אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי דוד משה ראזנבוים"
ק (דעסקריפציע: קרעטשניפער רבי) |
ק (החלפת טקסט – "פרעמישלאן" ב־"פרימישלאן") |
||
שורה 35: | שורה 35: | ||
*מרת שפרה טויבא, ווייב פון הרב דוד דב מייזליש, ווייטצענער רב אין וויליאמסבורג | *מרת שפרה טויבא, ווייב פון הרב דוד דב מייזליש, ווייטצענער רב אין וויליאמסבורג | ||
* מרת חנה ברכה, ווייב פון [[רבי יוסף דוד טייטלבוים]], דער סאסאווער רבי. | * מרת חנה ברכה, ווייב פון [[רבי יוסף דוד טייטלבוים]], דער סאסאווער רבי. | ||
*[[רבי מאיר ראזנבוים (בני ברק)|מאיר ראזנבוים]], דער [[ | *[[רבי מאיר ראזנבוים (בני ברק)|מאיר ראזנבוים]], דער [[פרימישלאן (חסידות)|פרעמישלאנער]] רבי. | ||
*מרת פייגא, ווייב פון רבי שלום מאיר טווערסקי פאלטיטשאנער רבי אין בארא פארק | *מרת פייגא, ווייב פון רבי שלום מאיר טווערסקי פאלטיטשאנער רבי אין בארא פארק | ||
*רבי יצחק | *רבי יצחק |
רעוויזיע פון 01:00, 18 פעברואר 2024
געבורט | ט' תשרי ה'תרפ"ה | ||||
---|---|---|---|---|---|
טויט | ט"ו תמוז ה'תשכ"ט (אלט: 44) | ||||
|
רבי דוד משה ראזנבוים (ט' תשרי ה'תרפ"ה - ט"ו תמוז ה'תשכ"ט) איז געווען דער דריטער רבי פון קרעטשענעוו, וואס האט אויפגעשטעלט פונדאסניי דעם קרעטשענעווער חסידות נאך דעם שוידערליכן חורבן אייראפע.
לעבנס געשיכטע
רבי דוד משה איז געבוירן געווארן אין ראמעניע צו זיין פאטער רבי אליעזר זאב, דער צווייטער קרעטשענעווער רבי, און צו זיין מוטער מרת חיה ביילא, טאכטער פון רבי ניסן לאנגענויער, איידעם פון רבי אהרן לייב לייפער, דער נאדווארנער רבי, זון פון הרה"ק רבי ישכר דוב בערטשע לייפער, גרינדער פונעם נאדווארנער חסידות. אין יאר ה'תש"ד איז ער אויסגעשיקט געווארן צוזאמען אינאיינעם מיט זיינע עלטערן צום טרויעריג-בארימטן פארניכטונג לאגער אוישוויץ, איידער רבי דוד משה האט זיך געזעגנט מיט זיינע עלטערן פאר אייביג, האט אים זיין פאטער באשטימט זיין יורש און האט אים צוגעזאגט אז ער וועט געראטעוועט ווערן וויבאלד "דער פאלק ישראל דארף אים האבן".
נאך דער צווייטער וועלט קריג איז ער אריבערגעצויגן אין סיגעט, דארט וואו זיינע תלמידים האבן אים אויפגענומען אלס זייער רבי. אין יאר ה'תש"ו האט ער געהייראט מרת אסתר רחל, טאכטער פון רבי חיים מרדכי לייפער פון נאדווארנא. אין יאר ה'תש"ז איז ער ארויפגעקומען קיין ארץ ישראל און אנפאנג האט ער זיך באזעצט אין ירושלים. אנהייב פון די 1950ער יארן, איז ער אריבערגעגאנגען וואוינען אין רחובות, דארט וואו ער האט אויפגעבויט "קרית קרעטשענעוו" און ווידער אויפגעשטעלט דאס קרעטשענעווער חסידות פונדאסניי און פון אש און פארעך. ער האט אויכעט אויפגעבויט א ישיבה מיטן נאמען "שערי אליעזר" אין זכר פון זיין פאטער. ער פלעגט כסדר ארויסהעלפן נויטבאדערפטיגע מענטשן, און זיין שטוב איז שטענדיג געווען אפן פאר אלעמען.
ער האט געהאט גאר א שטארקן איינפלוס, און ער האט זיך ערווארבן אומעטום א נאמען פון א בעל מופת, און ער פלעגט אויסהיילן א סאך קראנקע מענטשן. טאג טעגליך פלעגן שטראמען צום אים פילצאליגע מענטשן כדי צו באקומען א ברכה פונעם צדיק, און כדי צו געהאלפן ווערן מיט אלע רפואות און ישועות.
אין יאר ה'תשכ"ט, איז ער געפארן קיין ראמעניע מיט א ציל צו באזוכן און דאווענען אויף די קברים פון זיינע הייליגע אבות. אינמיטן דעם באזוך, אין ט"ו תמוז, פלוצלונג האט ער זיך אנגעהויבן צו פילן שלעכט און אפגעשוואכט, און ליידער צוריקגעקערט זיין נשמה צום אייבערשטן. ער איז באערדיגט געווארן אין רחובות.
פאמיליע
- רבי מנחם אליעזר זאב ראזנבוים, דער עמטליכער ממלא מקום פון זיין פאטער, דינט אלס רבי אין רחובות.
- רבי ישראל ניסן ראזנבוים, דער קרעטשענעווער רבי פון קרית גת.
- מרת חיה ביילא (נפטר געווארן ב' חשוון ה'תשע"ה}, געווען די ווייב פון רבי מרדכי יצחק לייפער, דער נאדווארנא-קאלישער רבי.
- רבי זיידא שמואל שמעלקא (נפטר געווארן כ"א אדר ב' ה'תשע"ד), פלעגט דינען אלס ביטשקאווער רבי אין יפו.
- מרת שפרה טויבא, ווייב פון הרב דוד דב מייזליש, ווייטצענער רב אין וויליאמסבורג
- מרת חנה ברכה, ווייב פון רבי יוסף דוד טייטלבוים, דער סאסאווער רבי.
- מאיר ראזנבוים, דער פרעמישלאנער רבי.
- מרת פייגא, ווייב פון רבי שלום מאיר טווערסקי פאלטיטשאנער רבי אין בארא פארק
- רבי יצחק
- רבי יוסף שלמה ראזנבוים, פירט א רעביסטעווע אין מאנסי.
- מרת יהודית, ווייב פון רבי מאיר הורוויץ, דזשיקאווער רבי פון מאנסי.
- מרת אדל, וויב פון רבי פנחס הורוויץ פון שענדישעוו, זון פון שאצער רבי פון בארא פארק
- יעקב יואל
- שרה ראצא, זי איז אוועק ביי 16 יאר אלט.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!