איינס אריינצושטעלן אינעם כתיב און א צווייטן אוועקצושטעלן ביים ליינען.  
דער רד"ק האלט{{הערה|{{היברובוקס|2=הקדמה לספר יהושע|3=14264|page=2}}}} אז די אלע ערטער וואס מ'טרעפט א כתיב און א קרי, איז וויבאלד נאכ'ן גלות בית ראשון זענען נישט איבערגעבליבן פון די חכמי המקרא און פון די מדיוק'דיגע ספרים, און די אנשי כנסת הגדולה וואס האבן מסדר געווען די ספרים האבן זיך געטראפן מיט אסאך חילופי גירסאות. לויט דעם האבן זיי אויסגעוועלט איינס אריינצושטעלן אינעם כתיב און א צווייטן אוועקצושטעלן ביים ליינען.  

מיט דער שיטה גייט אויך דער מאירי{{הערה|{{בבלי|נדרים|לז|ב|מפרש=מאירי}}}} און דער אפודי.
מיט דער שיטה גייט אויך דער מאירי{{הערה|{{בבלי|נדרים|לז|ב|מפרש=מאירי}}}} און דער אפודי.
שורה 24: שורה 24:

=== תיקונים פון עזרא הסופר ===
=== תיקונים פון עזרא הסופר ===
דער אברבנאל{{הערה|הקדמה לספר ירמיהו}} שרייבט אז באמת איז נאר דער כתיב דער אריגינעלער טעקסט פונעם פסוק, נאר היות צומאל איז דער פסוק נישט גענוג קלאר און פארשטענדליך, האט עזרא הסופר צוגעשריבן איבעראל דעם קרי, וואס דאס איז אן אויסגעבעסערטער נוסח וואס מ'זאל בעסער פארשטיין. פונדעסטוועגן האט זיך עזרא נישט געטרויט מגיה צו זיין די כתבי הקודש וואס זענען געשריבן מיט רוח הקודש, דעריבער האט ער געלאזט דעם אריגינעלן נוסח און נאר צוגעשריבן דעם קרי אין דער זייט.
דער אברבנאל{{הערה|{{שיתופתא|Abarbanel_on_Jeremiah/,_Introduction|הקדמה לספר ירמיהו}}}} שרייבט אז באמת איז נאר דער כתיב דער אריגינעלער טעקסט פונעם פסוק, נאר היות צומאל איז דער פסוק נישט גענוג קלאר און פארשטענדליך, האט עזרא הסופר צוגעשריבן איבעראל דעם קרי, וואס דאס איז אן אויסגעבעסערטער נוסח וואס מ'זאל בעסער פארשטיין. פונדעסטוועגן האט זיך עזרא נישט געטרויט מגיה צו זיין די כתבי הקודש וואס זענען געשריבן מיט רוח הקודש, דעריבער האט ער געלאזט דעם אריגינעלן נוסח און נאר צוגעשריבן דעם קרי אין דער זייט.

פארוואס זענען דא אסאך פסוקים וואס זענען אומפארשטענדליך? אויף דעם האט דער אברבנאל צוויי ערקלערונגען:  
פארוואס זענען דא אסאך פסוקים וואס זענען אומפארשטענדליך? אויף דעם האט דער אברבנאל צוויי ערקלערונגען:  

א) ס'האט א סיבה וואס מיר פארשטייען נישט. צומאל איז עס פון די סודות התורה, און צומאל קען זיין אז דאס ווארט האט זיך געטוישט מיט'ן אויסלייג פון דער צייט וואס מ'האט עס געשריבן ביז עזרא הסופר.
א) ס'האט א סיבה וואס מיר פארשטייען נישט. צומאל איז עס פון די סודות התורה, און צומאל קען זיין אז דאס ווארט האט זיך געטוישט מיט'ן אויסלייג פון דער צייט וואס מ'האט עס געשריבן ביז עזרא הסופר.
שורה 33: שורה 33:

=== דער קרי איז מפרש דעם כתיב ===
=== דער קרי איז מפרש דעם כתיב ===
דער מהר"ל{{הערה|תפארת ישראל פרק סו}} איז מסביר אז אינ'אמת'ן איז סיי דער כתיב און סיי דער קרי אריגינעל פון די כתבי הקודש, און דער פסוק איז מתחילה אן געקומען מיט ביידע. די סיבה דערצו לויט אים איז וויבאלד דער כתיב איז דער אמת'ער וועג ווי אזוי דער פסוק דארף שטיין, בעת דער קרי איז מער אויסגעברייטערט און פארשטענדליכער פאר'ן לערנער. דאס מיינט אבער נישט אז ס'איז שפעטער צוגעלייגט, נאר אזוי האט מען מקבל געווען מסיני אז מ'דארף ליינען דעם פסוק אנדערש, מער מבואר, ווי ס'שטייט אינעווייניג.
דער מהר"ל{{הערה|שם=תפאי}} איז מסביר אז אינ'אמת'ן איז סיי דער כתיב און סיי דער קרי אריגינעל פון די כתבי הקודש, און דער פסוק איז מתחילה אן געקומען מיט ביידע. די סיבה דערצו לויט אים איז וויבאלד דער כתיב איז דער אמת'ער וועג ווי אזוי דער פסוק דארף שטיין, בעת דער קרי איז מער אויסגעברייטערט און פארשטענדליכער פאר'ן לערנער. דאס מיינט אבער נישט אז ס'איז שפעטער צוגעלייגט, נאר אזוי האט מען מקבל געווען מסיני אז מ'דארף ליינען דעם פסוק אנדערש, מער מבואר, ווי ס'שטייט אינעווייניג.

=== דער כתיב קומט פאר א טיפערער כוונה ===
=== דער כתיב קומט פאר א טיפערער כוונה ===
דער מלבי"ם{{הערה|הקדמה לספר ירמיהו}} האלט דאס זעלבע ווי דער מהר"ל, אז ביידע זענען אריגינעל א חלק פונעם פסוק, נאר די ראלע פונעם קרי און דעם כתיב איז אנדערש. לויט'ן מלבי"ם איז דער קרי דער פשוט'ער פשט אין פסוק, בעת דער כתיב פארקערפערט אין זיך  טיפערע כוונות, למשל טיפער ווי דער פשט וואס מ'זעט אויבנאויף אדער די דרשות פון חז"ל.
דער מלבי"ם{{הערה|[[s:מלבי"ם_על_ירמיהו_הקדמה|הקדמה לספר ירמיהו]]}} האלט דאס זעלבע ווי דער מהר"ל, אז ביידע זענען אריגינעל א חלק פונעם פסוק, נאר די ראלע פונעם קרי און דעם כתיב איז אנדערש. לויט'ן מלבי"ם איז דער קרי דער פשוט'ער פשט אין פסוק, בעת דער כתיב פארקערפערט אין זיך  טיפערע כוונות, למשל טיפער ווי דער פשט וואס מ'זעט אויבנאויף אדער די דרשות פון חז"ל.

=== צוויי מסורות ===
=== צוויי מסורות ===
הרב מרדכי ברויאר האט געהאלטן ענליך צום מהלך פונעם רד"ק, אז ס'איז געווען שינויי נוסחאות. לויט אים זענען געווען צוויי מסורות: איינס פון די סופרים, וואס האבן געשריבן די כתבי הקודש, און א צווייטע פון די בעלי מקרא, וואס האבן גוט געקענט תנ"ך מיט גענויעם וועג ווי אזוי מ'דארף עס ליינען (דאס איז געווען נאך פאר ס'זענען געווען געשריבענע חומשים, און אלעס וואס שטייט נישט אין דער ספר תורה איז געגאנגען בעל פה). ווען עזרא הסופר און די אנשי כנסת הגדולה האבן מסדר געווען די כתבי הקודש, האבן זיי גענומען דעם נוסח פון די סופרים ביים שרייבן, דען זיי זענען די גרעסטע דייקנים ביי דעם, אבער ביים לערנען האבן זיי קובע געווען דעם נוסח פון די בעלי מקרא, וויבאלד ביי דעם זענען זיי די גרעסטע דייקנים. אזוי ארום איז אויסגעקומען א קרי מיט א כתיב.

==צו ליינען מער==
* ישראל ייבין, "מבוא למסורה הטברינית," אקדמון, ירושלים תשמ"ג (Introduction to the Tiberian Masorah).
* שמואל ראזענפעלד, "משפּחת סופרים", חלון י"א

==רעפערענצן==
==רעפערענצן==
{{רעפערענצן}}
{{רעפערענצן}}
[[קאַטעגאָריע:תנ"ך]]
[[he:קרי וכתיב]]

יעצטיגע רעוויזיע זינט 01:18, 21 פעברואר 2024

קרי און כתיב זענען ווערטער אין תנ"ך וואס ווערן לויט די מסורה געליינט און ארויסגעזאגט אנדערש ווי עס שטייט ארויסגעשריבן אין פסוק. די אונטערשייד צווישן די קרי און כתיב איז צומאל נאר איבער א נקודה אות, אמאל איז די ווארט אליין אנדערש, און אין נ"ך זענען דא ווערטער וואס שטייען אינגאנצן נישט געשריבן און ווערן געזאגט - 'קרי ולא כתיב', אדער געשריבענע ווערטער וואס ווערן אינגאנצן נישט געזאגט - 'כתיב ולא קרי'.

ביים שרייבן א ספר תורה שרייבט מען לויט דעם כתיב, און ביי קריאת התורה ליינט מען ווי די קרי. אין די געדרוקטע חומשים און ספרי תנ"ך שטייט געווענליך ביידע, ווען איינס - די קרי אדער כתיב, געוואנדען אין די דרוק - איז אויף די געווענליכע דעזיין און די אנדערע אויף א באזונדערע אויסשטעל, אין קלאמערן אדער מיט אן אנדערע פאנט.

מיר געפינען מערערע הסברים צו ערקלערן פארוואס אין אסאך פסוקים איז דא א קרי און א כתיב.

הלכה למשה מסיני

דער ערשטער מקור וואו מיר טרעפן די ערשיינונג פון קרי און כתיב איז אין גמרא:

אמר רבי יצחק, מקרא סופרים, ועיטור סופרים, וקריין ולא כתיבן, וכתיבן ולא קריין, הלכה למשה מסיני.

די גמרא זאגט דא אז אלע כתיב/קרי זענען הלכה למשה מסיני. ווייטער ברענגט די גמרא אלע ערטער וואו מ'ליינט א ווארט וואס שטייט נישט אדער מ'ליינט נישט א ווארט וואס שטייט יא, און אלע דערפון זענען אין נביאים וכתובים. דאס ברענגט גלייך אויף א שוועריגקייט, ווי קען מען האבן מקובל הלכה למשה מסיני זאכן וואס זענען נאכנישט געווען געשריבן?

דער רדב"ז איז מסביר[1] אז דאס איז אין איינקלאנג מיט דעם וואס חז"ל זאגן[2] אז דער אויבערשטער האט געוויזן פאר משה רבינו אלע חידושי תורה וואס מ'וועט מחדש זיין במשך די דורות. אויפ'ן זעלבן שטייגער האט ער אים אויך געוויזן די נביאים און כתובים, און צוזאמען מיט דעם אלע ערטער וואו דער קרי און דער כתיב זענען אנדערש.

דער מהר"ל ענטפערט[3] אז די כוונה איז נישט אז די ספעציפישע דוגמאות זענען מסיני, נאר מיר האבן מקבל געווען ביים בארג סיני אז אין אלע כתבי הקודש זאלן זיין כתיב און קרי, און לויט דער קבלה האבן אלע כותבי נביאים וכתובים געמאכט א קרי און א כתיב וואו ס'האט אויסגעפעלט.

דער בן יהוידע שרייבט אז די כוונה פון דער גמרא הלכה למשה מסיני איז נאר אויף די חמשה חומשי תורה. די נביאים און כתובים זענען טאקע נישט ממש פון סיני, אבער דער קרי און כתיב זענען פונקט אזוי אוועקגעשטעלט געווארן גלייך ביים שרייבן.

צוויי גירסאות

דער רד"ק האלט[4] אז די אלע ערטער וואס מ'טרעפט א כתיב און א קרי, איז וויבאלד נאכ'ן גלות בית ראשון זענען נישט איבערגעבליבן פון די חכמי המקרא און פון די מדיוק'דיגע ספרים, און די אנשי כנסת הגדולה וואס האבן מסדר געווען די ספרים האבן זיך געטראפן מיט אסאך חילופי גירסאות. לויט דעם האבן זיי אויסגעוועלט איינס אריינצושטעלן אינעם כתיב און א צווייטן אוועקצושטעלן ביים ליינען.  

מיט דער שיטה גייט אויך דער מאירי[5] און דער אפודי.

כאטש דער רד"ק איז דער ערשטער צו פארענטפערן די קשיא פון קרי און כתיב מיט'ן זאגן אז זיי זענען צוויי גירסאות, טרעפט מען שוין דעם עצם געדאנק אין חז"ל[6] און אזוי שרייבט אויך רש"י דברי הימים.[7] אזוי אויך איז באקאנט אז אין די שפעטערדיגע דורות זענען געווען אסאך חילופי נוסחאות אין די כתבי הקודש, ביז מיר האבן ענדגילטיג מקבל געווען דעם נוסח וואס בן אשר האט מגיה געווען.[8]

תיקונים פון עזרא הסופר

דער אברבנאל[9] שרייבט אז באמת איז נאר דער כתיב דער אריגינעלער טעקסט פונעם פסוק, נאר היות צומאל איז דער פסוק נישט גענוג קלאר און פארשטענדליך, האט עזרא הסופר צוגעשריבן איבעראל דעם קרי, וואס דאס איז אן אויסגעבעסערטער נוסח וואס מ'זאל בעסער פארשטיין. פונדעסטוועגן האט זיך עזרא נישט געטרויט מגיה צו זיין די כתבי הקודש וואס זענען געשריבן מיט רוח הקודש, דעריבער האט ער געלאזט דעם אריגינעלן נוסח און נאר צוגעשריבן דעם קרי אין דער זייט.

פארוואס זענען דא אסאך פסוקים וואס זענען אומפארשטענדליך? אויף דעם האט דער אברבנאל צוויי ערקלערונגען:  

א) ס'האט א סיבה וואס מיר פארשטייען נישט. צומאל איז עס פון די סודות התורה, און צומאל קען זיין אז דאס ווארט האט זיך געטוישט מיט'ן אויסלייג פון דער צייט וואס מ'האט עס געשריבן ביז עזרא הסופר.

ב) ס'האט נישט קיין עכטע סיבה, נאר דער וואס האט עס געשריבן האט פשוט נישט גוט געשריבן על פי דקדוק אדער האט ער געשריבן צו קורץ, כִּשְׁגָגָה שֶׁיֹּצָא מִלִּפְנֵי הַשַּׁלִּיט, און דעריבער האט עס עזרא מתקן געווען.

דער קרי איז מפרש דעם כתיב

דער מהר"ל[3] איז מסביר אז אינ'אמת'ן איז סיי דער כתיב און סיי דער קרי אריגינעל פון די כתבי הקודש, און דער פסוק איז מתחילה אן געקומען מיט ביידע. די סיבה דערצו לויט אים איז וויבאלד דער כתיב איז דער אמת'ער וועג ווי אזוי דער פסוק דארף שטיין, בעת דער קרי איז מער אויסגעברייטערט און פארשטענדליכער פאר'ן לערנער. דאס מיינט אבער נישט אז ס'איז שפעטער צוגעלייגט, נאר אזוי האט מען מקבל געווען מסיני אז מ'דארף ליינען דעם פסוק אנדערש, מער מבואר, ווי ס'שטייט אינעווייניג.

דער כתיב קומט פאר א טיפערער כוונה

דער מלבי"ם[10] האלט דאס זעלבע ווי דער מהר"ל, אז ביידע זענען אריגינעל א חלק פונעם פסוק, נאר די ראלע פונעם קרי און דעם כתיב איז אנדערש. לויט'ן מלבי"ם איז דער קרי דער פשוט'ער פשט אין פסוק, בעת דער כתיב פארקערפערט אין זיך  טיפערע כוונות, למשל טיפער ווי דער פשט וואס מ'זעט אויבנאויף אדער די דרשות פון חז"ל.

צוויי מסורות

הרב מרדכי ברויאר האט געהאלטן ענליך צום מהלך פונעם רד"ק, אז ס'איז געווען שינויי נוסחאות. לויט אים זענען געווען צוויי מסורות: איינס פון די סופרים, וואס האבן געשריבן די כתבי הקודש, און א צווייטע פון די בעלי מקרא, וואס האבן גוט געקענט תנ"ך מיט גענויעם וועג ווי אזוי מ'דארף עס ליינען (דאס איז געווען נאך פאר ס'זענען געווען געשריבענע חומשים, און אלעס וואס שטייט נישט אין דער ספר תורה איז געגאנגען בעל פה). ווען עזרא הסופר און די אנשי כנסת הגדולה האבן מסדר געווען די כתבי הקודש, האבן זיי גענומען דעם נוסח פון די סופרים ביים שרייבן, דען זיי זענען די גרעסטע דייקנים ביי דעם, אבער ביים לערנען האבן זיי קובע געווען דעם נוסח פון די בעלי מקרא, וויבאלד ביי דעם זענען זיי די גרעסטע דייקנים. אזוי ארום איז אויסגעקומען א קרי מיט א כתיב.

צו ליינען מער

  • ישראל ייבין, "מבוא למסורה הטברינית," אקדמון, ירושלים תשמ"ג (Introduction to the Tiberian Masorah).
  • שמואל ראזענפעלד, "משפּחת סופרים", חלון י"א

רעפערענצן